B"H
🏡

Ikar

יתרו ב

א.

אין פסוק 1

„אנכי ה׳ אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים" איז רש"י מעתיק די ווערטער „אשר הוצאתיך מארץ מצרים" און איז מפרש: כדאי 2

היא ההוצאה שתהיו משועבדים לי.

[און דערנאָך ברענגט רש"י נאָך צוויי פירושים,

כדלקמן סעיף ה].

וואָס איז די שוועריקייט אין פסוק וועלכע רש"י קומט פאַרענטפערן בפירושו?

זאָגט דער מזרחי

(און נאָך מפרשים 3 ),

אַז די שאלה איז — פאַרוואָס „תלה אלקותו ביציאת מצרים ואמר אשר הוצאתיך ולא אמר אשר בראתי שמים וארץ"?

און אויף דעם ענטפערט רש"י „שעל ידי ההוצאה ממצרים מהיות להם עבדים זכה בהם להיות משועבדים לו ויהי׳ אלקיהם".

דער פירוש איז אָבער לכאורה ניט גלאַטיק: ע"פ פשוטו של מקרא האָט מלכתחילה קיין אָרט ניט די שאלה פאַרוואָס עס שטייט ניט „אשר בראתי שמים וארץ" — וואָרום דאָס קומט דאָך אַלס המשך

(טעם)

אויף „אנכי ה׳ אלקי ך ",

אַז „ה׳" איז דער ג־ט פון אידן ; מוז מען זאָגן אַן ענין וואָס איז שייך בלויז צו עם ישראל

(וואָס דערפאַר זיינען אידן אויסגעטיילט מכל העולם כולו) 4 .

און דער טעם וואָס מ׳קלייבט אויס דוקא דעם ענין

(בשייכות צו עם ישראל) 5

— „הוצאתיך מארץ מצרים" — איז מובן בפשטות ,

ווייל דאָס איז די גאולה פון עם ישראל,

וואָס האָט דערפירט צו מעמד הר סיני.

די שאלה איז נאָך שטאַרקער: דער ענין — אַז יצי"מ איז דער טעם אויף „אנכי ה׳ אלקיך"

(בסגנון אחר — יצי"מ איז געווען כדי אידן זאָלן אָננעמען דעם אויבערשטן אַלס „אלקה" און אים דינען)

— שטייט שוין פריער ,

און כמה פעמים

— גלייך אין פ׳ שמות 6

שטייט „בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה"; עד"ז אין אָנהויב פון פ׳ וארא 7

— „לכן אמור לבנ"י גו׳ והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים גו׳ ולקחתי אתכם לי לעם והייתי לכם לאלקים וידעתם כי אני ה"א המוציא אתכם מתחת סבלות מצרים"; נאָכמער: בפרשתנו גופא ,

ביי די הכנות צו מ"ת,

שטייט 8

„אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים ואשא אתכם גו׳ ואביא אתכם אלי ..

שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי ..

ואתם תהיו לי ..

וגוי קדוש" —

איז ניט מובן: וואָס איז שווער דוקא אין דעם פסוק,

וואָס רש"י דאַרף דאָ

(ניט פריער)

מפרש זיין „כדאי היא ההוצאה כו'"?

ב.

אויך זיינען פאַראן כמה דיוקים בלשון רש"י:

ווי מען לערנט בפשטות,

זיינען די ווערטער

(פון רש"י)

„שתהיו משועבדים לי" דער אָפּטייטש פון התחלת הכתוב „אנכי ה׳ אלקיך"

(בלשון הרא"ם הנ"ל: משועבדים לו ויהי׳ אלקיהם),

און לויט דעם פירוש איז „אשר הוצאתיך מארץ מצרים" דער טעם אויף „אנכי ה"א" 9

(וויבאַלד אַז „הוצאתיך מארץ מצרים",

דעריבער זיינען אידן משועבד געוואָרן צום אויבערשטן).

ע"ד ווי עס שטייט בס"פ שלח 10

(און אין נאָך כמה פסוקים 11 )

„אני ה"א אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים להיות לכם לאלקים",

וכפרש" 12

— „ע"מ כן פדיתי אתכם כו'".

