B"H
🏡

Ikar

משפטים ג

א.

אין די דינים פון גירות שרייבט דער רמב״ם איו ספר ה״יד" 1

: בשלשה דברים נכנסו 2

ישראל לברית במילה וטבילה וקרבן 3 .

מילה היתה כו׳ וטבילה היתה כו׳ וקרבן שנאמר 4

וישלח את נערי בני ישראל ויעלו עולות ע"י כל ישראל הקריבום וכן לדורות כשירצה העכו״ם 5

להכנס לברית ..

צריך מילה וטבילה והרצאת קרבן..

שנאמר 6

ככם כגר מה אתם במילה וטבילה והרצאת קרבן אח הגר לדורות במילה וטבילה והרצאת קרבן.

נאך דעם שרייבט דער רמב״ם,

אין א באזונדער הלכה 7

(לאחר דעם וואס ער איז מפרש "מהו קרבן הגר")

: "ובזמן הזה שאין שם קרבן צריך מילה וטבילה.

וכשיבנה בית המקדש יביא קרבן".

פון פשטות הלשון איז משמע,

אז בזמן הזה איז מילה און טבילה גענוג אויף צו

ווערן א גר גמור,

ס׳איז נאר וואס ער האט אויף זיך א חיוב,

אז כשיבנה ביהמ״ק וועט ער דארפן ברענגען א קרבן.

אינעם גדר און טעם פון אט דעם דין

— אז בזמן הזה ווערט מען א גר

(גמור)

בלויז דורך מילה און טבילה

(כאטש אז בזמן הבית איז די כניסה לברית דורך דריי זאכן 8

און א "גר שמל וטבל ועדיין לא הביא קרבנו ..

קרבנו עכבו להיות גר גמור ..

ככל כשרי

ישראל ..

אינו אוכל בקדשים 9

שעדיין לא נעשה ככשרי ישראל ״ 10 )

שרייבט דער ראגאטשאווער 11

: "דרק לקדשים לא מיקרי עדיין ישראל גמור,

אבל לשאר דברים הוה כישראל לכל דבר,

וא"כ בזמן הזה לא מחסר כלל בשביל הקרבן".

ב.

דארף מען פארשטיין:

פון דעם וואס דער ראגאטשאווער זאגט,

אז "בזמן הזה לא מחסר כלל"

(אע"פ אז בנוגע קדשים "לא מקרי עדיין ישראל גמור")

— איז לכאורה מוכח,

אז ער מיינט דערמיט די קדושת ישראל בשייכות צו דינים הנוהגים בזמן הזה — אז ביי א גר בזמן הזה

(וועלכע איז דורך מילה וטבילה בלבד)

פעלט גארניט אין קדושת ישראל.

ולכאורה: אמת טאקע,

אז אכילת קדשים איז אן ענין וואס איז ניטא בזמן הזה — אבער וויבאלד דער טעם וואס א גר אן א קרבן בזמן הבית איז אסור באכילת קדשים איז ווייל

(אין לשון פון ראגאטשאווער 11 )

"לקדשים לא מקרי עדיין ישראל גמור ..

אין עליו דין ישראל",

און נאכמער

(ווי ער שרייבט במקום אחר 12 )

: "והוי כמו בן נח לקד־ שים״ 13

איז תמוה: ווי איז שייך זאגן,

אז די אלע וואס האבן זיך מגייר געווען זינט דעם חורבן בית המקדש

(צווישן זיי כמה וכמה גדולי ישראל)

האבן זיי בנוגע געוויסע ענינים

(אכילת קדשים)

ניט גע־ האט אויף זיך דעם דין פון א ישראל גמור,

און נאכמער,

זיי זיינען געווען ,

כמו ב"נ "

(לאכילת קדשים)?

!

זאת ויתרה מזו: ס׳איז באוואוסט די תשובה 14

פון רמב״ם צו ר׳ עובדי׳ הגר,

וואו דער רמב"ם שרייבט,

אז די מעלה פון ר׳ עובדי׳ איז גרעסער ווי די מעלה פון אלע אנדערע בני ישראל,

ווייל אלע אידן זיינען זיך מתייחס צו אברהם יצחק ויעקב,

אבער גרים זיינען זיך מתייחס "למי שאמר והי׳ העולם" — צו דעם אויבערשטן.

