B"H
🏡

Ikar

מטו"מ

א.

אין הײנטיקער סדרה 1

ווערט דערציילט וועגן די בני גד ובני ראובן — אז היות זיי האבן געהאט "מקנה רב",

האבן זיי געבעטן מ׳זאל זיי געבן זייער אחוזה אין עבר הירדן

(וועלכע איז גע־ ווען אן "ארץ מקנה")

; און לבסוף האט משה רבינו אויף דעם מסכים געווען 2 ,

און — "ויתן להם משה לבני גד ולבני ראובן ולחצי שבט מנשה בן יוסף את ממלכת סיחון גו׳ עוג גו׳" 3 .

שטעלט זיך די שאלה: חצי שבט מנשה — מאן דכר שמי׳?

! אין די אלע דיבורים צווישן משה רבינו מיט די בני גד ובני ראובן ווערט קיין איינמאל ניט דערמאנט אז אויר "חצי שבט מנשה" האבן זיך משתתף געווען אין דער בקשה מ׳זאל זיי געבן א נחלה אין עבר הירדן 4 .

אין ירושלמי 5

שטייט

(בנוגע הבאת בכורים),

אז עס איז דא א חילוק צווישן נחלת בני גד ובני ראובן און נחלת חצי שבט מנשה: בשייכות צו נחלת בני גד ובני ראובן פאסט ניט זאגן "אשר 6

נתתה לי

(ה׳)

״ — ווייל "נטלתי לי מעצמי" 7 ,

און דערפאר

(לדעת ר״י הגלילי)

לא הביאו ביכורים,

משא״ב "חצי שבט מנשה לא נטלו מעצמן״ — "דויתן 8

להם משה וגו׳ כתיב,

והן לא בחרו מעצמן בתחילה כמו בני ראובן ובני גד".

דארף מען האבן א ביאור: וויבאלד אז ״הן לא בחרו מעצמן בתחילה״ — פאר־ וואס האט זיי משה רבינו אנגעבאטן א נחלה בעבר הירדן 9 ?

דער רמב״ן 10

איז מבאר אז "מתחלה לא באו לפניו שבט מנשה,

אבל כאשר חלק הארץ לשני השבטים ראה שהיא ארץ גדולה יותר מן הראוי להם ובקש מי שירצה להתנחל עמהם,

והיו אנשים משבט מנשה שרצו בה אולי אנשי מקנה היו ונתן להם חלקם".

אבער לכאורה איז דאס ניט פאר־ שטאנדיק.

ווארום משה רבינו איז דאך געווען שטארק ניט צופרידן פון בקשת בני גד ובני ראובן "יותן את הארץ הזאת ..

לאחוזה" 11

(ניט "הארץ אשר נתן להם

ה׳" 12 ),

ביז אז ער האט זיי צוגעגליכן צו די מרגלים 13

! ס׳איז נאר וואס לאחרי ווי זיי האבן צוגעזאגט "ואנחנו נחלץ חושים גו׳" 14

און דאס אנגענומען מיט א תנאי כפול 15

וכך,

האט משה רבינו דערצו מסכים געווען —

איז דאך תמוה לגמרי: ווי קומט עם אז משה רבינו זאל מלכתחילה זוכן און פארלייגן — "בקש מי שירצה להתנחל עמהם"

(און ניט נוחל זיין אין דעם "ארץ אשר נתן להם ה׳״) 16 ,

און — דערפאר וואם "היא ארץ גדולה יותר מן הראוי" 17

(פאר די בני גד ובני ראובן) 18 ?

!

אויר: פון דעם וואס אין פסוק ווערט כלל ניט דערמאנט אז חצי שבט מנשה זאל האבן א רצון צו נעמען א חלק אין עבר הירדן — זיי ווערן דערמאנט בלויז ביי ״ויתן להם משה גו׳״ 19

— איז משמע,

אז דאם איז געקומען אינגאנצן מצד

משה 20

(וכפשטות לשון הירושלמי הנ״ל "לא נטלו מעצמן").

ב.

