B"H
🏡

Ikar

תרומה א

א.

פון פסוק בתחילת פרשתנו 1

„ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם",

איז רש"י מעתיק די ווערטער „ועשו לי מקדש" און איז מפרש: ועשו לשמי בית קדושה.

לערנען מפרשים 2 ,

אַז רש"י איז מפרש דאָ צוויי באַזונדערע ווערטער,

ובמילא זאָגט ער דאָ צוויי באַזונדערע ענינים —

(א)

אַז דער טייטש פון „לי" איז „לשמי",

און

(ב)

אַז „מקדש" מיינט — „בית קדושה"

(וכדלקמן סעיף ג).

דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דאָס זיינען צוויי באַזונדערע ענינים,

פאַרוואָס איז ער זיי ביידע כולל אין איין דיבור?

כדרכו ברוב הכי גדול בפירושו על התורה האָט ער געדאַרפט זאָגן צוויי דיבורים: „ לי — לשמי; מקדש — בית קדושה" 3 ?

אויך איז ניט מובן: פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אין דעם דיבור־המתחיל אויך דעם וואָרט „ועשו"?

און נאָכמער — ער חזר׳ט דאָס איבער אויך בגוף פירושו: ועשו לשמי כו'! — אין דעם וואָרט „ועשו" איז דאָך רש"י גאָרניט מחדש 4 ?

ב.

אין דעם וואָס רש"י איז מפרש „לי — לשמי" דאַרף מען פאַרשטיין:

די גמרא 5

זאָגט אַז „ועשו לי מקדש" מיינט — „ משלי ",

אַז „נותנין מהן לאומנין בשכרן" — מען באַצאָלט די „אומנין" פאַר זייער אַרבעט בבדק הבית „משלי" — מיט ממון הקדש

(הקדש דבדק הבית) 6 .

און אָט דעם פירוש אין „לי"

( — משלי)

געפינט מען אויך אין לימוד ע"ד הפשט ,

ווי רש"י איז מפרש דעם פסוק

(אין פ׳ תולדות 7 )

„וקח לי משם שני גדיי עזים גו'" — „וקח לי,

משלי הם כך שכך כתב כו'".

לפ"ז דאַרף מען האָבן אַ ביאור: וואָס איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא צו משנה זיין און מפרש זיין דאָ „לי — לשמי" 8 ?

[עס איז דאָ אַן אריכות אין מפרשים 9

וואָס זיינען מסביר פאַרוואָס רש"י קען ניט טייטשן „ועשו לי מקדש" ווי דער פירוש הרגיל בכ"מ אין „לי" — בשבילי,

לצרכי וכיו"ב; אָבער אויך לפירושם 10

בלייבט ניט מובן פאַרוואָס רש"י

(זאָגט „לי — לשמי" און)

נעמט ניט אָן פירושו שבפ׳ תולדות

(פי׳ הגמרא)

„לי משלי"].

לכאורה וואָלט מען דאָס געקענט מסביר זיין: אויף די ווערטער

(אין אָנהויב סדרה 11 )

„ויקחו לי תרומה" איז רש"י מפרש „ויקחו לי תרומה — לי לשמי" — וואָס דאָרטן,

וואו עס רעדט זיך וועגן דער „הפרשה

(וואָס)

יפרישו לי מממונם נדבה" 12 ,

האָט דאָך קיין אָרט ניט

(ע"ד הפשט 13 )

צו טייטשן „לי — משלי ";

און וויבאַלד אַז דער „לי” שבתחילת הסדרה מיינט „לשמי",

איז מסתבר לומר,

אַז אויך דער „לי” וואָס שטייט באותו ההמשך

(נאָר מיט עטלעכע פסוקים ווייטער),

האָט דעם זעלבן פירוש — „לשמי".

אָבער כד דייקת,

איז אדרבה,

הפי׳ דאַרף זיין אַנדערש: די כוונה „לשמי"

(לשם ה׳ )

איז פאַרבונדן מיט שינוי

רשות,

די זאַך גייט אַריבער פון רשות הדיוט ממונם לרשות הקדש לי * 13

— ס׳איז ניט מספיק וואָס מען גיט עס

(בפועל)

צו הקדש,

נאָר מען דאַרף עס מייחד זיין פאַרן אויבערשטן במחשבתו וכיו"ב 14 .

