א.
אין סוף פרשתנו 1
ברענגט רש"י פון רבי משה הדרשן: למה נסמכה פרשת מקושש לפרשת עבודת אלילים לומר שהמחלל את השבת כעובד עבודת אלילים שאף היא שקולה ככל המצות כו' 2 .
אין תוספות 3
שטייט: מעשה המקושש היה בתחלת ארבעים מיד אחר מעשה מרגלים דאמר במדרש דלשם שמים נתכון שהיו אומרים ישראל כיון שנגזר עליהן שלא לכנס לארץ ממעשה מרגלים שוב אין מחיבין במצות עמד וחלל שבת כדי שיהרג ויראו אחרים.
ולפי זה איז מובן די סמיכות פון פרשת מקושש צו כללות פרשתנו,
וואו ס'רעדט זיך וועגן חטא המרגלים
(וואס איז דער עיקר סיפור בפרשתנו און על שמה ווערט אנגערופן די גאנצע סדרה – פרשת שלח),
ווארום מעשה מקושש איז געקומען אלס תוצאה פון מעשה המרגלים.
וויבאלד תורה שטעלט פרשת עבודת אלילים צווישן מעשה מרגלים און פרשת מקושש,
איז מובן,
אז אויך לדעת התוספות איז פרשת מקושש שייך צו פרשת עבודת אלילים על דרך ווי רש"י ברענגט פון רבי משה הדרשן,
און ווי תוספות 4
איז מסביר די גמרא 5
"יודע היה משה רבינו שהמקושש במיתה שנאמר 6
מחלליה מות יומת אבל לא היה יודע באיזו מיתה" 7 ,
אז "אף על גב *7
דמיתה סתם חנק היא,
מתוך הסברא היה מדמה לעובד עבודת כוכבים דבסקילה דמחלל שבת בפרהסיא ככופר בעיקר דכופר במעשה בראשית" 8 .
ויש להוסיף: אט די שייכות
(פון פרשת מקושש צו פרשת עבודת אלילים)
איז
(נאר)
אין דעם עצם חטא פון שבת ועבודה זרה.
אבער פון דעם וואס די סמיכות איז ניט סתם אין א חטא סתם פון חילול שבת,
נאר צום חטא פון מקושש דוקא,
איז מסתבר צו זאגן,
אז פרשת עבודת אלילים האט א שייכות צו דעם אופן אין חילול שבת ווי עס איז געווען ביים מקושש,
"דלשם שמים נתכון".
ויש לומר,
וויבאלד אז דאס אלץ איז א טייל פון פרשת שלח,
וואס עיקרה איז פרשת מרגלים,
דארף מען זאגן,
אז אויך דער ענין האט א שייכות צו דעם תוכן פון "מעשה מרגלים". 9
ב.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם א ביאור בדברי המדרש וואס תוספות ברענגט: "דלשם שמים נתכון שהיו אומרים ישראל כיון שנגזר עליהן שלא לכנס לארץ ממעשה מרגלים שוב אין מחיבין במצות,
עמד וחלל שבת כדי שיהרג ויראו אחרים".
לכאורה בכדי ארויסצוברענגען אז מ'איז נאך אלץ מחויב במצות – פארוואס האט ער געדארפט דוקא מחלל שבת זיין,
ובפרט אז דורך דעם קומט צו נאך א חטא גדול ביותר "את דמכם לנפשותיכם" – שופך דם עצמו 10
– ער ברענגט דערצו אז "יהרג",
ער האט עס געקאנט ארויסבריינגען דורך עובר זיין אויף אן אנדער מצוה,
ביז א חטא קל ביותר,
וועלכער איז מחייב מלקות,
ממון וכיוצא בזה?
אויך אין תרגום יונתן 11
שטייט דער כללות התוכן אז דער מקושש עצים האט ניט געמיינט מחלל זיין במזיד נאר לשם שמים נתכון,
אבער דער תרגום יונתן באווארנט פארוואס ער האט דוקא מחלל שבת געווען: וויבאלד מ'האט דעמאלט נאר געוואוסט "גזירת שבתא" אבער דער עונש פון חילול שבת – "קנסא דשבתא לא אשתמודע להון",
איז דאס געווען די כונה פון דעם מקושש עצים אז דורך זיינע מעשים "אשתמודע קנסא
(פון שבת)
לכל בית ישראל".
אבער לפי המדרש
(המובא בתוספות)
אז ער האט דאס געטאן אויף ארויסצוברענגען אז מ'איז מחויב במצות,
איז ניט מובן פארוואס האט ער אויסגעקליבן חילול שבת,
כנ"ל?
איז דער ביאור בזה – על פי דברי המהרש"א 12
אויף דער שאלה ווי אזוי האט ער מחלל שבת געווען כדי להודיע אין וועלכער מיתה איז מען דן א מחלל שבת?