עפ"ז איז אָבער ניט מובן:

א)

פאַרוואָס איז רש"י ניט מעתיק אין דעם דיבור המתחיל אויך די ווערטער „אנכי ה׳ אלקיך"

( וועלכע ער איז דערנאָך מפרש)?

ב)

אין רובא דרובא פון די ערטער 13

וואו רש"י זאָגט אָט דעם תוכן

(אַז יצי"מ

איז געווען צוליב דעם אַז אידן זאָלן אָננעמען אויף זיך דעם אויבערשטן אַלס „אלקים")

— איז לשון רש"י „ על מנת כן פדיתי כו'"

(וכיו"ב)

; פאַרוואָס נוצט דאָ רש"י דעם לשון 14

„ כדאי היא ההוצאה כו'" 15 ?

ג)

רש"י האָט געדאַרפט זאָגן — בהתאם ללשון הכתוב

(„אנכי ה׳ אלקיך")

— „כדאי כו' שתקבלו אלקותי " 16

[אָדער

(כלשון רש"י במ"א 17 )

„שתקבלו מלכותי " וכיו"ב]

; פאַרוואָס איז רש"י משנה פון לשון הכתוב און זאָגט אַ נייעם לשון

(וענין)

— „שתהיו משועבדים לי"?

לכאורה קען מען ענטפערן,

אַז רש"י נעמט עס אַרויס פון סיום הכתוב — „מבית עבדים" 18

: וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט די אידן אַרויסגענומען פון „ בית עבדים ",

דעריבער איז „כדאי היא ההוצאה" אַז אידן זאָלן ווערן עבדי ה׳ 19

(ע"ד ווי עס שטייט 20

„עבדי הם אשר הוצאתי אותם מארץ מצרים").

אָבער דאָס איז ניט קיין תירוץ מספיק,

ווייל:

(א)

ס׳איז נאָך אַלץ ניט גלאַטיק לשון רש"י — ער האָט געדאַרפט זאָגן

(כלשון הכתוב)

„כדאי כו׳ שתהיו עבדי " 21

; פאַרוואָס איז ער משנה און זאָגט „ משועבדים "?

(ב)

ועיקר : אין דעם דיבור המתחיל איז רש"י מעתיק בלויז די ווערטער „אשר הוצאתיך מארץ מצרים",

און ניט דעם סיום הכתוב „מבית עבדים"

(און איז אפילו ניט מרמז לזה מיט אַ „וגו׳").

איז דערפון פאַרשטאַנדיק,

אַז דעם ענין פון „כדאי היא ההוצאה שתהיו משועבדים לי" לערנט רש"י אַרויס

(ניט פון „מבית עבדים",

נאָר)

פון די ווערטער „אשר הוצאתיך מארץ מצרים" גופא

[ובפרט אַז רש"י אפילו בפירושו זאָגט „כדאי היא ההוצאה כו׳" סתם,

ניט — „ההוצאה מבית עבדים "].

ג.

ויש לומר הביאור בכל זה:

די שאלה אין „אשר הוצאתיך מארץ מצרים" איז

(ניט — פאַרוואָס פאַרבינדט מען „אנכי ה"א" מיט „הוצאתיך מארמ"צ",

נאָר פאַרקערט )

— מאי קמ"ל?

!

ווי געזאָגט,

האָבן אידן שוין פון פריער געוואוסט אַז מ"ת

(„תעבדון את האלקים")

איז דער תכלית פון יצי"מ,

און נאָכמער — דאָס האָט דער אויבערשטער געהייסן איבערגעבן אידן אין די הכנה־טעג צו מ"ת כנ"ל — „אתם 8

ראיתם אשר עשיתי למצרים ואשא אתכם גו׳ ואביא אתכם אלי ..

שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי ..

תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש";

און וויבאַלד אַזוי — איז מאי קמ"ל 22

אַז „אנכי ה׳ אלקיך" איז די תוצאה און תכלית פון „הוצאתיך מארץ מצרים" 23 ?

