B"H
🏡

Ikar

מסעי

א.

עס איז ידוע וואס עס שטייט אין של"ה בנוגע די פרשיות מטות מסעי און דברים – אז "תמיד חלים בין המצרים כי הוא דבר בעתו" 1 ,

און ער איז דארט מבאר בארוכה די שייכות פונעם תוכן הפרשיות צו בין המצרים 2 .

ועל פי המבואר כמה פעמים 3

בנוגע דעם זמן פון בין המצרים,

אז דוקא אין די טעג דארף דער "אחכה לו בכל יום שיבוא" זיין בהתחזקות יתירה – וואס דערפאר זיינען די טעג מסוגל ביותר צום לימוד פון מסכת מדות און הלכות בית הבחירה,

היות אז דורך דעם לימוד ועסק אין "צורת 4

הבית ותכונתו ומוצאיו ומובאיו וכל צורתיו ואת כל חקותיו" איז "אני מעלה עליהם כאלו הם עוסקין בבנין הבית" 5

איז פארשטאנדיק,

אז אין די פרשיות מטות מסעי און דברים איז מרומז

(ניט נאר די אבילות מצד חורבן הבית כו',

נאר)

אויך דער ענין הגאולה 6 ,

ובפרט – בשייכות צו "בנין הבית".

איז דא א ביאור פון טאטן בקשר מיטן פסוק

(דפרשתנו 7 )

ביי ערי מקלט "וישב בה עד מות הכהן הגדול" 8 ,

וואס לויט דעם קומט צו א תוספת ביאור אין א הלכה השייכת צו "בנין הבית",

כדלקמן סעיף ד' ואילך.

ב.

אין ערשטן פרק פון הלכות בית הבחירה 9

פסק'נט דער רמב"ם "ואין בונין בו

(אין היכל ועזרה)

עץ בולט כלל אלא או באבנים או בלבנים וסיד".

פרעגט דערויף דער ראב"ד: והלא לשכת כהן גדול של עץ היתה

(און ווי די משנה זאגט אין מסכת מדות 10

אז איינע פון די לשכות שבעזרה איז געווען "לשכת העץ",

וואס זי איז געווען "לשכת כהן גדול").

עס זיינען פאראן מפרשים 11

וואס לערנען,

אז "לשכת העץ" מיינט ניט אז די לשכה איז געמאכט געווארן פון עצים,

נאר אז זי ווערט בלויז אנגערופן מיט דעם נאמען,

צוליב פארשידענע טעמים

(וואס זיי גיבן אויף דעם).

עס איז אבער שווער אנצונעמען אט דעם פירוש,

ווייל

[נוסף אויף די לפי עניות דעתי ניט־גלאטקייט פון די טעמים וועלכע זיי זאגן אויף דעם וואס די לשכת כהן גדול ווערט גערופן "לשכת העץ" – ואין כאן מקומו – איז]

"לשכת העץ" 12

בפשטות 13

מיינט אז די לשכה איז געמאכט געווארן פון עץ.

ויש לומר,

אז דער רמב"ם גופא האט דאס באווארנט 14

בדיוק לשונו "ואין בונין בו עץ בולט כלל",

און ווי מפרשים 15

זיינען מבאר,

אז אויפן עצם אריינבויען אן עץ אינעם בנין איז ניטא קיין איסור; דער איסור איז נאר ווען דער עץ איז בולט

(וניכר 16 ).

און דער מקור פון רמב"ם איז 17

– פון מסכת ראש השנה 18 ,

וואו עס ברענגט זיך דער פסוק 19 ,

אז שלמה המלך האט געבויט דעם "חצר הפנימית

(עזרת כהנים ועזרת ישראל 20 )

שלשה טורי גזית וטור כרתות ארזים",

און די גמרא זאגט דערויף,

אז שלמה "שקעיה בבנינא" און "סדייה בסידא",

ווייל דורכדעם האט ער באווארנט אז עס זאל ניט זיין קיין עץ בולט 21 .

ועל פי זה יש לומר בפשטות,

אז די "לשכת העץ" איז טאקע געמאכט געווארן פון עץ – און פונדעסטוועגן איז דערביי ניט געווען קיין שום איסור,

ווייל מ'האט דעם עץ משקיע געווען און פארדעקט מיט סיד וכו',

אז עס זאל ניט זיין קיין "עץ בולט" 22 .

