א.
בתחלת פרשתנו,
נאָך דעם פסוק 1
„ויסב אלקים את העם דרך המדבר ים סוף וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים",
שטייט 2
: „ויקח משה את עצמות יוסף עמו כי השבע השביע גו׳ והעליתם את עצמותי מזה אתכם".
שטעלט זיך דער כלי יקר 3
אויף סמיכות הפסוק „ויקח משה את עצמות יוסף" צום פסוק שלמעלה 4
„וחמושים עלו בני ישראל" 5 ,
און איז עס מסביר בהקדם וואָס עס שטייט אין „ילקוט
פרשה זו 6 ,
שהיו מהלכין במדבר שני ארונות ארון השכינה וארונו של יוסף והיו האומות שואלים מה טיבו ..
והשיבו להם קיים זה ..
שיוסף קיים כל עשרת הדברות
(שבלוחות שבארון השכינה)
כו׳".
ועפ"ז איז ער מסביר די סמיכות: פריער שטייט „וחמושים עלו בני ישראל מזויינים,
וכלי זיין שלהם הוא ארון הקודש שהי׳ הולך כו׳" 7 .
און אויף דעם קומט דער פסוק שלאח"ז — „ויקח משה את עצמות יוסף עמו",
אויף מסביר זיין — וואָס איז דער ענין פון די „כלי זיין" לפני מ"ת,
איידער ס׳איז געווען דער „ארון הקודש" — אַז דאָס איז „עצמות יוסף",
ווייל „ארונו של יוסף הי׳ דומה כאילו הי׳ חקוקים בו כל עשרת הדברות".
און דערנאָך זאָגט ער אַ צווייטן ביאור,
אַז עס קומט בהמשך צו דער התחלה פון פריערדיקן פסוק: וויבאַלד אַז „ויסב אלקים את העם דרך המדבר ים סוף",
איז „חשב משה אולי יעכב עליהם הים,
אז יקרע להם בזכות יוסף כמו שלמדו רבותינו ז"ל 8
מן פסוק 9
הים ראה וינוס מה ראה עצמותיו של יוסף".
ס׳איז אָבער צריך ביאור אין ביידע פירושים
(ובפרט ע"ד הפשט)
: אין די
פסוקים פריער ווערט ניט דערמאָנט דער ענין אַז מ׳איז געגאַנגען אין מדבר מיטן „ארון השכינה"
(ובמילא אַז ארונו של יוסף האָט פאַרביטן דעם ארון הקודש)
; און עס ווערט אויך ניט דערמאָנט
(אויך ניט אין די פסוקים שלאח"ז)
אַז קריעת ים סוף איז געווען בזכות יוסף 10 .
פון דעם איז מובן,
אַז אע"פ וואָס דאָס נעמען עצמות יוסף איז בעיקר אַן ענין וואָס איז שייך צו יציאת מצרים 11 ,
כהשבעת יוסף 2
„פקוד יפקוד גו׳ והעליתם את עצמותי",
איז דאָס אָבער אויך פאַרבונדן מיט „ויסב אלקים את העם דרך המדבר" — די הליכה אין מדבר דוקא.
ודורש ביאור — וואָס איז די שייכות פון די צוויי ענינים?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז התורה היא נצחית,
ס׳איז אַ הוראה צו יעדן אידן בכל הזמנים און בכל המקומות,
איז מובן,
אַז אויך דער ענין
(„ויקח משה את עצמות יוסף עמו" גייענדיק אין מדבר 12
ביציאתם ממצרים),
איז אין אים דאָ אַ הוראה נצחית.
ובהוספת פרט — עס קומט אַן ענין נצחי — אין דער איינמאָליקער פעולה פון „ויקח משה את עצמות יוסף",
אַרויסגייענדיק פון מצרים.
ב.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס עס שטייט אין פסוק „ויקח משה את עצמות יוסף עמו".
