B"H
🏡

Ikar

תרומה ב

א.

אויפן פסוק 1

„ונתת את הכפורת על הארון מלמעלה ואל הארון תתן את העדות אשר אתן אליך" איז דאָ אַ פלוגתא צווישן רש"י און דעם רמב"ן:

רש"י זאָגט,

אַז דאָס וואָס אין דעם פסוק ווערט „נכפל" דער ציווי „ואל הארון תתן את העדות"

(עס שטייט דאָך שוין פריער 2

„ונתת אל הארון את העדות")

איז „יש לומר שבא ללמד שבעודו ארון לבדו 3

בלא כפורת יתן תחלה העדות לתוכו ואח"כ יתן את הכפורת עליו" 4 .

דער רמב"ן שטעלט זיך אויף רש"י און פרעגט: אם הי׳ זה צוואה 5

משמעו יותר שאחר שיתן הכפורת על הארון כאשר אמר 6 ,

יתן בארון את העדות,

כי ארון יקרא

(גם 7 )

בהיות הכפורת עליו 8 .

דאָס הייסט: לויט רש"י ווערט דער „ארון לבדו" — אָן דעם כפורת — אָנגערופן „ארון" 9

; און דעריבער 10 ,

בשעת עס שטייט „ואל הארון תתן את העדות" מיינט דאָס — אין דעם „ארון לבדו 11

בלא כפורת" 12 .

משא"כ לויטן רמב"ן אַז „ארון יקרא ..

בהיות הכפורת עליו",

קען מען ניט זאָגן אַז אַ ציווי איז בלשון וועלכער איז „משמעו יותר" — להיפך: „תתן" — „אחר שיתן הכפורת על הארון" 8 .

ב.

ויש לומר,

אַז דאָס איז ניט נאָר אַ חילוק אין דעם שם ארון,

נאָר עס איז אַ חילוק להלכה אין דעם גדר הארון

(והכפורת)

:

לדעת הרמב"ן איז דער כפורת אַ פרט וחלק פון דעם ארון און דוקא בשעת דער כפורת ליגט אויפן ארון איז דער ארון בשלימותו

[וי"ל שהוא ע"ד ווי ביים ארון גופא וואָס איז געמאַכט געוואָרן

פון „שלש תיבות" 13 ,

און דוקא אַלע צוזאַמען שטעלן צונויף די מציאות הארון — עד"ז איז דער כפורת,

אַ כיסוי על הארון,

אַ חלק פון ארון]

;

און לדעת רש"י איז דער כפורת אַ כלי בפ"ע 14 ,

ס׳איז נאָר אַז מקומה איז אויפן ארון 15 .

ווי מען געפינט די סברא בנוגע להלכה: דער ראָגאַטשאָווער 16

זאָגט,

אַז

[פון דעם וואָס די גמרא 17

רופט אָן דעם כפורת „כלי"

(„אין דנין כלי מהכשר כלי"),

און אַזוי אויך פון דעם וואָס שטייט אין תורת כהנים 18

„לפי שנאמר כפורת יכול יהי כיסוי לארון ת"ל כפורת,

כפורת לארון ואין כיסוי לארון" 19 ,

איז מובן אַז]

דער כפורת „לא הוי רק בשביל כיסוי אלא זה מציאות בפ"ע רק צריך להניחו על ארון" 20 .

ולפ"ז נפק"מ להלכה

(ווי דער ראָגאַטשאָווער ברענגט דאָרטן) 21

: דער כפורת איז „כלי שרת מחמת הזאה של יום הכפורים" און דעריבער דאַרף דער כפורת זיין משל ציבור,

ניט „שמו

(פון אַ יחיד)

כתוב עליו".

משא"כ דער

ארון האָט ניט קיין דין כלי שרת

(און דערפאַר געפינט מען אַז באַ דעם ארון שטייט „ויעש בצלאל " 22 ,

ניט ביי דעם כפורת 23 ).

ג.

ויש לומר עוד נפק"מ להלכה צווישן די צוויי אופנים:

א)

אין דער כוונה „לשמה" 24

— די עושי הכפורת האָבן געדאַרפט מכוון זיין בעשיית הכפורת לשמה : לדעת הרמב"ן קומט אויס,

אַז דאָס האָט געדאַרפט

(געקאָנט?)

זיין נכלל אין דער כוונה לשם הארון ,

ולדעת רש"י יש לומר אַז די כוונה לשמה האָט געדאַרפט זיין אַ באַזונדער כוונה 25

— נאָר לשם

הכפורת 26 .

