B"H
🏡

Ikar

פורים קטן

א.

דער סיום פון שו״ע אורח חיים איז מיט די הלכות און דינים פון פורים

(הלכות מגילה),

און אין דעם לעצטן סימן 1

רעדט זיך וועגן די דינים פון י״ד וט״ו אדר ראשון.

דער טעם אויף דעם בפשטות איז,

ווייל לויט סדר השנה — ווי אין טור ושו״ע או״ח זיינען אויסגעשטעלט די הלכות פון זמני ומועדי השנה,

זיי הויבן זיך אן מיט ר״ח,

און דערנאך ניסן

(הלכות פסח)

כו׳ — קומען די דינים פון פורים לבסוף 2

:

און דאס וואס די דינים פון י"ד וט״ו אדר ראשון קומען בסיום

(הל׳ מגילה)

— נאך די הלכות פורים,

אע״פ אז אין דער שנה מעוברת גופא זיינען זיי קדום בזמן צו די הלכות פורים שבאדר שני,

איז עס דערפאר ווייל די דינים זיינען ניט נוגע בכל שנה נאר בלויז אין א שנה מעוברת,

דערפאר האבן די דינים פון פורים קדימה.

ועוד י"ל,

אז די פרטי דינים פון י״ד וט״ו אדר ראשון "ודין תענית והספד בהן” זיינען א מסובב פון די מצות ודינים שבפורים; ד.

ה.

אז די דינים וחיובים פון י״ד וט״ו אדר ראשון — "אין נופלים על פניהם ואין אומרים מזמור יענך ה׳ ביום צרה ואסורים בהספד ותענית״ 4

— זיינען ניט פאר־ בונדן מיט ענינם המיוחד פון די ימי החודש מצד עצמם,

נאר בלויז אלס

תוצאה פון די ימי הפורים

(וקיום מצות פורים 5 )

שבאדר שני,

און דערפאר קומען זיי נאך די הלכות ודינים פון י״ד וט״ו אדר

(סתם),

ווייל די דינים שבסימן זה קומען אלס תוצאה ומסובב 6

פון די ימי הפורים העיקרים 7 ,

וועלכע זיינען חל בשנה זו

(המעוברת)

באדר שני.

אבער — אלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוק,

ובמכש״כ פון עניני העולם,

וואס יעדע זאך אין וועלט איז בהשגחה פרטית ובכוונה מדוייקת.

איז מובן,

אז דאס וואס די דינים פון פורים שטייען בסיום ההלכות פון חלק אורח חיים,

ובהן עצמן איז דער סיום מיט די הלכות פון פורים קטן — י״ד וט״ו אדר ראשון,

איז עס ניט בלויז דערפאר וואס אזוי קומט עס אויס לויטן סדר הזמנים פון די הלכות,

מן המוקדם אל המאוחר בזמן

(או — באדר עצמו — מצד תדיר כו׳)

ובדרך ממילא קומען זיי בסוף פון חלק או"ח — נאר ווייל אין דעם איז

(אויך)

דא א דיוק וכוונה מיוחדת:

אין דעם וואס די דינים הנ״ל זיינען דער סיום וחותם פון חאו״ח דריקט זיך אויס אן ענין אינעם סדר פון "אורח חיים" של האדם,

היות ס׳איז דא דער כלל אז "הכל הולך אחר החתום" 9 .

ב.

לכאורה קען מען דאס מבאר זיין מיט הסברת התוכן פון די לעצטע ווער־ טער מיט וועלכע דער רמ"א איז מסיים דעם חאו"ח: "י"א שחייב להרבות במשתה ושמחה בי"ד שבאדר ראשון ואין נוהגין כן,

מ"מ ירבה קצת בסעודה כדי לצאת ידי המחמירים וטוב 10

לב משתה תמיד".

שטייס אין ספרים",

אז די "חתימה" פון רמ״א איז "מעין הפתיחה" פון אורח חיים: דער רמ״א הויבט אז מיט "שויתי ה׳ לנגדי תמיד"",

און דער סיום וחותם איז — "וטוב לב משתה תמיד",

וואם די צוויי מאל "תמיד" זיינען כנגד די ״שני תמידים כסדרן״ 13

— "שנים ליום תמיד" 14 .

