B"H
🏡

Ikar

צו ב

א.

אין פסוק 1

"ובשר זבח תודת שלמיו ביום קרבנו יאכל לא יניח ממנו עד בוקר" איז רש״י מעתיק די ווער־ טער "לא יניח ממנו עד בוקר" און איז מפרש: אבל 2

אוכל הוא כל הלילה אם כן למה אמרו עד חצות כדי להרחיק האדם מן העבירה.

בפשטות לערנט מען 3 ,

אז מיט "למה אמרו״ מיינט רש״י — דאס וואס עס שטייט אין תורת כהנים על אתר 4

(און אין משנה 5 )

"למה אמרו חכמים עד חצות"

(ובפרט אז אין כמה כתבי־יד פון פירוש רש״י 6

איז די גירסא "למה אמרו חכמים"),

אז די חכמים

(בזמן בית שני 7 )

האבן גוזר געווען אז מען זאל עסן בשר הזבח בלויז "עד חצות" *7 .

איז ניט פארשטאנדיק: פירוש רש״י על התורה איז ניט קיין ספר הלכות,

נאר,

ווי רש״י זאגט כמה פעמים 8

— "אני לא באתי אלא לפשוטו של מקרא" — ועפ״ז: למאי נפק״מ אין פשוטו של מקרא די גזירת חכמים

(זמן רב נאך מ״ת — מקרא )

ניט צו עסן בשר הזבח אחרי חצות?

!

נאך מער: רש״י זאגט — "אם כן למה אמרו ״ — ד.

ה.

אז עס איז ברור אז מען ווייס פון פריער אז "אמרו עד חצות",

וואס דערפאר שטעלט זיר די שאלה "למה אמרו כו׳

(און דער טעם איז)

כדי להרחיק כו׳".

איז תמוה: פון וואנעט ווייס מען

(אין פשוטו של מקרא)

וועגן דער גזירת חכמים,

אז רש״י זאל צוליב דעם דארפן באווארענען די שאלה " למה אמרו עד חצות״?

ב.

דער פלא אין פירוש רש״י איז נאך גרעסער:

די באווארעניש — אז כאטש מן התורה קען מען עסן דעם קרבן "עד בוקר",

האבן אבער די חכמים גוזר גע־ ווען מ׳זאל עס מעגן עסן נאר "עד חצות״ — איז דאך שייך ביי אלע קרבנות וועלכע זיינען נאכלים ליום ולילה,

וואס וועגן איינעם פון זיי — קרבן פסח — האט מען שוין געלערנט אין פ׳ בא 9

: "ואכלו את הבשר בלילה הזה גו׳ ולא תותירו ממנו עד בוקר".

שטעלט זיר די שאלה: פ2ארוואס בא־ ווארנט ניט רש״י פריער

(ביי קרבן פסח)

— ״אם כן למה אמרו עד חצות כו׳"?

ובפרט אז אין מכילתא דארט 10 ,

נאך דעם ווי ער איז מפרש אז אכילת הפסח איז "עד שיעלה עמוד השחר"

(ווי מען לערנט אפ פון דעם כפל "עד בוקר" 11

— "ליתן תחום לבקרו של בקר"),

בא ווארנט ער : "ומפני מה אמרו עד חצות כדי להרחיק אדם מן העבירה כו׳";

און רש״י 11

ברענגט התחלת הענין

(אז פון "עד בקר" וואס שטייט "פעם שני׳" לערנט מען אפ ״ליתן בקר ..

ובא הכתוב להקדים שאסור באכילה מעלות השחר״)

— און איז משמיט דעם המשך "ומפני מה אמרו כו׳"!

ולכאורה איז איפכא מסתברא — עס האט מער ארט צו באווארענען דאס ביים קרבן פסח איידער צו טאן דאס בפרשתנו

(בתודה).

ווארום בליל פסח,

אויך בזמן הזה,

איז מען מדייק אין אכילת אפיקומן פאר חצות,

צוליבן טעם וואס אכילת אפיקומן איז א זכר צום קרבן פסח "שלא הי׳ נאכל אלא עד חצות״ 12

— ובמילא האט אן ארט צו זאגן 13

אז מען דארף מסביר זיין פארן לומד ווי אזוי אט די הנהגה איז ניט אין סתירה מיטן פסוק "ולא תותירו ממנו עד בוקר ".