ג.

עס בלייבט אבער ניט פארשטאנדיק: דאס איז בלויז א טעם מספיק פארוואס מ'האט געמעגט בויען א לשכה פון עצים; מען דארף אבער האבן א ביאור 23

: צוליב וואס האט מען מלכתחלה געדארפט בויען די לשכה פון עצים

(און דערנאך פארדעקן די עצים מיט סיד)

און ניט – נאר פון אבנים אדער לבנים,

ווי די אנדערע לשכות?

דער תוספות יום טוב 24

איז מבאר דעם טעם דערויף,

אז דאס איז על דרך ווי די גמרא 25

איז מסביר פארוואס די לשכות זיינען געווען אויסגעשטעלט אין אן אופן וואס האט גורם געווען א טירחא יתירה בעבודת כהן גדול ביום הכפורים

(גיין אהין און צוריק מדרום לצפון ומצפון לדרום)

– כדי "שלא תזוח דעתו עליו"

(ער זאל זיך ניט מתגאה זיין בכתר כהונה 26 ).

ועל דרך זה בעניננו: כדי שלא תזוח דעתו עליו איז זיין לשכה

(ניט פון אבנים,

נאר)

פון עץ.

אבער לכאורה איז עס ניט קיין ביאור מספיק 27

: אף על פי אז מען דארף באווארענען "שלא תזוח דעתו עליו",

איז אבער ניט מסתבר,

אז מען זאל "מהדר" זיין אין דעם 28

וואס דריקט אויס א חשד גדול אז ער איז ניט כדבעי

[ועל דרך ווי די משנה 29

זאגט,

אז בשעת מ'איז משביע דעם כהן גדול אז ער זאל ניט משנה זיין אין סדר עבודת היום,

"הן פורשין ובוכין" אויף דעם וואס מ'איז אים חושד 30 ]

:

ובפרט אז נוסף וואס מ'באווארנט דעם "לא תזוח דעתו עליו" דורך פארשאפן א טירחא רבה בעבודתו; און נוסף לזה,

אויך די פרישה ז' ימים פועל'ט

(ווי רש"י זאגט 31 )

אז "לא יהא לבו זחה עליו" – זאל מען נאך מוסיף זיין אין דעם דורך משנה זיין

(ולכל ימי השנה)

און בויען די לשכת כהן גדול פון עצים?

!

ד.

דער טאטע אין זיינע הערות אויף מסכת מדות זאגט 32 ,

"לשכת כהן גדול נקראת לשכת העץ

(נאר)

כל זמן שהכהנים גדולים היו כשרים וצדיקים שהאריכו ימים כמו שמעון הצדיק" – אבער ניט נאך שמעון הצדיק,

ווען מען האט געביטן דעם נאמען פון לשכת כהן גדול אויף "לשכת פרהדרין" 33

(ווייל "נותנין 34

עליו ממון לכהנה ומחליפין אותה כל שנים עשר חדש כפרהדרין הללו שמחליפין אותם כל שנים עשר חדש").

און איז מבאר 35 ,

אז "עץ מורה על אריכות ימים כמו שכתוב בישעיה סימן ס"ה 36

כימי העץ ימי עמי",

און דאס איז דער טעם וואס אינעם זמן ווען די כהנים גדולים זיינען געווען כשרים האט מען עס אנגערופן "לשכת העץ" – צוליב זייער אריכות ימים

(שזהו – הזכרת צדקתם).

און דערנאך איז דער טאטע מוסיף: "וכהן גדול שייך לאריכות ימים",

ווייל אריכות ימים נעמט זיך פון "ימין" – "ארך ימים בימינה" 37

– בחינת חסד

(וואס "כהן גדול הוא בחינת חסד").

און ער ברענגט 38

א ראיה לזה אז ענינו פון כהן גדול איז אריכות ימים פונעם מאמר רז"ל 39

בנוגע א הורג נפש בשגגה,

וואס דער דין איז אז ער מוז בלייבן בעיר מקלטו "עד מות הכהן הגדול": "רוצח מקצר ימיו של אדם וכהן גדול מאריך ימיו של אדם אין בדין שיהא מי שמקצר ימיו של אדם לפני מי שמאריך ימיו של אדם".

