א.
בסיום הסדרה — נאָך דעם ווי די תורה פאַרענדיקט „פרשת דינין" 1
(און די פרשה „הנה אנכי שולח מלאך גו׳" 2
( — דערציילט די תורה 3
: „ואל משה אמר עלה אל ה׳ גו׳".
שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ואל משה אמר עלה" און איז מפרש: „פרשה זו נאמרה קודם עשרת הדברות ובד׳ בסיון נאמרה לו עלה".
דאָס הייסט אַז די פרשה שטייט דאָ שלא במקומה.
דער הכרח אין פשוטו של מקרא 4
צו זאָגן אַז „פרשה זו נאמרה קודם עשרת הדברות" 5
— און ניט
(ווי עס לערנען כו"כ פשטני המקרא 6 )
אַז די פרשה איז
געזאָגט געוואָרן
(במקומה)
נאָך מתן תורה און זי רעדט וועגן עליית משה אל ה׳ נאָך מתן תורה — איז 7 ,
ווי מפרשים זאָגן:
(א)
פון לשון הכתוב 8
— „ואל משה אמר עלה אל ה׳",
ניט „ויאמר ה׳ אל משה כמנהג הכתוב בשאר המקומות" — איז משמע,
אַז „אמר כבר קודם אלו הפרשיות דלעיל".
(ב)
פון תוכן הפרשה 9
— דער ענין
פון „נכנסו אבותינו לברית" 10 ,
וואָס ווערט דערציילט אין דער פרשה,
איז אַ זאַך וואָס דער שכל איז מחייב אַז מען האָט עס געטאָן איידער מען האָט באַקומען די תורה אַלס הכנה דערצו.
עס איז אָבער שווער: אע"פ אַז רש"י ברענגט
(ובכ"מ)
דעם כלל 11
אַז „אין מוקדם ומאוחר בתורה",
איז אָבער פאַרשטאַנדיק,
אַז מען זאָגט דאָס נאָר — וואו ס׳איז ניטאָ קיין ברירה,
און אַז עס דאַרף זיין עפּעס אַ טעם אויף דעם שינוי הסדר 12 .
און ווי מען געפינט אין פירוש רש"י ולדוגמא אויפן פסוק 13
„וימת תרח בחרן",
אַז נאָך דעם ווי רש"י איז מבאר אַז מיתת תרח איז געווען „לאחר שיצא אברם מחרן וכו׳" 14 ,
איז ער ממשיך ומקשה 15
— „ ולמה הקדים הכתוב מיתתו של תרח ליציאתו של אברם כו׳".
דאַרף מען פאַרשטיין בנדו"ד: פאַרוואָס זאָל די פרשה „ואל משה אמר עלה" — וואָס איז געזאָגט געוואָרן „קודם עשרת הדברות ובד׳ בסיון" — שטיין שלא במקומה,
ערשט בסוף פרשת משפטים 16 ?
ובפרט,
אַז לויט דעם קומט אויס אַז דער המשך הסיפור וועגן מתן תורה והכנות לזה איז לכאורה באופן תמוה מאד 17
:
אין פרשת יתרו ווערט דערציילט וועגן די הכנות צו מתן תורה פון „יום השני" 18
(ב׳ סיון),
פון „יום שלישי" 19 ,
און אַ טייל פון „רביעי לחודש" 20
(כולל — דער ציווי ה׳ אויף „פרישה והגבלה" 21
: ויקדש את העם גו׳ ויאמר אל העם היו נכונים גו׳ אל תגשו גו' 22 ),
און דערנאָך — וועגן מתן תורה ביום ששה
(או שביעי) 23
בחודש; און וועגן אמירת ה׳ צו משה׳ן נאָכדעם 24 .
און אין סוף פרשת משפטים קערט זיך אום די תורה צוריק צו מאורעות פון ד׳ סיון
[אַז משה האָט דערציילט אידן „מצות פרישה והגבלה" 25 ,
און „את כל המשפטים — ז׳ מצות כו׳ ושבת כו׳ שניתנו להם במרה" 25 ]
און צו חמשה 26
בסיון?
!
ב.
