א.
די גמרא
(אין דער סוגיא פון מתן תורה 1 )
זאגט: בשני
(בסיון)
עלה משה וירד,
בשלישי עלה וירד..
ברביעי עלה וירד בחמישי בנה מזבח
(כדכתיב 2
ויבן מזבח תחת ההר.
רש״י)
והקריב עליו קרבן.
דארף מען פארשטיין: נאך "ויבן מזבח גו" דערציילט די תורה 3
ווי משה האט מכנים געווען די אידן בברית — די אידן האבן אויף זיר מקבל געווען "ספר הברית" מיט אמירת "נעשה ונשמע" און משה האט גענומען פון דעם דם
(הקרבנות)
"ויזרוק על העם ויאמר הנה דם הברית גו׳".
איז ניט גלאטיק: פארוואם זאגן חז״ל בלויז אז "בנה מזבח והקריב עליו קרבן״,
און ניט דעם המשך — ווי משה האט מכנים געווען אידן בברית 4 ?
ואדרבה: בשעת חז״ל ווילן אויס־ דריקן די טירדא פון משה רבינו 5
בחמישי בסױן צוליב װעלכער משה רבינו האט ניט עולה געווען להר
(ווי אין די פריערדיקע טעג)
— האבן זיי לכאורה לכל לראש געדארפט זאגן דעם ענין פון כניסת בני ישראל בבריח,
ווייל דאס איז אן ענין הכי עיקרי אין די הכנות פון קבלת התורה,
און מ׳קען פארשטיין ווי
דאם איז דוחה עליית משה להר — נוסף אז דאס פארלאנגט א ריבוי זמן 6
;
משא״כ ״בנה מזבח והקריב עליו קרבן" איז ניט קיין אריכות זמן,
ובודאי ניט קיין דבר חידוש וואם איז שייך צו מתן תורה דוקא — מען געפינט דעם ענין פון בניית מזבח והקרבת קרבנות ביי אדם הראשון,
נח,
די אבות וכו׳ — פארוואס זאל דאס זיין אזוי וויכטיק ביז צו דוחה זיין עליית משה להר?
אויך איז ניט גלאטיק: פון פשטות לשון הגמרא 7
"והקריב עליו קרבן" איז משמע,
אז משה רבינו האט אליין מקריב געווען א קרבן אויפן מזבח שבנה — אבער אין פסוק 8
שטייט "וישלח את נערי בני ישראל ויעלו עולות גו",
אז די הקרבה איז געווען
(ניט דורך משה׳ן אליין — ווי בניית מזבח וואו די תורה זאגט ״ויבן מזבח״ — נאר)
דורך "נערי בני ישראל" 9 .
איז דערפון משמע א דבר חידוש
(גדול),
אז מיט "והקריב עליו קרבן" מיינט די גמרא 10
(ניט די קרבנות וועל
כע שטייען בפירוש אין פסוק,
נאר)
אז משה אליין האט מקריב געווען א באזונדער קרבן
(וועלכעך שטייט ניט אין פסוק) 11 .
[ויומתק עפ״ז וואט די גמרא זאגט ״קרבך
(לשון יחיד)
— ניט ״קרבנות״ ל׳ רבים
(ווי אין פסוק ״עולות ..
זבחים שלמים ..
פרים")].
קומט אויס,
אז ניט נאר ברענגט ניט די גמרא דעם המשך הסיפור
(פון יום חמישי)
וואם שטייט אין פסוק — נאר נאכמער: די גמרא שטעלט אריין א נייעם ענין וואם שטייט ניט אין פסוק!
דערפון גופא איז משמע,
אז דער אויפטו פון חמישי בסיון
(בשייכות צו די הכנות פון מתן תורה ובפרט — הכנות פון משה׳ן)
דריקט זיך אוים בעיקר אין דעם ענין פון "בנה מזבח כו׳".
ב.
דאם איז אויך דער ביאור אין דעם וואס משה האט זיך אליין פאר־ נומען מיט בניית המזבח.
דלכאורה:
בשלמא דאם וואם משה "הקריב עליו קרבן״ — און האט זיד ניט מסתפק גע־ ווען מיט די קרבנות וואט די "נערי בני ישראל״ האבן געבראכט — איז מובן.