ויש לומר,

אז די הוספה וראיה

(אז דאס איז ענינו של כהן גדול – "מאריך ימיו של אדם")

– איז אויך א הוספה אין באווארענען די שאלה הנ"ל פארוואס די לשכת כהן גדול איז געווען געבויט פון עצים דוקא: דאס קומט ניט נאר צו מרמז זיין

(מיטן נאמען "עץ")

וועגן די אריכות ימים

(בפועל)

פון די כהנים גדולים שהיו צדיקים 40

– נאר צו מדגיש זיין אז דאס איז ענינו של כהן גדול בכל הזמנים

(בלי אונטערשייד צי דער כהן גדול איז בפועל מאריך ימים אדער ניט)

– פונקט ווי דער דין פון "וישב בה עד מות הכהן הגדול" איז בכל הזמנים

(אויך ווען דער כהן גדול האט ניט מאריך ימים געווען)

– און דערפאר איז לשכת כהן גדול געמאכט געווארן פון עצים דוקא.

ה.

מען דארף אבער האבן א ביאור

(על כל פנים – בפנימיות הענינים)

:

וויבאלד אז ענין ה"עץ" איז פארבונדן מיט כהן גדול – אריכות ימים – איז ווי קומט עס אז מען דארף די עצים פארדעקן מיט סיד,

אז זיי זאלן ניט זיין בולט?

אמת טאקע אז דער דין איז אז "אין בונין בו עץ בולט כלל" – אבער יעדער פרט אין מקדש איז דאך בתכלית הדיוק און איז מתאים מיט תוכן הענין.

דארף מען לכן זאגן,

אז דאס וואס די עצים דארפן זיין מכוסה בסיד,

איז ווייל אזוי פאדערט זיך מצד תוכן הענין 41 ,

אז אף על פי אז ענינו של כהן גדול איז אריכות ימים – "לשכת העץ" – האט עס אבער געמוזט זיין פארדעקט.

דארף האבן הסברה: בשלמא אין דעם זמן נאך שמעון הצדיק,

ווען די כהנים גדולים האבן ניט מאריך ימים געווען – איז מובן וואס די עצים זיינען געווען פארדעקט,

וויבאלד אז דער ענין האריכות ימים של הכהן גדול איז דעמולט געווען פארדעקט – בהעלם

(וואס דערפאר האט מען שוין ניט גערופן די לשכת כהן גדול מיטן נאמען "לשכת העץ",

כנ"ל).

אבער פארוואס האבן די עצים געדארפט זיין מכוסה אויך "כל זמן שהכהנים גדולים היו כשרים וצדיקים שהאריכו ימים" 42 ?

ובפרט אז דוקא די יארן זיינען שנים כתיקונם,

ווען דער כהן גדול איז מתאים למה שנאמר 43

ויבדל אהרן ..

קדש הקדשים!

ו.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם הביאור אין דעם אויבנדערמאנטן מאמר חז"ל,

אז נאך שמעון הצדיק האט מען דעם נאמען פון לשכת כהן גדול פארביטן אויף "לשכת פרהדרין",

צוליב דעס וואס די כהנים גדולים האבן זיך יעדן יאר געביטן "כפרהדרין הללו".

איז ניט גלאטיק: אויך נאך דעם זמן פון שמעון הצדיק זיינען געווען כמה כהנים גדולים וואס זיינען געווען צדיקים און האבן מאריך ימים געווען

(על כל פנים מער ווי י"ב חדש) 44 ,

פארוואס זאל מען רופן די כהנים גדולים 45

מיט אזא נאמען

(לשכת פרהדרין)

וואס איז מדגיש די רשעות פון

(אנדערע)

כהנים גדולים

(וואס האט גורם געווען אז "מחליפין אותה כל י"ב חדש")?

לכאורה וואלט מען דאס געקענט מבאר זיין,

לויט ווי מ'האט שוין גערעדט כמה פעמים 46 ,

אז דאס וואס "מחליפין אותם כל שנים עשר חדש" ווייזט אויף א מעלה ביי די כהנים גדולים,

אז טראץ דעם וואס זיי האבן געזען ווי דער פריערדיקער כהן גדול האט ניט מוציא שנתו געווען,

אף על פי כן האבן זיי זיך משתדל געווען און געגעבן ממון אויף ווערן א כהן גדול.