דלכאורה,
אין הכי נמי,
אַז בהשבעתו האָט יוסף גענוצט אויף זיך דעם לשון
(ווי ער איז מסיים אין פסוק)
„והעליתם את עצמותי מזה אתכם" 13
— וויבאַלד אָבער עס איז ניט קיין לשון של כבוד פאַר צדיקים,
האָט תורה ,
לכאורה,
געדאַרפט נוצן ניט דעם לשון „ עצמות יוסף" 14 ,
נאָר „ויקח משה את
( ארון )
יוסף עמו" 15
(ובפרט לפי׳ הא׳ פון כלי יקר),
וכיו"ב?
ויש לומר אַז דאָס גופא קומט דער פסוק מדגיש זיין,
אַז אַרויסגייענדיק פון מצרים האָט משה גענומען מיט זיך „ עצמות יוסף" — וואָס עצמות ווערן אַזוי אָנגערופן ווייל זיי זיינען עצם ותוקף האדם והבע"ח 16
— די עצמיות פון יוסף׳ן,
עצם ענינו פון יוסף 17
— און דאָס
(מיטנעמען עצמות יוסף)
איז בעיקר נוגע ווייל „ויסב אלקים את העם דרך המדבר ",
כדלקמן.
ג.
וואָס איז עצמיות של יוסף — ווערט עס געזאָגט 18
אין זיין נאָמען 19
— „יוסף",
וואָס „ותקרא את שמו יוסף לאמר יוסף ה' לי בן אחר " 20 .
ד.
ה.
ענינו של יוסף איז — עס זאָל צוקומען נאָך אַ „בן".
דאָס איז אָבער נאָך ניט שלימות עצמות יוסף,
וואָרום דעמאָלט וואָלט געדאַרפט שטיין נאָר „יוסף ה׳ לי בן".
פון דעם וואָס „יוסף" איז „ לאמר יוסף ה׳ לי בן אחר " איז מובן,
אַז דאָס איז ניט „בן" סתם,
נאָר „בן אחר",
אַז פון „אחר" זאָל מען מאַכן אַ „בן" 21 .
פון אַ אידן וועלכער איז אַן „אחר",
זיין הנהגה איז אַ הנהגה אחרת פון אידישקייט,
ביז ר"ל אינגאַנצן „אחר" — „שאינו צד הקדושה" 22
— דאַרף מען פון אים מאַכן אַ „בן",
אַ אידן וואָס אין אים זעט זיך אַז ער איז אַ בן — בנים אתם לה׳ אלקיכם 23 .
[און ווי דער צ"צ 24
איז מבאר איינעם פון די פירושים אין מאמר המדרש 25
אויפן פסוק „יוסף ה׳ לי בן אחר",
אַז „אחר" מיינט „שעשה מעשה אחרים כגון ירבעם וחביריו".
וואָס לכאורה איז תמוה 26 ,
וואָס רחל האָט מתפלל געווען אַז עס זאָל באַ איר צוקומען אַ בן וואָס
איז עושה מעשה אחרים כגון ירבעם וחביריו?
נאָר דאָס גופא איז דער פירוש פון „יוסף ה׳ לי בן אחר",
אַז פון איינעם וואָס איז עושה מעשה אחרים — זאָל ווערן אַ „בן" לאביו שבשמים,
להקב"ה].
און דער ענין איז נוגע ביים אַרויסגיין פון מצרים און אַלס הכנה לזה,
וואָס דעמאָלט באַ יצי"מ,
איז נתגלה געוואָרן בכל העולם הקיום בפועל ובגלוי פון דעם אָנזאָג „שלח את בני " 27 ,
אַז אידן זיינען בנים 28 .
און דעריבער,
מדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה 29 ,
איז באַם אַרויסגיין פון מצרים — האָבן אידן
(דורך משה — רועה ישראל ומוציאם ממצרים — )
גענומען מיט זיך עצמות יוסף ,
אַ איד מאַכט עס זאָל צוקומען נאָך אַ „בן" פון דעם אויבערשטן; און ער דאַרף דאָס פועל זיין אפילו אויף אַזאַ וועלכער איז ביז דאַן געווען אַן „אחר".
ד.
