א.
דער רמב״ם זאגט אין ספר "היד״ 1
: "משה רבינו לא הנחיל התורה והמצות אלא לישראל שנאמר 2
מורשה קהלת יעקב 3
ולכל הרוצה להתגייר משאר האומות שנאמר 4
ככם כגר,
אבל מי שלא רצה אין כופין אותו לקבל תורה ומצות,
וכן צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח וכל מי שלא יקבל יהרג".
פון פשטות לשון הרמב״ם איז מובן,
אז דער חיוב "לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח",
איז פאר־ בונדן מיט "מתן תורה".
און נאכמער איז עס מודגש אין דער הלכה שלאח״ז אין רמב״ם 5
: "כל המקבל שבע מצות ונזהר לעשותן הרי זה מחסידי אומות העולם כו׳ והוא שיקבל אותן ויעשה אותן מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו על ידי משה רבינו שבני נח מקודם נצטוו בהן".
דארף מען פארשטיין: וואם פאר א שייכות האט דער קיום דורך די בני נח פון זייערע מצות צו אידן,
ביז — אז אויף אידן ליגט א חיוב "לכוף את כל באי העולם" צו מקיים זיין די שבע מצות; און אויך להבין די שייכות צו מתן תורה ומשה רבינו — אז זייער קיום
דארף זיין ווייל "צוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו 6
על ידי משה רבינו״ 7 ?
ב.
לכאורה קען מען מסביר זיין דעם טעם וואס זייער קיום דארף זיין "מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה כו׳",
לויט דעם וואס ראשונים 8
זיינען מגדיר דעם חילוק צווישן די תוארים וואס מען געפינט בנוגע צו אן אינו יהודי: גר תושב,
בן נח
(און עוע״ז
(עכו״ם* 8 ,
כותי 9 ))
—
אז א גר תושב איז דער וואס קבל אויף זיר בב״ד של ישראל צו מקיים זיין די שבע מצות ב״נ,
"וכיון שקבלן בב״ד הוא נקרא בשבע מצות אלו מצווה ועושה וכי הא אנו מצווין להחיותו ..
וב״נ הוא שלא קבלם בב״ד אלא דקים לן שמקיים אותם מעצמו והוא נדון בהם כמו שאינו מצווה ועושה" 10
(און גוי סתם איז דער וואם איז ניט נזהר אין די ז׳ מצוות 11 ).
לפ״ז קומט אויס לכאורה,
אז בא מתן תורה איז בטל געווארן דער חיוב וציווי צו ב״נ — אויף קיום מצות שלהם,
און ווי די גמרא 12
זאגט אויפן פסוק 13
"עמד וימודד ארץ ראה ויתר גוים״ — "ראה ז׳ מצות שקבלו עליהם בני נח ולא קיימום עמד והתירן להן",
און די גמרא פירט דארט אוים "לומר שאפילו מקיימין אותן אין מקבלים עליהם שכר ..
כמצווה ועושה אלא כמי שאינו מצווה ועושה",
"אין מצווין לקיימן" 14 .
און עם איז געווען במתן תורה א נייער חיוב בנוגע די ז׳ מצות: דער אויבערשטער האט אנגעזאגט בתורה אז ב״נ זיינען מחוייב אין די ז׳ מצות — איז נתחדש געווארן א נייער דיו,
אז וועו א ב״נ איז מקבל די ז׳ מצות בב״ד של ישראל הייסט ער "מצווה ועושה" 15
אין
די ז׳ מצות 16 .
און דעריבער זאגט דער רמב״ם אז זייער קבלה ועשי׳ דארף זיין "מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו על ידי משה רבינו״ 17 ,
װײל דער חיוב שלפנ״ז איז בטל געווארן 18 .
אבער מען קען אזוי ניט פארענטפערן אין רמב״ם — ווייל:
א)
פון המשך לשון הרמב״ם "והודיענו על ידי משה רבינו שבני נח מקודם נצטוו בהן" 10
(אז דער ציווי לב״נ האט זיך אנגעהויבן "מקודם"),
איז משמע,
לכאורה,
אז דער ציווי לב״נ איז ניט בטל געווארן 20 .