ג.

דער ביאור אין דעם:

דער ענין,

אז אכילת הזבח איז נאר "עד חצות",

ווייס מען לויט פירוש רש״י

(ניט פון תורת כהנים און משנה,

נאר)

פון פסוק גופא* 13

לפי פשוטו של מקרא

(כדלקמן סעיף ד־ה)

— משא״כ סתם א גזירה דרבנן האט קיין שייכות ניט מיט פשוטו של מקרא.

און דאס וואס רש״י זאגט דערויף "למה אמרו"

(ובפרט לויט דער גירסא ״למה אמרו חכמים ״)

— וועט זיין פאר־ שטאנדיק לויט ווי מ׳האט שוין אמאל מבאר געוועף 14

לשון רש״י

(אין פ׳ בשלח")

בנוגע צו תחום שבת,

וז״ל: ״שבו איש תחתיו — מכאן סמכו חכמים 16

ד׳ אמות ליוצא חוץ לתחום כו׳; אל יצא וגו׳ — אלו אלפים אמה של תחום שבת 17 ,

ולא במפורש שאין תחומין אלא מדברי סופרים,

ועיקרו של מקרא על לוקטי המן נאמר״ —

אז רש״י איז מדייק בלשונו "

(נאר)

עיקרו של מקרא על לוקטי המן נאמר",

ווייל לויט רש״י ווערט דער ענין פון "אלפים אמה של תחום שבת" ארויסגעלערנט פון פסוק

(ובמילא — איז עס א דין תורה 18

),

אע״פ וואס עס איז ניט עיקרו .

[פשש״מ איז עס מכריח — ווארום אויב די תורה וואלט געמיינט נאר די "לוקטי המן",

האט דער לשון הפסוק געדארפט זיין: "אל יצאו ללקוט ביום השביעי"

(וכיו״ב).

וויבאלד אז עס שטייט בלשון סתמי "שבו איש תחתיו אל יצא איש ממקומו" איז דערפון מוכח,

אז די תורה וויל אויך מרמז זיין א דין כללי

(ניט נאר בשייכות צו ״לוקטי המן״)

— "אלו אלפים אמה של תחום שבת"],

נאר היות אז דער עיקר ותוכן כללי פון דער פרשה איז וועגן "לוקטי המן",

איז דער ענין פון תחום שבת ניט " עיקרו של מקרא" 19 .

און דערפאר רופט עס אן רש״י "דברי סופרים": רש״י מיינט דא ניט זאגן אז דאס איז א שפעטערדיקע תקנת חכמים,

נאר זייענדיק אן ענין וואס שטייט ניט בפירוש אין פסוק

(ס׳איז ניט "עיקרו של מקרא"),

איז עס אן ענין פון "דברי סופרים״ 20

— וואס "סופרים",

וועלכע זיינען מדייק אין די אותיות ותיבות 21

פון " ספר התורה הזה",

האבן אזוי ארויס־ געלערנט פון דיוק לשון המקרא 22 .

— און די סופרים זיינען ניט חכמים מסויימים אין א תקופה מסויימת וועלכע האבן געמאכט די גזירות דרבנן,

נאר די "סופרים" שבכל דור ודור אנהויבנדיק פון זמן משה 23

.

[און אזוי איז אויך בנוגע דעם לשון רש״י אויף ״שבו איש תחתיו — מכאן סמכו חכמים ד׳ אמות ליוצא חוץ לתחום",

אז אט דער דין

(איז ניט קיין שפעטערדיקע תקנה,

נאר ער איז אנ־ דערש דערמיט,

וואס ער)

ווערט ארויסגעלערנט בדרך "סמך"

(דורך "חכמים")

פון פסוק גופא 24

; און מיט "חכמים" מיינט רש״י 25

— די חכמי ישראל שבכל דור,

אנהויבנדיק פון דורו של משה].

ד.

