א.
אין הלכות נדרים 1
ברענגט דער רמב״ם
(פון משנה 2 )
דעם דין בנוגע צו נדרי קטן,
וז״ל:
קטן בן שתים עשרה שנה ויום אחד וקטנה בת אחת עשרה שנה ויום אחד שנשבעו או נדרו ..
בודקין אותן ושואלין אותן אם יודעין לשם מי נדרו ..
נדריהן קיימים ..
ואם לא ידעו אין בנדריהם ובדבריהם כלום.
וצריכין בדיקה כל השנה כולה שהוא שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן
(ד.
ה. 3
א קטנה — פון תחילת שנת י״ב
(בת י״א ויום אחד)
ביז זי ווערט א בת י״ב ויום א׳; און א קטן — פון תחילת שנת י״ג
(בן י״ב ויום א׳)
ביז ער ווערט א בן י״ג ויום א׳).
(און אין דער הלכה שלאח״ז איז ער ממשיך:)
כיצד הרי שנדרו ..
בתחלת שנה זו ושאלו אותן ונמצאו יודעין ונתקיים נדרן ונדרו נדר אחר אפילו בסוף שנה זו צריכין בדיקה ואח״כ יתקיים.
ואין אומרין הואיל ונמצאו יודעין בתחלת השנה אין צריכין בדיקה אלא בודקין אותן את כל השנה הזו כולה.
פרעגט דער כטף משנה 4
: "איני יודע מאין לו זה דבגמ׳ 5
הכי אמרינן ..
בודקין כל י״ב למה לי סד״א ..
היכא דבדקנא ל׳
(יום)
ולא ידעה להפלות אימא תו לא ליבדוק קמ״ל.
ומשמע דטעמא משום דלא ידעה להפלות,
הא אם ידעה להפלות לא צריך תו בדיקה".
און ער איז מסיים: ואפשר שרבינו הי׳ גורס 6
היכא דבדקנא ל׳ וידעה להפלות אימא תו לא ליבדוק קמ״ל.
אויך דער רדב״ז זאגט "ונראה דגרסת רבינו היא וידע להפלות וכו׳",
און איז מוסיף: "וזו גרסא נכונה דאי לגרסת הספרים איכא לאקשויי 7
וכי מפני שלא ידע להפלות בתחלת השנה לא ידע להפלות בסוף השנה ומאי קמ״ל תנא דאמר בודקים כל השנה,
ולפי גרסת רבינו קמ״ל טובא״
(אז אע״פ װאס "נמצאו יודעין בתחלת השנה" שטעלט מען אים ניט אויף דער חזקה אז ער איז "יודע להפלות",
נאר ער דארף נאך אמאל בדיקה "אפילו בסוף שנה זו" 8 ).
אבער אין פירוש המשניות 9
שרייבט דער רמב״ם בפירוש ״נבדקים כל י״ב ..
הי׳ עולה במחשבתינו ..
אם ישאלום שלשים יום ומצאם שלא יבינו נסתלקה חקירתם אמר אין הענין כן״ — ד.
ה.
אז אויך ביים רמב״ם איז געווען די גירסא אין גמרא "ולא ידעה להפלות" 10 .
ב.
אין מאירי 2
שטייט: "שבודקין בכל השנה ר״ל שאפילו בדקנו בתחלתה ..
ולא ידעו ואחר כך נדרו אין אומרין כבר נבדקו ואינן יודעין,
שמא למדו וידעו,
וכן בהפך אפילו נמצאו יודעין בתחלת השנה וידעו ונתקיים נדרם ואח״כ נדרו אין מקיימין אותן אלא אחר בדיקה".
ועפ״ז קען מען זאגן אז דער רמב״ם לערנט,
אז כאטש די גירסא אין גמרא איז
(כלפנינו)
״םד״א ..
היכא דבדקנא ל׳ ולא ידעה להפלות״ — איז אבער דער די!