איינער פון די ביאורים בזה:

דער חלק או״ח באשטייט פון די מצות ודינים וואס דער אדם דארף מקיים זיין טאג טעגליך ובמשך כל היום — מעת קומו משינתו בבוקר עד זמן שכיבתו בלילה — און פון די דינים ומצות במשך ימי השנה כולה,

על סדר השנה.

די דאזיקע מצות ודינים זיינען בכלל פארבונדן מיט זמנים מסויימים במשך היום והלילה,

אדער

(במשך השנה)

— וואס מ׳איז מחוייב צו מקיים זיין אין א זמן מסוים בשנה — און זיינען ניט שייך צו אן אנדער זמן במשך השנה.

אבער די התחלה פון "אורח חיים"

(י״ל — אויך — של האדם)

וסיומו

זיינען די שני תמידים* 14 ,

וואס זייער חיוב איז שטענדיק,

בכל זמן דימי חייו של האדם — במשך כל השנה כולה ובמשך כל היום כולו מדי יום ביומו.

און דערפאר זיינען זיי אויסגע־ שטעלט באופן,

אז איין "תמיד" קומט אלס ראש והתחלה פון "אורח חיים" און דער צווייטער "תמיד" אלס סיומו וחותמו:

די התחלה פון שו"ע ,

שויתי ה׳ לנגדי תמיד" איז די נקודה פון יראת ה',

ווי דער רמ"א איז מאריך ומפרט 15

(דארטן)

: "כשישים האדם אל לבו שהמלך הגדול הקב״ה אשר מלא כל הארץ כבודו עומד עליו ורואה במעשיו כו׳ מיד יגיע אליו היראה וההכנעה בפחד הש"י ובושתו ממנו תמיד" ; און דער סיום "וטוב לב משתה תמיד " איז דער ענין השמחה.

און די צוויי ענינים דארפן זיין ביים אדם אין אן אופן פון "תמיד",

בכל זמן — אין יעדער עבודה" 16

וואס א איד טוט דארף זיך בא אים דערהערן דער ענין פון יראה והכנעה,

און אויך דער ענין השמחה בעבודת ה׳,

"עבדו" את ה׳ ביראה,

עבדו את ה׳ בשמחה" 18 .

ג.

ועפ״ז יש לבאר וואס דער סיום פון אורח חיים איז מיט הלכות

(מגילה)

פורים:

ס׳איז ידוע,

אז פאר יעדן סוג אדער קו מיוחד אין עבודת ה׳,

איז פאראן א יום

(זמן)

קבוע בשנה וועלכע איז במיוחד מסוגל ומתאים פאר דעם אופן העבודה 19 ,

וואס פון דעם זמן נעמט מען דעם כח בענין זה והשפעה אויף עבודה זו במשך כל השנה כולה.

ועד״ז בנוגע דעם קו השמחה: די נתינת כח אויף "וטוב לב משתה תמיד",

אויף דער שמחה בעבודת ה׳ במשך כל השנה כולה,

נעמט זיך פון ימי הפורים,

ווייל פורים איז דער זמן ווען מ׳איז מרבה ב

(סעודה ו)

שמחה במדה הכי גדולה,

מער ווי אין אלע ימים טובים וחגי השנה,

ווי אפגע׳פסק׳נט אין טור 20

און שו״ע" "מצוה להרבות בסעודת פורים",

און 22

,

חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע כו".

