א.
שוין גערעדט פיל מאל 1 ,
אז אע״פ וואס פון פ׳ בראשית ביז שבעה עשר בתמוז "מפטירין מענין הפרשיות דומה בדומה ומשם ואילך לפי הזמן ולפי המאורע״
(ווי עס שטייט אין טור 2 )
—
אעפ״כ,
וויבאלד אז אלע ענינים פון תורה זיינען מדויק ביותר,
איז פארשטאנדיק,
אז אויר די הפטרות וועלכע מ׳האט קובע געווען אין די שבתים פון י״ז תמוז ואילך "לפי הזמן כו"׳
[די הפטרה פון "דברי ירמי׳" בפרשת פינחס
(אדער מטות)
וכר,
״חזון״ בפ׳ דברים 3 ]
— האבן זיי אבער אויך א שייכות צו די פרשיות וועלכע מ׳לייענט אין די שבתים
("מענין הפרשיות כר"),
כאטש אז בעיקר זיינען זיי "לפי הזמן ולפי המאורע" 4 .
און דאס איז מודגש ביותר אין שבת חזון.
ווארום דער שם פון דעם שבת ווערט אנגערופן
(במנהג ישראל,
וואם תורה היא)
ע״ש ההפטרה - שבת חזון,
איז דאך מובן אז דאם איז דער תוכן פון דעם
(גאנצן)
שבת.
ב.
צווישן די ענינים מיט וועלכע די הפטרה "חזון ישעי׳" 5
איז "בדומה" צו דער פרשה
(דברים)
— איז:
די נבואה פון דער הפטרה "חזון ישעי׳" באשטייט אין מוסררייד צו די אידן,
און פונדעסטוועגן איז דער סיום וחותם ההפטרה 6
מיטן ענין הגאולה — "ואשיבה שופטיך גו׳ ציון במשפט תפדה ושבי׳ בצדקה";
אזוי געפינט מען אויך אין פ׳ דברים,
אז הגם די פרשה אנטהאלט אין זיך "דברי תוכחות" 7 ,
רעדט זיך אבער אין איר סיום וחותם 8
וועגן דער כניסה פון אידן לארץ ישראל — "לא תיראום כי ה׳ אלקיכם הוא הנלחם לכם".
און וויבאלד אז "הכל הולך אחר החיתום" 9 ,
איז מובן,
אז כאטש דער תוכן פון דער הפטרה איז ״פורענותא״ 10
— און פון די ג׳ דפורענותא איז די הפטרה פון חזון די הארבסטע פון זיי 11
— איז אבער די נקודה עיקרית שבה
(— דער סיום וחותם)
דער ענין הגאולה: "ציון במשפט תפדה ושבי׳ בצדקה".
און היות אז א הפטרה קומט אלם דער גמר וסיום פון דער סדרה אין תורה 12
— קומט ממילא אויס,
אז דער סיום ו״סך־הכל" פון דער סדרה איז — ענין הגאולה.
ועפ״ז יומתק וואם אין לקו״ת — וואס דער צמח צדק האט אויסגעשטעלט אינעם סדר פון מאמרים "על סדרי פרשיות התורה כו׳״ 13
— איז אויף פרשת דברים פאראן בלויז דער איינציקער מאמר 14
אויפן פסוק "ציון במשפט תפדה ושבי׳ בצדקה"
(און ס׳איז ניטא קיין מאמר אויף א פסוק פון דער סדרה גופא 15 )
— וי״ל
(בדרך אפשר)
שהטעם וויילע זהו תוכן פון דער סדרה.
און אע״פ אז דער ענין
[אז די נקודה עיקרית פון דער סדרה גיט זיך ארויס אין דער הפטרה,
און — בסיום ההפטרה]
— איז שייר ביי אלע סדרות,
אעפ״ב געפינט מען ניט עד״ז בשאר הפרשיות אז דער מאמר אין לקו״ת
(אין א סדרה)
זאל זיין נאר אויף א פסוק פון דער הפטרה 16 ,
און דערצו — סיום ההפטרה.
וי״ל דעם טעם פארוואס דוקא בפרשתנו איז דאם — ווייל אין דעם ענין פון גלות וגאולה איז דאם מודגש באופן מיוחד,
וכדלקמן.
