א.
אין הלכות בית הבחירה 1
זאגט דער רמב״ם "המקדש כולו לא הי׳ במישור אלא במעלה ההר
(און ווייטער איז ער ממשיך ומבאר די פרטי החילוקים והעליות כו׳ —)
כשאדם נכנס משער מזרחי של הר הבית מהלך עד סוף החיל בשוה.
ועולה מן החיל לעזרת הנשים בשתים עשרה מעלות בו׳ ומהלך כל עזרת הנשים בשוה ועולה ממנה לעזרת ישראל שהוא תחלת העזרה בחמש עשרה מעלות כו׳ ומהלך כל עזרת ישראל בשוה ועולה ממנו לעזרת הכהנים במעלה גבוהה אמה כו׳ ומהלך כל עזרת הכהנים והמזבח כו׳ ועולה משם לאולם בשתים עשרה מעלות כו׳ והאולם וההיכל כולו בשוה".
דאס וואס דער רמב״ם פאנגט אן
(ומוסיף)
די שלילה — "המקדש כולו לא הי׳ במישור
(אלא במעלה ההר)
",
און זאגט ניט נאר דעם חיוב "המקדש כולו הי׳ במעלה ההר״ — יש לומר:
וויבאלד אז לדעת הרמב״ם,
איז דער קיום מצות עשה "ועשו לי מקדש" 2
ביים בויען דעם בית המקדש — בהמשך צום "משכן שעשה משה רבינו
(במדבר)
",
ווי ער זאגט אין אנפאנג הל׳ בית הבחירה 3
; און ווי ער טייטשט אויך אפ דארט ביי די "דברים" שבבנין הבית 4
:
"ואלו הן הדברים שהן עיקר בבנין הבית,
עושין בו קדש וקדש הקדשים ויהי׳ לפני הקדש מקום אחד והוא הנקרא אולם,
ושלשתן נקראין היכל ועושין מחיצה אחרת סביב להיכל רחוקה ממנה כעין קלעי החצר שהיו במדבר וכל המוקף במחיצה זו שהוא כעין חצר אהל מועד הוא הנקרא עזרה והכל נקרא מקדש".
וואס פון פשטות לשונו איז מובן,
אז די ״דברים״ וואס זײ־ נען "עיקר בבנין הבית" זיינען כעין ובדומה צו דעם וואם עם איז געווען אין משכן 5 .
[ועד״ז זאגט ער ווייטער אין הל׳ בית הבחירה 6
לגבי די "שלש מחנות" וואם זײנען געווען במדבר,
אז אזוי איז אויך "כנגדן לדורות"].
דעריבער וואלט מען געקענט מיינען,
אז כשם ווי דער גאנצער משכן איז
(בפשטות)
געווען אויף איין גלייכן שטח,
נים איין טייל העכער פאר דעם צװײטן,
איז באופן כזה אויר געווען דער מקדש,
דעריבער פאנגט אן דער רמב״ם מים: "המקדש כולוי לא הי׳ במישור
(ווי דער משכן),
אלא במעלה ההר".
ב.
דער רמב״ם איז דאך א ספר פון "הלכות הלכות".
איז מובן,
אז דאם וואס דער רמב״ם איז מתאר אז דער "מקדש כולו לא הי׳ במישור אלא במעלה ההר" איז ניט בלויז דערפאר װײל אזוי איז געווען די צורת הבית בפועל — וויבאלד דער מקדש איז געווען געבויט אויף א הר,
וואם איז נאכאנאנד עולה בשיפוע,
האט מען דערפאר גענזוזט 8
בויען די חלקי .
הבית אלץ העכער און העכער — נארי דאס איז אן ענין של הלכה 10
אין ״מקדש כולו״ 11
— און אין ביידע פרטים פון שלילה און חיוב: דער "מקדש כולו"
(א)
דארף זיין ניט במישור — "לא הי׳ במישור",
און "אלא"
(ב)
ער דארף זיין "במעלה ההר".
ויתירה מזו יש לומר: פון דעם וואט דער רמב״ם איז מדײק צו זאגן בלשון ״לא ..
אלא״ — און ניט "המקדש כולו הי׳ במעלה ההר ולא במישור״ — איז משמע 12
אז דאס איז ניט אן ענין נאר לכתחילה,
נאר א תנאי לעיכובא 13 .