ע"פ הנ"ל וועט אויך זיין מובן דער „נעוץ תחלתן בסופן" 30
פון תחלת פרשתנו מיט סופה:
אין סוף הפרשה 31
ווערט דערציילט „ויבא עמלק וילחם עם ישראל ברפידים ויאמר משה אל יהושע בחר לנו אנשים",
אַז די מלחמה איז געפירט געוואָרן ע"י יהושע.
און ווי עס שטייט אין מדרשים 32
דער טעם פאַרוואָס די מלחמה האָט געדאַרפט זיין דורך יהושע,
ניט דורך משה,
ווייל יהושע איז מזרע יוסף
וכתיב 33
„והי׳ בית יעקב אש ובית יוסף להבה ובית עשו לקש" און עמלק איז דאָך מזרע עשו.
די מעגליכקייט אַז עמלק האָט געקענט מלחמה האָבן מיט אידן איז געקומען מצד דעם וואָס ביי די אידן איז געוואָרן אַ ספק אין אמונה,
„היש ה׳ בקרבנו אם אין" 34 .
און וועלכע אידן האָט עמלק געקענט אָנרירן — נאָר אין די וואָס זיינען געווען „נחשלים אחריך " 35 ,
ווי רש"י טייטשט 36
„חסרי כח מחמת חטאם שהי׳ הענן פולטן",
נאָר אין די וואָס זיינען געווען אחריך — חוץ להענן; די אידן וואָס האָבן זיך געפונען אינעווייניק ,
זיי האָט עמלק ניט געקענט אָנרירן.
קומט עמלק
(דורך דעם יצר הרע)
און פרעגט 37
: וויבאַלד אַז ער
(עמלק)
האָט מלחמה נאָר מיט די „חסרי כח מחמת חטאם ",
אָבער ניט די וועלכע זיינען געווען בתוך הענן — איז וואָס איז דער הכרח אַז די אידן „יראי חטא" 38
זאָלן אַרויסגיין פון ענן,
ווי רש"י טייטשט 39
„ וצא מן הענן" און „הלחם
(בעמלק)
"?
חוץ מן הענן איז אַ מקום סכנה בגשמיות וברוחניות,
און דאָס אַלץ בכדי צו ראַטעווען אידן וואָס „הענן פולטן"?
איז די הקדמה ליצי"מ
(ולמלחמת עמלק)
„ויקח משה את עצמות יוסף עמו" — ובמילא,
בשעת עס קומט אַ מצב אַז אַ איד איז אין אַ מעמד פון „אחר" צו אבינו שבשמים,
ער פרעגט „היש ה׳ בקרבנו",
און ווי דער משל וואָס רש"י ברענגט 40
פון אַן „אדם שהרכיב בנו על כתפו ויצא לדרך כו׳ פגעו באדם אחד אמר לו אותו הבן ראית את אבא אמר לו אביו אינך יודע היכן אני כו׳" — ער זעט ניט
(אַנערקענט ניט)
אביו ר"ל,
ביז ער איז עושה מעשה אחרים,
דאַן פאָדערט זיך פון אידן,
„גבורים ויראי חטא" 38 ,
אַרויסצוגיין מחוץ להענן אויף ראַטעווען יענעם אידן און אים אַריינברענגען צוריק תוך הענן,
און ער זאָל זען אבינו שבשמים,
זען ווי דער אויבערשטער פאַרנעמט זיך מיט יעדער אידן אַלס זיין בן,
„תמיד אני ביניכם ומזומן לכל צרכיכם" 41 ,
און געזען ווערן פון אַלעמען אַז ער איז אַ בן.
און דאָס איז דער תוכן וכוונה וואָס די מלחמה איז געווען ע"י יהושע: די מלחמה איז געפירט געוואָרן ע"י משה רבינו ובשליחותו של משה,
אנשי משה 42
; צוזאַמען דערמיט
(— בחר לנו )
האָט די מלחמה,
ראַטעווען אידן וואָס זיינען חלוש באמונתם,
„חסרי כח מחמת חטאם" — האָט עס געדאַרפט זיין ע"י יהושע שהוא מזרע יוסף,
ווייל דאָס איז עבודת יוסף,
„יוסף ה׳ לי בן אחר",
און וואָס משה האָט מיט זיך מיטגענומען אַרויסגייענדיק פון מצרים.
