B"H
🏡

Ikar

עקב ב

א.

אין סוף הלכות מזוזה 1

זאגט דער רמב״ם,

וז״ל:

חייב אדם להזהר במזוזה מפני שהיא חובת הכל תמיד.

וכל זמן שיכנס ויצא יפגע 2

ביחוד השם שמו של הקדוש ב״ה ויזכור אהבתו ויעור משנתו ושגיותיו בהבלי הזמן 3 .

וידע שאין דבר העומד לעולם ולעולמי עולמים 4

אלא ידיעת צור העולם ומיד הוא חוזר לדעתו והולך בדרכי מישרים.

אמרו חכמים הראשונים 5

כל מי שיש לו תפילין בראשו ובזרועו 6

וציצית בבגדו ומזוזה בפתחו מוחזק הוא 7

שלא יחטא שהרי יש לו מזכירין רבים והן הם המלאכים שמצילין אותו מלחטוא שנאמר 8

חונה מלאך ה׳ סביב ליראיו ויחלצם.

בריר רחמנא דסייען.

דארף מען פארשטיין: פארוואם ברענגט דער רמב״ם דעם מאמר "כל מי שיש לו תפילין כו׳ וציצית כו׳ ומזוזה כו׳" דא אין הלכות מזוזה 9 ,

און ניט פריער אין הלכות תפילין 10

(די ערשטע מצוה וואס ווערט דערמאנט אין דעם מאמר)?

עכ״פ — אויך דארטען?

און אויב דער רמב״ם וויל ברענגגען דעם מאמר נאכדעם ווי ער זאגט די הלכות פון אלע דריי מצות — האט ער דאם געדארפט ברענגען שפעטער,

אין הלכות ציצית

(וואט קומט נאך די אנדע־ רע צוויי הלכות)?

ובפרט אז דער ענין הזכירה שטייט מפורש אין תורה 11

ביי מצות ציצית,

"וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה׳״ 12

(ניט בנוגע צו

(תפילין ו)

מזוזה)

— און ווי דער רמב״ם עצמו ברענגט דאס אראפ בסוף הל׳ ציצית — האט ער דארט

(בסוף הל׳ ציצית)

געדארפט ברענגען

(אויך)

דעם מאמר וועגן די "מזכירין רבים"?

נאכמער: דער מקור פון דעם מאמר "כל מי שיש לו תפילין בראשו כו'" איז טאקע אין

(מס׳ מנחות 13

— אין)

דער סוגיא וועגן מצות ציצית,

און אזוי אויך אין רי״ף

(און רא״ש 14 )

ווערט דער מאמר געבראכט מסוף)

הל׳ ציצית 15

— פארוואם ברענגט עם דער רמב״ם

(ניט אין הלכות ציצית,

נאר)

אין הל׳ מזוזה 16 ?

ב.

אויך דארף מען פארשטיין דעם שינוי אין לשון הרמב״ם לגבי לשון הגמרא — וז״ל הגמרא:

כל שיש לו תפילין בראשו ותפילין בזרועו וציצית בבגדו ומזוזה בפתחו הכל בחיזוק שלא יחטא שנאמר 17

והחוט המשולש לא במהרה ינתק.

ואומר 7

חונה מלאך ה׳ סביב ליראיו ויחלצם.

היינו: דער רמב״ם איז

(א)

משמיט

(לי ראי׳ פון)

דעם ערשטן פסוק וואם די גמרא ברענגט "שנאמר והחוט המשולש לא במהרה ינתק",

און איז

(ב)

מוסיף "שהרי יש לו מזכירין רבים והן הם המלאכים שמצילין אותו מלחטוא".

די הוספה פון רמב״ם יש לבאר בפשטות,

אז דער רמב״ם וויל מוסיף זיין ביאור 18

אין דברי הש״ס

(כדרך הרמב״ם,

ובכלל — כדרכן של בתראי לגבי קדמאי 19 )

; עם איז אבער ניט מובן פאר־ וואם איז דער רמב״ם משמיט אן ענין וואס ווערט געבראכט אין ש״ם,

ובפרט אז דאס שטייט בש״ם אלם דער ערשטער ענין?

