א.
מ׳האט שוין גערעדט כמה פעמים,
אז ענינו פון פירוש רש״י על התורה איז צו מפרש זיין פשוטו של מקרא
(ווי רש״י זאגט בכמה מקומות בפירושו 1 ).
און אין די ערטער וואו רש״י ברענגט אן ״אגדה״ — איז עם ווי רש״י אליין זאגט 2
: ואני לא באתי אלא
(לפשוטו של מקרא ו)
לאגדה המיישבת דברי המקרא דבר דבור על אופניו.
דאס הייסט,
אז רש״י ברענגט אן אגדה בלויז א)
ווען עם איז דא א שווערקייט אין פשט המקרא וואם פא־ דערט א ישוב,
און ב)
די ,
אגדה
(איז)
מיישבת דברי המקרא";
משא״ב אין די ערטער וואו דער מקרא קען געטייטשט ווערן כפשוטו ממש אן קיין שווערקייט — ברענגט ניט רש״י קיין "אגדה"
(אפילו ניט אזא אגדה וואס ״פאםט״ ארײן אין לשון המקרא "דבר דבור על אופניו").
עפ״ז ווערט א תמי׳ גדולה בנוגע א פסוק בפרשתנו,
וואו מען געפינט אז
(רוב)
פשטנים זיינען עם מפרש כפירושו הפשוט,
און דוקא רש״י איז עם מפרש
(לכאורה)
לויט א דרש!
צווישן די ערשטע דיבורים וואס בלעם האט געזאגט בשבחם של ישראל,
איז דער פסוק 3
— "כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו הן עם לבדד ישכון גו׳".
זיינען פשטנים 4
(אבן עזרא 5 ,
רשב״ם,
רמב״ן,
רלב״ג ועוד)
מפרש די ווערטער "מראש צורים אראנו" כפשוטם,
אז בלעם איז דעמאלט געשטאנען אויף א שפיץ בארג
("ראש צורים")
פון וואנעט ער האט געזען די אידן
("אראנו"),
און זעענדיק זיי האט ער זיי משבח געווען — "הן עם לבדד ישכון גו׳".
רש״י אבער שטעלט זיך אויף די ווער־ טער "כי מראש צורים אראנו" און איז מפרש
(ע״ד ווי אין מדרש 6 )
: אני מסתכל בראשיתם ובתחלת שרשיהם ואני רואה אותם מיוסדים וחזקים בצורים וגבעות הללו על ידי אבות ואמהות.
איז אינגאנצן ניט מובן: פארוואס לאזט אפ רש״י 7
דעם פירוש הפשוט פון "מראש צורים אראנו" 8
און טייטשט די ווערטער לויט א דרש 9 ?
ב.
מפרשים 10
זיינען מבאר,
אז לויטן פירוש הפשוט איז שווער — וואם איז דא נוגע צו דערציילן וואו בלעם איז דעמאלט געשטאנען?
און דערפאר זאגט מען
(און דרש׳נט דער מדרש),
אז אויר
"מראש צורים וגו׳" איז א טייל פון די שבחים וואם בלעם האט געזאגט וועגן אידן.
אבער לויטן דרך הפשט איז דאם כלל קיין קשיא ניט,
ואדרבה — פון המשך הכתובים איז גאר מוכרח
(לכאורה)
צו׳ טייטשן כפשוטו:
נאך דעם ווי בלעם האט פארענדיקט די ערשטע דיבורים פון שבחים וברכות אויף אידן,
האט בלק געזאגט צו בלעס׳ן: "מה עשית לי לקוב גו׳ והנה ברכת גו׳ לך נא אתי אל מקום אחר אשר תראנו משם אפם קצהו תראה וכולו לא תראה וגו'" 11 ,
וואט דערפון איז געדרונגען,
אז בלק האט געמיינט אז די סיבה יפאר־ וואם בלעם האט פריער געבענטשט אידן איז געווען דאס וואם ער האט געזען "כולו".