— און ס׳איז ניט קיין סתירה להמבואר בכ"מ אז חג הסוכות,

זמן שמחתנו,

איז 23

דער מקור אויף שמחה על כל השנה כולה

[וכידוע 24

אז די ענינים כלליים

בעבודת ה׳ נעמט מען דעם כח אויף זיי פון דעם חודש הכללי,

חודש תשרי: ר״ה,

דער זמן פון ,

תמליכוני עליכם" 25 ,

איז דער מקור פון וועלכן מ׳שעפט יראת שמים אויפן גאנצן יאר; יו״כ — אויפן ענין התשובה; און פון סוכות שמיני עצרת ושמח״ת — זמן שמחתנו — נעמט מען דעם כח אז אלע זאכן פון תומ״צ במשך השנה זאל מען טאן מיט שמחה],

וכמרומז אין רמב״ם 26 ,

אז דער ענין פון שמחה של מצוה

("השמחה שישמח אדם בעשיית המצוה כו׳ עבודה גדולה היא כו'")

קומט אלס המשך פון דער ,

שמחה יתירה" 27

וואס איז געווען במקדש בחג הסוכות —

וי״ל — ווייל דאס איז דוקא בזמן שבית המקדש הי׳ קיים,

ווען אלע ענינים זיינען געווען כתיקונם ובשלימותם,

דערפאר האט מען דעמאלט געקענט מקבל זיין חיות אין עבודת ה׳ במשך כל השנה כולה פון די יו״ט שבחודש תשרי

(און דאס איז געווען מספיק)

; ועד״ז האט מען דעם ענין השמחה בעבודת ה׳ גענומען פון דער "שמחה יתירה" שהי׳ במקדש בחג הסוכות;

משא״כ בזמן הגלות,

אין דער צייט פון העלם והסתר,

איז די השפעת השמחה פון חג הסוכות ניט מספיק צו פועל זיין אין דער עבודה פון א גאנץ יאר 28 .

ווייל די ענינים ווי זיי שטייען אין חודש תשרי,

זיינען זיי עד״מ ווי דער חיות פון די אלע אברים געפינט זיך נאך

אין ראש,

וואס דארטן איז דער חיות העכער פון צו אנטאן זיך און מחי׳ זיין די אברים שבגוף — ועד״ז אין נמשל,

אז אין תשרי שטייען די עניני עבודת ה׳ אין א פיל העכערער 29

דרגא פון צו האבן א שייכות צו די עבודות פרטיות ווי זיי שטייען בגילוי אין עבודת האדם במשך השנה כולה 30 .

מוז דעריבער זיין א "נעענטערער" נתינת כח 31

והשפעה פון א יום ודרגא,

וועלכע איז ניט אין דעם חודש הכללי,

וועלכער איז משפיע אין די ימי השנה.

ובעניננו — דער "טוב לב משתה תמיד",

די שמחה תמידית במשך ימי השנה,

נעמט מען פון

(י״ל גם דחג הסוכות,

באמצעות)

דער שמחה שבימי הפורים,

וואס זיי זיינען פון די ימי השנה און וואס זיינען געווארן ימי שמחה אין

(און מצד)

גלות; און נאכמער — טעג וועלכע זיינען מותר בעשיית מלאכה

(ווי די אנדערע סתם־טעג פון יאר) 32

— און דערפאר קענען זיי פועל זיין די שמחה תמידית אין יעדן מצב וואס א איד גע־ פינט זיך,

אויך אין א וואכעדיקן

(גלות׳־ דיקן)

מעמד ומצב.

[ועפ״ז יובן דער חילוק בזה צווישן ספר הרמב״ם און שו״ע:

דער רמב״ם בחיבורו רעדט וועגן די ענינים ווי זיי זיינען

(אויך)

כתיקונם ובשלימותם,

כולל זמן הבית 33 ,

וואס בזמן הבית איז די נתינת כח אויף שמחה של מצוה פון דער "שמחה יתירה" שבחג הסוכות שבמקדש:

משא"כ דער ספר השו"ע רעדט נאר וועגן דינים הנוהגים בזמן הזה,

און בזמן הזה נעמט מען דעם עיקר נתינת כח אויף ענין השמחה פון די ימי הפורים — און דערפאר קומט דער ענין פון "טוב לב משתה תמיד" אלס המשך

(וחותם)

פון הלכות

(מגילה)

פורים].

ד.