לכאורה וואלט מען אויף דעם גע־ קענט ענטפערן: לויט שיטת הרמב״ם זיינען תפילין של יד ותפילין של ראש צוויי באזונדערע מצות 20 ,

ביז אז דער רמב״ם רעכנט זיי אלם צוויי מצות אין מנין תרי״ג מצות 21

— און דעריבער איז ניט מתאים צו ברענגען דעם פסוק "והחוט המשולש 22

לא במהרה ינתק" 23 ,

וויבאלד אז לדעת הרמב״ם זיינען עם

(ניט דריי מצות,

נאר)

פיר מצוח.

ס׳איז אבער ניט מסתבר אז מטעם זה איז עם דער רמב״ם משמיט: א)

אפילו מצד דעם וואס דאם זיינען פיר מצות,

איז די הוספה פון דער פערטער מצוה ניט גורע פון דער מעלה פון "והחוט המשולש לא במהרה ינתק" 24

(יש בכלל מאתיים מנה).

ב)

סו״ס אויך לדעת הרמב״ם זיינען דא פאראן דריי סוגי מצות — תפילין

(של ראש ושל יד) 25 ,

ציצית און מזוזה 26 .

ג.

וי״ל אז מען קען דאס פארשטיין בהקדים לבאר וואם ביי מזוזה איז דער רמב״ם מדייק צו זאגן "חייב אדם להזהר במזוזה״ — אנדערש ווי ביי ציצית 27 ,

וואו ער זאגט 28

"

(לעולם יהא אדם)

זהיר במצות ציצית שהרי הכתוב שקלה ותלה 29

בה כל המצות כולן שנאמר 11

וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה׳".

לכאורה יש לומר: דאם וואם דער רמב״ם זאגט "חייב אדם להזהר במזוזה מפני שהיא חובת הכל תמיד",

איז כוונתו,

אז כאטש מזוזה איז א "מצוה שאינה חובה על האדם אלא דומין לרשות ..

שאין אדם חייב לשכון בבית החייב במזוזה כדי שיעשה מזוזה אלא אם רצה לשכון כל ימיו באהל או בספינה ישב״ 30

— פונדעסטוועגן דארף א איד זיך משתדל זיין אוועקצושטעלן זיר אין א מצב אז ער זאל יע זיין מחוייב אין דער מצוה 31

— ער זאל האבן א בית,

א חדר צו קענען מקיים זיין מצות מזוזה 32

; און וויבאלד אז די כוונה אין רמב״ם איז די השתדלות ער זאל זיך צו־ ברענגען לידי חיוב מזוזה

(וואם די השתדלות איז א פעולה אין אן ענין של רשות),

זאגט דער רמב״ם דעם לשון "חייב אדם להזהר במזוזה",

ניט "מצות מזוזה".

[ועפ״ז יומתק 33

וואם ביי ציצית זאגט דער רמב״ם "לעולם יהא אדם זהיר במצות ציצית": ביי ציצית קומט דאר די הלכה "לעולם יהא אדם זהיר במצות ציצית" נאכדעם ווי דער רמב״ם האט געזאגט אין דער פריערדיקער הלכה ״אע״פ שאין אדם מחוייב לקנות לו טלית ולהתעטף בה כדי שיעשה בה ציצית,

אין ראוי לאדם חסיד שיפטר עצמו ממצוה זו אלא לעולם ישתדל להיות עטוף בכסות המחוייבת בציצית כדי שיקיים מצוה זו.

ובשעת התפלה צריך להזהר ביותר גנאי גדול הוא לתלמידי חכמים שיתפללו והם אינם עטופים";

איז מובן,

אז דער המשך

(אין דער לעצטער הלכה)

"לעולם יהא אדם זהיר במצות ציצית" איז די כוונה

[ניט די השתדלות צו האבן א בגד אויף קענען מקיים זיין מצות ציצית — ווארום דעם ענין האט שוין דער רמב״ם געזאגט

(ובאריכות)

אין דער פריערדיקער הלכה — נאר די כוונה דערביי איז]

אז ער זאל שטענדיק מקיים זיין די מצוה,

זיין עטוף בציצית.

דעריבער זאגט דער רמב״ם דעם לשון "לעולם יהא אדם זהיר במצות ציצית",

ווייל ער רעדט וועגן דער זהירות אין קיום המצוה,

אין דעם בגד מצוייץ וואס ער האט שוין].

