B"H
🏡

Ikar

שופטים ג

א.

אין הלכות סנהדרין 1

פסק׳נט דער רמב״ם: סנהדרין שפתחו כולם בדיני נפשות תחלה ואמרו כולן חייב הרי זה פטור עד שיהיו שם מקצת מזכין שיהפכו בזכותו וירבו המחייבין ואחר כך יהרג.

דער מקור דברי הרמב״ם איז די גמרא אין סנהדרין 2

וז״ל: סנהדרי שראו כולו לחובה פוטרין אותו מ״ט כיון דגמירי הלנת דין למעבד לי׳ זכותא והני תו לא חזו לי׳ 3 .

דאס וואס דער רמב״ם זאגט "שפתחו כולם בדיני נפשות תחלה ואמרו כולן חייב" און איז משנה פון לשון הגמרא ״שראו כולן לחובה״ — איז דאם בפשטות בכדי לפרש יותר

(כדרך בתראי בכלל) 4 ,

אז דאם וואם די גמרא זאגט בקיצור "ראו כולן לחובה" מיינט "פתחו כולם ..

תחלה ואמרו כולן חייב",

דהיינו אז באלד בתחילת הדין 5

איז ביי די דיינים ניט געווען קיין סברא לזכות,

נאר גלייך בתחלה "אמרו כולן חייב" 6 .

ס׳איז אויך מובן פארוואם דער רמב״ם איז משמיט דעם טעם הדבר וואם שטייט אין גמרא "מ״ט כיון דגמירי כו׳ והני תו

לא חזו לי׳״ — ווייל ס׳איז ניט דרכו של הרמב״ם צו ברענגען בחיבורו די טעמי ההלכות 7 .

מ׳דארף אבער פארשטיין דעם המשך דברי הרמב״ם — "הרי זה פטור עד שיהיו שם מקצת מזכין שיהפכו בזכותו וירבו המחייבין ואחר כך יהרג":

א)

וויבאלד די הלכה איז א הקדמה ויסוד צו דעם תוכן כללי פון דעם פרק — די הגדרה וואט ס׳הייסט רוב לחיוב און רוב לזכות — האט דער רמב״ם גע־ דארפט לכאורה אנהויבן מיטן עיקר — דער אויספיר פון דער הלכה,

אז דער חיוב בדיני נפשות איז

(דוקא)

ווען "היו שם מקצת מזכין שיהפכו בזכותו וירבו המחייבין כו׳",

און דערנאך אויספירן "אבל סנהדרין שפתחו כולם בדיני נפשות תחלה ואמרו כולן חייב הרי זה פטור".

ב)

וויבאלד דער רמב״ם זאגט דא דעם צד הפטור ווען "אמרו כולן חייב" און דעם צד החיוב ווען "יהיו שם מקצת מזכין שיהפכו בזכותו וירבו המחייבין" — האט דער רמב״ם געדארפט זאגן און אויספירן

(ניט "ואחר כך יהרג",

נאר)

״ואחר כך יתחייב״ 8

(וכיו״ב)

— בהתאם

(ניגוד)

צו "הרי זה פטור".

ב.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם הביאור אין דעם טעם הגמרא "כיון דגמירי הלנת דין למעבד לי׳ זכותא והני תו לא חזי׳ לי"׳,

וואס לכאורה קען מען עם לערנען אויף צוויי אופנים:

א)

דער עיקר איז הלנת דין

(און דער "למעבד לי׳ זכותא" איז בלויז דער טעם והסברה פארוואם עם דארף זיין הלנת דין).

ד.

ה.

דאם וואם "פוטרין אותו" איז

דערפאר וואם אויב "ראו כולן לחובה" איז ניטא קיין מעגלעכקייט צו מקיים זיין איינעם פון די תנאים וואם זיינען דא אין פאל פון לא מצאו לו זכות 9

— דעם תנאי "

(בעי)

הלנת דין".

ב)

דער טעם און סיבת הפטור איז דאם וואס "הני תו לא חזו לי"׳,

און "הלנת דין" איז נאר אן ענין וואס פירט צו דער סיבה.

ד.

ה.

