א.
"בחודש השלישי גו׳ ביום הזה באו מדבר סיני..
ויחן שם ישראל נגד ההר״ 1
— זאגן חז״ל 2 ,
אז "ביום הזה" מיינט דעם טאג פון ראש חודש,
אז אין דעם טאג פון ר״ח סיון
(חודש השלישי)
זיינען אידן אנגעקומען צום הר 3
סיני.
דאס אליין וואס די אידן זיינען צוגע־ קומען צום הר סיני,
נאך איידער מ׳האט זיי דארט געגעבן די תורה,
איז שוין א מעלה נפלאה ביותר,
ווי מען זאגט אין דער הגדה ״אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו".
ווייל 4
דער עצם געפינען זיך "נגד ההר" האט ביי די אידן אויפגעטאן אן עילוי נפלא,
ווי חז״ל 5
זאגן אויפן פסוק "ויחן שם ישראל״ — "כאיש אחד בלב אחד" 6
:
עי״ז וואס אידן האבן חונה געווען "נגד ההר",
זיינען זיי געווארן באחדות גמורה,
"כאיש אחד בלב אחד".
געפינט מען א דבר פלא,
לכאורה,
בנוגע ר״ח סיון:
די גמרא 7
רעכנט אויס בפרטיות ווי אזוי משה רבינו האט צוגעגרייט די אידן צו קבלת התורה 8
במשך די טעג פון זייער אנקומען צום הר סיני ביז צום טאג פון מתן תורה: ב׳ סיון "אמר להו ואתם 9
תהיו לי ממלכת כהנים" 10 ,
ג׳ סיון — מצות הגבלה,
ד׳ סיון — דער ציווי אויף פרישה,
ה׳ סיון איז געווען 11
"בנה מזבח והקריב עליו קרבן" ועד לאמירת נעשה ונשמע ע״י כל ישראל: משא״כ בראש חודש סיון — דעם טאג ווען זיי זיינען אנגעקומען צום הר סיני — זאגט די גמרא 12
"לא אמר להו ולא מידי משום חולשא דאורחא": היות די אידן זיינען געווען בחלישות מחמת דעם טורח 13
הדרך,
האט משה 14
אפגעווארט מיט די הכנות צו קבלת התורה ביז דעם יום שלאח״ז
(ב׳ סיון).
אין פלוג איז דאס בכלל ניט פאר־ שטאנדיק: ס׳איז ידוע וואס חז״ל 15
זאגן,
אז ארויסגייענדיק פון מצרים איז ביי אידן געווען א געוואלדיקע תשוקה צו קבלת התורה,
ביז אז זיי האבן געציילט די פארבליבענע טעג ביז מתן תורה.
ומובן בפשטות,
אז וואס נעענטער ס׳איז געווארן דער טאג פון קבלת התורה,
אלץ גרעסער איז ביי זיי געווארן אט די השתוקקות; עאכו״כ קומענדיק צום הר סיני,
דעם ארט וואו עס וועט געגעבן ווערן תורה — האט דאס אוודאי און אוודאי ארויסגערופן ביי אידן די שטארקסטע געפילן פון תשוקה און צפי׳ צו קבלת התורה 16 .
און מיר זעען בטבע בני אדם,
אז בשעת א מענטש האט שטארקע געגועים צו א זאך,
איז ביי אים דעמאלט ניט תופס מקום די פארמאטערטקייט פון זיין גוף,
אז דאס זאל אים אפהאלטן אין זיין באמיאונג צו קריגן די זאך; ובפרט ווען ער האלט שוין נאענט צום באקומען דאס צו וואס ער איז משתוקק
— פילט ער זיכער ניט דאן די פאר־ מאטערטקייט פון גוף.
איז תמוה,
אז זייענדיק "נגד ההר",
נאך די אלע וואכן און טעג פון געגועים צו קבלת התורה 16 ,
זאל זיך משה רבינו 14
אפהאלטן פון צו מכין זיין די אידן צו קבלת התורה צוליב "חולשא דאורחא"?
! און נאך מער
(ווי חז״ל זיינען מדייק)
— "לא אמר להו ולא מידי ",
ער האט זיי קיין איין ווארט ניט געזאגט 17
אין דעם אלעם
(הכנה צו קבלת התורה)
! אויך מצד אידן: ווי קומט עס אז זיי האבן מסכים געווען "אפצו־ רוען" זיך און ניט געמאנט ביי משה׳ן,
אז ער זאל זיי לאזן הערן עפעס וואס
(לכה״פ)
וועגן קבלת התורה!