דלכאורה תמוה: וויסנדיק מדרגת עצמו,

אז אויך ער איז ניט ראוי לכהונה גדולה

(וואס דערפאר האט ער געמוזט קויפן די כהונה גדולה בדמים 47 ),

האט ער דאך געוואוסט אז אויך ער וועט ניט מוציא שנתו זיין – איז ווי קומט עס אז ער זאל האבן אזא שטארקן רצון צו ווערן א כהן גדול?

נאר דער ביאור בזה איז: זייער חפץ ותשוקה אריינצוגיין אין קדש הקדשים

(ביום הכפורים)

וואו די שכינה איז שורה באופן גלוי,

איז ביי זיי געווען אזוי גרויס,

אז ס'איז ביי זיי געווען כדאי,

אפילו אז ער וועט צוליב דעם ניט מוציא שנתו זיין.

און דערפאר האט מען גערופן די לשכת כהן גדול "לשכת פרהדרין" – אויך אינעם זמן פון כהנים גדולים כשרים וצדיקים: דערמיט האט מען געוואלט מדגיש זיין דעם גודל הענין,

די טייערקייט פון אריינגיין אין קדש הקדשים – אפילו איין און איינציג מאל,

און אפילו ווען דאס איז פארבונדן מיט א תוצאה פון היפך החיים – און דאס איז מעורר א תשוקה מיוחדת אריינצוגיין אין קדש הקדשים אויך ביי א כהן גדול כשר וצדיק,

וואס איז שוין אריין כמה פעמים אין קדש הקדשים,

אז יעדער כניסה זאל ביי אים זיין טייער פונקט ווי ער וואלט אריין בלויז דעם איין מאל.

ז.

אבער לכאורה איז דאס ניט א ביאור מספיק.

ווייל סוף־סוף דערמאנט דער נאמען די הנהגה בלתי רצויה פון די כהן גדול! – ובכלל וואס פאר אן ארט האט צו קובע זיין א שם וואס איז מעורר

(בגלוי)

היפך זכותם של ישראל?

נאך מער: די לשכת כהן גדול איז געווען

(בעיקר)

באשטימט פאר די שבעת ימים ווען מען האט מפריש געווען דעם כהן גדול פרישה ועליה לגבי אלע אידן,

און בזמן פון עשרת ימי תשובה – וואס,

כידוע 48 ,

דארף מען אין די טעג זיין במיוחד אויסגעהיט פון מעורר זיין היפך הזכות וכו' 49

!

מוז מען זאגן,

אז אין דעם ענין פון "פרהדרין" – "מחליפין אותם כל שנים עשר חדש" – איז

(אויך)

פאראן א פירוש עקרי למעליותא,

אין צד הקדושה.

אף על פי אז אין פשוט'ן זין

(בנוגע כמה וכמה כהנים גדולים)

איז עס טאקע אן ענין בלתי רצוי,

היפך אריכות ימים; אבער עס איז פאראן דער ענין פון "פרהדרין" ווי דאס איז ביי די כהנים גדולים כשרים וצדיקים שהאריכו ימים – א מעלה גדולה.

ח.

ויש לומר דעם ביאור בזה:

די נקודה פון עבודת הכהן גדול ביום הכפורים איז עבודת התשובה.

איינע פון די מעלות אין עבודת התשובה לגבי עבודת הצדיקים איז,

וואס עבודת התשובה איז בדרך התחדשות.

צדיקים זיינען טאקע עולה בעילוי אחר עילוי בעבודתם לקונם,

"ילכו מחיל אל חיל" און אין אן אופן פון "אין להם מנוחה" 50 ,

אבער דאס איז "ילכו מחיל"

(ובכח חיל זה,

אף על פי וואס עס ווערט שלא בערך)

– א הוספה און עילוי אויף זייער פריערדיקער מדריגה.