דאם וואס "פוטרין אותו" איז ניט ווייל אין דעם פאל קען דער ב״ד ניט מקיים זיין איינעם פון די תנאים,

נאר וויבאלד אז "ראו כולן לחובה

(איז)

תו לא חזו לי׳

(זכותא)

"

(ובמילא פעלט אין דעם ״ושפטו העדה והצילו העדה״ 10

- עדה מצלת 11 ),

און אזא ב״ד וואס קען ניט זען א זכות איז ניט אין גדר צו מחייב זיין — און דערפאר "פוטרין אותו".

אין אן אנדער סגנון: לויטן ערשטן אופן איז דאס א "חסרון" וואס איז נוגע דעם פסק פון די סנהדרין,

עס קען ניט זיין קיין פסק ב״ד כדבעי

(ווייל עס פעלט דער קיום התנאי פון הלנת הדין) 12

: לויטן צווייטן אופן איז דאם א חסרון אין דעם גברא הפוסק — די סנהדרין

[ע״ד ווי "סנהדרין שראו אחד שהרג את הנפש" וואם זיי קענען ניט ווערן

(לדעת רע״ק)

קיין דיינים "דרחמנא אמר

ושפטו העדה והצילו העדה וכיון דחזיוהו דקטל נפשא לא מצו חזו לי׳ זכותא" 13 ,

איז ניט דער פשט אז דער פסק זייערער איז ניט ריכטיק,

נאר זיי הייסן ניט קיין סנהדרין לגבי דעם מענשן וואס ״ראו..

שהרג את הנפש" 14 ].

ג.

פון דער גמרא איז יש מקום להוכיח הן כאופן הראשון,

הן כאופן השני:

א ראי׳ צום ערשטן אופן קען מען מדייק זיין פון דעם וואם די גמרא ברענגט מפורש נאר דעם דין "כיון דגמירי הלנת דין",

און ניט דעם מקור פון דעם דין אז מ׳איז מחוייב צו זוכן א זכות אויפן נידון 15 ,

ובפרט אז די גמרא זאגט ניט דעם טעם

(ע״ד ווי די גמרא הנ״ל "סנהדרין שראו אחד שהרג")

"דרחמנא אמר ושפטו העדה והצילו העדה״ — איז משמע פון דעם,

אז דא איז בעיקר נוגע וואס מ׳קען ניט מקיים זיין די הלכה פון הלנת דין.

אבער מאידך גיסא — פון דעם וואס די גמרא איז זיר ניט מסתפק מיטן זאגן בלויז דעם דין כיון דגמירי הלנת דין,

און איז מוסיף דעם טעם "למעבד לי׳ זכותא" און פירט אוים "וחני תו לא חזו לי״׳“ — איז משמע אז דער עיקר חסרון איז אין די ״וחני״,

דאס וואם ״לא

חזו לי׳

(זכותא)

" 17 ,

ווי דער צווייטער אופן.

]

זאת ועוד: דוקא לויטן צווייטן אופן איז מדוייק דער לשון הגמרא "סנהדרין שראו כולן לחובה",

והיינו,

אז דער חסרון דא איז וואם זייער ראי׳ איז נאר לחובה און דערפאר קענען זיי ניט זען זכותו

(ע״ד הנ״ל בא "סנהדרין שראו אחד שהרג את הנפש")].

ועפ״ז י״ל אז עם קען אויר זיין א נפק״מ לדינא: לויט דעם ערשטן אופן,

אז ס׳איז א חסרון אין דעם פסק פון דעם ב״ד,

דארף אויסקומען אז אויב דער ב״ד געפינט דערנאד א סברא לזכות,

איז מקום לומר אז זיי קענען נאכאמאל 18

דן זיין דעם נידון 19

:

משא״כ לויטן צװײטן אופן,

וויבאלד זײ זענען ניט בגדר סנהדרין

(לגבי דעם מענשן)

מחמת דעם װאס ״ראו כולן לחובה״,

איז מסתבר אז זײ קענען שוין מער ניט דן זײן דעם נידון — אויך װען זײ געפינען דערנאך אויף אים א זכות.

ד.