וועט מען דאם פארשטיין בהקדם וואס מען געפינט אין מדרש 21

בנוגע די רמזים אין די קרבנות הנשיאים לחנוכת המזבח — אז כו״כ פרטים פון קרבן מנשה זיינען געווען פארבונדן מיט ירושת הארץ,

און איינער פון זיי: ולזבח השלמים בקר שנים כנגד שבט מנשה שנחלק לשנים ולקח ב׳ חלקים בארץ חציו בעבר הירדן וחציו בארץ כנען.

דערפון איז מובן,

אז דאם וואם חצי שבט מנשה האט גענומען א חלק בעבר הירדן,

ווערט פאררעכנט ווי א מעלה

(ווי מ׳זעט ביי די אנדערע רמוים פון קרבנות הנשיאים 22 ,

אז זיי האבן אנגע־ דייט אויף פארשידענע מעלות וענינים טובים כו׳).

קומט אויס,

אז עם איז פאראן א שינוי עיקרי צווישן נחלת בני גד ובני ראובן און נחלת חצי שבט מנשה 23

:

בנוגע נחלת בני גד ובני ראובן בעבר הירדן שטייט אין מדרש 24 ,

אז אפילו נאך דעם ווי זיי האבן באקומען א הסכמה אויף זייער בקשה,

ווערט עם פאררעכנט ווי אן ענין בלתי רצוי — "אתם חיבבתם את מקניכם יותר מן הנפשות ..

עליהם נאמר 25

נחלה מבוהלת וגו׳";

משא״ב ביי חצי שבט מנשה איז דאם ניט בלויז ניט געווען קיין חסרון,

נאר אדרבה — אן ענין נעלה,

וועלכער איז פארבונדן מיט א קרבן מיוחד צו דעם אויבערשטן!

[ועפ״ז יומתק דיוק לשון המדרש "אתה מוצא בבני גד ובני ראובן שהיו עשירים ..

וחבבו את ממונם וישבו להם חוץ מא״י" 26 ,

״..

אלו בני ראובן ובני גד א״ל הקב״ה אתם חיבבתם את מקניכם ..

עליהם נאמר נחלה מבוהלת וגו׳" 24 ,

ניט דערמאנענדיק דערביי "חצי שבט מנשה״ 22

— ווייל דאס וואס חצי שבט מנשה האט גענומען א חלק בעבר הירדן — איז ניט געווען צוליב חיבוב ממון 28 ,

נאר ס׳איז געווען אן ענין טוב 29

(און נאכמער,

זיי האבן דאס ניט אליין בוחר געווען,

נאר משהרבינו האט דאס זיי גע־ געבן,

כנ״ל)].

דארף מען האבן א ביאור: וואס איז די מעלה אין באקומען א חלק אין עבר הירדן?

אויר: פון דיוק לשון המדרש 21

— "כנגד שבט מנשה שנחלק לשנים ולקח ב׳ חלקים בארץ חציו בעבר הירדן וחציו בארץ כנען״ — איז משמע,

אז די מעלה איז ניט אזוי אין זייער באקומען א חלק

(אויר)

אין עבר הירדן,

נאר דאם וואס "נחלק לשנים".

איז ניט מובן: אין וואם באשטייט דער עילוי פון צעטיילן זייער נחלה "לשנים" 30 ?

[און בפרט ווי מ׳געפינט במק״א במדרש 21 ,

אז דאס ווערט פאררעכנט אלם אן עונש — "מנשה גרם לשבטים לקרוע לפיכך נתקרעה נחלתו חצי׳ בארץ הירדן וחצי׳ בארץ כנען": אבער פון דעם מדרש הנ״ל ביי קרבנות הנשיאים קומט אוים,

אז דאם איז אן ענין למעליותא 32 ].

ג.

ויש לומר הביאור בזה:

די תורה דערציילט 33

״ויראהו ה׳ — צו משה רבינו קודם הסתלקותו — את כל הארץ גו׳ ויאמר ה׳ אליו זאת הארץ אשר נשבעתי לאברהם גו׳ לזרעך אתננה הראיתיך בעיניך גו"׳.

ומובן,

אז דאס איז ניט געווען סתם לשם ראי׳ בעלמא,

נאר ראיית משה האט פועל געווען אן ענין פון "קידוש" 24 ,

ווי די גמרא 25

זאגט "כל

שהראהו הקב״ה למשה

(כדכתיב ויראהו ה׳ גו׳)

חייב במעשר".