לערנט דעריבער רש"י,

אַז „אשר הוצאתיך מארץ מצרים" איז

(ניט אַ טעם

(אָדער ביאור)

אויף „אנכי ה׳ אלקיך",

נאָר דאָס איז)

אַ באַזונדער און נייער ענין — „כדאי היא ההוצאה שתהיו משועבדים לי":

„אנכי ה׳ אלקיך" מיינט — קבלת מלכותו 24 ,

אַז מען נעמט אָן דעם אויבערשטן אַלס שליט ומלך,

ובמילא — אַז מ׳וועט פאָלגן אַלע זיינע ציוויים 25

כו'; דערנאָך האָט דער אויבערשטער מוסיף געווען נאָך אַן ענין,

אַז ס׳איז ניט גענוג דער ענין פון קבלת מלכות שמים

(וואָס ברענגט צו קבלת עול מצות,

צום פאָלגן זיינע גזירות),

נאָר אידן דאַרפן זיין „ משועבדים לי",

אינגאַנצן משועבד צום אויבערשטן.

קבלת מלכות איז ניט שולל די פרייהייט פון אַן אייגענעם „פּריוואַטן" לעבן 26 ,

עס מיינט נאָר אַז די ענינים

מסויימים וועלכע דער מלך הייסט טאָן — פאָלגט מען אים

[סיי בקום ועשה — טאָן דאָס וואָס ער הייסט טאָן,

און סיי בשב ואל תעשה — ניט טאָן דאָס וואָס דער מלך פאַרבאָט צו טאָן]

; ועד"ז במלך מה"מ הקב"ה,

אַז מען נעמט אָן אויף זיך צו מקיים זיין אַלע מצות

(וגזירות)

המלך.

אָבער „ משועבדים לי" מיינט 26

— אַז אַ איד איז ניט זעלבסטשטענדיק,

האָט ניט קיין

( אייגענע )

פרייהייט ,

ער איז משועבד

(כל כולו)

צום אויבערשטן,

מיט אַלעם וואָס ער האָט און טוט 27 .

און דערפאַר איז רש"י מדייק „ כדאי היא ההוצאה כו׳"

(ניט „על מנת")

: דעם לשון „על מנת" זאָגט רש"י ווען אין פסוק שטייען צוויי ענינים וואָס איינער איז אַ תנאי אין צווייטן

(כמו: אני ה"א אשר הוצאתי אתכם גו׳ להיות לכם לאלקים),

משא"כ בנדו"ד,

וואָס „תהיו משועבדים לי"

(לויט רש"י)

איז ניט אַ תנאי,

נאָר ס׳איז דער פירוש

(ומכוון)

פון „אשר הוצאתיך מארץ מצרים" גופא: די הוצאה איז „כדאי"

(און טראָגט אין זיך)

דעם ענין אַז אידן ווערן „משועבדים לי".

ד.

עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס רש"י איז ניט מעתיק

(אין דעם דיבור המתחיל)

דעם סיום הכתוב „מבית

עבדים"

(און איז עס אפילו ניט מרמז מיט אַ „וגו׳")

:

דער חילוק פון לשון „משועבדים לי" און ל׳ עבדות

(סתם)

איז 28

:

בשעת מ׳זאָגט „עבד" סתם איז נאָך ניט מודגש אַז מ׳האָט ניט קיין פרייהייט.

וואָרום אע"פ אַז אַן עבד איז ניט קיין מציאות לעצמו,

ער איז רכושו של האדון

(ניט ווי אַ פועל וואָס טוט בלויז אַרבעט פאַר זיין בעה"ב)

— אעפ"כ,

דריקט זיך אויס דער עול העבדות בעיקר בשייכות צו דער אַרבעט וואָס ער טוט פאַרן אדון 29 .

ובמילא,

אין די זמנים ווען ער עסט,

שלאָפט וכו׳ פילט ער ניט

(כ"כ)

דעם עול האדון.