פון דברי הרמב״ם איז משמע אז ער לערנט ניט װי די בײדע אופנים הנ״ל:

אע״פ אז ס׳איז ניט דרכו צו ברענגען טעמי ההלכות,

אבער אויב דער רמב״ם װאלט געלערנט אז דער חסרון איז װײל עס פעלט דער קױם התנאי פון הלנת הדין

(כאופן הא׳)

איז מסתבר אז דער רמב״ם וואלט דאם דערמאנט.

היית אז

דאס איז ניט סתם א טעם,

נאר

(אויר)

א תנאי 20 .

און פון המשך דברי הרמב״ם איז מסתבר אז דער חסרון איז ניט

(ווי דער אופן הב׳ הנ״ל)

אין דעם וואס זיי האבן ניט די יכולת צו זען א זכות

(וויבאלד אז "ראו כולן לחובה" 21 ),

נאר אין דעם וואס עס פעלט דער "

(מקצת מזכין שאהפכו בזכותו" בפועל.

והיינו: פון לשון הרמב״ם "הרי זה פטור עד שיהיו כו׳ ואחר כך יהרג״ — איז משמע,

אז דאס איז ניט קיין חסרון אין דעם גברא הפוסק,

אין די סנהדרין,

נאר אין דעם אויספיר פונעם פסק בפעול אין דעם נידון -

און דערפאר

(א)

זאגט ניט דער רמב״ם ״פוטרין אותו״

(וואס װאלט מדגיש געווען אז דער פטור איז פאר־ בונדן מיטן ב״ד און זייער פסק),

נאר "הרי זה פטור",

וואם רעדט וועגן דעם נידון,

אז ער איז פטור פון מיתה; און

(ב)

מהאי טעמא איז דער רמב״ם ממשיך "עד שיהיו כו׳ ואחר כך יהרג",

אז דורך "מקצת מזכין כו"׳ שאפט זיך די אפשריות

(ניט אויפן חיוב — "ואחר כך יתחייב׳/ נאר)

אויף צו דורכפירן דעם בפועל-"ואחר בך יהרג"* 21 .

ה.

ולבאר זה יש להקדים:

עס זיינען דא מפרשים 22

וואם זיינען מסביר דעם טעם פון דעם דין "סנהדרין שפתחו בו׳",

אז וויבאלד "פתחו כולם ..

ואמרו כולן חייב" איז דאס א באווייז אויף א חסרון אין די סנהדרין,

אז זייער צוגאנג צו דעם דין איז ניט גע־ ווען ריכטיק

(ווייל ״גילו דעתם..

כולם חפצים להמיתו" 23

; אדער ווייל 24

אויף יעדן נידון קען מען געפינען איזה צד של זכות — און היות זיי אלע האבן דאס ניט געפונען,

איז א ראי׳ אז זיי זיינען ניט בקי בדינים,

אדער אז זיי האבן מחליט געווען במהירות און ניט מעיין געווען כראוי אין דעם דין,

וכיו״ב,

בכמה הסברות אין דעם חסרון שבה־ סנהדרין).

כמובן איז אבער א דוחק גדול לומר אזוי בנוגע צו ב״ד בכלל,

ועאכו״ב בנוגע צו סנהדרין גדולה

[וואם וועגן זיי רעדט דער דין,

כמפורש ברמב״ם לכמה גירסאות 25 .

און אזוי איז אויך מובן* 25

פון תוכן הדין

(ווארום אויב דא רעדט זיך וועגן סנהדרין קטנה פון כ״ג איז פארוואם "פוטרין אותו"?

מ׳האט אים געדארפט דן זיין בב״ד אחר 26

ביז

(אויב מ׳דארף)

איבער־

געבן דעם דין ומשפט צו סנהדרין גדולה)],

א דוחק גדול ווייל אפילו אין סנהדרין קטנה ״אין מעמידין ..

אלא אנשים חכמים ונבונים מופלגין בחכמת התורה בעלי דיעה מרובה כו'" 27 .

ווי איז שייך אז ביי זיי אלעמען זאל זיין ניט קיין ריכטיקער צוגאנג צו דעם דין וכו׳ 28 ?

!

ובפרט ווען פון דברי הרמב״ם איז מוכח,

כנ״ל,

אז דאס איז בכלל ניט קיין "חסרון" אין די סנהדרין אדער אין פסק דינם,

נאר אלץ בשייכות צו דעם אדם הנידון.