אייגער פון די ביאורים פארוואם דוקא משה רבינו האט געדארפט זען "את כל הארץ"

(און אויפטאן דעם "קידוש")

:

אלע ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט עצם מציאות פון אידן האבן זיך אויפגעטאן דורך משה רבינו.

ווי מען געפינט בנוגע צו תורה — אז משה קיבל תורה מסיני ומסרה כו׳ 36 ,

און כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש הכל ניתן למשה מסיני 37 .

וכידוע דער פתגם 38

אז "לא יהי׳ עוד הפעם מ״ת".

ווארום אויר דאס וואס משיח וועט לערנען מיט אידן

(בלשון רש״י 39 )

"סוד טעמי׳ ומסתר צפונות׳"

(פון דער תורה),

און נאכמער

(בלשון המדרש 40 ),

תורה חדשה מאתי תצא״ — איז שוין געגעבן געווארן במ״ת 41

(על ידי משה רבינו),

און משיח וועט עס מגלה זיין.

עד״ז געפינט מען בנוגע גאולת ישראל,

אז כל ענין הגאולה,

אויר די גאולה העתידה איז פארבונדן מיט משה רבינו 42 .

וואם דאס איז אויר איינער פון די ביאורים וואס ביי דער גאולה

העתידה לבא איז דער פסוק 43

מדגיש "כימי צאתד מארץ מצרים אראנו נפלאות"

(ועד״ז אין נאד פסוקים 44

ווערט די גאולה העתידה צוגעגליכן צו יציאת מצרים)

— ווייל עם היות אז די גאולה העתידה וועט זיין א גרעסערע גאולה ווי גאולת מצרים 45

(א גאולה שלימה ונצחית שאין אחרי׳ גלות)

— איז אבער גאולת מצרים

(על ידי משה רבינו)

דער שורש און גיט דעם כח צו דער גאולה העתידה 46 .

און דערפאר איז אויר

(ירושת)

הארץ — זייענדיק אן ענין עיקרי אין דער מציאות פון עם ישראל 47

(נוסף לזה וואס דאם איז א דבר עיקרי אין קיום התומ״צ,

וואס כו״כ מהם זיינען תלויות בארץ 48 )

— פארבונדן מיט פעולת משה רבינו.

און דעריבער,

אע״פ אז "שמה לא תעבור״ 49 ,

האט

(לכה״פ)

געדארפט זיין דער "הראיתיך בעיניר" 49 .

ד.

בנוגע דעם ענין פון ירושת הארץ געפינט מען,

אז לעת״ל וועט זיין א חידוש עיקרי — "ירחיב ה״א את גבולך" 50

: אידן וועלן דעמאלט בא־

קומען

(ניט נאר ארץ שבעה עממין,

נאר)

אויך ארץ קיני קניזי וקדמוני 51 .

און וויבאלד אז אלע ענינים דארפן ״דורכגײן״ דורך משה רבינו — וכנ״ל,

אז אפילו די "תורה חדשה מאתי תצא",

וואם משיח צדקנו וועט מגלה זיין,

איז געגעבן געווארן על ידי משה — דארף מען זאגן,

אז אויר דער ענין פון ירושת ארץ קיני קניזי וקדמוני

(וועלכע זיינען ניט נכלל געווארן אין דעם "ויראהו ה׳" 52 )

האט א שייטת צו משה רבינו 53 .

ויש לומר,

אז דאם איז דער טעם פארוואם משה רבינו האט געגעבן א חלק בעבר הירדן צו חצי שבט מנשה,

ווייל דער ענין פון עבר הירדן איז מעיך

ודוגמא צום ענין פון "ירחיב ה״א את גבולך",

ס׳איז א הוספה אויף "גבולך".

ווארום אפילו לויט די דיעות 54

אז אויך עבר הירדן איז נכלל אין די ארצות שהובטחו לאברהם בברית בין הבתרים — איז עם אבער א הוספה אויף "ארץ כנען לגבולותי׳" 55

(ווי זיי זיינען אויס־ גערעכנט אין פ׳ מסעי 56 )

— בדוגמת ,

ירחיב ה״א את גבולך".