ב)
דאס פארענטפערט בלויז דאם וואס דער רמב״ם זאגט אין דער צװײטער הלכה
(הנ״ל)
אז ווען הייסט א ב״נ א "גר תושב" און פון "חסידי אומות העולם",
דוקא בשעת ער איז מקבל און טוט די ז׳ מצות "מפני שצוה כהן הקב״ה כו׳",
עם בלייבט אבער ניט פארשטאנדיק דער פריערדיקער דין
(הנ״ל)
אין רמב״ם — "צוה משה רבנו כו׳
(וואם קומט בהמשך להתחלת ההלכה: מ״ר לא הנחיל התוהמ״צ אלא לישראל כו׳)
לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח",
וואט דאס איז
(ניט א דין אין דער קבלת המצות דורכן ב״נ,
נאר)
א ציווי אויף אידן,
אז זיי דארפן כופה זיין די ב״נ אויף קבלת מצות שלהם — וואם פאר א שײכות האט דער קיום מצות ב״ג צו אידן און ביז — לכוף?
ג.
דער מקור אויף דעם ציווי הנ״ל צו אידן,
איז מצד דעם גופא וואס "צוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו על ידי משה רבינו שבני נח מקודם נצטוו בהן",
דלכאורה: צוליב וואס האט דער אויבערשטער אונז מודיע געווען על ידי משה רבינו און "צוה בהן הקב״ה בתורה" "שהנחיל לישראל" אויף ז׳ מצות ב״נ?
איז דערפון לכאורה מובן,
אז דאס איז א חיוב אויף אידן,
(און דער ווארט
(—עניו פון)
"מקודם" איז א מאמר המוסגר אז דער ציווי לב״נ האט זיר אנגעהויבן מקודם).
ועפ״ז י״ל יתרה מזה — אז דער טעם פארוואס ס׳איז א חיוב אויף אידן "לכוף כו׳" איז מצד דעם גופא וואם ב״נ דארפן מקבל זײן
(און טאן)
די ז׳ מצות "מפני שצוה בהן הקב״ה לתורה כו׳״ — ווארום די שייכות פון א ב״נ צו תורה איז נאר דורך ישראל
(וואם צו זיי איז געגעבן געווארן תורה).
אבער — וואס איז הסברת השייכות
(אז א איד זאל זיך דארפן פארנעמען מיט "לכוף את כל באי העולם כו׳")?
ד.
נאך מער: פון דברי הרמב״ם איז מובן,
אז דער חיוב אויף אידן "לכוף את כל באי העולם כו׳" איז ניט פארבונדן מיט דער הלכה ״והוא שיקבל אותן ..
מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה כו'":
דער ראגאטשאווער 21
זאגט,
אז לשיטת הרמב״ם זיינען דא צוויי סוגים: א)
א גר תושב,
וואס איז.
דוקא ווען קבל בב״ד
(בפני שלשה חברים).
ב)
א בן נח וואס איז ניט מקבל די ז׳ מצוות בב״ד,
אדער 22
בזמן הזה שאין היובל נוהג
(ובמילא "אין מקבלין גר תושב" 23 )
און איז מקיים די ז׳ מצות — וואם אויך עם .
מצווין עליו להחיותו"* 23 .
און וויבאלד אז אויר א ב״נ וועלכער איז ניט קיין גר תושב "מצווין עליו להחיותו״ — איז דאך מוכרח צו זאגן,
אז דאם וואם דער רמב״ם זאגט "צוה משה רביגו ..
לכוך ..
לקבל מצות שנצטוו בני נח וכל מי שלא יקבל יהרג",
מיינט ער דערמיט
(ניט
(דוקא)
א קבלה "בפני שלשה חברים*
(בב״ד)
אויף צו ווערן א גר תושב,
נאר אפילו)
א קבלה
(סתם)
צו מקיים זיין די ז׳ מצות
(דער
דין פון ב*נ סתם).
ד.
ה.
אז דער דין ,
לכוף את כל באי העולם לקבל כו׳* איז ניט פאדבונדן מיט׳ן דין פון גר תושב.