ב)

אָננעמענדיק אַז דער איסור צו מאַכן אַ זאַך אין דעם תבנית פון משכן

(ומקדש)

און די כלי המקדש 27

— איז אויך בנוגע דעם ארון 28

: אויב דער כפורת איז אַ חלק פון מציאות הארון,

דעמאָלט איז מען עובר אויף דעם איסור נאָר ווען מ׳מאַכט דעם תבנית פון ביידע — דעם ארון און כפורת 29

; אויב אָבער דער כפורת איז אַ מציאות בפ"ע,

איז יש לומר אַז דער איסור איז חל אויך ווען מ׳מאַכט דעם ארון בפ"ע אָדער דעם כפורת

(מיט די כרובים 30 )

בפ"ע.

ד.

די הסברה אין דער פלוגתא הנ"ל

(צווישן רש"י והרמב"ן),

יש לומר אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם חילוק בשיטתם אין כללות ענין הארון:

דער רמב"ן זאָגט 31

אַז „עיקר החפץ במשכן הוא מקום מנוחת השכינה שהוא הארון כמו שאמר 32

ונועדתי לך שם ודברתי אתך מעל הכפורת

(על כן הקדים הארון והכפורת בכאן)

כו׳",

און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס מען לייגט אַריין די עדות אין דעם ארון — מיט דעם כפורת,

(און ווי ער זאָגט 33

בנוגע דער מצוה פון עשיית הארון — „עשיית הארון

והכפורת לשום שם העדות תמנה מצוה בפ"ע" 34 ).

דאָס הייסט,

אַז ניט נאָר איז דער ארון דער כלי צו די עדות,

נאָר אויך דער כפורת

(און די כרובים 35 )

איז אַ לבוש וכלי צו די „עדות" 36 ,

וואָס עי"ז ווערט דורכגעפירט דאָס וואָס „ונועדתי לך שם".

לדעת רש"י אָבער איז דער תכלית פון דעם ארון און כפורת באַזונדערע ענינים: דער ארון איז צוליב די עדות,

ווי עס איז מוכח דערפון וואָס בסוף הציווי פון עשיית הארון

( איידער דער ציווי „ועשית כפורת גו'")

זאָגט תורה 37

„ונתת אל הארון את העדות אשר אתן אליך",

אַז דאָס איז צוליב דער תורה

(ווי רש"י טייטשט „העדות" — „התורה שהיא לעדות ביני וביניכם שצויתי אתכם מצות הכתובות בה"),

דער ארון איז צוליב די עדות,

משא"כ דער כפורת וואָס שטייט לאח"ז 38

איז אַ באַזונדער ענין 39

— „ונועדתי לך שם ודברתי אתך מעל הכפורת מבין שני הכרובים גו׳ כל אשר אצוה אותך אל בני ישראל".

נאָך מער: לויט רש"י עה"פ — איז דאָס ניט דער ענין פון „מנוחת השכינה",

נאָר — „כשאקבע מועד לך לדבר עמך אותו מקום אקבע למועד שאבא שם לדבר אליך" 40 .

און דערפאַר האַלט רש"י אַז כפורת איז אַ כלי בפ"ע און ניט אַ חלק פון ארון.

ה.

מצד דעם חילוק הנ"ל

(צווישן רש"י און דעם רמב"ן)

בנוגע דעם כפורת

(צי דאָס איז אַ חלק פון — ארון אָדער אַ כלי בפ"ע)

— קומט אויס אַ חילוק אויך בנוגע די כרובים שעל הכפורת,

וואָס אויך בנוגע די כרובים קען מען זאָגן צוויי סברות 41

:

א)

די כרובים זיינען אַ פרט פון כפורת; פון „שני קצות הכפורת" האָט מען אויסגעקלאַפּט שני כרובים 42 .

ב)

די כרובים זיינען ניט נאָר אַ פרט אין דעם כפורת

(וואָס דער כפורת איז א ַחלק פון ארון,

אַלס כלי צו די עדות)

— נאָר די כרובים גופא זיינען

(נאָך)

אַ טייל פון ארון,

פּונקט ווי דער כפורת.

לויט רש"י,

וואָס האַלט אַז דער כפורת איז אַ באַזונדער זאַך פון דעם ארון

(כנ"ל)

— זיינען אויך די כרובים,

כמובן,

ניט קיין פרט אין ארון; נאָך מער: פון פשטות המקראות איז משמע,

אַז די כרובים זיינען ניט קיין ענין בפ"ע,

נאָר אַ פרט אין כפורת,

וואָס דערפאַר:

(א)

זיינען די כרובים „ מקשה 42 ..

משני קצות הכפורת" 43 ,

(ב)

זיי זיינען „סוככים בכנפיהם על הכפורת ..

אל הכפורת יהיו פני הכרובים" 44 .

ד.

ה.

די כלי אויף דעם „ונועדתי ..

ודברתי" 32

איז דער כפורת 45 ,

נאָר אין דעם כפורת גופא,

קומט דער קול „מבין שני הכרובים".

