א.
פון דעם פסוק
(בפרשתנו 1 )
״ונם אל אחת מן הערים האל וחי״ לערנט מען אפ 2 ,
אז ״תלמיד שגלה מגלין רבו עמו שנאמר וחי עביד לי׳ מידי דתהוי לי׳ חױתא״.
דער רמב״ם בםפרו היד 3
ברענגט אראפ דעם דין — ״תלמיד שגלה לערי 4
מקלט מגלין רבו עמו שנאמר וחי עשה לו כדי שיחי'",
און איז דערביי מוסיף: "וחיי בעלי חכמה ומבקשי׳ בלא תלמוד תורה כמיתה חשובין".
וואם איז דער רמב״ם אויסן מיט דער הוספה 5 ?
קען מען זאגן אז דערמיט בא־ ווארנט ער א שאלה פשוטה אין דעם דין: אע״פ אז מען דארף צושטעלן דעם הורג נפש בשגגה אלע זיינע צרכים בעיר מקלטו
(ווי די גמרא 6
זאגט: "אין
מושיבין אותן אלא במקום מים ..
במקום שווקים כו׳"),
איז אבער ניט מובן: וואס פאר אן ארט האט עס אז מען זאל עם טאן אויפן חשבון פון א צווייטן אידן,
ובפרט ״רבו״ — צו שיקן רבו אין גלות
(כדי לערנען תורה מיט דעם תלמיד) 7 ?
ובפרט אז דא רעדט זיך וועגן א תלמיד וואם איז באגאנגען דעם חטא פון הורג נפש
[טאקע בשגגה — אבער דאם גופא ווייזט אז ער איז שלא כדבעי 8 ,
וואס דערפאר איז ער חייב גלות ״כי היכי דליהוי..
כפרה" 9
; אויב ער וואלט געווען א תלמיד הגון כדבעי,
וואלט אזא תקלה גדולה ניט געקומען לידו.
און ווי די גמרא 10
זאגט אויף א הורג נפש בשגגה,
"מרשעים" יצא רשע"].
עוםק געװען אין תורה איז דאס גע־ װארן זײן ״עסק״ ובמילא דארף מען אים געבן די געלעגנהײט צו קענען װײטער ממשיך זיין אין לימוד התורה)
— נאר נאכמער דאס איז א שאלה פון חיים און היפך החיים
("כמיתה חשובין" 12 )
; און וויבאלד תורה זאגט אן ״וחי״ — איז "ניטא קיין ברירה" און מען מוז שיקן רבו אין גלות ״דתהוי לי׳ חיותא״ 13 .
און דער מקור אויף דעם
(אז "וחיי בעלי חכמה כו׳ בלא ת״ת כמיתה חשו־ בין״)
— י״ל אז דאס איז — מקרא מלא דבר הכתוב 14
: "החכמה תחי' בעלי'" 15 .
ב.
אבער לכאורה — צע״ג בדברי הרמב״ם:
לויטן ביאור הרמב״ם דארף לכאורה אויסקומען,
אז דער דין פון "תלמיד שגלה מגלין רבו עמו" איז דוקא ביי א תלמיד וועלכער איז אין דער דרגא וואט זיין גאנצער חיים איו תלמוד תורה,
ביז אז "בלא תלמוד תורה כמיתה חשובין";
אבער די הלכה איז דאך סתם "תלמיד שגלה״ — די גמרא מאכט ניט קיין חילוק און איז ניט מדקדק וועגן וועלכן תלמיד עס רעדט זיך.
ואדרבה: בהמשך צום דין פון "תלמיד שגלה מגלין רבו עמו" זאגט די גמרא: "מכאן שלא ישנה אדם לתלמיד שאינו
הגון״ — ״שלא 16
יביאוהו עונותיו לידי הריגה בשוגג ויגלה דאמרינן לקמן 17
שאינו מצוי אלא ברשעים".
קומט אויס,
אז דער פאל פון "תלמיד שגלה" רעדט זיך גאר
(כעיקר 18 )
וועגן א "תלמיד שאינו הגון".
איז ווי נעמט מען אריין אזא תלמיד אין דעם סוג פון "בעלי חכמה ומבקשי"׳,
ביז צו זאגן אז זיין חיים "בלא ת״ת כמיתה חשובין"?
!
[ואע״ם אז "תלמיד שאינו הגון" מיינט בפשטות — "אינו הגון" במעשיו,
אז ער פירט זיך שלא כדבעי
(אבער בנוגע זיין לימוד קען אפשר זיין אז אין דעם איז ער כדבעי)
-
זעט מען אבער במוחש,
אז בשעת עם פעלט אין דער הנהגה פון תלמיד,
פעלט עם אויך אין זיין התמדה ושקידה בלימודו; און אודאי קען מען ניט זאגן ביי אזא תלמיד א כלל — ביז אז.