ווייל,
כידוע 12 ,
איז די מחשבה וכוונה בעת ההקרבה אן ענין עיקרי אין קרבנות,
איז דעריבער פאראן א חשיבות והידור מיוחד אין א קרבן וואם משה האט אליין מקריב געווען לגבי די קרבנות שהקריבו "נערי בני ישראל".
אבער בניית המזבח,
ובפרט ניט אין משכן ומקדש ועאכו״ב ניט ווי א טייל
פון זיי — איז דאך לכאורה ניט מער ווי א הכשר,
וועלכע האט געקענט געטאן ווערן על ידי אחרים
(ובפרט — דורך משרתי משה,
זקני ישראל וכיו״ב)
— פארוואס האט משה רבינו געדארפט אליין זיד פארנעמען מיט בניית המזבח?
וע״פ הנ״ל איז עם מובן:
וויבאלד אז אין דעם בנין פון דעם מזבח איז געווען א חשיבות מיוחדת בשייכות צו מתן תורה
(כדלקמן),
דערי־ בער האט עם געמוזט זיין דורך משה רבינו דוקא
(כשם ווי אלע ענינים בשייכות צו קבלת התורה זיינען דורכגע־ פירט געווארן ע״י משה דוקא).
און דאס איז אויך די הסברה אין דעם וואם די גמרא איז מוסיף "והקריב עליו קרבן״ — אז משה רבינו האט אליין מקריב געווען א קרבן אויף דעם מזבח —
(נוסף לזה וואס די הקרבה ע״י משה האט בכלל א חשיבות מיוחדת
(כנ״ל),
איז בנדו״ד דאם געווען אויר צוליב דעם ״בנה מזבח״,
ווייל)
— די שלימות פון א מזבח איז ווען מ׳איז אויף אים מקריב קרבנות
[וואם דאס איז דער תוכן הענין פון ״קיץ המזבח״ 13
— אז מ׳לאזט ניט דעם מזבח ״בטל״ פון קרבנות — היות אז די שלימות פון א מזבח איז ווען מ׳איז אויף אים מקריב קרבנות],
און דעריבער,
בכדי דער "בנה מזבח" זאל זיין בשלימותו,
איז דאם פארבונדן דערמיט וואם "הקריב עליו
(משה רבינו אליין)
קרבן".
ג.
דער ענין הנ״ל,
אז דער מזבח שבנה משה האט געהאט א חשיבות
מיוחדת בשייכות צו מתן תורה — געפינט מען אויך בנוגע די קרבנות וועלכע מ׳האט מקריב געווען אויףן מזבח:
אויפן פסוק 14
"עולת תמיד העשוי׳ בהר סיני" ברענגט די גמרא 15
דרשת ר׳ עקיבא ״קרבה ושוב לא פסקה״ — אז דעם קרבן תמיד האט מען מקריב גע־ ווען שוין "בהר סיני",
ווייל "עולה 16
שהקריבו ישראל במדבר
(אויפן מזבח שבנה משה)
עולת תמיד הואי"
(און פון דעמאלט — "שוב לא פסקה").
און ווי תוספות 17
ברענגט דרשת הספרי 18
"שנעשית בהר סיני קודם לתורה,
והיינו בחמישי שבנה מזבח".
וואם לכאורה איז ניט מובן* 18
: עס איז ידוע 19 ,
אז אייך די מצות פון "לפני הדבור" 20 ,
זיינען מיר מקיים
(ניט מצד דעם דיבור וציווי פון לפני מ״ת,
נאר)
"מפני 19
שהקב״ה צוה אותנו ע״י משה רבינו
(בסיני 21 )
״ — איז ווי קומט עם,
אז
די תורה
(און תורה שבכתב גופא)
זאל מייחס זיין דעם תמיד וואם מ׳איז מקריב לדורות צו דער עולת תמיד העשוי׳ בהר סיני — "שנעשית בהר סיני קודם לתורה" 22 ?
וי״ל ומסתבר אזוי זאגן,
אז אע״פ וואם דאס איז געווען "קודם לתורה",
פונדעסטוועגן,
זייענדיק אין דעם טאג פון חמישי בסיון,
וואם איז א הכנה
(תיכף)
צו מתן תורה,
האט עס שוין געהאט א גדר ווי
(די עולת תמיד פון)
נאר מ״ת 23 .