אויב א גר בזמן הזה איז

(לגבי א גע־ וויסן ענין)

"כבן נח" — איז ווי שרייבט דער רמב"ם צו ר׳ עובדי׳ הגר אז זיין מעלה אלס א גר איז נאך גרעסער פון מעלת בנ"י?

! ופשוט בתכלית,

אז דער רמב״ם וועט ניט זאגן,

ח״ו,

א זאך וואס איז ניט מכוון צו תורת אמת — נאר בכדי צו טרייסטן און מעודד זיין ר׳ עובדי׳ הגר!

ולהעיר,

אז דער רמב"ם שרייבט דארט אין המשך פון דער תשובה הנ"ל צו ר׳ עובדי׳: "וכל מה שאמרנו לך בענין הברכות שלא תשנה כבר ראי׳ לזה ..

כמו שנתפרש בירושלמי

(בכורים 15 )..

תני בשם ר׳ יהודה גר עצמו מביא

(ביכורים)

וקורא

(את נוסח הווידוי)..

מאי טעמא כי 16

אב המון גוים נתתיך ..

אב לכל הבריות ..

הנה נתברר לך כו׳"

[און אזוי פסק׳נט ער להלכה אין ספר ה״יד״ 17

: "הגר מביא וקורא שנאמר לאברהם אב המון גוים נתתיך,

הרי הוא אב כל העולם כולו שנכנסין תחת כנפי שכינה כו׳"],

ד.

ה.

ער בריינגט א ראי׳ צו ר׳ עובדי׳ בהנהגתו בזמן הזה — פון א גר בזמן הבית .

ג.

לכאורה וואלט מען געקענט לערנען

( ניט ווי דער ראגאטשאווער),

אז דאס וואס א גר איז אסור באכילת קדשים כל זמן ער האט ניט געבראכט דעם קרבן איז דערפאר וואס "אריא הוא דרביע עלי'" 18

: דער קרבן איז רביע

(מעכב)

אויף דער אכילת קדשים; ד.

ה.

דער איסור אכילת קדשים איז ניט מצד א חסרון אין "גברא"

(אלס גר),

נאר א זייטיקע זאך — דער חיוב צו ברענגען א קרבן — האלט אים אפ 19

פון אכילת קדשים.

ואדרבא עפ״ז יומתק לשון הרמב״ם "שעדיין לא נעשה ככשרי ישראל": "כשרי

(ישראל)

" איז

(אויח מלשון 20

כושר ומוכשר.

דאס הייסט,

כל זמן ער האט ניט געבראכט קרבנו

(כאטש ער איז א ישראל גמור,

פונדעסטוועגן)

איז ער ניט "מוכשר" לאכילת קדשים.

וע״ד מילת בניו ועבדיו וואס האלט אים אפ

פון שחיטת הפסח 21

און אכילת הפסח 22

— דפשיטא אז דאס איז ניט קיין חסרון אין זיין זיין א ישראל,

בהגברא.

ועפ״ז וועט רעכט ווערן בפשטות וואס דער רמב״ם שרייבט לר׳ עובדי׳ הגר אז ער איז ניט קלענער משאר בנ״י ואדרבה כו׳ — הגם אז ער קען ניט עסן קדשים עד שיביא קרבנו 23

— ווייל דער איסור אכילת קדשים איז מצד א דבר צדדי וחיצוני מהגברא

(וכנ״ל — "אריא הוא דרביע עלי׳").

אבער ע״פ הנ״ל — צע״ק בלשון הרמב״ם "שקרבנו עכבו להיות גר גמור כו׳ ומפני זה אינו אוכל בקדשים כו׳".

וואס דערפון איז משמע,

אז כל זמן ער האט זיין קרבן ניט געבראכט — איז די גירות ניט גמורה.

ד.

ויש לומר הביאור בזה:

לשון הרמב״ם "שקרבנו עכבו להיות גר גמור״ — עס האלט אים אפ

(און ניט בלשון של חיוב — אז דער קרבן "עושה אותו גר גמור",

אדער "מגיירו" וכיו״ב)

מיינט

[ ניט אז הבאת הקרבן מאכט אים פאר א גר גמור,

ד.