דערפאר מגלין רבו — אז זיין ת״ת איז געווארן זיין לעכן
(חיים)
— דעמאלט מוז עם האבן א ווירקונג אויף זיין הנהגה].
ג.
בנוגע דער הוספה
(וטעם)
פון רמב״ם
("וחיי בעלי חכמה כו׳")
שרייבט דער ראגאטשאווער אין א תשובה 19
"וזה הוא טעם רוחני"
(און זאגט דארט אן אנדער טעם
("בפשוט")
אויפן דיו פון "מגלין רבו עמו" 20
: דערפון גופא וואם דער תלמיד
איז א הורג נפש
(בשגגה)
איז א ראי׳ אז ער איז א "תלמיד שאינו הגון" 21 ,
און ווי־ באלד מען טאר ניט לערנען מיט א "תלמיד שאינו הגון" 22 ,
קומט אוים,
אז "הוא
(רבו)
פשע בזה לכן הוא משועבד").
אבער
[נוסף אויף דעם צ״ע אין דעם טעם פון ראגאטשאווער — וואט לפירושו קומט אויס,
אז דער דין פון "תלמיד שגלה מגלין רבו עמו" איז דוקא איו א פאל 23
ווען אויר דער רב איז ניט קיין "הגון",
ד.
ה.
אז ער האט דערקענט אז תלמידו איז ניט קיין "הגון" 24
און האט אעפ״ב פושע געווען און געלערנט מיט אים
(היפך הדין) 25
! — און נאך כמה צ״ע
בפירושו שאין כאן מקומם — איז עוד ועיקר]
דערפון גופא וואט דער רמב״ם ברענגט דעם טעם בספרו משנה תורה,
וואט איז א ספר פון "הלכות הלכות" 26 ,
איז מוכרח צו זאגן,
אז לויט שיטת הרמב״ם איז אט דער טעם
(אפילו אז ער איז א "טעם רוחני",
איז ער אבער)
אויס־ געהאלטן
(אויר)
ע״ד ההלכה,
ופשיטא אז ער איז ניט בסתירה צו דער הלכה פסוקה אז יעדער תלמיד שגלה איז מגלין רבו עמו.
ד.
וי״ל הביאור בהקדים דיוק לשון הרמב״ם — "בעלי חכמה ומבקשי׳ בלא ת״ת כו׳",
ולכאורה: אין פסוק שטייט דאך בלויז "
(החכמה תחי׳)
בעלי׳"; און דער רמב״ם איז מוסיף "ומבקשי׳"?
ובפרט אז דאס איז א הוספה
(ניט נאר בלשון,
נאר)
אין תוכן:
"בעלי חכמה" איז דער פשט,
אז ער לערנט תורה אין אן אופן אז "תורתו דילי׳ הוא״ 27
— ער ווערט בעלים אויף די דברי תורה שלמד,
"נקראת על שמו" 28
(און די גמרא 28
זאגט אז דאס איז דוקא ווען מען לערנט אין אן אופן פון "יהגה",
לעיונא 29 )
:
"ומבקשי"׳ איז מוסיף,
אז ער איז זיך ניט מסתפק מיט די דברי תורה וואס ער האט שוין געלערנט
(און ״קונה״ גע־ ווען),
נאר ער איז ״מבקשי׳״ — ער זוכט שטענדיק — נאך,
צו שטייגן העכער אין השגת התורה
(ווארום צו השגת התורה איז קיין גבול ניטא,
וכמש״נ 30
"ארוכה
מארץ מדה ורחבה מני ים"),
ובלשון הרמב״ם 31
: "העובד מאהבה עוסק בתורה ..
והולך בנתיבות החכמה ..
נפשו קשורה באהבת ה׳ ונמצא שוגה בה תמיד".
קומט אוים,
אז לויטן רמב״ם,
ווען פאסט צו זאגן אז ת״ת
(חכמה)
איז גע־ ווארן די גאנצע חיים של האדם — ווען ער איז
(ניט נאר)
"בעלי חכמה
(נאר אויך)
ומבקשי׳".
איז ניט מובן,
כנ״ל: וואס איז דער מקור הרמב״ם אויף דער הוספה וועל־ כע שטייט ניט אין פסוק?