ובפרט,
אז דא איז ניט געווען קיין גרויסע "טירחא דאורחא" וואס זאל גורם זיין א גרויסע תלישות — ווארום:
(א)
פון רפידים ביז הר סיני איז ניט קיין גרויסער מרחק 18 .
(ב)
דער עצם גיין איז ניט געווען פארבונדן מיט קיין טירחא יתירה,
ווארום דער ענן הכבוד איז דאך געגאנגען פאראויס און "כל הנמוך מג
ביהו וכל הגבוה משפילו" 19 ,
אזוי אז ס׳איז געווען א הליכה בדרך מישור.
(ג)
ר״ח סיון איז געווען ביום ראשון
(אדער ביום ב׳ 20 )
בסמיכות למנוחה שלימה 21
פון שבת 22 .
איז דאך נאכמער תמוה: פארוואס איז ביי אידן געווען אזא גרויסע חלישות,
אז צוליב דעם זאלן זיי ניט זיין מסוגל צו קענען הערן אפילו איין ווארט
("ולא מידי")
וועגן קבלת התורה?
ב.
ויש לומר דעם ביאור אין דעם:
מיט "חולשא דאורחא" מיינען חז״ל ניט
(אזוי)
די תלישות הגוף פון דער גשמיות׳דיקער הליכה בדרך,
נאר
(בעיקר)
די חלישות רוחנית מצד דער רוח־ ניות׳דיקער הליכה ב״דרך" וואס די אידן האבן דעמאלט דורכגעמאכט.
פונקט ווי ס׳איז פאראן הליכה גשמיית בדרך ממקום למקום גשמי,
אזוי איז פאראן דער ענין פון הליכה רוחנית ב״דרך" הרוחנית 23
— דער אדם גייט פון איין מצב
(מקום 24 )
ברוחניות צו א צווייטן מצב
(מקום)
ברוחניות — בעלי׳ אדער בירידה,
אדער בשינוי צו אן אנ־ דער ענין — און דאס קען זיין במדות
(שבלב — אהבה יראה כו׳),
בשכל
(שבמוח — הבנתו בשכל וכו׳),
אדער אופנים ודרגות בעבודת השם,
דאס אלעס איז "הליכה בדרך" ברוחניות.
ובעניננו: די מסעות וואס אידן זיינען געגאנגען פון מצרים ביז הר סיני זיינען געווען ניט נאר א הליכה גשמית,
נאר אויך ובעיקר א הליכה רוחנית,
א שינוי אין דעם מצב הרוחני פון אידו און אן עלי׳ בעבודת השם — און ווערן אלץ מער נעענטער און מער ראוי צו קבלת התורה.
ווי עס שטייט אין ספרים 25
אז זייענדיק אין מצרים זיינען אידן געווען שקועים אין מ״ט שערי טומאה,
און יעדער טאג איז געווען א
(ספירה ו)
עלי׳ פון די שערים — ביז נאך מ״ט עליות זיינען זיי נתעלה געווארן לגמרי — צו זיין א "ממלכת כהנים וגוי קדוש" ביי מ״ת.
די אלע ״מסעות״ — עליות אין עבודת השם — זיינען געווען אין אן אופן מסודר,
אן עלי׳ מדרגא לדרגא; אבער די עלי׳ ביי דעם מסע פון רפי־ דים צום הר סיני איז געווען באופן של שינוי עיקרי 26
— זיי האבן דורכ־ געמאכט א "מרחק" גדול
(ברוחניות)
און נתעלה געווארן באין ערוך צו די הליכות ועליות פון די טעג פאר דעם — איז מובן אז דאס איז פארבונדן מיט גרויס "טירחא" ויגיעה
(בעבודת השם).
ג.
די אויסגעטיילטקייט פון דעם מסע גיבן ארויס חז״ל במאמרם הנ״ל
(אויפן פסוק ״ויחן שם ישראל״)
—
,
כאיש אחד בלב אחד אבל שאר כל החניות בתרעומות ובמחלוקת" 27
: ביי " שאר כל החניות " זיינען געווען תרעומות ומחלוקת,
און דוקא ביי דער חני׳ נגד ההר זיינען די אידן געשטאנען אין אן אחדות גמורה,
"כאיש אחד בלב אחד".