ה.

אז דורך מילה וטבילה ווערט ער א ישראל בלויז "לשאר הדברים",

און בכדי ער זאל האבן א דין ישראל

(אויר)

לגבי קדשים ווערט עס געטאן ע״י הקרבן,

נאר]

— אז זיין ניט ברענגען דעם קרבן איז אים מעכב פון צו זיין

(אין דעם ענין)

א גר גמור 24 .

[און ס׳איז קיין סתירה ניט דערצו פון לשון הרמב״ם 25

"בשלשה דברים נכנסו ישראל לברית במילה וטבילה וקרבן..

וכן לדורות ..

להכנס לברית ..

צריך מילה וטבילה והרצאת קרבן" — אז מ׳מוז האבן אלע דריי זאכן,

ווייל בכדי ס׳זאל זיין "כניסה"

(לברית)

דארפן זיין צוויי ענינים

(פעולות)

: א דבר המכניס ,

און אויך — אן ענין וואס נעמט צו דברים המעכבים

(בדוגמת ערלת בנו ועבדו — בקרבן פסח),

וועלכע דערלאזן ניט די כניסה.

און אזוי ווי ס׳איז בפשטות: דאס אריינברענגען א זאך לתוך בית וכיו״ב — הענגט אפ אין דעם אוועקנעמען א זאך

(דעם "ארי'")

וואס געפינט זיר בחוץ און דערלאזט ניט די כניסה לבית.

וואס דער אוועקנעמען דעם "דבר המעכב" איז ניט קיין חלק פון "דבר"

(פעולה)

המכניס;

ועד״ז בנוגע לעניננו: לשון הרמב״ם איז "בשלשה דברים נכנסו 26

ישראל לברית ..

להכנס לברית" און ניט "שלשה דברים הכניסו את ישראל לברית ..

להכניסו לברית״ וכיו״ב — ווייל די "כניסה" לברית איז געווארן דורך דעם וואס עס האבן געטראפן

"שלשה דברים",

מילה טבילה ו

(הרצאת)

קרבן,

אבער זיי באשטייען פון צוויי סוגים:

(א)

הדבר המכניס בברית — מילה וטבילה,

(ב)

הסרת הארי׳,

הדבר המעכב את הכניסה —

(הרצאת)

קרבן].

ועפ״ז: בזמן הזה,

ווען ס׳איז ניטא קיין קרבן ע״פ תורה — איז ניטא קיין דבר המעכב.

און דעריבער,

איז דורך מילה וטבילה — ווערט מען א גר גמור

(וכפשטות הלשון פון ראגאטשאווער "לא מחסר כלל ").

וי״ל אז לאחרי ווי ער ווערט א גר גמור — איז עס אויף שטענדיק ,

און ע״ד דעם פס״ד ,

אז אויב חזר לסורו — האט ער א דין ישראל ,

נאר ער איז א ישראל מומר 27 ,

אז כשיבנה ביהמ״ק במהרה בימינו איז ער מותר באכילת קדשים אויך קודם זיין בריינגען דעם קרבן,

וויבאלד אז ער איז שוין געווארן א "גר גמור" "ככל כשרי ישראל" 28 .

ובסגנון אחר קצת

(וע״ד המוסר)

— ס׳איז ניט שייך צו זאגן אז עס וועט עפעס צוגענומען ווערן מקדושתו מפני שנבנה ביהמ״ק !

ה.

ויש לומר,

אז דער רמב״ם האט מרמז געווען דעם דין — אז גר שנתגייר בזמן הזה ווערט א גר גמור

(אויך לענין אכילת קדשים),

בדיני הגיור

(שבהלכות איסורי ביאה)

:

לאחרי ווי ער שרייבט "כשירצה העכו״ם להכנם בברית ..

צריד מילה וטבילה והרצאת קרבן" איז ער ממשיך

(בהלכה שלאח״ז — כנ״ל ס״א)

"ובזמן הזה שאין שם קרבן צריך מילה וטבילה".

פון פשטות הלשון "ובזמן הזה כו'" איז משמע — אז די כניסה לברית בזמן הזה איז די זעלבע אבער באופן אחר .

בזמן הזה איז די זעלבע כניסה דורך מילה וטבילה 29 .