וואו שטייט פריער אז בלעם האט געזען דעם עם ישראל "כולו"
(ואדרבה: פריער 12
שטייט גאר "ויקח בלק אח בלעם ויעלהו במות בעל 13
וירא משם
(נאר)
קצה 14
העם״ 15 )?
— איז ווען מ׳טייטשט די ווערטער "כי מראש צורים אראנו" כפשוטו,
איז דאם קיין שאלה ניט: בלעם אליין האט עם געזאגט און מדגיש געווען — "מראש צורים אראנו",
און נאכמער ער האט דאס גע־ זאגט אלם התחלה
(און ביאור ברמז)
צו די ברכות שבהמשך הדיבור 16 .
קומט אוים,
אז דוקא לויטן פירוש הפשוט אין "כי מראש צורים אראנו" איז מובן דער המשך הכתובים.
ג.
אויר דארף מען פארשטיין לשון רש״י:
דער מקור פון פירוש רש״י — אז דער פסוק רעדט וועגן דער גרונטי־ קייט און שטארקייט פון אידן מצד די אבות ואמהות — איז אין מדרש 17 ,
אבער דארט איז דער לשון: "כי מראש צורים 18
אלו אבות ומגבעות אלו אמהות".
און דער יסוד פונעם דרש איז 19
דאס וואס מען געפינט 20
אז די "אבות" ווערן אנגערופן
(בכמה פסוקים 21 )
"הרים"
[אדער — "צור״ 22 ,
ווי עם שטייט אין— ישעי׳ 23
"הביטו אל צור חצבתם גו׳ הביטו אל אברהם אביכם גו׳"].
איז ניט מובן: א)
פארוואם זאגט רש״י דעם לשון "על ידי אבות ואמהות",
ניט ווי לשון המדרש — ״אלו אבות ..
אלו אמהות"?
ב)
פארוואם ברענגט ניט רש״י קיינע ראיות פון פסוקים 24
אז "צורים" איז א כינוי אויר ״אבות״ — וואם דאם וואלט מחזק געווען
(לכל הפחות)
אז דער דרש איז מתאים
(אויר)
מיט פשוטו של מקרא?
אמנם כד דייקת שפיר בלשון רש״י איז מוכח,
אדרבה,
אז ער איז טאקע אויסן לשנות,
צו מפרש זיין ניט ווי דער מדרש אז "ראש צורים אלו אבות ומגבעות אלו אמהות",
נאר ווי רש״י איז מדקדק בלשונו: "אני מסתכל בראשיתם ובתחלת שרשיהם ואני רואה אותם — די אידן — מיוסדים
(אין זייערע שרשים)
וחוקים כצורים וגבעות הללו".
דאם הייסט,
אז די אידן זיינען די
(וועלכע זיינען חזקים ווי)
"צורים וגבעות",
און די אבות ואמהות זיינען דער ״מראש
(צורים)
״ — די "ראשית" און "שרשים" פון אידן
(וואס מאכן די אידן צורים,
חזקים)
; און דערפאר איז רש״י מדייק ״על ידי אבות ואמהות״ — ניט אז צורים וגבעות זיינען די אבות ואמהות,
נאר אז ווערן א צור — דעם חוזק,
באקומען די אידן דורך
(זייער "ראש" ושרשים)
די אבות ואמהות.
עם בלייבט אבער ניט מוסבר — הא גופא טעמא בעי: וויבאלד אז סיי־ווי לערנט רש״י
(ניט כפשוטו,
נאר)
אז "מראש צורים" באצייכנט די שטארקייט אין פארבינדונג מיט די אבות ואמהות — פארוואם איז ער משנה פון מדרש,
און אנשטאט צו לערנען אז "צורים" מיינט די אבות
[און ווי געבראכט פריער איז דאם א מקרא מלא — "הביטו אל
צור חצבתם גו׳ אברהם אביכם" 25 ],
איז ער מפרש אז צורים וגבעות באציט זיר צו אידן,
און די אבות ואמהות זיינען בלויז "ראש צורים"?
ד.
איז דער ביאור בזה — בפשטות: אלם הקדמה צו דברי בלעם זאגט דער פסוק 26
: "וישא משלו ויאמר".