[ובפרט,

אז נוסף לזה וואס אויר ארץ קיני קניזי וקדמוני — אדום מואב ועמון 57

— זיינען אין

(ובסמיכות צו)

עבר הירדן 58

— האט דער כיבוש פון ארץ סיחון ועוג כולל געווען א חלק פון ארץ עמון ומואב,

כמחז״ל 59

"עמון ומואב טיהרו בסיחון"].

וי״ל אז דאם איז א חילוק עיקרי צווישן נחלת בני גד ובני ראובן און נחלת חצי שבט מנשה:

די נחלה פון בני גד ובני ראובן בעבר הירדן איז

(א)

געקומען מצד זייער בקשה,

(ב)

מחמת דעם וואס "חבבו את ממונם" און

(ג)

אין אן אופן אז צוליב דעם זיינען זיי געווען גרייט צו מוותר זיין על חלקם בארץ "אשר נתן להם ה׳" 12 .

משא״כ ביי חצי שבט מנשה איז עס געווען באופן הפכי — דעם חלק בעבר הירדן האט זיי משה רבינו געגעבן,

און דורך דעם איז ירושת הארץ ביי דער ביאה הראשונה געווען מעין ודוגמא צו ירושת הארץ לעת״ל 60

!

און מהאי טעמא האט עם משה גע־ געבן דוקא באופן פון "חציו בעבר הירדן וחציו בארץ כנען״ 21

— להדגיש,

אז ביי מנשה איז עם ניט געווען אן ענין

פון וויתור ח״ו אויף א נחלה בארץ ישראל — זיי האבן א חלק אין א״י! 6 — נאר דאס איו בדוגמא צו ירושת הארץ לעת״ל וואס וועט זיין אין אן אופן פון "נחלק לשנים": טייל אידן וועלן זיין בארץ שבעה עממין און א חלק — אין ארץ קיני קניזי וקדמוני.

ה.

עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין פארוואס משה האט אויסגעקליבן צו געבן א חלק בעבר הירדן דוקא דעם

(חצי)

שבט מנשה:

דער שבט מנשה האט זיר אויסגע־ טיילט מיט א חיבה יתירה צו ארץ ישראל.

ווי מ׳זעט עם

(פריער אין חומש 62 )

פון דעם סיפור וועגן בנות צלפחד

("למשפחות מנשה בן יוסף"),

אז זייער חיבת הארץ 63

איז געווען עד כדי כך,

ביז — ״ותעמודנה לפני משה ..

וכל העדה גו׳" 64

(היפר לכאורה פון א הנהגה ד״כל כבודה בת מלך פנימה" 65 )

און געמאנט "תנה לנו אחוזה" 66 .

און דער הרגש ביי די בנות צלפחד איז געקומען מצד דער חיבת הארץ פון שבט מנשה בכלל 67 ,

ווי מען געפינט ביי קרבן מנשה בחנוכת המזבח,

אז כו״כ פרטים זיינען געווען פארבונדן מיט נטילת חלק בארץ

(כנ״ל בסעיף ב).

און וויבאלד אז שבט מנשה האט זיך אויסגעצייכנט אין דעם ענין פון חיבת הארץ — האט משה רבינו אים אויסגע־ קליבן,

אז אין זיין חלק בארץ זאל זיר אויסדריקן דער "מעין ודוגמא" פון ירושת הארץ לעת״ל.

ו.

ויש להוסיף ביאור בזה — לויט ווי גערעדט כמה פעמים 68

אין דעם תוכן הרוחני פון עבודת מנשה,

ווי מרומז בשמו ״מנשה״ — על שם ״כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי" 69

: זיין נאמען דערמאנט און ווארנט אז ער געפינט זיך אין אן ארט וואס מאכט פארגעסן "את כל בית אבי" און דאס גופא רופט ביי עם ארויס די תנועה צו אפטראגן זיר,

"אוועקשפרינגען" 70

פון דעם מצב — ער זאל האבן א תשוקה והחלט ניט צו פארגעסן,

נאר צו זיין צוגעבונדן צו בית אבי.

אין עבודה רוחנית מיינט עם: א איד זייענדיק אין גלות דערמאנט אים דער גלות כסדר אז ער געפינט זיר אין א מצב וועלכער קען פירן צו פארגעסן "בית אבי",

און דאס גופא פועל׳ט אז ער זאל ניט פארגעסן.

