B"H
🏡

Ikar

בהעלותך א

א.

בתחלת פרשתנו,

נאך די פסוקים 1

"בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות" און "ויעש כן אהרן אל מול פני המנורה העלה נרותי׳ גו״,

שטייט אין פסוק 2

"וזה מעשה המנורה מקשה זהב עד ירכה עד פרחה מקשה היא כמראה אשר הראה ה׳ את משה כן עשה את המנורה".

איז ידוע וואס מפרשים פרעגן 3

: אין די ערשטע פסוקים פון דער פרשה רעדט זיך דאך וועגן דעם ציווי צו אהרן ווי אזוי עס דארף זיין די הדלקת הנרות,

אז "אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות"; וועגן דעם אופן פון מעשה המנורה האט זיך גערעדט א סך פריער,

אין פ׳ תרומה 4

— איז וואס איז די שייכות פון פסוק "וזה מעשה המנורה" צו דער פרשה דא?

און וויבאלד דאם איז א שאלה וואס ווערט אין לימוד באופן פון פשוטו של מקרא,

איו ניט פארשטאנדיק,

פארוואס רש״י שטעלט זיך אויף דעם ניט אפ בפירושו?

ב.

דער רמב״ן 5

איז מבאר אז דער טעם הכתוב "וזה מעשה המנורה" איז "לרמוז שצריך לדורות שתהי׳ מקשה כי הוא מעכב בה".

ס׳איז אבער נאך אלץ ניט מובן לפרש״י 6

: אויך דער דין אז אויך לדורות איז "מקשה" לעיכובא,

האט לכאורה געדארפט שטיין ניט דא,

נאר 7

אין די פריערדיקע פרשיות — אין פ׳ תרומה אדער אין פ׳ אמור 8 ?

דער אור החיים 9

איז מסביר 10 ,

אז דער פסוק קומט באווארענען א טעות אין פירוש הכתובים: וויבאלד עס שטייט "בהעלותך את הנרות",

און דאס מיינט

(לפירושו)

אז די נרות זיינען ניט קבועים אין די קני המנורה,

מ׳פלעגט זיי אראפנעמען און דערנאך צוריק מעלה זיין אויף דער מנורה 11

,

וואלט מען געקענט מיינען אז אזוי איז אויך מיט די אנדערע חלקי המנורה אז נאך דעם ווי די מנורה איז געמאכט געווארן איז ניטא קיין חיוב אז זי זאל זיין "מקשה"; און דאם וואס עס שטייט "מקשה" איז נאר בתחלה,

אבער ״אח״כ יכול לעשות כאשר יחפוץ״ 12

— דערפאר איז דער פסוק מוסיף "וזה מעשה המנורה מקשה וגו׳" אז דער דין "מקשה" איז אויך שפעטער.

מען קען אבער אזוי ניט מסביר זיין לויט פרש״י — ווארום אע״פ שי״ל אז אויך לדעת רש״י עה״ת זיינען די נרות ניט געווען איין חלק מיט דער מנורה 13 ,

ובמילא איז מקום לומר אז מ׳האט יעדן מאל אראפגענומען און מעלה געווען די נרות אויף דער מנורה,

איז אבער

[נוסף ע״ז וואס אין פשוטו של מקרא איז שווער צו זאגן אז דערפון וואס די נרות זיינען געווען באזונדער און מ׳האט זיי יעדן טאג מעלה געווען אויף דער מנורה זאל מען אפלערנען אויף דער גאנצער מנורה,

וויבאלד אז במקום הציווי ע״ז אין פ׳ תרומה איז קלאר 13

אז די גאנצע מנורה דארף זיין "מקשה"

(מלבד די נרות)

— איז]

אין דעם פירוש הכתוב "בהעלותך" טייטשט רש״י בפירוש "על שם שהלהב עולה כתוב בהדלקתן לשון עלי׳ שצריך להדליק עד שתהא שלהבת עולה מאלי"׳.