וי״ל: דער פירוש פון "שאר כל החניות בתרעומות ובמחלוקת" איז ניט ח״ו אין פשוט׳ן זין,
אז ביי אלע חניות איז ביי זיי געווען מחלוקת אין ענינים גשמיים וכיו״ב,
נאר ס׳איז א — מחלוקת לשם שמים 28 .
ווארום מצד הטבע שהטביע הקב״ה בבני אדם איז "אין דיעותיהן שוות״ 29
; און נאכמער — אין תורה עצמה זיינען פאראן דיעות חלוקות
(און נאכמער: " לא 30
ניתנו דברי תורה חתוכין אלא כל דבר כו׳ מ״ט פנים טהור ומ״ט פנים טמא״)
— ואלו ואלו דברי אלקים חיים 31 .
איז עפ״ז מובן אז מצד הטבע דקדושה וסדר הענינים ברוחניות זיינען "שאר כל החניות" גע־ ווען מיט מחלוקת לשם שמים.
אבער שטייענדיק "נגד ההר",
האט זיך ביי די אידן אויפגעטאן א חידוש .
עיקרי
(היפך הטבע),
אז עס זיינען ביי זיי בטל געווארן אלע חילוקי דיעות און זיי זיינען נתאחד געווארן "כאיש אחד
(און נאכמער)
בלב אחד": ניט נאר כאיש אחד מיט אן אחדות וואס עיני בשר זעען זיי אלע "כאיש אחד" בנוגע לעשי׳ וכו׳
(אז אלע אידן זיינען מסכים ומחליט
בהחלטה אחת בנוגע לעשי׳ וכו׳ בפועל 32 ),
נאר אויך ״ בלב אחד״ — אן אחדות גמורה,
אויך דער לב
(רגש)
האדם.
ומובן,
אז אזא גרויסע טירחא,
השתדלות ויגיעה רוחנית צו דערגרייכן אט די אחדות
(וואס איז א גאר "ווייטער מהלך" ברוחניות,
צו מבטל זיין יעדע תנועה פון מחלוקת,
אויך מחלוקת לשם שמים,
ואפילו בלבו בלבד)
האט גע-מוזט פועל זיין אויף די אידן א גרויסע אויסגעמאטערטקייט — און דעריבער "לא אמר להו ולא מידי".
ד.
א טיפערער ביאור י״ל אין דעם:
"חולשא דאורחא" איז ניט נאר אן ענין פון חסרון
(אז מצד דער חלישות פון אידן האבן זיי זיך ניט געקענט פאר־ נעמען מיט די הכנות צו קבלת התורה)
— נאר בענינו זה אדרבה: "חולשא דאורחא" דא איז א מעלה ועלי׳ במצבם של ישראל,
וי״ל בדרך אפשר,
אז זי איז העכער אויך פון די שפעטערדיקע עניני הכנה פון די ימים שלאחרי זה.
ובהקדים: עס איז אין לשער דעם ריחוק הערך צווישן משה רבינו און דעם פשוט שבפשוטים שבישראל — און דא זאגט מען "ויחן שם ישראל",
אז אלע אידן
(פון משה רבינו ביז הפשוט שבפשוטים),
זיינען נתאחד געווארן באחדות גמורה
( בלב אחד),
און פשיטא ניט באופן דמצות אנשים מלומדה ח״ו 33
נאר מיט אן אחדות אמיתית .
איז דערפון מובן,
אז ביי אידן איז פאראן א נקודה שבלב אין וועלכער עס גלייכן זיך אויס
("כאיש אחד בלב אחד")
דער גדול שבגדולים מיטן פשוט שבפשוטים.
און אין דעם איז באשטאנען דער אויפטו פון "ויחן שם ישראל נגד ההר": שטייענדיק "נגד ההר " אויף צו זיין "קיבל תורה מסיני" 34
איז ביי זיי נתגלה געווארן די נקודה שבלב וואס גלייכט זיי אויס אלע ווי איינער,
אין דעם 35
באשטייט דער עיקר הכנה צו קבלת התורה.
ה.
די הסברה אין דעם:
מ׳האט שוין גערעדט כמה פעמים וועגן דעם חידוש ביי
(און — פון)
מתן תורה
— דלכאורה: לימוד התורה איז דאך געווען אויך אין די פריערדיקע דורות פאר מ״ת,
ולדוגמא — ישיבת שם ועבר,
די אבות שלמדו כל התורה כולה עד שלא ניתנה,
ועד״ז בניהם אחריהם
(לפני מ״ת)
ביז אז לא פסקה ישיבה 36
מאבותינו במצרים 37
; אין וואס באשטייט דער חידוש במתן תורה?
