א.
בקשר מיט יום לידת משה רבנו זאגן חז״ל,
אז דער ביטול פון גזירת המן איז געווען פארבונדן מיט דעם זכות מיוחד פון דעם טאג,
וז״ל הגמרא 1
: תנא כיון שנפל פור בחודש אדר שמח
(המן)
שמחה גדולה אמר נפל לי פור בירח שמת בו משה.
ולא הי׳ יודע שבשבעה באדר מת ובשבעה באדר נולד.
איז רש״י דערויף מפרש: כדאי הלידה 2
שתכפר על המיתה.
בפשטות באווארנט דא רש״י: אמת טאקע אז שבעה באדר האט די מעלה פון יום שנולד בו משה — עם האט דאך אבער אויר דעם ענין פון יום .
שמת בו משה",
איז במה עדיף לידת משה פון יום הסתלקותו אז דערפאר זאל בטל ווערן דער ענין בלתי רצוי פון דעם טאג
(אלם יום ההסתלקות)?
איז רש*י מבאר — .
כדאי הלידה שתכפה על המיתה*: די לידה איז מכפר,.
װישט־אפ״ ,
(כפרה ..
לשון קנוח והעברה" 3 )
דעם ענין בלתי רצוי פון דעם טאג אלם יום מיתת משה.
מעז דארף אבער פארשטיין: לכאורה איז איפכא מסתברא — מיתה
(קומט נאד דער לידה און)
איז מבטל פעולת הלידה,
ניט פארקערט?
!
ב.
נוסף אויף דער שאלה הנ"ל מצד הסברא — איז ניט מובן: ס׳איז דאך מקרא מלא דיבר הכתוב 4
— ,
טוב ..
(ו)
יום המות מיום הוולדו; און ווי דער מדרש 5
איז מבאר,
ווייל "ביום שנולד בו אין אדם יודע מה מעשיו" 6 ,
משא"כ ביום המיתה
(של צדיק)
ווייס מען אז "יצא מן העולם בשלום" 7
(מיט תורה ומעשים טובים).
[ובפרט לויט ווי דער אלטער רבי איז מבאר 8
דעם גודל העילוי פון יום הסתלקותם של צדיקים,
אז דעמאלט ווערט די שלימות פון ,
כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו",
און דעריבער איז עם אן עת רצון וואם איז ,
פועל ישועות נקרב הארץ"].
ווערט דאד א תמי׳ גדולה: ווי זאגט מען בכלל אז יום הלידה האט א מעלה לגבי יום המיתה
(און ווער רעדט נאך באופן וואס איז מכפר אויף אים)
— בשעת אז ,
טוב ..
יום המות מיום הוולדו"! ובפרט ווי דער מדרש 9
איז נאך מדגיש,
אז ביום הלידה דארף ניט זיין קייז שמחה
(וויבאלד מען ווייס ניט ,
באיזה פרק ומעשים יעמוד אם צדיק ואם כו׳"),
משא"כ ,
ומת — הם צריכין לשמוח שנפטר בשם טוב כו".
[אפילו מ׳זאל זאגן אז נאד דעם ווי ,
נפטר בשם טוב" איז ,
סופו מוכיח על תחילתו" אז אויך יום לידתו איז א זמן נעלה מיט א זכות מיוחדת
(אלם דער מאג ווען נשמת הצדיק איז אראפגע־ קומען אויף דער וועלט)
— איז דאס אבער פארט נאר א תוצאה פון דעם וואס איז נתגלה געווארן שפעטער ביום המיתה
(ווען "נפטר בשם טוב") 10
; קען דאך ניט זיין אז דער יום הלידה זאל האבן א גרעסערן עילוי ווי יום המות!]