זעט מען,

אז רש״י לערנט דעם פירוש אין "בהעלותך את הנרות" ניט אז מ׳איז מעלה די נרות אויף דער מנורה

(ווארום אויב אזוי איז דאך ניטא קיין מקור לפירושו 14

; דער פסוק רעדט

(כפשוטו)

וועגן ״להב״ — ״שהלהב עולה" — און נרות מאן דכר שמי׳).

בלייבט די שאלה: פארוואס שטייט דא דער פסוק "וזה מעשה גו׳ מקשה" 15 .

ג.

אויך דארף מען פארשטיין: וואס איז די הוספה אין דער פרשה "בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות"?

דער ציווי איז שוין געזאגט געווארן אין פ׳ תרומה 16

"ועשית את נרותי׳ שבעה והעלה את נרותי׳ והאיר על עבר פני' 17 .

נאכמער: וויבאלד אז די עשיית הנרות איז געווען אין אן אופן אז זיי קערן זיך כלפי דעם נר האמצעי,

ווי רש״י איז מפרש אין פ׳ תרומה 16

"והאיר על עבר פני׳ — עשה פי ששת הנרות שבראשי הקנים היוצאים מצדי׳ מסובים כלפי האמצעי כדי שיהיו הנרות כשתדליקם מאירים אל עבר פני׳ מוסב אורם אל צד פני הקנה האמצעי שהוא גוף המנורה" — ווי פאסט בכלל א ציווי אויף דעם,

בשעת אזוי איז דאם בדרך ממילא,

די נרות דארפן געמאכט ווערן באופן זה ווי אנגעזאגט ביי דער עשי' 18 .

וי״ל אז רש״י באווארנט עם.

ער איז מפרש ״יאירו שבעת הנרות — ששה 19

שעל ששת הקנים שלשת המזרחיים פונים למול האמצעי הפתילות שבהן וכן שלשת המערביים ראשי 20

הפתילות למול האמצעי".

דערפון וואס רש״י איז משנה בלשונו דא ״הפתילות ..

ראשי הפתילות״ — ניט ווי בפירושו בפ׳ תרומה ״פי ששת הנרות״ — איז מובן,

אז דא איז א באזונדער ציווי צו אהרן,

אז נוסף אויף דעם וואס פי ששת הנרות זיינען מסובים כלפי האמצעי 21 ,

דארף 22

אהרן אויר מטה זיין די פתילות 23 ,

זיי

זאלן פונה זיין כלפי האמצעי,

וואס פון דעס היינגט אפ ווי עם וועט זיין דער "יאירו

(פון די)

שבעת הנרות".

לפ״ז דארף מעז אבער פארשטיין לשון הכתוב בפרשתנו "אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות": וויבאלד אז דא איז צוגעקומען א ציווי אין דער מעשה ההדלקה פון אהרן,

האט דאך געדארפט שטיין בלשון ציווי לאהרן "תאיר שבעת הנרות",

און ניט "יאירו",

אז די נרות זאלן לייכטן 24 ?

ד.

איז דער ביאור בזה — בהקדם:

אין די פרשיות וואו עם רעדט זיר וועגן דער מנורה געפינט מען א מחלוקת צווישן רש״י און רמב״ן:

א)

אין פ׳ אמור 23 ,

וואו עם שטייט דער ציווי "ויקחו אליך שמן זית זך כתית למאור להעלות נר תמיד מחוץ לפרוכת העדות באהל מועד יערוך אותו אהרן גו׳" זאגט רש״י: זו פרשת מצות הנרות ופרשת ואתה תצוה לא נאמרה אלא על סדר מלאכת המשכן לפרש צורך המנורה.