ס׳איז אבער א דוחק לפרש כן,

ווארום וויבאלד דא

(ביי מזוזה)

רעדט זיך פארט וועגן א זהירות והשתדלות אין אן ענין של רשות

(ניט קיין "חובה על האדם"),

איז ניט מתאים כ״כ דער לשון "חייב אדם להזהר",

וואס משמעו איז חובה

(של מצוה) 34 ,

און דער רמב״ם האט לכאורה געדארפט 35

נוצן דעם לשון השתדלות וכיו״ב — ווי מיר געפינען טאקע בכגון דא בלשונו ביי מצות ציצית

(כנ״ל)

״אע״פ כו׳ אלא לעולם ישתדל להיות עטוף כו׳".

לכן משמע סו״ם,

אז "חייב אדם להזהר במזוזה" מיינט דעם חיוב במצות מזוזה — והדרא קושיא: פארוואס שרייבט ד ער רמב״ם דא ניט מפורש "להזהר במצות מזוזה"?

ד.

ויש לומר הביאור בזה:

דאם וואם דער רמב״ם זאגט "חייב אדם להזהר" מיינט ער ניט דעם חיוב הזהירות אין זיין מקיים זיין מצות מזוזה,

נאר די זהירות אין דער פעולה אויף עם 36

פון דעם חפצא פון מזוזה ותוכנה,

און יוי ער איז דאם מפרט אינעם המשך דבריו "וכל זמן שיכנס ויצא יפגע ביחוד השם שמו של הקב״ה ויזכור אהבתו ויעור משנתו ושגיותיו בהבלי הזמן וידע שאין דבר העומד לעולם ולעולמי עולמים אלא ידיעת צור העולם ומיד הוא חוזר לדעתו והולך בדרכי מישרים".

דער ענין אין מזוזה

("וכל זמן שיכנס כו׳״)

איז ניט דער קיום מצות מזוזה 37

— די מעשה המצוה איז "קביעתה

(בפתח הבית)

זו היא המצוה" 38 ,

און דער המשך קיומה 39

פון דער מצוה,

באשטייט אין דעם וואס ער האט א מזוזה אויפן פתח הבית איו וועלכן ער איז דר

(קיום מצות מזוזה איז ניט בלויז אין די זמנים "שיכנס ויצא")

; ד.

ה.

ס׳איז ניט וואס דער אדם דארף טאז איז קיום המצות,

נאר

(אדרבה),

וואס די חפצא פון דער מצוה דארף פועל זיין אויפן אדם: וויבאלד אז די מזוזה אנטהאלט אין זיר "יחוד השם,

שמו של הקב״ה",

דארף עס ביים אידן ארויסרופן דעם "יזכור 40

אהבתו ויעור משנתו כו׳ וידע כו׳".

ולפ״ז קומט אויס,

אז דער ענין פון "חייב אדם להזהר במזוזה" איז א דבר נוסף אויפן קיום המצוה: האבנדיק א מזוזה על פתח ביתו,

דארף די זהירות 41

אין מזוזה זיין באופן אז "כל זמן שיכנס ויצא יפגע ביחוד השם כו׳ ויזכור אהבתו כו׳" ביז עס ברענגט אים אז "והולך בדרכי מישרים".

ה.

עפ״ז וועט מען פארשטיין פאר־ וואם דער רמב״ם ברענגט דעם מאמר "כל מי שיש לו כו׳" דוקא אין הל׳ מזוזה — ווייל דוקא מזוזה איז א "מזכיר" מצד דעם חפצא שלו.

ביי תפילין זאגט דער רמב״ם 42

: קדושת תפילין קדושתן גדולה היא שכל זמן שהתפילין בראשו של אדם ועל זרועו הוא עניו וירא שמים ואינו נמשך בשחוק ובשיחה בטילה ואינו מהרהר מחשבות רעות אלא מפנה לבו בדברי האמת והצדק לפיכך צריך אדם להשתדל להיותן עליו כל היום שמצותן כך היא.

ביי מצות ציצית איז לשון הרמב״ם

(כנ״ל)

״מצות ציצית ..

הכתוב שקלה ותלה בה כל המצות כולן".