מען דארף אבער פארשטיין: וויבאלד אז דער בנין המקדש איז א המשך פון מצות "ועשו לי מקדש",
וואט קיומה האט זיר אנגעפאנגען מיטן משכן; און די דברים שהן עיקר בבנין הבית זײנען בדוגמא צו די דברים שבמשכן כנ״ל — וואס איז די הסברה וואט אין דעם עניו דארף דער מקדש זײן אנדערש פון דעם משכן 14 ?
און אע״פ אז דער ביהמ״ק איז געווען אין א סך פרטים אנדערש פון דעם משכן,
אנהויבנדיק פון מדת המקדש וכו״כ פרטים בגוף הבנין — איז: א)
אויך בהם דארפן האבן א טעם,
ב)
בכמה מהם — איז דער טעם פשוט,
כמו — דער מקדש איז געווען
(אויך)
מאבנים וכיו״ב,
אסך גרעסער און העכער מהמשכן וכו׳ וויבאלד ער איז געווען לדורות אין זעלבן ארט וכיו״ב,
ג)
דא דוקא איז מען מדגיש ובפרטיות גדולה אז "המקדש כולו לא הי׳ במישור
(ווי דער משכן)
אלא במעלה ההר וכו'".
ג.
ויש לומר הביאור בזה:
די חילוקי מקומות וואם זיינען געווען במקדש ״במעלה ההר״ — וואס דער הילוך פון איין חלק צום צווייטן איז געווען באופן של עלי׳ במעלות — זיינען בהתאם דערמיט וואט יעדערער פון זיי האט אין זיך א תוספת,
אן עלי׳ בקדושה לגבי דעם מקום פאר עם
(ווי דער רמב״ם זאגט אין פרק שלאח״ז 15 ).
ועפ״ז יש לומר,
אז דער דין פון "המקדש כולו לא הי׳ במישור אלא במעלה ההר" איז פארבונדן מיט די עליות הדרגות שבקדושת המקדש — יעדער חלק המקדש וועלכער איז העכער אין שטח מקומו האט א העכערע קדושה 16 .
און דערפאר איז עם א דין נאר אין מקדש און ניט אין משכן — ווייל דאס וואס די חילוקי דרגות בקדושה שאפן א דין אין זייער שטח המקום,
איז פאר־ בונדן מיטן גדר הקדושה וואם איז נתחדש געווארן אין מקדש
(לגבי קדושת המשכן).
די הסברה אין דעם:
עס איז דא א חילוק עיקרי צווישן דעם משכן און דעם בית המקדש: דער משכן איז געווען א בנין ארעי,
כמ״ש 17
"ואהי׳ מתהלך באהל ובמשכן",
ובלשון הרמב״ם הנ״ל אז דער "משכן שעשה משה ..
הי׳ לפי שעה״; משא״כ דער בית המקדש איז געווען א "דירת קבע״ 18 ,
ובלשון הרמב״ם 19
״כױן שנבנה המקדש בירושלים נאסרו כל המקומות כולן לבנות בהן בית לה׳ ולהקריב בהן קרבן ואין שם בית לדורי הדורות אלא בירושלים בלבד ובהר המורי׳" 20 .
און דער אונטערשייד צווישן זיי אין גדר הקדושה איז: אין משכן איז די חלות הקדושה געווען
(בעיקר)
אין דעם בנין וחלקיו — די קרשים ויריעות כו׳
(וואס זיינען נמשח געווארן בשמן המשחה 21
און וועלכע זיינען געווען קבוע),
אין זיי איז ניט געווען קיין שינוי; אין ביהמ״ק אבער איז אויף 22
געווען ״קדושת מקום״ 23
— דער עצם מקום המקדש איז נתקדש געווארן; און אין צוויי זאכען: א)
דוקא בנוגע לבית המקדש זאגט מען בפרשתנו 24
"המקום אשר יבחר ה׳ אלקיכם בו",
ב)
ס׳איז געווען די מעשה הקידוש פון קרקע
(רצפה)
המקדש כו׳ 25 .
און אע״פ או אויר בנוגע ד עם משכן שטייט אין פסוק 26
(ביי א סוטה)
"ומן העפר אשר יהי׳ בקרקע המשכן יקה הכהן״ — איו עס א)
געווען נאר ארעי — "לפי שעה",
ב)
אפילו אויך באותה שעה — איז עם געווען ניט צוליב דער קדושה פון דעם מקום 27
וקרקע מצד עצמו,
נאר מצד דעם אהל מועד
(יריעות וקרשים)
— המשכן וועלכער איז געשטאנען אריח דעם קרקע.
