B"H
🏡

Ikar

ראה ג

א.

אויפן פסוק 1

"לא תאכל כל תועבה״ איז רש״י מפרש: כל תועבה — כל שתעבתי לך כגון צרם אזן בכור כדי לשוחטו במדינה הרי דבר שתעבתי לך כל מום לא יהי׳ בו 2

ובא ולמד כאן שלא ישחט ויאכל על אותו המום

(און דער־ נאך ברענגט רש״י א צווייטע דוגמא פון ,

בשל בשר בחלב",

כדלקמן ם״ד).

דאס הייסט,

אז דער טייטש פון "לא תאכל כל תועבה״ איז — אז אויב ס׳איז געטאן געווארן אין א זאך א פעולה וואם "תעבתי לך",

וואם תורה האט גע׳אסר׳ט טאן — איז ״לא תאכל",

װערט־די־ זאך אסור באכילה 3 .

און דער טעם פארוואם רש״י לערנט ניט אז דער פסוק "לא תאכל כל תועבה" איז א הקדמה כללית צו דער פרשה פון מאכלות אסורות 4

און ״כל תועבה״ באציט זיך צו די מאכלות אסורות,

אז זיי זיינען ״נתעבים לנפש הטהורה״ 5

— איז 6

ווייל,

ווי גערעדט כמה פעמים 7 ,

אז וואו נאר מעגלעך,

דארף מען אײנ־ לערנען אז די תורה איז אויסן צו זאגן א נייעם ציווי ודין

(און ניט זאגן,

אז דער ציווי קומט בלויז מוסיף זיין נאך א לאו ואזהרה אין א ציווי מפורש 8 ),

און דערפאר לערנט רש״י אז "לא תאכל כל תועבה" איז מחדש א נייעם סוג איסור אכילה

(וואס מען ווייס ניט פון פריערדיקע פסוקים)

— "כל שתעבתי לך" איז אסור באכילה,

און ווי רש״י איז מדייק בהמשך פירושו — "ובא ולמד כאן שלא ישחט ויאכל".

ב.

מען דארף אבער פארשטיין די דוגמא וואס רש״י גיט פון "צרם אזן בכור בו׳":

וויבאלד דער "דבר שתעבתי לך" בנדו״ד איז די תועבה פון "כל מום לא יהי׳ בו",

וואם רעדט ניט בלויז וועגן א בכור,

נאר וועגן יעדן ״זבח שלמים״ — פארוואס ברענגט רש״י די דוגמא דוקא פון "צרם אזן בכור"

(ובפרט אז דאס איז ניט א דבר רגיל והווה 9 )?

— רש״י האט געקאנט זאגן באופן כללי 10

: כגון מטיל מום בקדשים 11 .

די שאלה איז נאך גרעסער: דער מקור פון פרש״י איז אין ספרי על הפסוק 1 ,

אבער דארט ברענגען זיך צוויי דיעות: "ר׳ אליעזר אומר מנין לצורם אוזן של בכור ואכל ממנה שעובר בל״ת ת״ל לא תאכל כל תועבה,

אחרים אומרים בפסולי המוקדשים הכתוב מדבר".

זיינען מפרשים 12

מבאר,

אז לויט דעת "אחרים" איז "צורם אוזן של בכור" ניט אין גדר פון ״לא תאכל כל תועבה״ — וויבאלד אז א בכור בעל מום איז מותר באכילה אן קיין פדיון,

איז עם דערי־ בער ניט קיין דבר מתועב; נאר דוקא פסולי המוקדשים וואם דארפן פריער האבן פדיון זיי צו מתיר זיין באכילה,

זיינען זיי אין גדר פון "תועבה" און זיינען דערפאר אסור באכילה.

איז ניט מובן: פארוואם ברענגט רש״י די דוגמא פון "צרם אוזן בכור"

(און איז דערמיט מכריע — בפשוטו של מקרא 13

— כדעת ר״א 14 ),

און זאגט ניט די פשוט׳ערע און כללות׳דיקע דוגמא פון "פסולי המוקדשים"

(אדער ברענגען בלויז די צווייטע דוגמא "בשל בשר בחלב" 15 )?

ג.