דער רמב״ן דארטן אין פ׳ אמור איז חולק אויף רש״י און לערנט "צורך הפרשה הזאת"

(פ׳ אמור)

לגבי הדלקת המנורה,

אז ״שם

(בפ׳ תצוה)

עוד לא אמר אלא יערוך אותו אהרן ובניו וגו׳ והי׳ במשמע על המנורה או בלא מנורה אם תשבר או תאבד בו׳ ועכשיו 26

אמר בפירוש על המנורה הטהורה 27

שלא ידליקו אלא על מנורה הטהורה".

ד.

ה.

לויט רש״י איז פרשת אמור דער ציווי פון די "פרשת מצות הנרות",

און לויטן רמב״ן איז דאס א המשך און א פרט אין דער מצות הדלקת הנרות

(שבפ׳ תצוה),

אז זי דארף זיין דוקא על המנורה.

ב)

בתחלת פרשתנו איז רש״י מפרש "למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאים לפי שכשראה אהרן חנוכת הנשיאים כו׳ אמר לו הקב״ה חייך שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את הנרות".

דער רמב״ן פרעגט אויף רש״י און לערנט אנדערש,

אז כשם ווי די פרשה אין אמור איז א הוספה אויף דער פרשה פון ואתה תצוה

(אז די הדלקה מוז זיין על המנורה דוקא),

עד״ז איז די פרשה — "ובכאן כאשר השלים להזכיר הקמת המשכן השלים עוד כל דיני הנרות וצוה שיהיו שבעת הנרות כולן דולקות לדורות אל מול פני המנורה,

כאשר הזכיר במעשה המנורה כו׳ לא בלתי מנורה ולא בלתי שיאירו כולם אל עבר פני'"

(און אזוי זאל אויך זיין לדורות,

וואס דערפאר "לא הזכיר בפרשה הזאת באה״מ ללמד שיהי׳ כן במקדש כו׳").

ולפ״ז קומט אוים דער חילוק צווישן רש״י און רמב״ן:

לויט רש״י זיינען פאראן דריי באזונדערע פרשיות בנוגע צו דער מנורה: דער ציווי בר״פ תצוה איז א טייל פון דעם ציווי וסדר מלאכת המשכן

(פון פ׳ תרומה),

בפ׳ אמור איז "פרשת מצות הנרות",

און פרשתנו "בהעלותך את הנרות" איז "פרשת המנורה"

(ניט ״פרשת ..

הנרות״ — ווי אין פ׳ אמור)

;

אבער לויטן רמב״ן,

איז פ׳ תצוה די פרשה פון דער מצות הדלקת הנרות,

און די ציוויים בפ׳ אמור ושבפרשתנו זיינען ביידע פרטים והשלמות אין דיני הדלקת הנרות

(אז עם דארף זיין אויף א מנורה דוקא,

ושיאירו אל עבר פני׳).

ה.

ע״פ הנ״ל,

קומט אויס א חילוק צווישן רש״י און רמב״ן — אויך בנוגע דעם פסוק "וזה מעשה המנורה מקשה גו"׳:

לדעת הרמב״ן,

וויבאלד דער תוכן הפרשה

("בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו גו׳")

איז א המשך ״לדיני הנרות״ — הדלקת המנורה,

איז אויר דער סיום,

דער פסוק "וזה מעשה המנורה מקשה גו׳" א פרט און השלמה אין דיני הנרות — צוליב מקיים זיין מצות הדלקת הנרות: כשם ווי די הדלקה דארף זיין אויף א מנורה דוקא

(און ניט "בלא מנורה"),

דארף דאם זיין אויף א מנורה וואס איז "מקשה",

און אויב ניט איז דאס מעכב די הדלקת הנרות.

לויט פרש״י אבער,

וואס ער רופט אן די פרשה "פרשת המנורה"

(כנ״ל),

קומט אוים,

אז דער עיקר בפרשתנו איז וועגן מעשה המנורה

(ניט הדלקת הנרות)

וועלכע ווערט געזאגט אין דעם פסוק "וזה מעשה המנורה מקשה גו׳".