ומהאי טעמא איז דא א חילוק צווישן מקום המשכן און מקום המקדש,
אז ביים משכו,
נאך דעם ווי מ׳האט אים פורק געווען און נסעו משם 28 ,
איז ניט געבליבן קיין שום קדושה במקום הראשון 29
(ובדוגמא ווי דאס איז געווען ביים הר סיני נאך מ״ת 30 ,
"במשוך היובל המה יעלו בהר" 31 )
;
משא״כ ביים בית המקדש 32 ,
איז דער דין,
ווי דער רמב״ם פסק׳נט 33 ,
אז "מקריבין הקרבנות כולן אע״פ שאין שם בית בנוי ואוכלין קדשי קדשים בכל העזרה אע״פ שהיא חריבה ואינה מוקפת במחיצה".
וויבאלד דער מקום עצמו איז נתקדש געווארן
(״מפני השכינה״ 34 )
— ״המקום אשר יבחר גו׳״ — די בחירה איז אין דעם מקום,
דעריבער בלייבט דארט קדושה
(לעולם ועד) 35 .
ד.
עפ״ז איז מובן וואם דוקא אין מקדש איז געווען דער חידוש,
אז "המקדש כולו לא הי׳ במישור אלא במעלה ההר" און די פרטי החילוקים אין די עליות ממקום למקום אין בית המקדש:
דוקא אין מקדש וואס איז דא א קדושה בשייכות צום ״מקום״ גופא — דער מקום איז א "מקום אשר יבחר ה׳ גו׳״ — דארט איז שייך זאגן אז די חילוקי הקדושה אין מקדש שאפן חלוקים אין מקום המקדש,
אין גובה השטח פון די מקומות,
מיט וואם איין מקום איז אויסגעטיילט פון צווייטן מקום.
ווארום די קדושת מקום פון ביהמ״ק איז ניט
(נאר)
א קדושה כללית,
גלייך אין דעם גאנצן ביהמ״ק,
נאר עס זיינען דא חילוקי דרגות אין קדושת המקום בהתאם צו דרגות הקדושה פון די חלקי הבית — היכל,
עזרה.
[און אויך די קדושה מיוחדת פון דעם מקום פרטי איז געבליבן אויף שטענדיק — ״אע״פ שאין שם בית בנוי",
ווי פאר־ שטאנדיק
(אויר)
פון דעם רמב״ם הנ״ל אז "אוכלין ק״ק בכל העזרה אע״פ שהיא חריבה כו׳",
וואס אכילת ק״ק איז מקומה בעזרה 36 ].
משא״כ דער משכן וואס איז ניט געווען אינעם אופן פון קביעות במקום — ס׳איז ניט געווען א "מקום אשר יבחר ה׳",
נאר קדושת המשכן איז געווען אין די
(חלקי)
אהל מועד,
קרשים ויריעות וכר — דעריבער איז ביים משכן ניט געווען,
ניט נמשך און נקבע געווארן דער אונטערשייד פון קדושת חלקי המשכן אין דעם מקום במדבר — וואו ס׳איז געווען
(ארעית)
חניית המשכן.
און דערפאר איז דער מקום המשכן געווען ״במישור״ — אין שטח המשכן גופא איז איין מקום
(פון חלק)
המשכן ניט געווען אויסגעטיילט פון א צווייטן מקום.
און דערפאר איז דער רמב״ם מדגיש דעם חילוק צווישן משכן און מקדש — כאטש עם זיינען פאראן
(כנ״ל)
כו״כ חילוקים ביניהם — ווייל דוקא אין דעם וואס "המקדש כולו לא הי׳ במישור אלא במעלה ההר"
(די חילוקי עליות פון די חלקי המקדש)
דריקט זיך אוים א חידוש עיקרי פון דעם מקדש לגבי דעם משכן — זייענדיק דער "מקום אשר יבחר ה"׳ האט דער מקדש וחלקיו אויפגעטאן אין מקומו — אין קדושת המקום.
ה.
לפ״ז דארף מען אבער פארשטיין:
לפי הנ״ל,
אז די עליות אין שטח המקום זיינען פארבונדן מיט די דרגות שונות ועליות אין קדושת המקום,
וואס העכער ס׳איז געווען די קדושה פונעם חלק המקדש אלץ העכער איז געווען זיין
(שטח)
מקום — פארוואם זיינען ניט געווען קיין מעלות
(וריבוי מעלות)
ארויפצוגיין צום קדש הקדשים?
