B"H
🏡

Ikar

תזריע ב

א.

בנוגע טומאת "נגעים" זיינען פא־ ראן צוויי כללות׳דיקע דינים 1

:

א)

די ראיית הנגע

(אויף צו קובע זיין צי עם איז א נגע טמא אדער ניט)

מוז זיין דורך א חכם,

וואט "יורנו 2

רבו ויהי׳ בקי בכל הנגעים ובשמותיהן בנגעי אדם כולם ובנגעי בגדים ובנגעי בתים״ — און דער חכם מוז ניט זיין דוקא א כהן,

נאר "הכל 3

כשירין לראות את הנגעים".

ב)

"הטומאה והטהרה תלוי׳ בכהן" 4

: אפילו נאך ד עם ווי דער חכם האט בא־ שטימט אז ס׳איז א נגע טמא — ווערט דער מנוגע ניט טמא ביז א כהן זאגט ״טמא

(אתה)

״

[ועד״ז בנוגע טהרתו — אז אפילו יוען דער מענטש

(אדער דער בגד)

ווערט אויסגעהיילט פון דעם נגע בלייבט ער "בטומאתו עד שיאמר לו כהן טהור אתה" 5 ].

און דאם וואס די אמירה פון א כהן איז א תנאי לעיכובא

(צו שאפן די חלות הטומאה והטהרה)

איז באופן,

אז אפילו א "כהן 6

שאינו יודע לראות"

(און "אפילו 7

הי׳ הכהן קטן או שוטה")

איז ער ״סומך על דברי החכם״ — "החכם

רואהו ואומר לו אמור טמא והכהן אומר טמא אמור טהור כו'" 6 .

דארף מען האבן א הסברה:

א)

וויבאלד דער כהן איז סיי־ווי זיך ״סומך על דברי החכם״ — וואם איז נוגע אמירת הכהן דוקא?

ב)

וואס איז דער ענין מיוחד אין טומאת צרעת וואט דוקא ביי דער טומאה זאגט אן תורה אזא חידוש,

אז "הטומאה והטהרה תלוי׳ בכהן"?

און אע״פ אז דאס איז אן ענין פון ״גזירת הכתוב״ 8

— איז אבער ידוע וואס דער רמב״ם 9

זאגט,

אז אפילו ביי "חוקי התורה",

וואס "גזירות הם",

איז "ראוי להתבונן בהן וכל מה שאתה יכול ליתן לו טעם תן לו טעם״,

ובפרט — א טעם וואם איז פארבונדן מיט "תיקון הדיעות"

[כלשון הרמב״ם 10

אז "רוב דיני התורה אינן אלא עצות ..

לתקן הדעות וליישר כל המעשים״],

אדער בלשון הכתוב 11

— ״ויצונו ה׳ ..

את כל החוקים האלה ליראה את ה׳",

א הוראה אין אן ענין פון יראת שמים.

ב.

דער עיקר חידוש התורה,

אז "הטומאה והטהרה תלוי׳ בכהן",

דריקט זיך אוים בפשטות

(ניט אין טהרת המצורע,

נאר בעיקר)

אין דעם וואס ער איז אים מטמא:

ווארום די מציאות פון טהרת המצורע קען קומען ערשט נאכדעם ווי ס׳איז פריער געווען טומאת המצורע.

איז דעריבער מסתבר צו זאגן,

אז דאם וואט טהרת צרעת איז "תלוי׳ בכהן" איז א מסובב דערפון וואס טומאת מצורע אין "תלוי׳ בכהן"

(ד.

ה.

וויבאלד די טומאה שאפט זיך נאר דורך אמירת הכהן,

דעריבער דארף אויר די טהרה

(פון דער טומאה)

אויפגעטאן ווערן דוקא דורך דער אמירה של כהן).

ווערט נאך שווערער צו פארשטיין: בשלמא אויב דער עיקר חידוש התורה וואלט געווען בשייכות צו טהרתו,

וואלט מען פארשטאנען פארוואם דאם איז אפהענגיק אין א כהן 12

— היות אז ענין הכהונה איז פארבונדן מיטן מצב פון טהרה

(ווי דער דין 13

אז א כהן טאר זיך ניט מטמא זיין),

דערפאר זיינען כהנים די וועלכע זיינען "משפיע" טהרה צו אידן;

אבער פארוואם זאל דוקא א כהן זיין דער וואם פועל׳ט,

אז דער איד זאל זיין טמא?

!

ג.

וי״ל איינעם פון די ביאורים אין דעם:

ביי טומאת מצורע געפינט מען א חומרא וואם איז ניטא ביי אנדערע טומאות — "בדד ישב מחוץ למחנה מושבו" 14 ,

ער ווערט ארויסגעשיקט מחוץ לג׳ מחנות 15

; און אין דעם גופא

— ״בדד ישב — שלא יהיו שאר טמאים יושבים עמו" 16 ,

והיינו,

אז דער ארט פון א מצורע איז אפילו מחוץ למחנה פון אנדערע טמאים.

און דאם איז אויך דער תוכן רוחני פון טומאת צרעת — א טומאה חמורה כ״כ,

דורך וועלכער דער אדם הטמא איז אינ־ גאנצן אויסער דער מחנה דקדושה,

ער ווערט כאילו אויסגעשלאסן ר״ל פון זיין שייכות צו ישראל גוי קדוש.