אויך דארף מען פארשטיין די אריכות לשון רש״י אין דער דוגמא,

דלכאורה האט רש״י געקענט זאגן בקיצור 16

"כגון צרם אוזן בכור הרי דבר שתעבתי לך כל מום לא יהי׳ בו ובא ולמד כאן שלא יאכל".

פארוואם איז רש״י מוסיף:

א)

״כדי לשוחטו במדינה״ 17

— למאי נפק״מ אז די כוונת האדם בעת צרימת אוזן הבכור איז געווען "כדי לשוחטו במדינה"?

אפילו ווען מ׳האט ניט מכוין געווען "לשוחטו במדינה" האט מען דאך געטאן א ״דבר שתעבתי לך״ — "כל מום לא יהי׳ בו" 18 .

ב)

"

(ובא ולמד באן)

שלא ישחט ויאכל״ — פארוואם דארף רש״י צו־ געבן דעם ווארט "ישחט" 19 ?

ג)

פון דעם סיום ל׳ רש״י "על אותו המום" איז משמע,

אז רש״י מיינט מדייק זיין,

אז דוקא "על אותו המום" לא ישחט,

אבער ״נולד בו מום אחר — ישחוט עליו" 20 .

איז ניט מובן:

(א)

וואס איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא אז א צווייטער מום נעמט אראפ דעם איסור אכילה וואם האט זיך געלייגט אויפן בכור מצד "לא תאכל כל תועבה" 21 ?

צי ווייל ס׳איז נולד געווארן אין דער בהמה נאך א מום,

ווערט דער־ מיט בטל די "תועבה" וואס האט זיך אין איר געשאפן דורך הטלת המום באיסור?

!

(ב )

אפילו אויב מ׳וועט געפינען א הסברה בזה — איז נאך אלץ ניט מובן: למאי נפק״מ בפשוטו של מקרא צי דער איסור אכילה בלייבט לעולם,

אדער בלויז ביז "נולד בו מום אחר"?

פירוש רש״י איז דאך ניט קיין ספר הלכות וואם דארף באווארענען ווי דער ענין איז להלכה.

ד.

ווייטער זאגט רש״י א צווייטע דוגמא אויף ״דבר שתעבתי לך״ — "בשל בשר בחלב הרי דבר שתעבתי לך והזהיר כאן על אכילתו".

איז תמוה

(ווי מפרשים 22

פרעגן)

: רש״י האט שוין

(צוויי מאל 23 )

מפרש גע־ ווען אז "בג׳ מקומות נכתב בתורה 24

(דער ציווי פון "לא תבשל גדי בחלב אמו")

א׳ לאיסור אכילה וא׳ לאיסור הנאה וא׳ לאיסור בישול״ — פארוואם דארף מען האבן א באזונדער לאו אויף איסור אכילתו,

בשעת עס איז סייווי אסור מצד דעם לאו פון "לא תאכל כל תועבה"?

דער מקור פון דעם פירוש רש״י

("בשל בשר בחלב כו׳")

איז אין גמרא 25

— "מנין לבשר בחלב שאסור באכילה שנאמר לא תאכל כל תועבה״ — אבער דארט זיינען דאם צוויי דיעות

(איין מ״ד לערנט עס אפ פון "לא תאכל כל תועבה",

און א צווייטער מ״ד 26

פון דעם וואט "לא תבשל גו׳" שטייט ג׳ פעמים)

— ווי אזוי אבער נעמט אן רש״י ביידע לימודים ודיעות?

מפרשים 27

פארענטפערן,

אז דער לאו פון "לא תאכל כל תועבה" איז ניט מחייב קיין מלקות,

ווייל עם איז א לאו שבכללות שאין לוקין עליו; דעריבער דארף מען האבן דעם לאו מיוחד פון "לא תבשל" אויף אכילת בשר בחלב.

אמנם,

דער תירוץ איז מתאים 28

בלימוד ע״ד ההלכה,

ס׳איז אבער שווער אזוי צו פארענטפערן כוונת רש״י בפירושו על התורה 29

- מען געפינט ניט אז רש״י זאל ברענגען בפירושו על התורה דעם כלל אז אין לוקין על לאו שבכללות.

ה.

