B"H
🏡

Ikar

י"ב-י"ג תמוז

א.

ווי באוואוסט,

איז די גאולה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר

(פון זיין פארשיקונג)

געווען בי״ב־י״ג תמוז: דינסטאג י״ב תמוז האט מען דעם רבי׳ן מודיע גע־ ווען אז עם איז אנגעקומען די פקודה אים צו באפרייען פון דער פארשיקונג אין קאסטראמא; נאר אזוי ווי אין יענעם טאג איז דארט דער "משרד" פון דער ממשלה געווען געשלאסן

(ווייל ס׳איז געווען א חגא־טאג),

האט מען די תעודת־שחרור געגעבן דעם רבי׳ן אויף מארגן,

מיטוואך — י״ג תמוז.

גלייך 1

בי״ב תמוז האט דער רבי גע־ זאגט א מאמר חסידות 2

אויפן פסוק 3

"הוי׳ לי בעוזרי ואני אראה בשונאי",

און אויף מארגן,

נאכן שחרור בפועל,

האט ער געזאגט א מאמר חסידות 4

בדיבור־ המתחיל "ברוך הגומל לחייבים טובות שגמלני טוב" 5 .

דער תוכן פון פסוק "הוי׳ לי בעוזרי ואני אראה בשונאי" בפשטות איז א בקשה אויף לעתיד — מען בעט אז עם זאל זיין

(מצד דעם וואס "הוי׳ לי בעוזרי")

"ואני אראה

(די נקמה)

בשונאי" 6

; משא״ב "ברוך הגומל לחייבים טובות שגמלני טוב" איז א נתינת שבח והודי׳ צום אויבערשטן אויפן עבר — אויף דעם וואם "גמלני טוב".

איז אין פלוג ניט פארשטאנדיק: בפשטות דארף אויסקומען,

אז בשעת מען באקומט א בשורה טובה וועגן הצלה ושחרור,

דארף מען צום אלעס ערשטן 7

דאנקען דעם אויבערשטן דע־ רויף,

און ערשט דערנאך האט אן ארט א בקשה נוספת כו׳

(על העתיד)

— וואלט דאך מער מתאים געווען אז דער ערשטער מאמר חסידות זאל זיין "ברוך הגומל"?

בדוחק קען מען זאגן,

אז וויבאלד דער רבי האט ביים הערן די בשורה טובה נאך ניט געקענט מאכן די ברכה ״הגומל״ — היות ער איז נאף ניט בא־ פרייט געווארן בפועל און זיכער איז דאס ניט ״יצא מהסכנה לגמרי״ 8

— דערפאר איז דאן אויך ניט מתאים גע־ ווען צו זאגן א מאמר חסידות המתחיל "ברוך הגומל״ 9 .

אבער עם פאדערט זיר ביאור: ס׳איז א זיכערע זאך אז אויך די בשורת השחרור

(נאך איידער מען קען מאכן ברכת הגומל)

דארף ברענגען אמירת שבח והודי׳ לה׳ — האט דאך דער מאמר גע־ קענט זיין פארבונדן מיט אן אנדער לשון של שבח והודי׳ 10

(ניט מיט "ברוך הגומל״),

ועאכו״כ אז דאס דארף קומען איידער אן עניו של בקשה,

ובפרט — די בקשה פון "

(ה׳ לי בעוזרי)

ואני אראה בשונאי".

ב.

בכלל,

איז נוסף ע״ז וואט די עצם גאולה פון רבי׳ן איז געווען א נם גדול,

זיינען אין דעם אויר פארגעקומען כו״כ נסים פרטיים.

