א.
חז”ל זאגן 1 ,
אז די ד’ כוסות וואס די חכמים האבן מתקן געווען צו טרינקען בליל פסח,
זיינען כנגד די ד’ לשונות של גאולה
(וואס שטייען בתחלת פרשתנו 2 )
– והוצאתי והצלתי וגאלתי ולקחתי.
פרעגט דער מרדכי 3
: “ליבעי ארבע לחמים” – אכילת מצה בליל פסח איז דאך מן התורה
(און “על שום שנגאלו אבותינו ממצרים” 4 )
וואלט דאך
(מער)
מתאים געווען צו מתקן זיין מ’זאל צום “סדר” נעמען פיר מצות כנגד די ד’ לשונות של גאולה?
דער מרדכי איז ממשיך: “לכך יש מפרשים כנגד ד’ כוסות האמורים לישועה כו’ ” – די שאלה האמורה איז דער טעם פון די “יש מפרשים” 5
אז די כוסות זיינען “כנגד ד’ כוסות האמורים לישועה”,
וואס דאס איז ניט שייך בלחם.
מען דארף דאך אבער פארענטפערן די שאלה הנ"ל לכל המפרשים – ובפרט לויטן טעם הנ"ל
(ודיעה 6 )
– וועלכן דער אלטער רבי ברענגט להלכה אין שולחן ערוך 7
– אז די ד' כוסות זיינען כנגד די ד' לשונות של גאולה 8 .
ב.
דער דין איז 9 ,
אז צום סדר דארף מען נעמען דריי מצות.
און דער טעם דערויף איז,
ווייל מען דארף האבן צוויי שלימות “לבצוע עליהן כמו בשאר יום טוב” און “עוד פרוסה אחת משום לחם עני” 10
(אדער,
ווי עס שטייט אין מרדכי 11
נאך א טעם: שלש מצות לזכר לחמי תודה).
ולהוסיף אז וויבאלד אז יעדער ענין אין תורה איז בדיוק,
איז מסתבר לומר,
אז אויך דער מספר פון ג’ מצות איז
(ניט נאר מצד א זייטיקן טעם,
נאר אויך – ווי מספר הכוסות)
פארבונדן מיטן תוכן וטעם פון אכילת מצה בכלל,
וואס איז
(כנ”ל)
“על שום שנגאלו אבותינו ממצרים” 12 .
על פי זה קומט אויס,
אז אין גאולת מצרים זיינען פאראן צוויי ענינים: איין ענין וואס באשטייט פון דריי פרטים,
וואס דער ענין
(פון דער גאולה)
ווערט אויסגעדריקט אין אכילת מצה,
און דערפאר נעמט מען דריי מצות; און א צווייטער ענין וואס באשטייט פון פיר פרטים
(ד' לשונות של גאולה),
וואס כנגדם האט מען מתקן געווען די ד' כוסות.
ג.
ויש לומר הביאור אין דעם:
עס איז ידוע וואס שטייט אין ספרים 13
אז בשעת יציאת מצרים זיינען אידן ניט געווען ראוי צו דער גאולה,
און עד כדי כך,
אז ווען אידן בלייבן נאך איין רגע אין מצרים,
וואלטן זיי רחמנא לצלן אינגאנצן פארזונקען געווארן אין טומאת מצרים
(חמשים שערי טומאה).
נאר דער אויבערשטער האט זיי “כהרף עין” 14
ארויסגענומען פון
(טומאת)
מצרים – “נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא וגאלם”.
ויש לומר אז דאס איז דער ענין וואס די שלימות פון גאולת מצרים איז געווען ערשט ביי מתן תורה 15
[ווי מען זעט עס אויך אין די ד’ לשונות של גאולה,
אז דער פערטער
(לעצטער 16 )
לשון,
“ולקחתי אתכם לי לעם”,
מיינט – בשעת – דורך – מתן תורה 17 ]
– ווייל דער תכלית פון גאולת מצרים ושלימותה איז אז די אידן זאלן ארויס בשלימות פון
(טומאת)
מצרים.