ו.

וי״ל ההסברה בזה:

ס׳איז ידוע אז דין עונשי ב״ד,

מיתה מלקות וכו׳,

איז עיקרם לשם כפרה.

ווי מפורש בנוגע למלקות 29

"ונקלה אחיך לעיניך כשלקה הרי הוא כאחיך",

עד״ז שטייט 30

בא עונש מיתה,

אז דורכדעם קומט דער נענש לחיי עוה״ב

[אויך

להלכה פםק׳נט ד ער רמב״ם 31

אז ״כל מחוייבי מיתות ב״ד ומחוייבי מלקות אין מתכפר להם במיתת! או בלקייתן עד שיעשו תשובה ויתודו" 32 ,

וואס דערפון איז מובן אז דער תכלית מיתת ב״ד אדער מלקות איז לכפרת האדם,

נאר די כפרה איז בתנאי "שיעשה תשובה ויתודה"].

ועפ״ז מסתבר,

אז אין א פאל ווען מיתת ב״ד וועט

(קען)

ניט ברענגען די כפרה איז ניטא קיין מקום צו דורכפירן די מיתה.

וע״ד ווי דער כסף משנה 33

איז מסביר דעם פסק הרמב״ם 34

בנוגע צו עדים זוממין,

אז "נהרג זה שהעידו עליו ואחר כך הוזמו אינן נהרגין מן הדין שנאמר 35

כאשר זמם לעשות ועדיין לא עשה כו׳ אבל אם לקה זה שהעידו עליו לוקין״ — און ער איז מבאר דעם טעם החילוק בזה

"דלא אמרינן כאשר זמם ולא כאשר עשה אלא היכא דהרגו על פיהם משום דגדול עונשם מנשוא אין ראוי לתת להם מיתת ב״ד שתכפר עליהם אלא ראוי להניחם שיהיו נדונין אחר מיתה בעונשים נוראים דוגמא לדבר 36

נותן כל זרעו למולך שהוא פטור 37

מה שאין לומר כן בהלקו ע״פ עדותם".

ועד״ז בנדו״ד: וויבאלד אז

(פתחו כולם כו׳ ואמרו כולו—)

א ב״ד כשר,

וואם "אלקים נצב בעדת א־ל" 38 ,

ועאכו״כ סנהדרין גדולה שבלשכת הגזית,

האבן אלע באלד געזאגט חייב,

און ס׳איז ניטא אפילו קיין איינער וואס זאל מלמד זכות זיין — איז א ראי׳ אז דער נידון איז ״גדול עונו מנשוא״ — ער געפינט זיך במעמד ומצב ירוד ביותר,

ביז אז עונש מיתת ב״ד איז אינו יכול לכפר עליו און דערפאר "פוטרין אותו".

דאם איז אבער ניט אינגאנצן מספיק לבאר לשון הרמב״ם "הרי זה פטור עד כו׳ ואח״כ יהרג",

פון וועלכער עס איז משמע אז דער פסק הסנהדרין איז א פסק נאר דער נידון ה״ז פטור,

מ׳קען עסניט אויס־ פירן בא דעם נידון

(כנ״ל סעיף ד)

-אבער לפי הנ״ל איז הסנהדרין וואס ״פתחו כולם..

ואמרו כולן חייב" זאגט אז ביי דעם מענטשן איז ניט שייך דער חיוב

(עונש)

אלס כפרה,

דהיינו,

אז זייער פסק "חייב" איז ניט קיין פסק

["ובמילא" וואלט מער מתאים געווען צו זאגן דעם לשון "פוטרין אותו"

(כלשון הגמרא),

וואט איז מדגיש,

אז אין דעם פאל קען ב״ד ניט ארויסגעבען א פסק,

ווייל "גדול עונו מנשוא"].

ז.

ויש לומר בזה עוד ביאור:

יעדער איד,

אין וועלכן מעמד ומצב ער זאל ניט זיין,

איז כפסק הרמב״ם 39 ,

אפילו א איד,

וואס ב״ד מוז אים כופה זיין צו געבן א גט לאשתו,

איז "הוא רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות".

