א.
אין דער פרשה וועגן מופת המטה 1
— נאך "וישלך אהרן את מטהו לפני פרעה ולפני עבדיו ויהי לתנין" און "ויעשו גם הם חרטומי מצרים בלהטיהם כן וישליכו איש מטהו ויהיו לתנינים" — פירט אויס דער פסוק "ויבלע מטה אהרן את מטותם".
שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "ויבלע מטה אהרן" 2
און איז מפרש "מאחר 3
שחזר ונעשה מטה בלע את כולן".
אין פשטות קומט דא רש״י באווארע־ נען בפירושו זה 4
: אין פסוק ווערט ניט דערציילט,
אז נאך דעם
(ווי דער מטה אהרן איז געווארן א תנין)
איז דער תנין צוריק פארוואנדלט געווארן אין א מטה,
במילא וואלט געווען אן ארט צו אננעמען,
אז דער "ויבלע" דא מיינט אז זייענדיק א תנין האט ער בולע געווען די תנינים פון די חרטומים 5
: און דאס וואס דער פסוק רופט עס אן "
(ויבלע)
מטה אהרן את מטותם ",
איז עס דער־ פאר וואס בטבעם זיינען זיי געווען מטות
(מטה אהרן און מטות החרטומים) 6 .
דעריבער איז רש״י מפרש,
אז דאס איז ניט אזוי,
נאר "ויבלע מטה אהרן" מיינט כפשוטו: "מאחר שחזר ונעשה מטה בלע את כולן",
אז ווערנדיק צוריק א מטה האט ער זיי בולע געווען 7 .
לכאורה איז דער טעם פארוואס רש״י איז אזוי מפרש — אע״פ אז אין פסוק ווערט ניט דערמאנט אז "חזר ונעשה מטה״ — ווייל דאס איז דער פשוט׳ער טייטשט פון די ווערטער "ויבלע מטה אהרן גו׳"
(ניט "ויבלע תנין אהרן") 4 .
ולהעיר אז באופן זה איז נאכמער מודגש דער פלא ונס שבזה,
אז דער מטה אהרן האט געטאן די פעולת הבליעה,
וואס איז לגמרי ניט בגדרי הטבע.
ב.
לפ״ז דארף מען פארשטיין:
די גמרא 8
זאגט בנוגע דעם פסוק ״ויבלע מטה אהרן את מטותם״ — "נס בתוך נס": ועד״ז שטייט אין מדרש אז דא איז געשען א "נס גדול ״ 9 .
איז ניט
מובן: פארוואס זאגט ניט רש״י אויך בפשוטו של מקרא אז דאס איז געווען א "נס בתוך נס" וכיו״ב?
און אע״פ אז בפשוטו של מקרא איז לכאורה ניט נוגע צו מדגיש זיין דעם גודל הנס דא און ס׳איז גענוג וואס רש״י איז מתאר דעם אופן המאורע — "מאחר שחזר ונעשה מטה בלע את כולן"
(וואס דאס איז נוגע צו פירוש הכתובים)
—
זעט מען אבער בפרשתנו גופא,
בנוגע מכת ברד,
אז רש״י איז מפרט 10
ווען ס׳איז געווען אן ענין פון "נס בתוך נס" 11 .
און דער טעם דערפון איז מובן בפשטות: ביים שיקן משה ואהרן צו פרעה האט דער אויבערשטער געזאגט 12
"ואני אקשה את לב פרעה והרביתי את אותותי ואת מופתי בארץ מצרים".
ולפ״ז איז מובן,
אז אינעם לימוד לפי פשש״מ דארף זיין וואס מער ניכר ומוסבר אויך דער ריבוי פון די אותות ומופתים בארץ מצרים
(און ווי רש״י זאגט
(אויך)
בא מכת שחין 13
"הרי נסים הרבה").
ולפ״ז תמוה: פארוואס איז רש״י ניט מוסיף אויך דא די הדגשה אז דא איז געשען א "נס בתוך נס"?