נאכמער: עפ״ז ווערט נאד שטארקער די שאלה הנ״ל
(סעיף ב)
— אז דער טעם הרמב״ם איז לכאורה ניט מתאים מיט דער הלכה בפועל: ע״פ הנ״ל קומט אויס,
אז כדי צו מחייב זיין רבו צו גיין אין גלות צוליב תלמידו,
מוז דער תלמיד האבן
(ניט נאר די מעלה פון "בעלי חכמה",
נאר)
אויך די תכונה פון ״מבקשי״׳ — בשעת אז אין גמרא שטייט אז דער פאל פון "תלמיד שגלה" איז
(בעיקר)
ביי א "תלמיד שאינו הגון"!
ה.
ולכן נראה לומר,
אז כוונת הרמב״ם מיט דער הוספה "ומבקשי"׳ איז ניט צו מוסיף זיין א צווייטן תנאי אין דרגת התלמיד — נאר דער וא״ו .
פגן.
״ומבקשי״׳ איז במקום תיבת ״או״* 31
כאילו ער וואלט געשריבן "בעלי חכמה או מבקשי"׳.
דאם הייסט,
אז דער רמב״ם רעדט וועגן צוויי סוגים 32
:
(א)
די וועלכע
זיינען שוין אין דער דרגא פון "בעלי חכמה״.
(ב)
״ו
(עכ״פ)
מבקשי'" — זיי זיי־ נען גאך ניט געווארן "בעלי חכמה",
אבער זיי זוכן צו ווערן "בעלי חכמה".
און וויבאלד אז תורה איז מבטיח "יגעת ומצאת תאמן" 33 ,
איז ברור אז סו״ם וועט ער ווערן א "בעל חכמה".
קומט אוים אז ״בכח״ איז ער שוין איצט א "בעל חכמה"
(וואס חייו "בלא ת״ת כמיתה חשובין").
ועפ״ז איז פארענטפערט וואם דער דין ווערט געזאגט בשייכות צו יעדן תלמיד
(אויר א תלמיד שאינו הגון)
— ווארום דערפון גופא וואם דער רב
(וואם ער איז דאך בסתם א "רב הגון")
האט אים אריינגענומען אלם תלמודו,
איז א ראי׳ אז דער רב האט דערזען,
עכ״פ געפילט אין דעם תלמיד אז ער איז אין גדר פון "מבקשי׳",
אז ער זוכט
(עכ״פ)
צו ווערן א "בעל חכמה"
(ווייל אנדערש וואלט ער אים ניט אנגענומען אלם תלמיד 34 )
;
און דערפאר איז דער דין אז "מגלין רבו עמו",
כדי צו ארויסברענגען ביים תלמיד דעם ענין מן הכח אל הפועל
(אז ער זאל ווערן א "בעל חכמה" בפועל)
— דורך מאכן פון דעם תלמיד שאינו הגון — א תלמיד הגון 35 ,
ביז ער זאל ווערן א "בעל חכמה".
ויש להוסיף בזה:
דער דין פון "עביד לי׳ מידי דתהוי לי׳ חיותא" איז ניט נאר בנוגע דעם ערשטן רגע ווען דער הורג נפש בשגגה קומט אין גלות,
נאר דער "וחי" מוז באווארנט ווערן אויף דעם גאנצן זמן וואם ער געפינט זיך דארטן
("עד מות הכהן הגדול" 36 ).
ועפ״ז קומט אויס,
אז דער חיוב פון "מגלין רבו עמו" איז ניט נאר מצד דעם איצטיקן מצב פון תלמיד,
וואם חכמה איז זיין ״חיים״ בלויז ״בכח״ - נאר
(אויך)
מצד דעם שפעטערדיקן מצב פון תלמיד,
ווען ער וועט זיין א "בעל חכמה" בפועל,
ווארום וויבאלד ער איז שויו איצטער אין גדר פון "מבקשי"׳,
איז דאך ברור אז סו״ם וועט ער ווערן א "בעל חכמה" בפועל,
כנ״ל
(וי״ל אז ער האט זיך שוין אנגעהויבן עוסק זיין אין דעם בפועל)
-און דעריבער איז שוין איצטער דער חיוב צו באווארענען דעם "וחי" פון תלמיד.
ו.
איינע פון די גאר איינפאכע הוראות פון דעם עניו הנ״ל איז — דער גודל העניו פון "עשה לך רב" 37
:
בשעת מען מאכט א חשבון צדק אליבא דנפשי׳ און מ׳כאפט זיר ווי מ׳איז אין א מצב פון "תלמיד שאינו הגון",
קען מען אריינפאלן אין יאוש ח״ו — ווי וועט מען קענען ארויסקומען פון דעם מצב און זיך איבערמאכן אין א תלמיד הגון,
און ווער רעדט נאך צו ווערן א "בעל חכמה"?