דאס איז אבער ניט קיין ביאור מספיק — ווייל דערמיט איז מבואר בלויז די שייכות פון סיום השו"ע צו פורים בכלל: עס בלייבט אבער ניט קלאר דער טעם וואס דער סיום השו״ע איז מיט די הלכות פון פורים קטן,

ווארום וויבאלד אלע ענינים אין תורה זיינען בדיוק,

כנ״ל,

דארף מען זאגן,

אז דער סיום פון "אורח חיים,

האט א שייכות מיוחדת צו

(דעם תוכן הענין פון)

פורים קטן.

לכאורה יש לומר,

אז דער ביאור הנ,

ל

(סעיף ג)

גופא גיט אויך אן ארט צו מדגיש זיין די שייכות הסיום צו פורים קטן נאכמער ווי צו פורים בכלל — ווארום אע״פ אז פורים איז מותר בעשיית מלאכה איז ער אבער א טאג וואס איז אויסגעטיילט בריבוי מצות

(קריאת מגילה,

משלוח מנות ומתנות לאביונים)

ובתפלה וכו',

וועלכע נעמען צו א ריבוי פון דעם טאג",

משא״כ

פורים קטן וואס איז ניט פארבונדן מיט מצות מיוחדות,

האט ער דעריבער נאך א נעענטערע שייכות מיט די כל ימי השנה,

ובמילא אויך מער השפעת השמחה אויף זיי — "משתה תמיד".

מען קען אבער אזוי ניט זאגן,

ווייל: א)

הא ניחא לויט די דיעות וואס האלטן אז "חייב להרבות במשתה ושמחה בי״ד שבאדר ראשון": אבער דער רמ״א איז דאך ממשיך "ואין נוהגין כן",

נאר בלויז "ירבה קצת בסעודה כדי לצאת ידי המחמירים" 35

— איז ווי אזוי זאל דער טאג אויפטאן דעם "משתה תמיד,

בכל השנה בעת אין אים אליין איז ניטא קיין חיוב שמחה?

ב)

ועיקר: ווי קען מען זאגן אז די נתינת כח אויף משתה תמיד

(שמחה תמידית)

בכל שנה ושנה איז פון פורים קטן,

וועלכער איז דא בלויז בשנה מעוברת?

ה.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם הביאור אין סיום דברי הרמ״א ,

וטוב לב משתה תמיד",

וואס ווי געבראכט פריער פון ספרים איז דאס מרמז אויפן ענין השמחה בעבודת ה׳,

דלכאורה: פאר־ וואס זיינען די שני תמידים אויסגע־ שטעלט באופן כזה,

אז "שויתי ה׳ לנגדי תמיד" קומט בהתחלת השו״ע און "וטוב לב משתה תמיד" — לאחרי כל "אורח חיים" בסופו ממש?

— "שויתי ה׳ לנגדי תמיד" איז א יסוד ועיקר אין עבודת ה׳ און דערפאר איז ער דער ראש והתחלה צום גאנצן "אורח חיים",

דארף דאך מעין זה זיין בנוגע לענין "וטוב לב

משתה תמיד",

ווייל אויך שמחה איז אן ענין יסודי אין עבודת ה׳ — אנהויבנ־ דיק פון תפלת

(כולל — ברכות)

השח 36 ?

ויש לומר הביאור בזה:

מיט די צוויי "תמידים" — בהתחלת או"ח וסיומו — מיינט דער רמ״א די צוויי תנועות ניט ווי זיי קומען אלס א טייל פון עבודת ה׳

(— קיום השו״ע),

נאר ווי זיי קומען אלס א)

הקדמה — לפני התחלת קיום השו״ע,

און אלס ב)

סיום — לאחרי גמר קיום השו״ע:

איידער א איד הויבט אן עבודתו בקיום התומ״צ פאדערט זיך פריער דער "שויתי ה׳ לנגדי תמיד" — קבלת מלכותו ית׳,

ובלשון חז״ל 37

: "יקבל עליו עול מלכות שמים תחלה ואחר כך מקבל 38

עליו עול מצות".