אויר דארף מען פארשטיין: לויט דעם מדרש הנ״ל
(וביאור פון אלטן רבי׳ן)
אין דעם גודל הזכות והעילוי פון "יום המות״ — ווערט א תמי׳: בשעת די גמרא דארף געפינען א טעם פארוואס די נפילת הפור בשבעה באדר איז אן ענין פון זכות
(וועלכער איז מבטל גזירת המן)
— האט דאך די גמרא געדארפט זאגן מיני׳ ובי',
אז יום "שמת בו משה"
(דער מבחר מין האנושי 11 )
איז דער גרעסטער זכות וואס קען פועל זיין ״ישועות בקרב הארץ״ — ביטול גזירתו של המן 12
!
— כמובן,
ס׳איז קיין קשיא ניט פארוואס המן "שמח שמחה גדולה" מצד דעם וואם "נפל לי פור בירח שמת בו משה",
ווייל ער האט ניט געוואוסט וועגן דעם עילוי פון יום ההסתלקות; די שאלה איז אבער: פארוואס זאגט עם ניט די גמרא אין דער מסקנא,
אין דעם "ולא הי׳ יודע כו׳"?
ג.
ויש לומר הביאור בזה:
אע״פ אז דער כלל פון ״טוב ..
יום המות מיום הוולדו" איז שייך ביי כל אדם
(אפילו בא צדיקים),
ווייל "אין אדם יודע מה מעשיו״ — איז אבער משה אין דעם א יוצא מן הכלל,
ווייל ביי לידתו של משה זאגט דער פסוק 13
"ותרא אותו כי טוב הוא",
און ווי חז״ל 14
זיינען דאס מפרש,
אז "בשעה שנולד משה נתמלא הבית כולו אור"
(אז תיכף ביים געבוירן ווערן האט אין משה׳ן מאיר געווען דער אור השכינה 15
באופן אז דאס האט באלויכטן דעם גאנצן בית).
דאס הייסט: אע״פ אז בשעת יעדער איד
(יהי׳ מי שיהי׳)
ווערט געבארן,
ווערט מיט זיין עצם לידה אויפגעטאן א נייע "המשכה" פון אלקות אין וועלט,
עם איז אראפגעקומען
(נאד)
א נשמה וואס איז "חלק אלקה ממעל ממש 16
; ועאכו״כ אויב דער קינד האט די נשמה פון א צדיק
[כמחז״ל 17
"בראת צדיקים",
אז דער אויבערשטער באשאפט נשמות
מיוחדות וועלכע האבן די כחות מיוחדים צו קענען דערגרייכן די מדריגה פון צדיק 18 ]
—
איז אבער בנוגע אידן בכלל ניט שייך צו זאגן,
אז שוין בשעת לידתם איז דא אן ענין פון אור
(וגילוי),
ווארום די נשמה איז דאד בהעלם אין גוף,
און דער גילוי פון אור הנשמה איז תלוי אין בירור וזיכוך הגוף ע״י העבודה — וואם מער מען איידלט אויס דעם גוף,
אלץ מער אנטפלעקט זיך די נשמה און עם לייכט דורך איר ג־טלעכקייט אין דער וועלט.
און דערפאר זאגט מען ״טוב ..
יום המות מיום הוולדו״ — װײל די כחות רוחניים וואס א איד באקומט,
זיינען ביום הוולדו בלויז בכח
(און "אין אדם יודע מה מעשיו")
; ווען קומען זיי לידי גילוי
(ושלימות)
— ערשט ביום המות.
משא״כ ביי משה׳ן איז גלייך ביי לידתו ״נתמלא הבית כולו אור״ — ביי אים איז דער "אור" שויו דעמאלט גע־ ווען אן אור וואם האט מאיר געווען כפועל ובגלוי,
ועד כדי כך,
אז דער אור האט געלויכטן
(ניט נאר ביי אים אליין,
נאר)
אויר אין דעם בית,
ביז אין אן אופן פון "נתמלא
(כל 19 )
הבית כולו אור".