ביז אז מ׳זאגט אויף דער עולת תמיד לדורות,
אז זי איז
(די זעלבע עולה)
"העשוי׳ בהר סיני" 24 .
און דאם גופא איז דער טעם וואם די תורה איז מדגיש ״העשוי׳ בהר סיני״ — דערמיט לערנט תורה דאם גופא,
אז די
עולה שהקריבו בחמישי בסיון האט גע־ האט דעם גדר פון "הר סיני",
מתן תורה.
ד.
דאס וואם די עולת תמיד פון חמישי בסיון האט געהאט דעם גדר פון "הר סיני"
(מ״ת)
איז אויר נוגע להלכה:
בנוגע דער "עולה שהקריבו ישראל במדבר" איז דא א פלוגתא 25
צי "טעונה הפשט וניתוח" אדער ניט,
און די גמרא 26
זאגט אז עם איז תלוי אין דער פלוגתא פון ר׳ ישמעאל און ר׳ עקיבא: לויט ר״י אז "כללות נאמרו בסיני ופרטות באהל מועד" איז דאך דאן נאך ניט געזאגט געווארן די דינים
(״פרטות״)
פון הפשט וניתוח; משא״כ לויט רע״ק אז "כללות ופרסות נאמרו בסיני״ — איז "טעונה הפשט וניתוח״,
ווייל אויר ״פרטות״
(כולל די דינים פון הפשט וניתוח)
זיינען שוין געזאגט געווארן בסיני.
איז לכאורה תמוה 27
: די עולה האט מען דאך געבראכט לשתי הדעות בחמישי בסיון,
קודם מ״ת — איז למאי נפק״מ צי ״פרטות נאמרו בסיני" צו דעם אופן ההקרבה פון דער עולה פון קודם מ״ת?
מוז מען זאגן,
אז דאס איז דערפאר וואם די עולה פון חמישי בסיון האט שוין געהאט דעם גדר פון "הר סיני"
(מתן תורה) 28 ?
און דעריבער,
לויט רע״ק
אז ״כללות ופרטות נאמרו בסיני״,
זיי־ נען צוזאמען מיטן ציווי 29
(והוראה מיוחדת)
צו ברענגען אן עולת תמיד בחמישי בסייז אויר געזאגט געווארן "פרטותי׳"
(כולל די דמים פון הפשט וניתוח) 30 .
ווייל אייר די ציוויים פון חמישי בסיון גייען אריין אין "כללות ופרטות נאמרו בסיני".
ה.
ואם כנים הדברים — יש לומר די הסברה אין דעם,
ובהקדם:
בנוגע דעם ענין פון ערב שבת וערב יו״ט
(אז אין דעם טאג פאר שבת ויו״ט הויבן זיר אן די הכנות צו שבת ויו״ט)
— געפינט מען,
אז דאם איז אן ענין ניט נאר מצד הגברא
— כדי דער אדם זאל קענען היטן שבת ויו״ט כדבעי,
פאדערט זיר א הכנה מצדו,
אז ער זאל זיין גרייט צו אויפ־ נעמען די עניני שבח ויו״ט,
וע״ד מחז״ל ,3
: מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת מי שלא טרח כו׳ —
נאר דאם איז אויר אן עגין מצד החפצא,
מצד שבת ויו״ט עצמם.
אז אין ערב שבת וערב יו״ט איז שוין דא א ״מעיף
(ובמילא — גדר)
פון קדושת שבת וקדושת ירט.
נאר אין דעם גופא
(אין דער קדושת שבת ויו״ט וואט הויבט זיר אן בערב שבת ויו״ט)
זיינען פאראן כמה דרגות.
ולדוגמא:
אין דעם זמן הכי סמוך צו שבת איז דא דער ענין פון הוספה "מחול על הקודש",
ובלשון חז״ל 32 ,
אז שבת איז
(ווי א ״זאב״ װאם איז)
"טורף מלפניו ומלאחריו".
און ווי גערעדט אמאל בארוכה 33
מיינט עם,
אז דער ענין פון תוספת שבת איז ניט
(נאר)
א דין אין גברא — אז ער דארף מוסיף זיין מחול על הקודש
(מקבל זיין אויף זיר תוספת שבה) 34
— נאר אז דאס קומט פון שבת און ווערט א הוספה אין שבת אליין: שבת איז "טורף" מלפניו ומלאחריו,
ווייל די קדושה פון שבת ווערט נתפשט איו דעם זמן הכי סמוך אליו 35 .
