א.
אין פרק הסיום פון הלכות מלכים 1
זאגט דער רמב״ם: אל יעלה 2
על הלב שבימות המשיח יבטל דבר ממנהגו של עולם,
או יהי׳ .
שם חידוש במעשה בראשית,
אלא עולם כמנהגו נוהג 3 ,
וזה שנאמר בישעי׳ 4
וגר זאב ..
משל וחידה ..
שיהיו ישראל יושבין לבטח עם רשעי עכו״ם 5
המשולים כזאב ונמר,
שנאמר 6
זאב ..
ויחזרו כולם לדת האמת,
ולא יגזלו ולא ישחיתו,
אלא יאכלו דבר המותר ..
שנאמר 7
וארי׳ ..
וכן כל כיוצא באלו הדברים בענין המשיח הם משלים.
ובימות המלך המשיח יודע לכל לאי זה דבר הי׳ משל ומה ענין רמזו בהן.
און דערנאך איז דער רמב״ם ממשיך 8
"אמרו חכמים 9
אין בין כו׳",
וכדלקמן ס״ח.
פון די סתירות צו דעת הרמב״ם הנ״ל 10
— אז בימות המשיח וועט ניט בטל ווערן ״דבר ממנהגו של עולם ..
אלא עולם כמנהגו נוהג״ — געפינט מען לכאורה דעם מאמר אין תורת כהנים" 11
בפרשתנו אויפן פסוק 12
"ועץ השדה יתן פריו״ — "ומנין שאף אילני סרק עתידים להיות עושים פירות ת״ל ועץ השדה יתן פריו"; און עד״ז שטייט אין סוף מם׳ כתובות "אמר רב חייא בר אשי אמר רב עתידין כל אילני סרק שבארץ ישראל שיטענו פירות שנאמר 13
כי עץ נשא פריו תאנה וגפן נתנו חילם" — וואס דאם איז דאך אן ענין פון ביטול מנהגו של עולם 14 .
ב.
לכאורה וואלט מען געקענט ענטפערן* 14 ,
אז לדעת הרמב״ם זיינען אויך די מאמרי חז״ל הנ״ל א "משל וחידה",
ולדוגמא 15
:
עץ מאכל מיינט
(כמחז״ל 16 )
תלמידי חכמים,
און מיט "אילני סרק" ווערט געמיינט — עמי הארץ; און לעתיד לבא וועלן אויך אילני סרק — עמי הארץ — ארויסגעבן פירות,
דאם הייסט — זיי וועלן ווערן תלמידי חכמים 17
(אדער אן אנדער פירוש כיו״ב 18 ).
מען קען אבער אזוי ניט לערנען,
ווייל
[נוסף אויף דעם וואם בכלל איז שווער צו זאגן* 1
אף דברי תנאים ואמוראים
(משא״ב דברי הנביאים)
אז זיי זיינען בלויז א משל,
איז נאכמער שווער בנדו״ד,
ווייל]
דער מאמר הנ״ל אין תו״ב קומט בהמשך צו כמה ברכות וואם זייער תוכן איז דוקא ברכות גשמיות,
כולל אויר די ברכה פון פסוק* 19
"ונתנה הארץ יבולה ועץ השדה יתן פריו״ — "לא כדרך שהי׳ עושה עכשיו אלא כדרך שעושה בימי אדה״ר ..
נזרעת ועושה פירות בן יומה ..
נטוע ועושה פירות בן יומה ..
העץ נאכל",
והיינו אז די ברכה איז כפשוטה,
בגשמיות ממש 20 .
ועד״ז אין כתובות ווערט די מימרא געבראכט בהמשך 21
צו כמה מאמרים 22
וואם מוזן געטייטשט ווערן כפשוטם,
ולדוגמא 23
: "ר׳ חנינא מתקן מתקלי׳ בו׳ קטיגוריא בת״ח בו׳״ — איז מסתבר אז אויך דער מאמר
(עתידין כל אילני סרק כו׳)
מיינט כפשוטו 24 .
ג.
והנה אויף דברי הרמב״ם הנ״ל איז דא די השגה פון ראב״ד 25
פון דעם פסוק
(בפרשתנו 26 )
"והשבתי חי׳ רעה מן הארץ",
וואם איז
(ניט קיין משל וחידה,
נאר)
אן ענין כפשוטו.
און דער רדב״ז על אתר ענטפערט השגת הראב״ד: ואין זו השגה כשם ששאר הכתובים משל גם זה משל
(און איז ממשיך)
אבל מה שראוי להאמין בזה שהדברים הם גם כפשוטם בארץ ישראל כדכתיב 27
לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי כי מלאה הארץ,
הארץ הידועה.
וכן והשבתי חי׳ רעה מן הארץ,
אבל בשאר ארצות עולם כמנהגו נוהג והכתובים הם משל שכן כתוב 28
ולא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה ובא״י 29
יתקיים הפשט והמשל.
ועפ״ז יש לומר,
לכאורה,
אז די פלוג־ תא פון רמב״ם מיטן ראב״ד איז תלוי אין דעם חילוק צווישן די צוויי מאמרי חז״ל הנ״ל
(פון תו״כ און מם׳ כתובות)
בשייכות צו אילני סרק:
אין גמרא שטייט "אילני סרק שבארץ ישראל״,
משא״כ אין תורת כהנים שטייט "אילני סרק" סתם,
וואם פון פשטות הלשון איז משמע אז עס רעדט זיך ניט נאר וועגן די אילני סרק פון ארץ ישראל,
נאר וועגן אלע אילני סרק שבבל העולם כולו 30 .