לכאורה וואלט מען געקענט פארענטפערן אז דאם איז ע״ד ווי רש״י זאגט בכמה מקומות 30

אז די תורה איז מוסיף א לאו כדי "לעבור עליו בשני לאווין״

(וכױ״ב)

— ועד״ז בנדו״ד,

אז ביי אכילת בשר בחלב איז מען עובר אויף שני לאווין.

— עפ״ז וואלט מען אויך געקענט מסביר זיין דעם שינוי בלשון רש״י: אין דער ערשטער דוגמא זאגט רש״י "ובא ולמד כאן שלא ישחט ויאכל״,

משא״כ ביי "בשל בשר בחלב" איז ער משנה און זאגט ״והזהיר כאן על אכילתו״

(ניט — "ולמד כאן שאסור באכילה" וכיו״ב),

ווייל ביי "צרם אזן בכור" ווערט דער איסור אכילה אפגעלערנט מכאן

("בא ולמד כאן שלא ישחט ויאכל״)

; משא״כ בבשר בחלב וואם איסור אכילתו ווייס מען שוין פון פריער

(פון דעם וואם עס שטייט ג׳ פעמים "לא תבשל"),

און דא איז דאם בלויז וואם עם קומט צו אן אזהרה-"והזהיר כאן על אכילתו".

אבער דאם איז ניט קיין תירוץ מספיק,

װײל 31

:

א)

סוף־סוף איז דא רש״י פארט מדגיש "והזהיר כאן על אכילתו",

וואם פון דעם איז משמע אז די אזהרה איז ״כאן״ — ניט אז דא איז נתוסף געווארן נאך אן אזהרה.

ב)

ועוד ועיקר: די כוונה פון רש״י בפירושו אויף "לא תאכל כל תועבה" איז

(כנ״ל סעיף א)

צו ארויסברענגען אז דער פסוק קומט לערנען א חידוש,

א נייעם דין ואיסור וואס שטייט ניט במקום אחר — איז ווי פאסט צו ברענ־ גען דערויף א דוגמא פון אן איסור אין וועלכן דער פסוק דא טוט ניט אויף קיין חידוש דין,

נאר ער איז בלויז מוסיף א צווייטן לאו,

"לעבור עליו בשני לא־ ווין"?

!

ו.

וי״ל דעם ביאור בכל זה:

רש״י קומט באווארענען א תמי׳ אין די ווערטער "לא תאכל כל תועבה" כשלעצמן: וויבאלד דא רעדט זיך וועגן זאכן וועלכע דער פסוק אליין איז זיי מתאר אלם ,

תועבה״

(ניט אויסטײטשנדיק וועלכע זיי זיינען)

— והיינו,

אז ס׳איז א דבר ידוע

(ממקום אוזר)

אז זיי זיינען אן ענין של תועבה 32

— איז ניט גלאטיק וואס טוט אויף דער פסוק מיט דער אזהרה "לא תאכל כל תועבה": ווי־ באלד אז זיי זיינען "תועבה" איז מובן אז זיי דארפן זיין ״נתעב״ — מ׳טאר זיי ניט עסן?

דארף מען זאגן,

אז דער פסוק מיינט א סיג מיוחד אין "תועבה",

ייאס לילא דעם ציווי "לא תאכל גו׳" וואלט מען ניט געוואוסט אז ער איז אסור באכילה,

און דוקא פון דער אזהרה "לא תאכל כל תועבה״ — יעדן אופן פון ״תועבה״ — לערנט מען אפ אז אויר אזא "תועבה" איז אסור באכילה.

און דאם איז וואם רש״י איז מחדש גלייך בתחילת פירושו ״כל תועבה — כל שתעבתי לך",

וואם די הדגשה בזה איז דער ווארט "

(תעבתי)

לך": דער תיעוב איז ניט אין דער זאך — נאר ביחס צום גברא,

"תעבתי לך".

והיינו: דא מיינט ניט דער פסוק סתם מאכלות אסורות וועלכע זיינען דברים מתועבים מצד עצמם

(און דאס וואס זיי זיינען אסור בלויז פאר אידן און ניט פאר בני נח,

איז ווייל אויך א דבר מתועב 33

האט די תורה ניט גע׳אסר׳ט צו א בן נח 32 )

:

נאר דא טוט אויף דער פסוק א נייעם גדר — אז עס זיינען פאראן זאכן וואס ״תעבתי לך״: דער ״תיעוב״ איז בלויז ״לד״ — ביחס צו דעם "גברא",

אבער ניט אז די זאך עצמו איז א דבר מתועב.