איז אין פסוק „ויקחו לי תרומה",

וואו עס רעדט זיך וועגן „ יפרישו לי מממונם" — מקדיש זיין ממון חולין — איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דאָס דאַרף זיין מיט אַ כוונה „לשמי";

משא"כ אין פסוק „ועשו לי מקדש" 15 ,

וואָס רעדט זיך וועגן דער תרומה וועלכע איז שוין געוואָרן ממון הקדש און געפינט זיך ברשות הקדש 16

— וואָס פעלט דאָ אין דער שייכות צום אויבערשטן 17

אַז מען זאָל נאָכאַמאָל דאַרפן זאָגן „לשמי” 18 ?

בסגנון אחר: דוקא דערפאַר וואָס רש"י לערנט אַז „ויקחו לי תרומה" מיינם „לי — לשמי"

(אַז דאָ איז שוין געווען די כוונה „לשמי”)

— איז מער מסתבר צו זאָגן 18 ,

אַז מיט „ועשו לי מקדש" מיינט די תורה צו מדגיש זיין אַן אַנדער אויפטו — אַז די עשי׳ זאָל זיין „משלי",

כנ"ל.

ג.

עד"ז דאַרף מען האָבן אַ ביאור אין סיום פירוש רש"י — „מקדש ..

בית קדושה": וואָס באַוואָרנט דאָ רש"י,

פאַרוואָס איז ער משנה ומחדש באַם וואָרט „מקדש"?

לויטן מזרחי 19

באַוואָרנט רש"י,

אַז „מקדש" מיינט — ניט „אי זה

(דבר)

מקודש שיהי׳",

נאָר — „ בית מקודש",

„כי שם מקדש בכל מקום 20

לא ימצא כי אם על הבית המקודש".

אָבער לכאורה צע"ג אין דעם הסבר: דער וואָרט „מקדש" שטייט שוין פריער

(אין פ׳ בשלח 21 )

— „מקדש אדנ־י כוננו ידיך".

איז אויב ביי „מקדש" דאַרף אויס־

געטייטשט ווערן אַז דאָס מיינט „בית קדושה" - האָט עס רש"י געדאַרפט מפרש זיין דאָרטן

(אין פ׳ בשלח)

! אָבער אדרבא — ניט נאָר באַוואָרנט עס ניט רש"י דאָרטן,

נאָר פון לשון רש"י דאָרט 22

איז מוכח אַז ער נעמט עס אָן אַלס אַ דבר מובן ופשוט אַז „מקדש" איז „בית המקדש" 23 .

אויך: אויב דער גאַנצער אויפטו פון רש"י איז,

אַז „מקדש” מיינט אַ „בית”

(און ניט „אי זה

(דבר)

מקודש שיהי׳")

— האָט רש"י געדאַרפט זאָגן „בית המקדש "; פאַרוואָס איז רש"י משנה סיי פון לשון הכתוב על אתר,

און סיי פונעם לשון הרגיל בכל מקום — און אַנשטאָט „מקדש” זאָגט ער „קדושה”?

ועד"ז איז צע"ג פירוש המפרשים 24 ,

אַז רש"י קומט באַוואָרענען: ווי פּאַסט צו אָנזאָגן „ ועשו לי מקדש "?

— די קדושה עצמה

(מקדש)

ווערט דאָך ניט אויפגעמאַכט דורך אידן

(נאָר עס קומט פון אויבערשטן)

! איז רש"י מפרש אַז דער ציווי איז צו מאַכן אַ „ בית קדושה" —

וואָרום,

כנ"ל,

פון פרש"י

(הנ"ל)

בפ׳ בשלח איז מוכח אַז עס איז אַ מילתא דפשיטא אַז „מקדש” איז דער „שם המקוצר" 25

פון „ בית המקדש" און ס׳איז ניט נייטיק די באַוואָרעניש אַז „ ועשו לי מקדש" מיינט דעם בית המקדש

(און ניט

די קדושה שבו)

; און אויך,

כנ"ל: לפ"ז האָט רש"י געדאַרפט זאָגן „בית המקדש",

און ניט „בית קדושה" 26 .

ד.

דער ביאור בכל זה:

די שאלה עיקרית וואָס רש"י קומט פאַרענטפערן בפירושו איז — ווי פּאַסט דאָ דער לשון „ועשו לי מקדש "?