קומט אוים,

אז לויטן רמב״ם איז דא א חילוק עיקרי צווישן די דריי מצות באופן פעולתן על האדם המקיימן:

ביי תפילין איז די פעולה על האדם מצד "קדושת תפילין",

וואס דאס איז ניט דער עצם חפצא דתפילין 43

אדער פון דער מהות המצוה 44

;

אויך ביי ציצית — דאם וואם זי רופט ארוים ביים אדם די זכירת כל המצות,

איז עם ניט פארבונדן מיט דער חפצא פון ציצית מצד עצמה,

נאר דערפאר וואס "הכתוב שקלה ותלה בה כל המצות כולן״ — ע״פ הציווי בתורה איז דער קיום המצוה אויםגעשטעלט אין אזא מנין החוטיו כו׳ וצבע תכלת וכו׳ וואם זיינען מרמז ומזכיר אלע מצות 45

— אבער ניט אז די חפצא פון ציצית איז פועל די זכירה

[ומהאי טעמא איז דער מזכיר פארבונדן מיט מצות ציצית — ד.

ה.

דערמיט וואם דער אדם איז מקיים מצות ציצית דערמאנט אים די מצוה

(ע״י הנ״ל)

אויף אלע תרי״ג מצות].

משא״כ ביי מזוזה 46 ,

וואס אנטהאלט "יהוז־ השם שמו של הקב״ה* 46 ,

איז די עצם 47

מזוזה 48

א "מזכיר" 49 .

ועפ״ז יש לבאר ג״כ פארוואס דער רמב״ם ברענגט ניט דעם פסוק "והחוט המשולש לא במהרה ינתק״

(משא״כ אין גמרא)

:

פון לשון הפסוק "והחוט המשולש לא במהרה ינתק" איז מוכח,

אז די מצות עצמן,

זייענדיק דריי צוזאמען,

פאר־ היטן זיי אים "שלא יחטא" 50 ,

ד.

ה.

דער זכות פון מקיים זיין

(זיין מסובב פון)

די דריי מצות,

איז שטארק צו זיין א הגנה פון חטא,

און דערפאר "הכל בחיזוק שלא יחטא".

דער רמב״ם רעדט אבער וועגן פאר־ שידענע פעולות ע״י די מצות 51 ,

ניט מצד זכות קיומן אלם "חוט המשולש״— וכנ״ל — דעריבער 52

פאסט ניט צו ברענגען דעם ענין פון "והחוט המשולש גו׳" 53 .

ו.

ע״פ כל הנ״ל קען מען פארענט־ פערן אן ענין תמוה דא אין רמב״ם:

בדפוסים שלפנינו 54

שטייט בסיום הלכות מזוזה "בריך רחמנא דסייען".

ולכאורה,

דרכו של הרמב״ם בכ״מ צו שרייבן דעם לשון בסיום פון א ספר 55

(אדער לכמה גירסות 56

אויך בסיום פון א ״הלכה״ - כללית* 56 ),

אבער ניט אינמיטן המשך ההלכות - פארוואם איז דא דער רמב״ם מוסיף דעם סיוס־שבח "בריר רחמנא דסייען״ באמצע ההמשר - הלכות תפילין מזוזה וס״ת זיינען איין המשך פון הלכות?

ע״פ הנ״ל יש לומר,

אז דער לשון האט א שייכות מיוחדת צו הלכות מזוזה:

אין דעם וואס די דריי מצות — תפילין מזוזה און ציצית — זיינען פועל און העלפן א אידן בעבודתו,

איז דער ענין פון ״מסייע״ צוגעפאםט בעיקר ביי מזוזה,

זייענדיק א מצוה וואם איר חפצא,

דער "יחוד השם שמו של הקב״ה"

[און ווי דער רמב״ם זאגט פריער אין הל׳ מזוזה 57 ,

אז זי איז א "מצוה גדולה שהיא יחוד השם של הקב״ה ואהבתו ועבודתו״]

— איז מסייע דעם אידן.

משא״כ ביי די אנדערע צוויי מצות — ביי תפילין איז אופן פעולתן,

ניט מצד החפצא פון תפילין נאר מצד קדושתן

(כנ״ל),

פאסט ניט זאגן אז דער אויבער־ שטער האט געגעבן תפילין אלס א מזכיר,

א מסייע;

ועד״ז במצות ציצית וואס "הכתוב שקלה ותלה בה כל המצות כולן״ — ניט אז די עצם מציאות פון ציצית איז מזכיר ומסייע דעם אידן

(וכנ״ל).