ואדרבא: בנוגע די מכות איז דאך עיקר תכליתן געווען צו מעניש זיין,
להכות פרעה און די מצריים,
וואס איו דעם איז לכאורה ניט אזוי נוגע די הדגשה אז עס זיינען דערביי פארגע־ קומען כמה נסים ,
ואעפ״כ געפינט רש״י פאר נויטיג צו מדגיש זיין בא שחין וברד דעם ריבוי הנסים שבהם,
עאכו״כ
ביי דעם מופת פון הפיכת מטה לנחש,
וואס איז כל כולו געווען
(ניט אלס עונש והכאת מצרים,
נאר)
אלס אות ומופת — ווי אן ענטפער אויף "תנו לכם מופת " 14
— האט דאך רש״י דא זיכער געדארפט ארויסברענגען דעם גודל הנס-והמופת שבדבר.
ג.
בפשטות וואלט מען געקענט מבאר זיין,
אז דער פירוש "נס בתוך נס" דא איז ניט מתאים
(בפירוש רש״י)
בפשוטו של מקרא :
איינע פון די פירושים במפרשים 15
אין דעם פשט פון "נס בתוך נס" איז: דער ערשטער נס איז וואס דער תנין איז צוריק געווארן א מטה און דער נס השני איז וואס דער מטה האט בולע געווען את מטותם.
[און אזוי קען מען איינטייטשן 16
אין פירוש רש״י בש״ס 8
אויף "נס בתוך נס" — "לאחר שחזר ונעשה מטה בלען ולא כשהוא תנין דלא כתיב ויבלע תנין אהרן" 17 ].
אבער בפשוטו של מקרא קען רש״י אזוי ניט אננעמען.
ווארום
[נוסף לזה אז דער ערשטער נס וואס "חזר ונעשה מטה" איז ניט פארבונדן מיט דעם ענין פון ״ויבלע מטה אהרן״ — מיט דער עצם בליעה — ובמילא איז עס ניט קיין ״נס בתוך נס״ — איז בעצם הענין]
: בפשוטו של מקרא דארף אויסקומען,
אז
די חזרת התנין למטה איז איבערהויפט ניט געווען קיין נס,
ובהקדים:
פריער אין פ׳ שמות 18
ווען דער אויבערשטער האט געוויזן משה׳ן דעם אות פון מטה וואס ער זאל ווייזן אידן,
שטייט אין פסוק אז נאך דער פעולה פון "וישליכהו ארצה ויהי לנחש",
האט דער אויבערשטער געזאגט משה׳ן "שלח ידך ואחו בזנבו וישלח ידו ויחזק בו
(און ערשט דעמאלט)
ויהי למטה בכפו".
זעט מען,
אז בכדי דער געווארענער נחש זאל צוריק ווערן א מטה האט זיך גע־ פאדערט א פעולה מיוחדת.
שטעלט זיך די שאלה: ווי קומט עס וואס אין אונזער פסוק ווערט כלל ניט דערמאנט וועגן "חזר ונעשה מטה",
און ניט אז ס׳איז געווען א פעולה מיוחדת
(אהרן׳ס)
אז דער תנין זאל צוריק ווערן א מטה 19
; און דאס ווערט אויר ניט דער־ מאנט בציווי ה׳ פריער 14
"כי ידבר אליכם פרעה לאמר תנו לכם מופת ואמרת אל אהרן קח את מטך והשלך לפני פרעה יהי לתנין " 20 ?
מוז מען זאגן,
אז לויט פשש״מ איז החזרת התנין למטה אין אונזער פסוק ניט געווען דורך א פעולה,
נאר דאס איז געווארן פון זיך אליין,
כדלקמן.
ד.
מען געפינט צוויי סוגי נסים ביי
(די אנדערע)
מופתים אין מצרים:
(א)
א נס וואס האט משנה געווען א זאך פון איין טבע המציאות אויף א
צווייטער — ווי אינעם פאל פון "ידו
(של משה)
מצורעת כשלג" 21 ,
אז נאכן נס איז די צרעת אויף דער האנט גע־ ווארן א דבר טבעי ,
באופן אז עס האט געמוזט קומען א צווייטער נס צו מבטל זיין די צרעת,
אז ס׳זאל זיין "שבה כבשרו" 22 .