ועפ״ז יומתק דיוק סדר לשון הרמב״ם אין דער הלכה הנ״ל,
וזיל: ,
צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח וכל מי שלא יקבל יהרג.
והמקבל אותם הוא הנקרא גר תושב בכל מקום וצריך לקבל עליו בפני שלשה חברים".
דערפון וואס דער רמב"ם זאגט "לכוח כו׳ לקבל מצות שנצטוו" און פירט ניט אויס גלייך ,
(לקבל מצות שנצטוו)
ויהיו כגרים תושבים" וכיו״ב
(ע"ד לשונו במקום אחר 24 )
— איז משמע,
אז דער ענין פון ,
והמקבל אותם הוא הנקרא גר תושב" איז אן ענין בפ״ע,
און ניט קיין פירוש
(ותנאי)
אין ,
לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח".
ופשיטא אז דער ציווי ,
לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח" איז צוליב דעם גופא שיקבלו המצות שנצטוו עליהם,
און ניט בכדי אז זיי זאלן ווערן א ,
גר תושב" 25 ,
[און ווי עט איז אויך משמע פון כטף משנה 26
: בנוגע אן עבד וואם האט זיך ניט מל געווען זאגט דער רמב"ם 26
,
מותר לקיימו ובלבד שיקבל עליו שבע
מצות שנצטוו בני נח ..
אבל אם לא קיבל עליו שבע מצות יהרג מיד"
(וואם דער טעם פון דעם איז 27
מצד דעם וואס ,
צוה משה כו׳ לכוף את כל באי העולם כו׳ וכל מי שלא יקבל יהרג").
דער ראב"ד איז אויף דעם משיג ,
אין לנו עתה להרוג איש",
זאגט דערויף דער כס"מ: ,
אין כאן השגה על דברי רבינו ..
ואם אין ידינו תקיפה בעונותינו לא מפני זה ה"ל להניח מלכתוב הדין".
איז פון דעם מובן,
אז דער דין "צוה כו׳ לכוף כו׳ לקבל מצות כו׳ וכל מי שלא יקבל יהרג" איז א חיוב וועלכער איז בתוקפו אויך 28
בזמן הזה* 28 ,
כשאין היובל נוהג 29 ,
און אויר ווען "אין ידינו
תקיפה 30 ?
משא״כ בנוגע א גר תושב פסק׳נט דער רמב״ם 31
"אין מקבלין גר תושב אלא בזמן שהיובל נוהג" 32 ].
וההפרש צווישן די צוויי דינים
("צוה בו׳ לכוף כו׳ לקבל מצות שנצטוו בני נח",
און "גר תושב")
: דאס וואס "צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח" איז:
(א)
א ציווי כללי בנוגע "כל באי העולם".
(ב)
א דין אין די חיובים פון אידן,
אז זיי דארפן כופה זיין די ב״נ לקבל מצות שנצטוו בני נח.
(ג)
די השתדלות פון אידן אין דעם קיום פון די ב״נ איז ניט פארבונדן מיט דעם אופן הקבלה מצד די ב״נ — זיי דארפן דאם ניט מקבל זיין בפני שלשה חברים 33
(ב״ד ישראל) 34 .
און
(ד)
דער אופן הקבלה מוז
ניט זיין דוקא "מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה" 35 .
משא״ב דער גדר פון א גר תושב איז
(א)
א דין נאר ביים ב״נ וועלכער וויל מקבל זײן,
(ב)
נאר ווען די קבלה פון דעם ב״נ איז "בפני שלשה חברים" 34 ,
(ג)
ובאופן אז דאם איז "מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה"
("אבל אם עשאן מפני הכרע הדעת אין זה גר תושב").
ד.
ה.
דער דין פון "לכוף את כל באי העולם לקבל כו׳" איז ניט פארבונדן מיט דעם דין קבלה
(בב״ד של ישראל)
וועלכער איז נתחדש געווארן במ״ת,
דורך וועלכן דער ב״נ ווערט א גר תושב
(א מצווה ועושה* 35 ).
ה.