נאָך אַ תמי׳ אין סדר הפרשיות לויט פירוש רש"י:
די פשטנים הנ"ל
(וועלכע לערנען אַז די פרשה איז געזאָגט געוואָרן נאָך מ"ת)
זאָגן,
אַז דאָס וואָס עס שטייט ווייטער 27
„ויבא משה ויספר לעם את כל דברי ה׳ ואת כל המשפטים" באַציט זיך צו די משפטים ודינים פון דער סדרה
(פ׳ משפטים),
וועלכע זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן צו משה׳ן „בו ביום" פון מ"ת 28
(און משה האָט זיי גלייך דערנאָך איבערגעגעבן צו אידן).
אָבער רש"י בפירושו על התורה איז מפרש 29 ,
אַז „החוקים והמשפטים שבואלה המשפטים" זיינען געזאָגט געוואָרן צו משה׳ן אין די ארבעים יום
(הראשונים)
ווען ער איז געווען בהר —
ולפי פירושו זה קומט אויס,
אַז צווישן די צוויי סיפורים
(וועגן די הכנות
(ביז חמשה בסיון)
צו מתן תורה)
איז די תורה מפסיק ניט נאָר מיט די הכנות צו מתן תורה פון ששה בסיון ומתן תורה,
נאָר אויך מיט פילע ענינים וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה׳ן במשך ארבעים יום שלאח"ז 30
!
נאָך מער: נאָך די אַלע דינים ומשפטים
(פון פרשת משפטים)
און נאָך
דער פרשה „ואל משה אמר עלה אל ה׳" ווערט בסיום הסדרה דערציילט 31
„ויאמר ה׳ אל משה עלה אלי ההרה והי׳ שם ואתנה לך את לוחות האבן גו׳ ..
ויקם משה ..
ויעל ..
אל ההר ויהי משה בהר ארבעים יום וארבעים לילה".
וואָס דאָס איז שוין ווידער געווען
(ווי רש"י 32
זאָגט)
תיכף „לאחר מתן תורה".
— קומט אויס
(לויט פרש"י),
אַז אויך דער המשך הענינים פון דעם זמן — עליית משה להר נאָך מ"ת
(און זיין זיין דאָרט ארבעים יום)
ווערט אין דער תורה איבערגעריסן מיט אַן ענין פון אַ זמן מוקדם: פריער דערציילט די תורה וועגן די חוקים ומשפטים וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה׳ן אין די ארבעים יום בהר 33 ,
און דערנאָך
(נאָכן מפסיק זיין מיט דער פרשה — פון פאַר מ"ת — „ואל משה אמר עלה")
— דעם ציווי „עלה אלי ההרה" צו באַקומען די לוחות,
און ווי משה האָט מקיים געווען דעם ציווי.
ג.
ויש לומר הביאור בזה:
ביי מתן תורה האָבן זיך אויפגעטאָן צוויי ענינים: א)
דער אויבערשטער האָט געגעבן תורה — די מצוות והלכות התורה — צו אידן.
ב)
אידן זיינען דורך דעם געוואָרן עבדי ה׳ ,
וכמש"נ 34
„תעבדון את האלקים על ההר הזה",
ובלשון רש"י 35
אַז אידן זיינען געוואָרן „ משועבדים לי ".
און די ביידע פרטים האָט דער אויבערשטער מדגיש געווען גלייך אין דעם ערשטן דבור צו משה׳ן „במדבר סיני"
(בשני בסיון 18 )
— „כה 36
תאמר גו׳ אתם ראיתם גו׳ ועתה אם שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי והייתם לי סגולה גו׳"; אַז פון אידן מאָנט זיך:
(א)
„שמוע תשמעו בקולי" — אויספאָלגן די ציוויי ה׳.
(ב)
„ושמרתם את בריתי
(שאכרות עמכם על שמירת התורה 37
(" — אַז דאָס איז אין אַן אופן פון ברית .
אידן האָבן זיך געבונדן מיט׳ן אויבערשטן,
„משועבדים לי".
