B"H
🏡

Ikar

ב' ניסן

א.

עס איז ידוע וואס כ״ק אדמו״ר

(מהורש״ב)

נ״ע האט געזאגט שעות אחדות לפני הסתלקותו 1

: "איך גיי אין הימל די כתבים לאז איד אייך".

מ׳האט שוין גערעדט כמה פעמים 2 ,

אז יש לומר דעם פירוש אין דעם,

אז דורך די "כתבים" האט מען אים

(און נאך מער — מ׳האט אים ווי ער געפינט זיך אין הימל).

ווארום ״צדיקים ..

דומין לבוראן" 3 .

און דעריבער,

כשם ווי דער אויבערשטער.

האט כביכול זיך "אריינגעגעבן",

אין תורה — ווי דער פירוש הידוע 4

אין מאמר חז״ל 5

"אנא נפשי בתבית יהבית",

אז דער אויבערשטער האט זיך אליין

(״נפשי״)

״ארײנגעשריבן״ און ״ארײנגעגעבן" אין תורה 6

— וואם דערפאר איז דורך תורה "אותי אתם לוקחים" 7 ,

איז עד״ז ביי צדיקים,

אז זיי "גיבן זיך אריין" אין די עניני תורה וואט זיי האבן געלערנט

(ובפרט — וואם זיי האבן מחדש געווען).

און דערפאר,

דורך לימוד תורתם פארבינדט מען זיך מיט זיי אליין.

ב.

פארגלייכנדיק דעם לשון פון רבי׳ן נ״ע מיטן לשון חז״ל הנ״ל

(בקשר למתן תורה)

— זעט מען א שינוי: אין חז״ל איז דער לשון ״יהבית״

(א לשון נתינה),

משא״כ דער רבי נ״ע האט געזאגט "די כתבים לאז איך אייך".

דער טעם אויף דעם י״ל לכאורה — ווייל דאס איז בהתאם מיטן מצב דעמאלט

(שעות אחדות לפני הסתלקותו),

צו וועלכן עס פאסט דער לשון ״לאז״

(ווי מען געפינט אין הלכה 8

ביי מתנת שכיב מרע דער לשון "אני מניח" 9 ).

אבער ע״פ המדובר כמה פעמים וועגן דעם גודל הדיוק אין פתגמי רבותינו נשיאינו — אז דער דיוק איז ניט נאר מצד תוכנם הכללי,

נאר אויך אין יעדן ווארט און אויסדרוק — איז מסתבר לומר,

אז דער דיוק הלשון "לאז איך אייך" איז

(ניט נאר מצד א זייטיקן ענין — מצד דעם מצב ביי וועלכן דאס איז געזאגט געווארן — נאר דאס איז)

נוגע אויך צום תוכן הענין 10

וואס דער רבי נ״ע האט געוואלט ארויסברענגען אין דעם פתגם

(אז דורך לערנען זיינע כתבים ״נעמט״ מען אים אליין,

כנ״ל).

ג.

דער חילוק צווישן די צוויי לשונות הנ״ל — ״יהבית״

(נתינה)

און "לאז":

נתינה איז מדגיש אז די זאך קומט אן צום מקבל מכח הנותן 11

— ס׳איז ניט מוכרח קיין פעולה מצד המקבל אויף צו באקומען די מתנה; משא״כ ״לאז״ מײנט — אז דער נותן גיט בלויז די אפשריות אז דער צווייטער זאל עם קענען נעמען; כדי אבער אז דאם זאל בפועל אנקומען צום צווייטן אין רשות .

— מוז יענער דאם אליין נעמען

(על ידי פעולתו).

די צוויי אופנים — "נתינה" און "לאז" — געפינט מען דוגמתם אין לימוד התורה 12 ,

ווי חז״ל 13

זאגן "בתחילה נקראת

(התורה)

על שמו של הקב״ה

(בתורת ה׳ חפצו 14 )

ולבסוף נקראת על שמו

(דהלומד — ובתורתו יהגה 14 )

": ווען מען לערנט תורה.