וועט מען דאם פארשטיין בהקדם לשון הרמב״ם "צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם",
ניט להשתדל שכל באי העולם יקבלו 36
מצות שנצטוו בני נח וכיו״ב,
דער ציווי איז ביז אין אן אופן פון "לכוף".
ויש לומר בזה: ביי א גר תושב איז פאראן א מחלוקת 37
: "איזהו גר תושב כל שקיבל עליו בפני ג׳ חברים שלא לעבוד
עבודת כוכבים דברי ר״מ וחכמים אומרים כל שקיבל עליו שבע מצות שקבלו עליהם בני נח".
דער רמב״ם פסק׳נט בכ״מ 38
ווי די חכמים 39 ,
אז ער דארף מקבל זיין אלע שבע מצות.
אין הל׳ איסורי ביאה 40 ,
זאגט ער עם אבער מיט אן אנדער לשון: "אי זה הוא גר תושב זה עכו״ם שקיבל עליו שלא יעבוד כו״ם עם שאר המצות שנצטוו בני נח".
ולכאורה: וויבאלד אז ער דארף מקבל זיין אויר זיר אלע ז׳ מצות,
וואס בכללן איז אויך "שלא לעבוד עבודת כוכבים״ — פארוואס דא טיילט ער דאס אויס באזונדער 41 ?
איז די הסברה אין דעם: עס שטייט אין מכילתא אויפן פסוק 42
"לא יהי׳ לך אלקים אחרים על פני": "למה נאמר לפי שנאמר אנכי ה״א משל למלך בשר ודם שנכנס למדינה אמרו לו עבדיו גזור עליהם גזירות אמר להם כשיקבלו את מלכותי אגזור עליהם שאם מלכותי לא יקבלו גזרותי לא יקבלו.
כך אמר המקום לישראל אנכי ה״א לא יהי׳ לך אני הוא שקבלתם מלכותי
(במצרים 43 )
אמרו לו
כן וכשם שקבלתם מלכותי קבלו גזרותי".
ד.
ה.
בא מ״ת 44
איז געווען צוויי ענינים: קבלת מלכותו של הקב״ה און קבלת הגזירות — המצות: דער ענין מיוחד פון קבלת המלכות דריקט זיו אוים
(אויך) 45
אין דעם וואם ,
אנכי ולא יהי׳ לך מפי הגבורה שמענום״ 46 ,
משא״כ קבלת הגזירות
(מצות)
— אין די אנדערע דברות 47 ,
ובכלל אין דעם וואס
״תורה צוה לנו משה מורשה — תורה בגימטריא תרי"א 48 .
ו.
עפ״ז יובן וואס דער רמב״ם טיילט אויס דעם ציווי שלא יענוד ע״ז פון די אנדערע מצוות — "אי זה הוא גר תושב זה עכו״ם שקיבל עליו שלא יעבוד כו״ם עם שאר המצות כו׳":
כשם ווי בא אידן זיינען ביי מ״ת גע־ ווען צוויי ענינים — קבלת מלכותו של הקב״ה
(וואס דערמיט קומט אויר שלילת ע״ז — אנכי ולא יהי׳ לך)
און קבלת מצות
(בשאר הדברות כנ״ל)
;
און מעין זה בא יעדן גר,
וואס "מודיעין אותו עיקרי הדת שהוא ײחוד השם ואיסור עכו״ם" 49
— קבלת מלכותו,
און מ׳איז אויר "מודיעין אותו מקצת מצות קלות ומקצת מצות חמורות כו׳" 49
— קבלת מצות —
איז עד״ז בא א גר תושב — וואס איז אויר אן ענין פון "קצת גירות" 50
(ביחס צו די ז׳ מצות),
וויבאלד אז זיין קבלה קומט ניט מצד הכפי׳ נאר מרצונו הטוב — איז אין דעם דארפן זיין ביידע ענינים: די קבלה .
שלא יעבוד כחם• — קבלת מלכותו,
און די קבלה לקיים .
שאר המצות שנצטוו בני נח• — קבלת מצות 51 .
[ועפ״ז איז אויר פארשטאנדיק פארוואס דער רמב״ם איז דאם מפרט דוקא אין הל׳ איסורי ביאה — ווייל נאר דארטן קומט דער דין פון גר תושב בהמשך צו דיני גירות 52 ].
