B"H
🏡

Ikar

מצורע ב

א.

אין דעם סדר ווי תורה שטעלט אויס די דינים פון נגעים — געפינט מען א דבר פלא:

פריער,

איו פרשת תזריע 1 ,

שטייען די פרטי דינים פון נגעי אדם,

און אויך פון נגעי בגדים,

אבער — נאר די דינים השייכים צו די נגעים גופא: א)

וועלכע זיינען טמא און וועלכע — טהור; ב)

ווען און ווי אזוי עם ווערט די טהרה פון די

(טומאת ה)

נגעים.

דערנאך,

אין א באזונדער סדרה — פרשת מצורע — קערט זיך אום די תורה צו נגעי אדם און זאגט "תורת המצורע ביום טהרתו" 2

: די דינים

(און סדר)

פון א מצורע ״ביום טהרתו״ כו׳ — "ולקח למטהר גו׳"; הבאת קרבנות וכו׳ 3 .

און לאחרי דער פרשה פון "תורת המצורע ביום טהרתו" קומט די פרשה פון נגעי בתים 4

; און די פרשה — איז כולל סיי די דינים פון די נגעים עצמם,

און סיי דעם סדר פון טהרת הבית

(דורך שתי צפרים כו׳),

ע״ד דעם סדר פון א "מצורע ביום טהרתו".

איז לכאורה תמוה:

א)

פארוואם טיילט תורה פאנאנדער די דינים פון א מצורע אין צוויי בא־ זונדערע סדרות — וועגן די נגעים עצמם אין פ׳ תזריע און דעם סדר פון ״יום טהרתו״ וכו׳ בפרשתנו — און זאגט

זיי ניט בהמשך אחד,

דהיינו:

(א)

ניט צו מפסיק זיין אינמיטן מיט די דינים פון נגעי בגדים,

און

(ב)

זאגן ביידן אין דער זעלבער סדרה 5 .

ב)

פארוואס שטייט די פרשה פון נגעי בתים נאך "תורת המצורע ביום טהרתו",

און ניט לפני׳

(בם״פ תזריע)

בהמשך צו די דינים פון נגעי

(אדם ו)

בגדים 6 ?

ג)

פארוואם זיינען נגעי בתים אנ־ דערש פון נגעי אדם,

אז ביי זיי קומט דער ״םדר״ פון טהרת הבית

(מיט "צפרים" וכו׳)

תיכף בהמשך צו די דיני טומאה וטהרה פון די נגעים גופא

(ניט ווי ביי נגעי אדם וואס די פרטי דינים זייערע און ״תורת ..

ביום טהרתו" ווערן פאנאנדערגעטיילט,

כנ״ל) 5 ?

ב.

נאך אן ענין מיוחד געפינט מען דוקא ביי נגעי בתים,

אז דער אויבער־ שטער האט מלכתחילה מודיע געווען: כי תבואו אל ארץ כנען גו׳ ונתתי נגע צרעת בבית ארץ אחוזתכם 7 .

זיינען פאראן אין דעם צוויי פירושים און הפכיים:

א)

אין פרש״י על התורה — און אזוי אויר אין מדרש 8

— שטייט 9

: בשורה היא להם שהנגעים באים עליהם 10

לפי שהטמינו אמוריים מטמוניות של זהב בקירות בתיהם ..

על ידי הנגע נותץ הבית ומוצאן.

ב)

אין זהר 11

(נאך דעם ווי ער ברענגט דעם אויבנדערמאנטן טעם — "לאשכחא מטמונין דאטמרן בביתײהו״)

— זאגט ער,

אז אזוי ווי די כנענים זיינען געווען עובדי עבודה זרה,

האט דערפאר שורה געווען אין זייערע בתים א ״רוח מסאבא״

(רוח טומאה).

און דער־ פאר "ונתתי נגע צרעת בבית ארץ אחו־ זתכם" 12 ,

כדי די אידן זאלן נותץ זיין די בתים און דורכדעם מסלק זיין ד עם "רוח מסאבא"; און די הייזער וואס אידן וועלן דערנאד בויען מוזן זיין פון ״אבנים אחרות ..

ועפר אחר" 13 ,

אזוי ארום וועלן אידן לעבן "בקדושה ובדיורא קדישא".

קומט אויס,

אז "ונתתי נגע צרעת בבית גו׳" איז געווען צוליב צוויי פאר־ קערטע סיבות 14

: א)

צוליב דעם ריבוי

טוב וואט איז געווען באהאלטן אין די בתים 15 .

