B"H
🏡

Ikar

פנחס א

א.

אין מנין המצות בריש ספר היד

(ועל דרך זה אין זיין ספר המצות)

שרייבט דער רמב"ם,

אלס די לעצטע מצות עשה: לדון בדיני נחלות שנאמר 1

איש כי ימות ובן אין לו.

ס'איז ידוע,

אז דער סדר אין רמב"ם איז מדוייק בתכלית 2 .

ועל פי זה איז מובן,

אז דאס וואס דער רמב"ם איז מדייק צו מסיים זיין די מצות

(עשה)

מיט דער מצוה פון "נחלות",

איז ווייל 3

די מצוה איז דער גמר ושלימות פון ענין המצות.

וכשם ווי די מצוה ראשונה אין מנין המצות – "לידע שיש שם אלוקה שנאמר 4

אנכי ה' אלקיך" – איז דער טעם דערפון מובן בפשטות,

ווייל דאס איז די ערשטע און עיקר'דיקע מצוה פון אלע מצות הבאות לאחרי זה,

ובלשון הרמב"ם בריש ספר היד "יסוד היסודות ועמוד החכמות לידע כו'"

(און ווי דער רמב"ם איז מדייק בריש מנין המצות "מצוה ראשונה 5

כו'"),

על דרך זה איז מובן בנוגע דער לעצטער מצוה – לדון בדיני נחלות – אז זי קומט בדיוק אלס מצוה אחרונה

(דמצות עשה),

דערפאר וואס זי איז דער סיום וגמר פון אלע מצות.

ב.

בהשקפה ראשונה וואלט מען געקענט זאגן דעם טעם דערפון,

בפשטות: היות אז אלע מצות שבתורה איז זייער קיום בימי חייו של האדם,

מה שאין כן די מצוה פון "נחלות" איז פארבונדן מיטן זמן של בתר חייו,

דערפאר שטעלט זי דער רמב"ם בסיום ובגמר המצות.

ס'איז אבער מובן,

אז דאס איז א דוחק גדול,

ווארום עס זיינען פאראן כמה מצות וואס דער רמב"ם רעכנט אויס פריער,

וועלכע זיינען פארבונדן מיט

(מיתת האדם 6 ,

און)

ענינים הבאים לאחרי ז

מיתת האדם.

[ונוסף לזה: דער ענין פון דיני נחלות,

איז ניט א מצוה המוטלת על האדם עצמו

(וכיוצא בזה),

נאר א מצוה אויף בית דין ח

"לדון בדיני נחלות"

(און ווי דער רמב"ם איז מבאר בפרטיות דעם סדר הנחלות אין די הלכות

(בספר היד)

גופא)

– והיינו,

אז בית דין זאל דן זיין 9

ווי עס זאל זיין דער סדר ירושת הנחלות פאר די לעבעדיקע יורשים

(און ניט מען באווארנט דעם מוריש)

– האט דאך קיין ארט ניט צו פארבינדן דעם סדר פון דער מצוה

(שטעלן איר אלס לעצטע –)

מיט מיתת המוריש] 10 .

אויך דארף מען האבן א ביאור: אויף דער מצוה הנ"ל "לדון בדיני נחלות",

ברענגט דער רמב"ם דעם פסוק

(כנ"ל)

"שנאמר איש כי ימות ובן אין לו",

וואס לכאורה ליגט ניט אין די ווערטער דער תוכן המצוה 11 .

עס זיינען פאראן נוסחאות 12

לויט וועלכע דער רמב"ם איז טאקע מעתיק נאך ווערטער פון פסוק – "והעברתם את נחלתו גו'"

(און לויט כמה נוסחאות יב

– איז ער מסיים

(אויך)

מיטן פסוק 13

"והיתה 14 ..