(ב)
אז אין דעם נס האט זיך ניט אויפ־ געטאן א חילוף ממש מטבע לטבע,
נאר אזא שינוי בטבע המציאות וואס דער חידוש האלט זיך יעדע רגע באופן נסי
( ע״ד ווי ס׳איז געווען ביי קרי״ס 23 )
— ווי מ׳געפינט עס ביי מכת דם,
וואו די וואסערן "נהפכו לדם" 24 ,
אז אפילו נאך זייער ווערן דם איז פון זיי ניט נעקר געווארן די טבע המציאות פון מים — און נאר דער נס האט בכל רגע פועל געווען הפיכת המים לדם 25
; און דערי־ בער,
ווען דער צורך בנס איז נפסק גע־ ווארן,
זיינען זיי בדרך ממילא צוריק גע־ ווארן א מציאות פון מים 26 .
און אין פשוטו של מקרא לייגט זיך צו זאגן,
אז וואו די תורה זאגט ניט אז ס׳איז געווען א באזונדער פעולה ונס אויף מבטל זיין דעם פריערדיקן חידוש ונס,
דארף מען אננעמען אז דער חידוש איז בטל געווארן פון זיך אליין,
נאכ־ דעם ווי ס׳האט זיר געענדיקט דער צורך אין דעם נס,
און ניט אז מ׳האט גע־ דארפט אנקומען צו נאך א נס.
ועפ״ז איז מובן בנדו״ד,
בנוגע דעם מטה בפרשתנו,
אז דאס וואס עס שטייט ניט אין פסוק אז דער תנין איז געווארן צוריק א מטה דורך א פעולה
(דאהרן),
איז עס דערפאר ווייל לאחרי ווי עס האט זיך דורכגעפירט דער מופת פון "וישלך אהרן ..
ויהי לתנין" וואס דער אויבערשטער האט געהייסן טאן לפני פרעה,
האט זיך דער נס געענדיקט,
און דער תנין האט זיך בדרך ממילא 27
אומגעקערט למציאותו הטבעית — א מטה 28 .
און דעריבער זאגט ניט רש״י בפשש״מ אז דא איז געווען א נס בתוך נס.
ה.
מען דארף אבער פארשטיין:
אין דעם פירוש פון נס בתוך נס בענין זה לערנט דער מהרש״א 29
אין פרש״י הנ״ל
(אין ש״ס),
אז דער "נס הא׳ היא הבליעה גופה גם אם הי׳ תנין ועוד נס שני שבלען אחר שנעשה מטה",
און דער מהרש״א אליין לערנט
(ע״פ דברי המדרש 30 )
א צווייטן פירוש,
אז דער נס הא׳ איז די עצם בליעה וואס א מטה האט בולע געווען און "בתוך נס הבליעה כשנעשה מטה הי׳ עוד נס אחר בתוכו שלא נתעבה המטה ע״י הבליעה"
(פון די אלע אנדערע מטות).
ולפ״ז האט רש״י געדארפט זאגן אז דא איז געווען נס בתוך נס מטעמים הנ״ל.
ו.
לכאורה יש לומר אז אויך די צוויי אופנים הנ״ל זיינען ניט מתאים בפשוטו של מקרא:
דער ערשטער פירוש אז דער "נס הא׳ היא הבליעה גופה גם אם הי׳ תנין״ — איז ניט מובן
(בפשש״מ)
: א)
דאס וואס א תנין איז בולע א צווייטן תנין איז כלל קיין נס ניט,
ווייל "כן דרך התנינים לבלוע זה את זה"
(ווי מ׳זעט עס בפועל און דער מהרש״א ברענגט עס פון מדרש 31 ).
ב)
לפי פי׳ זה איז שווער דער
לשון "נס בתוך נס״ — דאס איז ניט גע־ ווען איין נס אין דעם צווייטן,
נאר צוויי באזונדערע נסים 32 .
און דער פירוש,
המהרש"א אז דער צווייטער נס איז וואס "לא נתעבה המטה ע״י הבליעה״ — איז
(אפילו)
ניט מרומז אין פשש״מ.