ה.
עפ"ז איז אויך מובן די סמיכות הפסוקים,
וואָס דער פסוק „ויקח משה את עצמות יוסף עמו" קומט נאָך דעם פסוק „ויסב אלקים את העם דרך המדבר ים סוף":
דער מיטנעמען „עצמות יוסף עמו" איז געווען נוגע
[אויב אידן וואָלטן תיכף אַריין אין ארץ ישראל
(וואָס דעמאָלט 43
וואָלט געווען אַ גאולה שלימה 44 ),
וואָלט מען זיך ניט גענויטיקט צוליב זיך 45
אויף אַזויפיל אין „עצמות יוסף" — אָבער]
ווייל „ויסב אלקים את העם דרך המדבר " — פון מצרים זיינען אידן געגאַנגען אין מדבר,
„מדבר הגדול והנורא נחש שרף ועקרב וצמאון אשר אין מים" 46 ,
ס׳איז אַ מקום סכנה בגשמיות,
ווייל ס׳איז אַ מקום סכנה ברוחניות,
„לא ישב אדם שם" 47
— אַ מקום וועלכער איז ניט בסוג פון ישוב פון אתם קרוים אדם 48 ,
אַן אָרט וואו עס קומט ניט דער „אדם העליון" אויף וועלכן עס שטייט 49
„ועל דמות הכסא דמות כמראה אדם עליו מלמעלה" 50 ,
קען דאָרטן טרעפן אַז אַ איד זאָל ניט ביישטיין די נסיונות וועלכע זיינען פאַראַן דאָרטן,
און ער זאָל שטיין אין אַ מעמד ומצב של „אחר"
ר"ל
[און ווי עס זיינען געווען די נסיונות ומריבות פון אידן גייענדיק אין מדבר],
האָט מען דעריבער געדאַרפט מיטנעמען עצמות יוסף,
די עבודה ונתינת כח פון „יוסף ה׳ לי בן אחר" — פון דעם מעמד ומצב של „אחר" צו מאַכן אַ בן לאבינו שבשמים.
ו.
און דאָס איז אויך די הוראה וואָס מ׳נעמט אַרויס אויף כל הזמנים והמקומות — פון דעם וואָס „ויקח משה את עצמות יוסף עמו":
די הליכה פון אידן כל זמן משך הגלות איז דאָך — כמובן בפשטות ומבואר אין ספרים 51
— אַ הליכה אין „מדבר העמים" 52 .
האָט מען אין דעם די הוראה נצחית אַז זייענדיק אין גלות דאַרף מען 53
מיטנעמען עצמות יוסף,
די עבודה פון יוסף צו מאַכן אַן „אחר" אַז ער זאָל צוריק ווערן אַ בן לאבינו שבשמים.
און דאָס איז אויך די שייכות צום סיום פון דעם פריערדיקן פסוק „וחמושים עלו בנ"י מארץ מצרים",
וואָס איינער פון די פירושים אין „וחמושים" איז 54
(ווי אַראָפּגעבראַכט אויך אין פרש"י 55 )
„אחד מחמשה יצאו וארבעה חלקים מתו בשלשת ימי אפלה".
אויף דעם איז די תורה ממשיך,
וויבאַלד אַז „ויקח משה את עצמות יוסף עמו",
וויבאַלד מ׳נעמט מיט „עצמות יוסף" במשך כל הזמן
(אויך כולל זמן הגלות)
לאח"ז,
אַז פון יעדן
אידן וואָס איז „אחר" מאַכט מען אַ בן לאבינו שבשמים,
וועט יעדער איד אויסגעלייזט ווערן פון גלות.
און ווי גערעדט כמה פעמים 56
בביאור לשון רז"ל אין דער תשובה אויף דער שאלת הבן רשע — „אילו הי׳ שם לא הי׳ נגאל",
אַז דוקא ווען ער וואָלט געווען „שם" — אין מצרים — „לא הי׳ נגאל",
אָבער אין דער גאולה פון דעם איצטיקן גלות,
וועט אויך ער נגאל ווערן,
ומקרא מלא דבר והבטיח הכתוב לבלתי ידח ממנו נדח — געבראַכט געוואָרן לפס"ד 57 ,
און דאָס גופא איז מעורר באַ אים ער זאָל זיך אומקערן לה׳ ולתורתו,
ווערן אַ בן
(חכם)
לאביו שבשמים.