(פון חיוב בדיקה)
אויך "בהפך",
אז "אפילו נמצאו יודעין בתחלת השנה וידעו ונתקיים נדרם ואח״ב נדרו אין מליימין אותן אלא אחר בדיקה״.
און דאס וואט דער רמב״ם ברענגט נאר דעם אופן פון "אפילו נמצאו יודעין״ — קען מען פארענטפערן,
ווייל אין דעם איז פאראן א גרעסערער חידוש ווי אין דעם דין אז "אפילו בדקנו ..
ולא ידעו" דארף האבן א בדיקה
(וכנ״ל פון רדב״ז).
אבער דער תירוץ איז לכאורה ניט גלאטיק,
דממה־נפשך: אויב אין דעם דין איז טאקע פאראן א גרעסערער חידוש — פארוואס זאגט עם ניט די גמרא?
דערפון וואט די גמרא זאגט ניט דעם חידוש איז מובן
(כנ״ל פון כסף משנה),
אז "אם ידעה להפלות
(בתחלת השנה)
לא צריך תו בדיקה"
(ווייל מעז שטעלט אים אויף דער חזקה אז "יודע להפלות").
ג.
בשנים האחרונות האט זיך אפגעדרוקט 11
די מהדורא בחרא פון פירוש המשניות של הרמב״ם,
און דארטן שטייט טאקע "והי׳ עולה בדעתינו שלדעת האומר כן אם נשאלו..
ומצא נום מבינים נחדל מלבדקם״ — ד.
ה.
אז דער רמב״ם
(במשנה אחרונה שלו)
איז טאקע גורס אין גמרא "וידעה להפלות"
(וכתירוץ הכסף משנה והרדב״ז).
עס בלייבט אבער ניט מובן: דערפון גופא וואם אין ״מהדורא קמא״ האט דער רמב״ם אנגענומען די גירסא "ולא ידעה להפלות"
(און די מהדורא פון פירוש המשניות איז נתפרסם געווארן בכל תפוצות ישראל במשך כל הדורות)
— איז מובן,
אז לשיטת הרמב״ם האט אויך דאס אן ארט
(און ער נעמט אן איינעם פון די כמה תירוצים אין מפרשים 12
אויפן קס״ד ״היכא דבדקנא ..
ולא ידעה להפלות אימא תו לא ליבדוק״)
— דארף מען געפינען א הסברה פארוואס האט דער רמב״ם חרטה געהאט און אנגענומען דוקא די גירסא בלתי נפוצה "וידעה להפלות"?
דער וואונדער איז נאד גרעסער: לויט גירסת הרמב״ם
(במהדורא בתרא)
"וידעה להפלות" וועט אויסקומען א חידוש נפלא — אז אע״פ וואס בכל התורה כולה פארלאזט מען זיך אויף א חזקה,
איז ביי נדרים אנדערש,
און כאטש מ׳האט אים שוין בודק געווען און ער איז מוחזק געווארן שיודע להפלות,
דארף ער האבן א בדיקה מחדש,
אפשר האט ער זיך געביטן 13
!
נאכמער: פון לשון הרמב״ם "צריכין בדיקה ואח״ב יתקיים" איז גאר משמע,
אז ביז מ׳איז אים בודק א צווייטן מאל איז זיין נדר כלל קיין נדר ניט,
אפילו ניט מספק 14
(און ווי ס׳איז נאך מער מפורש אין לשון הטור 15
"אינו נדר עד שיבדקום פעם אחרת״)
— כאטש ער איז שוין מוחזק געווארן אלם א "יודע להפלות"!
— דארף מען אוודאי געפינען א טעם חזק ביותר פארוואם דער רמב״ם האט חרטה געהאט פון מהדורא קמא שלו,
און נעמט אן די גירסא בלתי נפוצה און דעם חידוש אז בנדו״ד איז מען זיר כלל ניט סומך על החזקה
(אפילו ניט אלם ספק).