משא"כ דער רמב"ן איז מבאר 46

דעם ענין הכרובים,

וז"ל: „והנה הוא כמרכבה אשר ראה יחזקאל ..

ואדע כי כרובים המה ולכך נקרא יושב הכרובים 47 ,

כי היו פורשי כנפים להורות שהם המרכבה נושאי הכבוד ..

ואם תחשוב עוד למה ..

תוכל לדעת כי ראוי להם שיהיו

פורשי כנפים למעלה כי הם כסא עליון וסוככים על העדות שהוא מכתב אלקים".

לויטן רמב"ן זיינען די כרובים אַן ענין פון „מקום מנוחת השכינה" און דערפאַר זיינען זיי אין דער צורה פון דער מרכבה העליונה;

און רש"י לשיטתי׳,

אַז דער כפורת

(והכרובים)

איז ניט אַ פרט אין דעם ארון

(ועדות שבו),

נאָר אַ באַזונדער ענין וכלי 51 .

און דערפאַר זיינען די כרובים אַ „דמות פרצוף תינוק" — וואָס דאָס איז מדגיש די חיבה פון אוי־

דערמיט איז ער מבאר וואָס דער פסוק חזר׳ט איבער „ונועדתי ..

ודברתי אתך מעל הכפורת מבין שני הכרובים אשר על ארון העדות "

(כאָטש עס איז „בידוע שהכרובים הם על ארון העדות")

— ווייל די ווערטער קומען מבאר זיין דעם תוכן ענין הכרובים: „כי בעבור שיצוה בכרובים להיותם פורשי כנפים למעלה ולא אמר למה יעשם כלל ומה שישמשו במשכן ולמה יהיו בענין הזה,

לכך אמר עתה ונתת הכפורת עם כרוביו שהכל דבר א׳ על הארון מלמעלה,

כי אל הארון תתן את העדות אשר אתן אליך כדי שיהי׳ לי כסא כבוד כי אני אועד לך שם ואשכין שכינתי עליהם ודברתי אתך מעל הכפורת מבין שני הכרובים בעבור שהוא על ארון העדות".

קומט אויס אַז די כרובים זיינען אַ טייל פון ארון פּונקט ווי כפורת,

אַלע דריי זיינען „מקום מנוחת השכינה",

ואדרבה: דער אויבערשטער ווערט אָנגערופן „ יושב הכרובים " 48 .

ו.

עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם החילוק צווישן רש"י און דעם רמב"ן בנוגע צו צורת הכרובים:

דער רמב"ן לערנט,

כנ"ל,

אַז די כרובים זיינען „כמרכבה אשר ראה יחזקאל ..

יושב הכרובים"; משא"כ רש"י זאָגט 49

אַז די כרובים זיינען געווען „דמות פרצוף תינוק להם" 50 .

בערשטן צו אידן,

וכמש"נ 52

„כי נער ישראל ואוהבהו" 53

(„פרצוף תינוק ").

דאָס הייסט: דער ארון מיט די „עדות" שבו ווייזט אויף ענין התורה ; און דער כפורת — וואו „ונועדתי לך שם ודברתי אתך ..

כל אשר אצוה אותך אל בני ישראל" — איז מדגיש די חביבות פון אידן ביים אויבערשטן

(וואָס דערפאַר איז צורת הכרובים — „פרצוף תינוק").

[וואָס דאָס איז על דרך הביאור פון רבינו בחיי 54

אין ענין הכרובים,

וואָס ער איז מאריך אַז „על דרך הפשט" זיינען די שני כרובים וואָס זיינען געווען זכר ונקבה געקומען „להודיע כמה ישראל חביבין לפני הקב"ה כחבת זכר ונקבה",

און ווי די גמרא זאָגט אין יומא 55

אַז „בשעה שהיו ישראל עולין לרגל מגללין להם את הפרוכת ומראין להם את הכרובים שהיו מעורים זה בזה ואומרים להן כמה חבתכם לפני המקום כו׳" 56 .

וואָס דאָס אַלץ איז מדגיש 57

„הפלגת הדביקות" צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן בלי שום אמצעי,

ווי ער איז דאָרטן מאריך בזה].

ז.

דער ביאור בזה אין פנימיות הענינים:

דער ענין הארון,

וואָס בתוכו זיינען געווען די „עדות" — ווייזט אויף תורה 58 .

און ווי עס שטייט

(אויך)

אין רמב"ן 59

אַז כל ישראל האָבן זיך משתתף געווען בעשיית הארון כדי „שיזכו כולן לתורה" 60 .

קומט אויס,

אַז לויטן רמב"ן,

אַז דער כפורת

(און כרובים)

זיינען איין זאַך מיט מציאות הארון

(והעדות),

איז אויך דער „ונועדתי לך ..