און דער חילוק ביניהם איז: לפי התו״כ װעט לעת״ל זיין א שינוי אין מנהגו של עולם,
אבער לויט דער גמרא וועט אין וועלט בכלל
(אין חוץ לארץ)
ניט זיין קיין שינוי ממנהגו של עולם,
נאר אין א״י וועט זיין א הנהגה מיוחדת.
און דער ראב״ד נעמט אן כשיטת התו״כ אז "אילני סרק
(סתם)
עתידים להיות עושים פירות",
דמזה מוכח,
כנ״ל,
אז ס׳וועט זיין ביטול מנהגו של עולם,
[וואס אזוי איז עם אויך בנוגע זיין השגה פון פסוק "והשבתי חי׳ רעה מן הארץ" אז דאם מיינט כפשוטו
(דלכאו־ רה,
קען מען לערנען אז אויך דער פסוק מיינט בדרך משל
(כנ״ל),
אבער ער איז דאס שולל)
— היות אז פון דרשת התו״כ עה״פ — ר׳ יהודה אומר מעבירן מן העולם ר׳ שמעון אומר משביתן שלא יזיקו
(ובפרט אז זיי זיינען משנה פון לשון הפסוק "מן הארץ" און זאגן "מן העולם״)
— איז מוכח אז דאם מיינט כפשוטו]
;
משא״ב דער רמב״ם נעמט אן
(לפי דעת הרדב״ז)
כלשון הגמרא,
אז דאס רעדט זיך בלויז בנוגע אילני סרק שבארץ ישראל,
וואם דערפאר איז ״ראוי להאמין ..
שהדברים הם גם כפשוטם בארץ ישראל ..
אבל בשאר ארצות עולם כמנהגו נוהג".
ד.
אבער דער פירוש הרדב״ז איז לכאו׳ ניט מובן,
ובפרט מסביר זיין לפי״ז דעת הרמב״ם:
א)
וויבאלד דער רמב״ם זאגט סתם אז בימות המשיח וועט ניט בטל ווערן
״דבר ממנהגו של עולם״ — איז מובן אז אין דעם איז נכלל אויך א״י,
ווייל אויב אין א״י וועלן זיין אט די נסים בגשמיות איז דאם
(אויך)
ביטול מנהגו של עולם 31 .
.
ב)
אין דער צייט פון בן כוזיבא,
וואט "דימה הוא
(ר׳ עקיבא)
וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח״ 32
— "דימה" עד כדי כך אז מ׳איז געגיינגען במלחמה
(פקו״נ)
ע״פ ציוויו.
(וואס דערפון איז דער רמב״ם 33
מוכיח אז דער מלך המשיח דארף ,
ניט מאכן קיין אותות ומופתים,
און אז אויר בימיו וועט זיין עולם כמנהגו נוהג,
וכדלקמן סעיף יו״ד)
— זיינען די נסים .
ניט געווען אויך ניט אין ארץ ישראל.
דעריבער איז מסתבר לומר,
אז לדעת הרמב״ם וועט לעת״ל אויך אין ארץ ישראל זיין עולם כמנהגו נוהג.
ה.
אין ספר עבודת הקודש 34
איז ער מסביר,
אז "עולם כמנהגו נוהג" מיינט אז דער אויבערשטער וועט לעת״ל ניט מחדש זיין דברים חוץ מן הטבע: אלע ענינים אין דער בריאה וועלן זייו "על טבעם ושרשם כמו שהיו בתחלת הויתם ובריאתם" 35 .
איז דעריבער קיין סתירה ניט פון דרשת התו״כ הנ״ל אז ״העץ עתיד להיות נטוע ועושה פירות בן יומה״ ומכמה מרז״ל כיו״ב — ווייל דערמיט וועט זיד ניט אויפטאן א חידוש וואם איז ניט אין גדר הטבע,
היות אז בתחלת הבריאה איז דער מנהג טבעי געווען אז "עושה פירות בן יומה" 36 .
עפ״ז יש לומר אויר בנוגע די צוויי ענינים שבפרשתנו — והשבתי חי׳ רעה מן הארץ און אילני סרק יעשו פירות — אז לדעת הרמב״ם הייסט דאם ניט ביטול דבר ממנהגו של עולם,
ווייל אזוי איז געווען דער מצב בתחילת הבריאה קודם חטא עה״ד — דעמאלט האבן אלע אילנות נושא פירות געווען און קיינע חיות האבן ניט מזיק געוועו 37
:
נאר דורך דעם חטא עה״ד,
ווען דער אויבערשטער האט געזאגט "וקוץ
ודרדר תצמיח גו׳" 38 ,
זיינען א חלק פון די אילנות געווארן אילני סרק 39
און אין א טייל פון די חיות איז געווארן א נטי׳ טבעית צו מזיק זיין 37 .