און דאָס איז דער תוכן החילוק צווישן די צוויי פרשיות
(וועגן די הכנות למתן תורה)
— פרשת יתרו און פרשתנו:
אין פרשת יתרו רעדט זיך
(בעיקר 38
( וועגן נתינת
( מצות )
התורה — עשרת הדברות,
[ועד"ז „פרשת מזבח" 39
— וואָס איזאַ המשך ישר צו מתן תורה,
ווי דער פסוק זאָגט 40
„אתם ראיתם גו׳ לא תעשון אתי גו׳ מזבח אדמה תעשה גו׳"].
און דעריבער,
אויך אין דעם סיפור ההכנות צו מתן תורה רעדט זיך
(בעיקר)
וועגן די מצוות וועלכע דער אויבערשטער האָט געגעבן אידן אַלס הכנה צו מתן תורה — מצות פרישה והגבלה
[און דערפאַר איז דערביי מודגש ווי דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה׳ן אויף די מצות,
ועד"ז ווי משה האָט זיי איבערגעגעבן צו די אידן].
משא"כ אין פרשת משפטים רעדט זיך וועגן דעם צווייטן ענין אין מתן תורה — דער כריתת ברית צווישן דעם אויבערשטן מיט די אידן,
דורך וועלכן אידן זיינען געוואָרן „משועבדים לי".
וואָס דאָס איז געוואָרן דורך די פרטים
(פעולות)
וואָס ווערן דערציילט דאָ 41
: אמירת נעשה 42
(און נעשה ונשמע)
— די קבלה פון אידן,
כתיבת ספר הברית ,
בנין מזבח און הקרבת קרבנות,
הזאת דמים 43 .
[און אויך די „מצות פרישה והגבלה" וואָס ווערט דאָ איבערגעחזרט ,
איז בשביל דבר שנתחדש בה 44 ,
דער פרט פון אמירת „נעשה" — די קבלה פון אידן,
אַז זיי זיינען מוכן ומשועבד צו אָננעמען אויף זיך „דברי ה׳"].
ד.
דערמיט איז פאַרענטפערט בפשטות דער המשך סדר הפרשיות והענינים אין די סדרות:
פריער שטייט אין תורה דאָס וואָס איז שייך צום ערשטן ענין אין מ"ת ובשלימות — נתינת מצוות ודיני התורה: די מצוות אַלס הכנה צו מ"ת
(מצות פרישה והגבלה)
; מתן־תורה
(עשרת הדברות)
; „פרשת מזבח"
(וואָס קומט גלייך נאָך מ"ת כנ"ל),
און „ואלה המשפטים" — די הלכות התורה וואָס דער אויבערשטער האָט געלערנט מיט משה׳ן בהר אין די ארבעים יום 45 .
און נאָך דעם ווי די תורה פאַרענדיקט דעם ערשטן ענין אין מ"ת,
הויבט אָן די תורה מפרט זיין דאָס וואָס האָט אַ שייכות צום צווייטן ענין אין מ"ת 46
— די כריתת ברית.
עפ"ז איז אויך פאַרענטפערט פאַרוואָס די תורה צעטיילט דעם סיפור וועגן עליית משה בהר נאָך מ"ת
(כנ"ל סוף סעיף ב)
— ווייל אויך אין די ארבעים יום ווען משה איז געווען בהר זיינען געווען די צוויי ענינים:
(א)
דער אויבערשטער האָט געלערנט מיט משה׳ן „החוקים והמשפטים,
שבואלה המשפטים"
(כנ"ל).
(ב)
„ואתנה לך את לוחות האבן גו׳" 47 ,
וואָס די מטרה פון נתינת הלוחות איז בפשטות
(ניט בכדי צו לערנען אין זיי,
נאָר)
דאָס וואָס זיי זיינען „לוחות העדות " 48 ,
„לוחות הברית " 49
: זיי דינען ווי אַן עדות אויף דער ברית וואָס דער אויבערשטער האָט כורת געווען מיט אידן במ"ת
(אויף שמירת התורה).
און דערמיט איז מובן וואָס דער ערשטער ענין הנ"ל
(אין די ארבעים יום)
— ואלה המשפטים גו׳ — ווערט דערציילט בהמשך צו די עשרת הדברות ופרשת מזבח; און דער ענין פון „עלה אלי ההרה גו׳ ואתנה לך את לוחות האבן גו׳" — בשייכות צום צווייטן ענין אין מ"ת
(די כריתת ברית).