ד.
וועט מען דאם פארשטיין בהק-דים נאך א שינוי צווישן די צוויי מהדורות פון פירוש המשניות — בנוגע דעם זמן פון "עונת 16
נדרים" 17
[ד.
ה.
דער דין ביי נדרים אז מען דארף ניט קיין גדול,
נאר אפילו א "מופלא הסמוך לאיש" 18
איז נדרו קיים]
:
אין פירוש המשניות הנפוץ
(מהדורא קמא)
שטייט: "בודקין כל שנת י״ב לנקבה וי״ג לזכר וכל עוד שנמצאום יודע נדריו קיימין ואע״פ שהם קטנים וזו היא עונת נדרים הרמוז אלי׳ בכל
מקום".
ד.
ה.
"עונת נדרים" הויבט זיך אן אין דעם יאר פאר גדלות —
(בנקבה ווען זי ווערט א בת י״א ויום א׳,
ובזכר — בן י״ב ויום א׳),
און נדריהם נבדקים אויב "יודעין לשם מי נדרו"
[אין אזוי איז שיטת רש״י 19
ועוד ראשונים].
משא״כ אין מהדורא בתרא שלו איז דער רמב״ם משנה און זאגט: "ואחר שתים עשרה לנקבה וי״ג לזכר אינן נשאלין ונדריהן קיימין ואע״פ שהם קטנים
(און אויף רעם איז ער מסיים)
וזו היא עונת נדרים כו׳".
ד.
ה.
"עונת נדרים" הויבט זיך אן
(בנקבה)
ווען זי ווערט א בת י״ב ויום א׳
(ובזכר — בן י״ג ויום א׳)
אפילו לא הביאה שתי שערות,
און זיי דארפן ניט קיין בדיקה ווייל נדריהם קיימים "אפילו אמרו אץ אנו יודעין" 20
[וואם דאס איז שיטת
הבה״ג 21 ].
[און אזוי פסק׳נט דער רמב״ם אין ספר היד 22 ,
אז "הבן בן י״ג שנה ויום אחד והבת בת י״ב שנה ויום אהד אע״פ שאמרו אין אנו יודעין לשם מי נדרנו..
דבריהן קיימין..
ונדריהן נדרים ואע״פ שלא הביאו שתי שערות וזו היא עונת נדרים האמורה בכל מקום"
(און דער דין פון "קטן בן י״ב שנה כו׳ אם יודעין לשם מי נדרו..
נדריהן קיימין"
(הנ״ל ס״א)
איז א באזונדער דין,
כדלקמן סעיף ז)].
ועפ״ז יש לומר,
אז אויר דער שינוי צווישן די צוויי מהדורות
(הנ״ל סעיף ג)
בנוגע דער גירסא אין גמרא — "ולא ידעה להפלות" אדער "וידעה להפלות" — איז תלוי אין די צוויי שיטות הנ״ל בנוגע "עונת נדרים".
ה.
די נקודת הביאור אין דעם:
לויט שיטת הרמב״ם איז בכלל ניט שייך דער גדר פון "חזקה" בשייכות צום דעת פון א קטן.
ווארום דער טייטש פון ״חזקה״ איז — אז די זאך איז שטארק' און פארפעסטיקט און אזוי וועט עם זיכער בלייבן; אבער כיי א קטן.
איז ניט שייך קיין חוזק אין זינן שכל,
ווייל ער האט ניט קיין
(אמת׳ן)
דעת,
וואם איינע פון די תכונות פון
(א בר)
דעת איז — וואם ביי אים איז דא די החלטה ומסקנא שכלית אין אן אופן וואס אינו משתנה.
און ווי מען זעט במוחש אז א קטן איז א בעל שינוים,
ניט שייך צו א שטארקער החלטה און מען קען גרינג איבערמאכן 23
די החלטה פון א קטן.