ג.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם וואס עס שטייט אין ילקוט אין אנהויב ירמי׳ 17
: ״עלה ארי׳ במזל ארי׳ והחריב את אריאל עלה ארי׳ זה נבוכדנאצר דכתיב 18
עלה ארי׳ מסבכו במזל ארי׳ עד 19
גלות ירושלים בחודש החמישי,
והחריב אריאל הוי 20
אריאל אריאל קרית חנה דוד,
על מנת שיבא ארי׳ במזל ארי׳ ויבנה אריאל,
יבא ארי׳ זה הקב״ה דכתיב בי׳ 21
ארי׳ שאג מי לא יירא,
במזל ארי׳ והפכתי 22
אבלם לששון ויבנה אריאל בונה 23
ירושלים ה׳ נדחי ישראל יכנס".
אלע ענינים אין תורה זיינען דאך בדיוק,
און זיכער אז אין איר איז ניטא קיין סתם מליצות ח״ו.
וצריך להבין: וואס איז די הדגשה אין דעם וואם דער לשון "ארי׳" ווערט גענוצט און סיי בנוגע דעם חורבן
("עלה ארי׳ במזל ארי׳ והחריב את אריאל"),
און סיי בנוגע דעם בנין
("שיבא ארי׳ במזל ארי׳ ויבנה אריאל")
עם האט דאד געקענט שטיין "בא נבוכדנאצר בחודש החמישי בו׳ על מנת שיבא הקב״ה בו׳ ויבנה ביהמ״ק"?
ד.
איז דער ביאור בזה,
אז דערמיט באווארנט דער מדרש א כללות׳דיקע שאלה בנוגע חורבן ביהמ״ק:
ס׳איז א הלכה פסוקה 24
: "כל המשבר כלים וקורע בגדים והורס בנין כו׳ דרך השחתה עובר בלא תשחית" 25 .
נאך מער: נוסף אויפן איסור פון בל תשחית,
איז בנוגע דעם ביהמ״ק דא דער איסור פון ״לא תעשון גו׳״ — מען טאר ניט צעשטערן א חלק פון בית המקדש,
"הנותץ 26
אבן אחת מן המזבח או מכל ההיכל און מבין האולם ולמזבח דרך השחתה לוקה שנאמר 27
ונתצתם את מזבחותם וגו׳ לא תעשון כן לה״א".
ועאכו״כ — דעם גאנצן ביהמ״ק.
און ווי דער רמב״ם רעכנט אין מנין המצות 28
"שלא לאבד בית המקדש או בתי כנסיות או בתי מדרשות".
שטעלט זיך די שאלה* 28
: וויבאלד אז "מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל" 29 ,
אז דער אויבערשטער איז מקיים כביכול די מצוות וואט ער זאגט אן אידן 30 ,
איז ווי קומט עס 31
אז דער אויבערשטער האט דערלאזט חרוב מאכן דעם ביהמ״ק,
און נאכמער: דאס איז געטאן געווארן בשליחותו ית׳,
ווי עם שטייט אין נבואה 32
"הנני שולח ולקחתי גו׳ ואל נבוכדראצר מלך בבל עבדי גו׳"?
!
און אויב — ווייל אידן זיינען ניט געווען ראוי צו האבן דעם ביהמ״ק — האט דער אויבערשטער געקענט גונז זיין דעם מקדש,
ע״ד ווי מען געפינט בנוגע דעם משכן אז "נגנז אוהל מועד כו׳" 33 ,
און נאך מער: ביים מקדש גופא איז דאך ״טבעו בארץ שארי׳" 34 .
ועד״ז זיינען כמה כלים נגנז געווארן 35 .
ה.
בנוגע דעם איסור פון בל תשחית קען מען לכאורה ענטפערן ע״פ מאמר רז״ל אויפן פסוק 36
"כלה ה׳ את חמתו",
אז "שפך חמתו על העצים ועל האבנים ולא שפך חמתו על ישראל"
(און דערפאר איז בא אסף׳ן ניט "בכי לאסף" נאר "מזמור לאסף").
און דערפאר איז דאם ניט אן ענין פון בל תשחית,
ווייל דער איסור איז נאר "כשעושה דרך השחתה וקלקול,
אבל ע״מ לתקן מותר לקלקל אם א״א לתקן אלא ע״י קלקול זה" 37 .