ועד״ז איז דער ביאור בפירוש רש״י דידן:

לערנענדיק דעם פסוק "ביום קרבנו יאכל לא יניח ממנו עד בוקר" שטעלט זיר די שאלה: וויבאלד די תורה קומט דא באשטימען דעם זמן אכילת הקרבן — האט געדארפט שטיין קלאר "ביום קרבנו יאכל עד בוקר"

(אז זמן האכילה איז "עד בוקר")

; פארוואס איז דער פסוק מפסיק מיט אן אנדער ענין "לא יניח ממנו״?

[און אויב דער פסוק איז אויסן צו מזהיר זיין דעם לאו פון "לא יניח ממנו"

(נאך זמן האכילה)

— האט עס דער פסוק געדארפט זאגן לבסוף,

נאכן סיום פון ענין הראשון: ביום קרבנו יאכל עד בוקר,

לא יניח ממנו].

איז דערפון מובן,

לכאורה,

אז דער זמן האכילה ציט זיך טאקע ניט "עד בוקר",

און דערפאר שטייט ניט "יאכל עד בוקר",

נאר "לא יניח ממנו עד בוקר" — ווייל דער זמן פון "יאכל" ענדיקט זיך ניט "עד בוקר" נאר א צייט פריער

(ביי חצות),

און די הגבלה "עד בוקר" איז נאר בנוגע "יניח ממנו",

יניח מעג אויך זיין שפעטער

(מ׳מעג עס האלטן ביי זיך אויך נאך חצות)

— און אין דעם זאגט אן תורה " לא יניח ממנו עד בוקר",

אז דער "יניח ממנו" טאר ניט זיין "עד בוקר" 26

[ובמילא דארף מען ענדיקן דעם ״יאכל״ בזמן המרוחק מן העבירה — עד חצות - כדי דער "יניח ממנו" זאל ניט אריינציען "עד בוקר"].

אבער עפ"ז שטעלט זיר די שאלה,

לאידך: אויב די תורה מיינט צו אסר׳ן די אכילה אויך אין דער צייט פון קודם הבוקר — האט די תורה געדארפט קובע זיין דעם זמן ביז וואנען מען מעג עסן דעם בשר הזבח.

פארוואס זאגט דער פסוק סתם "ביום קרבנו יאכל"

(וואס מיינט בפשטות דעם גאנצן יום,

מעת־ לעת 27 ),

וואס פון דעם איז מובן אז מען מעג עסן "עד בוקר"?

ה.

אויף דעם זאגט רש״י,

אז אין הכי נמי — "לא יניח ממנו עד בוקר,

אבל אוכל הוא כל הלילה אם כן למה אמרו עד חצות כדי להרחיק האדם מן העבירה":

דאס וואס תורה זאגט "לא יניח ממנו עד בוקר"

(ניט "יאכל עד בוקר")

פון וועלכן ס׳איז משמע אז דער "יאכל" איז ניט ״עד בוקר״ — ולאידך איז די תורה ניט מגביל קיין זמן פאר אכילת הזבח

(ובמילא אז "לא יניח ממנו עד בוקר" מיינט אז מען קען עס עסן "עד בוקר")

— איז ווייל די תורה זאגט דא צוויי זאכן:

(א)

דעם עיקר המכוון — "לא יניח ממנו עד בוקר"

("עיקרו של מקרא"),

וואס קומט לערנען — "אבל אוכל הוא כל הלילה",

ווייל מעיקר

(המקרא ו)

הדין איז ניטא קיין איסור צו עסן כל הלילה — כל זמן עס איז לפני הבוקר.

(ב)

"אם כן למה אמרו עד חצות כדי להרחיק האדם מן העבירה״ — אין דעם דיוק לשון המקרא "לא יניח ממנו עד בוקר" איז די תורה מרמז,

אז עס דארף זיין א הפסק,

א ריחוק בזמן צווישן "יניח ממנו״ און דעם זמן פון עסן 28

— "כדי להרחיק האדם מן העבירה".

און מהאי טעמא איז "אמרו

(חכמים)

עד חצות״ — וויבאלד תורה זאגט אז עס דארף זיין א הרחקת זמן פון "יניח ממנו",

האבן די חכמי ישראל 29

(דורך אפשאצן בחכמתם טבע בני אדם)

משער געווען אז מיט דער הרחקה מיינט די תורה 30

"עד חצות".