[כידוע די הסברה 24
וואם א קטן פחות מי״ג שנה,
אפילו אויב ער איז א "חריף ובעל השגה ותפיסא ובקי בדיני מ״ע ומל״ת בכי טוב",
ווערט ער ניט נענש אויב ער האט עובר געווען אויף א מצוה,
ווייל עם פעלט אים דעת].
דערפאר פסק׳נט דער רמב״ם "ואין אומרין הואיל ונמצאו יודעין בתחלת השנה אין צריכין בדיקה אלא בודקין אותן את כל השנה הזו כולה״ — ווייל דאם איז א סברא פשוטה
(אין וועלכער ס׳איז ניטא קיין פלוגתא)
אז אין דעם קען־מען ניט שטעלן אויף חזקה 25 .
און דער חילוק צווישן די צוויי גיד־ סאות אין גמרא — "ולא ידעה להפלות" אדער ״וידעה להפלות״ — איז:
די גירסא אין גמרא ״םד״א ..
דבדקנא ל׳ ולא ידעה להפלות אימא תו לא ליבדוק",
איז לויט דער שיטה אז "עונת נדרים" מיינט "שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן"
(ויודעים לשם מי נודרין)
— ווייל לויט דער שיטה איז פאראן א גרעסערער חידוש אין דעס דין,
ווי אין דעם דין הנ״ל
(ברמב״ם)
"בודקין אותן כל השנה" אע״פ וואם "נמצאו יודעין בתחלת השנה"
(כדלקמן סעיף ח)
;
משא״כ לויט דער שיטה אז "עונת נדרים" מיינט "אחר שתים עשרה לנקבה וי״ג לזכר"
(כמסקנת הרמב״ם),
איז ניטא קיין ארט לקס״ד אז אויב ״בדקנא ..
ולא ידעה להפלות" זאל מען ניט דארפן בודק זיין נאכאמאל — דעריבער מוז דער רמב״ם אננעמען די גירסא בלתי נפוצה ״סד״א ..
דבדקנא ..
וידעה להפלות"
(כדלקמן שם).
ו.
די הסברה אין דעם:
דעם גדר פון נדרים אין "שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן״ — אז "אם יודעין לשם מי נדרו..
נדריהן קיימין" — קען מען לערנען אויף צוויי אופנים 26
:
א)
דער חידוש באשטייט אין דעם גיל,
אז ביי נדרים דארף מען ניט ווארטן ביז דעם גיל פון גדלות
(בן י״ג שנה ויום א׳)
נאר אפילו א בן י״ב שנה ויום א׳ קען מאכן א נדר; און דאם וואס מען דארף בודק זיין "אם יודעין לשם מי נודרין",
איז עם בלויז אויף צו אראפנעמען א דבר המונע 27
: וויבאלד דער .
דין איז אז "אם לא ידעו אין בנדריהם ובדבריהם כלום",
און ער איז נאד פארט א קטן,
מוז מען זיין זיכער אז ביי אים פעלט ניט קיין ידיעה.
ב)
דער אויפטו איז אין ענין הדעת — ביי נדרים איז מספיק א קלענערער דעת אויף צו מאכן א נדר; און דאם וואס מען דארף זיין א בן י״ב שנה ויום א׳ איז בלויז א סימן,
ווייל דוקא אין דעם גיל איז אפשרי גענוג דעת אויף ענין הנדר
(משא״ב פאר דעם — איז אפילו די דעת קלושה אויך ניטא).
ז.
ויש לומר אז אין דעם איז א נפק״מ צװישן די צװײ שיטות הנ״ל אין "עונת נדרים":
די צוויי אופנים הנ״ל האבן אן ארט בלויז לויט דער שיטה אז "שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן" איז "עונת נדרים",
און דאס איז דער חידוש
(התורה)
פון "מופלא הסמוך לאיש"
[וואם דערפאר קען מען אין דעם קלערן — וואם איז דער עיקר חידוש 28
: דער פרט פון "מופלא"
(אז ער איז יודע להפלות)
; אדער דער פרט פון "סמוך לאיש"
(וואס ער איז אין דעם יאר בסמוך לזמן הגדלות)]
;
משא״ב לויט דער שיטה אז "עונת נדרים" איז "בן י״ג שנה ויום א׳ כו׳ בת י״ב שנה ויום א׳..