און אויף דעם זאגט תורה,

אז ווער קען פסק׳נען אויף א צווייטן אידן אז ער איז כאילו אויסגעשלאסן ח״ו פון מחנה דקדושה — בלויז א כהן:

א כהן איז ענינו 17

"לברך את עמו ישראל באהבה" 18 ,

א כהן איז דער "איש החסד״ 19

וואס בענטשט אידן,

און — באהבה

[כידוע 20

אז דאס איז א תנאי עיקרי אין ברכת כהנים אז עם מוז זיין באהבה,

און אויב דאם פעלט ח״ו ביים כהן המברך,

איז עס פאר אים א סכנה]

— און טאקע מהאי טעמא וואס דער כהן איז "איש החסד" פארלאזט זיך תורה נאר אויף אים צו ארויסגעבן אויף א אידן אזא "פסק" פון "מחוץ למחנה מושבו".

[ועפ״ז יומתק דער המשך הכתוב 21

: ״הכהנים ..

בם בחר ה״א לשרתו ולברך בשם ה׳ ועל פיהם יהי׳ כל ריב וכל נגע"

— דוקא מצד דעם וואם ״בם בחר ה׳..

לברך בשם ה׳

(דערפאר)

ועל פיהם יהי׳ ..

כל נגע"].

— אוודאי און אוודאי מוז דעה פסק פון כהן זיין מיוסד בלויז אויף תורה 22 ,

וואס דערפאר,

איז לכל לראש מוז זיין די ראיית הנגע דורך א חכם בחכמת התורה און "בקי בכל הנגעים כו׳"

(און דערצו נאך אזא חכם,

וואס האט דאס מקבל געווען מפי רבו)

;

ווען עס קומט אבער צום אראפטראגן דעם פסק דין בפועל,

מוז דאם זיין דורך דעם כהן איש החסד.

ווארום דוקא ער פילט דעם פולן חומר פון ארויסגעבן אזא פסק דין אויף א צווייטן אידן און דערפאר וועט ער ניט שפארן קיין יגיעה און גוט חוקר ודורש זיין ביים חכם,

בנוגע דעם פסק דין התורה ומעורר אויד ושפטו העדה — והצילו העדה 23 .

[וע״ד הידוע 24

אין דעם ענין פון "אין חכם כבעל הנסיון" 25 ,

אז בשעת מען לערנט אן ענין וויסנדיק אז פון דער שקו״ט וועט ארויסקומען א הוראה ופסק דין למעשה,

איז מען זיך אין דעם מעמיק מיט א יגיעה יתירה ביז מען דערגרונטעוועט זיך צו אמיתיות הענין].

און אז נאך זיין יגיעה וחקירה ודרישה איז דער כהן איש החסד מחליט און זאגט "טמא",

דאן איז מען זיכער 26

אז

דאס איז דער פסק דין אמיתי פון תורה: ולאידך איז מען בטוח אז דער כהן וועט זיך אריינלייגן אין דעם בכל יכלתו 27

אז דערנאך זאל זיין נוהרת המצורע 28 .

י ד.

דערפון איז די הוראה ברורה:

בשעת מען זעט א דבר לא טוב ר״ל ביי א צווייטן אידן,

ביז עם זעט ביי עם אוים אז יענער איז אין אזא שפל המצב,

ביז אז ״הוציא את עצמו מן הכלל״ 29

— ער איז ח״ו ניט ראוי צו זיין בתוך מחנה ישראל —

זאגט תורה,

אז אפילו א חכם גדול ובקי בכל התורה,

כולה,

און לויט זיין שיקול הדעת אין חכמת התורה איז יענער ראוי צום פסק פון "מחוץ למחנה מושבו״ — איז איידער ער גיט ארויס אזא פסק אויף א צווייטן אידן,

דארפן זיך פריער גוט בוחן זיין וואו מען האלט אין דער מדה פון חסד און אהבת ישראל; און אויב אז עס פעלט ח״ו אין אהבת ישראל אמיתית — האט ער ניט קיין רעכט צו ארויסגעבן אזא פסק אויף א צווייטן אידן! עס קען זיין אז זיין פסק שטאמט ניט פון ריינעם שיקול־הדעת של תורה,

נאר פון מדות בלתי מבוררות כו׳ 30

!

תורה זאגט,

אז דער "נגע" אליין שאפט ניט די טומאה 31 ,

נאר דער פסק

ואמירת הכהן

(איש החסד)

"טמא אתה" פועלט אז דער מצורע זאל זיין טמא.

קומט אויס,

אז דער וואס איז ניט קיין כהן,

איש החסד — און פסק׳נט אויף א צווייטן אידן ״מחוץ למחנה מושבו״ — זאגט ער שקר,

ובמילא איז ער א ״מצורע״ — מוציא שס רע

[כמחז״ל 32

עה״פ 33

זאת תהי׳ תורת המצורע — "זאת תהי׳ תורתו של מוציא שם רע"]

: ניט נאר רעדט ער לשון הרע אויף א צווייטן אידן

(וואם לשון הרע איז ״אע״פ שאומר אמת״ 34 )

— וואם אויך אויף דעם איז דער עונש פון נגעים

(צרעת) 35

— נאר ער איז "מוציא שם רע",

"אומר 34

שקר ..

על חבירו".

ומאי תקנתי׳?

— "בדד ישב מחוץ למחנה מושבו": ביז וואנעט ער וועט זיך ניט איינגעוואוינען צו קוקן אויף א צווייטן אידן בעין טובה,

דארף ער זיר מבדיל זיין 36

פון אנדערע אידן און ניט שטערן זיי מיט זיינע לשון־הרע רייד און הוצאת שם רע!

דוקא ווען ער וועט זיר אויסהיילן פון דעם ״נגע״ — איז ושב ורפא לו.

און דורך א הנהגה פון אהבת ישראל אמיתית — אין אן אופן פון אהבת חנם — איז דאם מבטל סיבת

(—שנאת חנם 37 )

הגלות — שנקרא הצרוע 38

; קומט בדרך ממילא ומיד די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

ובמהרה בימינו ממש.

(משיחת ש״פ תולדות תשמ״ה)

Reader controls and commentary are loading.