ובלשונו "ובזמן הזה שאין שם קרבן" וויבאלד אז עס איז ניטא קיין

(קרבן ה)

מעכב — ווערט ער א גר גמור דורך מילה וטבילה

(לבד).

און זיינע ווייטערדיקע ווערטער "וכשיבנה ביהמ״ק יביא קרבנו" — י״ל כפשוטן — עס איז א דין חדש,

בפ״ע ,

חיוב דהבאת קרבן.

אבער אויך לפני שיביא קרבנו,

איז ער מותר באכילת קדשים 30

(כנ״ל),

וויבאלד אז כבר נעשה גר גמור.

ו.

די הסברה אין דעם חילוק

(הנ"ל ס"ד)

צווישן מילה וטבילה און דעם

קרבן — אז דוקא מילה וטבילה זיינען מכניס דעם גר לברית

(משא"כ דער קרבן איז הסרת אריא שבחוץ,

דבר בחוץ שמעכב)

:

אין דעם וואס איינער ווערט דורך גירות א איד,

זיינען פאראן צוויי ענינים כלליים ע"ד ווי ס׳איז געווען באם גירות הכללי פון אלע אידן — בא מ״ת 31

: א)

ואביא אתכם אלי,

והייתם לי סגולה מכל העמים 32

און דערנאך ב)

ממלכת כוהנים וגוי קדוש 33 .

בסגנון אחר קצת: א)

דער עצם פאר־ בונד

(ברית)

צווישן אים מיטן אויבערשטן,

וואס דאס ווערט דורך דעם וואס נכנסה בו נפש דקדושה.

ב)

שינוי הגברא,

דאס וואס די נפש הקדושה נעמט דורך איברי וכחות נפשו 34 ,

מאכט זיי איבער.

און דאס איז דער חילוק צווישן מילה און טבילה און — הבאת קרבן:

מילה וטבילה פועל׳ן כניסת נפש הקדושה: די מילה

(הסרת הערלה)

איז אים מוציא פון טומאת עכו״ם און די טבילה ברענגט אים אריין 35

לקדושת ישראל 36

;

משא״כ הבאת קרבן — איז א דורון ומנחה להוי׳,

לעשות לו נח"ר 37 ,

קרבן מלשון קירוב,

קירוב הכחות והחושים 38

— דאx פועל׳ט דעם קירוב פון זיינע כחות כו׳ צום אויבערשטן שינוי מהות שלו שמקרבו,

מהות בן שקרוב 39

למהות אביו 40 .

ועפ״ז יובן דער חילוק צווישן זמן הבית און זמן הזה:

בזמן הבית בכלל — איז ושכנתי בתוכם 41 ,

עשרה נסים נעשו בביהמ״ק 42

וכו׳ — גילוי אלקות ,

איז די עבודה פון אידן דעמאלט

(אין דעם ושכנתי בתוכם)

בעיקר — די עבודה בכחות הנפש הגלוים והפנימיים 43 ,

הבנה והשגה אין ג־טלעכקייט,

אהבת ה׳ ויראתו וכו׳.

און דערפאר,

איז אויך די כניסה לברית פון א גר באופן כזה,

אז עס דארף זיין דער ענין פון קרבן — קירוב הכחות כו׳;

משא״כ בזמן הגלות,

ווען "אותותינו לא ראינו" 44 ,

און דער עיקר העבודה איז

(ניט אזוי אין דער התגלות פון די כחות

פנימיים 45

כו׳,

נאר)

די עשי׳ בפועל און דער ביטול און איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן,

קבלת עול

(ומסירת נפש) 46

— דעריבער איז אויך ביי א גר,

טוט אויף די עצם כניסת נפש הקדושה

(דורך מילה וטבילה)

א פולשטענדיקע גירות

(פארבונד מיטן אויבערשטן)

— "לא מחסר כלל".

ז.

פון דעם נעמט מען ארויס א הוראה פאר אלע אידן :

די גירות פון אלע אידן איז כנ״ל גע־ ווען בשעת מתן תורה 47 .