לחקת משפט") 15 ,

וואס די ווערטער אנטהאלטן דעם תוכן המצוה פון נחלות,

וויבאלד אבער אז אין דפוסי הרמב"ם הנפוצים ווערן געבראכט נאר די ווערטער "איש כי ימות ובן אין לו" 16

– דארף מען זאגן,

אז אין זיי זאגט זיך ארויס דער תוכן המצוה "לדון בדיני נחלות".

[בפשטות יש לומר,

אז מיט ברענגען די ערשטע ווערטער פון דער פרשה מיינט דער רמב"ם דעם גאנצן המשך הדברים שבפרשה

(ווי מ'געפינט על דרך זה אין אנדערע מצות ביים רמב"ם 17 )

– וויבאלד אבער אז אלע ענינים אין תורה זיינען מדוייק בתכלית,

איז מסתבר לומר

(ובפרט אז דער רמב"ם איז ניט מוסיף דא דעם ווארט "וגומר" לרמז אויף המשך הפרשה 18 ),

אז אין די ווערטער אליין דריקט זיך אויס אן ענין עיקרי אין ענין הנחלות].

ג.

ויש לומר,

אז דאס וואס דער רמב"ם איז מסיים דעם מנין המצות מיט "לדון בדיני נחלות",

איז על דרך ווי מען געפינט אז דער סיום פון

(ששה סדרי)

משנה 19

איז 20

מיטן מאמר "עתיד הקדוש ברוך הוא להנחיל לכל צדיק וצדיק כו' שנאמר 21

להנחיל אוהבי יש" – און ווי מפרשים זיינען מבאר 22

דעם טעם פארוואס סיום המשניות איז דוקא מיט דעם מאמר 23 ,

ווייל דא רעדט זיך וועגן תשלום שכר העבודה פון תורה ומצוות לאחריה,

וואס קומט נאכן גמר ושלימות פון לימוד וקיום התורה ומצותיה; און די משנה איז מדייק "עתיד הקדוש ברוך הוא להנחיל",

ווייל דער גמול

(וואס קומט בגמר העבודה דתורה ומצוות),

איז דער "להנחיל".

ויש לומר אז על דרך זה איז בנדון דידן – ביים רמב"ם: ער איז מסיים מיט דער מצוה פון נחלות,

ווייל דער סיום ושלימות פון אלע מצות התורה איז פארבונדן מיט ענין הנחלה,

כנ"ל.

ד.

ויש לומר הביאור בכל הנ"ל – בהקדם:

פרשת נחלות שטייט אין דער תורה אלס המשך צום ענין הירושה והחלוקה פון ארץ ישראל

(וואס בקשר לזה האבן די בנות צלפחד גע'טענה'ט 24

"תנה לנו אחזה בתוך אחי אבינו",

און אויף דעם איז געקומען די פרשה "איש כי ימות גו'").

געפינט מען אין דעם ענין פון חלוקת הארץ,

אז נוסף אויף דער כללות'דיקער זאך פון ירושת הארץ 25 ,

זיינען געווען בפרט דריי ענינים: א)

ירושת הארץ,

ב)

די חלוקה באופן פון "לרב תרבה נחלתו ולמעט תמעיט נחלתו" 26 ,

און ג)

"אך בגורל יחלק את הארץ" 27 .

דאס הייסט,

אז די שייכות פון ארץ ישראל צו אידן איז

(בפרטיות)

אין דריי אופנים 28

: א)

ירושה,

ב)

חלוקה על פי טעם ושכל

(לרב תרבה גו'),

ג)

חלוקה על פי גורל 29 .

ויש לומר הטעם לזה

(פארוואס עס פאדערן זיך די דריי ענינים)

: דאס וואס אידן האבן באקומען ארץ ישראל אלס נחלה,

איז געווען ניט סתם איבערגעבן און צוטיילן א לאנד צו אידן –

ארץ ישראל איז דאך "נחלת ה'" 30 ,

"תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה" 31 ,

דערפאר איז נתינתה צו אידן דוקא בהתאם מיט דעם וואס אידן זיינען "נחלת ה'" 32 ,

פארבונדן מיטן אויבערשטן,

וכמאמר חז"ל לג

"אמר הקדוש ברוך הוא יבואו ישראל שבאו לחלקי וינחלו את הארץ שבאה לחלקי".