ב)

צוליב דער נידעריקייט — ״רוח מםאבא״ — וואם איז דארט גע־ ווען,

וואס האט געפאדערט אז די בתים זאלן צעשטערט ווערן.

נאך מער: עם איז מובן,

אז "ונתתי נגע צרעת בבית ארץ אחוזתכם" מיינט ניט אז אין אלע הייזער פון "ארץ אחוזתכם" האט דער אויבערשטער ארײנ־ געגעבן ״נגע צרעת״ — אזא חידוש גדול וואלט געדארפט ערגעץ שטיין 16

— נאר בלויז אין א חלק מסויים,

ומסתבר — א חלק קטן.

און אע״פ אז רוב

(אדער — אלע)

כנענים זיינען געווען עובדי עבודה זרה,

און בכלל איז דאך ״מעשיהם ..

מקולקלים מכל

(האומות)

עמים״ 17

— האט דאך אין אל ע זייערע בתים שורה גע־ ווען א "רוח מסאבא"; פארוואם זיינען נגעים ניט געווען אין אלע בתים?

— איז דער טעם הדבר מובן 18

: בפשטות,

איז אין "רוח מסאבא" גופא פאראן כמה דרגות 19 .

בשעת דער "רוח מסאבא" איז געווען ניט אזוי גרויס,

איז עם נסתלק געווארן פון דעם בית דורך דעם עצם הכניסה פון דעם אידן

(וקדושתו)

אין דעם בית ובפרט אז עם איז דאד געווארן נכם שלו — ביתו 20 ,

אד ער עכ״פ — דורך דעם וואס ער האט קובע געווען א מזוזה בביתו,

וכיו״ב; דוקא אין די בתים וואו ס׳איז געווען א גאר נידעריקע טומאה

(מצד דער הנהגה הכי מקולקלת פון די כנענים פון דעס בית)

— זיינען געקומען נגעים,

ווייל כדי צו מסלק זיין אזא טומאה

(חמורה)

— דארף מען נותץ זיין דעם בית 21 .

לפ״ז אבער קומט אוים,

אז וואו זיינען געווען באהאלטן די ״מטמוניות של זהב״ — דוקא 22

אין די בתים אין וועלכע עם איז געווען דער "רוח מסאבא" בדרגא הכי תחתונה!

ג.

ע״ד די צוויי קצוות הנ״ל ביי די נגעי בתים — אז דוקא אין די בתים הכי

ירודים זיינען געווען באהאלטן די "מט־ מוניות של זהב״ — געפינט מען אויר ביי כללות ענין הנגעים:

טומאת נגעים איז א טומאה הכי חמורה.

און ווי דער דין 23

איז,

אז דער מצורע ווערט ארויסגעשיקט מחוץ לג׳ מחנות,

ער דארף זיין אפגעזונדערט פון אנדערע טמאים 24

— "שלא יהו טמאים אחרים יושבים עמו"* 24 .

ווייל נגע צרעת איז די טומאה החמורה ביותר,

ובלשון פון ספר יצירה 25

: "אין ברעה למטה מנגע".

אבער לאידך,

די מטרה פון נגעים איז — כדי צו אויפטאן אן עלי׳ אין דעם אדם.

ווי דער רמב״ם ברעגגט להלכה בספרו יד החזקה 26 ,

אז נגעים זיינען ניט "ממנהגו של עולם"

(א דבר טבעי),

נאר "אות ופלא הי׳ בישראל כדי להזהירן מלשון הרע": דער אויבערשטער מאכט אט דעם שינוי

(פון נגעים)

אין דער בריאה,

כדי צו ברענגען א אידן צו תשובה

(אויפן חטא לשון הרע).

און וויבאלד אז א בע״ת איז העכער פון א צדיק,

כמחז״ל 27

"מקום שבע״ת עומדין צדיקים גמורים אינם עומדין״ — קומט אוים,

אז נגעים

(וואם מצד עצמם זיינען זיי טומאה הכי חמורה,

״אין ..

למטה מנגע״)

קומען כדי צו אויפהויבן א אידן צו דער מעלה הכי גדולה,

פון א .,

בעל תשובה".