ז.
פרשת בשלח לייענט מען אַלעמאָל אין חודש שבט.
וואָס חודש שבט איז פאַרבונדן במיוחד מיט
(דער עבודה פון)
יוסף.
וכידוע אַז די י"ב חדשי השנה זיינען כנגד די י"ב שבטים 58 ,
און די שבטים כפי סדר תולדותם קומט אויס,
אַז חודש שבט — דער עלפטער חודש
(פון ניסן)
— איז כנגד יוסף 59 .
די שייכות פון חודש שבט צו יוסף וועט מען פאַרשטיין בהקדם המבואר אין קבלה 60
אַז אין די י"ב חדשי השנה זיינען מאיר די י"ב צירופי שם הוי',
אין יעדן חודש איז מאיר אַ צירוף מיוחד פון שם הוי׳.
דער צירוף פון שם הוי' פון חודש שבט 61
איז דער צירוף וואָס איז יוצא מר"ת 62
„ ה מר י מירנו ו הי' ה וא" 63 .
וואָס לכאורה פאָדערט זיך ביאור: אַלע ענינים אין תורה זיינען בתכלית הדיוק.
מוז מען דאָך זאָגן אַז די ווערטער „המר ימירנו והי׳ הוא",
וואָס איז דער צירוף פון שם הוי׳ שבחודש שבט — זיינען פאַרבונדן מיט דעם תוכן הענין פון דעם פסוק.
איז ניט מובן: אין פסוק שטייט דאָך
(פריער)
„ ולא ימירנו",
ס׳איז אַ לאו מן התורה,
ביז אַז „כל הממיר לוקה" 64 .
עס איז נאָר אַז „ ואם המר ימירנו
(איז)
והי׳ הוא ותמורתו יהי׳ קודש".
און דאָ זאָגט מען אַז דער צירוף שם הוי׳ שבחודש שבט איז פון די ווערטער „המר ימירנו והי׳ הוא" בפני עצמם ,
כאילו אַז ס׳איז אַן ענין חיובי,
און נאָכמער — אַ ציווי „המר ימירנו",
בשעת אַז
פשטות הכתוב והענין איז דאָך להיפך,
אַז מ׳טאָר ניט ממיר זיין,
„ולא ימירנו".
וי"ל דעם ביאור בזה,
ע"פ הנ"ל: דער תוכן ענין התמורה בעבודה רוחנית איז* 64
— דאָס וואָס מ׳בייט אויס איין זאַך אויף אַ צווייטער,
אַז פון אַ דבר חול מאַכט מען קדושה,
וואָס דאָס איז דער תוכן הנ"ל פון „יוסף ה׳ לי בן אחר",
אַז פון אַן „אחר" מאַכט מען אַ „בן".
וואָס אין דער עבודה פון מאַכן פון אַן „אחר" אַ „בן" פאָדערט זיך ירידה לחול,
אַז אַ איד דאַרף אַרויסגיין פון זיין אָרט,
וואָס ער געפינט זיך „בתוך הענן",
אין די ד׳ אמות של תורה ושל תפלה,
און אַרויסגיין מחוץ להענן,
כנ"ל,
און זיין אין דעם אָרט וואו עס געפינט זיך דער „אחר",
און דאָרטן פּועל׳ן אַז פון דעם „אחר" זאָל ווערן אַ „בן" בגלוי.
וואָס דאָס איז דאָך אַ תנועה פון „תמורה",
תמורה מצד המשפיע,
ער איז מחליף את מקומו און גייט אַרויס לרשות הרבים ,
און דאָרטן פּועל׳ט ער די תמורה פון דעם „אחר",
אַז אַנשטאָט אַן „אחר" זאָל ער ווערן אַ „בן" 65 .
אויף דעם קען קומען אַ טענה: פאַרוואָס דאַרף ער אַרויסגיין פון זיינע ד׳ אמות,
ד׳ אמות של קדושה,
און גיין אין רשות הרבים,
בכדי צו אויפזוכן אַן „אחר" און מאַכן פון אים אַ בן?