דער נאָמען „מקדש" באַציט זיך דאָך צום בית המקדש שבירושלים,

ובלשון הכתוב

(הנ"ל)

בפ׳ בשלח — „תביאמו גו׳ בהר נחלתך גו׳

(וממשיך דאָרט)

מקדש אדנ־י כוננו ידיך"; דאָ אָבער רעדט מען דאָך וועגן עשיית המשכן שבמדבר ,

וואָס ווערט אָנגערופן בכתוב בשם „משכן",

און ווי עס שטייט גלייך אין דעם פסוק שלאח"ז 27

— „את תבנית המשכן" — האָט אויך דאָ געדאַרפט שטיין „ועשו לי משכן " 28 ?

דער אור החיים 29

ענטפערט,

אַז „ועשו לי מקדש" איז אַ „מ"ע כוללת כל הזמנים בין במדבר בין בכניסתן לארץ" 30 ,

און דערנאָך זאָגט אָן דער פסוק אויפן „פרט הנעשה במדבר ..

שיעשה משכן כסדר האמור"

(אין דער פרשה).

— רש"י איז אָבער שולל דעם פירוש: אויף די ווערטער

(אין דעם פסוק שלאח"ז 27 )

„ככל אשר אני מראה אותך את תבנית המשכן גו׳" איז רש"י מפרש: „המקרא הזה מחובר למקרא שלמעלה הימנו ועשו לי מקדש 31

ככל אשר אני מראה אותך".

ומזה מובן,

אַז „ועשו לי מקדש ..

ככל אשר אני מראה אותך את תבנית המשכן " איז איין — דער זעלבער ציווי.

נאָך מער: לויט דעם פרש"י,

איז אין דעם ציווי בפירוש ניט נכלל דער מקדש

לדורות.

וואָרום דער ציווי דאָ איז צו מאַכן אַ „מקדש ..

ככל אשר אני מראה אותך את תבנית המשכן " — און דער בית המקדש איז ניט כתבנית המשכן

(וואָס דערפאַר איז רש"י מדייק,

אַז דער ציווי שבסיום הכתוב 27

„וכן תעשו — לדורות",

באַציט זיך דוקא

(נאָר)

צו די כלי המשכן

(אַז זיי דאַרפן געמאַכט ווערן „כתבנית אלו" 32 ),

אָבער ניט צום משכן עצמו 33 ).

און כדי צו פאַרענטפערן די שאלה הנ"ל — פאַרוואָס ווערט דאָ דער משכן אָנגערופן „מקדש” 34

— איז רש"י מפרש אַז „מקדש" אין דעם פסוק מיינט „בית קדושה ": דער וואָרט „מקדש" איז דאָ ניט אַלס שם דבר

(— מקוצר)

פון „בית המקדש",

נאָר אַלס אָפּטייטש־וואָרט אַ שם התואר ותכונה פון אַ זאַך,

אַ בית של קדושה

(ניט „של חול")

וואָס דאָס פּאַסט אויפן משכן פּונקט ווי אויפן מקדש,

„מקדש" מיינט — אַ זאַך

(בית)

וואָס האָט אין זיך

(אָדער — איז צוליב 35 )

קדושה ,

וואָס דערפאַר נוצט מען דעם וואָרט

(אויך)

אויפן משכן.

בסגנון אחר — דער חידוש פון רש"י איז

(ניט אין וואָרט „בית",

נאָר)

אין

וואָרט „קדושה",

אַז „מקדש" דאָ איז ניט אַ שם דבר

(מקוצר פון „בית המקדש").

[און דאָס וואָס רש"י זאָגט „ בית קדושה" — אע"פ אַז פון וואָרט „מקדש" גופא

(לפירושו הפשוט )

איז ניטאָ קיין ראי׳ אַז עס רעדט זיך וועגן אַ בית און ניט „אי זה מקודש" — איז ווייל בפועל איז דער „דבר” של קדושה בנדו"ד — אַ בית .

ווי פאַרשטאַנדיק פון המשך הציווי „

(ועשו לי מקדש ..)

ככל גו׳ תבנית המשכן "

(וואָס לויט רש"י איז דאָס אַלץ איין המשך,

כנ"ל),

וואָס פון דעם ווייס מען אַז דער „דבר” של קדושה וועלכן מען דאַרף מאַכן — רעדט זיך דאָס וועגן אַ בית 36 ].

ה.

אָבער דאָס איז נאָך ניט מספיק.