אבער באמת זיינען די שאלות האמורות ניט קיין טעם מספיק צו דוחה זיין די צוויי פירושים:
בנוגע צום פירוש הא׳: א)
אין הכי נמי אז ווען איין תנין את בולע א צווייטן
(אן קלענערן)
איז טאקע ניט קיין נס,
בשעת אבער איין תנין איז בולע כו״כ תנינים איז דאס יע א נס.
ב)
אע״פ אז דעמאלט פאסט ניט אויף אזוי פיל דער לשון "נס בתוך נס"
(כקושיית המהרש״א),
האט רש״י געקענט זאגן "שני נסים היו" 33 ,
ע״ד ווי רש״י אליין זאגט 13
ביי מכת שחין כנ״ל,
" הרי נסים הרבה ",
אדער "נס גדול" 34
וכיו״ב.
ובנוגע צום פירוש המהרש״א אז דער נס הב׳ את וואס "לא נתעבה המטה ע״י הבליעה״ - קען מען אויך זאגן אז אזוי איז משמע פון פשש״מ:
ווייטער אין דער פרשה בנוגע למכת
דם זאגט דער פסוק 35
"והמטה אשר נהפך לנחש תקח בידך",
"קח מטך ונטה ידך גו'"; במכת צפרדע שטייט ווידער 36
— "נטה את ידך במטך גו׳"; במכת כנים 37
— "נטה את מטך גו'",
וואס בפשטות את משמע אז דאס אלץ איז דער זעלבער מטה וואס וועגן אים רעדט זיך דא 38 .
איז אויב דער מטה וואלט אויף אזוי פיל נשתנה ונתעבה געווארן דורך דער בליעה פון די אלע מטות של חרטומי מצרים — און ווי דער מדרש זאגט 39 ,
"אילו הי׳ עושה אדם מכל אותן המטות שהשליכו ונעשו תנינים היו יותר מעשרה חבילות
(ועומדין 40 )
״ — וואלט דאס ערגעץ גע־ דארפט דערמאנט ווערן
(ברמז עכ״פ)
אין דער תורה.
איז דערפון משמע אז
(אויך)
ע״פ פשש״מ איז "לא נתעבה המטה ע״י הבליעה".
והדרא קושיא לדוכתא: פארוואס זאגט ניט רש״י אז דא איז געווען "נס בתוך נס"
(אדער "שני נסים" וכיו״ב)?
ז.
וועט מען דאס פארשטיין בהק־ דים אן ענין הדורש ביאור לכאורה אין
דעם מופת המטה:
אין דעם דיבור ה׳ אל משה ואל אהרן — "כי ידבר אליכם פרעה לאמר תנו לכם מופת" 14
— האט דער אויבער־ שטער געזאגט "ואמרת אל אהרן קח את מטך והשלך לפני פרעה יהי לתנין",
ותו לא.
ווי קומט עס וואס דערנאך איז גע־ ווען דער מופת "ויבלע
(מטה אהרן)
את מטותם",
א זאך וואס איז כלל ניט דער־ מאנט געווארן אין די דברי ה׳ וועגן דעם ענין?
און מ׳קען ניט זאגן כמובן,
אז ווי־ באלד דא איז געשען א זאך וואס די חרטומי מצרים האבן געטאן,
"וישליכו איש מטהו ויהיו לתנינים",
וואס וועגן דעם האט דער אויבערשטער ניט אנגע־ זאגט פריער אין זיין ציווי,
דערפאר האט אויך געדארפט זיין דער מופת נוסף פון "ויבלע
(מטה אהרן)
את מטותם" — ווייל דער אויבערשטער האט דאך דאס געוואוסט,
ומ״מ האט ער וועגן דעם ניט געזאגט לאהרן.
ח.
איז דער ביאור אין דעם:
אויף דעם פסוק "תנו לכם מופת" טייטשט רש"י: ״מופת — אות להודיע שיש צורך
(צרוך)
במי ששולח אתכם".
ווי מפרשים 41
טייטשן,
מיינט "צורך
(צרוך)
" בפרש"י דא — "לשון יכולת וממשלה".