דער קה״ק איז דאך געווען
(כשמו קודש לגבי הקדשים)
אויםגעטײלט בקדושתו פון אלע חלקי הבית,
און ווי דער רמב״ם פירט אויס אין ווייטער־ דיקן פרק 37
אז די העכסטע קדושה 38
איז אינעם בית קדש הקדשים "שאין נכנס לשם אלא כה״ג ביוהכ״פ בשעת העבודה".
האט ער דאך געדארפט זיין העכער
(א סך העכער)
בשטח מקומו?
!
וועט מען דאם פארשטיין בהקדם הביאור בהנ״ל,
אינעם הפרש צווישן משכן און מקדש,
לויטן סגנון פון תורת החסידות 39
:
דער משכן,
וואם איז געווען א דירת ארעי
(כביכול)
צום אויבערשטן,
איז געווען געבויט פון עצים
(קרשים)
— צומח און יריעות —
(טיילווייז געמאכט פון)
חי
(בלויז דער קרקע,
אויף וועלכן מ׳האט עם לפי שעה מקים געווען איז געווען דומם,
עפר 40 )
: משא״כ דער ביהמ״ק,
וואם איז געווען א "דירת קבע" של הקב״ה,
איז געווען געבויט בעיקר פון אבנים
("ואין בונים בו עץ בולט כלל אלא או באבנים או בלבנים״ 41 )
— דומם,
וואס איז נידעריקער פון סוג הצומח וחי.
און ס׳איז מבואר דער טעם בזה: ענינו של משכן איז געווען
(ניט אזויפיל אויף צו פועל זיין א שינוי קבוע אין גשמיות העולם,
נאר)
(בעיקר)
צו ״אפשפיגלען״ דעם סדר ההשתלשלות דהעולמות 42 .
און דעריבער איז דער בנין המשכן געווען בהתאם ווי די ענינים ווערן נמשך אין סדר ההשתלשלות,
דער מכסה המשכן למעלה איז געווען פון ״חי״ אזוי אויך די יריעות עזים שלמטה ממנו,
און
(ברובן)
די יריעות שלמטה מהן.
למטה מזה מיעוטא דיריעות המשכן און די נידעריקע חלקי המשכן,
קרשי המשכן,
איז געווען פון צומח,
און נאך נידעריקער די אדנים און דער קרקע המשכן,
איז געווען כסף ועפר,
דומם.
דער יתרון און אויפטו פון בית המקדש
(לגבי דעם משכן)
איז אין דעם וואס דורך אים פירט זיך אויס די כוונה פון נתאוה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים 43
דוקא,
אז די קדושה,
די השראת השכינה,
זאל נמשך ווערן און דורכנעמען די וועלט,
ביז צו דער נידעריקסטע דרגא פון גשמיות העולם — אויך דעם סוג פון דומם,
אין וועלכן עם זעט זיך ניט בגלוי זיין חיות און זיין רוחניות.
און וויבאלד אז דער בית המקדש איז ענינו צו ממשיר זיין השראת השכינה אין וועלט באופן אז די קדושה זאל דורכנעמען און מעלה זיין די גשמיות,
דערפאר האט זיך דאם אויסגעדריקט אויך אין דער גשמיות׳דיקער מציאות פון וועלט גופא — אז דער ארט וואו דער בית המקדש איז געשטאנען איז געווען בהר,
העכער פון די מקומות סביבו 44
; און וואם העכער די עלי׳ און מדריגת הקדושה במקדש,
אלץ העכער בגשמיות איז אויך געווען דער מקום גשמי.
משא״כ דער משכן,
וואס
(עיקר)
ענינו איז ניט געווען אז די השראת השכינה שבו זאל דורכנעמען גשמיות העולם ביז דעם דומם,
דעם ארץ,
שאין למטה ממנו — דעריבער איז די השראת השכינה און די קדושה שבו כאילו פארבליבן ווי א באזונדער מציאות,
דאס האט זיך ניט אפגעשפיגלט אין דעם מקום גשמי.
און דעריבער,
כאטש אין משכן זיינען געווען חילוקים אין דרגות הקדושה,
איז ער אבער געווען — בהמקום בעולם הזה — כולו במישור,
ניט אויפגעהויבן בהתאם למדריגת הקדושה,
במישור אפילו מיט׳ן מקום המדבר.
ו.