וויבאלד אבער אז בימות המשיח וועט די וועלט צוקומען צום מצב אין וועלכן זי איז געשטאנען קודם חטא עה״ד 40 ,
איז דאם טבעו און "מנהגו של עולם" באותו הזמן 41 .
ו.
ויש לקשר זה מיט נאד א שינוי
(עיקרי)
צווישן לשון התו״כ און לשון הגמרא בנוגע צו אילני סרק: אין תו״ב איז דער לשון "אילני סרק עתידים להיות עושים פירות",
משא״ב אין גמרא איז דער לשון "שיטענו פירות".
"עושים פירות"
(ווי אין תו״ב)
איז משמע,
אז די אילני סרק וועלן ארוים־ געבן פירות אין דעם זעלבן אופן ווי די אלע אילני מאכל זיינען "עושים פירות"; משא״ב לויט דער גמרא איז דאס באופן של "יטענו",
וואס ווייזט ניט אויף א גידול רגיל פון אן אילן,
נאר זיי זיינען "טוען" א זאך וואם איז בעצם ניט שייך צו זיי
[און דאם איז בהתאם מיטן חילוק בהפםוקים פון וועלכע זיי לערנען דאס אפ: דער תו״כ לערנט עס אפ פון פסוק
(שבפרשתנו)
"ועץ השדה יתן פריו",
וואס ווייזט אויף א נתינה רגילה פון עצי השדה; און די גמרא לערנט עס אפ פון דעם כפל ושינוי הלשון אין פסוק "כי עץ נשא פריו תאנה וגפן נתנו חילם",
וכפרש״י: "מדכתיב תאנה וגפן נתנו חילם הרי עץ פרי אמור מה ת״ל כי עץ נשא פריו אף אילני סרק ישאו פרי".
ד.
ה.
דער פסוק איז מדגיש און א)
טיילט אפ דעם ״עץ״
(אילני סרק)
פון תאנה וגפן
("עץ פרי"),
ב)
אז ביי "עץ פרי" איז דאס באופן פון "נתנו חילם",
א נתינה און ג)
לויט זייער תכונה און קראפט
("נתנו חילם")
און ד)
בא אילני סרק איז דאם באופן פון "נשא",
כאילו אז ער איז נושא א צווייטע זאך,
ניט דורך גידול רגיל 42 ].
וע״פ הנ״ל יש לומר,
אז דער חילוק צווישן תו״כ און גמרא איז פארבונדן מיט דער מחלוקת וואם מען געפינט אין בראשית רבה 43
— צי בתחלת הבריאה האבן אילני סרק
(דעתה)
געהאט פירות,
אדער ניט 44
:
דער תו״כ איז קאי בשיטת ר״פ
(אין ב״ר),
וואם ער לערנט אפ פון "עץ עושה פרי
(אז)
אפילו אילני סרק עשו פירות"; ולפי זה איז דאם וואס "אילני סרק עתידים להיות עושים פירות" ניט קיין שינוי של חידוש במעשה בראשית,
נאר עם איז חוזר וניעור טבע אילן זה
וועלכע איז געווען אין עם בתחילת הבריאה,
(און דאם קומט בהמשך צו די פריערדיקע דרשות אין תו״כ אויף דעם פסוק "ועץ השדה יתן פריו",
"לא כדרך שהיא עושה עכשיו אלא כדרך שעשתה בימי אדה״ר ..
עץ פרי עושה פרי למינו 45
מלמד שבו ביום שהוא נטוע בו ביום עושה פירות".
ועד״ז דער ענין פון "העץ עתיד להיות נאכל" אז עם וועט זיין ווי ס׳איז געווען בימי אדה״ר,
ווי מ׳לערנט דאס אפ פון פסוק 45
"עץ פרי").
משא״כ די גמרא האלט ווי דער מ״ד 46
אז בתחילת הבריאה האבן אילני סרק ניט נושא פירות געווען.
קומט אוים אז דאס וואם זיי וועלן נושא פירות זיין לעתיד,
איז א שינוי של חידוש.
און דעריבער איז דאס באופן של "יטענו",
"נשא פריו",
ניט באופן רגיל וטבעי.
ז.
אבער כד דייקת שפיר קען מען אזוי ניט לערנען,
ווייל:
א)
דער פירוש הנ״ל אין תו״כ
(אז ביי אילני סרק וועט דער שינוי קענען זיין
(און זיין)
לעתיד ווייל אזוי איז געווען בתחלת הבריאה)
— איז ניט גלאטיק:
ביי די פריערדיקע ענינים פון פסוק,
שטייט אין תו״כ בפירוש אז דאם איז "כדרך שעשתה בימי אדה״ר" און מ׳לערנט עם אפ פון די לשונות הפסוקים בימי אדה״ר
(במעשה בראשית)
; משא״כ בנוגע צו אילני סרק שטייט ניט אין תו״כ ״כדרך שעשתה בימי אדה״ר״
(וכיו״ב),
און דאם וואם אילני סרק עתידים להיות עושים פירות לערנט מען אפ פון דעם פסוק שבפרשתנו
(וועל־ כער רעדט בדלעת״ל)
"ועץ השדה יתן פריו".