ס׳איז בעסער ער זאָל בלייבן אין די ד׳ אמות
של קדושה,
ובפרט
(טענה׳ט „ער")
אַז דאָס אַרויסגיין איז פאַרבונדן מיט אַ נסיון און מ׳בעט דאָך ביים אויבערשטן „ואל תביאנו כו׳ ולא לידי נסיון" 66 ,
עאכו"כ אַז מ׳טאָר זיך אַליין ניט אַריינשטעלן אין אַ נסיון 67 .
אויף דעם ענטפערט תורה,
אַז תמידים כסדרם דאַרף זיין „ולא ימירנו",
דאָס איז דער סדר על דרך הרגיל; בשעת אָבער מ׳זעט אַ אידן אין מדבר,
מדבר העמים כו׳ כנ"ל,
אין אַ מצב פון סכנת נפשות,
און ווער רעדט נאָך אויב ס׳רעדט זיך וועגן כו"כ אידן,
דאַרף מען דעמאָלט מפסיק זיין פון לימוד התורה ועבודת התפלה וכו׳ 68
און אַרויסגיין מקיים זיין די מצוה הכי גדולה מציל זיין אָט די אידן וואָס געפינען זיך במצב של סכנה.
און בשעת ער טענה׳ט אַז ער וויל ניט גיין ווייל ער האָט מורא ער זאָל ניט גע׳ניזק׳ט ווערן אין רוחניות,
זאָגט תורה אַז דאָס איז אַ „חסיד שוטה" 69 .
בשעת עס האַנדלט זיך וועגן אַן איש או אשה 70 ,
אַ תינוק ותינוקת 71
וועלכע זיינען טובע בנהר,
ופשיטא אין אַ מצב פון סכנה ברוחניות
(דקשה המחטיאו יותר מן ההורגו 72 ),
מוז מען דעמאָלט לויפן מציל זיין,
אָן חשבונות.
און טאָמער מען טוט דאָס ניט,
איז ניט נאָר וואָס דאָס איז היפך פון אַ חסיד אפילו אַ חסיד שאינו חכם,
היפך אַ הנהגה פון לפנים משורת הדין,
נאָר דאָס איז היפך הדין.
און אַ דין הכי חמור — פקוח נפש.
ח.
און בשעת מען פירט זיך באופן הנ"ל,
מצד,
וע"פ,
הוראת התורה
[כולל אויך — מיט דער הקדמה וואָס ער איז יורד ממדריגתו,
ער איז אָבער ח"ו ור"ל ניט מוריד די תורה,
ער מאַכט ניט קיינע פשרות בתורה,
ועאכו"כ אַז ח"ו ור"ל,
ער מאַכט ניט קיין שינויים אין תורה ומצות]
קומט די הבטחה „המר ימירנו והי׳ הוא ותמורתו יהי׳ קודש",
נוסף אַז דאָס איז אים ניט מזיק ח"ו,
נאָר סיי „הוא" און סיי „תמורתו"
(דער צווייטער איד וואָס איז במדריגת „אחר")
וועלן זיין „קודש".
ובאופן פון והי׳ ,
וואָס דאָס גופא שטייט אין די ר"ת הוי׳ שבחודש שבט,
„המר ימירנו והי׳ הוא ": „והי׳" — בהווייתו יהא 73 .
און מען זאָגט „ והי׳ הוא " — פשיטא אַז אין אים וועט קיין ירידה ניט זיין,
נאָר נתוסף אַז „והי׳ — בהווייתו יהא ",
ער איז ונמשך כך בתוקף ובשלימות הקדושה שלו.
ועד"ז בנוגע צום מקבל,
זאָגט מען „והי׳ הוא",
באַ דעם „אחר" כמו שהוא איז דאָך זיין אידישקייט באופן של „הוא",
נסתר,
בהעלם.
עס געפינט זיך טאַקע אין אים,
וכפסק דין הרמב"ם 74
אַז יעדער איד „רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות את כל המצות כו׳",
דאָס איז אָבער באופן של העלם 75 ,
היפך פון „זה" וואָס ווייזט אויף אַ דבר הגלוי.