ובמילא איז די נתינה פון ארץ ישראל

(נחלת ה')

צו אידן,

– מגלה און איז אן אויסדרוק פון אידן'ס פארבונד מיטן אויבערשטן 34 .

ולכן,

כשם ווי מען געפינט,

אז דער פארבונד פון אידן מיטן אויבערשטן איז אין דריי אופנים – ווי מען זאגט 35

"אשרנו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלנו ומה יפה ירשתנו" – על דרך זה איז די נתינה פון ארץ ישראל צו אידן אין די דריי אופנים: חלק,

גורל וירושה.

און וויבאלד אז אינעם סדר פון די דריי ענינים – חלק גורל וירושה – איז דער לעצטער "ומה יפה ירשתנו"

(עילוי אחר עילוי),

איז דערפון מובן 36 ,

אז ירושה האט אין זיך א טיפערן ענין

(ומעלה)

ווי די פריערדיקע צוויי.

וצריך ביאור: א)

וואס איז דער ביאור וחילוק צווישן חלק גורל וירושה אלס אופנים אינעם פארבונד צווישן אידן מיטן אויבערשטן 37

?

ב)

ווי פאסט בכלל דער גדר הירושה –

(בלשון הפסוק)

"איש כי ימות" בשייכות דעם קשר צווישן אידן מיטן אויבערשטן 38 ?

ה.

ויש לומר – דער חילוק צווישן "חלקנו" און "גורלנו" איז בדוגמת דעם חילוק פון מכר און מתנה:

מכר איז תלוי אין דעם כסף ותשלום הלוקח 39

– וואס ער צאלט פאר דעם דבר הנמכר; מתנה קומט מצד רצונו הטוב פון דעם נותן המתנה

(אן תשלום מצד המקבל).

און על דרך זה איז אויך בנוגע די המשכות והשפעות פון אויבערשטן צו אידן,

אז עס זיינען פאראן אין דעם די צוויי אופנים 40

: א)

שכר המצות וכו',

א המשכה וואס קומט דורך עבודת האדם,

אתערותא דלתתא; ב)

א המשכה בטובו בחן וכו',

אתערותא דלעלא מצד עצמו.

און דאס איז בכללות דער חילוק צווישן "חלקנו" און "גורלנו":

"חלקנו" איז דער פארבונד פון אידן מיטן אויבערשטן וואס טוט זיך אויף דורך דער עבודה פון אידן

(בדוגמת מכר)

; און "גורלנו" איז די התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן מצד דעם וואס "בחר בנו מכל העמים" 41 ,

וואס אמיתת ענין הבחירה – בחירה חפשית – איז ווען דער דבר הנבחר ווערט אויסגעקליבן ניט מצד א טעם וחשבון,

צוליב מעלת הדבר הנבחר וכיוצא בזה,

נאר בלויז דערפאר ווייל אזוי איז דער רצון הבוחר.

און אין דעם איז עס בדוגמת

(הבחירה על ידי)

הגורל,

וואס איז ניט על פי טעם שכלי

(פארבונדן מיט מעלת הדבר אויף וועלכן מען ווארפט גורל)

וכיוצא בזה – מען פארלאזט זיך אינגאנצן אויפן גורל,

ניט וויסנדיק ווי ער וועט אויספאלן – ובלשון הכתוב 41

"בחיק יוטל את הגורל ומה' כל משפטו"

[על דרך ווי מתנה וואס איז אפהענגיק נאר פון דעם רצון הנותן,

נאר מיט דעם חילוק,

וואס מתנה האט א נקודה השוה צו מכר – ווארום אף על פי אז די מתנה קומט מצד רצון הנותן,

איז אבער דא א סיבה צו דער מתנה וועלכע איז פארבונדן מיט'ן מקבל,

וכמאמר 43

"אי לאו דעביד ליה ניחא לנפשיה לא יהיב ליה מתנתא" 44

; מה שאין כן גורל האט קיין שייכות ניט צו חשבון וטעם].