און דעריבער פירט אויס דער רמב״ם במצות מזוזה דוקא — א ברכה ושבח אויף דעם וואס דער אויבערשטער האט געגעבן א מזכיר,

א מסייע.

ז.

בעומק יותר: מיט דער הוספה "בריך רחמנא דסייען" קומט צו א תוספת הסברה אין דער פעולה מיוחדת פון מזוזה און איר אנדערשקייט פון מצות תפילין וציצית:

דער ענין פון ״מסײע״ אין א זאך,

פאסט צו זאגן ווען איינער העלפט־צו דעם צווייטן צו טאן די זאך,

אבער ניט ווען דער העלפער אליין טוט די גאנצע זאך — דעמאלט איז ער ניט קיין מסייע,

נאר דער

(גאנצער)

עושה: ולאידך,

ווען יענעמם הילך איז אזא וואס פארזיכערט ניט אז דער מסתייע זאל קענען אפטאן די זאך,

איז דאס אויך ניט דער אמת׳ער סיוע.

און אין דעם איז

(אייך)

דער אויפטו פון מזוזה לגבי תפילין וציצית:

בנוגע צו תפילין זאגט דער רמב״ם כנ״ל,

אז דורך דעם וואס "קדושתן גדולה" איז "כל ומן שהתפילין בראשו של אדם ועל זרועו הוא עניו וירא שמים ואינו נמשך בשחוק ובשיחה בטילה ואינה מהרהר מחשבות רעות אלא מפנה לבו בדברי האמת והצדק".

ד.

ה.

אז די תפילין זיינען ניט

(בלויז)

מסייע דעם אדם בעבודתו 58 ,

נאר קדושתן של התפילין עצמה ווירקט און טוט אויף אין דעם אדם,

ער זאל בשעת מעשה זיין אן "עניו וירא שמים כו׳".

ביי מצות ציצית,

וואס "הכתוב שקלה ותלה בה כל המצות כולן שנאמר וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה׳",

איז עס לאידך גיסא — די מצוה דער־ מאנט דעם אידן אלע מצות,

דערביי ווערט אבער ניט געזאגט,

אז די זכירה איז א סיוע און הילך 59

אין מקיים זיין די מצות בפועל: עס דערמאנט אלע מצות,

אבער לאו דוקא עד כדי כך,

אז זײענ־ דיק פארטאן אין הבלי הזמן וכיו״ב זאל די זכירה אים העלפן צו ברענגען אים צום קיום פון אלע מצות בפועל 60 .

משא״כ במזוזה

(זאגט דער רמב״ם)

"כל זמן שיכנס ויצא יפגע ביהוד השם .

שמו של הקב״ה ויזכור אהבתו וישר משנתו ושגיותיו בהבלי הזמן וידע שאין דבר העומד כו׳ ומיד הוא חוזר לדעתו והולך בדרכי מישרים".

ד.

ה.

פון איין זייט איז עם ניט ווי ביי

(קדושת)

תפילין,

וואם אלץ וואס דער אדם קומט צו ע״י מצוה זו,

איז די פעולה פון די תפילין,

ניט דורך עבודתו הוא — משא״כ ביי מזוזה איז דער יחוד השם פון מזוזה מוכיר ומעורר דער אדס אז ער זאל

(דורך דער מזוזה)

געדענקען "אהבתו" און "יעור משנתו" א.

א.

וו.

ומצד השני,

איז עם ניט ווי ביי מצות ציצית,

וואס "הכתוב שקלה ותלה בה כל המצות ..

וזכרתם את כל מצות ה׳",

אבער זי ווירקט ניט אויף דעם אדם צו שטעלן זיך אינעם מצב פון שינוי גברא: דאקעגן ביי מזוזה איז דאס באופן,

אז דאס פועלט אז דער גברא זאל נשתנה ווערן דורך דעם וואס "יזכור אהבתו ויעור משנתו ושגיותיו בהבלי הזמן",

ביז אז ער איז "חוזר לדעתו" און ער איז "הולך בדרכי מישרים".

און דערמיט איז מובן,

אז דער אמת׳־ ער ענין פון "מסייע",

ביז אז דאם רופט ארוים ביים מסתייע צו בענטשן דער־ פאר דעם אויבערשטן,

איז דוקא ביי מזוזה,

וואס איז מסייע דעם אידן אז ער זאל גיין בדרך הישר.