ב)
אפילו מ׳זאל לערנען אז הנאמר "כדרך שעשתה בימי אדה״ר" גייט אויך אויף אילני סרק 47
און דעת התו״כ איז כדעת ר״פ אז ס׳איז געווען אזוי אויך בתחלת הבריאה — איז ניט אינגאנצן גלאטיק: דעת ר״פ איז,
אז מצד הבריאה עצמה
(מצד ציווי הקב״ה)
האבן גע־ דארפט זיין אילני סרק,
נאר די ארץ האט משנה געווען מהציווי און אילני סרק האבן ארויסגעגעבן פירות
(און נאכן חטא איז דער שינוי בטל געווארן).
קומט אויס,
אז מנהגו של עולם
(מצ״ע)
איז פארקערט 48 ,
אז עם זאלן זיין אילני סרק.
ג)
ובכל אופן: ס׳איז בכלל שווער צו לערנען אזוי דעת הרמב״ם,
ווארום פון תובן והמשך דבריו איז מוכח אז ער איז שולל ניט נאר א חידוש במעשה בראשית,
והיינו שולל א זאך וועלכע איז קיינמאל ניט געווען במעשה בראשית,
נאר ער איז שולל ביטול "דבר ממנהגו של עולם״ 49
(נאר — "עולם כמנהגו נוהג"),
און עם איז דאך פשיטא אז די ענינים
(שינוים)
הנ״ל זיינען ניט "מנהגו של עולם";
פירוש "מנהגו של עולם" איז ווי עולם פירט זיך בפועל בקביעות — איז קיין נפק״מ ניט ווען די קביעות ההנהגה איז געשאפן געווארן — צי בתחילת הבריאה ממש אדער שפעטער 50
; לאחרי ווי ס׳איז נקבע געווארן אין דער טבע פון אילני סרק אז זיי זאלן ניט ארויסגעבן קיין פירות און אז די חיות רעות זאלן מזיק זיין און די אילנות וחיות פירן זיך אזוי טויזנטער יארן בלי שינוי — איז דאס "מנהגו של עולם".
און אויב עם ווערט א שינוי,
זיי פירן זיר היפך הנהגתם זו,
איז דאם ביטול דבר ממנהגו של עולם.
(ס׳האט אינגאנצן ניט קיין ארט צו זאגן,
אז טבעם דאילני סרק לא נשתנה,
אויר בזה״ז זיינען זיי אילנות עושים פירות,
נאר דויד א סיבה שחוץ מהם
(די גזירה פון דעם אויבערשטן)
איז בפועל 51
וואקסן ניט קיין פירות אויף זיי
(ועד״ז בנוגע לבע״ח)
; נאר דער פירוש איז אז נאכן חטא עה״ד איז בטל געווארן זייער פריערדיקער טבע 52 ,
בזה״ז זיינען זיי בטבעם אילני סרק
(און — חיות טורפות)).
ח.
וועט מען דאם פארשטיין בהקדם תוספת ביאור אין דעת הרמב״ם:
דאם וואם דער רמב״ם נעמט אן אז בימות המשיח עולם כמנהגו נוהג.
איז,
לכאורה,
ווייל ער האלט ווי די דיעה וואם ער ברענגט 53
אז "אין בין העוה״ז לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד",
דעת שמואל אין גמרא 54 .
זיינען באוואוסט די קושיות וואם דער לחם משנה 55
פרעגט אויף דעם: מ׳געפיגט אז דער רמב״ם פסק׳נט להלכה בסתירה לזה:
(א)
אין גמרא שטייט 54
: ואמר ר׳ חייא בר אבא אמר ר׳ יוחנן כל הנביאים כולן לא נתנבאו אלא לימות המשיח אבל לעולם הבא עין לא ראתה אלקים זולתך 56 .
ופליגא דשמואל דאמר שמואל אין בין העוה״ז לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד כר.
און דער רמב״ם פסק׳נט 57
ווי ר׳ חייא בר אבא
(דפליג אשמואל)
: "אמרו חכמים כל הנביאים בולן לא ניבאו אלא לימות המשיח אבל העולם הבא עין לא ראתה אלקים זולתך".
(ב)
די משנה זאגט 58
: לא יצא האיש לא בסייף ולא בקשת כו׳ ואם יצא חייב חטאת.
ר׳ אליעזר אומר תכשיטין הן לו,
וחכמים אומרים אינן אלא לגנאי שנאמר 28
וכתתו חרבותם לאתים וחניתותיהם למזמרות,
לא ישא גוי אל גוי חרב
ולא ילמדו עוד מלחמה
(ואי תכשיטין נינהו לא יהו בטלין לעתיד — רש״י).
און אין גמרא דארט זיינען פאראן צוויי דיעות: לויט איין דיעה האלט אויר ר׳ אליעזר אז כלי זיין בטלין לימות המשיח "ופליגא דשמואל..
מסייע לי׳ לר׳ חייא בר אבא",
און לויט א צווייטער דיעה האלט ר׳ אליעזר אז אינן בטלין לימות המשיח,,
היינו דשמואל ופליגא דר׳ חייא בר אבא".
אבער דעת חכמים איז לכו״ע אז כלי זיין בטלין לימות המשיח,
און דעריבער אם יצא בסייף כו׳ — חייב חטאת.
און דער רמב״ם פסק׳נט 59
ווי די חכמים,
וועלכע האלטן לכל הדעות ניט ווי שמואל,
כנ״ל.
ט.