ע״ד ווי ס׳איז דער דין בנוגע למלאכת שבת,
אז כל המקלקלין פטורין 38
(אויב "קרע בגדים או שרפן או שבר כלים דרך השחתה הרי זה פטור״ 39 )
ואעפ״כ איז ,
הקורע בחמתו או על המת שהוא חייב לקרוע עליו חייב מפני שמיישב דעתו בדבר זה וינוח יצרו והואיל וחמתו שוככה בדבר זה הרי הוא כמתקן וחייב" 40
; ועד״ז בעניננו: וויבאלד אז דער חורבן ביהמ״ק איז געווען באופן פון ״כילה ..
חמתו" איז דאם אן ענין פון תיקון.
נאך מער: דורך דעם וואם ״כילה ..
חמתו" איז "לא שפך חמתו על ישראל".
קומט אוים,
אז בנוגע אידן איז דער חורבן אן ענין פון מקלקל ״ע״מ לתקן",
ווארום "א״א לתקן אלא ע״י קלקול זה",
און ס׳איז ניטא דערביי דער איסור פון בל תשחית 41 .
עם בלייבט אבער ניט מובן בנוגע דעם איסור פון ״לא תעשון כן״: אע״פ אז דער איסור פון ״לא תעשון כן״ איז
(כדיוק לשון הרמב״ם 42 )
דוקא ווען דאס איז "דרך השחתה" 43 ,
און ווי דער כסך משנה 44
טייטשט אפ ״שאם נותץ כדי לתקן ודאי שרי״ — דארף אבער דער "כדי לתקן" זיין א תיקון ובנין 45
בגוף הדבר 46 .
ובפרט לויטן פסק דין אין רמ״א 47
אפילו בנוגע לבית הכנסת,
אז "אסור לסתור דבר מבית הכנסת אלא אם כן עושה על מנת לבנות"; אויב אבער ער טוט עס לצורך אחר,
אפילו לצורך מצוה,
איז דאם אסור 48 .
דער איינציקער היתר איז נאר ווען די סתירה איז ע״מ לבנות,
און כדי לבנות במקומו 49 .
וי״ל אז דאס איז די הוספה און דער דיוק אין ילקוט "עלה ארי׳ כו׳ והחריב את אריאל כו׳ על מנת שיבא ארי׳ כו׳
ויבנה אריאל": להדגיש אז די מטרה פון חורבן הבית איז געווען
(ניט צוליב דעם חורבן עצמו,
נאר)
צוליב אן ענין נוסף,
און ״על מנת שיבא ארי׳ בו׳ ויבנה אריאל״ -״ע״מ לבנות",
ובמילא איז מובן אז דא איז ניטא דער איסור פון ניתוץ הבית,
חורבן ביהמ״ק,
נאר פארקערט 50
: "ההיא נתיצה בנין מקרי״ 51
- דער חורבן וניתוץ גופא,
איז
(שמו)
ענינו - בנין.
און מהאי טעמא איז דער ילקוט כופל וחוזר דעם זעלבן נאמען "עלה ארי׳ במזל ארי׳ והחריב את אריאל בו׳ על מנת שיבא ארי׳ במזל ארי׳ ויבנה אריאל" — ווייל דאס איז מסביר ומדגיש,
אז דער תוכן פנימי פון דעם חורבן — די נתיצה — איז "בנין
(מקרי)
"; ביז אז דער ענין וגורם החורבן,
האט דעם זעלבן שם
(וואם "שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש״ ווייזט אויף׳ן תוכן הדבר 52 )
ווי דער וואס ־טוט אויף דעם בנין ביהנז״ק כפשוטו — "יבא ארי׳ במזל ארי׳ ויבנה אריאל" 53 .
ו.
פון דעם קומט ארויס אן ענין נפלא בנוגע לחורבן הבית,
בית ראשון ועאכו״כ בית שני:
דער בנין ביהמ״ק השלישי דורך דעם אויבערשטן — "יבא ארי׳ זה הקב״ה בו׳ במזל ארי׳ והפכתי אבלם לששון ויבנה אריאל",
איז ניט א זאך וואס וועט זיך ערשט אנהויבן לעתיד לבא,
נאר התחלת בנינו האט זיך אויפגעטאן תיכף לחורבן הבית.
