א.
אין דעם טעם פארוואס מ׳גע־ פינט אין דער תורה ביי מלאכת ובנין המשכן,
אז משה רבינו האט געגעבן א חשבון וואס מ׳האט געמאכט פון דעם כסף ונחושת 1
פון נדבת המשכן אבער ניט וואx מ׳האט געמאכט פון דעם זהב 2
— זאגט דער כלי יקר 3 ,
אז ווי נאר מ׳האט פארענדיקט אלע מלאכות המשכן
(בכלל ובפרט)
און אלץ וואס מ׳האט געדארפט מאכן פון כסף ונחושת איז בכדי "להוציא את עצמו מן החשד" 4
האט משה
(נאד איידער מ׳האט גע־ מאכט די בגדי כהונה אין וועלכע ס׳איז געווען זהב )
געוואלט געבן א חשבון פון דעם כסף ונחושת און ער האט ניט גע־ וואלט ווארטן מיטן חשבון
(ביז מ׳וועט מאכן די בגדי כהונה 5
און ערשט דאן געבן דעם חשבון פון דעם זהב צוזא־ מען מיט די כסף ונחושת).
און דאס וואס ער האט ניט געמאכט קיין חשבון פונעם זהב תיכף נאכן גמר עשיית בגדי כהונה,
איז ער מבאר ע״פ דברי המדרש 6
: "כשבא משה לתת
חשבון על כל דבר ודבר חסר מן המשקל אלף ושבע מאות וחמשה ושבעים שקלים ושכח ולא הי׳ יודע מה עשה מהם יצאה בת קול ואמרה ואת האלף ושבע המאות וחמשה ושבעים עשה ווים לעמודים לקיים מה שנאמר 7
לא כן עבדי משה בכל ביתי נאמן הוא".
ד.
ה.
אע״פ אז דאס וואס דער בת־קול האט עדות געזאגט "ואת האלף גו׳" איז געווען וועגן כסף
(ניט — זהב),
ווי־ באלד אבער אז אידן האבן געזען אז מן השמים איז מען מעיד אויף משה׳ן,
האבן זיי שוין ניט געדארפט האבן א חשבון אויפן זהב.
דער ביאור 8
איז אבער ניט גלאטיק 9 ,
ווייל: א)
די ווערטער "ואת האלף ושבע מאות גו'"
(וואס דער בת קול האט עדות געזאגט)
וועגן דעם חשבון פון כסף שטייען אין פסוק לפני דעם חשבון פון
נחושת — איז כשם ווי משה האט נאכן בת־קול ניט געדארפט געבן א חשבון פונעם זהב,
אזוי האט ער אויך ניט גע־ דארפט אפגעבן דעם חשבון פון נחושת! ב)
בכל אופן: אויב ס׳איז געווען א בת קול בכדי צו מודיע זיין מן השמים אז משה ״נאמן הוא״ — פארוואם איז דאס געווען אין אן אופן
(— זמן)
אז ער זאל פארשפארן צו געבן א חשבון נאר פונעם זהב און ניט בזמן כזה אז ער זאל אינגאנצן ניט דארפן געבן קיין חשבון — אויך ניט פון די כסף ונחושת שהרי כלפי שמיא גליא אז מען וועט חושד זיין?
ב.
ויש לומר אז ״פקודי המשכן ..
אשר פוקד על פי משה" איז
(ניט סתם געבן א חשבון,
נאר ס׳איז)
נוגע צו דעם עצם ענין המשכן,
ובהקדים:
לכאורה,
פארוואס חזר׳ט דא איבער די תורה נאכאמאל בתחלת הפרשה
(גלייך נאך דעם ערשטן פסוק)
"ובצלאל בן אורי בן חור למטה יהודה עשה את כל אשר צוה ה׳ את משה ואתו אהליאב בן אחיסמך למטה דן חרש וחושב גו׳" 10 ?
מען ווייס דאך שוין פון פריער אז זיי זיינען געווען די עושי המלאכה 11 ?