ואע״פ שלא הביאו שתי שערות״ — איז מסתבר,
אז דער גאנצער גדר הנדר פאר דעם יאר פון גדלות — "שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן״ — באשטייט
(ניט אין שנים,
נאר)
בלויז אין דעם וואס "יודעים לשם מי נדרו".
ווארום דאס איז דאר דער תוכן החילוק צווישן די צוויי סוגים הנ״ל אין ״עונת נדרים״ —
(א)
"הבן בן י״ג שנה ויום אחד והבת בת י״ב שנה ויום אחד ..
ואע״פ שלא הביאו ב׳ שערות",
(ב)
"שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן" ויודעין להפלות:
דער חידוש התורה בנוגע "בן י״ג ויום א׳ והבת בו׳ ואע״פ שלא הביאו שתי שערות״ — איז בנוגע שנים,
אז דער גיל פון נדרים הויבט זיך אן תיכף ווי מען ווערט א בן י״ג שנה ויום א׳
(און דער דין איז טאקע ניט פארבונדן מיט דעת - ווי דער רמב״ם פסק׳נט
(כנ״ל)
אז "אע״ם שאמרו אין אנו יודעין כו׳ דבריהן קיימין")
;
און דערנאך איז פאראן א צווייטער חידוש,
פון "שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן",
וואס אין דעם איז דער גדר
(ניט פארבונדן מיט שנים,
נאר)
אז מצד דעם וואס "יודע להפלות" איז נדרו נדר.
[ועאכו״ב לויט ווי דער ראגאטשאווער 29
איז מבאר,
אז לדעת הרמב״ם איז "מופלא סמוך לאיש דאורייתא זה רק בבן י״ג או בבת י״ב ולא הביאו ב׳ שערות"
(ווי ס׳איז משמע פון פשטות
המשך לשון הרמב״ם" 3
: "הואיל והגיעו לשני הגדולים נדריהם קיימין אע״פ שלא הביאו ..
סימנין ..
ודבר זה מדברי תורה שהמופלא הסמוך לאיש הקדשו ונדרו נדר״)
— משא״ב דער דין פון "שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן" איז
(לשיטת הרמב״ם)
לכו״ע נאר מדרבנן 31
— איז דאך זיכער מסתבר,
אז די תקנת חכמים איז פארבונדן
(ניט מיט דעם עצם גיל פון שנת י״ב ושנת י״ג,
נאר)
דערמיט וואס ער איז שוין "יודע לשם מי נדר"* 31 ,
און דערפאר האבן די חכמים געזאגט אז נדרו נדר].
ח.
ועפ״ז איז מובן דער חילוק צווישן די צוויי גירסאות אין גמרא:
לויט דער שיטה אז "עונת נדרים" מיינט "שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן",
איז פארשטאנדיק ווי עם קען זיין א קס״ד אז ״היכא דבדקנא ..
ולא ידעה להפלות אימא תו לא ליבדוק״ — ווייל עם קען זיין אז דער עיקר גדר פון "מופלא הסמוך לאיש" איז מצד שנים,
ד.
ה.
תורה האט מגלה געווען אז דער גיל פון בת י״א ויום א׳ קען אויפמאכן א נדר:
און וויבאלד מיר זעען אז די קטנה,
זייענדיק בגיל זה,
"לא ידעה להפלות",
איז א ראי׳ אז ביי איר האט דער זמן ניט אויפגעטאן גדלות
(אויף קענען מאכן א נדר),
ובמילא ווערט אפגעשטופט איר "עונת נדרים" ביז דעם גיל פון גדלות ממש 32 .