אט די קבלה

(פון עול מלכותו ית׳)

שטייט

(עכ"פ — דארף שטיין)

בגלוי איידער עס הויבט זיך אן די עבודה בפועל פון קיום התומ״צ

(נאך דעם ווי ער איז שוין אריינגעטאן אין קיום התומ״צ,

איז ניט נרגש בגלוי די תנועה פון קבלת עול מלכות,

נאר דער קבלת עול מצות,

דאס וואס ער נעמט אן אויף זיך צו אויספאלגן בפועל די גזירות וציוויי המלך).

און דערנאך,

ביים סיום וגמר

(ולאחרי)

העבודה,

איז דא דער ענין פון ,

וטוב

לב משתה תמיד": נאכדעם ווי ער האט מסיים געווען עבודתו,

קומט דער ענין ה

(שכר פון דער עבודה,

וואס דאס איז 39

די)

שמחה וואס א איד האט דערפון וואס ער האט דורכגעפירט עבודתו און איז דורכדעם געווארן באהאפטן מיטן אויבערשטן

(מצוה מלשון צוותא וחיבור 40 ).

און די שמחה קען מען האבן בגלוי ערשט לאחרי גמר העבודה:

בשעת ער טוט די עבודה,

איז אע״פ אז דאס דארף זיין מתוך שמחה,

עבדו את ה׳ בשמחה,

וויבאלד אבער ער איז דאן אינמיטן זיין פארנומענקייט אין עבודת ה׳,

קען ער ניט זיין כולו דורכ־ גענומען פון דער שמחה במילואה,

היות אז בו בזמן הערשט ביי אים דער געפיל פון קבלת עול,

יראת ה׳,

וראם פאדערט זיך ווען מען דינט דעם אויבערשטן; דוקא לאחרי גמר העבודה קומט ביי אים ארויס די שמחה אין אן אופן גלוי און נעמט אים דורך בכל תוקפה.

[וע"ד ווי דאס איז אין חודש תשרי,

דער חודש הכללי: בר״ה וכו׳ איז ימים נוראים,

עבודה פון "וגילו ברעדה" 41 ,

דאס הייסט,

אע״פ אז דעמאלט איז דא דער ענין הגילה והשמחה

(ואדרבה,

א שמחה גדולה 42

ביותר דערפון וואס ער איז ממליך דעם אויבערשטן אלס מלך),

איז עס אבער מלובש אין דער יראה,

"וגילו ברעדה "; דער גילוי השמחה איז בסיום המועדים,

בחג הסוכות זמן

שמחתנו,

ובעיקר בסיומו ממש — בשמחת תורה.

ועד״ז בעניננו: דער גילוי השמחה קומט לאחרי גמר העבודה,

אין דעם סיום ממש פון "אורח חיים"].

ו.

און דאס איז דער חילוק ווי דער ענין השמחה רעדט זיך אין רמב״ם און ווי ער רעדט זיך אין רמ״א:

דער רמב״ם בסוף הל׳ לולב רעדט וועגן שמחה של מצוה,

"השמחה שישמח אדם בעשיית המצוה" ,

און די שמחה נעמט מען פון דער "שמחה יתירה" וואס איז געווען בחג הסוכות,

וואס איז א טייל פון דער מצות שמחה של המועדות

(ווי דער רמב״ם זאגט דארטן) 43 .

אין שו״ע אבער רעדט זיך וועגן "טוב לב משתה תמיד״,

די שמחה בפ״ע — מצד דעם וואס מ׳איז א איד און

(שטענ־ דיק)

באהעפט מיטן אויבערשטן — וועלכע קומט ארויס בגילוי בגמר העבודה כנ״ל — און די שמחה דריקט זיך אויס אין דעם תוכן פון פורים קטן בפרט:

ימי שמחה פון כל השנה כולה האבן מצות הלכות ומנהגים פארבונדן מיט דעם טאג,

אזוי,

אז דער הרגש השמחה ווערט

(אויך)

באווירקט פון די אנדערע ענינים והרגשים וועלכע קומען לידי ביטוי בעבודת ה׳

(עשיית מצוה,

קיום מנהג וכיו״ב).