אויף דעם איז די עצה — "עשה לך רב": ווען מען געפינט א רב אמיתי,
איז ברור אז דער רב וועט מיט אים ״קנעלן״ אויף צו מאכן פון אים א "תלמיד הגון";
און ווי עס זאל ניט זיין זיין מעמד ומצב בהווה — אויב נאר ער איז אין גדר פון ״מבקשי׳״ — ער זוכט צו ווערן א תלמיד הגון,
איז אפילו אויב דערוויי־ לע איו ער נאך אין א מצב ירוד כזה וואס פאדערט מצד דעם רב א ירידה והשפלה בדוגמא צום ענין הגלות — פסק׳נט תורה אז "תלמיד שגלה מגלין רבו עמו",
ובמילא,
נוסף אז דער רב וועט מיט אים לערנען,
וועט ער זיך אריינלייגן 38
אויף צו מאכן פון אים א תלמיד הגון,
ביז צו דער דרגא פון "בעל חכמה",
ביז צו ווערן כמותו
(דהרב)
ממש.
ז.
דער ענין פון "תלמיד שגלה מגלין רבו עמו" איז אויך פאראן אין דער עבודה רוחנית של כל אחד ואחד:
יעדער איד איז מיטן אויבערשטן בדוגמא כביכול ווי א תלמיד עם רבו,
ווי דער פסוק” זאגט "וכל בניך
(יעדער איד)
לימודי
(תלמידי 40 )
הוי"׳,
יעד ער איד איז א תלמיד פון אויבערשטן.
און בשעת א איד טוט ח״ו א חטא נגד ה׳ איז ער דאך לפי שעה
(ביז ושב ורפא לו)
א "תלמיד שאינו הגון".
און די סיבה ואפשריות אויף א חטא איז — וואם ער איז ניט קיין "בעל חכמה" 41 .
והביאור: דער אלטער רבי איז מבאר
(אין תניא 42 )
דעם פסוק
(הנ״ל)
"החכמה
תחי׳ בעלי"/ אז דער חיות פון א אידן קומט פון אויבערשטן
("אין סוף ב״ה"),
און מ׳איז מייחס זיין חיות צו חכמה
("החכמה תחי׳")
ווייל "אין סוף ב״ה מלובש בבחי׳ חכמה שבנפש האדם יהי׳ מי שיהי׳ מישראל"
(און דער חיות פון אויבערשטן איז מתפשט "בכל בחינות הנפש כולה להחיותה" דורך בחינת החכמה).
און דערפאר,
בשעת מ׳איז אין גדר פון "בעלי חכמה",
פילט מען דעם פאר־ בונד וואס מ׳האט מיטן אויבערשטן
(מיט "אין סוף ב״ה" וואס איז "מלובש בבחי׳ החכמה שבנפש"),
ובמילא איז מען ניט שייך צו קיין עניו פון חטא; די אפשריות אויף חטא נעמט זיך דערפון 43
׳ וואס מ׳איז ניט קיין "בעל חכמה" און מען פילט ניט דעם פארבונד מיט "רבו" זה הקב״ה.
בשעת מ׳איז חוטא נגד ה׳,
האט מען צו טאן מיטן ״גואל הדם״ 44
— זה היצר הרע,
כמחז״ל 45
"הוא שטן הוא יצר הרע הוא מלאך המות״ — וואם וויל ברעג־ גען א אידן צו א מצב פון מיתה רוחנית ר״ל
— אויף דעם איז די הלכה ברורה אין תורה: "תלמיד שגלה מגלין רבו עמו".
וואס ברוחניות מיינט עס: כאטש דער איד איז בפועל ובגלוי ניט קיין "בעל חכמה״ — איז ח״ו צו זאגן אז דערפאר איז ביי אים נתבטל געווארן דער פאר־ בונד מיטן אויבערשטן
— ווארום יעדער איד,
יהי׳ מי שיהי׳,
איז עכ״פ אין גדר פון "מבקשי׳"
(ווי דער באוואוסטער ווארט פון רבותינו נשיאינו 46
: א איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אפגעריסן פון ג־טלעכקייט),
ובמילא איז ביי אים שטענדיק פאראן די התקשרות מיטן אוי־ בערשטן —
עס איז נאר וואס דער פארבונד איז ביי אים באהאלטן,
ובלשון התניא 47
"היא בבחינת שינה ברשעים",
אבער אויך דע־ מאלט איז עם מגין פון "גואל הדם" און דערלאזט ניט קיין מיתה רוחנית ר״ל 48
:
און בשעת דער איד ווייזט ארויס זיין תשוקה.