צווישן זיי איז געווען איין מאורע,

וואס אע״פ אז בשעתו האט מען אויף דעם ניט געלייגט קיין אכט — איז אבער איצט,

לאחרי כו״כ שנים,

ווען מען באטראכט דעם ענין "רואיקער־ הייט",

באנעמט מען אז באמת איז דאם געווען א נס הכי גדול,

וואס האט ניט

געהאט קיין אחיזה איו טבע — און דאם איז:

דער "סדר" אין מדינה ההיא איז,

אז די תושבי המדינה ווערן גאר שטארק נאכגעקוקט מצד דער ממשלה.

אזוי איז דער מצב אייר איצט,

ועאכו״ב בזמן ההוא,

ובפרט אין פארבינדונג מיטן מאסר,

ביי וועלכן ס׳איז דורכגעפירט געווארן א "חיפוש מחופש" 11

און מ׳האט נאכגעקוקט "בשבע עינים" די אלע וואם האבן געהאט וועלכע ס׳איז שייכות מיטן רבי׳ן.

און פונדעסטוועגן — באלד ווי ס׳איז נתפרסם געווארן אז מ׳האט דעם רבי׳ן ארעסטירט,

האבן דארט צענדליקער אידו זיר אריינגעווארפן אין פאר־ שידענע פעולות און השתדלות אז מען זאל עם באפרייען 12

— און האבן זיר ניט גערעכנט דערמיט וואם זיי ווערן נאב־ געשפירט,

האבן ניט געקוקט אויף די סכנות׳דיקע תוצאות וואס זיינען דער־ מיט פארבונדן.

זיי האבן דאם געטאן בגלוי,

ביז צו שיקן בריוו מיט וייערע נעמען — און נאכמער: ווענדן זיר אליין אין די ממשלה־אמטן וועלכע זיינען געווען פאראנטווארטלעד פארן פסק דין און זיר משתדל געווען צו באווירקן זיי —

און לאחר כל זה זעט מען א דבר פלא: צווישן די אלע וועלכע האבן זיר משתדל געווען בזה,

איז ניט געווען קיין איין־איינציקער וואס דאס האט אים גע־ שאדט באיזה אופן שהוא — ניט בדברים הנוגעים בנפש,

ניט בדברים הנוגעים

בגוף,

און אפילו ניט בעניבים של ממון,

אין פרנסה!

אמת,

ס׳איז דא דער כלל אז "שלוחי מצוה אינן ניזוקין" 13

— זאגט אבער די גמרא 13

אז ״היכא דשכיחא היזיקא״ איז גאר אנדערש

(און פאר אזעלכע אידן איז דאך דערביי געווען ״שכיחא היזיקא״ במלא המובן ויתירה מזו!)

;

און נאך מער איז דער פלא: אין דעם זמן קודם המאסר,

ועד״ז לאחר המאסר,

זיינען געווען אזעלכע וואס זייער פאר־ בינדונג מיטן בעל הגאולה האט זיי גע־ שאדט בגשמיות

[ברוחניות האט די פארבינדונג זיי זיכער מעלה געווען העכער און — שלא בערך,

אבער בגשמיות האבן זיי געליטן וכו׳].

בנוגע אבער דער השתדלות אין דעם שחרור פון דעם רבי׳ן וגאולתו,

האט דאס קיינעם ניט געשאדט

(כנ״ל)

! — אפילו ניט בימי המאסר,

נאך איידער ס׳איז געקומען דער נם השחרור והגאולה,

ווען די סכנה איז געווען בכל תקפה — און אוודאי ניט נאף דער גאולה,

אויך ניט געשאדט אין די שפעטערדיקע זמנים,

אפילו נאד דעם ווי דער רבי איז ארויסגעפארן ממדינה ההיא.

ג.