ז.
עפ״ז יש לומר,
אז עד"ז איז בנוגע צו "כל באי העולם" — אויך די וועלכע
ווילן ניט מקבל זיין אויף זיך די ז׳ מצות בפני ב"ד ישראל
(צו ווערן א גר תושב)
— אז קבלת מלכותו איז אן ענין עיקרי אין זייער קיום פון ז׳ מצות 53 .
און דאם איז די שייכות פון "צוה משה רבינו כו׳ לכוף כו׳ לקבל כו׳" צו מ״ת און צו אידן 54
: דער תכלית פון מתן תורה איז ניט נאר אז אידן זאלן אויף זיך מקבל זיין עול מלכות שמים ועול מצות,
נאר עס זאל זיר
(אויך)
אויפטאן דער .
והי׳ ה׳ למלך על כל הארץ" 55 ,
אז עם זאל דערהערט ווערן מלכותו ית׳ בכל העולם כולו 56 .
היות אבער אז מלכותו ומצותיו איז בא אידן אין אן אופן פון "נחלה"
(ווי דער רמב״ם זאגט בתחלת ההלכה: ״משה רבינו..
הנחיל התורה והמצות ..
לישראל"),
אז דאס איז געווארן אינגאנצן זייערע א זאך 57
(ביז ס׳איז כביכול געווארן באופן אז זיי האבן די בעלות אויף דעם: נקראת על שמו 58 ,
מוחל על כבודו וכו׳ ווייל "תורה דילי׳ היא" 59 )
— דעריבער האבן זיי דעם כח
און דעם ציווי צו ברענגען מלכותו ית׳ צו "כל באי העולם" 60 .
ועפ״ז יובן דער תוכן הענין פון "לכוף את כל באי העולם לקבל מצות כו׳" — אז די השתדלות צו פועל זיין אויף די "באי העולם לקבל המצות",
דארף זיין ביז אין אן אופן פון כפי' — ווייל די "כפי׳" דארף פועל זיין בא "כל באי העולם" קבלת מלכותו 60 ,
מיט אלע גדרים שבזה** 60 ,
און קבלת גזירותי,
"לקבל מצות כו׳" 61 .
ח.
ע״פ כל הנ״ל איז מובן דער תוקף הציווי וואס ליגט אויף יעדן אידן צו מקיים זיין דאס וואס "צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח״
[דאע״פ אז דער דין פון גר תושב איז ניט שייך בזמן הזה 62
— איז אבער דער ציווי "לכוף את כל באי העולם לקבל מצות" חל בכל
זמן,
אויך בזמן הזה 63 ,
כנ״ל סעיף ד]
— דאס איז א חלק און המשך צו מתן תורה וקבלת התורה של בנ״י,
צו "הנחיל התוהמ״צ״ צו אידן.
און דאס וואס בזמן הזה אין יד ישראל תקיפה ובמילא קען מען ניט כופה זיין בדרכי כפי׳ בפועל ממש
(וכש״ב — ניט באופן וואם "כל מי שלא יקבל יהרג"),
פטר׳ט דאם אבער ניט פון דעם חיוב ,
לכוף״ אין יעדן אופן האפשרי,
בכפיית דברים,
להמשיך לבם אל רצון קונם וחפץ צורם" 64 .
און וויבאלד דער ציווי איז בתוקפו אויר בזמן הזה,
און ס׳איז א ציווי ניט אויף א מלך 65
אדער אויף ב״ד* 65 ,
נאר
אויף יעדן וואט יש בידו 66
לכוף
[ווי ס׳איז מוכח פון דעם דין הנ״ל
(סעיף ד)
בנוגע לעבד,
וואם דער כס״מ זאגט דעם טעם הכפי׳ "שכיון שזה ברשות ישראל שהרי עבד הוא חייב לכופו לקבל שבע מצות" מצד דעם וואט ,
צוה משה כו׳ לכוף כל באי העולם כו'"],
איז מובן,
אז יעדער איינער וואס האט א מעגלעכקייט בזה,
ובמכש״כ דער וואס האט א קשר
(דורך מסחר וכיו״ב)
מיט בני נח — דארף זיך משתדל זיין און משפיע זיין 67
אויף זיי מקבל זיין די שבע מצות שלהם 68 .