וואָרום דער פירוש הנ"ל פאַרענטפערט נאָר אַז „מקדש" קען זיך באַציען צום משכן — עס בלייבט אָבער ניט מוסבר: פאַרוואָס זאָגט דאָ דער פסוק דעם לשון „מקדש",

און נוצט ניט דעם לשון הרגיל בפרשיות אלו — „ועשו לי משכן "?

דערפאַר איז רש"י מקדים דעם פירוש אויף „ועשו לי — ועשו לשמי",

אַז דער ציווי אין דעם פסוק איז ניט נאָר אויף דער עשי׳ בכלל,

נאָר — אַז די עשי׳ מוז זיין מיט דער כוונה „ לשמי "; און כדי צו מסביר זיין דעם דין פון „ועשו לי — ועשו לשמי",

איז דער פסוק מדייק „ועשו לי מקדש ".

די הסברה אין דעם:

אין דעם פירוש „ועשו לי — ועשו לשמי" איז,

כאמור לעיל

(סוף סעיף ב),

ניט גלאַטיק: וויבאַלד אַז די תרומה איז שוין געוואָרן ממון הקדש

( — די הפרשה לפני זה איז געווען „לשמי”)

— פאַרוואָס זאָל מען ביי דער עשיית המשכן דאַרפן האָבן נאָך אַ מאָל אַ כוונה „לשמי"?

אויף דעם זאָגט דער פסוק ,

ועשו לי מקדש ",

וואָס מיינט

(כפירוש רש"י)

— „ועשו לשמי בית קדושה ": דאָס וואָס ביי „ועשו" דאַרף זיין אַ כוונה מיוחדת „לשמי" מיינט עס אַ כוונה נוספת „בית קדושה " — ניט נאָר „בית של קדושה" — אַ בית אין וועלכן ס׳געפינט זיך

(נאָך)

אַ זאַך,

„קדושה",

נאָר אַז דער בית גופא איז „קדושה”

(בחולם) 37

— ס׳איז אַ הייליקער בית

[ס׳איז קיין קשיא ניט וואָס רש"י זאָגט „קדושה” — ל׳ נקבה,

וואָרום מען געפינט אַז „בית” איז אויך משמש בלשון נקבה 38 ].

דערפון איז מובן,

אַז עשיית המשכן טוט אויף אַ שינוי עיקרי אין די דברים מיט וועלכע מ׳האָט געמאַכט דעם משכן — זיי זיינען נתקדש געוואָרן 39 ,

געוואָרן אַ טייל פון דער „בית קדושה":

איידער מ׳האָט זיי גענוצט לבנין המשכן,

איז זייער קדושה געווען מחמת דעם וואָס זיי זיינען ממון הקדש; אָבער דורך „ועשו לי מקדש" ווערן זיי נתקדש

(ניט נאָר וויל זיי באַלאַנגען צו הקדש,

נאָר)

דערמיט וואָס זיי גופא ווערן גענוצט און ווערן אַ טייל פון אַ „בית קדושה ".

און וויבאַלד אַז די עשי׳ איז גורם אַ נייע ,

העכערע קדושה 39

אין די דברים של תרומת המשכן,

דעריבער דאַרף די עשי׳ זיין

(מיט אַ כוונה נוספת)

„ לשמי ".

ועפ"ז יש לומר,

אַז ס׳איז אַ נפק"מ

(אויך)

להלכה: ס׳איז ניט גענוג אַז די כוונה זאָל זיין סתם „לשמי"

(פאַרן אויבערשטנ׳ס וועגן) 40 ,

נאָר עס דאַרף זיין לשם

(קדושת)

המשכן 41 ,

צוליב דער „בית קדושה" — די ספּעציעלע העכערע קדושה וואָס קומט צו דורך דעם „ועשו".

ו.

ע"פ הנ"ל קען מען מבאר זיין נאָך אַן ענין אין פירוש רש"י:

אין דעם וואָרט „תרומה" זיינען פאַראַן צוויי פירושים:

(א)

פירוש התרגום — „אפרשותא",

(ב)

מלשון הרמה והגבהה.

רש"י בפירושו על התורה איז מפרש

(כפירוש התרגום)

— „תרומה,

הפרשה".

וע"פ הנ"ל יש לבאר הטעם בזה 42

בהקדם החילוק צווישן הפרשה און הרמה:

הפרשה מיינט אַז די זאַך איז

(בלויז)

אָפּגעשיידט געוואָרן פון אַנדערע זאַכן,

ד.