דעם ווארט ״משלו״ איז רש״י דא 27
ניט מפרש,
וואם דערפון איז מובן,
אז לויט רש״י איז פירושו — פשוטו כמשמעו,
אז בלעם האט דא גערעדט מיט א משל,
במובנו הפשוט — "משל למה הדבר דומה".
[און ווי מ׳זעט אז אין יעדערע פון די ווייטערדיקע
(דריי מאל)
רייד פון בלעם,
וואו עם שטייט אויר "וישא משלו" 28 ,
האט ער משבח געווען אידן נוצנדיק דערביי משלים — "כתועפות ראם" 29 ,
"כלביא גו׳ וכארי" 30 ,
"כנחלים ..
כגנות גו 31 ,
"דרך כוכב" 32 ].
ווערט די שאלה: וועלכע פון זיינע דיבורים זיינען געווען בדרך משל 33 ?
התחלת דבריו "מן ארם ינחני בלק גו לכה גו׳ מה אקוב גו'" 34
איז ניט קייז משל,
נאר דאס זיינעו דברים כהווייתן און די ווייטערדיקע דברי ברכה ושבח — "הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב״ — זיינען אויך ניט קיין משל 35 .
לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז "משלו" באציט זיד צו די
(ווייטער־ דיקע)
ווערטער 36
"מי מנה עפר יעקב",
ווי מפרשים 37
טייטשן,
אז דאס מיינט אז צוליב דעם ריבוי עצום פון אידן קען מען זיי ניט ציילן,
אזוי ווי ע״ד משל "עפר",
וועלכער קען ניט ווערן גע־ ציילט; און ווי עם שטייט אין פסוק פריער 38
"ושמתי את זרעך כעפר הארץ אשר אם יוכל איש למנות גו'".
— איז אבער רש״י אליין שולל דעם פירוש:
אויף "מי מנה עפר יעקב" ברענגט רש״י
(בפירושו הראשון)
"כתרגומו דעדקיא דבית יעקב וכו׳",
דאס הייסט,
אז דער ווארט "עפר
(יעקב)
" אין דעס
פסוק
(איז ניט אן אויסדרוק של משל אויף אידן,
צו באצייכענען זייער ריבוי,
נאר עם)
מיינט בפשטות — די קליינט קינדער
(פון יעקב) 39
[מצד דעם וואם "עפר" איז שטויב,
לשון "עפרורית" 40
און דערפאר ווערן "בנים דקים" 41
אנגערופן בשם "עפר"; אדער ווייל "עפר"
(אין דעם פסוק)
איז
מלשון 42
״עופר האילים״ 43 ,
װאם מײנט בחרות].
עאכו״כ לויטן צװײטן פירוש אין רש״י — "אין חשבון במצות שהם מקיימין בעפר",
וואם לויט דעם פירוש איז דער טייטש פון "עפר" במובנו הפשוט,
עפר ממש
(נאר געמיינט די מצות וואם מ׳איז מקיים בעפר 44 ).
ועד״ז זיינען אויר די ווערטער "ומספר את רובע ישראל" ניט קיין משל — לויטן ערשטן פירוש אין רש״י
(ע״פ התרגום)
מיינט עם "ארבע
(דגלים)
",
און לויטן צווייטן פירוש — "רביעותיהן".
די איינציקע ווערטער צווישן דברי בלעם,
וועלכע קענען אויםגעטײטשט ווערן על דרך המשל,
זיינען — "כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו" 45 ,
און מהאי טעמא וויל רש״י ניט אננעמען צו טייטשן זיי בפשטות,
נאר בדרך משל: "אני מסתכל בראשיתם כו׳ ואני רואה אותם מיוסדים וחזקים בצורים וגבעות הללו כו׳".
ה.