אויך די זאכן — כאטש זיי זיינען ניט קיין דברים מתועבים — איז "לא תאכל".

[און דאס איז דער המשך הכתובים: נאך דעם ווי תורה זאגט אן דעם איסור פון "לא תתגודדו גו"׳ מצד דעם וואם "עם קדוש אתה לה׳ אלקיך ובך בחר ה׳ להיות לו לעם סגולה מכל העמים אשר על פני האדמה" 34 ,

איז די תורה ממשיך ״לא תאכל כל תועבה״ — "כל שתעבתי לך״,

אז די תיעבה איז נאר מצד מעלת ישראל,

אלס ״עם קדוש ..

לה׳ אלקיך גו"׳].

ז.

אויף דעם ברענגט רש״י די ערשטע דוגמא — "כגון צרם אוזן בכור״ — און זאגט ניט סתם "מטיל מום בקדשים״ —

ווייל דוקא ביי בכור איז מודגש ווי מצד דעם "דבר" גופא איז ניטא קיין תיעוב 35

(און דער תיעוב איז בלויז מצד הגברא)

:

ביי אלע קדשים,

וואס א מום פסל׳ט די בהמה למזבח,

בלייבט אבער די בהמה קדשים ביז מ׳איז זי פודה.

די מציאות פון פסולי המוקדשים

(קודם הפדיון)

איז א דבר האסור

("מתועב")

מצד דער חפצא

(דוקא דורך פדיון ווערט עם מותר באכילה).

משא״כ א בכור בעל מום,

וויבאלד ער איז מותר באכילה

(אן פדי׳),

קומט אויס,

אז אין זיין מציאות איז ניטא קיין דבר מתועב.

דער חסרון

("תיעוב")

דא איז בלויז מצד דעם גברא,

וועלכער האט

(דורך הטלת המום)

מפקיע געווען פון דעם בכור די קדושה צו זיין ראוי למזבח 36

(אבער אויר דערנאד איז דער בכור בעל מום ניט קיין דבר מתועב).

און בלויז מצד דעם,

וואם הטלת מום בבכור איז ״דבר שתעבתי לך״ — ווערט עם אסור באכילה* 36 .

און דערמיט וועט מען אויך פאר־ שטיין פארוואס רש״י:

א)

נוצט דוקא די דוגמא פון "צרם אוזן בכור״ — און ניט אן אנדער מום — ווייל דערמיט איז רש״י מדגיש אז דא האט זיך ניט געשאפן

(דורך הטלת המום)

קיין דבר מתועב אין דעם בכור,

אפילו ניט במובן גשמי כפשוטו.

ווארום צרימת האוזן איז ניט קיין מום וואם איז פוגע באיזה אופן שהוא אין דער בהמה ופעולותי׳,

ואדרבה: דער ענין פון צרימת האוזן איז א דבר הנהוג ורגיל אפילו בבני אדם 37 .

ב)

רש״י איז מוסיף "כדי לשוחטו במדינה״ — דערמיט איז רש״י שולל נאכמער,

אז אפילו דער צער ו,

ואם די בהמה האט פון צרימת האוזן קען ניט גערעכנט ווערן אלם א דבר בלתי רצוי,

וויבאלד ער טוט עס "כדי לשוחטו": אויב אז צוליב אכילת אדם רעכנט מען זיך ניט מיטן צער הבהמה שבשחיטתה,

איז עאכו״ב אז ס׳האט ניט קיין ארט צו רעכענען זיר מיטן צער הכי מועט פון צרימת האוזן,

אויב אז דורכדעם וועט די בהמה קענעז גענוצט ווערן לאכילת אדם.

ח.