ביז עס קען זיין אַ פאַל ווען דער אדון נויטיקט זיך ניט אין דער אַרבעט פון עבד און דער עבד קען זיך „אָפּרוען" כו׳ 30

(ער איז ניט מחוייב צו זוכן אַרבעטן פאַר׳ן אדון).

משא"כ דער לשון „ משועבדים " איז מדגיש דעם שעבוד העבד לאדונו אין אַן אופן פון עול תמידי

[ ע"ד דער לשון „שעבוד" בשייכות צו ממון,

אַז דער ממון ווערט משועבד און „געבונדן" צום בעל חוב 31 ]

— אין אַלעם וואָס ער טוט

פילט ער דעם עול האדון,

ביז אַז אפילו אין די זמנים ווען דער אדון גיט אים ניט קיין אַרבעט — פילט דער עבד זיין מציאות אַז זי איז משועבד צום אדון 32 .

און דאָס איז דיוק לשון רש"י „שתהיו משועבדים לי" — ניט „שתהיו עבדי "

(וכיו"ב)

:

דאָס וואָס מ"ת האָט אויפגעטאָן אַז אידן זיינען געוואָרן „עבדי ה׳"

(סתם)

ווערט שוין נכלל אין „אנכי ה׳ אלקיך ".

וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז אונזער שליט ומלך,

„באַלאַנגען" אידן צום אויבערשטן

(„ולקחתי אתכם לי לעם והייתי לכם לאלקים" 33 ),

ובמילא דאַרף מען אים פאָלגן און דינען ווי אַן עבד לאדונו* 33 .

משא"כ מיט „הוצאתיך מארץ מצרים" איז צוגעקומען נאָך אַן ענין — „כדאי היא ההוצאה שתהיו משועבדים לי":

אע"פ אַז דער „תנאי" פון יצי"מ איז

(בלויז)

דאָס וואָס אידן ווערן „לי לעם"

(וואָס קען מיינען ע"ד היחס פון אַן עם צו אַ מלך בשר ודם),

איז אָבער „ כדאי היא ההוצאה

(פון ארץ מצרים)

שתהיו משועבדים לי";

היות אַז אידן זיינען געווען בעבדות אין ארץ מצרים ,

וואָס דאָרטן זיינען זיי

געווען

(ניט סתם „עבדים" — „בית עבדים" — נאָר)

אין אַן אופן פון שעבוד 34

— עבודת פרך 35 ,

ביז אין אַן אופן פון „ תכבד העבודה " 36

(למעלה ממדידה כו׳),

איז דעריבער „כדאי היא ההוצאה

(אָט די הוצאה פון „ארץ מצרים")

שתהיו

(ניט סתם עבדים,

נאָר)

משועבדים לי".

ה.

לויט דעם ביאור אין פרש"י — אַז „אשר הוצאתיך מארץ מצרים" איז

(ניט אַ טעם אויף „אנכי ה"א",

נאָר)

אַ באַזונדער נייער ענין — וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס לאחרי פירוש זה אין „אשר הוצאתיך מארץ מצרים",

ברענגט רש"י נאָך צוויי פירושים,

וז"ל:

ד"א לפי שנגלה בים כגבור מלחמה ונגלה כאן כזקן מלא רחמים שנאמר 37

ותחת רגליו ..

הואיל ואני משתנה במראות אל תאמרו שתי רשויות הן אנכי הוא אשר הוצאתיך ממצרים ועל הים.

ד"א לפי שהיו שומעין קולות הרבה ..

באין מד׳ רוחות ומן השמים ומן הארץ אל תאמרו רשויות הרבה הן

[און דערנאָך איז רש"י מסיים: ולמה אמר לשון יחיד אלקיך ליתן פתחון פה למשה ללמד סניגוריא במעשה העגל ..

לא להם צוית לא יהי׳ לכם אלקים אחרים אלא לי לבדי].