ולהוסיף — י״ל אז אין א פרט איז דער נם נאר גרעסער ווי דער נס של הגאולה עצמה — און אפילו מצד חשבונות של טבע:

אע״פ אז די גאולה פון רבי׳ן איז גע־ ווען א נם גלוי,

דאך האט עם געהאט אן אחיזה

(און לבוש)

אין טבע — ס׳איז גע־ ווען די השתדלות

(בדרכי הטבע)

דורך

כמה אנשים בעלי השפעה וכו׳ אין דער מדינה עצמה און אויך פון חוץ למדינה;

בנוגע אבער די וועלכע האבן זיך משתדל געווען פארן רבי׳ן,

ובפרט די וועלכע זיינען אליין געגאנגען אין די מקומות ומשרדים הכי גבוהים צו בעטן דארטן מ׳זאל דעם רבי׳ן באפרייען — איז ע״פ שכל אנושי ניט געװעו קײן ארט אז דאם זאל זיי ניט שאטן!

ועד״ז מצד רוחניות הענינים: כמובן,

איז די גאולה פון רבי׳ן געווען פאר־ בונדן מיטן זכות פון זיין מסירת נפש אויף הרבצת התורה וחיזוק היהדות והפצתה,

קשור מיט זכות אבות,

און נאד כמה וכמה זכיות.

און פונדעסטוועגן איז די גאולה געקומען נאכדעם ווי ער האט געהאט אזויפיל צער,

און זיצן אין בית האסורים,

די אלע יסורים וואס ער האט געליטן דארט,

דערנאך די פארשיקונג וכו׳ וכו׳.

משא״כ די וועלכע האבן זיך משתדל געווען פארן רבי׳ן — כולל אויר די צווישן זיי וועלכע האבן 12

ניט געהאט קיין מסירת נפש אויף עניני תורה ומצות,

אויך אזוינע וואס בחייהם הפרטים זיינען זיי ניט געווען שומרי תומ״צ,

זיי האבן באלאנגט צו די מפלגות וכו׳,

און אעפ״כ האט זייער השתדלות זיי ניט געשאדט — ס׳איז דורכגעגאנגען אויף א גלאטן אופן!

ד.

ויש לומר בדרך אפשר,

או דאם האט דער רבי גע׳פועל׳ט אדער מבאר געווען

(אדער ביידע צוזאמען)

דורך זאגן

(תיכף נאך דער בשורת הגאולה)

דעם מאמר און ביאור אויפן פסוק "הוי׳ לי בעוזרי":

גלייך אין אנהויב מאמר שטעלט זיך

דער רבי 14

אויפן לשון הפסוק "הוי' לי בעוזרי" און פרעגט: "בהשקפה ראשונה" איז משמע "שהאדם יש לו עוזרים רבים והקב״ה הוא עמהם",

אבער דער אמת איז דאך 15 ,

אז "אין עוד מלבדו ורק הוא לבדו הוא ית׳ הבורא ..

ועוזר לו בכל אשר לו וכמ״ש הרמב״ם 16

יסוד היסודות ועמוד החכמות לידע שיש שם מצוי ראשון ..

וכל הנמצאים ..

לא נמצאו אלא מאמיתת המצאו"

(און אין סוף מאמר פארענטפערט דער רבי,

אז "עוזרי קאי על הבירורים המתבררים שהם העוזרים האמיתים של האדם,

וע״ד התלמידים שנקראים בנים",

און "הוי׳ לי בעיזרי" מיינט,

אז מ׳איז פועל אז "גם בהעוזרים יהי׳ גילוי שם הוי"׳).

ויש לומר,

אז דערמיט האט דער רבי געוואלט

(אויך)

ארויסגעבן א פסק דין* 16

פון תורה

(און אין א תורה — א מאמר־ חסידות,

פנימיות התורה,

וואם ווערט אנגערופן חכמת האמת)

בנוגע די אלע וואס האבן זיך משתדל געווען פאר זיין שחרור — אז אע״פ אז "בהשקפה ראשונה" זעט אויס אז זיי זיינען געווען "עוזרי",

עוזרים במצב פון א סכנה גלוי׳

(בדרך הטבע)

פאר׳ן עוזר,

ובמילא דארפן האבן גאר גרויסע אויסער־ געוויינליכע זכיות אויף ניצול ווערן

ובפרט — א הצלה באופן אז עם זאל ניט בלייבען קיין רושם כלל וכלל,

איז אבער דער אמת אז "אין עוד מלבדו ורק הוא לבדו הוא ית׳ הבורא ..