ט.
עם פאדערט זיך נאך ביאור: וויבאלד אז דער ציווי "לכוף״ איז אויך חל בזמן הזה — פארוואס איז דער דין ניט מפורש אין שו״ע און זיינע נושאי כלים?
זאת ועוד: דער ציווי איז דאך מחייב יעדן איד וואט האט די מעגליכקייט ״לכוף״ — ומפורסם אז אין די פריערדיקע דורות זיינען געווען א סך אידן וועלכע האבן געהאט דעם כח און די פאסיקע תנאים דערצו,
האבן זיי דאך זיכער מקיים געווען דעם ציווי און געטאן אין דעם; ועוד — געווים זיינען דערביי אויפגעקומען פארשידענע שאלות
(ווי איז דער חיוב פון כפי׳,
אין וועלכן אופן וכו')
— איז פארוואס געפינט מען ניט אין די ספרי שאלות ותשובות,
אז מ׳זאל דן זיין אין דעם ענין?
וי״ל די הסברה בזה: ס׳איז ידוע בדברי ימי ישראל אין די זמנים שעברו,
אז אויך אין די מדינות וואו דער ענין הגיור איז לויטן געזעץ פון דער ממשלה דארט — ניט געווען פארבאטן מטעם הממשלה,
האבן זיר אידן זייער געהיט פון יעדער זאך וואס קען אויסגע־ טייטשט ווערן ווי א פעולה צו העלפן עמעצן מגייר זיין
(אפילו אין אזעלכע פאלן ווען דער גר איז פון זיך אליין געקומען זיך מגייר זיין און אוודאי ניט צו טאן עפעס וואס קען באטראכט ווערן ווי א השתדלות און תעמולה צו מגייר זיין גרים)
— ווייל אויך אין אזעלכע מדינות איז דאס געווען א סכנה צוליב די בלבולים און עלילות וואם דאס האט גע־ קענט ארויטרופן ובפרט — מפני החשש גדול אז מ׳וועט עם נוצן קעגן די אידן כשאר המדינות — ווי מ׳זעט עם אויך אין די וויכוחים שבימי הבינים ועוד,
און אפילו בדורות האחרונים —
ומובן,
אז אויר די השתדלות פון א אידן צו באווירקן א בן־נח
(ומכש״כ אין
אן אופן פון .
כפי'")
ער זאל מקיים זיין די שבע מצות איז געווען פארבונדן מיט א סכנה כיו״ב — מ׳האט דאס געקענט אננעמען אלם אײן ארײנמישונג באמונתם וכו׳ וכו׳
ובפרט אז מ׳דארף אים זאגן 69
: זיי מקיים ,
מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו על ידי משה רבינו;
איז מובן,
אז בדרך כלל האבן זיך אידן געמוזט אפהאלטן דערפון צוליב פקו"נ; און אין אויסנאם פאלן ווען מען האט דאס געטאן,
איז דאס געווען בזהירות מתאימה,
ובלי פרסום.
איז דעריבער מובן וואם מ׳האט אויר ניט מפרסם געווען קיין שאלות ותשובות בזה.
וי״ל אז מצד דעם זעלבן טעם איז דער דין
(״לכוף״)
אויך ניט דערמאנט אין שו״ע און נושאי כליו — אין יענע זמנים איז עס געווען פקו״נ* 69 .
ומובן,
אז אין פאל וואו דער חשש איז לגמרי ניטא — ווי במדינות אלו — איז דא דער ציווי לכוף.
יו "ד.
לכאורה קען מען דערויף פרעגן פון דעם דין אין שו"ע 70
: ,
ויזהר מלהשתתף עם עכו״ם שמא יתחייב לו שבועה ועובר משום לא 71
ישמע על פיך",
וואס דערפון איז מוכח,
אז דער טעם וואס מ׳טאר ניט צוברענגען אז דער נכרי זאל שווערן מיט דער ע"ז איז צוליב׳ן איסור פון "לא ישמע על פיך"
— לפי הנ״ל איז דאך פאראן אין דעם אן איסור בפ"ע,
ואדרבה,
א איד איז מחויב צו ווירקן
("לכוף")
אז דער נכרי זאל ניט עובר זיין אויפן איסור ע"ז?