ער דערהערט אז דאם איז ניט זיין מקום,

זיין ארט איז אין בית אביו המלך 71 .

[וואס דאס איז דער חילוק צווישן אפרים און מנשה: אפרים — ע״ש "כי הפרני אלקים בארץ עניי״ 72

— ווייזט אויף דעם עילוי

("הפרני")

וואם ווערט

אויפגעטאן דורך דער עבודה אין

(און מיט)

דעם חשך הגלות

("ארץ עניי")

; משא״ב ענינו של מנשה איז,

פארקערט,

אז ער קען ניט שלום־מאכן מיטן גלות,

נאר ער שטייט אין א תשוקה תמידית צו אומקערן זיך לבית אביו].

און וויבאלד אז דער אמת׳ער מצב פון געפינען זיך ב״בית אבי" איז ווען מ׳איז אין א מצב פון גאולה אמיתית

(שאין אחרי׳ גלות),

דערפאר האט מען מנשה׳ן דוקא געגעבן זיין חלק בארץ באופן עם זאל זיין בדוגמא ווי ירושת הארץ לעת״ל.

ז.

פ׳ מטות ווערט געלייענט תמיד אין די בין המצרים — ומזה,

אז דער ענין הנ״ל

(אז מצד די געגועים פון מנשה צו ארץ ישראל האט מען אים געגעבן א חלק בארץ בדוגמת ירושת הארץ לעת״ל)

האט א שייכות מיוחדת צו דעם זמן:

בין המצרים איז דער זמן האבילות אויף׳ן התחלת החורבן און גלות בכלל.

און אט די תנועה להתאבל על החורבן כו׳ נעמט זיך פון דעם תכלית ההרגש פון "מנשה",

אז מען קען ניט פארגעסן אויף "בית אבי" און מען שטייט אין שטענדיקע געגועים צו אומקערן זיך ל

(ירושת)

הארץ כר.

און "כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה״ 73

— ווייל,

כנ״ל,

די אבילות גופא דריקט אויס די בענק־ שאפט און תשוקה צו ירושלים,

און דעריבער איז אבינו שבשמים ממלא געגועי הבן און ער איז "זוכה ורואה בשמחתה",

בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

ויהפכו ימים אלו לששון

ולשמחה ולמועדים טובים 74 ,

במהרה בימינו ממש.

* * *

ח.

ע״פ המבואר לעיל — בנוגע דעם טעם פון נתינת חלק בעבר הירדן צו חצי שבט מנשה — קען מען אויר מסביר זיין אן ענין תמוה אין פרשתנו

(פרשת מסעי)

:

אין דער סדרה 75

ווערט דערציילט וועגן די שטעט וואט דער אויבערשטער האט באשטימט צו געבן פאר די לוים "לשבת",

און דער פסוק 76

רעכנט זיי אוים — "את שש ערי המקלט וגו׳ יעליהם תתנו ארבעים ושתים עיר".

און דערנאך קומט די פרשה פון ערי מקלט 77 ,

און די תורה זאגט 78

אז די שש ערי מקלט,

זיינען "שלש הערים" גע־ ווען ״מעבר לירדן״ און שלש — "בארץ כנען".

איז א תמי׳: וויבאלד מיר זעען אז די זאך פון באקומען א נחלה אין עבר הירדן איז געווען ניט קיין דבר הרצוי

(ווי מ׳זעט פון דעם וואס משה רבינו האט מוכיח געווען און גאר שטארק און שארך די בני גד ובני ראובן)

— איז ווי קומט עם אז דער אויבערשטער זאל אנ־ זאגן מ׳זאל געבן די לוים ערים לשבת אין עבר הירדן?

!

[און זיכער איז עם ניט געווען דער־ פאר וואם שבט לוי האט געזוכט א מקום מקנה — ווארום ענינו פון שבט לוי איז דאו "וילוו עליך וישרתוך" 79 ,

עבודה

ושירות אין מקדש

(ניט פארנעמען זיר מיט מקנה)].

— אין הכי נמי,

אז עם דארפן זיין ערי מקלט אויר אין עבר הירדן

(ואדרבה,

נאד נויטיקער ווי אין ארץ כנען 80 ),

אבער דאם איז ניט קיין טעם אז די לויים זאלו זיר דארט באזעצן.