ו.

בעומק יותר:

דער ענין פון "חלקנו" איז פארבונדן ניט נאר מיט דער עבודה פון אידן,

נאר אויך מיט זייער עצם מציאות.

ווארום די

(נשמה פון א)

אידן ווערט אנגערופן 45

"חלק ה' עמו" 46 ,

ובלשון התניא 47

"ונפש השנית בישראל היא חלק אלקה ממעל ממש".

ויש לומר אז אויך לגבי אט דער מעלה פון "חלקנו" איז דא א יתרון אינעם ענין ה"גורל":

דאס וואס מ'זאגט אויף דער נשמה פון א אידן "חלק אלקה ממעל ממש" – דריקט אויס די מעלה

(וקדושה)

אין דער מציאות פון א אידן.

וואס יש לומר אז דערפאר פארבינדט דער אלטער רבי די מעלה פון "חלק אלקה ממעל ממש" מיט דעם וואס אידן ווערן אנגערופן "בנים למקום",

"בנים אתם לה' אלקיכם" 48

– אזוי ווי ביי א בן כפשוטו,

וואס זיין קשר צום אב איז אן ענין וואס באציט זיך צו מציאות הבן; קומט אויס,

אז אויך דער ענין אין "חלקנו" איז בדוגמא צום ענין המכר וואס קומט מצד דעם לוקח.

מה שאין כן דער ענין פון "גורלנו" – "בחר בנו" – איז ניט דער עילוי אין דער "מציאות" פון א אידן

[וואס ווי הויך עס זאל זיין,

איז עס פארט א מעלה וקדושה מוגבלת

(וויבאלד עס איז די קדושה וועלכע איז פארבונדן מיט זיין מציאות)]

– נאר דאס איז די התקשרות וואס קומט אינגאנצן מצד דעם בוחר 49

– הקדוש ברוך הוא

(שלמעלה מכל מדידה והגבלה) 50 .

[ויש לומר אז דאס איז דער כפל לשון הפסוק 51

"כי עם קדוש אתה לה' אלקיך ובך בחר ה' גו'" – און ווי רש"י 52

איז מפרש "כי עם קדוש אתה,

קדשת עצמך מאבותיך,

ועוד ובך בחר ה'": "עם קדוש אתה" איז די קדושה מצד דעם וואס "בנים אתם לה' אלקיכם" 53 ,

וואס דאס איז "קדשת עצמך"; און עס איז פאראן נאך א העכערער ענין – "ועוד ובך בחר ה'",

אז אין אידן איז פאראן בחירת העצמות] 54 .

ז.

אבער אף על פי כן האט אויך מתנה,

וואס קומט מצד הנותן,

א פארבונד מיטן מקבל.

ווארום 55

מתנה איז ענינה,

וואס דער נותן גיט אוועק די זאך צו א צווייטן

(דעם מקבל המתנה),

מיט א צוגעטראגנקייט

(ניחא)

צום צווייטן.

[וכעין זה איז בנוגע ענין הגורל: אף על פי אז דער גורל איז ניט פארבונדן מיט מעלת הדבר וואס מען באקומט על ידו,

כנ"ל – דאך,

איז דאס אן ענין פון הקנאה

(השפעה).

ער וויל באקומען איינע פון כמה זאכן,

צוטיילן זיך מיט א צווייטן

(נאר בפרטיות וועלכע – באשטימט דער גורל)].

עס איז אבער פאראן א דריטער ענין – ירושה – וואס גדרו איז

(ניט א נתינה צו א צווייטן,

נאר)

וואס דער יורש איז עומד במקום המוריש.