[וויבאלד אבער אז דאס איז ניט אן איסור מעיקר הדין 31 ,

נאר בלויז לשם הרחקה 32

— זאגט עס די תורה ניט בפירוש,

נאר דורך א רמז אין דיוק הלשון וועלכער ווערט מפורש פון די "חכמים" 30 ].

ועפ״ז איז מובן פארוואס רש״י ברענגט ניט דעם ענין פריער אין פ׳ בא — ווייל דארטן איז ניטא קיין רמז בפשוטו של מקרא אויף דעם חיוב להרחקת האכילה: אין דעם פסוק "ולא תותירו ממנו עד בוקר" ווערט בכלל ניט דער־ מאנט וועגן תנאי אכילת הפסח

(דאס שטייט אין א פריערדיקן פסוק "ואכלו את הבשר גו׳").

ו.

אין דעם ענין הנ״ל זעט מען אויך דעם דיוק הלשון בתכלית אין פירוש רש״י עה״ת: בפ׳ בשלח ביים איסור תחומין זאגט רש״י "שאין תחומין אלא מדברי סופרים "; אבער ביים ענין פון "ד׳ אמות ליוצא חוץ לתחום" איז לשון רש״י "מכאן סמכו חכמים ".

ועד״ז בפר־ שתנו זאגט רש״י

(לויט דער גירסא בכמה כתבי־יד כנ״ל)

"אמרו חכמים".

וי״ל הביאור אין דעם: דער חילוק צווישן ״סופרים״ און ״חכמים״ איז — דער תואר "סופרים" איז בעיקר מדגיש די ידיעה אין " ספר התורה הזה",

לימוד ודיוק במקרא וכו'; דער תואר "חכמים" טראגט אין זיך

(פשוטו כמשמעו)

דעם ענין החכמה בכלל .

ובנידון דידן: די ארויסגעלערנטע ענינים והלכות פון פסוק,

וואס זיינען פארבונדן מיט "סייג לתורה",

"להרחיק האדם מן העבירה",

האבן א שייכות צו דער תכונה פון " חכמים ",

וועלכע זיינען משער בחכמתם די טבע פון מענטשן 33

און זיינען עפ״ז קובע די סייגים וגדרים אלס הרחקה מן העבירה; אבער די הלכות וענינים וואס מ׳לערנט אפ פון דיוק לשון הכתוב בספר

(וכיו״ב),

וועלכע זיינען ניט קיין ענין פון סייג לתורה — זיי זיינען שייך צו "סופרים",

וועלכע זיינען מדייק אין לימוד "ספר התורה הזה".

און דערפאר: ביי איסור תחומין — ״אלפים אמה של תחום שבת״ — זאגט רש״י אז דאס איז "מדברי סופרים",

ווייל דער איסור איז לדעת רש״י ניט מצד אן ענין פון סייג וגדר — אפילו ווען מ׳גייט א מהלך רב ביום השבת איז ניטא דער־ ביי

(ע״ד הפשט 34 )

א איסור מפורש מן התורה.

דאס איז נאר א הלכה נוספת וואס מען לערנט אפ פון דיוק לשון הכתובים 35 .

משא״כ ביים ענין פון "ד׳ אמות ליוצא חוץ לתחום" זאגט רש״י "מכאן סמכו חכמים ״ — ווייל 36

דער היתר פון "ד׳ אמות ליוצא חוץ לתחום" איז תלוי אין השערת טבע האדם,

אז א מענטש קען זיך ניט מצמצם זיין און בלייבן על עמדו ממש

(און דעריבער האט מען אים גע־ געבן ד׳ אמות — ג׳ לגופו וא׳ לפישוט ידים ורגלים 37 ).

ועד״ז בפרשתנו,

וואו עס רעדט זיך וועגן א גדר וסייג "להרחיק האדם מן העבירה״ — וואס פאדערט אן אפשאץ פון טבע בני אדם

(כנ״ל סעיף ה)

— זאגט רש״י

(לויט כמה כת״י)

"אמרו חכמים" 38

.

(משיחת ש״פ צו תשד״מ)

Reader controls and commentary are loading.