לויט מדרשי רז״ל 12 ,
אוו אזוי אויך לויט פרש״י 13 ,
קומט די תורה דא לאזן וויסן אז "עשה את כל אשר צוה ה ׳ את משה ״ — "אשר צוה אותו משה אין כתיב כאן אלא כל אשר צוה ה׳ את משה,
אפילו דברים שלא אמר לו
(משה)
רבו הסכימה דעתו למה שנאמר למשה בסיני" 14 .
דאס דארף לכאורה אבער האבן א הסברה נוספת 15
: פארוואס שטייט דאס צווישן דעם פסוק "אלה פקודי המשכן גו׳ אשר פוקד על פי משה" און דעם חשבון "כל הזהב גו׳ וכסף פקודי העדה".
עס האט געדארפט שטיין אדער פריער
(בס״פ ויקהל),
אדער נאך די פסוקים וואו עס ווערט געגעבן דער חשבון פון דעם זהב וכסף ונחושת.
ג.
והביאור בזה יש לומר:
דער משכן האט געדארפט זיין שייך צו כלל ישראל 16 .
ער ווערט אנגערופן בריש פרשתנו ״משכן העדות — עדות לישראל שויתר להם הקב״ה על מעשה העגל שהרי השרה שכינתו ביניהם" 17 .
און די נדבות פון אלע י״ג
(ט״ו)
דברים האט מען געדארפט אוועקגעבן באופן אז זיי זאלן אינגאנצן באלאנגען צום ציבור,
ניט בלייבן שייך צו א יחיד 18 .
און דאס איז געווארן דורכדעם וואס מ׳האט אלץ געבראכט צו משה רבינו,
וואס ער איז געווען דער נשיא כל ישראל,
וע״י
זה איז די גאנצע תרומה וואס אידן האבן געבראכט געווארן נכסי ציבור 19 .
לאחרי ווי משה האט אפגעגעבן די נדבות המשכן 20
צו בצלאל ואהליאב
(און כל איש חכם לב)
אויף צו טאן מיט די נדבות די אלע מלאכות המשכן,
(ובפרט את״ל אז זיי האבן ניט גענו־ מען קיין שכר פאר דער ארבעט 21 ),
האבן זיי דורך זייער עשי׳ באקומען א מעין בעלות אויף די מלאכות המשכן וויבאלד אז שם האומנין על המלאכה 22
(כאטש עס איז ניט אינגאנצן ארויס־ געגאנגען פון בעלות של הציבור) 23 .
און דערפאר האט געדארפט זיין "פקודי המשכן גו׳ אשר פוקד על פי משה": נאך דעם ווי בצלאל וכו׳ האבן פארענדיקט די מלאכת המשכן,
האט געדארפט זיין א פעולה
(די פקידה ומנין דורך משה רבינו),
אין די אלע מלאכות המשכן אז זיי זאלן אינגאנצן זיין נכסי המשכן,
וועלכער איז עדות לישראל ,
כלל ישראל.
דערמיט האט מען זיי ארויסגענומען פון דער שייכות וואס האט זיך געשאפן דורך עשיית בצלאל ואהליאב וכל חכמי לב — צו ווערן לגמרי נכסי ציבור.
[ועוד ענין: ניט נאר זייער קידוש אלס נכסי הקדש בכלל האט געדארפט זיין דורך משה רבינו,
נאר אויר דער ענין מיוחד צוליב וועלכן יעדער פרט איז געמאכט געווארן האט געדארפט זיין דורך משה רבינו,
און דאס האט זיך אויפגעטאן דורך דער פקידה ע״פ משה,
לאחרי עבודתם של בצלאל וכו׳].
און דעריבער איז די תורה מפסיק און זאגט גלייך נאכן פסוק "אלה פקודי המשכן גו׳ אשר פוקד על פי משה" די צוויי פסוקים "ובצלאל גו׳ ואתו אהליאב גו'",
איידער זי רעדט וועגן דעם חשבון
פון כל הזהב גו׳ און דעם חשבון פון כסף ונחושת וכו׳ —
דערמיט איז מוסבר דער תוכן און דער צורך פון דער פקידה שעל פי משה 24 .
ד.
דאס אלץ איז בנוגע צו מלאכת המשכן.