נאכמער: עם ווערט געפסק׳נט אין שו״ע 72 ,
אז ,
דברים שהם מיוחדין למין ממיני אלילים כו׳ אסור למכור לעובדי אותם אלילים כר
(משום לפני עור 73 )
ואם קונה כו' לסחורה מותר" — ד.
ה.
ער מעג פארקויפן צו א ניט "עובד אותם אלילים",
כאטש אז יענער וועט עס פארקויפן ל״עובד אותם אלילים" — ווייל "אלפני עור מפקדינו אבל אלפני דלפני לא מפקדינן" 74
; און ס׳איז אויר פאראן א דיעה 75 ,
אז דאס וואס עס איז אסור צו פארקויפן "לעובדי אותם אלילים" איז דוקא ווען "אין להם אחרים כיוצא בו או שלא יוכלו לקנות במקום אחר,
אבל אם יכולים לקנות במקום אחר מותר למכור להם כו',
װײל אין אזעלכע פאלן פאלט אפ דער איסור פון "לפני עור".
איז תמוה: וויבאלד ס׳איז דא דער חיוב צו כופה זיין ב"נ זיי זאלן מקבל זיין די ז׳ מצות איז עס דאך לכאורה א מכל־ שכן אז מ׳טאר ניט טאן א פעולה וואס זאל זײ דערמעגלעכן צו עובר זײן אויף די ז' מצות
(אפילו באופן ווען אין דעם איז ניטא דער איסור פון ,
לפני עור")
!
[און אע"פ אז דער ציווי צו משה רבינו
(לכוף כו')
איז בעיקר צו משתדל זײן זיר אז די באי עולם זאלן אויף זיף מקבל זיין 53 ,
כנ״ל — איז דאך מובן ופשוט,
אז עם האט ניט קיין ארט צו טאן
א פעולה וואס גיט א סיוע עובר צו זיין אויף די ז׳ מצות,
היפו די קבלה וועלכע ער האט געפועלט בא עם!]
יא.
והביאור בזה יש לומר:
דער ציווי "לכוף את כל באי העולם כו'" איז ווען דער קיום הציווי איז ניט גורם דעם אידן א היזק
(הפסד,
מניעת הריווח וכו׳) 76 .
וויבאלד אז איו שו״ע דארט רעדט זיך וועגן מסחר ומכירה,
אזוי אויר בנוגע להשאיל כו׳ ולהלוותן 77 ,
וואט עם רעדט זיר באופן אז מען פארדינט פון דער שאלה און הלואה תיכף אדער לעתיד,
אדער מפני דרכי שלום וכיו״ב
(לשלול איסור "לא תחנם" 78 )
— מעג מען זיי פארקויפן,
משא״כ מצד "לא ישמע" און "לפני עור",
וועלכע זיינען איסורי לאו,
טאר מען ניט פארקויפו אויך במקום הפסד ו
(כ״ש)
במקום מניעת הריוח.
און דעריבער,
בנידון דידן — אין דעם זמן ומקום
(ווי במדינה זו)
וואו די השתדלות פון אידן צו משפיע זיין אויף די אומות העולם זײ זאלו אויף זיר מקבל זיין די ז׳ מצות,
איז כלל ניט פארבונדן מיט קײן שום סכנה ח״ו און אויך ניט מיט קײן הפסד ומניעת הריווח בממון
(ואדרבה,
די השתדלות וועט ברענגען סיוע צו אידן,
כדלקמן),
איז דער חיוב "לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח" חל בכל תוקפו.
יב.
בנוסף על העיקר,
אז די השתדלות צו ווירקן אז די אומות העולם זאלן אויף זיר מקבל זיין די ז׳ מצות איז א ציווי וואס איז אנגעזאגט געווארן צו
"משה רבינו מפי הגבורה"
(ווי דער פסק דין מפורש אין רמב״ם),
קומט דא צו נאך אן ענין,
וואס די השתדלות וועט ברענגען א תועלת וסיוע צו די אידן:
אלע אידן שטייען אונטער דעם שרעקלעכן רושם פון די מאוימ׳דיקע מאורעות ר״ל וואס זיינען געשען מיט ארום פערציק יאר פריער.