ה.

במהותה איז זי פאַרבליבן אין דעם זעלבן גדר ווי די אַנדערע זאַכן,

דער חילוק צווישן זיי איז

(נאָר)

אַן ענין פון שינוי מקום

(רשות)

;

בשעת מ׳זאָגט אָבער הרמה ווייזט עס אויף אַ שינוי מהות — די זאַך איז אויפגעהויבן געוואָרן,

זי איז אין אַ העכערן אָרט ומדריגה 43 ,

אַזוי אַז זי האָט ניט קיין שייכות מיט דעם אָרט ומעלה פון די זאַכן צווישן וועלכע זי איז פריער געווען.

און לויט רש"י,

איז דאָס דער תוכן החילוק צווישן די צוויי פסוקים „ויקחו לי תרומה" און „ועשו לי מקדש":

דער ענין פון „ויקחו לי תרומה" — דער געבן מממונם פאַר תרומת המשכן — איז בלויז בגדר „הפרשה" 44 .

ווייל אע"פ אַז דאָס איז געוואָרן ממון הקדש,

איז אָבער דער יסוד וגדר הקדושה מצד דעם שינוי רשות

(וואָס ס׳איז אַריבער מרשות הדיוט לרשות קודש),

און דערפאַר איז די קדושה בלויז ע"ד אַן ענין של הפרשה — ס׳איז

(נאָר)

אָפּגעשיידט געוואָרן פון אַנדערע זאַכן;

משא"כ דורך „ועשו לי מקדש" — דאָס וואָס מען נעמט די נדבות המשכן און מען מאַכט זיי פאַר אַ טייל פון דעם מקדש,

דאָס טוט אין זיי אויך אַ הרמה — זיי ווערן אויפגעהויבן אין אַ

העכערער קדושה,

וועלכע איז העכער פון זייער פריערדיקן מצב.

ז.

די הוראה דערפון „בתוכם” — בתוך ובעבודת כל אחד ואחד:

יעדער איינער דאַרף מאַכן פון זיין אייגענעם בית — אַ „משכן" ומקדש לו יתברך.

ווי דער לשון הפסוק „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם,

וארז"ל 45

בתוכו לא נאמר אלא בתוכם,

לפי שכאו"א מישראל צריך לעשות בחי׳ משכן בנפשו כו'" 46 .

זיינען אין דעם פאַראַן צוויי שלבים ועבודות — „ויקחו לי תרומה"

(הפרשה)

און דערנאָך „ועשו לי מקדש"

(הרמה)

:

צום אַלעם ערשטן קומט די עבודה פון „הפרשה".

אַ איד דאַרף אָפּשיידן זיין „בית” פון די הייזער אַרום אים,

אַז אין זיין בית זאָל זיין קענטיק אַז ער איז אַנדערש.

מען טוט טאַקע אין אים דברים גשמיים ווי אין אַנדערע בתים — אָבער ביי אים אין שטוב ווערן זיי געטאָן מיט אַן אַנדער ציל און כוונה — „כל מעשיך יהיו לשם שמים" 47 .

די מעשים זיינען

(נאָך אַלץ)

„מעשי ך ",

עניני חול ,

נאָר זיי ווערן געטאָן „לשם שמים" וואָס דערמיט זיינען זיי מופרש ומובדל פון די דברי חול פון אַנדערע;

דער תכלית איז אָבער אַז עס זאָל ווערן אַ הרמה — „ועשו לי מקדש": די שטוב דאַרף אויפגעהויבן ווערן,

דורך דעם וואָס מען פאַרוואַנדלט זי אין אַ מקדש — ס׳איז ניטאָ קיין עניני חול אין דעם בית,

נאָר ער איז בית קדושה,

אַ מקדש לו ית׳.

דורך דעם וואָס דער בית וכל אשר בו ווערן דורכגענומען מיט „נר מצוה ותורה אור" 48 ,

פילט זיך ניט קיין „חול" אין דעם בית; בכלל און יעדער פרט פון דעם בית איז ענינו 49

די מצות וואָס ווערן דורך אים געטאָן.

און דורך דעם וואָס יעדער איד מאַכט זיין בית אַ מקדש לו יתברך,

איז דאָס די הכנה קרובה צום בנין בית המקדש

(השלישי),

דעם „מקדש אדנ־י כוננו ידיך" 50 ,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ תרומה תשד"מ)

Reader controls and commentary are loading.