ועוזר לו",

דאם איז געווען דער עזר נאר פון "הוא לבדו הוא".

אין דעם פאל איז געשטאנען בגלוי

(ע״י אמירת המאמר 17 )

אז דאם איז בלויו דער עזר פון "הוא לבדו הוא".

און דער ענין האט זיד אויסגעדריקט בגלוי ביי די "עוזרים" גופא: די אלע וואם האבן זיך משתדל געווען פארן רבי׳ן האבן דאם ניט געטאן מיט אן אויסגערעכנטן חשבון און סיכויים שכליים,

נאר יעדערער פון זיי האט זיך מוסר נפש געווען* 17

און זיך ניט גערעכנט מיט קיין שום זאך — מ׳איז געגאנגען אויף אלע סכנות׳דיקע וועגן — אפשר וועט מען עכ״פ פארלייכטערן דעם מאסר,

אדער אפילו צוהעלפן צו דער גאולה.

און דעריבער האט דא זייער מציאות ניט תופס מקום געווען,

און אין זייערע פעולות האט זיר געקענט ארויסזאגן בגלוי אז דאם איז ניט זייער עזר,

נאר דאם איז פון ״הוא לבדו הוא״ — דאם טוט דער אויבערשטער.

ובמילא איז פארשטאנדיק בפשטות,

פארוואם דאס האט קיינעם ניט געשאדט באיזה אופן שהוא

(אפילו ניט

שפעטער)

— וויבאלד אז דאם איז דער עזר פון "הוא לבדו הוא",

פון "אמיתת המצאו" 18 ,

איז דאך ניט שייך אז עפעם זאל דארטן קענען אנרירן.

נאכמער: מען דארף גאר ניט אנ־ קומען צו א ״נס״ דאם זאל ניט שאטן — ס׳איז ע״פ טבע אוממעגלעך צו אנרירן דעם "אמיתת המצאו".

קומט אוים,

אז מ׳האט זיך

(לאמיתתו של דבר)

אפילו ניט אריינגעשטעלט אין א ״מקום סכנה״ 19

(וואו מען דארף אני קומען צו א נס גדול צו ניצל ווערן דערפון)

— ווייל דאם האט געטאן בגלוי "אמיתת המצאו"

(נאר דאם איז

געווען דורך פלוני ופלוני כו׳ 20 )

; אזוי אז מלכתחילה איז ניטא קיין ארט אז דאם זאל אימיצן שאטן באיזה אופן שהוא.

אין דעם פאל איז אזוי די טבע הדברים.

ה.

דערביי דארף מען אבער באווארענען:

לפי הנ״ל וואלט מען לכאורה געקענט קומען לידי מסקנא,

אז עס קומט זיי ניט ח״ו קיין שכר,

ווייל דער עזר איז זיך מתייחס ניט צו זיי,

נאר צו "אמיתת המצאו״ וואם ״אין עוד מלבדו".

אבער "אין הקב״ה מקפח שכר כל ברי'" 21 ,

ועאכו״כ וק״ו וכו׳ — פון די אלע וועלכע האבן זיך מוסר נפש גע־ ווען אין זייערע באמיאונגען פאר דעם שחרור פון רבי׳ן וגאולתו — אז שכרם איז גאר גרוים,

און דאם באווארנט דער רבי אין סוף מאמר,

וואו ער איז מפרש דעם לשון "הוי׳ לי בעוזרי",

אז עוזרי זיינען די "בירורים המתבררים"

(וואס דאס איז ע״ד ווי עם שטייט אין משנה 22

אז ״העושה מצוה ..