דאס הייסט,
אע"פ אז די מכות עצמן האבן געוויזן דעם כח וממשלה פון דעם אויבערשטן
(ווי עס שטייט פריער אין פסוק
(כנ"ל)
"והרביתי 42
את אותותי ואת מופתי בארץ מצרים ..
וידעו מצרים כי אני ה׳ בנטותי את ידי על מצרים"),
האט אבער דער אויבערשטער געוואלט אז
אלס הקדמה צו די מכות זאל ארויסגע-בראכט ווערן די יכולת וממשלה פון אויבערשטן אויף מצרים אלס אן ענין בפני עצמו ,
ניט בשייכות מיטן עונש ומכות אויף מצרים.
לפ"ז איז מובן אז דער אות המטה איז ניט געווען סתם צו באווייזן נסים פון דעם אויבערשטן,
נאר צו מודיע זיין דעם "צורך",
"יכולת וממשלה",
פון אויבערשטן אויף די מצרים.
ובמילא איז מובן בפשטות,
אז דער "ויבלע מטה אהרן את מטותם" איז ניט געווען א דבר נוסף וואס איז געקומען צוליב דער הוספה וואס "וישליכו איש מטהו ויהיו לתנינים"
(היינו לומר,
אז בעיקר איז דא געווען נויטיק נאר אז אהרן׳ס מטה זאל ווערן א תנין לפני פרעה),
נאר דאס גופא
(די בליעת
(מטה אהרן)
את מטותם)
איז געווען דער צוועק פון דעם מופת המטה,
ווייל דאס האט געוויזן כחו וממשלתו של הקב"ה,
ביז אז י"ל אז דער "ויהי לתנין" איז גע־ ווען בלויז א הקדמה לזה 43 .
ט.
עפ״ז איז פארשטאנדיק בפשטות וואס רש״י לערנט אז דער "ויבלע מטה אהרן" איז פארגעקומען "מאחר שחזר ונעשה מטה בלע את כולן":
אויב די בליעה וואלט פארגעקומען ווען דער מטה איז געווען א תנין,
וואס טבע התנין איז צו בולע זיין זה את זה,
איז אע״פ אז ווען איין תנין איז בולע כו״כ תנינים איז עס אן ענין נסי,
ברענגט עס אבער פארט ניט ארויס באופן בולט כ״כ דעם כח וממשלה פון דעם משלח,
פון דעם אויבערשטן,
אויף די מצריים.
דוקא בשעת די בליעה איז ע״י מטה ,
וואס איז מדגיש כח וממשלה
(מקל לרדות 44 ),
האט זיך אין דעם אויסגע־ פירט דער "מופת" לפני פרעה,
די יכולת וממשלה פון דעם אויבערשטן אויף די מצריים.
י.
און דאס איז דער חילוק צווישן פרש״י בפסוק זה,
וואו רש״י זאגט ניט אז עס איז געווען נס בתוך נס
(אדער הרבה נסים),
און די ווייטערדיקע פסוקים ביי די מכות וואו רש״י איז יע מדגיש אז עס זיינען פארגעקומען נס בתוך נס,
אדער נסים הרבה:
ביי די מכות איז דער עיקר מכוון — כשמן: מכות ,
מיט זיי האט דער אויבער־ שטער מכה געווען די מצרים.
נאר בכדי עס זאל זיין ניכר אז זיי קומען פון דעם אויבערשטן,
"וידעו מצרים כי אני ה׳ בנטותי את ידי על מצרים",
איז בכו״כ מהם געווען נסים,
נס בתוך נס,
נסים הרבה,
וכיו״ב.
משא״כ ביי מופת המטה,
וואס ענינו איז געווען "להודיע" דעם "צורך",
די יכולת וממשלה פון דעם אויבערשטן אויף מצרים,
איז דא ע״פ פשש״מ ניט געווען
(אזוי)
נוגע די הדגשה פון ריבוי וגודל הנסים שבזה,
נאר די ממשלה פון דעם אויבערשטן אויף די מצרים,
און דאס דריקט זיך אויס אין דעם עצם ענין וואס "מאחר שחזר ונעשה מטה בלע את כולן ".