נאך מער,
דאם איז דער גאנצער תכלית פון חורבן הבית: דער אויבערשטער האט געוואלט "מתקן" 54
זיין דעם בית המקדש 55 ,
אז ער זאל ניט זיין ווי עם איז געווען פריער,
א "בניינא דבר נש" 56
וואם האט ניט קיין קיום 57 ,
נאר עם זאל זיין ״בניינא..
דקב״ה" 56 ,
א בנין נצחי — און דעריבער איז געווען דער חורבן פון די בתי מקדשות,
בית ראשון ובית שני,
ע״מ לתקן ולבנות א מתוקנ׳דיקן ביהמ״ק,
ביהמ״ק השלישי וואס איז בנינא דקוב״ה.
קומט אויס,
אז דער חורבן פון די בתי מקדשות איז גאר א גדר פון "בנין",
ניט חורבן וסתירה.
ז.
עפ״ז יש לבאר בעומק יותר דעם סיפור אין מדרש 58 ,
אז ווען אן ערבי
(בשעת חורבן הבית)
האט געהערט ווי "צעקה פרתו" 59
פון א אידן האט ער אים געזאגט אז דער ביהמ״ק איז איצט חרוב געווארן; און תיכף ממש לאח״ז ווען ״הפרה צועקת פעם אחרת״ 59
— האט ער אים געזאגט אז "נולד מושיעיהם וגואלך של ישראל״ 59
—
די״ל,
אז בפנימיות הענין ווערט דערמיט געמיינט ניט נאר אז דעמאלט איז געבארן געווארן משיח,
והיינו אז פון דעם רגע נאכ׳ן חורבן איז ער גרייט אויסצולייזן די אידן,
אז מיט דעם חורבן איז אויך געקומען די הכנה,
התחלת ואפשריות הגאולה
(וכמובן ההכרח ע״ז בפשטות: וויבאלד אז ווען אידן טוען תשובה איז "מיד הן נגאלין" 60 ,
און אני ישנה בגלותא אבער ולבי ער להקב״ה וכו׳ 61 ,
מוז משיח זיין גרייט גלייד אין דער רגע שלאחרי החורבן,
כדי ס׳זאל קענען זיין די גאולה — "מיד" 62
כשעושין תשובה 63 ),
נאר יותר מזה — דער חורבן הבית און די גאולה ובנין ביהמ״ק זיינען ניט בהפסק זמן,
בהפסק רגע ביניהם — נאר תיכף ממש לחורבן איז געווען בעולם הזה למטה בארץ ישראל עצמה — די התחלת הגאולה,
נולד מושיען.
בגלוי הערט זיך אן ביי אידן דער ענין החורבן,
ובמילא — הלכות ט׳ באב ובו׳ — אבער ענינם
(פון תעניות און ט״ב בפרט)
— איז דאך בריינגען צו תשובה,
ובלשון הרמב״ם ריש הל׳ תעניות: ודבר זה מדרכי התשובה הוא 64 .
כדי אז די גאולה ובנין המקדש זאל קומען דורך תשובה ועבודת.
ישראל בפועל
ח.
אט ד ער ענין
(אז התחלת תיקון ובנין הבית פאנגט זיר אן תיכף ממש לחורבן,
ווארום דאם איז דער גאנצער תכלית פון דעם חורבן,
צוליב דעם תיקון הבית)
—
געפינט מען מפורש גלייך ביי דעם ערשטן גלות,
גלות מצרים,
אז גלייך — תיכף ממש — נאך דער גזירה אויפן גלות,
"ועבדום וענו אותם" 65 ,
האט דער אויבערשטער אנגעזאגט אברהם אבינו "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול" 66 .
וכידוע דער ביאור בזה 67 ,
אז דער גאנצער ענין פון גלות מצרים איז געווען צוליב דער עלי׳
(דעם "רכוש גדול")
פון אידן,
און מקבל זיין די תורה
(נאר די אידן זייענדיק אין גלות ושעבוד מצרים האבן דאם ניט געפילט,
דערפאר האבן זיי געוואלט ארויסגיין פון גלות וואט פריער און מוותר זיין אויפן רכוש גדול 68 ).
[ויש לומר אז דאם איז דער פירוש הפנימי אין דעם וואט שבט לוי לא נשתעבדו 69
: מצד דעם וואט בא זיי איז אלעמאל געווען דער לימוד התורה ועמדו במצות אבות 70 ,
האבן זיי געוואוסט און ביי זיי האט זיך אנגעהערט אין מצרים אז דער גלות ושעבוד גופא ברענגט דעם זיכוך ועלי/ דעם רכוש גדול — ובמילא האט זיך בא זיי ניט געפילט שעבוד].