עפ״ז — אז רש״י׳ס פירוש איז מיוסד אויף דעם הכרח צו טייטשן ״מראש צורים״ אלס משל — וועט אויך רעכט ווערן פארוואס רש״י קען ניט לערנען ווי דער מדרש אז "מראש צורים אלו אבות"
(ע״ד ווי אין אנדערע
פסוקים וואו די אבות ווערן אנגערופן ״צור״,
״הרים״)
—
ווארום וויבאלד אז דער ווארט "צורים" איז
(לפי המדרש)
א כינוי
(אין תורה)
אויף די אבות,
איז עס דאך ניט קיין משל
(וואם ענינו איז א דוגמא פון אן אנדער זאך),
נאר א נאמען 46
מיט וועלכן די אבות ווערן גערופן.
דעריבער מוז רש״י לערנען אז די ווערטער "צורים" און "גבעות" האט בלעם געזאגט אלם משל אויף דער שטארקייט פון אידן,
אז זיי זיינען "חזקים בצורים וגבעות הללו",
ווי גשמית׳דיקע צורים וגבעות 47 .
ו.
לויט דעם קען מען מבאר זיין נאך א פירוש רש״י תמוה בפרשתנו — בסיום נבואת בלעם: אויף "ראשית גוים עמלק" 48
איז רש״י מפרש "הוא קדם את כולם להלחם בישראל וכן תרגם אונקלוס 49
ואחריתו להאבד בידם שנאמר 50
תמחה את זכר עמלק".
דארף מען פארשטיין:
א)
וואם איז דער הכרח ע״ד הפשט צו טייטשן ״ראשית גוים עמלק״ — "קדם את כולם להלחם בישראל",
און ניט כפשוטו
(כפירוש הרמב״ן)
אז עמלק איז
"בראש 51
העמים יחשב כי גבורים היו ואנשי חיל למלחמה"
("ראשית" פון לשון משובח 52 ,
און ווי מען געפינט אין פרש״י לעיל 53
״בשמים ראש — חשובים") 54 ?
ב)
פארוואם ברענגט רש״י די ראי׳ אויף "ואחריתו עדי אובד" פון דעם שפעטערדיקן פסוק "תמחה את זכר עמלק" און ניט 55
פון פריערדיקן פסוק 56
"מחה אמחה את זכר עמלק"?
בפשטות איז דער טעם ווייל רש׳י וויל ברענגען א ראי׳ אז "ואחריתו להאבד בידם"
(דורך אידן),
און דער־ פאר ברענגט ער די ראי׳ פון "תמחה את זכר עמלק״ 57 .
אבער הא גופא איז ניט פארשטאנ־ דיק: פארוואם דארף רש״י צולייגן דעם ווארט,
בידם" און זיין מוכרח צו ברענגען די ראי׳ פון שפעטערדיקן פסוק ״תמחה גו״׳?
— אין פסוק שטייט דאך נאר "ואחריתו עדי אובד",
ניט דער־ מאנענדיק דורך וועמעז,
קען עם מיינען השם,
"מחה אמחה" 58 .
דער מהר״ל 59
איז מבאר אז מען קען ניט זאגן אז "עדי אובד" מיינט "מעצמו",
ווייל ״א״כ מה ענינו אל ראשית גוים עמלק".
דערפאר זאגט רש״י אז דאס וועט זיין "במלחמה עם ישראל".
אבער דער תירוץ איז לכאורה ניט מספיק: דמנ״ל ההכרח,
אז כשם ווי "ראשית גוים" איז בשייכות צו
(דער מלחמה מיט)
אידן,
דערפאר מוז "ואחריתו עדי אובד" אויך געטייטשט ווערן אזוי — דורך די אידן 58 ?
מען קען דאך מפרש זיין פשוט,
אז היות עמלק איז גע־ ווען דער ערשטער צו מלחמה האבן מיט אידן,
וועט זיין עונש זיין "ואחריתו עדי אובד״ — אז ער וועט
(אינגאנצן)
נאבד ווערן
(ע״ד ווי עס שטייט ווייטער 60
בשייכות צו אן אנדער אומה "וגם הוא עדי אובד").
ז.
ויש לומר הביאור בזה — ע״ד הנ״ל:
דער פסוק איז מקדים — "וירא את עמלק וישא משלו ויאמר ראשית גו׳".