[ויש לומר אז דאס איז אויך מרומז אין דעם המשך הלשון אין ספר יצירה דארט — "אין בטובה למעלה מענג ואין ברעה למטה מנגע": "נגע" און "ענג" האבן די זעלבע אותיות 28 ,

וואט קומט מרמז זיין,

אז דורך טהרת המצורע איז מען מהפך דעם ״נגע״,

וואט אין למטה ממנו — אז דערפון גופא זאל ווערן "ענג",

וואט אין למעלה ממנו].

און דאם איז אויר דער ביאור

(בפנימיות הענינים)

וואט די "מטמוניות של זהב" זיינען אנגעקימען צו אידן דורך אן ענין פון נגע צרעת

(און דוקא דורך די בתים הכי ירודים כנ״ל)

: דאם איז בהתאם מיט כללות ענין הנגעים,

אז דוקא דורך דער ירידה

(נגעים)

שאין למטה ממנה קומט דערנאד די עלי׳

(תשובה)

שאין למעלה ממנה.

און — ביי נגע בתים האט זיך דאס אנגעזען בגלוי — מען האט געזען ווי די כוונה פון די נגעים איז בשביל העלי׳,

ביז צו א טובה בגשמיות 29 .

און דערפאר איז דער פסוק מדייק "ונתתי נגע צרעת בבית ארץ אחוזתכם",

אז ביי נגעי בתים האט זיך אנגע־ זען בגלוי ווי די נגעים קומען מלכתחילה מלמעלה

(״ונתתי״)

— ווייל אין זיי האט מען קלאר געזען די כוונה פון די נגעים.

עט בלייבט אבער ניט מוסבר: וואם איז דער ענין מיוחד פון נגעי בתים,

וואט דוקא ביי זיי איז דאם בגלוי?

ד.

וועט מען דאם פארשטיין בהק־ דים הביאור אין דעם מאמר חז״ל 30

אז דורך תשובה מאהבה איז "זדונות נעשות לו כזכיות":

פון לשון חז״ל ״נעשות לו כזכיות״ — ניט ״זדונות נעשות כזכיות״ 31

— וואלט מען לכאורה געקענט מדייק זיין,

אז דאם איז בלויז אן ענין אין "גברא" 32

:

וויבאלד די זדונות האבן אים גע־ בראכט צו דעם עילוי פון תשובה 33 ,

ווערן זיי פאר איס פאררעכנט ווי ״זכיות״

(װײל — אזוי ווי דורך "זכיות" ווערט א איד נעענטער צום אויבערשטן,

אזוי אויך האבן די "זדונות" אים געבראכט צו תשובה 34 )

; אבער די זדונות עצמם

(די ״חפצא״)

— בלייבן "זדונות"

(דבר איסור 35 )

— זאגט אבער דער אלטער רבי אין תניא 36

(בשייכות לדברים האסורים),

אז זיי בלייבן אסור לעולם — "עד כי יבוא יומם ויבולע המות לנצח כמ״ש 37

ואת

רוח הטומאה אעביר מן הארץ או עד שיעשה תשובה גדולה כל כך שזדונות נעשו לו כזכיות ממש".

וואם פון דעם פארגלייך איז מובן,

אז דאם וואם "זדונות נעשו לו כזכיות ממש" איז אין דעם זעלבן אופן ווי בזמן וואט "רוח הטומאה אעביר מן הארץ": פונקט ווי דעמאלט וועט אינגאנצן בטל ווערן די מציאות פון רע,

ובמילא וועט די עצם ״חפצא״ פון די דברים האסורים נשתנה ווערן

(עם וועט בטל ווערן זייער שייכות 38

צו רע)

— אזוי אויך דורך תשובה

(מאהבה)

ווערט די חפצא של הזדונות נהפך לזכיות 39 .

ה.

עפ״ז וועט אבער אויסקומען א דבר תמוה — אז יעדע מעשה עבירה האט א גדר בדומה צו "דבר שיש לו מתירין": ביי נדרים איז דער דין 40 ,

אז וויבאלד עם איז א מצוה צו שואל זיין אויפן נדר

(און אים מתיר מאכן דורך א חכם),

האט עם

(אפילו בזמן איסורו)

א גדר פון "דבר שיש לו מתירין"

(וואם דאס ווייזט אויף א מיעוט וחלישות אין דער הארבקייט פון דעם איסור 41 )

;

ועד״ז בעניננו: אע״פ אז עם רעדט זיך וועגן א מעשה עבירה,

היות אבער אז

דורך תשובה ווערט כנ״ל די חפצא פון די זדונות נהפך לזכיות — און תשובה איז דאך א מצוה 42

— וועט לפ״ז אויסקומען אז די מעשה עבירה זאל מלכתחילה זיין בגדר פון "דבר שיש לו מתירין" 43

!