ועד״ז — וויבאלד כל המלכיות
(הגליות)
נקראות ע״ש מצרים 71
איז דאם בנוגע אלע גליות,
ובפרט גלות זה האחרון: בגלוי ובהדגש פאנגט זיך אן די גאולה בהפסק זמן לאחר החורבן
(התחלת הגלות),
אבער בפנימיות,
וויבאלד דער גאנצער ענין הגלות איז צוליב דער עלי׳ דהגאולה
(דער רכוש גדול וואט מען נעמט ארוים פון גלות),
איז שוין די ערשטע רגע נאך רגע הגלות — בלתי נפרד רגע פון הגאולה 72 .
וכנ״ל — איז דאס ניט נאר אינעם ענין החורבן והגלות ווי דאם איז מצד למעלה,
מצד דעם אויבערשטן,
נאר אויך אין דער עבודה פון אידן.
ביז — צעקה פרתו אפילו א בהמה,
דא למטה,
ויתרה מזו בלשון פון דעם אלטן רבי׳ן 73
"תכלית השלימות הזה של ימות המשיח ותחיית המתים שהוא גילוי אור א״ם ב״ה בעוה״ז הגשמי תלוי במעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלות".
און וויבאלד אז די גילויים ועניני הגאולה קומען דורך "מעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלות",
איז מובן,
אז די גילויים ועגינים זיינען מן המוכן,
זיינען ״דא״ אין מעשינו ועבודתנו 74 .
בעיני בשר זעט מען דאם ניט,
אבער צדיקים ונשיאי ישראל וואט האבן ליכטיקע אויגן זען זיי אין דעם גלות גופא
(טיי אין דער ירידה וחושך הגלות און טיי אין מעשינו ועבודתנו)
דעם ענין הגאולה שבזה.
ט.
ע״פ הנ״ל יש לבאר א דבר תמוה בנוגע ענין הקצין.
די גמרא 75
זאגט: "תיפח עצמן של מחשבי קיצין".
און דער רמב״ם ברענגט דאס בספרו
(וואט איז "הלכות הלכות")
בסופו 76
: "וכן לא יחשב הקצין אמרו חכמים תפח רוחם של מחשבי הקצים".
לפועל געפינט מען אבער א ריבוי קצים — נוסף אויף חז״ל אין גמרא,
אויך פון גדולי ישראל שלאחר זמן הש״ם בכל הדורות 77 ,
ונוסף על כ״ז — דער רמב״ם אליין שרייבט א קץ באגרת תימן 78
שלו; ועד״ז בהדורות שלאח״ז,
וידוע דער קץ פון דעם אלטן רבי׳ן אין דעם מאמר הידוע 79
"ואת האלף ושבע מאות" 80 .
בפשטות לערנט מען אז מיט "תיפח עצמן של מחשבי קיצין" ווערט געמיינט 81
(ווי די גמרא איז ממשיך)
"שהיו אומרים כיון שהגיע עת הקץ ולא בא שוב אינו בא".
און ווי דער רמב״ם איז מסביר
(באגרת תימן)
אז דאם ברענגט א כשלון ותקלה לעם,
ווייל "שמא יטעו בראותם שבאו הקצים ולא בא" 82 ,
וועט דאס גורם זיין העדר האמונה אין ביאת המשיח,
"לפיכך התפללו עליהם חכמים שתפח דעתם וישחת חשבונם" 83 .