—
ונתבאר אז דער אויפטו באשטייט אין דעם וואס דעמאלט איז געווען מתן תורה,
" נתן לנו את תורתו",
זי איז גע־ געבן געווארן פונעם נותן התורה; לפני מ״ת האט מען "גענומען" תורה,
מיט און לויט דעם אייגענעם כח
(השכל והביטול).
בשעת מ״ת האט דער אויבער־ שטער געגעבן תורה לויטן אופן וכח הנתינה שלו.
ביי מ״ת איז געווען 38
" וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר ",
לאמר דעם "וידבר אלקים" 39
(ועד״ז דערנאך,
האט משה רבינו בהר געלערנט כל התורה כולה מפי הגבורה ונתנה כו׳).
און דאס איז געווען ניט אן איינמא־ ליקע זאך,
נאר ביים געבן די תורה האט דער אויבערשטער,
כביכול,
זיך "אריינ־ געגעבן" אין דער תורה
(כפירוש הידוע במאמר חז״ל 40
"אנא נפשי כתבית יהבית"),
אזוי אז בשעת א איד לערנט תורה באיזה ובכל זמן שיהי׳ — דארף עס זיין בהקדמת האמירה והברכה "נתן לנו את תורתו",
"אותי 41
אתם לוקחים".
און דאס איז דער חידוש פון אתה נגלית כו׳ פון מ״ת — עס איז ניט נאר צוגעקומען א הוספה ועלי׳ לגבי לפני מ״ת,
נאר עס האט זיר אויפגעטאן א חידוש וואס איז שלא בערך כלל : לפני מ״ת,
ווען לימוד התורה איז געווען מצד דעם אייגענעם כח,
כח השכל וכו',
איז מובן,
אז מ׳האט גענומען פון תורה נאר אזויפיל וויפל דער לומד איז בכח צו משיג זיין פון חכמתו של הקב״ה; משא״כ נאך מ״ת,
איז דער לימוד התורה באופן,
אז מען פארבינדט זיך דורכדעם מיט דעם נותן התורה עצמו,
וואס האט אליין זיך אריינגעגעבן בתורתו.
ו.
און דאס איז פארבונדן מיט "ויחן שם ישראל — כאיש אחד בלב אחד":
די חילוקים ביי לימוד התורה צווישן איין איד מיט א צווייטן אידן
(ביז צום חילוק הכי גדול צווישן משה רבינו און א פשוט שבפשוטים)
זיינען בנוגע השגת התורה,
וואם איין איד האט מצד כחות נפשו א גרעסערע און א העכערע הבנה והשגה אין תורה,
ווי דאס האט א צוויי־ טער איד; ביז א חילוק באין ערוך.
אבער דאם וואס א איד פארבינדט זיך דורך לימוד התורה,
ער איז כולא חד מיטן נותן התורה — איז דאס בא דעם גדול שבגדולים און דעם קטן שבקטנים.
דער "אותי 42
אתם לוקחים" איז ביי אן איש פשוט וואס לערנט "מקרא" 43
(אפילו ווען ער פארשטייט ניט וואם ער לערנט — מוז ער מקדים זיין אז "ונתן לנו את תורתו" 44
כנ״ל)
איז דאס דער
זעלבער "אותי" 45
וואס ביי דעם למדן גדול וואם האט א גאר טיפער הבנה והשגה אין תורה און איז אין דעם מחדש חידושים אמיתיים.
דער עילוי פון "אותי אתם לוקחים"
(ווערט ניט דערגרייכט דורך אייגענע כחות,
נאר)
קומט מלמעלה,
ווייל "נתן לנו את תורתו".
און דער ענין איז פארבונדן מיטן לב פון אידן,
ווייל אין
(פנימיות ונקודת ה)
לב פון א אידן איז מאיר יחידה שבנפש 46 ,
העכער לגמרי פון זיין השגה וטעם ודעת
(וואם אין דער נקודה איז ביי יעדן אידן זיין אמונה אין אויבערשטן,
למעלה מטעם ודעת 47 ).