יא.
עפ״ז יש לבאר אויך וואס רש״י זאגט דעם לשון "בלע את כולן ״ 45
און ניט בלשון הכתוב "את מטותם " 46
[ובפרט אז דער לשון
("את כולן")
איז נותן מקום להשקו״ט 47
צי אויך זייערע תנינים חזרו להיות מטות און מטה אהרן האט זיי בולע געווען אלס מטות,
אדער זיי זיינען געבליבן תנינים און באופן זה האט זיי מטה אהרן בולע געווען]
—
ווייל אט דער פרט איז ניט נוגע אין דער הדגשה שבהכתוב.
עיקר כוונת הכתוב איז צו ארויסברענגען אז מטה
אהרן האט בולע געווען " את כולן" 48
: דאס וואס דער מטה פון אהרן האט בשליחותו של הקב״ה בולע געווען דאס אלץ וואס איז געקומען בכחם של חרטומי מצרים
(ואין חילוק ונפק״מ צי דאס זיינען געווען תנינים אדער מטות* 48 ),
האט קלאר געוויזן די יכולת וממשלה פון דעם משלח,
פון דעם אוי־ בערשטן,
אויף פרעה ומצרים.
יב.
וכל הנ״ל יומתק ביותר ע״פ הביאור בפנימיות התורה:
ס׳איז מבואר אין חסידות 49
אז די עשר מכות איז ענינו צו צעברעכן די קליפות וועלכע האלטן זיר פאר א יש ודבר בפ״ע.
ווארום דורך די מופתים איז קלאר באוויזן געווארן אז זיי זיינען ניט קיין יש ודבר נפרד בפ״ע,
נאר זיי דארפן שטענדיק מקבל חיות זיין מקדושה.
נאר דער חיות קומט צו זיי אן ע״י צמצומים ומסכים,
וואס דערפאר איז דאס ביי זיי ניט אנטפלעקט.
בשעת עס ווערט אבער נתגלה א הארה פון דעם אויבערשטן "שלמעלה מן הצמצום",
זיינען זיי בטל ומבוטל,
און דאס איז תוכן ענין המופתים
(שע״י המכות).
און אין דעם איז באשטאנען דער אויפטו פון דעם מופת הראשון — דאס וואס דער מטה איז נהפך לתנין,
וואס עס איז געווען א הקדמה צו די אלע עשר מכות 50
:
יעדע מכה פון די עשר מכות האט געהאט די מטרה צו צעברעכן אן אנ־ דער בחי׳ פון קליפת מצרים,
וואס בא־ שטייט בכללות פון צען בחינות
(כידוע 51
אז "את זה לעומת זה עשה האלקים" 52 ,
און אזוי ווי אין קדושה זיינען דא עשר בחינות,
אזוי זיינען דא,
להבדיל,
עשר בחינות אין קליפה).
אבער אלס הקדמה צו דער שבירה פון די מדריגות פרטיות איז געווען דער מופת המטה,
דער מטה אח נהפך גע־ ווארן לנחש און גלייך דערנאד " ויבלע מטה אהרן את מטותם",
וואס דער ענין ה"בליעה" באווייזט אויף דעם ביטול כללי ושלם פון דעם דבר הנבלע 53 ,
און דורך דעם ביטול ושבירה כללית ושלימה אין כללות קליפת מצרים,
האט געקענט זיין לאח״ז די פעולה פון די עשר מכות,
די שבירה וביטול אין די פרטי מדריגות פון קליפת מצרים.
יג.
פון יעדן ענין דארף מען ארויס־ נעמען א הוראה אח עבודת השם:
תורה איז דאך נצחית 54 .
פון דעם איז פארשטאנדיק,
אז בפרט אן ענין עקרי ווי יצי״מ
(און די ענינים בשייכות מיט
יצי"מ,
כולל אויך גלות מצרים),
זיינען דא בכל הזמנים ובכל הדורות
(בעבודה רוחנית של האדם).
וכציווי חז"ל "בכל 55
דור ודור
(וכל יום ויום 56 )
חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא
(היום 56 )
ממצרים".