נאד פריער — דער זמן פון ערב שבת
(ויו״ט)
לאחרי חצות,
ווען מען טאר ניט זאגן קיין תחנון — וואס דאם ווערט אויפגעטאן
(ניט מצד הכנת הגברא,
נאר)
דערפאר וואם קדושת שבת ויו״ט איז שוין מאיר אין דעם זמן באופן אז עם איז שולל דעם ענין פון אמירת תחנון.
ועד״ז איז בנוגע צו כללות היום פון ערב שבת ויו״ט — אז דאם וואם ער
ווערט ע״פ תורה אנגערופן מיטן תואר "ערב שבת",
איז דאס דערפאר וואס אין דעם טאג הויבן זיר שוין אן די עניני שבת ויו״ט 36 .
[ובסגנון פון תורת החסידות: די "גילויים" פון שבת ויו״ט זיינען שוין מאיר,
א "מעיף פון זיי,
אין ערב שבת ויו״ט].
ו.
דערפון איז אויר פארשטאנדיק בנוגע יעדן יו״ט און אויר ווי עם איז גע־ ווען בפעם הראשונה — וואס יעדער יו״ט האט דאך זיין "מועד"
(באשטימטן זמן בשנה) 37
— אז די עניני היו״ט האבן זיר שוין אנגעהויבן אין דעם "ערב" שלו.
וע״ד ווי מען געפינט ביי חג הפסח,
אז דער זמן פון הקרבת הפסח
(וואס "ואמרתם 38
זבח פסח הוא לה׳ אשר פסח גו׳")
איז בי״ד בניסן,
כאטש אז דער "ופסח ה׳" 39
איז ערשט געווען בליל ט״ו ניסן
(וואם דעמאלט הויבט זיר אן חג הפסח 40 ).
ועד״ז איז בנוגע צו מתן תורה 41 ,
בששי בסיון 42
— אז שוין אין חמישי בסיון,
ערב מתן תורה,
האבן זיך אנגע־ הויבן די ענינים פון מתן תורה* 42 .
און דאם איז די הסברה אין דעם וואס די קרבנות פון חמישי בסיון האבן גע־ קענט האבן דעם גדר פון קרבנות שלאחרי מ״ת — מצד דעם וואם דע־ מאלט האט זיר שוין אנגעהויבן דער גדר און גילוי און די פעולה פון מתן תורה.
עפ״ז איז אויר פארענטפערט וואם די גמרא זאגט "בחמישי בנה מזבח בו׳" און דערמאנט ניט אז משה האט מכנים געווען די אידן בברית כר:
די פעולות וואס משה און די אידן האבן געטאן להכנס בברית
(ווי אמירת נעשה ונשמע,
הזאת הדם כר)
— זיינען נאר די הכנה מצד די אידן,
וואם מאכט זיי מוכשר צו קבלת התורה,
אבער דאם איז ניט קיין "טייל" פון מתן תורה גופא;
מתן תורה קומט מלמעלה,
בדרך מתנה,
מצד הנותן.
משא״ב אין דעם מזבח שבנה משה
(און דעם קרבן שהקריב עליו 43 )
האט זיך שוין אנגעזען די
(דוגמת)
פעולה פון מ״ת עצמה; און דערפאר איז ראם א חידוש עיקרי פון חמישי בסיון,
ערב מתן תורה 44 .
ז.
אבער עם פאדערט זיר הסברה: פארוואס האט דער ענין פון מ״ת
(וועל־ כער איז שוין געווען בערב מ״ת)
זיך אויסגעדריקט דוקא אין דעם ענין פון "בנה מזבח והקריב עליו קרבן",
און ניט אין אן אנדער ענין?
איז דערפון מובן,
אז אין דעם גיט זיך ארויס די נקודה עיקרית פון מ״ת.
וי״ל הביאור בזה: דער תכלית פון מ״ת איז,
וואס דויד דעם איז געגעבן געווארן דער כח אויף צו מאכן פון זאכן
(חפצא)
פון וועלט — חפצא דקדושה 45 .