וואס דאס האט זיך “געטאן” בפועל אין די טעג צווישן יציאת מצרים און מתן תורה,
ווען אידן האבן זיך געגרייט צו קבלת התורה 18 ,
ביז אז קומענדיק צו מתן תורה זיינען אידן שוין געווען ראוי צו דעם תואר “גוי קדוש” 19 .
לויט דעם איז מובן דער חילוק צווישן “מצה” און “יין”
(כוסות) 20
:
מצה איז מדגיש די גאולת מצרים ווי זי איז געקומען
(ניט
(אזוי)
מצד דער עבודה פון אידן,
נאר)
אין אן אופן פון – בלשון ההגדה “מצה זו שאנו אוכלים ..
על שום שלא הספיק בצקת של אבותינו להחמיץ עד שנגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא וגאלם”,
מצד דעם אויבערשטן; מצה איז פארבונדן מיטן “חפזון” 21
פון דער גאולה – “לא הספיק בצקת של אבותינו להחמיץ” – דער “חפזון” ארויסצונעמען 22
די אידן פון טומאת מצרים 23
(כנ”ל).
און דערפאר מוז מצה זיין א “לחם עני” 24
דוקא,
אין עני אלא בדעת 25 ,
זכר למצב פון עניות אין קדושה וטהרה.
ובפשטות – א לחם וואס האט ניט קיין טעם
(ווי חמץ אדער מצה עשירה 26 )
– ווייל “טעם” ווייזט 27
אויף אן ענין וואס דער אדם האט אין דעם א געשמאק,
צי ווייל דאס איז מוטעם ומוסבר בשכלו אדער ער פילט אין דעם א הרגש וחיות במדותיו; וויבאלד אבער אז די גאולה פון
(טומאת)
מצרים איז געקומען מלמעלה
(און ניט מצד דער הכנה דערצו מצד די אידן),
איז מובן,
אז ס’איז בא זיי ניט געווען א “טעם” אין דעם.
עבדים היינו לפרעה במצרים,
ועבדא בהפקירא ניחא ליה 28 .
ואפילו בט”ו ניסן ולאחריו איז ביי זיי נאך פארבליבן פון רע וטומאת מצרים און עס איז געווען ברח העם אנטלאפן פון מצרים,
וואס דאס מיינט – דער ארויסגיין פון רע בדרך אתכפיא 29
מצד קבלת עול.
מה שאין כן יין וואס האט א טעם,
א געשמאק,
ביז אז דאס רופט ארויס שירה ביים אדם השותה
(אין אומרים שירה אלא על היין 30 )
– איז עס א "זכר לגאולה ולחירות" 31
אויך ווי זי האט זיך סוף-סוף אויפגעטאן בפועל ביי אידן,
אז זיי
(מצד זייער עבודה ומציאות 32 )
זיינען נגאל געווארן פון דעם רע פון מצרים.
ד.
על פי זה וועט מען פארשטיין דעם טעם החילוק צווישן דעם מספר המצות
(ג’)
און מספר הכוסות
(ד’) 20
:
אין די ד’ לשונות של גאולה איז דא א חילוק צווישן די ערשטע דריי לשונות און דעם פערטן: די ערשטע דריי לשונות – “והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים והצלתי אתכם מעבודתם וגאלתי אתכם בזרוע נטויה ובשפטים גדולים” – זיינען עניני גאולה וועלכע זיינען געווארן באלד ביי יציאת מצרים,
ווייל זיי זיינען געקומען מלמעלה,
כנ”ל: מה שאין כן דער פערטער ענין “ולקחתי אתכם לי לעם”,
כאטש אויך דא ווערט געזאגט “ולקחתי”
(מלמעלה),
איז עס אבער אפהענגיק פון אידן,
זיי דארפן ווערן ראוי צו זיין “לי לעם”.
און דאס האט זיך ערשט אויפגעטאן בפועל בשלימות ביי מתן תורה
(כנ”ל).
און דעריבער איז מצה במספר ג’ – כנגד די ערשטע דריי לשונות של גאולה – ווייל אין מצה איז מודגש די גאולה ווי זי קומט מצד דעם אויבערשטן; מה שאין כן די כוסות יין,
וויבאלד זיי זיינען מרמז אויף דער גאולה ווי זי האט זיך אויפגעטאן דורך און אין אידן,
זיינען זיי במספר ד’ – כולל אויך דעם פערטן לשון
(ולקחתי אתכם לי לעם).