איז דער ביאור בזה: לכאורה,
ווי זאגט דער רמב״ם אז בימות המשיח לא יבטל דבר ממנהגו של עולם און עם וועט ניט זיין קיין חידוש במעשה בראשית — ס׳איז דאך א עיקר מי״ג העיקרים 60
אז עס וועט זיין תחיית המתים 61
(וואם איז ביטול מנהגו של עולם און חידוש במעשה בראשית)?
בשלמא לויט די שיטות 62
אז עולם התחי׳ איז עולם הבא
(און דער תכלית
שלימות השכר איז צו נשמות בגופים)
— איז תחיית המתים.
א באזונדער ענין,
ניט קיין "חלק" פון ימות המשיח;
אבער לויט שיטת הרמב״ם 63 ,
אז עולם הבא מיינט עולם הנשמות
(בלי גופים),
און עולם התחי׳ איז ניט דער תכלית שלימות השכר,
נאר תחיית המתים וועט זיין אין דעם זמן ותקופה פון ימות המשיח איידער די נשמה קומט צו עולם הבא — קומט אויס,
אז לויט שיטת הרמב״ם וועט זיין א חידוש במעשה בראשית
(תחיית המתים)
אין ימות המשיח.
איז ווי קען מען זאגן אז בימות המשיח לא יבטל דבר ממנהגו של עולם?
דארף מען זאגן,
אז לויטן רמב״ם זיינען דאם צוויי באזונדערע ענינים און — אין באזונדערע זמנים: עס איז דא דער ענין וזמן אין ימות המשיח וואם איז פארבונדן מיט ביאת המשיח,
און עס איז דא א באזונדער ענין וזמן נוסף,
וועל־ כער וועט נתוסף ווערן לאחרי תקופת התחלת ימות המשיח.
עם וועלן צו־ קומען הנהגות,
זאכן וועלכע דער אוי־ בערשטער וועט טאן אין יענעם זמן,
כולל אויך ענינים פון שינוי מנהגו של עולם* 63 .
דאם וועט זיין אין א שפע טערדיקן זמן 64
אין ימות המשיח גופא 65 .
יו״ד.
ועפ״ז איז מובן וואס אין אנ־ פאנג פרק יב,
ווען דער רמב״ם שרייבט "אל יעלה על הלב שבימות המשיח יבטל דבר ממנהגו של עולם",
ברענגט ער אויף דעם ניט קיין ראי׳ והוכחה,
ווי ער ברענגט אין דעם פריערדיקן פרק 66
אויף דעם אז משיח דארף ניט באווייזן קיין אות ומופת
— וז״ל: ואל יעלה על דעתך שהמלך המשיח צריך לעשות אותות ומופתים
ומחדש דברים בעולם או מחי׳ מתים וכיוצא בדברים אלו,
אין הדבר כך 67
שהרי ר׳ עקיבא חכם גדול מחכמי המשנה הי׳ והוא הי׳ נושא כליו 68
של בן כוזיבא המלך והוא הי׳ אומר עליו שהוא המלך המשיח 69 ,
ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח,
עד שנהרג בעונות* 69 ,
כיון שנהרג נודע להם שאינו.
ולא שאלו ממנו חכמים לא אות ולא מופת:
אע״פ אז אין די צוויי פרקים רעדט דער רמב״ם װעגן צוױי באזונדערע ענינים: אין פרק יא וועגן מלך המשיח עצמו — וואט ער וועט אויפטאן און — אופן ביאתו: און בפרק יב — וועגן דעם מצב העולם בימות המשיח — רעדט ער אבער בפרק יב וועגן דעם מצב העולם און ווי עם איז פארבונדן מיט ביאת המשיח,
ובמילא איז די ראי׳ שבפרק יא לגבי מלך המשיח כחה יפה אויך לגבי דעם וואם ער רעדט אין פרק יב וועגן דעם מצב העולם בימות המשיח וואם איז פארבונדן מיט ביאתו,
ומהם — אז עולם כמנהגו נוהג
— ווארום אויב דער גדר פון "ימות המשיח" וואלט געווען ביטול מנהגו של עולם וחידוש במעשה בראשית,
וואלט אויסגעקומען,
אז דאס איז ענינו של משיח — ביאתו של משיח ברענגט מיט זיר או עם זאל זיין ביטול מנהגו של עולם וחידוש במעשה בראשית,
און דעמאלט וואלט מען געדארפט אנ־ נעמען,
אז "משיח צריך לעשות אותות ומופתים ומחדש דברים בעולם",
ובמילא איז דאס די בחינה ובדיקה פון אמיתתו אז ער איז משיח
(וויבאלד אז אין דעם באשטייט חידושו,
כנ״ל)
;
און וויבאלד אז ד ער רמב״ם איז מכריח
(פון ר׳ עקיבא וכל חכמי דורו בשייכות לבן כוזיבא)
אז משיח דארף ניט מאכן קיין אות ומופת,
איז דערפון
מובן ומוכח אז ביאת משיח ברענגט ניט מיט זיך ביטול מנהגו של עולם 70 .
יא.
ועפ״ז איז פארשטאנדיק,
אז דאט וואט דער רמב״ם איז מאריך אין פרק יב בנוגע דעם מצב העולם בימות המשיח — איז דאם אלץ בנוגע דעם ענין וזמן אין ימות המשיח וועלכער איז פאר־ בונדן מיט מלך המשיח וביאתו.