ובל׳ הידוע — דורכפירן כוונת הבריאה לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים 46 ,
אז מען זאל מזכך זיין די "גשמיות הגוף והעולם" ביז מ׳זאל קענען מקבל זיין דעם "גילוי אור ה׳ שיאיר לישראל ע״י התורה" 47 .
[דערמיט איז דער אלטער רבי
מבאר 48
דעם טעם וואט מ׳איז ניט יוצא די מצוה פון תלמוד תורה מיט הרהור אליין,
נאר עם מוז זיין דער ענין פון דיבור בתורה — ווייל דער תכלית פון מצות ת״ת איז צו ממשיך זײן דעם ״אור ה׳" אויפן גוף ונפש הבהמית,
און דאם ווערט אויפגעטאן דורך עקימת שפתיו דוקא,
דהוי מעשה].
און אט דער ענין
(פון זיכוך גשמיות העולם)
שטייט בגלוי אין דעם ענין פון מזבח וקרבנות — וואם מען נעמט אבנים גשמיות און מען מאכט זיי א מזבח לה׳,
און עד״ז קרבנות — וואס מען נעמט א בהמה גשמית און דורך איר הקרבה ע״ג מזבח ווערט עם נתקרב און אויפגעהויבן פון חול ביז עם ווערט קדושה בגלוי 49 .
און דערפאר האט דער גילוי פון מ״ת בערב מ״ת זיך אויסגעדריקט אין דעם ענין פון "בנה מזבח והקריב עליו קרבן".
ח.
דערמיט וועט מען אויך פארשטיין וואס דער ענין פון "בנה מזבח והקריב עליו קרבן" איז א סיבה וואם דערפאר משה "לא עלה"
(להר)
ודוחה העלי׳.
דלכאורה:
משה האט געדארפט בויען א מזבח
("שתים עשרה מצבה לשנים עשר שבטי ישראל" 50 )
מיט אלע פרטים 51
בשייכות צו כניסת בנ״י לברית — אבער דאך האט ער געקענט געפינען זמן באותו
היום צו עולה זיין להר
(לכל הפחות אויף א זמן קצר)
לפני זה 52 ?
[וע״ד ווי ביום רביעי,
וואס משה האט
(נאכן אראפגיין פון הר)
געהאט זמן צו
(א)
דערציילן אידן "את כל דברי ה׳ ואת כל המשפטים" 53
(מצות פרישה והגבלה,
און די ז׳ מצות ב״נ ושבת כו׳ שניתנו להם במרה 54 ),
און
(ב)
שרייבן "מבראשית ועד מתן תורה" און "מצות שנצטוו במרה״ 55
— און דאם אלץ 55
אין דעם זעלבן טאג!].
איז דער ענין אין דעם: דער "ערב"
(און הכנה)
צו מתן תורה איז דער חידוש זיינער און ער באשטייט
(ניט אין פעולות פון "עולה" זיין למעלה להר,
נאר פארקערט)
דוקא אין דער "ירידה" און פעולה אין חפצא פון וועלט,
כנ״ל,
אין דער עבודה אין ״תחתונים״ 57
— בויען א מזבח
(פון אבנים גשמיות)
און מקריב זיין א בהמה גשמית ע״ג מזבח
— ע״ד ווי כללות ענין פון מתן תורה איז געווען אין אן אופן אז "ירד הוי׳ על הר סיני ונתן את התורה ..
על הארץ דוקא״ — כאטש אז "הי׳ יכול להעלות את ישראל למעלה על השמים ליתן להם התורה בשמים״ — ווייל די "כוונה בנתינת התורה הוא שיהי׳ עבודת הבירורים למטה" 58 .
ט.
עם איז ידוע דער כלל 59
אז "
(לעולם)
קוראיו
(פרשת)
במדבר סיני קודם עצרת".
און די שייכות פון "במדבר" צו "עצרת" 60
איז א שייכות גלוי׳ 61
— ווי חז״ל 62
זאגן
(אויפן פסוק 63
"וממדבר מתנה")
כמה טעמים פארוואם די "מתנה" פון תורה איז פאר־ בונדן מיט "מדבר" דוקא.