64

לק וטי

שיחות

ס׳איז אבער צריך ביאור: די פרשה רעדט דאך לכאורה

(בעיקר)

ניט וועגן דער מנורה גופא,

נאר וועגן דער מצוה פון הדלקת הנרות,

"אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות"?

איז דערפון פארשטאנדיק,

אז אויך דער ענין פון "אל מול פני המנורה" איז נוגע

(ניט אזוי צו דעם קיום מצות הדלקת הנרות,

נאר)

צו דעם עצם גוף המנורה.

ו.

די הסברה אין דעם:

אין די פסוקים בפ׳ תרומה,

וואו עס ווערט גערעדט וועגן מעשה המנורה,

_______שטייט״ 28

"ועשית מנורת זהב טהור מקשה תיעשה המנורה ירכה וקנה גביעי׳ כפתורי׳ ופרחי׳ ממנה יהיו".

דערנאך שטייט אין פסוק "וששה קנים יוצאים מצדי׳ שלשה קני מנורה מצדה האחד ושלשה קני מנורה מצדה השני".

קומט אויס,

אז אע״פ וואס די גאנצע מנורה איז געווען "מקשה אחת זהב" 29

איז אבער דא א חילוק צווישן דעם קנה האמצעי "גופה של מנורה" מיט די "ששה קנים": אין גופה של מנורה האבן זיך ניט אנגעזען קיין באזונדערע חלקים,

ס׳האט זיך קלאר געזען איין כלי,

זאך: משא״כ די ששת הקנים כאטש עשייתם איז געווען פון דעם זעלבן ״עשת ..

זהב" 30 ,

איז אבער לאחרי עשיית המנורה ניט געווען ניכר בגלוי ווי דאס איז איין זאך מיט "גופה של

.

מנורה".

בשעת אבער אהרן איז מקיים "בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות",

איז דורכדעם וואס

אלע ששת הנרות לייכטן אל פני המנורה,

מול נר האמצעי,

ווערט ניכר ניט בלויז ווי דאס איז איין מנורה,

נאר ווי אלע נרות זיינען א חלק פון

(ופרט טפל צו)

גופה של מנורה,

נר האמצעי 31 .

קומט במילא אוים,

אז אע״פ וואס בפועל איז דער ציווי דא נוגע צו דער מעשה ההדלקה פון אהרן,

די פעולה פון אהרן אין די פתילות 32

(ניט א פעולה פארבונדן מיט עשיית המנורה — די מעשה אין פי הנרות),

איז אבער תוכנו וגדרו נוגע

(אויך)

צו דער מנורה גופא 33 .

און דערפאר שטייט ניט אין פסוק דער לשון תאיר בעת הנרות" בסגנון של ציווי צו אהרן,

נאר "יאירו שבעת הנרות",

ווייל דער תוכן וגדר פון "אל מול פני המנורה" איז

(ניט נאר א דין ומצוה אין דער מעשה הדלקה של הגברא,

נאר)

א דין אין דער חפצא של המנורה.

און בכדי צו ארויסברענגען דעם ענין ווי "אל מול פני המנורה" איז א חלק פון ״פרשת המנורה״ — ניט פון "פרשת מצות הנרות״ — איז דער פסוק מוסיף

דא "וזה מעשה המנורה מקשה זהב עד ירכה עד סרחה מקשה היא"; און נאכמער: דער פסוק רעכנט דא ניט אויס באזונדער די מנורה,

גופה של מנורה מיט די קנים גביעים כפתורים ופרחים ווי אין פ׳ תרומה,

נאר איין כללות׳דיקן לשון ״המנורה ..

עד פרחה".

ויש לומר אז דאם איז דער דיוק הלשון איו פרש״י "גופה של מנורה כולה וכל התלוי בה",

ווייל דא איז נוגע ניט

(נאר)

די עצם זאך אז "כולה מקשה אחת" אין דעם אופן העשי׳

(ווי אין פ׳ תרומה),

נאר ווי אלץ איז א חלק פון דעם גוף המנורה "גופה של מנורה וכל התלוי בה".