איז ביי רש״י׳ן קשה: לכאורה איז אין דעם פסוק ניטא קיין משל — די ווער־ טער "ראשית גוים עמלק" זיינען פשוט און קלאר,
אז עמלק איז דער "ראשית",
דער ערשטער משובח
(אין שטארקייט)
פון אלע גוים; ״ואחריתו״ — און זיין סוף וועט זיין "עדי אובד"!
דערפאר איז רש״י מפרש "ראשית גוים עמלק״ — "הוא קדם את כולם להלחם בישראל",
אז "ראשית גוים" מיינט דא ניט במובנו הפשוט,
נאר דאם איז א תואר וואם ברענגט ארוים בדרך משל אן אנדער זאך בעמלק,
וועלכער ליגט ניט אין פשטות פון די ווערטער —
״ראשית גױם״ איז מרמז דאס װאם ״הוא קדם את כולם להלחם כישראל" — און דערפאר פאסט דערויף דער לשון ״וישא משלי ויאמר" 61 .
אוו דערמיט איז אויך מובן דער המשך אין רש״י — "ואחריתו להאבד בידם": וויבאלד אז "ראשית גוים עמלק" איז א משל וואט ווייזט אויף אן ענין מיוחד,
והיינו בשייכות צו די אידן כנ״ל,
איז מסתבר,
אז אויך דער המשך "ואחריתו" איז מובנו
(ניט
(נאר)
כפשוטו: "זיין סוף",
נאר)
א משל צו אנדייטן אויף אן ענין חדש.
און וויבאלד אז דער מובן פון "ראשית ..
ואחריתו" איז א משל,
לייגט זיך צו זאגן,
אז ביידע זיינעו א משל בשייכות צו דעם זעלבן ענין,
ס׳איז דער "ראשית" און "אחרית" פון איין עניו 62 ,
מלחמת עמלק וישראל.
— דערפאר איז רש״י מדייק "ואחריתו להאבד כידס": "ואחריתו" איז ווי אן אויספיר־ענין פון "ראשית",
אז עמלק איז געווען דער "ראשית" במלחמה,
צו אנפאלז אריחי די אידן,
וועט זיין "אחרית" זיין — ״להאבד בידם״ במלחמה.
ח.
פון דעם ביאור הנ״ל — אז לויט י־ש״י איז ״מראש צורים״ א משל — קומט צו א געשמאקער ענין אין "יינה של תורה" שבפירוש רש״י:
די נויטיקייט פון א משל איז דוקא ווען מען רעדט וועגן אן ענין
(הכי)
עמוק 63 ,
וואם דעם ענין כמו שהוא לעצמו קען מען ניט מצייר ומסביר זיין.
דערפאר גיט מען דערויף א משל — מ׳געפינט א צווייטן ענין אין וועלכן מ׳קען האבן א השגה וציור,
וואס זיין תוכן איז כעין ומעין הנמשל,
און דורכ־ דעם באקומט מען א
(קצת)
הבנה אין דעם נמשל.
ועד״ז בעניננו: דאס וואס בלעם האט געזאגט אז אידן זיינען "חזקים כצורים וגבעות הללו״ איז בלויז א משל — ווייל דער אמת׳ער חוזק ותוקף פון אידן
(וועלכן זיי באקומען "על ידי אבות ואמהות")
איז גאר ניט בערך דעם חוזק פון "צורים וגבעות",
ס׳איז א חוזק אין וועלכו בלק קען קייו ציור ניט האבן — נאר כדי ער זאל האבן א קצת השגה ותפיסא אין דעם,
האט מען אים גע־ געבן א משל פון "צורים וגבעות הללו".
ט.