מה שאין כן דער ענין פון תשובה טוט אויף,

אז מען ווערט א מציאות חדשה,

ביז אז דורך תשובה קען א איד זאגן אויף זיך,

בלשון הרמב"ם 51 ,

"איני אותו האיש שעשה אותן המעשים".

און די שלימות פון דעם ענין ווערט אויפגעטאן אין דער עבודת הכהן גדול ביום הכפורים בקדש הקדשים 52 ,

און דערפון באקומט יעדער איד דעם כח צו איבערגיין מן הקצה אל הקצה,

ביז צו איבערמאכן זיך אין א מציאות חדשה לגמרי.

וואס דאס איז אויך דער ביאור

(פנימי)

אין דעם דין 53

אז די "בגדי לבן שעובד

(כהן גדול)

בהם ביום הצום אינו עובד בהם פעם שניה לעולם אלא נגנזין במקום שיפשוט אותם שם שנאמר 54

והניחם שם" – דלכאורה: פארוואס זאל מען די זעלבע בגדים ניט נוצן בשנה הבאה – כשאר כל בגדי כהן גדול,

אין וועלכע ס'איז ניטא קיין הגבלה בזמן השימוש בהם?

ולהעיר אז בגדים וועלכע זיינען "לכבוד ולתפארת" 55

זיינען "מאריך ימים" מער ווי סתם בגדים.

נאר די הסברה בזה איז

(כנ"ל),

ווייל יעדער מאל וואס דער כהן גדול גייט אריין אין קדש הקדשים ווערט ער על ידי עבודתו א מציאות חדשה לגמרי,

אפילו לגבי זיין מציאות בקדש הקדשים פאראיארן: ער ווערט ניט נאר דערהויבן צו א העכערער מדריגה,

נאר ער ווערט נתחלף ונתהפך אין א מציאות חדשה,

ובמילא דארפן אויך זיינע לבושים זיין בגדים חדשים,

ניט די זעלבע ווי פאראיארן.

– ובפרט אז זיי דארפן דאך "אויפטאהן" אין עם "כבוד" און "תפארת" – נוסף אויף זיין מצב בזה מצד עצמו באותו זמן.

און דאס איז אויך דער תוכן פון "פרהדרין" למעליותא: אין גשמיות האבן זיי מאריך ימים געווען,

אבער ברוחניות איז עס געווען אז "מחליפין אותם כל שנים עשר חדש",

דורך דער כניסה אין קדש הקדשים ווערט מען א מציאות חדשה,

דאס איז ניט דער זעלבער כהן גדול וואס איז אריין פאראיארן אין קדש הקדשים.

ט.

לויט דעם ביאור איז פארשטאנדיק,

אז דער תוכן הענין פון "פרהדרין"

(ווי דאס איז למעליותא)

איז דא אין אלע זמנים,

אויך בבית ראשון ובתחלת בית שני,

ווען עס זיינען געווען כהנים גדולים כשרים וצדיקים שהאריכו ימים.

דערמיט וועט מען פארשטיין וואס רבינו הקדוש האט אין משנה אריינגעשטעלט ביידע נעמען – סיי "לשכת העץ" סיי "לשכת פרהדרין" 56

– ווייל די צוויי נעמען זיינען מרמז אויף די צוויי עניני עבודה וואס דארפן זיין ביים כהן גדול: "עץ" – בחינת חסד,

וואס דאס איז דער ענין פון עבודת הצדיקים 57

; "פרהדרין" – וואס איז מרמז אויף עבודת התשובה,

כנ"ל.

[ויש לומר אז דאס איז אויך מתאים מיטן ביאור פון טאטן 58

אין דעם ווארט "פרהדרין",

אז עס איז רומז אויף "דינים" – ווארום "פרהדרין" איז צונויפגעשטעלט פון דריי ווערטער: פר הר דין,

וואס יעדערער פון זיי דייטעט אן אויף דין

(עיין שם בפרטיות)

– ווייל די עבודה פון תשובה איז פארבונדן מיט דינים וגבורות.

דער בעל־תשובה דארף זיך מאכן גדרים וסיגים "שלא יחזור לסורו" 59 ,

אן עבודה של גבורה ודין; ובכלל איז די תנועה פון תשובה אין דער בחינה פון "שמאל דוחה" 60

– ער איז זיך משפיל מצד זיין ריחוק

(בעבר)

פון אלקות,

און צוליב דעם מיצר פון די העלמות והסתרים וואס קומען פון זיינע חטאים וכו'].