און דער איד המשפיע פּועל׳ט און טוט אויף אַז „ והי׳ הוא " — אַז דער ניצוץ פון אידישקייט וואָס געפינט זיך אין אים בהעלם,
זאָל פועל זיין פעולתו בגלוי ובאופן של „והי׳ — בהווייתו יהא",
בכל התוקף.
ט.
פון דעם צירוף שם הוי׳ שבחודש שבט נעמט מען אַרויס נאָך אַ הוראה עיקרית אין דער עבודה פון „יוסף ה׳ לי בן אחר":
ס׳איז דאָ די וואָס קומען בטענה
(בתואנה)
: בשעת מ׳טוט מיט אַ אידן און מ׳ברענגט אים אַריין אין דעם אָרט וואו דער טוער געפינט זיך און יענער בלייבט דאָרט,
אין די ד׳ אמות של תורה ושל תפלה — בתוך הענן,
פאַרשטייט מען די תועלת שבזה,
מ׳האָט פון אַן „אחר" געמאַכט אַ „בן" לאביו שבשמים.
וואָס איז אָבער די תועלת פון לייגן תפלין מיט אַ אידן
(אָדער אַן אַנדער מצוה וכיו"ב)
איין מאָל 76
— בשעת ער קערט זיך אום צוריק מחוץ להענן,
צו זיינע פריערדיגע ד׳ אמות,
ער בלייבט ניט אין די ד׳ אמות של תורה ותפלה?
— דער אמת איז אָבער להיפך,
ובאמת פון תורה ,
און פס"ד ברור בתורה 77
דבר השם זו הלכה 78 ,
ובלשון היד החזקה 79
: צריך כל אדם שיראה
עצמו כו׳ כאילו חציו זכאי וחציו חייב וכן כל העולם חציו זכאי וחציו חייב כו׳ עשה מצוה אחת הרי הכריע את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות וגרם לו ולהם תשועה והצלה כו'.
נוסף אויפ׳ן פס"ד ברור — איז
יעדער מאָל וואָס אַ איד איז מקיים אַ מצוה ווערט „מצוה" מלשון צוותא וחיבור 80
צווישן דעם מקיים המצוה און דעם אויבערשטן
(מצוה המצוות),
און ער ווערט פאַרבונדן מיטן אויבערשטן אין אַ יחוד נצחי 81 .
און נוסף ע"ז — וויבאַלד דאָס איז אַ פעולת מצוה,
האָט זי אין זיך די תכונה
(כפסק דין ברור במשנה)
„מצוה גוררת מצוה" 82 ,
די מצוה וועט אים גורר זיין צו טאָן נאָך אַ מצוה,
וועלכע וועט גורר זיין נאָך אַ מצוה וכו' — ביז צו ווערן אַ שומר תורה ומצות.
וואָס דערווייל זעט ער ניט בעיני בשר ווי „ותמורתו יהי׳ קודש" — אויף דעם איז דער ענטפער ברור און די הוראה 83
פון דעם צירוף שם הוי׳ בדיוקו : „המר ימירנו והי׳ הוא",
אַז
(דער המשך הכתוב)
„ותמורתו יהי׳ קודש" — ווערט ניט געזאָגט אין די ר"ת:
אַ איד דאַרף טאָן די עבודה וואָס ליגט אויף אים „המר ימירנו והי׳ הוא",
ער דאַרף זיך משתדל זיין,
וכדבעי 84
אע"פ וואָס דורך דעם וועט ער יורד זיין
( זמנית )
און גייט אַרויס
( זמנית )
מד' אמות שלו,
בכדי צו פּועל׳ן אויף אַ צווייטן אידן וואָס איז במדריגת „אחר" — אָבער די תוצאה דערפון צי דער איד המושפע וועט בפועל
(גלייך)
ווערן „ותמורתו יהי׳ קודש" אָדער ח"ו ניט — איז ניט קיין תנאי אין זיין שליחות.