ט.

ע״פ פשטות יש לומר: ביים אנ־ זאגן צו געבן ערים ללוים "לשבת",

איז דער פסוק 81

מדייק "צו את בני ישראל ונתנו ללוים מנחלת אחוזתם ערים לשבת".

ד.

ה.

ס׳איז ניט דער פירוש אז די ערים ווערן זיי געגעבן בתור נחלה פון אויבערשטן 82 ,

נאר דאם איז א חיוב אויף בני ישראל,

אז זיי מוזן אפגעבן א טייל פון זייער נחלה צו די לוים

(ע״ד 83

ווי זיי דארפן אפשיידן מעשר פון זייער תבואה ופירות כו׳).

און וויבאלד אז אידן האבן בפועל בא־ קומען א נחלה אין עבר הירדן,

איז בדיר ממילא חל אויר אויף די אידן א חיוב געבן א טייל פון זייער נחלה פאר די לוים 84 .

אין אנדערע ווערטער: דאם מיינט ניט,

אז תורה האט מלכתחילה קובע געווען אז דער מקום הנחלה פון א טייל לוים איז בדוקא אין עבר הירדן,

נאר די תורה האט מחייב געווען איד! אפצו־ געבן א טייל מנחלתם פאר די לוים.

און ס׳איז קיין קשיא ניט — ווי קומט עם אז לוים,

וואס ענינם איז עבודה ושירות במקדש,

זאלן האבן זייערע ערים אין עבר הירדן?

— ווייל סיי־ווי האבן זיר ניט אלע לוים מתעסק געווען

(בבת אחת)

איו דער עבודה במקדש; און ווי מ׳זעט דערפון גופא וואם מ׳האט זיי געגעבן מ״ח ערים 85

לשבת.

נאכמער: ם׳איז מפורש בכתוב אז מען דארף געבן די לוים ״מגרש לערים סביבותיהם ..

לבהמתם ולרכושם ולכל חיתם" 86 .

קען דאך זיין,

אז צווישן די בני לוי זיינען אויר געווען אנשי מקנה 87 ,

וואס פאר זיי פאסט צו לעבן אין עבר הירדן,

אן ארץ מקנה.

י.

סוף־סוף אבער איז דאם ניט איני גאנצן גלאטיק.

ווארום וויסנדיק אז עיקר מקום הנחלה פון אידן דארף זיין אין ארץ ,

כנען — פארוואס זאל א לוי וועלן לעבן אין עבר הירדן?

ובפרט אז מיר געפינען אז שבט לוי איז ניט אריינגעצויגן געווארן 88

אין חטא המרגלים 89

(ווי שאר ישראל)

— איז דאך ביי זיי זיכער געווען א רצון חזק אריינצוגיין אין ארץ ישראל!

ע״פ המבואר לעיל בנוגע חצי שבט מנשה,

יש לומר,

אז היא הנותנת — ובהדגשה:

דער ענין הנ״ל,

אז דאס וועלן באקומען א נחלה אין עבר הירדן ווערט פאררעכנט ווי א דבר בלתי רצוי,

איז בלויז ווען דאם איז אינעם אופן ווי בני גד ובני ראובן האבן דאם געוואלט

(צוליב דעם וואם "חבבו את ממונם").

אבער דער עצם נעמען עבר הירדן אלם א מקום נחלה קען זיין,

איז,

אדרבה,

א מעין ודוגמא צו ירושת הארץ לעתיד לבא,

כנ״ל.

און דערפאר,

איז אדרבה: דוקא ביי שבט לוי,

וועלכע זיינען ניט נכשל געווארן אין חטא המרגלים,

ווייל ביי זיי איז געווען חבת הארץ ביותר

(ע״ד ווי מנשה 90 ),

איז ביי זיי געווען די ישיבה בארץ בדוגמא ללעתיד,

אז זיי האבן געהאט ערים לשבת

(ניט נאר אין ארץ כנען לגבולותי׳,

נאר)

אויר אין עבר הירדן 91 .

(משיחות ש״פ צו תשמ״ה;

ש״פ מסעי תשמ״א)

Reader controls and commentary are loading.