ח.

ע״פ הנ״ל איז אויר מובן,

וואם דעם ענין פון "מזכירין רבים כו׳ שמצילין אותו מלחטוא",

ברענגט דער רמב״ם דוקא ביי מזוזה — ווייל בעצם איז דאם דער אמת׳ער גדר פון "מזכיר":

די אמת׳ע און שלימות׳דיקע פעולה פון מזכיר זיין איז

(ניט בלויז א דער־ מאנונג פון א זאך,

וועלכע איז ניט פאר־ בונדן מיט א ווירקונג במעשה

(אדער עכ״פ "כאילו עשה"),

נאר בלשון ופירוש הידוע)

— "נזכרים ונעשים" 61 ,

אז די זכירה איז באופן כזה אז עס פועלט און מאכט אן עשי׳ 62 .

[וע״ד זכירת יצי״מ 63 ,

װאס די זכירה בשלימות איז — בשעת ס׳איז באופן אז ער איז דאס רואה ומרגיש)

— "חייב 64

..

לראות את עצמו כאילו הוא יצא היום 65

ממצרים"].

און אזא "מזכיר" איז דוקא במזוזה,

וכנ״ל אז מזוזה

(איז מסייע און)

פועלט אז ער זאל זיך איבערשטעלן אין א מצב הראוי און גיין "בדרכי מישרים".

ט.

אט דער ״םױע״ פון מזוזה איז ניט נאר אין דער איכות פון סיוע כנ״ל,

נאר אויך אין דער כמות שבזה:

אין סדר החיים פון

(רוב)

אידן זיינען פאראן בכללות צוויי מצבים — ווי דער איד געפינט זיך "בפנים",

בד׳ אמות של תורה ותפלה ומצות,

אין א מצב פון קדושה און עבודת ה׳,

און — ווי ער גייט ארוים אינעם "חוץ" פון וועלט,

אין "הנהג 66

בהן מנהג דרך ארץ".

און דאם איז בכללות דער חילוק צווישן די מצות — תפילין וציצית אדער מזוזה 67

:

דורך די מצות פון תפילין וציצית,

וואם דער איד לייגט על ראשו וזרועו און טראגט על גופו,

איז ער מסובב במצות,

ער איז "בפנים"; דער איד איז אפגעטיילט פון עניני עולם,

ער איז פארבונדן מיט דעם אויבערשטן ומצותיו.

מזוזה וואס געפינט זיך על פתח ביתו "בטפח הסמוך לחוץ" 68 ,

איז מדגיש דעם אידן׳ם פארבונדנקײט מיטן אויבערשטן

(אויך)

ווען ער גייט ארויס בעולם שמחוץ.

און דאס איז דער תוכן הענין וואס דער רמב״ם איז מסביר ומדגיש בהל׳ מזוזה: מזוזה קומט דערמאנען דעם אידן,

אז ניט נאר זייענדיק בתוך ביתו,

בפנים,

דארף דער איד וכל עניניו זיין בהתאם מיט יחוד השם,

שמו של הקב״ה שבמזוזה — נאר אויך ווען ער גייט ארוים בעולם שחוץ הימנו דארף ער אויך דארטן זיין דורכגענומען מיט יחוד השם שבמזוזה;

און דער "יפגע ביחוד השם שמו של הקב״ה" שבמזוזה דארף פועל זיין אז אפילו ווען ער איז אריינגעפאלן אין הבלי הזמן,

איז "יזכור אהבתו ויעור משנתו ושגיותיו בהבלי הזמן".

אבער אויך דאס איז נאך ניט מספיק — די זכירה דארף ווירקן א פעולה פנימית "וידע שאין דבר העומד לעולם ולעולמי עולמים אלא ידיעת צור העולם,

ומיד הוא חוזר לדעתו

(ביז — במעשה בפועל)

והולד בדרכי מישרים".

און דוקא דאן,

ווען אויך זייענדיק אין דרויסן פון א אידישער שטוב — איז זיין עבודת השם כדבעי,

איז דא,

און ער פילט בשלימות דעם סיוע פון דעם אויבערשטן,

און דאם ברענגט אים לברך את השם — "בריך רחמנא דסייען".

(משיחת ש״פ במדבר תשד״מ)

Reader controls and commentary are loading.