דאם הייסט: פריער — אין פרק יא איז דער רמב״ם מבאר 71
וואט עם איז ענינו של מלך המשיח — "המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל וחוזרין כל המשפטים כו׳״׳ ער וועט ברענגען די שלימות אין מצות והלכות התורה 72 .
דערנאך — אין פרק יב רעדט דער רמב״ם ווי דער מצב העולם וועט זיין בהתאם לזה,
ווי ער איז מסיים 73
אז אידן
וועלן זיין ״פנויין בתורה וחכמתה ..
ובאותו הזמן לא יהי׳ שם לא רעב ולא מלחמה כו׳ ולא יהי׳ עסק כל העולם אלא לדעת את ה׳ בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים וכו׳״ —
(ועיקר 74 )
קיום המצות והלכות התורה איז אין אן עולם וואם כמנהגו נוהג.
יב.
ע״פ כהנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין שיטת הרמב״ם בשייכות די פאר־ שידענע פסוקים ומאמרי חז״ל וועגן די יעודים וכו׳ דלעתיד:
די יעודים און נבואות וועלכע ריידן וועגן משיח׳ן גופא,
וואס ער וועט טאן און וואם עם וועט ארויסקומען בעולם ע״י ביאתו — לערנט דער רמב״ם אז זיי זיינען ניט קיין ענין פון ביטול מנהגו של עולם.
און דערפאר איז ער מפרש דעם פסול! "וגר זאב עם כבש גו׳",
וואם שטייט בהמשך צו "ויצא חוטר מגזע ישי גו׳" 75 ,
אז דאם איז "משל וחידה".
[און טייטשט אפ בפירוש וואס איז דער משל וחידה פון דעם פסוק "שיהיו ישראל יושבין לבטח עם רשעי עכו״ם" — ואע״פ װאם ער איז ממשיך "וכן כל כיוצא באלו הדברים בענין המשיח הם משלים" און זאגט ניט וואם די נמשלים זיינען,
אדרבה ער פירט אוים "ובימות המלך המשיח יודע לכל לאי זה דבר הי׳ משל״ — ווארום ער קומט
(בעיקר)
מסביר זיין אז אין דעם פסוק וועלכער קומט בהמשך צו "ויצא חוטר גו׳" מבואר ענינו של משיח,
אז אידן וועלן
ניט האבן קיין בלבולים פון אוה״ע ובמילא "יהיו פנויין בתורה וחכמתה" בו׳ 76 ]
;
משא״ב די פסוקים און מאמרי רז״ל וועלכע ריידן ניט בהמשך צו משיח וביאתו,
נאר וועגן נבואות וייעודים וואט וועלן זיין לעתיד לבא,
כולל די אויבנדערמאנטע: "והשבתי חי׳ רעה מן הארץ" און מרז״ל הנ״ל אז אילני סרק עתידים להיות עושים פירות — איז דער רמב״ם טאקע מפרש אז זיי זיינען ניט קיין משל נאר כפשוטם,
און דאס וועט זיין אין א שפעטערדיקער תקופה
(תקופה אין ימות המשיח גופא) 77 .
יג.
ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם חילוק צווישן דעם מאמר אין תו״כ און די מימרא אין כתובות:
די גמרא אין כתובות "עתידין כל אילני סרק שבא״י שיטענו פירות",
וואס ווייזט אז דאס איז ניט קיין ענין טבעי,
נאר אן ענין מיוחד,
און אין א״י דוקא,
רעדט וועגן דער ערשטער תקופה,
וואס דעמאלט — לדעת מ״ד זה בכתובות — וועט זיין א חידוש
(נס)
אין ארץ ישראל,
אין תו״כ וואו עם שטייט סתם "אף אילני סרק עתידים להיות עושים פיהות",
אז אזוי וועט זיין דער טבע פון די אילנות און — בכל העולם,
רעדט זיך וועגן דער צווייטער תקופה אין ימות המשיח,
וואם דעמאלט וועט זיין א שינוי של חידוש במעשה בראשית,
במילא וועט ווערן דער טבע
(אויך)
פון דעם אילן סרק להוציא פירות.
יד.
ועפ״ז מובן אז ס׳איז ניט קיין סתירה פון דברי הרמב״ם אז "אין בין העוה״ז לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד",
וואם גייט אויף דער ערשטער תקופה פון ימות המשיח,
צו זיין פסק אז "כל הנביאים כולן
(לא)
ניבאו
(אלא)
לימות המשיח וכו׳״ — וואס גייט אויף דער שפעטערדיקער תקופה אין ימות המשיח.
און ס׳איז אויר מובן זיין פסק אז היוצא בכלי זיין בשבת חייב חטאת,
ווייל דעם פסוק "וכתתו חרבותם לאתים",
וואס רעדט וועגן דעם מצב בעולם וואס וועט זיין לעתיד לבא,
לערנט דער רמב״ם כפשוטו,
און ניט דרר משל בלבד — און דאם וועט זיין אין דער שפע־ טערדיקער תקופה פון ימות המשיח.