צו ווערן א תלמיד ..
הגון — ״מבקשי׳״ בגלוי — וועט עם גלייך פועל זיין פעולתו אויף צו מאכן פון אים א תלמיד הגון און א "בעל חכמה",
וואס דעמאלט — "החכמה תחי"׳,
דאם ברענגט אין אים אריין א חיות פון קדושה בכל כחות נפשו,
וואם דאס איז מבטל בדרך ממילא די שליטה פון יצר הרע 49 .
ח.
כשם ווי דאס איז בנוגע יעדן יחיד,
עד״ז ובמכש״כ וכו׳ וכו׳ איז עם בנוגע כלל ישראל:
בשעת אידן געפינען זיך אין גלות,
ובפרט גלות זה האחרון,
ובפרטי פרטיות אין דעם חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא — קען מען ארײנ־ פאלן ח״ו אין יאוש "מאין יבוא עזרי" 50
— זאגט תורה א הלכה ברורה "תלמיד שגלה מגלין רבו עמו",
און ווי־ באלד אז "מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל" 51
— "מה שהוא עושה הוא אומר לישראל לעשות" 52 ,
איז במילא מובן,
אז דער אויבערשטער
("רבו")
געפינט זיך,
כביכול,
אין גלות צוזאמעז מיט אידן
("תלמידו"),
וכמחז״ל 53
"בכל מקום שגלו
(ישראל)
שכינה עמהן",
און "קוב״ה 54
אשתכח בי־ נייהו
(בגלותא)..
וקרי 55
ואמר 56
שובו בנים ..
ארפא משובותיכם״ — ער פועל׳ט אז מ׳זאל ווערן "תלמידים מהוגנים",
און דורך דעם גייט מען ארויס פון גלות.
נאכמער: חז״ל זיינען מדייק "מגלין רבו עמו"
(ניט "מביאין רבו עמו" וכיו״ב)
— וואם דאס מיינט,
אז אויך ביים רב איז דאס א מצב של גלות.
ניט נאר אז דער רב דארף זיך געפי־ נען אין דער זעלבער שטאט מיט זיין תלמיד,
אבער דארט גופא איז ער ווי א בן־חורין
— במצב כזה וועט ער ניט קענען משפיע זיין
(בשלימות)
אויפן תלמיד אין אן אופן פון "עביד לי׳ מידי דתהוי לי־ חיותא",
ווארום צווישן זיי איז א מרחק עצום והפסק: דער תלמיד איז אין גלות,
און דער רב — אין חירות; ובמילא איז ווי איז עם מעגלעד אז דער רב זאל זיך קענען אריינלייגן בשלימות אין דעם
תלמיד׳ם מצב צו מאכן פון אים א "בעל חכמה״ —
עם מוז זיין "מגלין רבו עמו": דער רב דארף זיר געפינען אין דעם זעלבן
(מצב)
גלות ווי דער תלמיד געפינט זיף.
ועד״ז בנוגע כביכול דעם אוי־ בערשטן מיט אידן.
ווען אידן זיינען אין גלות,
איז
(נוסף וואס "שכינה עמהן",
איז)
"שכינתא בגלותא" 57 ,
די שכינה איז אין גלות,
וכמש״נ 58
״בכל צרתם לו צר" — ס׳איז זיין צרה כביכול,
"השכינה 59
שרוי׳ עם ישראל בצרת גלותם".
ובמילא איז ניטא קיין ארט פאר יאוש ח״ו,
ואדרבה — ס׳איז ברור אז ניט קוקנדיק אויפן מצב איום ונורא פון גלות,
איז "הוי׳ שומרך הוי׳ צלך
(ווארום ער געפינט זיך)
על יד ימינך" 60 .
ועוד ועיקר — וויבאלד אז "שכינתא בגלותא",
איז אפילו אויב מצד דעם מצב פון אידן וואלט געווען א קס״ד אז דער גלות דארף ח״ו נאך א ביסל דויערן,
איז "למעני למעני אעשה" 61
: דער אוי־ בערשטער ברענגט די גאולה צוליב זיך כביכול,
און אין אן אופן פון ״אחישנה״ 62
— לא עכבן אפילו כהרף עין 63
— נעמט
דער אויבערשטער ארוים זיך און בניו פון גלות און פירט זיי און זיי גייען צוזאמען 64
אין דער גאולה האמיתית
והשלימה,
ומיד ממש.
(משיחת כ״ף טבת —
הילולא דהרמב"ם* — תשמ"ה)