ואפילו בנוגע צו עכן,

וואס איז גע־ ווען בתכלית הירידה,

זאגן חז״ל 40

״אע״פ שחטא ישראל הוא".

דער חילוק איז נאר אויף וויפל דער "רוצה הוא לעשות את כל המצות",

דער טוב פון א אידן איז: באמירתו בגלוי אדער בהעלם: עם זיינען דא אידן וואם ביי זיי איז דער טוב בתכלית ההתגלות,

און עם זיינען דא אידן וואס ביי זיי איז דאם ניט אזויפיל בהתגלות,

ביז עם זיינען דא אזעלכע וואם זייער טוב איז בהעלם לגמרי,

אבער א מקצת פונעם טוב הנעלם קומט סו״ם לידי איזה גילוי — ווארום דער טוב ביי א אידן איז ניט א דבר נוסף 41

אויף זיין מהות

(ווי די ענינים

(פון רע)

וועלכע קומען 41

מצד דעם וואם "יצרו הוא שתקפו" 42 ),

נאר דאם איז דער עצם און די אמיתיות פון זיין מציאות.

עפ״ז איז מובן,

אז יעדער איד,

יהי׳ מי שיהי׳,

אויך בשעת ער איז עובר אן עבירה אויף וועלכן עם קומט מיתת ב״ד,

מוז זיין א לימוד זכות אויף אים,

ווייל זיין אמת׳ר רצון,

זיין אמיתיות מציאותו איז דער טוב שבו 43 .

בשעת אבער אז סנהדרין "פתחו כולם בדיני נפשות תחלה ואמרו כולן חייב",

באווייזט דאס אז דער טוב שבו איז אויף אזויפיל נתעלם געווארן,

אז אפילו סנהדרין גדולה וועלכע זיינען "חכמים ונבונים מופלגין כו״׳ — ד.

ה.

זיי זיינען ״נבונים״ להבין דבר מתוך דבר 44

ובהפלגה,

צו פארשטיין און אויפנעמען דאם וואם איז באהאלטן און ניט אנט־ פלעקט — אויך זיי אלע קענען ניט געפינען קיין זכות אויף אים

- איז בנוגע צו אזא זאגט מען "הרי זה פטור": וויבאלד אז ביי אים איז דאך זיכער פאראן טוב,

נאר דער ב״ד קען עם ניט ״געפינען״ דערפאר װאם ער איז בתכלית ההעלם - קען דערפאר ביי אים ניט אויסגעפירט ווערן דער

(תכלית הפסק ובמילא ניט דער)

פסק פון דעם ב״ד.

עם איז ניט קיין חסרון אין דעם ב״ד אדער אין זייער צוגאנג צו דעם פסק — ווארום אמרה תורה אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות 45 ,

און אלץ וואס די סנהדרין גדולה אשר יהי׳ בימים ההם 46

דארף און קען זען,

האבן זיי געזען;

אבער וויבאלד אז פס״ד תורת אמת איז אז ער איז רוצה לקיים כל המצות,

אז אין אים איז דא טוב

(וועלכע איז ניט אנטפלעקט געווארן),

קען דער פסק ב״ד אויף אים ניט חל זיין — "עד שיהיו שם מקצת מזכיו שיהפכו כו׳".

וי״ל עוד ענין — אז דורך דעם גופא ווערט נתגלה אויך דער טוב וואס איז פריער געווען בתכלית ההסתר וההעלם,

און וויבאלד אז עס ווערט בהתגלות קען דער פסק ב״ד אויף אים חל זיין — און "יהפכו בזכותו כו"׳.

בעומק יותר: ווען קען דער פסק ב״ד ״יהרג״ אויסגעפירט װערן אויף דעם אידן — דוקא לאחרי ווי "יהיו שם מקצת מזכין שיהפכו בזכותו",

ווייל ווי גערעדט פריער

(מהכסף משנה)

איז דער תוכן ותכלית פון עונשי ב״ד — כפרת האדם.

און ווען קען אן עונש ברענגען צו א כפרה,

דוקא ווען דאס

רירט אן

(און איז מגלה)

דעם טוב שבו.