______
און דאם מיינט ״ויחן שם ישראל — כאיש אחד בלב אחד": קומענדיק "נגד ההר",
וואו עם האט געדארפט זיין מעמד הר סיני,
מתן תורה,
האט דאם ביי אידן ארויסגערופן די התגלות פון זייער פנימיות ונקודת הלב,
וואם איז ביי אלע אידן בשווה — און דער גילוי הנקודה שבלב האט זיי געמאכט פאר א כלי צו דער ג־טלעכקייט פון תורה,
צום "וידבר אלקיס
(ביז עם ווערט)
לאמור".
ז.
אבער די הכנה פון "ויחן שם ישראל ..
בלב אחד" איז נאר די ערשטע דרגא אין דער הכנה צו מ״ת.
דורך דער
מעלה נפלאה פון ביטול ואחדות ווערט מען א כלי צו תורה.
אבער דער תכלית פון תורה איז,
אז מען זאל זי לערנען,
מיט הבנה והשגה — און דערפאר האט זיך בהתאם לזה געפאדערט א גאנצער סדר פון הכנות צו מ״ת.
די כוונה פון מתן תורה איז,
אז דער אדם זאל זיך פאראייניקן מיט תורה,
ביז אז דאם זאל ווערן זיין חיות ומציאות.
און דעריבער מוז תורה גענומען ווערן
(אויך)
דויד לימוד,
השגה והבנת השכל.
בשעת מען פארשטייט אן ענין בשכל ווערט דער מושכל נתפס אין דעם שכל האדם ביז עם ווערט
(א טייל פון)
זיין מציאות
(ע״ד ווי דער מזון פון לחם וואס ווערט דם ובשר כבשרו),
ובלשון התניא 48
— עם ווערט א ,
יחוד נפלא" צווישן און פון דעם "משכיל" מיטן "מושכל".
קומט אוים,
אז דורך השגת התורה נעמט א איד אריין און ווערט נתאחד און נתייחד מיט דעם "דבר הוי׳"
(וואם איז העכער פון עולם לגמרי) 49 .
און דאם זיינען געווען די צוויי סוגי הכנה פון אידן צו קבלת התורה:
די ערשטע הכנה צו מ״ת איז 50
כנ״ל — "ויחן שם ישראל,
כאיש אחד בלב אחד": תכלית הביטול 51 ,
וואס פועל׳ט אז
אלע אידן זאלן זיין "כאיש אחד בלב אחד״ — די כללית׳דיקע הכנה פון כלל ישראל כאחד.
אבער פון שני בסיון איז "התחיל משה להתעסק עמהם בענין קבלת התורה" 52 ,
וואם דערמיט ווערן געמיינט די עניני הכנה וועלכע טוען אויף אז די מציאות האדם
(ניט נאר מצד יחידה שבפנימיות הלב)
זאל זיין מתאים וראוי וכלי קיבול צו קבלת התורה: "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים",
מצות הגבלה ופרישה כו׳,
וואם זיי האבן אידן הייליק געמאכט וכו׳ — און אין די הכנות זיינען פאראן חילוקים צווישן אידן 53 ,
יעדערער לויט זיין מדריגה אין עבודת השם
[ביז מ׳געפינט אז ביי קבלת התורה עצמה זיינען געווען חילוקים ביי אידן: משה 54
מחיצה לעצמו וכו׳ — אבער ביי אלעמען 55
איז געווען "פרחה נשמתן" 56
און "על כל דבור ודבור" 57 ].
און דאם זאגט די גמרא "לא אמר להו ולא מידי משום חולשא דאורחא": די "אורחא" — הליכה רוחנית,
אז אלע
אידן
(פון משה רבינו ביז דעם פשוט שבפשוטים שבישראל)
זאלן נתאחד ווערן,
איז פארבונדן מיט "חולשא"
(למעליותא),
א חלישות וביטול אין אידן.
און בהתאם לזה — "לא אמר להו ולא מידי": די הכנה איז ניט פארבונדן מיט אמירה,
נאר דאם איז אן ענין פון "לא אמר״ — שתיקה וביטול.
ולאחרי ווי מ׳האט דערגרייכט דעם ביטול
(מצד וועלכן אלע אידן זיינען ״כאיש אחד בלב אחד״)
— פאדערט זיך אז אידן זאלן זיך אראפטראגן פון דעם ביטול עצום און פארנעמען זיך מיט די אנדערע עניני הכנה,
ווייל דוקא דורך דעם פירט זיך דורך דער תכלית פון תורה — דער "יחוד נפלא" צוזאמען מיט — אותי,
אותי אתם לוקחים.
(משיחת ש״פ במדבר תשמ״ג)