האט מען דעמאלט געזען קלאר,
אז וואו עם זיינען דאן געווען חסידי אומות העולם וועלכע האבן אין א געוויסער מאם אפגעהיט די ז׳ מצות — האבן זיי זיר אפגעטרייסלט פון רציחה און גזל ר״ל — און דורד דעם זיינען
(כדרך הטבע)
ניצל געווארן צענדליקער און צענדליקער אידן.
זיכער אז לא תקום פעמים 79 ,
ר״ל וח״ו,
צרה ואד טוב ובטוב הנראה והנגלה ממש — יהי׳ לכל אחד ואחת שליט״א — לישראל,
ועתה שהמצב ובזמן — וואט מ׳טרעפט זיך אפט בעניני מסחר וכיו״ב מיט ניט אידן ובדרכי נועם וקירוב וכו׳ — האט מען א דוגמא חי׳ מהנ״ל,
ובמכש״כ פון זײער מאן דאמאלס,
אע״פ וואס דאמאלס איז עם געווען א סכנה פאר די חסידי או״ה — ובמכש״כ איצט ובפרט װען עם בריינגט זיי א תועלת.
עם ווייזט ווי דער קיום המצות פון די ב״נ ברענגט א תועלת
(אויר)
צו אידן,
און אין פארשידענע אופנים.
— אויך גאר בפשטות: ווען א ניט־איד האט די ברירה — צי טאן דעם אידן א שאדן ח״ו
(אין פרנסה וכיו״ב)
אדער,
פארקערט,
אים ארויסצוהעלפן — איז
אויב דער ניט־איד איז דורכגענומען מיט דער הכרה פון עין רואה ואוזן שומעת וכר,
די ידיעה אז ער דארף מקיים זײן די ז׳ מצוות,
וועט דאם האבן א גאר גומע ווירקונג
(אויך)
אויף זיין באציאונג צו אידן.
נאד א נקודה אין דעם: בנוסף צו דעם,
וואס דורך אזא השתדלות וועלן צוקומען טויזנטער און טויזנטער ניט־ אידן וואס וועלן מקיים זיין די ז׳ מצות — קיום ציווי הקב״ה טויזנטער און טויזנטער מאל,
ונוסף ע״ז אויך תועלת פאר אידן,
כנ״ל — איז אויך די השתדלות גופא אן ענין וואס רופט ארויס א יחס פון כבוד והערצה צו אידן — זעענדיק ווי אידן זײנען זיך משתדל אז אין וועלט זאל הערשן צדק ויושר און זיי באמיען זיך לטובת דער גאנצער שכונה,
מדינה,
מענטשהייט,
ווערט ביי די אומות העולם — וראו כל עמי הארץ אז אידן זיינען נתתיך לאור גוים 80
עס ווערט דערהויבן דער גאון יעקב.
ויהי רצון,
אז אידן זאלן זיך באמיען צו משפיע זיין אויף ב״נ אז זיי זאלן אויף זיך אננעמען אפצוהיטן די ז׳ מצות,
אויף וועלכע זיי זיינען נצטוה געווארן מהקב״ה: און אשרי חלקם און גדול זכותם פון די וועלכע וועלן טאן אין דעם,
דנוסף אויף דעם וואס זיי וועלן גורם זיין א תועלת וסיוע פאר אידן און ניט אידן ובכו״כ ענינים
(כנ״ל)
— קומט אן עיקר שבעיקרים: זיי זיינען מקיים א ציווי וואס "צוה משה רבינו מפי הגבורה",
און דער קיום פון דעם ציווי איז אויר א הכנה קרובה צום קיום היעוד "כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה׳ ולעבדו 81
שכם אחד" 82 ,
בגאולה האמיתית והשלימה,
ע״י משיח צדקנו,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות אחש"פ
והתועדויות שלאח״ז תשמ״ג)