און כשם ווי דער ענין פון מ״ת איז א פעולה נמשכת בכל יום ויום,

ווי מ׳זאגט בברכת התורה "נותן התורה",

לשון הווה 48 ,

עד״ז איז מובן בנוגע דעם "נכנסו לברית",

אז אויך דאס איז אן ענין וואס איז נמשך.

בכל יום ויום,

ווי רש״י טייטשט 49

אויף ״היום הזה נהיית לעם״ — "בכל יום יהיו בעיניך כאילו היום באת עמו בברית".

נאכמער: מעין עניו הגירות איז פא־ ראן בכל יום:

ס׳איז ידוע 50

דער ביאור אין דעם וואס מ׳מאכט בכל יום די ברכה "שלא עשני גוי״ — דלכאורה: וויבאלד אז מ׳איז געבארן געווארן א איד,

איז ניט שייך אין דעם קיין שינוי,

ווי פאסט צו מאכן אויף דעם א ברכה בכל יום?

איז מבואר אין שו״ע,

אז די ברכה "שלא

עשני גוי"

(ועד״ז — "שלא עשני עבד..

שלא עשני אשה")

איז "על יציאת נשמתו בלילה שלא נדבק בה נשמת נכרי כו'";

דאס הייסט,

אז דאס וואס די נפש הקדושה פון א אידן קומט איו אים אריין בכל יום ויום,

איז אן עניו של חידוש 51

עד כדי כך — אז מ׳דארף מאכן א ברכה "שלא נדבק בה נשמת נכרי".

בכל יום איז די כניסת הנפש הקדושה אין א אידן מעין ענין הגירות

(ווען די כניסת נפש הקדושה ווערט אויפגעטאן בפעם הראשונה).

ח.

און אויף דעם איז די הוראה — וויבאלד ביי יעדער אידן איז פאראן בכל יום ויום די כניסה פון זיין נפש הקדושה

[וואס דערפאר קען יעדער איד

(און נאכמער — יעדער איד איז מחוייב )

מאכן די ברכה "שלא עשני גוי" בכל יום ויום,

און "בלי שום ספק וספק ספיקא בעולם אז ס׳איז ח״ו ניט קיין ברכה לבטלה 52 ]

איז די "גירות" וברית צווישן א אידן מיטן אויבערשטן בשלימות ,

"לא מחסר כלל ".

ובלשון חז״ל 53

— "ישראל ..

אע״פ שחטא ישראל הוא": די חטאים פון א אידן קענען פוגם זיין בלויז אין דער התגלות פון דער נפש הקדושה.

ד.

ה.

דורך קיום התורה והמצות איז "שוכן",

לייכט ביי אים די נפש הקדושה

(און די תומ״צ מאכן אים באופן גלוי לכל בקירוב צום אויבערשטן),

משא״כ

ישראל שחטא — איז זיין נפש הקדושה ביי אים בהעלם,

מכוסה ברוח שטות שנכנסה

(היינו שבאה מבחוץ)

בו 54

און דערפאר איז אויך דאן — ישראל הוא ,

וויבאלד אז עס איז דא ביי אים ישראל — לי ראש 55

די נפש הקדושה כנ״ל,

איז זיין "ברית"

(ו״גירות")

מיטן אויבערשטן — וואס מאכט אים פאר א איד — א פולשטענדיקע ,

"לא מחסר כלל ".

און וויבאלד אז די נשמה איז "גם בשעת החטא היתה באמנה 56

אתו ית׳" 57 ,

פועל׳ט דאס

(סוף כל סוף)

אויף יעדער אידן,

אז זיין נשמה זאל ארויס,

ארויס־ קומען בגילוי,

כפסק דין 58

התורה אז "לא ידח ממנו נדח",

און "בודאי סופו לעשות תשובה" 59 .

ביז אז עס ווערט אזוי בכלל ישראל — כהפסק דין 60

אז " הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה״ —

ישראל עושין תשובה ומיד הן נגאלין 61 ,

בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

וואס דעמאלט וועט מקויים ווערן דער יעוד "וכרתי את בית ישראל גו׳ ברית חדשה" 62

אין וועל-כער עס איז ניט שייך קיין העלם ושינויים 63 ,

במהרה בימינו ממש.

(משיחות ש"פ מסעי וש"פ דברים תשד"מ)

Reader controls and commentary are loading.