בלויז למיגרס 15 ,

איז די תורה "נקראת על שמו של הקב״ה״ — זי איז זיך מתייחס צום נותן התורה; בשעת אבער ס׳איז פאראן דער "יהגה" 15

(עיון התורה 16 )

איז "נקראת על שמו",

די דברי תורה ווערן זיינע

(ווי־ באלד אז ער האט זיי ״גענומען״ דורך זיין יגיעה בו׳)

— "תורה דילי׳ היא" 17 .

ועפ״ז יש לבאר דעם דיוק הלשון פון רבי׳ן נ״ע ״די כתבים לאז איך אייך״ — ווייל דאם איז בהתאם מיטן חידוש שלו אין אופן גילוי תורת החסידות,

וואם ער האט אויפגעטאן אז די השגה אין פנימיות התורה זאל קענען זיין

(אינגאנצן)

מצד כח

(שכלו ד)

המקבל והלומד,

וואס ער ״נעמט״ די ענינים הנלמדים.

כדלקמן.

ד.

פון די חידושים עיקריים פון דעם רבי׳ן נ״ע י״ל אז ס׳איז געווען — די התייסדות פון ישיבת תומכי תמימים 18 ,

וואס דער אויפטו פון דער ישיבה איז 19 ,

אז ס׳איז איינגעשטעלט געווארן אין סדרי לימוד הישיבה א סדר פון לימוד החסידות.

וואס איז דער חידוש פון לימוד החסידות אין דער "מסגרת" פון א ישיבה?

דער ענין פון א ישיבה איז — לימוד התורה באופן של דיבוק חברים,

פלפול התלמידים וכר,

וואם דורך דער שקו״ט כר איז מען מלבן ומברר די סוגיא וואס מען לערנט ביז זי קומט ארוים קלאר לכל פרטי׳.

ועד״ז האט דער רבי נ״ע איינגעפירט בנוגע צו לימוד תורת החסידות,

אז חסידות זאל געלערנט ווערן אויף א "ישיבה׳שן" אופן,

ווי ער האט געזאגט 20 ,

אז ער וויל אז דער אופן לימוד החסידות זאל זיין "כלימוד הסוגיות בגליא שבתורה" ביז אז "החסידות יבינו כמו שמבינים ענין בנגלה".

און דער־ פאר האט ער איינגעשטעלט דעם סדר פון לימוד החסידות אין דער ישיבה 21

— אז מען זאל לערנען אגודות אגודות,

יעדער אגודה זאל לערנען דעם זעלבן ענין

(״סוגיא״)

אין חסידות בכדי מען זאל זיך דורכריידן כו׳ אין דעם ענין,

ביז אז דער ענין וועט קלאר ווערן ביי די לומדים לכל פרטיו — ע״ד דעם סדר הלימוד פון גליא דתורה.

— וואס אזא אופן פון לימוד פנימיות התורה שטעלט מיט זיך פאר א חידוש עיקרי לגבי די זמנים שלפנ״ז.

ה.

אין פריערדיקע זמנים איז גע־ ווען א חילוק עיקרי צווישן לימוד נגלה דתורה און לימוד פנימיות התורה:

נגלה דתורה איז געגעבן געווארן אין אן אופן אז דער שכל אנושי פון א נברא זאל קענען תופס ויין די סברות ושכל התורה.

דאע״פ 22

װאס תורה איז חכמתו של הקב״ה דלית מחשבה תפיסא בי',

האט אבער דער אויבערשטער אראפגענידערט חכמתו ית׳ באופן אז אויך שכל האנושי זאל עס קענען באגרייפן

(ביז באופן פון "נקראת על שמו",

עם ווערט ״תורתו״ — "תורה דילי׳ היא").

משא״כ פנימיות התורה בלייבט בגלוי — תורת ה'.

אין גאר פריערדיקע דורות האבן רוב בנ״י גענומען די ענינים מיט אמונה.

ס׳איז געווען העכער פון שכל הנברא אז ער 'זאל האבן אין דעם א תפיסא ןוי״ל אז זהו אחד מפי׳ שם ״קבלה״ — עם קומט בקבלה איש מפי איש 23 ].