בנוגע אבער צו בגדי כהונה גע־ פינט מען אז גלייך בשעת הציווי למשה וועגן די בגדי כהונה,
"ואתה 25
הקרב אליך" זאגט רש״י "לאחרי שתגמור מלאכת המשכן".
ד.
ה.
די בגדי כהונה ועשייתו
(וואס דורך בגדי כהונה ווערט דער "לקדשו לכהנו לי" פון אהרן 26
ובניו)
איז ניט באמצע,
אדער בכלל פון
מלאכת המשכן.
זייער עשי׳ דארף זיין דוקא "לאחר שתגמור מלאכת המשכן" 27 .
ויש לומר הדיוק בזה: די חלות הקדושה פון לכהנו לי
(במשכן 28 )
קען זיין נאר ווען ס׳איז דא די מציאות פון אן ארט וואו עס קען זיין "ושכנתי",
ובמילא — ווערט אפשריות המציאות פון לכהנו לי ,
פון כהונה — לשירות,
ערשט דע־ מאלט קען זיין "לקדשו,
להכניסו בכהונה ע״י הבגדים" 29
: בשעת אבער ס׳איז נאך ניטא די מציאות פון א מקום לשרת,
איז ניטא דער ענין פון סוג כהן וקדושת כהן דמשכן 30
(און לבישת בגדים וואס איז א פרט און איז משלים כהונתם 31 )
;
עד״ז איז בשייכות צו עשיית הבגדים: מציאות עשיית בגדי כהונה איז לאחרי ווי עס איז דא גמר מלאכת
(מציאות)
המשכן.
ועפ״ז יובן וואס עס האט ניט גע־ דארפט זיין "פוקד"
(אויך)
בנוגע דעם
(חלק ה)
זהב וואס פון אים האט מען גע־ מאכט די בגדי כהונה:
דער תוכן ופעולת "פקודי המשכן" איז,
כהמשך הכתוב — ווייל ער איז "משכן העדות ",
כנ״ל "עדות לישראל שויתר להם הקב״ה על מעשה העגל שהרי השרה שכינתו ביניהם".
ובמילא איז נוגע אז מלאכת המשכן אין וועלכן "השרה שכינתו" זאל זיין א הקדש וואס
איז אינגאנצן שייר לכלל ישראל,
אן קיין שום שייכות צו יחידים
(שבישראל,
אפילו ניט א שייכות דורך עשיית המלאכה,
כנ״ל).
משא״כ די בגדי כהונה,
וואס זיי זיינען ניט קיין חלק פון מלאכת המשכן נאר נוגע צו עבודת הכהנים,
איז כאטש אויך בא זיי איז דער דין אז זיי דארפן זיין פון ממון ציבור 32 ,
איז אבער אין דעם ניטא די הדגשה אז זיי זאלן ניט האבן קיין שום שייכות צו די עושי המלאכה* 32 ,
ווייל זייער מציאות איז ניט קיין חלק פון ״משכן העדות ״ — מלאכת המשכן.
ועפ״ז יובן ויומתק וואס מען געפינט א חילוק אין דער נדבה: ביי נדבת המשכן שטייט אז מען האט עס אלץ גע־ בראכט צו משה׳ן,
און בצלאל,
אהליאב און כל איש חכם לב האבן דאס גענו־ מען "מלפני משה" 33
: משא״כ דער זהב און תכלת כו׳ פון וואס מ׳האט געמאכט די בגדי כהונה,
כאטש דאס איז געווען " מתרומה המקודשת לשמי" 34
,
זאגט אבער דער פסוק " והם יקחו את הזהב" 35 ,
" אותם חכמי לב שיעשו הבגדים יקבלו מן המתנדבים את הזהב ואת התכלת לעשות מהן את הבג־ דים" 36 .
ה.