בסגנון ברור: די שליחות פון אַ אידן איז טאָן די מעשה; אויפטאָן — דאָס איז דעם אויבערשטנס חלק.
פשיטא אַז דאָס מיינט ניט צו זאָגן ח"ו אַז ס׳איז מספיק אַן איינמאָליקע פעולה מיט אַ אידן
(סיי בלימוד התורה סיי בקיום המצוה)
און דערנאָך לאָזט ער אים אָפּ ח"ו.
כל זמן מ׳האָט אַ צוטריט צו דעם אידן דאַרף מען באַ אים צינדן דעם „נר ה׳ נשמת אדם" 85 ,
וכציווי חז"ל 86
בכיו"ב — אפילו מאה פעמים,
ביז עס זאָל זיין „שלהבת עולה מאלי׳" 87 ,
ער ווערט אַ נר־מאור.
די כוונה איז,
אַז אויך אין אַ פאַל ווען מ׳טרעפט אַ אידן און באותו זמן זעט מען נאָר אַ מעגלעכקייט צו טאָן מיט עם אַן איין איינציקע מעשה המצוה,
וואָרום ער ווייסט ניט אויב און ווען ער וועט אים זען נאָכאַמאָל,
דאַרף ער טאָן כפי כל יכלתו בזמן זה,
און דאָס איז זיין שליחות ,
„המר ימירנו והי׳ הוא".
י.
כל הנ"ל איז נוגע במיוחד לדורנו זה ולזמן זה.
וואָס יום העשירי בשבט,
איז דער יום ההסתלקות־ההילולא פון נשיא דורנו,
דעם רבי׳ן דעם שווער,
וועלכער איז חל בכמה שנים בסמיכות צו פרשת בשלח.
וואָס ביום ההילולא פון אַ צדיק זיינען „עולה למעלה כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד בה
כל ימי חייו" 88 ,
און דאָס איז מאיר „ומתגלה בבחי׳ גילוי מלמעלה למטה " 89 .
זעט מען אַז אָט די הנהגה פון יוסף,
„יוסף ה׳ לי בן אחר" — פון אַן „אחר" מאַכן אַ „בן" — איז דאָס געווען אַ נקודה תיכונה פון „מעשיו ותורתו ועבודתו" פון דעם בעל ההילולא,
דער יוסף שבדורנו
(כשמו הראשון),
אויף וועלכער ער האָט זיך מוסר נפש געווען בפועל ממש,
במשך כל ימי חייו בעלמא דין,
און געשיקט שלוחים וואָס האָבן זיך אויף דעם מוסר נפש געווען,
ביז אויך שלוחי שלוחיו וועלכע געפינען זיך בכל קצוי תבל און טוען און זיינען מצליח צו מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים.
און וויבאַלד זיי טוען דאָס בשליחותו ובכחו של נשיא דורנו וואָס טראָגט דעם שם יוסף,
איז נוסף אַז אין זיי ווערט ניט ח"ו קיין ירידה במדריגתם,
נאָר אדרבה,
נעשו מוחם ולבם זכים אלף פעמים ככה 90 ,
און אָט די מעלה וואָס ווערט
אויפגעטאָן באַ דעם „אחר",
אַז „במקום שבעלי תשובה עומדין אפילו צדיקים גמורים אין יכולים לעמוד בו" 91 ,
ווערט אויפגעטאָן אויך ביי די שלוחים,
וכ"ז אין אַן אופן פון יצחק
(חותם שמו דבעל ההילולא)
ושחוק — בשמחה ובטוב לבב,
און — „ויברכהו הוי׳",
אויך יעדערן בפני עצמו.
וע"י עבודה זו גייען אַלע אידן אַריין אין צבאות ה׳,
עס ווערט אויפגעשטעלט דער צבא פון כל ישראל וכלל ישראל,
ובני ישראל יוצאים ביד רמה,
„בריש גלי" 92 ,
בביאת משיח צדקנו,
וואָס משיח עתיד לאתבא צדיקייא בתיובתא 93 ,
בגאולה האמתית והשלימה 94 .
(משיחות ש"פ בשלח תשכ"ג — תשל"ח,
ש"פ וארא תשמ"ה)