און היות אז כלי זיין בטלים אין יענער תקופה
(עכ״פ)
פון דער גאולה 78 ,
איז עס
א באווייז אז כלי זיין,
זיינען ניט קיין תכשיטין.
טו.
ע״פ הנ״ל איז פארענטפערט נאף אן עניו:
אין דער גמרא הנ״ל
(כל הנביאים לא נתנבאו אלא לימות המשיח כו׳)
ווערט געבראכט בהמשך לזה: ואמר ר׳ חייא כו׳ כל הנביאים כולן לא נתנבאו אלא לבעלי תשובה,
אבל צדיקים גמורים עין לא ראתה אלקים זולתך.
ופליגא דר׳ אבהו דא״ר אבהו מקום שבעלי תשובה עומדין 79
צדיקים גמורים אינם עומדין 80 .
און וויבאלד אז אין גמרא ווערן ביידע מימרות פון רחב״א אר״י געבראכט בהמשך זו לזו — איז משמע אז זיי זיינען שייך איינע צו דער צווייטער.
ד.
ה.
: לשיטתו אז "כל הנביאים כולן לא נתנבאו אלא לימות המשיח כו׳",
דארף מען אויך זאגן אז "כל הנביאים כולן לא נתנבאו אלא לבע״ת כו׳" — ניט ווי ר׳ אבהו
(און ניט ווי שמואל).
געפינט מען אבער אז דער רמב״ם,
כאטש ער זאגט "אמרו חכמים כל הנביאים כולן לא ניבאו אלא לימות המשיח
כו׳"
(כנ״ל ס״ח),
פסק׳נט ער 81
: "אמרו חכמים מקום שבע״ת עומדין אין צדיקים גמורין יכולין לעמוד בו",
וע״פ הנ״ל איז מובן.
ווייל דאם וואס רחב״א אר״י האלט אז צדיקים גמורים זיינען גרעסער ווי בע״ת — איז דאס לשיטתי׳ אז אויר בתחילת ימות המשיח וועט זיין ביטול מנהגו של עולם און אויף דעם "נתנבאו כל הנביאים";
אבער לשיטת הרמב״ם אז בתחילת ימות המשיח איז עולם כמנהגו נוהג — איז דאם ניט מכריח אז צדיקים גדולים מבעלי תשובה 82 .
טז.
לאחרי כל הנ״ל איז אבער נאך אלץ ניט מוסבר: וויבאלד אז דער גדר פון ימות המשיח
(וואם קומט בהמשך צו ביאת המשיח)
איז
(לדעת הרמב״ם)
פארבונדן מיט דעם וואם עולם כמנהגו נוהג — פארוואס איז מוכרח אז בימות המשיח גופא זאל זיין נאך א תקופה וואם דעמאלט וועט זיין ביטול מנהגו של עולם?
און
(—ועיקר)
וואם איז די סיבה נפלאה,
וועלכע וועט שאפן און ברענגען א חידוש נפלא — די הנהגה פון דער צווייטער תקופה?
וועט מען דאם פארשטיין בהקדם וואם דער רמב״ם שרייבט אין אגרת החיית המתים שלו 83 ,
אז דאס וואם ער האט מפרש געווען די יעודים דלעתיד
(וגר זאב עם כבש וכיו״ב)
אז זיי זיינען *משל וחידה״ — "אין דברנו זה
החלטי 84
כו׳ שהם משל",
און עם קען זיין אז זיי זאלן נתקיים ווערן כפשוטם 85 .
ולכאורה: לפי הנתבאר לעיל
(סעיף יא־יב)
איז דאו מוכרח צו לערנען אז די יעודים וואם ריידן בשייכות צו משיח וביאתו זיינען ניט קיין ביטול דבר ממנהגו של עולם — ווייל דער גדר פון משיח איז צו אויפטאן אין דעם עולם ווי ער איז "כמנהגו נוהג" דוקא
(כנ״ל)?
יז.
ויש לומר הביאור בזה:
עם איז ידוע וואס די גמרא 86
זאגט לגבי די סתירת הפסוקים "כתיב 87
וארו עם ענני שמיא כבר אינש אתה וכתיב 88
עני ורוכב על חמור,
זכו עם ענני שמיא לא זכו עני רוכב על חמור"
(ועד״ז פארענטפערט די גמרא 89
די סתירות אין אנ־ דערע פסוקים כיו״ב).
דערפון איז מובן לגבי אנדערע ענינים שבימות המשיח,
אז בשעת אידן זיינען אין א מצב של ״זכו״,
װעלזן אלע ענינים זיין דעמאלט באופן אחר לגמרי,
אופן נסי 90 .
[וואם דאם איז איינער פון די אופני התיווך אין דער פלוגתא בנוגע בנין המקדש דלעתיד: בכמה מקומות 91
שטייט אז דער מקדש השלישי איז "בנוי ומשוכלל הוא יגלה ויבוא משמים" 92 ,
און אין אנדערע ערטער שטייט 93
(און אזוי פסק׳נט דער רמב״ם 94 )
— אז משיח בונה מקדש;
דאם איז תלוי אין די צוויי אופנים הנ״ל אין דער גאולה,
אז אויב "זכו" איז ״יגלה ויבוא משמים״,
משא״כ אויב לא זכו וועט זיין דער בנין בידי אדם 95
(ע״י משיח 96 )].