ה.
ויש לומר,
אַז דעם חילוק הנ"ל דייטעט רש"י אָן בדיוק לשונו — „ואל משה אמר עלה ,
פרשה זו נאמרה קודם
עשרת הדברות ",
דלכאורה:
(א)
פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אין דעם דיבור־המתחיל אויך דעם וואָרט „עלה"?
עס וואָלט לכאורה געווען גענוג צו מעתיק זיין „ואל משה אמר"
(אָדער נאָר — „ואל משה" — וויבאַלד ער איז ממשיך „פרשה זו",
און „נאמרה")?
(ב)
וואָס איז דער טעם וואָס ער נוצט דעם לשון „קודם עשרת הדברות " און ניט „קודם מתן תורה" 50 ?
נאָך מער: בפירושו על הש"ס 51
זאָגט טאַקע רש"י דעם לשון „ואל משה אמר עלה וגו׳ ..
קודם מתן תורה נאמרה".
די צוויי דיוקים הנ"ל זיינען נאָך מער בולט,
בשעת מען פאַרגלייכט לשון רש"י אויף דעם פסוק מיטן לשון רש"י אויפן ווייטערדיקן פסוק 47
„ויאמר ה׳ אל משה עלה אלי ההרה" — דאָרט זאָגט רש"י: ויאמר ה׳ אל משה — לאחר מתן תורה: א)
רש"י איז דאָרט ניט מעתיק „עלה",
און ב)
זאָגט „ מתן תורה ",
ניט „עשרת הדברות" 52
!
ע"פ הנ"ל קען מען זאָגן: דערמיט דייטעט אָן רש"י אַז מיט דער פרשה הויבט זיך אָן דער סיפור פון דעם צווייטן ענין אין מתן תורה; און דאָס איז רש"י מדגיש „פרשה זו נאמרה קודם עשרת הדברות ": דערמיט מיינט רש"י צו זאָגן ניט נאָר ווען דאָס איז געזאָגט געוואָרן,
נאָר אויך 53
צו זאָגן אַז די פרשה — „ואל משה אמר עלה"
(ותוכנה)
איז געזאָגט געוואָרן נאָך איידער עס האָט זיך אָנגעהויבן דער ערשטער ענין הנ"ל אין מ"ת — עשרת הדברות .
און דערפאַר איז רש"י אויך מעתיק
(אין ד"ה)
דעם וואָרט „עלה" — ווייל דאָס איז דער תוכן פון „פרשה זו",
ווי משה האָט „עולה" געווען „אל ה׳",
[און עד"ז איז אויך דער ווייטערדיקער המשך הדברים — „ ויעל 54
משה ואהרן נדב ואביהוא ושבעים מזקני ישראל.
ויראו את אלקי ישראל גו׳",
און אַזוי אויך די פרשה שלאחרי׳ — „ויאמר 31
ה׳ אל משה עלה אלי גו׳ ויעל משה גו׳"],
וואָס דאָס איז דער תוכן פון דעם צווייטן ענין אין מ"ת,
אַז דורכן כריתת ברית זיינען אידן „עולה" און ווערן צוגעבונדן צום אויבערשטן
(„והייתם לי סגולה גו׳" 55 ),
התקשרות און „עלי׳" אל ה׳,
„ורוממתנו".
ו.
לויטן ביאור הנ"ל אין דעם סדר הפרשיות פון מ"ת,
קען מען אויך מסביר זיין דעם טעם פון דעם סדר הפרשיות שלאחרי פרשתנו:
לשיטת רש"י בפירושו על התורה 56
איז דער ציווי ה׳ אויף מלאכת המשכן — די סדרות פון תרומה און תצוה
(און התחלת פ׳ תשא)
— געזאָגט געוואָרן לאחרי מעשה העגל,
נאָר אין תורה איז עס כתוב פריער,
ווי דער כלל „אין מוקדם ומאוחר בתורה".
— ע"פ הנ"ל
(סעיף א)
דאַרף מען דאָך האָבן אַ הסברה: פאַרוואָס איז די תורה מקדים שרייבן דעם ציווי אויף
מלאכת המשכן פאַר מעשה העגל?