משא״כ דאס וואס די גדולי ישראל האבן מגלה געווען קצים איז עם געווען,
אדרבה,
צוליבן תכלית הכי נעלה
(ווי דער רמב״ם איז ממליץ אויפ׳ן רס״ג 84
בנוגע די קצים וואם ער האט מודיע געווען)
היות אז דאס זיינען געווען זמנים ווען אידן זיינען געווען בשפל המצב,
"בעלי סברות רבות נשחתות",
האבן די גדולי ישראל זיי צונויפגעזאמלט און צוגעצויגן א "המון העם על דרך חשבון הקצים" און דערמיט געשטארקט זיי באמונתם און מעורר געווען ביי זיי די תקוה צו דער גאולה 85
דורך 86
מודיע זיין אז די גאולה איז קרובה ממש לבוא,
אע״פ וואס לולא זאת "התורה אסרה זה" 87 ,
ע״פ הנ״ל י״ל בדרך אפשר — וויבאלד אז צדיקים זעען בכל זמן משך הגלות ווי די עבודה בכל יום ורגע פון גלות איז כולל אין זיך און בריינגט עניני הגאולה,
און נאך יעדער טאג וכו׳ אין גלות זעען זיי די הוספה בהגילויים ועליות פון דער גאולה
(רכוש גדול),
ביז אז די הוספות קלייבן זיך צוזאמען און עם קומט א מצב פון שלימות בההוספה — האבן זיי מגלה געווען זמן השלימות — שנת הקץ,
אז מ׳האלט אין דערגרייכן און צוקומען צו די שלימות פון דער הוספה,
פון דעם העכערען גילוי — ובמילא דארף די עבודה פון בנ״י אין דעם זמן צווישן דעם מגלה זיין דעם קץ און דעם יום הקץ — זיין בהתאם לשלימות הגילוי הזה,
אז דאם זאל קומען ע״י עבודתם בפועל,
גילוי הקץ,
חשבון הקץ ע״י הרמב״ם וכו׳ אדמו״ר הזקן איז א התעוררות להוספה נאך מער אין דער עבודת התוהמ״צ זיי זאלן זיין בהתאם לזה,
ונתינת כח ע״ז.
ובמילא נוסף אז עם איז פשוט אז ניט וועגן דעם רעדט דער איסור פון ״חישוב קצים״ — וואם כנ״ל דער רמב״ם בריינגט עם להלכה —
איז צדיקים גדולים וואם זיי זעען 88
די עלי׳ גדולה ורכוש גדול וואס אידן האבן שוין דערגרייכט בזמן זה,
וואם דאם בריינגט זיי צו מפליא זיין ביותר בשבחן פון אידן ובאהבת ישראל ובזכותן פון אידן,
אלע אידן —
איז אדרבה,
זיי דארפן דאם מגלה זיין,
אלם א התעוררות לתוספת בעבודת השם ונתינת כה ע״ז,
בכדי אידן זאלן נאכמער מוסיף זיין בעבודתם בהתאם לזה,
כנ״ל.
יו״ד.
ע״פ זה יומתק בהענין פון שם השבת — "שבת חזון":
כפשוטו איז דאס ע״ש התחלת ההפטורה "חזון ישעי׳",
וואס בגלוי איז "אשר חזה על יהודה וירושלים גו׳" די ענינים בלתי רצויים —
(ג׳)
דפורענותא
לאידך,
איז ידוע וואס ר׳ הלל פאריטשער ברענגט 89
"בשם הרב מבארדיטשוב נבג״ם" אז "שבת חזון" איז מלשון מחזה,
אז אין דעם שבת באווייזט מען "לכאו״א המקדש דלעתיד״ 90 .
ולפי הנ״ל איז מובן,
אז דאם זיינען ניט קיין פירושים הפכיים,
נאר אדרבה,
זיי האבן א שייכות צווישן זיף; און נאבמער — זיי זיינען בהמשך תיכף ממש זל״ז: אין דעם חורבן ביהמ״ק,
ביז צו דער מדריגה הכי תחתונה ווי דאם איז בשבת חזון וואס איז שבת שלפני
(ושייך ל)
ת״ב 91
— ״זעט״ מען
(אין דעם שבת עצמו — ומתחיל מהרגע הא׳ שנקרא שבת חזון)
דעם בנין המקדש דלעתיד.
און דאם איז פועל אויפן אידן,
אז ער זאל ניט נתפעל ווערן פון אלע שוועריקייטן פון דעם חושך הגלות,
ובדרך ממילא — איז זיין עבודה,
"מעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלות",
אין נאך אין א העכערז אופן,
וואם דאם ברענגט דעם ביהמ״ק השלישי,
וואם אה "בנוי ומשוכלל למעלה" 92 ,
זאל זיין "חזון" כפשוטו,
מ׳זאל אים זען דא למטה מעשרה טפחים,
ווייל: יבא ארי׳ במזל ארי׳ ויבנה אריאל בונה ירושלים ה׳ נדחי ישראל יכנס,
במהרה בימינו ובחודש זה — מזל ארי׳ — ממש.
(משיחת ש"פ דברים תש״מ)