ער איז מסביר 13
: וויבאלד אז ער האט צו דער מלאכה ניט געדארפט אנקומען נאר "לידע באיזו מיתה כו',
הוה ליה מלאכה שאינה צריכה לגופה כמו חופר גומא ואין צריך אלא לעפרה שהוא פטור לרבי שמעון",
און ער פירט אויס "וכן יש לומר לפי המדרש שכתבו התוספות כו' דהוה ליה נמי מלאכה שאינה צריכה לגופה".
ועל פי זה איז מובן לויט דעם מדרש המובא בתוספות פארוואס ער האט דאס ארויסגעבראכט דורך מלאכת שבת דוקא,
ווייל ער האט ניט געוואלט טאן א חטא און ביחד דערמיט זאל זיין בירור הנ"ל,
און דאס איז דוקא בא שבת וואס מלאכה שאינה צריכה לגופה איז פטור
(לרבי שמעון) 14 ,
ביז ווי עס שטייט אין קדושת לוי *14
– "אם כן לא חילל שבת כלל".
ג.
אף על פי כן האט דער אויבערשטער געזאגט "מות יומת האיש רגום אותו גו'" 15 ,
אז ער איז געווען מחויב מיתה – אף על פי אז כלפי שמיא גליא אז ס'איז געווען א מלאכה שאינה צריכה לגופה,
און לשם שמים נתכון,
ביז אז "לא חילל שבת כלל"
[נאכמער: דאס איז א פעולה צוליב שמירת שבת – זיין כונה איז געווען עס זאל נתחזק ווערן שמירת שבת
(ובכלל – תורה ומצות) 16
בא אידן] 17
–
איז מבאר דער מהרש"א 12
אז דאס איז ווייל "לא ידעו העדים שהתרו בו שהוא עשה על דעת זו ואינן אלא דברים שבלב ודנין היו אותו למיתה על פי העדות".
איז ניט דער פשט אין דעם אז מ'האט אים סוקל געווען בטעות
(מצד העדר ידיעת העדים)
– ווארום תורה איז דאך תורת אמת,
איז אויב לפי האמת 18
מצד כונתו,
"לא חילל שבת כלל",
וואלט דער אויבערשטער ניט געהייסן "מות יומת האיש גו'" 19
–
נאר דער חיוב סקילה "בדיני אדם" 20
איז על פי תורת אמת אויף דער מעשה ופעולה,
און וויבאלד אז זיין מעשה איז געווען א מעשה פון חילול שבת,
איז דאס על פי דין בית דין שלמטה 21
א פעולה וואס מ'איז אויף דעם מחויב סקילה,
און ס'איז כלל ניט נוגע זיין כונה 22 .
ד.
על פי זה איז מובן די שייכות פון פרשת מקושש צו פרשת עבודה זרה:
בנוגע צו עבודה זרה געפינט מען אן ענין מיוחד וואס מען געפינט ניט בשאר מצות התורה: יעדער איד אפילו א קל שבקלים,
בשעת עס קומט צו א נסיון פון עבודה זרה,
איז ער זיך מוסר נפש "אפילו שלא לעשות רק איזה מעשה לבד נגד אמונת ה' אחד כגון להשתחות לעבודה זרה אף שאינו מאמין בה כלל בלבו" 23 .
וצריך ביאור: דער עיקר חטא פון עבודה זרה איז די אמונה בלב,
ער איז מחשיב אלס מציאות אחד מכל הברואים אויסער דעם אויבערשטן,
א מלאך,
גלגל או כוכב 24 ,
ער איז מקבל
(די עבודת כוכבים)
אלס אלוה 25 ,
און בשעת אז "אינו מאמין בה כלל בלבו" איז דאס ניט דער חטא פון עבודה זרה,
ער האט זיך ניט אפגעריסן פון דעם אויבערשטן,
ולאידך,
אפילו בשעת ער איז זיך ניט מוסר נפש קומט אים ניט קיין עונש ווייל ס'איז א מעשה באונס 26 .
נאר וויבאלד דאס איז א מעשה פון עבודה זרה,
אף על פי אז דאס איז ניט דער תוכן החטא של עבודה זרה,
הייסט דאס בא אידן דא למטה איסור עבודה זרה,
און ער איז זיך אויף דעם מוסר נפש.
און דאס איז דער המשך פון פרשת מקושש עצים ביום השבת צו פרשת עבודה זרה:
מלאכת שבת איז דאך כל תוכנה פארבונדן מיט מחשבתו וכונתו – "מלאכת מחשבת אסרה תורה",
וואס דערפאר 27
איז מען ניט חייב אויף א מלאכה שאינה צריכה לגופה
[ובפרט בנדון דידן וואס ער האט דאס געטאן "לשם שמים",
איז דאס כלל ניט קיין מעשה פון חילול שבת] 28
– אף על פי כן,
וויבאלד אז די מעשה מצד עצמו ווי עס זעט אויס אין וועלט איז דאס א מעשה פון חילול שבת
(ווארום דאס וואס ס'איז געווען א מלאכה שאינה צריכה לגופה האט זיך דאס כלל ניט אנגעזען אין דער מעשה),
איז על פי תורת אמת,
קומט אים סקילה אויף דער מעשה.