איז דאָס מובן לויטן ביאור הנ"ל: די תורה וויל מסמיך זיין די פרשיות פון ציווי מלאכת המשכן צום סיום פון אונזער סדרה 57
[ע"ד ווי רש"י זאָגט בתחלת הסדרה,
אַז סיום פרשת יתרו האָט אַ
(סמיכות און)
קשר מיט התחלת פרשת משפטים],
וואו עס רעדט זיך וועגן דעם צווייטן ענין אין מ"ת — „ואל משה אמר עלה אל ה׳ ".
ווייל דער גמר ושלימות פון דעם ענין אין מ"ת — דער ברית וקשר צווישן אידן מיטן אויבערשטן — איז געוואָרן דורך עשיית 58
המשכן 59 ,
„ועשו 60
לי מקדש ושכנתי בתוכם " 61 .
ז.
דער ביאור בזה בפנימיות הענינים:
עס שטייט אין מדרש 62 ,
אַז בשעת מ"ת האָבן זיך אויפגעטאָן צוויי ענינים: „העליונים ירדו לתחתונים" — „וירד ה׳ על הר סיני" 63 ,
די התגלות אלקות מלמעלה למטה; און „התחתונים יעלו לעליונים" — „ואל משה אמר עלה אל ה׳",
עליית התחתון למעלה.
און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי פרשיות וועגן מ"ת — פ׳ יתרו און פ׳ משפטים: אין פ׳ יתרו רעדט זיך בעיקר וועגן מ"ת ווי דאָס איז מצד „העליונים" — „וירד ה׳ על ה"ס",
וידבר אלקים גו׳ — עשרת הדברות כו'; בפרשתנו רעדט זיך
(בעיקר)
וועגן מ"ת ווי דאָס איז מצד די „ תחתונים " — „ עלה אל ה׳" 64
: הקדמת נעשה לנשמע,
בניית המזבח והקרבת קרבנות 65 ,
כריתת ברית כו׳.
דער חילוק צווישן די צוויי ענינים במתן תורה איז: די התגלות העצומה
(מלמעלה)
בשעת מ"ת: ירד כסא הכבוד
(מרכבה),
שמיעה מפי הגבורה וכו׳ איז געווען לפי שעה; משא"כ די עליית התחתון
(אידן)
וואָס האָט זיך אויפגעטאָן בשעת מ"ת — וואָס אידן זיינען
געוואָרן עבדי ה׳ און דערמיט דערהויבן געוואָרן,
„ורוממתנו" — איז אַן ענין נצחי: וויבאַלד דאָס איז געקומען מצד די תחתונים גופא ,
איז דאָס אין זיי נקבע געוואָרן אין אַ פנימיות.
און דאָס איז אויך דער ביאור אין דער סמיכת הפרשיות פון ציווי מלאכת המשכן צום צווייטן ענין הנ"ל אין מ"ת,
„ואל משה אמר עלה אל ה׳" — ווייל דער אויפטו פון דער השראת השכינה אין משכן לגבי השראת השכינה בשעת מ"ת איז
(ווי גערעדט אַמאָל בארוכה 66 )
:
די השראת השכינה אין משכן איז געקומען דורך „ ועשו לי מקדש" 67 ,
ע"י עשיית בני ישראל.
און וויבאַלד אַז די השראת השכינה איז געקומען דורך עשיית האדם,
איז די קדושה נקבע געוואָרן אין דער חפצא
(גשם)
המשכן
[ניט ווי ביי מ"ת וואָס „במשוך היובל — סימן סילוק שכינה — המה יעלו בהר" 68 ,
ווייל הר סיני איז צוריק געוואָרן ווי פריער,
חול].
און דער ענין
(פון עשיית המשכן)
איז אַ המשך צום „התחתונים יעלו לעליונים" פון מתן תורה,
וואָס זיין שלימות איז,
אַז עס טוט אויף אויך אין דער התגלות אלקות מלמעלה למטה,
אַז דער „ושכנתי בתוכם" וואָס ווערט דורך „ועשו לי מקדש" איז אין אַן אופן פון קביעות,
נצחיות.
(משיחת ש"פ משפטים תשמ"ג)