און דעריבער,

בשעת אלע זעען נאר חובה,

וואם דאם מיינט אז ד ער טוב שבו איז בתכלית ההעלם וההסתר,

קען דער עונש

(״יהרג״)

ניט אויפטאן א כפרה אין ד עם אידן;

דוקא לאחרי ווי מ׳איז מהפך בזכותו,

וואס דאס גופא ברענגט ארוים דעם טוב שבוי 4 ,

דעמאלט טוט אויף דער עונש פעולתו — אז דער איד באקומט זיין כפרה און איז זוכה לעוה״ב.

ח.

פון דעם נעמט מען ארוים א הוראה אין גודל מעלתם און זכותם של ישראל:

אפילו ווען עם רעדט זיך וועגן אזא אידן וואם געפינט זיך בשפל המצב עד כדי כך,

אז אפילו סנהדרין וואס די תורה זאגט אז ענינם איז "והצילו העדה" — צו זוכן און געפינען א הצלה וזכות אויף יעדער אידן,

און דאך זעען אויך זיי אויף אים נאר חובה,

זיי זעען ניט קיין זכות אויף אים — פונדעסטוועגן פסק׳נט תורת אמת א פסק דין ברור,

אז דאם איז א מציאות וואם קען ניט זיין,

אויך ביי דעם אידן איז דא דער רוצה לקיים כל המצות; ובמילא ברענגט דאם גופא אז די סנהדרין זיינען מלמד זכות אויף דעם אידן און דורך דעם 47

איז מען מגלה דעם רוצה שבו,

טוב שבו.

עאכו״כ װען עם רעדט זיך וועגן אידן בדורנו וואס אע״פ אז מ׳איז אין א מצב פון "אני ישנה" 48 ,

איז אבער "לבי ער" להקב״ה ולתורתו ולמצותיו 49 ,

און ווען דאס אידישע הארץ איז,

כפס״ד תורת אמת,

וואך — ווערט עם סו״ם דער־ וועקט און קומט לידי גילוי;

ובפרט געפינענדיק זיך איצט אין זמן פון חודש אלול ווען דער מלך

(מה״מ הקב״ה)

געפינט זיך "בשדה",

"ואז 50

רשאין

(ויכולים 51 )

כל מי שרוצה לצאת להקביל פניו

(כשדה)

והוא מקבל את כולם בסבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם״ —

דארף מען ארויסגיין און פועל זיין אויף יעדן אידן אין וועלכן מצב ער זאל נאר זיין,

אז עס זאל ביי אים ווערן בגלוי דער "רצון" צו מקבל זיין פני המלך בשדה.

וואס די פעולה איז דורך דעם גופא: בשעת מ׳איז מהפך ומדבר בזכותו פון א אידן,

אז בו,

אין אים איז דא דער חלק אלקה ממעל ממש,

דער ניצוץ אלקי,

ביז אז — בלשון הרמב״ם "הוא רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות",

און אז דאם איז אמיתית מציאותו — איז מען דורך דעם גופא נאכמער מגלה דעם טוב שבו,

און מ׳פועל׳ט אויף אים אז ער זאל ארויסגיין - ״לצאת״ - ממקומו

("במדבר" 52 )

בכדי לקבל פני המלך "בשדה",

וואס עי״ז ווערט נתגלה,

נוסף אויף "מקצת" פון זיין טוב

("מקצת מזכין שיהפכו בזכותו"),

עס ווערט נתגלה זיין טוב במדה מרובה,

ביז אז דעו־ ריבוי הטוב והזכות איז מכריע דעם צד ההפכי בא אים און מכריע דאס וואס ער איז "שקול" און בריינגט עם ״תשועה והצלה״ 53

ואח״כ יוצא זכאי בדין,

יעדער איד ווערט נתעורר מיט א תשובה כדבעי ובשלימות,

ובמילא האט ער א כפרה שלימה ווי דאם איז א נשמה שלימה בגוף שלם,

נשמה בגוף למטה

מעשרה טפחים 54 ,

און יעדער איינער און איינע ווערט נכתב ונחתם לאלתר 55

בספרן של צדיקים גמורים לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

ומשיחת ש״פ תשא תשמ״ה)

Reader controls and commentary are loading.