די הסברה אין דעם:
די אמת׳ע שטארקייט פון אן אידן זיינען — ניט "הידים
(ידי עשיו)
",
כח הגוף ועוצם ידו,
נאר זיינע רוחניות,
כחות הנשמה,
ובעיקר כח המסירת נפש שלו,
וועלכער איבערוועלטיקט אלע זיינע כוחות
(אויך די גשמיות׳דיקע,
״הידים״)
— ער איז דאך מוסר דאם אלעס,
ובמדריגות הנשמה,
איז דאס,
ווי דער צ״צ 64
איז דאס מבאר: "ראש צורים" איז מרמז אויף דער מדריגה אין נשמה פון וועלכער יעדער איד האט די גרייטקייט "למסור נפשו על קידוש השם בלי שום
טעם ודעת ..
ולכן נקרא ראש צורים שהוא בחי׳ חזקה מאד",
דער תוקף פון א אידן איז זיין אמונה בה׳,
אויף וועלכער א איד איז מוכן צו גיין אויף מסירת נפש 65
על קידוש ה׳ "שלא לכפור בה׳ אחד" 66 ,
און אין אן אופן "כאלו הוא דבר שאי אפשר כלל לכפור בה׳ אחד" 66 .
און דאס איז וואס רש״י זאגט "אני מסתכל בראשיתם כו׳ רואה אותם מיוסדים וחזקים ..
על ידי אבות ואמהות" — ווייל דער "חוזק" פון מסירת נפש על קידוש ה׳ האט מען בירושה פון די אבות 67
(ואמהות),
וואס אט דער תוקף פון מסירת נפש איז פונקט דער היפך פין דעם מושג פון "תוקף" בשייכות צו עניני העולם: דער גדר פון וועלט איז — פאראנענקייט ומציאות,
און א שטארקע זאך אין וועלט מיינט,
אז די מציאות פון דער זאך איז בתוקף: אבער מסירת נפש איז ענינה,
פארקערט,
מען איז זיך לגמרי מבטל,
מען גיט זיך אינגאנצן אוועק צום אויבערשטן.
און דערפאר איז דער אלטער רבי מבאר 66
אז דער כח אויף מסירת נפש קומט מצד דעם וואם "ה׳ אחד" איז מאיר ביי יעדער אידן
(אין נשמה,
וואם
איז א "חלק אלקה ממעל ממש" 68 ),
וואס דערפון איז אין אידן ענין האמונה ומסירת נפש.
ווייל מסירת נפש איז היפך פון דעם טבע הנברא — א נברא טוט ניט א זאך דורך וועלכער ער
(זיין מציאות)
ווערט אוים — נאר דאם איז א ג־טלעכער כח און שטארקייט.
און דאם איז דער המשך אין פסוק: "כי מראש צורים אראנו גו׳ הן עם לבדד ישכון וכגויס לא יתחשב״ — דער חוזק פון אידו
("צורים")
איז אין אן אופן וואם מאכט זיי אינגאנצן "לבדד",
(העכער,
ביז — לגמרי),
ניט אין דעם גדר פון אלע פעלקער,
"ובגוים לא יתחשב" 69 .
יי״ד.
איו דאס איז די הסברה אין דברי רש״י "אני מסתכל בראשיתם כו׳ ואני רואה אותם
(אידן)
מיוסדים וחזקים ..
על ידי אבות ואמהות״ — אז דער תוקף פון די אבות ואמהות ווערט איבערגעגעבן צו אידן
(עד סוף כל הדורות),
אן שינויים:
ווען עס וואלט זיך גערעדט וועגן א שטארקייט אלם נברא,
איז ניט שייר או דער חוזק זאל איבערגעגעבן ווערן מדור דור אין דעם זעלבן אופן: ע״פ טבע ווערט א זאך בהמשך הזמן שווא־ כער און שוואכער.
וויבאלד אבער אז דער חוזק פון די אבות ואמהות נעמט זיך דערפון וואס
אין זײ האט מאיר געװען ״ה׳ אחד״ — און דאס גיט זיך איבער בירושה "לבניהם אחריהם עד עולם״ 70
— איז אין
דעם ניטא קײנע שינויים,
דאם גיט זיך איבער מיט דעם זעלבן תוקף צו יעדער איד עד םוף כל הדורות,
אין אן אופן פון ״לא שניתי".
(משיחת ש״פ חו״ב תשל״ב)