ויומתק בזה,

וואס רבינו הקדוש האט די צוויי נעמען אין משניות אריינגעשטעלט דוקא באופן זה: "לשכת העץ" – אין מסכת מדות,

און דער שם "לשכת פרהדרין" האט ער געשטעלט אין מסכת יומא – ווייל דער חילוק צווישן די צוויי מסכתות איז ווי דער אונטערשייד צווישן עבודת הצדיקים און עבודת התשובה:

דער תוכן פון מסכת מדות האט א שייכות צו עבודת הצדיקים,

ווי דער טאטע איז מבאר 61

אז "במסכת מדות מיירי איך נבנה הבית השני בתחלה,

ובתחלת בית שני הרי היו כהנים צדיקים".

[ויש לומר שלרוב הפשיטות בזה – לא פרש והדגיש,

אשר: א)

דער ווארט "מדות" איז מלשון "מדה" וזהו תוכן המסכת 62 ,

וואס דאס ווייזט אויף עבודת הצדיקים וואס איז מיט א סדר והדרגה – מדידה והגבלה.

ב)

חז"ל זאגן 63

מאן תנא מדות רבי אליעזר בן יעקב,

וואס משנתו איז "קב ונקי" 64

– וואס דאס איז בדוגמת עבודת הצדיקים,

וואס עבודתם איז אין עניני אור,

אן קיין תערובת חשך 64 ]

;

מה שאין כן מסכת יומא איז תכנה – עבודת יום הכפורים 65 ,

עבודת התשובה.

י.

על פי כל הנ"ל וועט מען אויך פארשטיין פארוואס דער "עץ" פון לשכת כהן גדול האט געדארפט זיין צוגעדעקט מיט "סיד" – ווייל דער אויפטו פון עבודת כהן גדול ביום הכפורים איז ניט דער ענין פון עבודת הצדיקים,

נאר תשובה,

וואס אין דעם איז מודגש ניט דער ענין פון אריכות ימים,

נאר

(אין א געוויסן זין)

פארקערט: ווי אזוי ער ווערט א מציאות חדשה.

נאר אף על פי כן איז דער נאמען "פרהדרין" ערשט געווארן לאחרי ווי עס זיינען געווען די כהנים גדולים וואס זיינען געווען שלא כדבעי – ווייל כל זמן די כהנים גדולים זיינען געווען צדיקים,

מצד דעם וואס כללות הדור איז געווען אין א דרגא פון צדיקים 66 ,

איז אף על פי אז עבודת כהן גדול ביום הכפורים איז עבודת התשובה כנ"ל,

איז דאס אבער

(בעיקר דער ענין פון)

תשובת הצדיקים

(וכידוע 67 ,

אז דער ענין פון תשובה איז ניט נאר אויף עבירות,

נאר אויפן ריחוק פון אויבערשטן מצד ירידת הנשמה למטה בגוף,

און די תנועה פון תשובה איז אויך ביי צדיקים)

און וויבאלד אז ביי צדיקים איז ניטא דער ארויס און דער אנטלויפן פון "ארץ ציה וצלמות" 68 ,

דעריבער איז זייער "צמאון"

(אין דער תשובה פון א צדיק)

ניט מיט אזא שטורעם,

וואס איז למעלה ממדידה והגבלה לגמרי 69 .

און מהאי טעמא איז דער שם הלשכה דאן – "לשכת העץ" 70

;

דוקא אין דעם זמן ווען די כהנים גדולים זיינען געווען ניט קיין כשרים כו',

וואס דאס איז געקומען מצד'ן מצב פון כללות הדור 71 ,

איז די עבודת התשובה פון דעם כהן גדול ביום הכפורים געווען

(אויפטאן ביים דור)

תשובה כפשוטה,

וואס די תשובה דוקא נעמט ארויס א אידן מכל מדידות והגבלות,

ביז דאס מאכט אים פאר א מציאות חדשה לגמרי.

(משיחות ש״פ מסעי תשמ״א,

ש"פ מטו״מ תשמ״ב)

Reader controls and commentary are loading.