אפילו די שמחה פון פורים,

וואס דארף זיין "עד דלא ידע",

איז דאס אבער 44

ניט א זאך וואס נעמט

ארום דעם גאנצן טאגי 45

; עס זיינען דא נאר מצות היום

(און וועלכע פאר־ לאנגען "ידע" דוקא),

כנ״ל

(קריאת המגילה,

משלוח מנות ומתנות לאביונים כו'),

ואדרבה "נוהגין לעשות סעודת פורים

(ערשט)

לאחרי מנחה" 46 .

משא״כ פורים קטן האט ניט קיין מצות מיוחדות ביום זה — די זאך מיט וועלכער דער טאג ווערט אויסגעטיילט פון אנדערע טעג,

איז מיט דער שמחה שבו.

קומט אויס,

אז אין דער שמחה פון פורים קטן איז ניט "אריינגעמישט" קיין אנדערע ענינים פארבונדן מיט עבודת ה׳ — ס׳איז א שמחה בטוהרה.

ז.

עפ״ז יש לבאר דעם סיום לשון הרמ״א "וטוב לב משתה תמיד",

וב־ הקדים: אויפן סיום לשון הרמ״א "מ״מ ירבה קצת בסעודה כו'" שטעלט זיך דער ט״ז און ברענגט: בהג״ה תשב״ץ סי׳ קעח כ׳ דיש להרבות ורבינו יחיאל מפרי״ש רגיל להרבות ולהזמין בני אדם כמשמעות לשון המשנה אין בין אדר כו',

ושפיר מסיים רמ״א כאן וטוב לב משתה תמיד.

דערפון איז פארשטאנדיק אז דער ט״ז לערנט אז מיט דעם וואס דער רמ״א איז

מסיים "וטוב לב משתה תמיד" מיינט ער 47

צו באווארענען און אנדייטן אז סו"ס איז ניט גענוג דער "ירבה קצת בסעודה"

(וואס ער זאגט פריער),

נאר 48

מען דארף מרבה זיין בסעודה ושמחה מעין ווי אין אדר שני

("אין בין אדר כו׳").

וצריך ביאור: פארוואס זאגט עס ניט דער רמ"א בפירוש אז מ׳זאל מרבה זיין בשמחה 49

און ער איז דאס מרמז מיטן לשון "וטוב לב משתה תמיד"?

ויש לומר — אז דאס איז ע"ד ווי די חילוקים וואס מען געפינט אין דרגות חיוב השמחה בכלל: דער חיוב שמחה במועדים — א חיוב מן התורה,

"ושמחת בחגך" 50

; די שמחה וואס איז פארבונדן מיט ניסוך המים בחג הסוכות,

וואס ניסוך המים "הוא הלכה למשה מסיני..

שאינו מפורש בהדיא בתושב״כ רק דרבנן סמכוה אקראי" 51

— וואס דאס איז די שמחת בית השואבה 52

: און ס׳איז דא די שמחה וואס איז פארבונדן מיט הקפות בשמע״צ ושמח״ת וואס איז ניט קיין חיוב מד"ס נאר בלויז א מנהג 53 .

זעט מען בפועל,

אז די שמחה פון שמחת בית השואבה איז א שמחה גדולה יותר — "שמחה יתירה" — לגבי שמחת

יו"ט בכלל,

און די שמחה פון הקפות איז

(כמנהג ישראל)

נאך גרעסער 54

[און אין שמחת ביה״ש זיינען פאראן חילוקים צווישן אידן אין אופן השמחה — "לא היו עושין אותה..

אלא גדולי..

ואנשי מעשה",

משא"כ ,

כל העם..

באין לראות ולשמוע" 55

: אבער אין דער שמחה פון הקפות זיינען אלע אידן זיך משתתף 56 ].

איז מבואר בזה 57 ,

אז היא הנותנת — וואס טיפער

(און גרעסער)

די שמחה אלץ ווייניקער דער תוקף החיוב,

די שמחה קומט פון דעם אידן עצמו.