עפ״ז וועט אויך רעכט ווערן סיום לשון רש״י "ובא ולמד כאן שלא ישחט ויאכל על אותו המום":

וויבאלד אז אין דער בהמה איז ניטא קיין ״תיעוב״ — ס׳איז נאר וואס ״תעבתי לך",

תורה האט גע׳אסר׳ט דעם גברא צו טאן דאס און דערפאר איז "לא תאכל" — איז דער איסור "לא תאכל"

(ע״ד הפשט)

נאר אויף דעס גברא וואס האט עובר געווען אויף דעם "תעבתי לך".

משא״כ בא אנדערע,

וואס ביי זיי איז ניט געווען די פעולה האסורה — און די זאך אליין איז דאר ניט קיין דבר מתועב — איז ניטא קיין איסור אכילה.

און דאם איז רש״י מדייק:

א)

"ובא ולמד כאן שלא ישחט ויאכל" — ניט אז דער ככור איז געווארן אסור באכילה,

נאר עס איז בלויז אן איסור אויף דעס אדם וואם "צרם אזן בכור כדי לשוחטו",

אז "

(הוא)

לא ישחט

(ווי ער האט געוואלט)

ויאכל".

ב)

״על אותו המום״ - ווארום דער בכור איז ניט געווארן אסור באכילה און ס׳איז ניט קיין דבר מתועב,

עס איז נאר וואם אויף דעם אדם שצרם אוזן הבכור איז דא אן איסור לשוחטו,

מצד זיין פעולה האסורה - כדי עם זאל נתקיים ווערן מחשבתו "צרם אוזן כו׳ כדי לשחטו"

(וואס נאר מצד דעם איז עס ״תעבתי לך״)

- איז במילא פארשטאנדיק,

אז אויב נולד בו מום אחר,

און פון דער בהמה איז סיי ווי נפקע געווארן קדושת הבכור

(למזבח/ איז ניטא קיין ארט פארן איסור מצד "כל שתעבתי לך",

וויבאלד אז אפילו לולא פעולתו האסורה איז די בהמה ראוי׳ לאכילה.

ט.

ע״פ כל זה איז פארענטפערט בפשטות די צווייטע דוגמא פון רש״י — "בשל בשר בחלב כו׳":

רש״י איז מדייק בלשונו "בשל בשר בחלב כו׳״ — ניט ווי לשון הגמרא "מנין לבשר בחלב שאסור באכילה״ — ווייל לויט שיטת רש״י

(בפירושו על התורה,

פשוטו של מקרא)

איז דער גאנצער איסור פון "לא תאכל כל תועבה" נאר אן ענין בשייכות צו דעם גברא וועלכער האט עובר געווען און געטאן א פעולה האסורה

(אפילו ווען אין דער זאך איז ניטא קיין ענין של תיעוב)

:

ועד״ז בעניננו: דער איסור פון אכילת בשר בחלב וואם ווערט אפגעלערנט פון "לא תאכל כל תועבה" איז ניט פאר־ בונדן מיטן גוף המאכל,

נאר מיט דעם גברא וואס האט עובר געווען און מבשל געווען דעם בשר בחלב,

אז צוליב זיין פעולה האסורה אין דעם מאכל איז פאר אינו נאסר געווארן דער מאכל מיט אן איסור נוסף באכילתו

("לא תאכל כל תועבה" 38 ).

משא״כ אנדערע אידן,

וואס האבן ניט עובר געווען אויף דעם איסור פון "בשל בשר בחלב",

זיינען ניט אסור אין דעם מצד "לא תאכל כל תועבה",

נאר בלויז מצד דעם וואס ג׳ פעמים נכתב בתורה "לא תבשל גו"׳.

און דאס איז רש״י מדייק "בשל בשר בחלב ..

והזהיר כאן על אכילתו״ — פון דעם פסוק לערנט מען אפ אן אזהרה מיוחדת

("והזהיר כאן")

צו דעם וואס "בשל בשר בחלב",

וויבאלד אז ער האט געטאן א "דבר שתעבתי לך".

וואם דאס ברענגט ארויס

(כנ״ל)

נאכ־ מער די מעלה פון אידן,

ווי זיי זיינען ״עם קדוש לה'" און אין זיי "בחר ה׳ להיות לו לעם סגולה מכל העמים אשר על פני האדמה".

(משיחת ש״פ ראה תשד״מ)

Reader controls and commentary are loading.