איז לכאורה תמוה: רש"י איז דאָך מפרש פשוטו של מקרא — וואָס פעלט אין דעם ערשטן פירוש

[וואָס תוכנו איז

אַן ענין מובן ופשוט,

און מען געפינט עד"ז אין נאָך כו"כ כתובים,

כנ"ל]

— וואָס צוליב דעם נויטיקט זיך רש"י אין די אַנדערע צוויי פירושים 38 ,

וועלכע זיינען

(גאָר)

ווייט פון פשט

— הן מצד תוכנם הכללי ,

אַז מ׳האָט געדאַרפט באַוואָרענען אידן פון אַ טעות אַז „שתי רשויות הן",

„רשויות הרבה הן": ווי פּאַסט צו זאָגן,

אַז נאָכן זעען די אַלע נסים אין מצרים ועל הים כו',

און שטייענדיק במעמד הר סיני 39 ,

זאָל מען ערשט דאַרפן באַוואָרענען אידן פון דעם טעות אַז „שתי

(הרבה)

רשויות הן"?

!

[אפילו דאָס וואָס „אני משתנה במראות " 40

איז לכאורה ניט קיין טעם מספיק אויף אַזאַ טעות,

וואָרום ס׳איז פאַרשטאַנדיק בפשטות

(און מ׳זעט עד"ז במוחש ביי אַ בשר ודם)

אַז דער מראה הפנים

(עכ"פ)

בייט זיך לויט דער פעולה

וואָס מ׳טוט.

ס׳איז ניט גלייך דער מראה הפנים פון איינעם בשעת ער פירט אַ מלחמה צו דעם זעלבן מענטשן ווען ער איז עסוק אין אַ פעולה פון חסד ורחמים.

ועאכו"כ אַז מ׳זאָל דאַרפן באַוואָרענען פון אַ טעות אַז „רשויות הרבה הן" מצד דעם וואָס „היו שומעין קולות הרבה" 41

— בשעת אַז פון די אַלע הרבה קולות האָבן זיך געהערט די זעלבע דיבורים און

(ב)

ועיקר)

תוכנם איז „אנכי ה"א גו׳ לא יהי׳ לך וגו׳"!].

ונוסף לזה איז דאָ אַ באַזונדער שוועריקייט אין יעדן פון די צוויי פירושים 42

:

אין דעם ערשטן פירוש איז ניט מובן — דער „נגלה כאן כזקן מלא רחמים" איז

(לויט פרש"י 43 )

שוין געווען בחמישי בסיון

(ועכ"פ — אַ משך זמן איידער דער אויבערשטער האָט אָנגעהויבן זאָגן די עשה"ד 44 )

; האָט דער אויבערשטער גלייך בעת התגלותו געדאַרפט באַוואָרענען אידן פון דעם טעות

(בעיקרי אמונה)

ד„שתי רשויות הן"

(און ניט מפסיק זיין צוליב דעם באמצע עשה"ד).

און לויטן צווייטן פירוש — אַז דער אָרט פאַרן טעות איז געוואָרן דורך דעם קול פון די עשה"ד 45

— איז שווער

(ווי רש"י אַליין איז ממשיך 46 )

„ולמה אמר לשון יחיד אלקיך": אַזוי איז דאָס קיין קשיא ניט,

ווייל מען געפינט בריבוי מקומות אַז דער אויבערשטער רעדט צו עם ישראל בלשון יחיד

(ובפרט במ"ת ווען „ויחן שם ישראל — כאיש אחד בלב אחד" 47 )

; דאָ אָבער — וויבאַלד אַז דער קול איז געווען אין אַן אופן וואָס גיט אַן אָרט לטעות אַז „רשויות הרבה הן",

האָט מען דאָ בדוקא געדאַרפט נוצן אַ לשון רבים,

און ניט אַ לשון יחיד וואָס איז נאָך מוסיף אין דער נתינת מקום לטעות,

אַז „אלוקה א׳ מדבר עם איש א׳ ואלוקה אחר עם איש אחר חלילה" 48 .

[און דער ביאור פון רש"י — „ליתן פתחון פה למשה ללמד סניגוריא במעשה העגל" — איז לכאורה ווייט פון פשטות,

ווי מפרשים 49

פרעגן „מה מועיל סניגוריא זאת").