ומהאי טעמא איז נאר אכילת מצה מן התורה,
ווייל ביי יציאת מצרים
(ליל פסח)
איז בפועל געווען בלויז די גאולה מלמעלה – די ערשטע דריי ענינים.
ה.
בעומק יותר יש לומר,
אז עס איז דא א שייכות
(פנימית)
צווישן מצה וכוסות
(יין)
און די
(זייערע)
מספרים ג’ און ד’:
דער חילוק צווישן די מספרים ג’ און ד’ איז מובן פון מאמר חז”ל 33
בנוגע די אותיות ג’ און ד’ – “גימ”ל דל”ת – גמול דלים”.
דאס הייסט אז גימ”ל איז מרמז אויפן “גומל”
(נותן)
און דל”ת אויפן “דל”
(מקבל).
און דאס ווערט אויך ארויסגעבראכט אין די מספרים ג’ און ד’ 34
: א “השפעה” ווי זי שטייט נאך אין דעם משפיע
(נותן),
באשטייט זי פון דריי בחינות,
בשעת די השפעה קומט שוין אן צום מקבל,
קומט צו א פערטע בחינה – דער
(שטח וכלי ה)
מקבל 35
(וועלכע איז פריער געווען בהעלם אין דער השפעה),
[על דרך משל – פון די אותיות
(“מקבל”)
פון א דבר שכל: יעדער שכל האט זיינע “אותיות” אין וועלכע ער איז אנגעטאן,
אבער אין דעם דבר שכל עצמו,
ווי ער איז נאך איידער דער מענטש באגרייפט עס בכלי שכלו,
זיינען די אותיות ניט ניכר,
עס הערט זיך דער תוכן,
דער “אור” השכל; בשעת דער שכל ווערט אויפגענומען אין די כלי השגה של האדם ווערן די אותיות נתגלה וניכר 36 ].
דאס איז אויך איינער פון די ביאורים אין דעם חילוק צווישן די אבות און אמהות – ג’ אבות און ד’ אמהות 37
:
דער תואר “אב” און “אם” איז פארבונדן מיט זייער השפעה,
הולדת בנים ובנות און פון די חילוקים צווישן זיי אין דער השפעה איז: אין טיפת
(השפעת)
האב זיינען די “אברי הולד כלולים ..
בהעלם גדול”,
אבער די “אם מוציאתו לידי גילוי בלידתה ולד שלם” 38
– מצד דעם אב,
דער “משפיע”,
איז נאך דער דבר המושפע
(דער ולד)
ניט אין א ציור גלוי – דער גילוי ההשפעה ובפועל ממש
(בכלי המקבל)
איז דורך דער אם.
און דערפאר זיינען דא ג' אבות – ווייל די השפעה ווי זי איז מצד
(און אין)
דעם "משפיע"
(אבות)
איז אויסגעשטעלט אין דריי בחינות כנ"ל; מה שאין כן די אמהות,
בחינת מקבל,
זיינען במספר ד' 39 .
ו.
על דרך זה איז בנוגע צו יציאת מצרים:
אין דער גאולה פון מצרים
(ווי זי איז געקומען מלמעלה)
איז געווען כלול “בכח” די גאנצע גאולה בשלימותה
(אויך די גאולה ווי זי איז געקומען דערנאך לידי גילוי בפועל ביי מתן תורה),
ס’איז נאר וואס “דארט” איז עס בהעלם.
און דאס איז אויך פון די חילוקים צווישן מצה און יין
(כוסות)
:
דער “זכר 31
לגאולה ולחירות” מצד תורה שבכתב – “מוסר אביך” 40
(משפיע 41 )
– איז מדגיש די גאולה ווי דאס איז מצד הקדוש ברוך הוא,
און דעריבער 42
איז דאס
(א)
על ידי אכילת מצה,
און
(ב)
אין א מספר פון ג'
(ווייל ווי די “השפעה” איז כלול אין “משפיע” שטעלט זיך עס אויס אין דריי,
כנ”ל)
;
די חכמים – תורה שבעל פה,
“תורת אמך” 40
(מקבל 41 )
– האבן
(מוסיף געווען און)
מתקן געווען אז דער “זכר לגאולה ולחירות” מוז
(אויך)
זיין אין אן אופן אז מען זאל דערהערן ווי די גאולה איז מצד המקבל,
אידן.