וי״ל הביאור בזה:

דאם וואם א דבר איסור קען זיין בגדר פון "דבר שיש לו מתירין" איז דוקא ווען בשעת האיסור איז דאס עומד להיתר 44 .

לא מיבעי ביי נדרים,

וואם די התרת החכם איז עוקר דעם נדר מעיקרו 45

דערפאר וואם עם קומט

דורך 46

"חרטה ופתח",

אזוי אז עם איז ע״ד ווי א נדר בטעות,

וואם האט מלכתחילה ניט חל געווען 47

;

נאר אפילו ביי א "מתיר" וואס העלפט בלויז מכאן ולהבא,

ע״ד הקדש ומעשר שני וועלכע זיינען בגדר "דבר שיש לו מתירין״ װײל מען קען זיי פודה זיין 48

— איז אבער די זאך עומד להיתר אויך בשעת האיסור: תורה האט מלכתחילה געגעבן אן ארט אז דער איסור קען דערנאך בטל ווערן.

ס׳איז כאילו ווי דער איסור איז געמאכט געווארן על תנאי* 48

אז דערנאך קען מען אים מתיר מאכן,

און דערפאר הייסט עם א "דבר שיש לו מתירין" אפילו בשעת איסורו.

משא״כ בנוגע צו תשובה,

קען מען ניט זאגן,

אז תשובה העלפט דערפאר ווייל בשעת מען טוט די עבירה איז מלכתחילה געגעבן געווארן די אפשריות אויף תשובה — ווייל דער ענין פון עבירה איז דאך וואס מען טוט היפך רצון ה׳,

ובמילא אויר — היפך דעם אויבערשטנ׳ם רצון אז מען זאל תשובה טאן 49 .

נאך מער: ״האומר ..

אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה״ 50

— בשעת מעשה החטא איז

(מצד רצון התורה)

ניטא קיין ארט אויף תשובה.

און דעריבער איז א מעשה עבירה ניט אין גדר פון ״דבר שיש לו מתירין״ — ווייל בשעת איסורו איז ניטא קיין ארט אויף זיין "היתר"; און דאם וואס תשובה טוט אויף אז זדונות נעשו לו כזכיות איז אינגאנצן בדרך חידוש: די שפעטער־ דיקע תשובה מאכט איבער די פריער־ דיקע זדונות צו זכיות.

ו.

עפ״ז קומט אוים,

אז אין דעם וואס תשובה האט בכח צו משנה זיין דעם עבר

(אז די פריערדיקע "זדונות" זאלן ווערן "כזכיות" 51 ),

איז פאראן א חידוש לגבי אנדערע עניני תורה וועלכע טוען אויף "למפרע":

ביי אנדערע עניני תורה וואס טוען אויף למפרע,

איז עם ניט אן ענין פון משנה זיין דעם עבר

(ממש 52 ),

נאר —

ווייל די זאך איז מלכתחילה געטאן גע־ ווארן אין אן אופן וואט גיט אן ארט אויף זיין ביטול מעיקרא,

כנ״ל

[ע״ד ווי בשעת מען טוט א זאר על תנאי און מען איז דערביי מפרש "מעכשיו",

וואט בשעת מ׳איז מקיים דעם תנאי ווערט די זאך אויפגעטאן למפרע — איז דער טעם פארוואס דער תנאי קען פועל׳ן אויף למפרע ווייל די זאר איז מלכתחילה גע־ מאכט געווארן אויף דעם תנאי 53 ].

משא״ב תשובה דארף דאך אינגאנצן איבערמאכן דעם עבר 54

: מצד דעם עבר איז עם א דבר איסור בהחלט,

אן קיין ״ארט״ פאר היתר; און איצט,

דורך דער תשובה,

ווערט עם איבערגעמאכט לזכיות.

און דאם איז אויך די הטברה פאר־ וואט דער ענין פון זדונות נעשו לו

כזכיות ווערט אויפגעטאן דורך תשובה מאהבה דוקא 30 ,

און ווי דער אלטער רבי איז אין תניא 36

מוסיף,

אז דאס מיינט

(אין תשובה מאהבה גופא—)

א "תשובה מאהבה מעומקא דלבא באהבה רבה כו׳"

(וואס דערמיט מיינט דער אלטער רבי די ״תשובה דצעקת הלב ..