ז.

לכאורה קען מען אבער פרעגן:

רש״י בתחלת הפרשה פירט אויס,

אז דערויף וואס "חלשה אז דעתו

(של אהרן)

כשלא הי׳ עמהם בחנוכה לא הוא ולא שבטו",

האט אים דער אויבעשטער מנחם געווען "שאתה מדליק ומטיב אח הנרות".

הייסט עם דאך אז די פרשה רעדט בעיקר וועגן "מדליק ומטיב את הנרות",

ווי שטימט עם מיט הנ״ל אז דער תוכן הפרשה איז

(ניט די עצם מעשה הדלקה והטבה של הנרות,

נאר)

"פרשת המנורה",

וואס איז נוגע צו דעם גוף המנורה?

איז דער ביאור אין דעם:

שוין גערעדט אמאל בארוכה 34

אז דיבור ה׳ "

(חייך שלך גדולה משלהם)

שאתה מדליק ומטיב את הנרות" מיינט ניט

(נאר)

די הדלקת הנרות פון אהרן כשלעצמה

(און אז דאם איז גרעסער ווי די חנוכת המזבח פון די נשיאים) 35 ,

נאר

ס׳מיינט אז דאס וואס "אתה מדליק ומטיב את הנרות" איז א גדר פון חנוכת המנורה: אין די אלע צוועלף טעג וואס די נשיאים האבן געבראכט זייערע קרבנות לחנוכת המזבח — איז די אלע צוועלף טעג אהרן מדליק ומטיב את הנרות,

וואס דאס איז א גדר פון חנוכת המנורה

(און דער "שלך גדולה" איז אין כו״כ פרטים כמבואר אז 34 ),

און עיקרו ותוכנו פון ענין החנוכה איז ניט אזוי די פעולת העבודה,

די

(הקרבה ו)

הדלקה של הגברא,

נאר דאם וואט ער פועל׳ט דעם גמר המעשה וקדושת החפצא — המנורה,

וואט מאכט מעגלעך דעם המשך העבודה — הדלקה והטבה של המנורה — בשלימות.

ח.

דער ביאור בפנימיות הענינים:

די 36

נשמה ווערט אנגערופן נר,

כמ״ש 37

נר ה׳ נשמת אדם,

אז כללות נשמות ישראל ווערט אנגערופן מנורה,

וואס אין דער מנורה זיינען דא שבעה נרות,

וועלכע זיינען די זיבן מדריגות אין עבודת ה׳.

איז אין דעם פאראן צוויי ענינים 38

: ווי די נשמות ישראל זיינען מצד שרשן,

וואו "כולן מתאימות ואב אחד לכולנה" 39 ,

זיי שטייען אלע בהתכללות ובהתאחדות,

ביז או אלע אידן זיינען איין זאך 40 .

דערנאך,

לאחרי ווי יעדער נשמה ווערט נמשך פון דעם שורש,

ווערט יעדער איד א מציאות בפ״ע,

מחולק פון דעם צווייטן,

יעדער איינער

פון זיי פארמאגט זיינע מעלות פרטיות וואס בהתאם לזה איז שליחותו "נבראתי לשמש את קוני" 41 .

"וזה מעשה המנורה מקשה זהב עד ירכה עד פרחה מקשה היא״ — ווייזט 42

אויף די התאחדות פון אידן ווי זיי שטייען בשרשם — "מקשה אחת זהב טהור",

זיי שטייען בהתאחדות גמורה,

בלי התחלקות מדריגות ביניהם 43 .

דערנאך ווערן זיי פאנאנדערגעטיילט אויף זיבן באזונדערע קנים,

זיבן באזונדערע אופנים אין עבודת ה׳.