ה.
על פי כל הנ"ל וועט מען אויך פארשטיין די שייכות בתוכן פון מעשה המקושש צו "מעשה מרגלים":
ס'איז מבואר בכמה מקומות 29
אז דער טעם פארוואס די מרגלים האבן געוואלט בלייבן אין מדבר און ניט אריינגיין אין ארץ ישראל,
איז ווייל דער עיקר עסק פון אידן אין מדבר
(וואו זיי האבן זיך ניט געדארפט פארנעמען מיט עסק הפרנסה וכו')
איז געווען אין לימוד התורה
(וכמאמר חז"ל 30
: לא ניתנה תורה לדרוש אלא לאוכלי המן),
וואס לימוד התורה איז עיקרו – די הבנה והשגה 31
בשכל ומחשבה 32
(און אויך – אראפברענגען עס אין דיבור 33 )
; מה שאין כן אין ארץ ישראל,
וואס דארט איז דאך שש שנים תזרע שדך גו' תזמור כרמך 34 ,
ובפנימיות – דער עיקר עבודה דארט איז – מעשה,
מצות מעשיות
(ובפרט קיום המצות התלויות בארץ *34 ),
און מעשים טובים בכלל
(עובדין טבין).
דערמיט וועט מען פארשטיין דברי המדרש
(שהובא בתוספות)
הנ"ל: שהיו אומרים ישראל כיון שנגזר עליהן שלא לכנס לארץ ממעשה מרגלים שוב אין מחיבין במצות.
פון פשטות לשון המדרש איז משמע,
אז זיי האבן ניט געמיינט מורד זיין אין אויבערשטן חס ושלום דערמיט וואס זיי וועלן ניט מקיים זיין מצות,
נאר 35
"אין מחיבין במצות".
ולכאורה תמוה: וואס איז דער טעם פון זייער קסלקא־דעתך?
וואלטן זיי געזאגט "כיון שנגזר עליהם מיתה" 36
וכיוצא בזה – וואלט מען נאך געקענט מסביר זיין זייער קסלקא־דעתך
(בדוחק גדול – על כל פנים),
אז מכיון שנגמר דינם למיתה,
זיינען זיי ווי גברא קטילא און זיי האבן ניט קיינע חיובים.
אבער וואס איז די קסלקא־דעתך "כיון שנגזר עליהן שלא לכנס לארץ כו' שוב אין מחיבין במצות"?
נאר על פי הנ"ל יש לומר אז דאס גופא איז געווען זייער קסלקא־דעתך: וויבאלד אז דער ענין פון כניסה לארץ איז דאך
(בעיקר)
צוליב קיום המצות במעשה,
האבן זיי גערעכנט,
"כיון שנגזר עליהן שלא לכנס לארץ ממעשה מרגלים שוב אין מחיבין במצות" – צו זיי איז ניט שייך די עבודה פון קיום המצות במעשה
[אפילו אט די מצות אין וועלכע זיי זיינען געווען חייב ביז דעמאלט,
ובפרט וואס כמה וכמה ציווים זיינען דאך געגעבן געווארן אלס הקדמה צו כניסה לארץ 37
(אז בזכות פון די מצות וועט מען אריינגיין אין ארץ ישראל 38 )],
און זייער גאנצער עבודה באשטייט בלויז אין לימוד התורה
(במחשבה ודיבור)
– "אין מחיבין במצות".
און אויף דעם קומט דער המשך פון מעשה מקושש עצים – "עמד וחלל שבת כדי שיהרג ויראו אחרים": דאס ברענגט ארויס,
אז אויך אין די ענינים וואס כל תוכנם איז "מלאכת מחשבת",
און ער האט דאך דאס געטאן "לשם שמים" ניט אויף עובר זיין אויף רצון השם – פונדעסטוועגן,
איז אויך בזה דער עיקר – די מעשה בפועל,
וואס דערפאר זאגט תורת אמת אז דער פסק הלכה למטה איז אז דאס איז חילול שבת און עס קומט דערפאר סקילה.
און דאס האט געלערנט די אידן וואס זיינען דעמאלט געבליבן אין מדבר,
אז אף על פי "שנגזר עליהן שלא לכנס לארץ",
איז דאס נאר אז זיי קומען ניט אן צום עיקר קיום מצות במעשה,
ווי ס'איז אין ארץ ישראל; אבער אויך זיי,
פארבלייבנדיק אין מדבר,
איז די עבודה נוגע בעיקר ווי דאס קומט אראפ אין מעשה בפועל
(אויף וויפל עס איז שייך במדבר 39 ),
ווייל עיקר ענין המצוה – צותא וחיבור מיטן אויבערשטן,
איז דורך מעשה המצוה.
(משיחות ש״פ שלח תשי״ט,
מוצש״ק ראה תשל״ט)