און דאם וואס דער רמב״ם פסק׳נט בם׳ היד,
ספר הלכות הלכות,
אז עם וועט ניט זיין קיין ביטול דבר ממנהגו
של עולם — איז עס ווייל דער ענין פון משיח וביאתו והגאולה בכלל — איז א הלכה,
הלכה ברורה ופסוקה.
און אזוי איז אויר דער אופן אין דעם,
אז ער איז ניט תלוי באופן דמעשה בנ״א
(משא״כ הגאולה באופן דארו עם ענני שמי׳ וכיו״ב — וועלכער איז תלוי אין דעם אז ביי אידן איז א מצב פון ״זכו״ — וואם איז ניט ברור ופסוק,
ווייל הכל בידי שמים חוץ מיר״ש 97
והרשות לכל אדם נתונה כו' 98 ),
און דעריבער איז דער רמב״ם מתאר די גאולה אין דעם אופן ווי ס׳איז א הלכה,
מוכרח צו זיין
(אומאפהענגיק פון דעם מצב פון אידן).
יח.
בעומק יותר: דאס וואס דער רמב״ם איז מתאר די גאולה באופן אז עם וועט ניט זיין קיין ביטול דבר ממנהגו של עולם איז
(ניט ווייל דער רמב״ם איז מתאר די גאולה אז זי וועט קומען באופן של לא זכו ח״ו,
נאר)
ווייל דער רמב״ם לערנט,
אז דאם וואם חז״ל זאגן אז ווען ס׳איז א מצב פון "זכו" וועלן זיין כו״כ עילויים מיט א הנהגה נסית כו׳,
איז דאס אן ענין נוסף אויף עצם גדרו של משיח.
דאם הייסט: מצד גדרו של משיח וביאתו — איז דער סדר פון "עולם כמנהגו נוהג",
ווייל דער אויפטו פון ביאת המשיח בהלכה איז — וואם דורך אים וועט זיין די שלימות פון קיום מצות והלכות של תורה
(וואם איז פארבונדן מיט אן עולם וואם "כמנהגו נוהג").
נאר בשעת אידן זיינען אין א מצב נעלה פון "זכו",
וועט זיין אן ענין נוסף,
אז דער אויבערשטער וועט באווייזן נסים וכו׳ אויף צו ארויסווייזן די הוספת החביבות און מעלה פון אידן.
[ועד״ז בנוגע דעם תיווך הנ״ל בבנין המקדש דלעתיד: דער פירוש בזה איז
(ניט אז דער "יגלה ויבוא משמים" איז בסתירה צו "משיח בונה מקדש",
נאר)
— אז מצד גדר ההלכה איז דער ענין פון בנין ביהמ״ק א חיוב מצוה אויף אידן,
וכמש״נ ועשו לי מקדש 99
און דערפאר פסק׳נט דער רמב״ם אז משיח — וואם דורך אים "חוזרין 100
כל המשפטים בימיו כשהיו מקודם" און מונין מלך
(און דערנאך)
בונה ביהמ״ק 101
— מלך המשיח וועט דורכפירן די מצוה פון בנין ביהמ״ק;
און דער מצב פון "זכו" טוט אויף א הוספה,
אז אין דעם "מקדש דלמטה" יבא און זאל זיך ״אנטאן״ דער "מקדש דלמעלה",
"יבא ויגלה משמים" 102 ].
יט.
ועפ״ז איז מובן דער הכרח אויף דער צווייטער תקופה בימות המשיח — ווארום לאחרי ביאת המשיח
(באיזה אופן שהיא),
וויבאלד אז אידן וועלן דעמאלט ניט האבן קיין "נוגש ומבטל" 103
ש"אינן מניחות להן לעסוק בתורה ובמצות כהוגן״ 104 ,
ואדרבה — מ׳וועט זיין "פנויין בתורה וחכמתה" 103
ביז אז אפילו "עסק כל העולם"
(כל
האומות)
וועט זיין "לדעת את ה׳ בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים כו׳ כמים לים מכסים״ 105
— וואם דאס איז די שלימות המצב פון ״זכו״ — וועט דאו דאם ברענגען מיט זיך בהכרח די
(צווייטע)
תקופה
(אין ימות המשיח גופא),
ווען עם וועט זיין ביטול מנהגו של עולם,
די הנהגה נסית
(כולל דעם ענין היסודי — כלשון הרמב״ם 106
— תחיית המתים).
און דערפאר: אין ספר היד,
וואו דער רמב״ם איז מסביר דעם גדר פון משיח
וביאתו ע״פ הלכה — איז ער מסביר ווי דער מצב העולם וועט זיין אין א
(זמן ו)
אופן פון "עולם כמנהגו נוהג"
(בהתאם צו ענינו וגדרו של משיח)
;
אבער אין אגרת תחיית המתים איז ער מוסיף
(ביאור בספר היד)
אז "אין דברנו זה החלטי״ — ווייל ווען עם איז א מצב פון "זכו" נאך זייענדיג אין גלות,
וועט בפועל זיין — גלייך בתחילת הגאולה — די הנהגה מיוחדת מלמעלה,
די הנהגה פון ביטול מנהגו של עולם וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות 107 .
(משיחות חודש ניסן תשל״ג)