און 42

דאם זאגט דער פסוק: "בהעלותך את הנרות",

ווי אזוי דארף זיין ווען יעדער נר ה׳ נשמת אדם טוט זיין עבודה פרטית?

— דארף דאס זיין באופן פון "אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות",

עם זאל זיין ניכר אויך בגלוי אז יעדן איינעמ׳ם עבודה פרטית איז ניט קיין ענין בפ״ע,

נאר זיי אלע זיינען פארבונדן; אין יעדערן איז ניכר אז עיקרה ותוכנה פון דער עבודה פרטית זיינע — איז די נקודה כללית פון "

(אני נבראתי)

לשמש את קוני" 41 ,

וועלכע איז מאיר בשווה אין יעדן אופן העבודה.

ט.

און אין דעם גופא זיינען פאראן צוויי אופנים: צי "וזה מעשה המנורה מקשה זהב" איז נוגע און א פרט אין הדלקת הנרות

(כדעת הרמב״ו),

אדער פארקערט — אז "אל מול פני המנורה יאירו גו׳" איז גומר ומשלים די מעשה המנורה

(ווי לויט דעת רש״י).

אין דער פעולה פון אהרן אין נשמות ישראל — ״בהעלותך את הנרות״ — איז דא ווי ס׳איז לפי פשוטה און ווי דאס איז לפי פנימיותה ומטרתה:

רש״י,

וואס ענינו איז פשוטו של מקרא איז מפרש פעולת אהרן פון "בהעלותך את הנרות"

(כפשוטה),

אז ער פועל׳ט ביי נשמות ישראל אז יעדער בפ״ע זאל זיין בעלי׳,

זיך ציען לשרשו ומקורו,

וואס דאם איז מדריגת אהרן — שושבינא דמטרוניתא 44

— וואס ער איז מעלה נשמות ישראל צו זייער שורש ומקור 45 ,

וואס דארטן שטייען זיי באופן פון "מקשה אחת".

קומט אוים,

אז די פעולת ההדלקה איז תוכנה די העלאה צו בחי׳ מקשה.

דערפאר לערנט רש״י אז דער עיקר הענין בפרשתנו איז ״פרשת המנורה״ — מעשה המנורה,

ד.

ה.

דאס וואס די מנורה איז באופן של "מקשה",

און די הדלקת המנורה באופן פון "אל מול פני המנורה" איז א חלק פון "מקשה",

דאס איז משלים די אחדות פון מקשה שבמעשה המנורה.

דער רמב״ן אבער,

וואס זיין פירוש איז ניט נאר ״פשטים״ נאר אויר "דברים נעימים ליודעי חן״ 46

— סודות התורה — איז זיין פירוש בהתאם מיט דער פנימיות ומטרה פון העלאת הנרות שעל ידי אהרן: דער תכלית פון דער העלאת נשמות ישראל איז דאך בכדי אויפטאן

(מאכן)

א דירה לו ית׳ בתחתונים 47 ,

דוקא

אין עוה״ז התחתון,

דער ארט פון רשות הרבים,

איז דערפון פארשטאנדיק,

אז דער תכלית פון מקשה — די אחדות פון אידן ווי זיי זיינען מצד שרשם ומקורם — איז צו ממשיך זיין אט די אחדות

(אויך)

אין דעם ארט וואו די נשמות שטייען בהתחלקות אין זיבן באזונדערע נרות,

באזונדערע אופני עבודה,

אז אויך דארטן זאל נמשך ווערן די אחדות מצד

זייער שורש 38

,

וואס דאס דריקט זיך אוים אין דעם "אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות".

ולפ״ז קומט אוים אז לויטן רמב״ן איז דער עיקר דא די הדלקה,

נאר בכדי די הדלקה זאל זיין כדבעי,

איז דאס דורך דעם וואס אין דער הדלקה איז ניכר די אחדות פון "מקשה",

שמצד עצם הנשמה.

(משיחת ש״פ בהעלותך תש״ל)

Reader controls and commentary are loading.