קונה לו פרקליט״ — פון דער מצוה 23

ווערט באשאפן א מלאך וואם העלפט אים)

— אויך איז דער רבי דערביי מוסיף: "וע״ד התלמידים שנקראים בנים".

ולכאורה: וואם פאר א שייכות האט דער ענין

(אז תלמידים ווערן אנגערופן בנים)

צום ענין פון הוי׳ לי בעוזריי

נאר מיט די עטלעכע ווערטער איז

דער רבי מדגיש,

אז דער פירוש פון ״בעוזרי״ בלײבט

(אויך)

כפשוטו,

אז עם זיינען פאראן "עוזרים רבים",

כולל ״עוזרים״ כפשוטו — די אידן וועלכע האבן אים ארויסגעהאלפן וואס דער־ מיט זיינען זיי געווארן תלמידיו ובניו,

זיי זיינען "עוזרי"; ווארום וויבאלד אז א איד האט בחירה חפשית,

און זיי האבן בוחר געווען צו טאן די עניני השתדלות,

הייסן זיי "עוזרי" און באקומען דער־ פאר דעם פולן שכר 24 .

ואעפ״כ איז דאס ניט קיין סתירה צו דעם וואם ער שרייבט אין התחלת המאמר אז "אין עוד מלבדו ורק הוא לבדו הוא ית׳ הבורא ..

ועוזר לו״ — ווייל ס׳איז "הוי׳ לי בעוזרי",

ווי ער טייטשט אין סוף מאמר

(כנ״ל)

אז אין די עוזרים זאל לייכטן דער גילוי שם הוי׳.

ד.

ה.

אז דער אויפטוער פון דעם עזר איז דער הוי׳ 25

וואס איז מאיר אין "עוזרי".

וי״ל אז דאם איז אויך דער טעם פאר־ וואס דער רבי האט מקדים געווען זאגן דעם מאמר "הוי׳ לי בעוזרי" פאר דעם מאמר ״ברוך הגומל״ — ווייל צום אלעם ערשטן דארף מען באווארענען 26

אז פון דעם "טוב שגמלני" זאל ניט ארויסקומען אן ענין שלא כדבעי ביי א צווייטן,

ובפרט ביי די וועלכע האבן זיך משתדל געווען אין דער הצלה; און ניט נאר זיי זאל גארניט שאטן,

כנ״ל,

נאר נאכמער — אז זיי זאלן באקומען דער־ פאר דעם פולן שכר.

ו.

אין דעם מאמר הנ״ל

(בתחלתו),

נאך דעם ווי דער רבי שטעלט זיך אויף התחלת הכתוב "הוי׳ לי בעוזרי",

פרעגט ער אויפן צווייטן טייל פסוק "ואני אראה בשונאי": פארוואס בעט מען "ואני אראה בשונאי"

(זען נקמה אין די שונאים)

— לכאורה האט די בקשה גע־ דארפט זיין,

אז די אויבים און שונאים זאלן נהפך ווערן לאוהבים וקרובים?

און דער רבי איז מוסיף 27

: "והגם דכל שנאתו של דוד הי׳ רק לשונאי ה׳ וכמ״ש 28

הלא משנאיך הוי׳ אשנא ובתקוממיך אתקוטט,

ומ״מ הלא כתיב 29

יתמו חטאים מן הארץ וארז״ל 30

חטאים כתיב ולא חוטאים,

והיינו שהחוטאים יעשו תשובה".