און דעריבער 42
קומט עס אין
(א)
שתית יין וואס האט א טעם,
און
(ב)
אין א מספר פון ד' דוקא.
ז.
דער ביאור הנ"ל
(אין דעם טעם פון ג' מצות)
גיט אויך א הסברה אין א דבר תמוה וואס מען געפינט בנוגע צו מצה:
דער דין איז 43
אז "בלע מצה יצא" – ס'איז ניטא קיין חיוב צו מרגיש זיין טעם מצה,
און אויב נאר ס'איז געווען אכילת 44
מצה – אפילו דרך בליעה – איז מען יוצא ידי חובה
(מה שאין כן ביי מרור 43
איז מען ניט יוצא "עד 45
שירגיש טעם מרירתו בפיו").
אבער לאידך איז דער דין,
אז מ'איז ניט יוצא במצה מבושלת 46
אדער אפילו מיט א מצה וואס האט זיך געווייקט אין מי פירות 47 ,
ווייל "אף על פי 48
שאין צריך שיטעום טעם מצה בפיו ..
מכל מקום המצה עצמה צריך שיהיה בה טעם מצה
(ולא שיופג טעמה על ידי טעם אחר)
" .
איז ניט מובן
(ווי מפרשים 49
פרעגן)
: וויבאלד אז ביי אכילת מצה פאדערט זיך ניט אז דער אדם זאל מרגיש זיין טעם מצה – פארוואס דארף די "מצה עצמה" יע האבן "טעם מצה"?
והביאור
(פנימי 50 )
אין דעם: דאס וואס ביי מצות אכילת מצה מוז ניט זיין טעם מצה איז נאר מצד דעם "גברא" – ווייל בא די אידן איז גאולת מצרים,
וואס איז געקומען מלמעלה,
אן ענין אין וועלכן זיי האבן ניט א "טעם",
כנ"ל; און דעריבער איז בלויז מוכרח אכילת מצה,
באופן אז זי זאל ווערן דם ובשר כבשרו
(– אז די גאולה זאל נתעצם ווערן מיט'ן עצם הנגאל),
אבער – לאו דוקא אז חך אכל יטעם 51 ,
לאו דוקא אז ער זאל פילן א טעם והנאה פון טעם מצה 52 .
אבער מצד דער חפצא,
ציווי השם מאכט די מציאות ד
(מצות)
מצה,
מצד דעם אויבערשטן איז אין דער גאולה געגעבן געווארן דער כח צו איבערשטעלן אידן אז זיי זאלן נגאל ווערן
(אויך מצד זייער מציאות)
פון טומאת מצרים.
און דעריבער מוז די חפצא "מצה עצמה" האבן א "טעם מצה",
ווייל די גאולה עצמה האט געגעבן
(האט זי דאס געדארפט פריער "האבן")
דעם כח אויף "טעם"
(נאר לפועל האט זיך דאס אויפגעטאן ביי אידן ביי מתן תורה).
אף על פי כן קען מען יוצא זיין אכילת מצה נאר מיט לחם עני און ניט מיט מצה עשירה
(כנ"ל סעיף ג)
– דאס הייסט אז דער "טעם" וואס איז פאראן און מוז זיין אין דער מצה איז דורכאויס "טעם מצה",
אבער ניט קיין געשמאק ותענוג וואס קומט מצד עפעס וואס איז ניט "מצה"
(ווי דער טעם פון מצה עשירה)
–
און ווי דאס שפיגלט זיך אפ אין עבודת האדם מיינט עס: "טעם מצה" איז דער געשמאק אין קבלת עול 53 ,
ניט מצד דעת – נאר לחם עני
(בדעת).
דאס איז ניט דער געשמאק וואס קומט פון שכל אדער מדות,
וואס זיי ברענגען טעם און הנאה,
נאר – זיין קבלת עול איז ביי אים מיט א געשמאק.
(משיחת אחרון של פסח תשמ״ב)