א יורש איז ניט קיין צווייטע מציאות וועלכע באקומט נכסים פון דעם מוריש,

נאר

(בלשון הכתוב 56 )

"תחת אבותיך יהיו בניך",

דער יורש איז עומד במקום המוריש,

ער איז דער עצם המוריש,

ובדרך ממילא האט ער די בעלות אויף נכסי המוריש 57 .

קומט אויס,

אז די מעלה פון ירושה אויף מכר און מתנה איז:

מכר ומתנה

(וגורל)

זיינען אן ענין פון נתינה והשפעה,

ס'איז ניט ווי דער אדם איז פאר זיך,

נאר ווי ער איז משפיע צו א צווייטן שחוץ הימנו; און דער חילוק צווישן זיי איז נאר אין דער סיבה פון דער השפעה: ביי מכר איז דער לוקח

(זיינע דמי המכר)

די סיבת ההשפעה,

און ביי מתנה איז עס דער רצון הנותן.

אבער אויך דער רצון הנותן איז צו געבן די זאך צו א צווייטן.

מה שאין כן ביי ירושה איז ניט השפעה צו עמיצן וואס איז חוץ ממציאות המוריש,

דאס וואס דער יורש באקומט די נכסים איז ווייל ער איז עומד במקום המוריש 58 .

ח.

און דאס איז דער אויפטו פון "מה יפה ירשתנו" לגבי "חלקנו" און "גורלנו":

"חלקנו" איז דער פארבונד פון אידן מיט אלקות – ווי דער אויבערשטער האט זיך כביכול מצמצם געווען אז די עבודה ומעלות פון אידן זאלן ביי אים תופס מקום זיין.

נאכמער: לגבי דעם אויבערשטן אליין איז כמו שנאמר 59

"גם בן ואח אין לו",

און דאס וואס אידן ווערן אנגערופן בשם "בנים" איז נאר 60

ווי דער אויבערשטער איז זיך מצמצם כביכול אין דעם תואר פון "אב" 61

;

"גורלנו" – "בחר בנו" – איז דער קשר פון אידן מיטן אויבערשטן מצד דער מדריגה אין אלקות

(און בא אידן)

וואו מציאות

(מצד עצמו)

איז ניט תופס מקום,

דער קשר איז נאר מצד בחירתו החפשית של הקדוש ברוך הוא;

אבער אף על פי כן,

איז אויך "בחר בנו" ענינו וואס דער אויבערשטער קלייבט אויס א זאך

(וואס איז כביכול ניט ער)

– ווארום דער גדר פון "קלייבן" איז בשייכות צו א צווייטער זאך

(ס'איז נאר אז די סיבת הבחירה איז ניט מצד

(מעלת הדבר)

הנבחר נאר דער רצון ובחירת הבוחר) 62 .

מה שאין כן "ירשתנו" איז ענינו וואס אידן זיינען כביכול איין זאך מיט עצמותו יתברך

(ישראל וקודשא בריך הוא כולא חד),

דער פארבונד פון אידן מיטן אויבערשטן איז אין עצמותו יתברך,

וואס איז העכער פון וועלכער עס־איז תנועה של צמצום וכו' 63 .

און דערפאר ווערט עס אנגערופן בשם "ירושה" – ווייל דאס איז דער גדר פון ירושה,

וואס דער יורש איז עומד במקום המוריש,

דערפאר וואס ער איז דער עצם המוריש.

ט.

אט די דריי ענינים אין דער התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן – חלקנו גורלנו וירשתנו – זיינען פארבונדן,

בכללות,

מיט די דריי כללות'דיקע תקופות פון עם ישראל: א)

קודם מתן תורה,

ב)

נאך מתן תורה – דער זמן פון עבודת ישראל בקיום התורה ומצוות,

ג)

לעתיד לבא,

דער זמן הגמול ביז צו תכלית השלימות שבזה.

ויש לומר הביאור אין דעם:

אויך פאר מתן תורה זיינען אידן אנגערופן געווארן "בנים",

ווי עס שטייט ביי יציאת מצרים 64

"בני בכורי ישראל".