און אין דעם איז דא א שייכות מיוחדת פון פרשת במדבר צו ערב שבועות
(חמישי בסיון)
— ולהעיר אז בשנה זו
(תשמ״ה)
איז שבת פרשת במדבר חל בחמישי במיון:
איינער פון די ענינים אין "מדבר" - וואס ברענגט 64
די ״מתנה״ פון חורה,
איז בלשון חז״ל“ "אם אדם משים עצמו כמדבר זה שהכל דשין בו 66
תורה ניתנה לו במתנה״ — ביטול.
וואו געפינט מען דעם ענין בגלוי ובהדגשה ביי מתן תורה — איז דאס דער ענין פון הקדמת נעשה לנשמע,
וואס ווייזט אויף א ביטול בשליחות צום
אויבערשטן 67
(משים עצמו כמדבר 68 )
— וואם אמירת "נעשה ונשמע" איז געווען
(כנ״ל)
בחמישי בסיון.
אבער ע״פ המבואר לעיל אז דער עיקר חידוש פון חמישי בסיון
(בשייכות צו מ״ת)
איז אין דעם וואס "בנה מזבח והקריב עליו קרבן",
דארף מען זאגן,
אז אויד דער ענין איז פארבונדן מיט "מדבר".
איז דער ביאור אין דעם:
דער טעם וואס תורה איז געגעבן גע־ ווארן אין א מדבר דוקא,
איז כמחז״ל
[נוסף מצד די "תכונות" פון מדבר וואס דארפן זיין אין דעם גברא — האדם
("משים עצמו כמדבר זה כו׳",
וכיו״ב 69 ),
אויר]
אין דער חפצא פון תורה,
זי איז הפקר לכל כמדבר 70 .
— ועוד אין עבודת האדם בדוגמת מקום המדבר:
די כוונה פון מ״ת איז
(כנ״ל)
— וואס אין תורה איז געגעבן געווארן דער כח צו מאכן פון חפצא פון וועלט — חפצא דקדושה,
מאכן א דירה לו ית׳ בתחתונים,
וואס "תחתונים" מיינט
(ווי דער אלטער רבי איז מבאר 71 )
— "התחתון במדרגה שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית׳ ..
עד שהוא מלא קליפות וס״א שהן נגד ה׳ ממש".
און דערפאר איז תורה געגעבן גע־
ווארן אין א מדבר 72 ,
וואם א מדבר — שלא ישב אדם
(העליון)
שם 73
— איז מקום הקליפות והס״א 74 .
און דאם איז דער ענין פון תורה,
צו איבערמאכן דעם "מדבר" פון עוה״ז צו א דירה לו ית׳.
און דאם איז דער אויפטו פון חמישי בסיון,
אז שוין אין ערב מתן תורה האט זיך אנגעהויבן די עבודה פון "מברר" זיין דעם מדבר דלעו״ז,
דורך נעמען פון די אבנים שבו און מאכן פון זיי א מזבח 75
לה׳ 76 .
יו״ד.
און דאם איז אויר די הוראה לכאו״א:
בשעת עם קומט דער טאג פון חמישי בסיון בכל שנה ושנה — איז הימים
האלה נזכרים ונעשים 77
; מען דארף וויסן,
אז די הכנה צו מתן תורה דארף באשטיין
(ניט א תנועה פון וועלן אפזונ־ דערן זיך פון וועלט,
נאר אדרבה)
אין מאכן פון גשמיות העולם א דירה לו ית׳.
און דעם כח אויף דעם נעמט מען פון משה רבינו
(וואם ער האט בונה געווען דעם מזבח והקריב עליו קרבן)
— די בחינת משה רבינו וואם איז פאראן אין ״כל נפש ונפש מבית ישראל״ 78
— וואט ער גיט דעם כח,
אז אפילו ווען מ׳שטייט אין חמישי במיון,
נאך פאר מ״ת
— אין דער דרגא פון מ״ת בשנה זו,
מתן מחדש און באופן פון יהיו בעיניך חדשים 79 ,
מתן וועלכע איז דאך בדרגא פון מעלין בקודש לגבי פאראיארן —
זאל זיין דער "בנה מזבח והקריב עליו קרבן",
דורך וועלכן מען פירט דורך כוונת הבריאה,
צו מאכן די וועלט א דירה לו ית׳.
(משיחות ש״פ במדבר
(ערב חגה"ש)
תשל״א,
ליל ערב חגה״ש תשמ״ג)