ודברתי אתך מעל הכפורת" פאַרבונדן מיט ענין התורה

(לוחות).

משא"כ לויט רש"י,

זיינען דאָס צוויי באַזונדערע ענינים — תורה און ישראל.

ויש לומר,

אַז דער טעם החילוק ביניהם איז:

אין פירוש הרמב"ן זיינען דאָ „דברים נעימים ..

(ו)

ליודעים חן" 61 ,

ער איז מבאר ענינים פון סודות התורה בגלוי,

וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט בחי׳ „הגילויים".

און מצד הגילויים איז ישראל מתקשראן באורייתא ואורייתא בקוב"ה 62

— דער קשר צווישן אידן מיט אויבערשטן איז דורך תורה.

משא"כ אין פירוש רש"י,

פשוטו של מקרא,

הערט זיך אָן די פשטות פון אַ אידן,

וואָס די פשיטות פון אַ אידן איז איין זאַך מיט פשיטות העצמות 63 .

און די התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן

איז העכער נאָך 64

ווי די התקשרות שעל ידי התורה כביכול.

וכידוע 65

דער פירוש וואָס מ׳זאָגט „ תלת קשרין 66

מתקשראן"

(ניט — תרין)

ווייל ס׳איז דאָ דער קשר פון „קוב"ה ישראל ואורייתא".

און דערפאַר לערנט רש"י אַז דער כפורת

(וכרובים)

זיינען אַ באַזונדער כלי פון ארון — ווייל דער כפורת דריקט אויס די התקשרות עצמית צווישן אידן מיטן אויבערשטן שלמעלה מהתורה.

וע"פ מרז"ל 67

אַז מחשבתן של ישראל קדמה

(אפילו)

לתורה.

און דאָס איז אויך דער ביאור בפנימיות הענינים וואָס די כרובים זיינען געווען „דמות פרצוף תינוק " דוקא — ווייל די אהבה עצמית פון אַן אב צו אַ בן 68 ,

איז ניט פאַרבונדן מיט דער מעלת הבן,

נאָר מצד דעם וואָס זיי זיינען אַן עצם אחד.

און אָט די אהבה עצמית שטייט בגילוי בנוגע לבנו קטן דוקא 69 .

ועד"ז די אהבה עצמית פון דעם אויבערשטן צו אידן,

איז ניט פאַרבונדן מיט זייער עבודה גלוי׳ בתורה ומצות,

נאָר

ווייל זיי זיינען „חלק אלקה ממעל ממש" 70

(אַ חלק מן העצם 71 ).

און דעריבער ווערט די אהבה עצמית צו אידן אויסגעדריקט אין „דמות פרצוף תינוק " דוקא.

ח.

עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק,

אַז עס איז פאַראַן אַ חילוק עיקרי צווישן רש"י והרמב"ן אין דעם טעם וואָס דער כפורת

(מיט די כרובים)

איז מקומו „על הארון מלמעלה":

לויטן רמב"ן איז אויך דער כפורת און כרובים צוליב די עדות שבארון

(וואָס דערפאַר איז דער פסוק מדגיש „מבין שני הכרובים אשר על ארון העדות ",

ווי דער רמב"ן זאָגט,

כנ"ל סעיף ה׳)

;

משא"כ לויט רש"י,

איז דאָס וואָס דער כפורת איז „על הארון מלמעלה" איז ווייל דער כפורת איז,

העכער פון דעם ארון

(והעדות שבו) 72 ,

און דערפאַר זיינען זיי מגין אויפן ארון — דער כפורת איז דער כיסוי אויפן ארון והעדות שבו,

זיי זיינען שומר אויף דער תורה.

ווייל מצד דער התקשרות עצמית צווישן ישראל וקוב"ה,

זיינען אידן

משפיע 73

אין תורה כידוע 74 ,

„ולאפשא לה" 75

דוקא.

און דאָס איז אויך דער קשר מיטן פירוש אין כפורת — לשון כפרה 76 ,

ווייל דער כח אויף כפרה על חטא איז מצד שרש נשמות ישראל ווי זיי זיינען העכער פון תורה 77 .

וואָס דערפאַר,

אפילו ווען ביי אַ אידן איז געווען אַ חסרון בקיום התורה

(ד.

ה.

אַז עס איז

געוואָרן אַ חסרון אין זיין התקשרות צום אויבערשטן דורך תורה),

איז בכחו צו צוריק ממלא זיין דעם חסרון און באַקומען די כפרה 78 ,

— און נאָכמער

(ע"ד מעלת בעלי תשובה לגבי צדיקים)

ביז צו דעם העכערן פירוש אין כפרה 79

— „לכפר לפני ה׳ להיות נחת רוח לקונו".

(משיחות ש"פ תרומה וש"פ מטות תשמ"א)

Reader controls and commentary are loading.