וע״ד די מעלה פון דברי סופרים אויף דברי תורה

(כמרז״ל 58

"ערבים עלי ד"ס",

"חביבים עלי* 58

ד"ס")

— אין דעם וואס

אידן נעמען אויף זיך אן גדרים וחומרות וואט שטייען ניט

(מפורש)

אין תושב"כ,

זעט זיך די חביבות,

שמחה ותענוג וואס אידן האבן אין קיום רצון העליון”.

ובעניננו: די שמחה אויף וועלכער ס׳איז פאראן א חיוב מפורש בתורה — ד.

ה.

מ׳קען אין דעם אלעמען מחייב זיין ובשווה — ווייזט אז זי איז לויט מעלת האדם וועלכע איז דא אפילו בא א פחות שבאדם; די שמחה יתירה פון שמחת בית השואבה,

פארבונדן מיט ניסוך המים,

אויף וועלכער ס׳איז ניטא קיין חיוב מפורש אין תושב״כ — ווייזט אויף א גרעסערער און טיפערער שמחה; און הקפות וואס איז ניט קיין חיוב,

אויך ניט א חיוב דרבנן,

נאר בלויז א מנהג — דריקט אויס נאך א טיפערע שמחה,

וועלכע קומט מצד אידן ,

וואט זיי האבן מחדש געווען,

איינגעפירט די שמחה 60 .

ועד״ז — ויתירה מזה — איז בנוגע לפורים קטן: דאס וואט דער רמ״א ברענגט דעם "להרבות בשמחה" נאר בסגנון ואופן של רמז וסיפור

(כפירוש הט״ז),

איז ווייל דאס איז אזא דרגא נעלית פון שמחה אויף וועלכער ס׳איז ניטא קיין חיוב מפורש אין שו״ע,

אפילו ניט אלס מנהג

[ע״ד ווי דער מנהג ההקפות דשמע״צ ושמח״ת,

וואס שטייט

ניט 61

אין שו״ע אבער עכ"פ אין רמ״א וכלשונו 62

"וקורין יו״ט האחרון שמחת תורה לפי ששמחין ועושין בו סעודת משתה לגמרה של תורה כו׳ ועוד נהגו להקיף עם ספרי התורה כו׳ והכל משום שמחה״]

— ווייל א מנהג וואט ברענגט זיך אין רמ"א איז אויך א דין

(וחיוב).

וי״ל דהיינו,

כנ״ל,

ווייל די שמחה פון פורים קטן איז ע"ד ווי די שמחה וואס קומט בגמר ולאחר העבודה,

ט׳איז לאחרי — און ״העכער" — פון עבודה,

ובמילא — "העכער" פון איזה אופן של חיוב.

די שמחה קומט

(ווערט)

מצד דעם אידן " .

[בסגנון אחר קצת: ווען ס׳וואלט גע־ ווען א ציווי

(אדער מנהג)

אויף שמחה וואלט דאס גופא געמיינט — שמחה אלס א חלק פון חיוב קיום השו״ע,

און דעם מוז זיין אריינגעמישט אן ענין פון עול ויראה].

וי״ל אז דערפאר איז די שמחה — די הקדמה וואט ברענגט די שמחה לעת״ל,

ווי דער מגן אברהם“ ברענגט אראפ אויף דברי הרמ״א "וטוב לב משתה תמיד״ — "בשמחות מצות אלקינו להעמיד" אז ימלא שחוק פינו" 66 ,

און

לעת״ל וועט זיין "שמחת עולם על ראשם" 67 ,

וואס מיינט אויך א שמחה תמידית ושמחה בפ״ע,

וואס דאס קומט ע״י ההוספה בשמחה בזמן הגלות ובאופן פון מעלין בקודש אייר אין דעם קודש פון "טוב לב משתה תמיד",

ברענגט עס "במהרה בימינו" 68

ממש "שמחת עולם על ראשם".

(משיחות ש"פ תשא,

שושן

פורים קטן — תשכ״ז; תשד"מ)

Reader controls and commentary are loading.