אפילו אין די שפעטערדיקע דורות

(נאכן אריז״ל),

ווען די ענינים פון פנימיות התורה זיינען נתפרש געווארן אין אן אופן ביז עס זאל קענען זיין "יתפרוסון 24

— מ׳זאל זיי פארשטיין 25

(ניט נאר באופן פון ״גירסא בעלמא״ 26 )

— זיינען זיי אבער ניט אראפגעטראגן געווארן ביז צו שכל אנושי ביז אז ער זאל זיי קענען תופס זיין 27 .

דאס איז פארבליבן שכל אלקי וואס קען באנומען ווערן נאר מיטן שכל פון נפש האלקית

(וועלכער איז א ג־טלעכער שכל פון א ג־טלעכער נשמה,

און קען תופס זיין די רוחניות׳דיקע ענינים וואס ווערן נתבאר אין פנימיות התורה).

[י״ל אז דערפאר 28

איז ניט יעדער האט געקענט משיג זיין די ענינים,

נאי די וועלכע האבן געהאט א העכערע נשמה,

און דערצו נאך — זיר מזכך גע־ ווען כדבעי אויף ווערן א כלי צו התגלות בהנשמה; משא״כ די וועלכע זיינען ניט "מזוככים" און האבן ניט קיין נשמה גבוהה — האבן ניט געקענט האבן א השגה אין פנימיות התורה].

וואס דאם איז איינע פון די הסברות אין דברי הזהר 29 ,

אז אין פנימיות התורה איז ״לית תמן לא קשיא כו׳״

(ניט ווי אין נגלה דתורה)

:

א קשיא איז דאך אן ענין פון העלם והסתר,

א פארשטעל אויפן אמת פון תורה.

און דעריבער: נגלה דתורה,

וואם איז אראפגעקומען באופן אז שכל אנושי זאל זי תופס זיין,

איז דא אין איר קשיות

[ד.

ה.

די קשיות זיינען א חלק פון תורה גופא.

כמדובר כמ״פ די ראי׳ לדבר: אפילו ווען איינער וועט וועלן לערנען בלויז א קשיא אין תורה,

איז ער מחוייב לברך לפני׳ ברכת התורה].

ווייל אין שכל אנושי קען זיך ניט גלייך אפלייגן דער שכל התורה

(חכמתו ית׳).

פריער זיינען דא אין שכל אנושי קשיות כו׳ ביז דער לומד איידלט אויס זיין שכל און איז עומד על אמיתית התורה.

משא״כ פנימיות התורה,

וואט איז ניט אראפגעטראגן געווארן אין שכל אנושי,

נאר בלויז פארן שכל פון נפש האלקית — וואם ביים נפש האלקית לייכט תורה — איז "לית תמן לא קשיא כו׳".

ו.

נאך מער:

עם איז ידוע 30

אז דער אויפטו פון אלטן רבי׳ן בתורת חסידות חב״ד

(ובפרט נאך זיין גאולה בי״ט כסלו)

איז באשטאנען אין דעם וואס ער האט מלביש געווען די ענינים פון פנימיות התורה אין שכל

(חב״ד),

באופן "אז אלע — אפילו ניט קיין מזוככים"

("חוצה")

— זאלן עס קענען פארשטיין מיט זייער שכל אנושי.

אבער אעפ״כ,

איז דאס נאך ניט גע־ ווען אין דעם זעלבן אופן ווי השגת נגלה דתורה — שכל אנושי מצד עצמו האט ניט געקענט דערגרייכן א השגה גמורה אין פנימיות התורה; ס׳איז נאר אז בשעת מ׳האט אים מסביר געווען אן ענין איו פנימיות התורה,

האט זיך דאם ביי אים געקענט אפלייגן.

[ובדוגמא ווי א רב וואס לערנט מיט א תלמיד א טיפן שכל וואם איז ניט בגדר אז דער תלמיד מצד עצמו זאל עם קענען משיג זיין,

וואס אפילו נאך דעם ווי דער רב איז דאס אים מסביר און עם לייגט זיך ביי אים,

קען דער תלמיד ניט געפינען אייגענע אותיות כו׳ ווי צו מסביר זיין דעם שכל].