אויף דעם איז קמ״ל די משנה אז דער עיקר חידוש
(התורה)
איז — אז דער דעת פון שנת י״ב לקטנה
(וי״ג לקטן)
קען אויפטאן א נדר,
און דעריבער,
ווען נאר זי באקומט דעם דעת
(במשך שנת י״ב)
איז נדרה נדר.
און דערפאר דארף מען שטענדיק בודק זיין — אפילו אויב בתחלת השנה ״לא ידעה להפלות״ — אפשר איז ביי איר צוגעקומען דעת.
[ומובן,
אז די קס״ד האט א סך מער ארט ווי די קס״ד "הואיל ונמצאו יודעין בתחלת השנה אין צריכין בדיקה״ — וכנ״ל אז די סברא פשוטה איז מחייב אז ס׳איז ניטא דער גדר פון "חזקה" בשייכות צום דעת פון א קטן].
.
אבער לויט מסקנת הרמב״ם,
אז דער גדר פון "שנת י״ב לקטנה ושנת י״ג לקטן" איז בלויז מצד גדר הדעת
(כנ״ל ס״ו)
— איז אדרבה: עם האט קיין ארט ניט צו זאגן אז ווייל מ׳האט ניט געהאט דעת בתחילת השנה דארף מעז ניט ווידער בודק זיין אפשר איז דערנאך צוגעקומען דעת
(ווי עם דארף זיין ע״פ טבע)
:
מוז דער רמב״ם אננעמען די גירסא ״סד״א ..
וידעה להפלות״ — והא גופא קמ״ל,
אז אע״פ וואס דער קטן האט גענוג דעת אויף אויפמאכן א נדר,
איז עם אבער פארט ניט קיין דעת אמיתית אין וועלכער ס׳איז שייך א חזקה.
ט.
ויש לבאר טעם הרמב״ם
(כפירוש הצפע״נ)
צו מכריע זיין כהדיעה אז "עונת נדרים" איז דוקא משהגיע לשני גדלות
(נאר לא הביא סימנים)
:
אין דעם ענין פון נדרים איז דא א חידוש נפלא — אז א איד האט דעם כח צו מתפיס זיין א דבר המותר
(ע״פ תורה)
אז ער זאל נאסר ווערן כקרבן,
ביז אז עם איז חל אויף דעם דבר הנאסר א קדושה
(בדוגמת קדושת קרבן) 33 .
וואם אין דעם איז פאראן א חידוש אפילו לגבי קרבנות ממש 34
ווייל קרבנות האבן כמה הגבלות,
און נאר געוויסע מיני בע״ח
(וצומח ודומם)
זיי־ נען ראויים ליקרב ע״ג מזבח; משא״כ ביי נדרים זיינען ניטא די הגבלות — אויב נאר מ׳איז מתפיס בדבר הנדור,
מעג עם זיין א דבר טמא — איז חל
(דורך זיין נדר)
א קדושה אויף דעם חפץ הנדור.
קומט אוים א דבר והיפוכו — אז דוקא ביי נדרים,
וואס פאדערט א תוספת כח
(נאך מער ווי ביי אנדערע מצוות),
זאגט תורה אז אפילו א קטן
(וואט צו אלע אנדערע מצוות איז ער ניט שייך)
— קען אויפטאן די קדושה
(אויב ער איז א "מופלא הסמוך לאיש")
!
לערנט דעריבער דער רמב״ם
(כפירוש הצפע״נ כנ״ל)
אז דיו צו זאגן דעם חידוש בנוגע א קטן וואס הגיע לשני גדלות נאר עם פעלט אים
(בלויז)
םימנים: אבער ניט זאגן נאד א גרעסערן חידוש,
אז דער "יודע להפלות" פון א בן י״ב שנה ויום אחד זאל קענען אויפטאן אזא קדושה
(בלי הגבלות)
!