וע"פ כ"ז איז תמוה ביותר: וואָס איז מכריח רש"י׳ן בפשוטו של מקרא להוסיף,

צו ברענגען די צוויי פירושים?

ע"פ הנ"ל אָבער איז עס מובן בפשטות: לויטן ערשטן פירוש אין רש"י,

אַז „אשר הוצאתיך מארץ מצרים" איז אַ באַזונדער ענין פון אנכי ה"א — איז ניט גלאַטיק דער המשך הלשון „אנכי ה"א

אשר הוצאתיך מארמ"צ",

וואָרום בכלל ווייזט דער לשון „אשר" אויף אַ המשך צו דעם וואָס שטייט לפנ"ז

(און ניט אַ הוספת דבר חדש

(לגמרי)).

דערפאַר ברענגט רש"י די אַנדערע פירושים וואָס לויט זיי איז גלאַטיק דער המשך לשון הכתוב — ווי רש"י איז מדגיש,

אַז לויטן צווייטן

(ועד"ז — לויטן דריטן)

פירוש,

איז דער טייטש אין פסוק — „ אנכי הוא אשר הוצאתיך כו׳".

ו.

פון דעם סיום אין פירוש רש"י — „ולמה אמר לשון יחיד ..

ללמד סניגוריא במעשה העגל" — איז דאָ אַ הוראה נפלאה,

אויף וויפל יעדער איד איז חביב ביים אויבערשטן:

דאָ רעדט זיך וועגן אידן ביי וועלכע עס האָט געפעלט ניט בלויז דער „תהיו משועבדים לי" — נאָר זיי האָבן געהאַלטן ביי דעם קצה ההפכי לגמרי פון „אנכי ה׳ אלקיך"; און צוליב אַזעלכע אידן זאָגט דער אויבערשטער באַ מ"ת ולכל הדורות „לשון יחיד",

כדי משה זאָל האָבן אויף די אידן אַ „סניגוריא"!

נאָך מער: דער פתחון פה איז פאַרבונדן דערמיט וואָס דאָס איז מוסיף אין דער נתינת מקום לטעות אַז „רשויות הרבה הן"

(כנ"ל)

— ולאידך,

איז די „סניגוריא" לכאורה אַ שוואַכע

(כנ"ל פון מפרשים)

— ואעפ"כ זאָגט דער אויבערשטער אַז ס׳איז כדאי הדבר,

אפשר וועט דערפון אַרויסקומען אַ לימוד זכות אויף אַ אידן,

אַזאַ אידן.

אַי עס גיט אַן אָרט לטעות — איז „כתוב והרוצה לטעות יטעה" 50

!

וההוראה מובנת לכל אחד ואחד מאתנו — אַז מען דאַרף זיך עוסק זיין אין קירוב כל אחד ואחד מישראל .

ס׳איז ניטאָ וואָס צו מאַכן קיין חשבונות אַז מיט דעם אידן איז כדאי צו אָפּגעבן זיך משא"כ מיט אַ צווייטן כו׳ — באַוואָרנט די תורה,

אַז גלייך אין ערשטן דיבור פון די עשה"ד האָט דער אויבערשטער אַריינגעגעבן אַ פתחון פה אויף קענען געפינען אַ לימוד זכות אויף אַ אידן וואָס וועט נכשל ווערן ר"ל במעשה העגל

(היפך דעם דיבור עצמו „אנכי ה"א")

!

ועאכו"כ בדורנו זה,

וואָס רובם ככולם פון די וועלכע מ׳דאַרף מקרב זיין צו

אידישקייט זיינען אין גדר פון „תינוק שנשבה לבין העכו"ם" — דאַרף מען געפינען דרכים צו דערגרייכן כל אחד ואחד מישראל.

און דורך דעם וואָס מ׳איז מקרב אַלע אידן צו אבינו שבשמים,

שטעלט מען צוזאַמען דעם „קהל גדול" 51

וואָס וועט גיין לקבל פני משיח צדקנו,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ יתרו תש"ל)

Reader controls and commentary are loading.