ע״פ הנ״ל וועט אויך צוקומען א תוספת ביאור פארוואס דער ענין האט זיך אויפגעטאן ע״י משה דוקא — אע״פ וואס דער ענין פון מוסרו לציבור יפה יפה 37
בכלל איז דאך אויך ווען מען גיט אפ די זאך צו א גזבר וכיו״ב:
דאס איז ניט נאר מצד דעם ענין הנשיאות של משה 38 ,
נאר
(אויך)
מצד דעם וואס משה מצד עצמו האט ניט גע־ דארפט אנקומען צו דער כפרה שעל ידי המשכן; און ווי גערעדט שוין א מאל 39 ,
אז משה איז געווען דער איינציקער וואס האט ניט געהאט קיין שייכות ח״ו צום חטא העגל,
אפילו ניט באופן פון "יש בידו למחות".
ובמילא האט ער ניט געדארפט אנקומען צו דעם ענין פון משכן העדות "עדות לישראל שויתר להם הקב״ה על מעשה העגל".
און דעריבער,
אלע אנדערע אידן,
מצד דעם וואס זיי האבן געמוזט אנקו־ מען צום משכן לכפרה,
ווערט דורך זייער התעסקות בעשיית המשכן א שייכות פון די דברים שנעשו על ידם מיט זיי,
די עושי המלאכה,
ובמילא פעלט דאן אין דער שלימות פון הקדש אלס נכסי ציבור.
ובכדי אז ס׳זאל ווערן נכסי ציבור בשלימות
(אייר לאחרי עשייתם),
האט עס געמוזט זיין ע"פ משה דוקא.
ביז אז אויר הקמתו איז גע־ ווען דורך משה דוקא,
"ויביאו את המשכן אל משה גו׳" 40 ,
מ׳האט אלץ גע־ בראכט צו משה׳ן און דוקא על ידו איז אויפגעשטעלט געווארן דער משכן 41 .
ו.
וי"ל נאר א טעם פארוואס עס איז פארבונדן מיט משה דוקא:
דער אויפטו פון משכן אויף די אנדערע מקדשות איז אין דעם וואס ער איז א נצחי,
ווי די גמרא זאגט 42
משנבנה מקדש ראשון נגנז אהל מועד קרשיו קרסיו ובריחיו ועמודיו ואדניו.
און דער טעם דערויף איז,
ווייל דער משכן איז מעשה ידי משה,
איז ניט שייך ער זאל בטל ווערן 43 .
און דעריבער האט בכל פרט ופרט של העשי׳ געדארפט זיין די פקידה על פי משה נאר זייער עשי׳,
בכדי עס זאל זיין אן ענין נצחי.
משא״כ די בגדי כהונה איז דאך ענינם ניט אז די בגדים זאלן בלייבן נצחיים
לדורות,
זיי זיינען נאר א פרט
(מוכרח)
אין דעם לכהנו פון די כהנים העובדים בביהמ"ק.
געפינט מען ניט בא זיי 44
אז נגנזו צוזאמען מיט׳ן אוהל מועד קרשיו כו׳ 45 ,
דעם ענין הנצחיות.
ז.
וי״ל אז דער ביאור הנ"ל אין דעם אויפטו פון "פקודי המשכו ..
על פי משה" — אז דער מנין ע״פ משה האט אויפגעטאן דעם קשר צווישן דעם משכן וכליו צו משה׳ן — איז אויך מתאים מיטן פירוש הפנימי אין "אלה פקודי המשכן",
ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין דער "חסידי׳שער פרשה" פון דער וואך — אין לקוטי תורה 46
:
ער זאגט דארט,
אז דער פירוש פון " פקודי המשכן ..
פוקד על פי משה" איז פון לשון 47
"חייב אדם לפקוד את אשתו",
ווייל "היחוד נק׳ פקידה"
(אז דורך "פקודי המשכן ..
פוקד על פי משה" איז געווארן דער יחוד פון ו"ה — יחוד ז"א און מלכות,
און דערנאך דער יחוד פון י"ה).
וי"ל אז דאס איז אויך
(נשתלשלו מהם),
אז דורך "פוקד על פי משה" איז געווארן א יחוד צווישן דעם משכן מיט משה׳ן 48 ,
עס איז געווארן איין זאך מיט משה רבינו,
כנ״ל בארוכה.
ח.