אויך פאר מתן תורה איז געשטאנען בגלוי די מעלה פון אידן לגבי אלע אומות העולם

(וואס דאס האט געבראכט צו יציאת מצרים).

אבער דאס איז אלץ געווען א מעלה אין זייער 65

מציאות

(און עבודה).

ביי מתן תורה איז נתגלה געווארן דער ענין פון "ובנו בחרת מכל עם ולשון" 66

– בחירת הקדוש ברוך הוא אין עם ישראל,

(כנ"ל) 67 .

און דערפאר האט זיך דאס אויסגעדריקט אין נתינת התורה והמצות צו אידן 68 ,

און אין דעם איז באשטאנען דער אויפטו פון תורה ומצוות

(שניתנו במתן תורה)

לגבי דער עבודה פון אידן

(האבות וכו')

פאר מתן תורה – לפני מתן תורה איז די עבודה פון אידן געווען געמאסטן לויט כח הנברא

(וויפל א נברא קען דערגרייכן מיט די אייגענע כחות)

; מה שאין כן ביי מתן תורה,

וואס "נתן לנו את תורתו" 41

– איז אין די תורה ומצוות פאראן דער כח הבורא.

ולאחרי גמר קיום התורה ומצוות וועט ביי אידן נתגלה ווערן זייער עצמית'דיקע מעלה – "מה יפה ירשתנו" – דער ענין פון נחלה,

אז אידן זיינען חד כביכול מיט עצמותו יתברך 63 .

י.

ויש לומר אז דאס איז דער ביאור אין דעם סיום פון ששה סדרי משנה – "עתיד הקדוש ברוך הוא להנחיל כו' להנחיל אוהבי יש": דער רמב"ם 69

איז מבאר אז דער לשון "יש" ווייזט אויף "מציאות ע

התמידית אשר אין לה תכלית",

דאס הייסט עצמותו יתברך 71 ,

דער "יש" האמיתי.

און "להנחיל אוהבי יש" מיינט – דאס וואס א איד ווערט איין זאך,

כביכול,

מיטן "יש האמיתי".

און דאס איז דער דיוק "להנחיל אוהבי יש",

ווייל די התאחדות פון אידן מיטן "יש האמיתי"

("יש המוחלט" 70 )

איז מצד דעם ענין הנחלה,

וואס אידן זיינען כביכול "עצם המוריש",

כנ"ל 72 .

און דערמיט וועט מען פארשטיין פארוואס דער רמב"ם ברענגט ביי דער מצוה פון נחלות דוקא די ווערטער "

(איש כי ימות)

ובן אין לו" – ווייל דער תוכן רוחני פון ענין הנחלה,

גיט זיך ארויס דוקא אין דעם ענין פון "ובן אין לו":

די מעלות פון "חלקנו" און "גורלנו" זיינען פארבונדן מיט דער מדריגה ווי דער אויבערשטער איז זיך מתצמצם אין דער מדריגה פון "אב"

(וואס גיט אן ארט אויף א צווייטער מציאות – א בן,

און עס ווערט די מציאות)

; אפילו מצד דער מדריגה פון "גורלנו",

דאס וואס דער אויבערשטער איז בוחר אין אידן,

איז דאך אבער דער תוכן ענין הבחירה – וואס ער איז אין זיי בוחר,

אז זיי זאלן זיין בנים 73 .

מה שאין כן דער גדר פון "ירשתנו" איז פארבונדן מיט עצמותו של הקדוש ברוך הוא,

וואס דארטן זאגט מען "ובן אין לו" – ער איז העכער פון וועלכן עס איז ענין שחוץ הימנו

(אפילו בדרך בחירה)

– און דארטן זיינען אידן מושרש,

ישראל וקודשא בריך הוא כולא חד.

(משיחות י״ג ניסן וש"פ שמיני תשמ״ה)

Reader controls and commentary are loading.