עפ״ז איז אויך מובן דער טעם פארוואם דער קדש הקדשים במקדש,
דער מקום המקודש ביותר,
איז ניט געווען אויסגעטיילט בגובהו פון דעם היכל המקדש:
דער ענין אז די קדושה רוחניות פון מקדש פועלט אין דער עלי׳ פונעם גשמיות׳דיקן מקום — און וואט דערפאר איז אײן מקום העכער פאר דעם צווייטן,
לויט די חילוקים אין דער קדושה — איז שייר בנוגע אזעלכע מדריגות אין קדושה וואט די נידערי־ קערע דרגא איז בערך דער העכערער,
העכער
(נאר)
"בשתים עשרה מעלות" וכיו״ב; ווען עם רעדט זיר אבער וועגן אזא מדריגה אין קדושה וואס איז העכער באין ערוך
(ביז צו זיין העכער פון דעם גדר פון מעלה ומטה)
- ביי א דרגא נעלית באין ערוך — איז ניט שייך אז דאס זאל זיך אויסדריקן אין א צאל טרעפ,
מעלות — אין גובה מדוד ומוגבל,
ובמילא — ניט אין גובה מקום גשמי.
און דאס איז דער חילוק צווישן שאר חלקי המקדש אוו — קדש הקדשים: חלקי המקדש,
איז די קדושה פון אײנעם העכער,
אבער בערך,
האט אן ערך צו דעם חלק ומדריגת הקדושה הסמוכה — און מתאים לחילוק הערך איז דער חילוק ביניהם אין דעם מספר און גובה המעלות בין מקום למקום,
איינער איז העכער פון צווייטן אויר בגשמיות.
אבער ביי
(דער קדושה פון)
קדש הקדשים,
וואט דארטן איז געוועז גילוי בהמקוס פון
(עצמות,
פון)
נמנע הנמנעות 45
אין דעם מקום הארון
(שאינו מן המרה 46 ),
וואט איז שלא בערך כלל צו שאר חלקי המקדש,
העכער בכלל פון דעם גדר פון מעלה ומטה — אזא העכערקייט קען ניט אויטגעדריקט ווערן
(אפילו בכעין רמז ודוגמא)
אין א גובה פון א מקום גשמי,
וואט איז מדוד ומוגבל.
ז.
נאד אן ענין אין דעם - ובהקדים הדיוק אין לשון הרמב״ם "כשאדם נכנם משער מזרחי של הר הבית מהלך עד סוף החיל בשוה ועולה מן החיל לעזרת הנשים בשתים עשרה מעלות כו׳ ומהלך כל עזרת הנשים בשוה ועולה כו׳",
אז ביי די מעלות ועליות רעדט ער
(ניט אזוי וועגן גובה המקום מצ״ע,
נאר)
ווי דער אדם איז מהלך ועולה.
ויש לומר אז דער רמב״ם איז דער־ מיט מרמז אז די אלע מדריגות אין קדושה וואס דער מענטש איז "הולך" מדרגא לדרגא,
איז דאס באופן של "עולה",
עס מוז פועל זיין עלי׳ בהאדם,
ער דארף זיד אויפהויבן און עולה זײן מדרגא לדרגא 47 .
בשעת עם קומט אבער צו מדריגות קודש הקדשים,
איז ניט דער אופן אז דער אדם איז ״הולך ..
ועולה",
ער שטייגט העכער אין זיינע עליות בקודש,
נאר ער איז כולו בביטול במציאות לגמרי,
"כולו בשוה" 48 .
און דאס איז פארבונדן מיט דעם ביהמ״ק וועלבער איז "
(ושכנתי)
בתוכם" 49 ,
מיט דער בחינה פון "קודש הקדשים" וואס איז אין דעם מקדש הפרטי פון יעדן אידן,
פנימיות דפנימיות הלב,
בחי׳ יחידה שבנפש 50 ,
וואט אין אים איז ניטא קיין ציור והגבלה,
ועל אחת כמה וכמה ניטא קיין התפשטות
(וואם איז נרמז 51
אין דעם קוץ שעל היו״ד 52 ),
וואם מצד איר איז א איד "מבטל ומסלק את עצמו ורצונו ליבטל אליו ית׳" 53 ,
און אין דעם איז די עצם ההתקשרות פון אן אידן — וואם איז העכער פון גדר וציור,
יחידה לייחדך,
בדוגמת כניסת כהן גדול
(אלם א שליח פון "כל עמך בית ישראל בכל מקום שהם")
אחת בשנה לקדש הקדשים.
(משיחת ש״פ מסעי תשד״מ)