און דאם איז געווען דער חידוש פון רבי׳ן נ״ע,

וואס ער האט אראפגעטראגן די ענינים פון פנימיות התורה באופן אז די השגה אין זיי זאל קענען זיין אין דעם זעלבן אופן ווי השגת נגלה דתורה.

פונקט ווי נגלה דתורה איז "גלוי" פארן שכל אנושי באופן אז ער הארעוועט אין דעם ווי אין א שכל גשמי — אין דעם זעלבן אופן זאל שכל אנושי זיר מתייגע זיין אין פנימיות התורה.

[בדוגמא ווי א רב וואם טראגט אראפ דעם שכל עמוק צום תלמיד באופן אז דער תלמיד קען דערנאך זיך מתייגע זיין בזה בשכלו הוא און געפינען איי־ גענע אותיות והסברות ווי צו ארויסגעבן דעם שכל].

און ווי מ׳זעט עם אין די מאמרי חסידות שלו 31 ,

אז די זעלבע ענינים וועלכע ווערן נתבאר אין די מאמרים פון די נשיאי חב״ד שלפניו — קומען אין זיינע מאמרים מיט אריכות׳דיקע הסברים כר,

ועוד זאת — די הרצאת והסברת הדברים איז אין א סגנון וואם שכל אנושי קען דאם מסביר זיין

(מיט זיינע "אותיות")

און באגרייפן,

ע״ד ווי עם נעמט א דבר שכל פון נגלה דתורה 32 .

און דערפאר האט דער רבי נ״ע מדייק געווען בלשונו "די כתבים לאז איך אייך״ — ווייל דאם איז פון די אויפ־ טוען פון זיינע כתבים,

אז שכל אנושי של האדם קען זיי "נעמען",

ביז עם ווערט ״תורתו — נקראת על שמו".

ז.

דערפון האט מען די הוראה:

עם זיינען פאראן אזוינע וואם לערנען טאקע פנימיות התורה,

אבער זיי האבן מורא צו פרעגן א שאלה ווען זיי פארשטײען׳ניט דעם דבר הנלמד.

ווי פרעגט מען א קשיא אויף אן ענין אין פנימיות התורה?

ס׳איז דאך ״לית תמן לא קשיא כי׳״! אי,

ער פארשטייט ניט — איז גענוג וואם ער גלויבט באמונה שלימה אז אלץ וואם שטייט אין פנימיות התורה איז אמת.

אויף דעם איז דער ענטפער,

אז דער רבי נ״ע האט פותח געווען את הדרך,

אז דברי חסידות זאלן קענען באנומען ווערן דורכן שכל אנושי אין דעם אופן ווי נגלה דתורה.

ד.

ה.

א לימוד בעיון און אין אן אופן פון שקו״ט וכו'.

און אז מען פארשטייט ניט אן ענין — איז "לא הביישן למד" 33

און מען דארף פרעגן וכר.

— אוודאי,

אפילו ווען מען פארשטייט ניט אן ענין אין תורה

(אויך בנגלה דתורה),

דארף און מוז זיין נעשה קודם לנשמע,

עם טאר ניט זיין קיין ספק ח״ו באמיתית הדבר 34

; אבער לאידך,

קען מען ניט יוצא זיין הבנת התורה מיט קבלת עול.

פארשטיין אן ענין לבוריו מיינט — אז ער פארשטייט .

בשכלו הוא ווי אזוי די קשיא גייט אראפ

(אויך בפנימיות דתורה).

און דורך לימוד פנימיות התורה — שנתגלתה בדורות הללו אין תורת חסידות חב״ד אין אן אוסן פון הבנה והשגה שלימה

(ע״ד די השגה פון נגלה דתורה)

— ווערט דאם א הכנה קרובה צו "אותו הזמן" 35

ווען "יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם שנאמר 36

כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים".

(משיחת כ״ף מרחשון תשמ״ו)

Reader controls and commentary are loading.