ויש לומר,

אז דערמיט האט דער רבי באווארנט נאך אן ענין בקשר צו זיין גאולה

(וואם קומט אויר איידער מען זאגט "הגומל"),

נאר אין צווייטן קצה:

אט די וועלכע האבן ארעסטירט דעם רבי׳ן און אים פארשאפט יסורים — ניט נאר יסורי הגוף נאר אויר

(ובעיקר)

יסורי הנפש: געשטערט זיין עבודת ה/ ובפרט זיצנדיק אין מאסר — זיינען זיי דאך אין גדר פון "משנאיך הוי׳ אשנא"; און דערפאר וואלט לכאורה געווען מתאים אז נאכן נצחון איבער זיי זאל מען צו זיי האבן דעם יחם פון "ואני אראה בשונאי״ כפשוטו — אן ענין פון נקמה; ניט א נקמה אישית ח״ו,

נאר נקמת הוי׳

(״משנאיך הוי׳״)

איז עם דער רבי שולל גלייך אין אנהויב מאמר,

אז אפילו בנוגע די "שונאי" וועלכע זיינען אין דעם גדר פון "משנאיך הוי׳",

דארף זיין די בקשה

(ניט "אראה בשונאי" כפשוטו,

נאר)

"יתמו חטאים ולא חוטאים",

ווייל מען דארף מתפלל זיין 31

"שהחוטאים יעשו תשובה".

און דאם איז דער קשר צווישן די צוויי ענינים אין פסוק: בשעת מען דערהערט אז ס׳איז "אין עוד מלבדו ורק הוא לבדו הוא ית׳ הבורא בו׳״ — ס׳איז "הוי׳ לי בעוזרי״ — דאן דערהערט מען דעם אמת אויך בנוגע "שונאי",

אז דאס וואס מ׳ליידט פון דעם "שונא" איז ניט ווייל ער האט אין דעם עפעס א כח ח״ו,

נאר

(כמבואר בארוכה אין אגרת הקודש 32 )

— "כי הוי׳ אמר לו קלל" 33

; האט דאך במילא קיין ארט ניט

(און דאם איז דער רבי שולל אין דעם פירוש פון "ואני אראה בשונאי")

אז דאס זאל מעורר זיין

א געפיל פון נקמה,

כמובן פון אגה״ק דארט.

ז.

אין וואם באשטייט יע ד ער תוכן פון ״ואני אראה בשונאי״?

— זאגט דער רבי אין סוף מאמר 34

: בכדי להגיע לבחי׳ ראי׳

("ואני אראה")

וכמאמר 35

איזהו חכם הרואה את הנולד ..

הוא ע״י המנגד דוקא

("בשונאי").

דאם הייסט: לא זו בלבד אז "שונאי" רופן ניט ארויס א רגש של נקמה,

נאר אדרבה: וויסנדיק אז דאס וואס מ׳טרעפט זיך אן אויף א מנגד,

א שונא,

איז א זאך וואס קומט מלמעלה,

און דער צווייטער איז בלויז א שליח פון אויבערשטן

("הוי׳ אמר לו"),

זוכט מען און מ׳געפינט אין דעם די הוראה מלמעלה אין דער אייגענער עבודה,

ביז באופן פון ראי׳ 36

בזה — און מען קומט צו דער מסקנא,

אז דאם אלץ איז גע־ ווען כדי צו דערגרייכן א העכערע דרגא אין עבודת ה׳ — עבודה בבחי׳ ראי׳ 37 .

און דוקא נאך דעם ווי מען דער־ הערט דעם ענין פון "הוי' לי בעוזרי ואני אראה בשונאי" בתכלית אין ביידע פרטים — אז סיי בנוגע "עוזרי" און סיי בנוגע "שונאי" איז אלץ אן ענין פון "הוי׳ לי״

(ווייל ״אין עוד מלבדו״)

— דעמאלט קומט בשלימות דער "ברוך הגומל כו׳ שגמלני טוב",

אז מען דערהערט ווי

ס׳איז ״גמלני״ פון דעם אויבערשטן אליין,

און עם קומט אראפ אין טוב גלוי,

בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים,

ביז — בלשון הרב 38

: דגם מחזיקי התורה הם מאושרים ומבורכים בכל טוב.

(משיחות י״ב תמוז וש״פ בלק תשכ״ס

Reader controls and commentary are loading.