יו״ד.
אעפ״כ איז די דיעה פון כמה ראשונים 35
(ולכמה אחרונים 36
— אויך דעת הרמב״ם)
אז א "מופלא הסמוך לאיש"
(וואם נדרו נדר מה״ת)
מיינט
(עכ״פ אויך)
א בן י״ב שנה ויום א׳ ויודע להפלות.
וועט מען עס פארשטיין לויט ווי דער צ״צ 37
איז מבאר דעם טעם אויף דעם וואם ביי נדרים זיינען ניטא די הגבלות וועלכע זיינען פאראן ביי קרבנות
(כנ״ל)
— אז דער ענין פון קרבנות איז דאם וואס "נעשה קדש ע״פ גזירת התורה שהיא החכמה עליונה״,
משא״כ דורך נדרים ווערט נמשך א קדושה פרן א מדריגה וואס איז העכער פון "חכמה".
וואס דאם איז דער רמז אין לשון הכתוב 38
״איש גו׳ כי יפליא לנדור״ — אז נדרים קומען פון א מדריגה וואם ווערט אנגערופן ״יפליא״ — לשון פלא 39 ,
וואס איז העכער פון חכמה
(דתורה)
ושכל.
און דער כח אויף דעם
(צו דער־ גרייכן העכער פאר חכמת התורה)
איז דא ביי אידן מצד דעם וואם ישראל ״קדמו לתורה״ 40
— דער פארבונד צווישן אידן מיטן אויבערשטן איז טיפער און העכער ווי תורה !וואם דער־ פאר "ישראל אע״פ שחטא ישראל הוא" 41
— אפילו א איד וואט היט ניט תורה ר״ל,
ווערט ער ניט אויס ישראל ח״ו]
: און דאם דריקט זיך אוים אין ענין הנדרים,
וואם דער דיבור האדם טוט אויף א קדושה כפי רצונו
(אן די הגבלות שבקרבנות כו׳).
[נאר אעפ״כ זײנען אויר נדרים א מצוה אין תורה,
ווייל אלע ענינים פון עבודת ה׳ ווערן נתגלה דורך תורה; ע״ד ווי ענין התשובה 42 ,
וואס איז ״העכער״
פון תורה,
כמאמר רז״ל 43
"שאלו לתורה חוטא מה עונשו א״ל יביא אשם כו׳ שאלו להקב״ה כו׳ א״ל יעשה תשובה ויתכפר לו"
(אז דער ענין התשובה קומט ניט פון תורה
(מצ״ע),
נאר מצד הקב״ה בעצמו)
— וואם דערפאר האט תשובה דעם כח צו ממלא זיין דעם חסרון,
וואם מ׳האט פארפעלט בקיום התורה —
ואעפ״כ איז דוקא תורה מגלה א אידן וועגן דער אפשריות וכחה פון תשובה,
ביז אז תשובה ווערט א מצוה אין תורה].
און דאם איז די הסברה אין דעם וואם דעם כח אויף ענין הנדרים האט א איד נאך איידער ער ווערט מחוייב אין אלע אנדערע מצוות התורה 44
— ווייל נדרים
זיינען פארבונדן מיט זיין מציאות ווי ער איז "קודם" לתורה.
און דאס איז דער אויפטו פון "מופלא הסמוך לאיש"
(יודע להפלות)
:
דא איז ניט אזוי נוגע די מעלת הדעת — דאם ווערט בשלימות ערשט ווען ער ווערט א גדול — נאר דאס וואם ביי אים איז דא דער "להפלות",
אז אין דעם זמן קומט אין אים אריין די מדריגה פון "פלא"
(שבנשמה)
שלמעלה מהחכמה 45 ,
באופן גלוי.
(משיחות ש״פ עקב
(כ״ף מנ״א)
וכ״א מנ״א תשד״מ)