שזהו בעצם הנפש כו׳" 55 )

— ווייל ווי קען א איד משנה זיין דעם עבר 56 ?

איז עם דערפאר 57

וואם דער עצם הנפש פון א אידן איז פארבונדן מיטן אויבערשטן וואם ביי אים איז עבר הוה ועתיד כאחד.

און דעריבער,

דורך תשובה מאהבה

(פון עצם הנפש)

שטייט א איד העכער פון די הגבלות פון זמן און קען משנה זיין אויך דעם עבר 58 .

ז.

ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם סדר פון פרשת נגעים:

וויבאלד נגעים זיינען אן ענין פון תכלית הרע — "אין ברעה למטה מנגע" — איז דאך בשעת הטומאה ניטא קיין ״ארט״ פאר טהרתו; ער איז אינגאנצן אויסגעשלאסן פון וועלכער־עס־איז שייכות מיט

(מקום ה)

טהרה.

און די טהרת המצורע איז בדרך חידוש: דאם איז א נייעם וואם קומט מצד דעם כהן וואם טוט אויף 59

טהרה 60 .

און דאם איז די תורה מרמז דערמיט וואם זי טיילט פאנאנדער די דינים פון נגעי אדם און "תורת המצורע ביום טהרתו״ בו׳ — אין צוויי באזונדערע סדרות,

ווייל די טומאת מצורע און טהרתו זיינען צוויי הפכים וועלכע קומען ניט "צוזאמען".

דאם איז אבער נאר ווי דאם איז מצד האדם; אבער מצד למעלה 61 ,

איז דאך די גאנצע כוונה 62

פון נגעים — מלכתחילה צוליב דער טהרה

(און די עלי׳ שעי״ז),

כנ״ל

(סעיף ג).

און דאם איז דער טעם וואס דוקא ביי נגעי בתים שטייט "ונתתי נגע גו"׳

(און וואס

(נאר)

ביי זיי איז געווען ניכר בגלוי ווי זיי זיינען מלכתחילה געקומען צוליב

דעם טוב פון בנ״י)

— ווייל בית האדם וועלכער איז ניט מוגבל לפי גובה וכו׳ פון הדר בו,

מקיף הרחוק,

איז פאר-בונדן מיט בחינת יחידה שבנפש 63

מטמוניות שבנפש,

ואמחז״ל שכל אדם שאין לו קרקע לבנות עלי׳ בית אינו אדם 64 ,

וואם איז אינגאנצן העכער פון די מדידות והגבלות פון דעם גוף

[די בחינות הנשמה וועלכע זיינען מאיר אין דעם אדם,

אדער די בחינה וועלכע איז פארבונדן מיט לבושי

(בגדי)

האדם וואס איז עכ״פ א מקיף הקרוב,

זיינען פארבונדן מיט די מדידות והגבלות פון גוף; משא״כ בית,

וואם איז א מקיף הרחוק,

איז פארבונדן מיט .

בחי׳ יחידה שלמעלה ממדידות והגבלות הגוף],

און מצד יחידה שבנפש — יחידה לייחדך — הערט זיך אן ווי די ענינים קומען מלמעלה 65 .

און מהאי טעמא איז ביי נגעי בתים: א)

ניטא קיין הפסק צווישן די דיני טומאת נגעי הבית און סדר פון טהרת הבית; ב)

די גאנצע פרשה פון נגעי בתים שטייט

(ניט בהמשך צו דיני טומאת נגעי אדם ובגדים

(בם״פ תזריע),

נאר)

בהמשך צו "תורת המצורע ביום טהרתו"

— ווייל ביי נגעי בתים שטייט בגלוי,

ווי דער גאנצער ענין הנגעים איז בלויז צוליב דער עלי׳ וואם ווערט דורך טהרתס.

און אזוי ווי דאס איז בנוגע נגעי בתים כפשוטם,

עד״ז בענינם ברוחניות — גלות וחורבן הבית כו׳ 66

— אז די כוונה איז מלכתחילה 67

אז ס׳זאל ווערן די

"טהרה",

און גילוי מטמוניות בנין בית המקדש 68

השלישי וועלכן דוקא אד׳ כוננו ידיך 69 ,

למעלה מהגבלות הזמן ובמילא — במהרה בימינו ממש.

(משיחות ש״פ מצורע תשמ״א,

מוצאי ש״פ וילך

(ו׳ תשרי)

תשל״ט)

Reader controls and commentary are loading.