בדער פירוש הנ"ל אין "פקודי" — מלשון ״חייב אדם לפקוד את אשתו" — איז ניט קיין באזונדערער פירוש פון פירוש הפשוט
(מלשון מנין וחשבון),
נאר זיי זיינען תלוי זה בזה: ווי אזוי האט זיך אויפגעטאן די "פקידה" און יחוד פון משכן מיט משה רבינו — איז דאס דורך ענין המנין .
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים: לכאורה זיינען די צוויי פירושים הנ"ל אין "פקודי" — מנין און יחוד — פירושים הפכיים: "מנין" איז די דרגא הכי חיצונית ותחתונה פון דער זאך,
ועוד — זי איז מדגיש די הגבלה פון די זאכן וועלכע מען ציילט,
לא פחות ולא יותר.
משא"כ דער ענין פון "פקידה" ויחוד ווייזט אויף א התאחדות הכי פנימית ביז אז והיו לבשר אחד 49 ,
המשכה וואס איז למעלה ממדידה והגבלה.
ביז אז דורך דעם ווערט נמשך דער כח הא"ס למטה 50 .
וויבאלד אבער דאס זיינען צוויי פירושים אין דעם זעלבן ווארט,
איז פארשטאנדיק
(ווי גערעדט כמה פעמים 51 ),
אז
(נוסף ע"ז וואס זיי זיינען הפכיים זמ"ז — זיינען זיי אויך
(וג״ז עיקר))
שייכים ותלויים זה בזה.
והביאור בזה: אין דעם באשטייט דער אויפטו פון משכן — וואס מען נעמט דברים מוגבלים דוקא,
און אין דעם גבול איז מען ממשיך דעם בלי גבול 52 ,
ביז באופן פון ושכנתי .
וכפשטות הענין: פריער האט מען געבויט דעם משכן,
און
דערנאך האט זיך אויפגעטאן די השראת השכינה מלמעלה — "וכבוד ה׳ מלא את המשכן" 53
ביז אין אן אופן אז "ולא יכול משה לבוא אל אוהל מועד כי שכן עליו הענן גו׳" 54 .
און די צוויי הפכים זיינען מרומז אין די צוויי פירושים אין "פקודי": פקודי מלשון מנין — וואס משה רבינו האט געציילט און געמאכט דעם חשבון פון די נדבות המשכן — ווייזט אויף דעם גבול שבמשכן; און "פקודי" מלשון פקידה ויחוד — אויף דער המשכת הבלי גבול
(אין גבול).
ט.
דער פנימית׳דיקער פירוש אין די צוויי הפכים הנ״ל אין "פקודי" איז ניט נאר אז אין משכן זיינען געווען ביידע הפכים — גבול און בלי גבול — נאר נאכמער: אז ביידע זיינען געווארן איין זאך; דער גבול גופא
(פון משכן)
איז ניט בטל געווארן פון זיין הגבלה,
וביחד עם זה געווארן
(איין זאך מיטן)
בלי גבול 55 .
און ווי מ׳האט געזען בגלוי אין דעם ארון — וואס דארטן איז געווען עיקר המשכן,
מנוחת השכינה — אז "מקום ארון אינו מן המדה" 56 .
איז דער פירוש
אין דעם,
אז ניט נאר איז אין דעם מקום הארון געווען גילוי שכינה
(וואס איז אינו מן המדה),
נאר דער מקום הארון גופא איז געווען "אינו מן המדה".
נאב־ מער: דוקא בשעת דער ארון איז גע־ ווען אין א מדידה ובכל הפרטים
(אורך,
רוחב,
קומה)
— אמתיים וחצי ארכו ואמה וחצי רחבו ואמה וחצי קומתו — איז ער
(בבת אחת)
געווען "אינו מן המדה״ 57
דער אויפטו פון משכן איז,
אז דער גבול גופא איז בלי גבול.
און דאס איז די שייכות צווישן די צוויי פירושים איו פקודי: משה רבינו האט געמאכט דעם גענויעם חשבון פון נדבת המשכן,
און דער חשבון גופא
(וואס משה רבינו האט געציילט)
האט אויפגעטאן 58
די פקידה ויחוד ,
די המשכת השכינה וקדושה וואס איז העכער פון גבול באופן של יחוד מיט דעם גבול — כולל,
אז דער גבול ווערט נצחי.