בשעת מ׳גייט "טאן" מיט א צווייטן אידן,
דארף עס געטאן ווערן כהוראת חז״ל 57
באופן פון "ימין מקרבת",
מתוך אהבת ישראל,
כהנהגת אהרן הכהן "אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה" 58 ,
און ווי דער אלטער רבי 59
זאגט אז "אף הרחוקים מתורת ה׳ ועבודתו ..
צריר למשכן בחבלי עבותות אהבה וכולי האי ואולי יוכל לקרבן לתורה ועבודת ה׳".
און נאכמער: אפילו די וואס "מצוה לשנאותם",
איז "מצוה לאהבם ג״כ",
און נאכמער — מ׳דארף מעורר רחמים זיין בלבו אויף זיי "והרחמנות מבטלת השנאה ומעוררת האהבה".
לפעמים טרעפט אבער אז דער צוויי־ טער איד איז אין אזא שפל המצב — דער טוב איז ביי אים אויף אזויפיל בא־ האלטן — אז מ׳מוז אנקומען צו אן ענין פון "ירגיז אדם" 60 ,
הכאה בדברים,
ביז אז אמאל איז די איינציקע עצה,
דורך פועל זיין ביי אים א ביטול
(ושבירה)
כללי 61
— א פעולה פון "בליעה",
אז יענער זאל "איינגעשלונגען" ווערן 62 ,
ער זאל ווערן אויס מציאות לעצמו כלל.
אויף דעם איז די הוראה,
אז אט די פעולה פון "בליעה" דארף געטאן ווערן דורך " מטה אהרן ":
לכל לראש דארף עס געטאן ווערן דורך איינעם וואס איז כל כולו דורכ־ גענומען מיט חסד און אהבת ישראל אמיתיים,
ובמילא איז מען דעמאלט זיכער אז די איינציקע סיבה אויף דער פעולה הנ"ל איז נאר מצד זיין אהבת ישראל בתכלית
(און אין דעם איז ניט אריינגעמישט ח"ו קיין שום אנדערע סיבות ונטיות מצד מדות רעות פון זיין נפש הטבעית 63 ).
יד.
און אין דעם גופא איז מען מוסיף נאך א הוראה — אז די פעולת ה"בליעה"
(ע"י אהרן)
דארף זיין דורך א "מטה",
ניט א "תנין":
ס׳איז ניט גענוג וואס די סיבה אויף דער פעולה איז מצד אהבת ישראל
(מדתו של אהרן),
נאר די פעולת הבליעה
("ירגיז אדם")
גופא,
טאר ניט געטאן ווערן ווי עס טוט א "תנין",
מיט א רגש של כעס כו׳
(ווי א תנין וואס תכונתו וטבעו איז להפחיד ולהזיק)
* 63
— נאר בלות ווי א " מטה ": דער משפיע,
דער טוער,
דארף עס טאן ווי א "שטעקן",
אן קיין רגש של רוגז וכעס ח"ו,
אדער אפילו א הרגשה של מציאות עצמו,
נאר אן הרגשת עצמו
(אין דעם ענין ההכאה והבליעה)
ווי א שטעקן 63 ,
ובלשון חז״ל,
כנ״ל,
אז דער מוכיח איז לא נתעבה דורך דעם.
און דעמאלט ווערט אויפגעטאן אז דער מושפע ווערט טאקע "בלוע" אין
(מטה)
אהרן למעליותא,
ער ווערט א חלק פון דעם תלמידו של אהרן המוכיח,
און בפרט פון אהרן הכהן,
"אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה",
ביז אז דאס ווערט זיין מציאות
אויך בגלוי,
ווייל דער היפך הטוב איז בא אים אינגאנצן בטל געווארן,
וואס די עבודה איז אויך ממהר די יציאה פון דעם איצטיקן גלות
(מצרים),
ווארום די אהבת חנם איז מבטל די סיבת הגלות — שנאת חנם 65 ,
ומיד הן נגאלין,
וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות 66 .
(משיחות ש"פ וארא חשמ"ב,
תשמ״ה)