— ס׳איז ניט קיין קשיא דערפון וואם דער מדרש גופא
(דארט על אתר 20 )
דרש׳נט דעם פסוק ״טוב ..
יום המות מיום הוולדו" אויר בנוגע צו משה׳ן,
ד.
ה.
אז אויר ביי משה׳ן איז פאראו אן עילוי אין יום המות לגבי יום הוולדו — ווייל עם ווענדט זיר לגבי וועלכן ענין מען רעדט:
בשעת מ׳רעדט וועגן "מעשיו ותורתו ועבודתו" פון משה רבינו,
איז אוודאי אין דעם פאראן אן עילוי ביום המות לגבי יום הוולדו,
װײל ביום הוולדו — איידער עם איז דא עבודת משה — זיינען די אלע ענינים בלויז בכח,
און די שלימות פון "מעשיו ותורתו ועבודתו" האט זיר אויפגעטאן ערשט בשלימות ימיו
(ועבודתו),
בעת הסתלקותו.
ובמילא — ״טוב ..
יום המות מיום הוולדו" 21 .
אבער דער אור וואט.
האט געלויכטן בעת לידת משה איז פארבונדן מיט עצם נשמת משה,
א כח פון נשמת משה — ס׳איז אן ענין וואס איז ניט תלוי אין עבודתה בגוף
(וואם דערפאר האט עם געלויכטן בפועל תיכף בעת לידתו,
נאך איידער ער איז שייך געווען צו עבודה)
;
און דער ענין איז ניט נאר א העכערער עילוי ווי דער עילוי הנ״ל פון ״יום המות״,
נאר נאכמער — "כדאי הלידה שתכפר על המיתה"
(כדלקמן בארוכה).
ד.
וועט מען עם פארשטיין לויטן ביאור הבחיי 22
אין דעם מחז״ל 23
"נתמלא כל הבית אורה״ — אז "משה רבינו מתחלת תולדתו הי׳ ראוי להאיר את כל העולם על ידי התורה"
(ווי עס שטייט 24
"ותורה אור",
וכמחז״ל 25
"אין אור אלא תורה",
"אורה זו תורה").
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז די תכונה פון נשמת משה
("מתחלת תולדתו")
איז געווען צוגעפאסט און
צוגעבונדן צו ענינה של תורה.
און דאס גופא איז דער טעם פארוואס "נתן נפשו עלי׳" ביז אז התורה "נקראת על שמו״ 26
(״זכרו תורת משה עבדי״ 27 )
— ווייל דער קישור ואיחוד פון משה׳ן מיט תורה איז ניט א צוגעגעבענע זאך צו זיין עצם מציאות
(דהיינו,
אן ענין וואס ער האט אויפגעטאן דערנאך על ידי עבודתו)
— נאר זיין נשמה,
מצד עצם מהותה,
איז "ראוי להאיר את כל העולם על ידי התורה",
אזוי אז די עצמיות פון משה׳ן איז איין זאך מיט תורה.
די הסברה אין דעם:
חז״ל זאגן 28
"אין אמת אלא תורה".
דער ענין פון תורה איז — אמת.
דער אמת׳ער באדייט פון "אמת" איז ניט
(נאר)
די שלילה פון היפך האמת
(שקר),
נאר ״אמת״ מיינט 29
— אן ענין אין וועלכן ס׳איז ניט שײר קײן שינוי,
ס׳איז נצחיות׳דיק ובל׳ הכתוב 30
"שפת אמת תכון לעד"
[כידוע די ראי׳ פון משנה 31 ,
אז מעיינות וועלכע טריקענען זיד אויס איינמאל איו זיבן יאר 32
ווערן אנגערופן ״מים
(נהרות)
המכזבין״
(און זײנען פסול לקידוש מי חטאת)
— ע״ד שקר אין לו רגלים 33 ].
און דאס איז דער ענין פון תורת אמת — ״ונתן לנו תורת אמת״ 34
— אז תורה איז נצחית,
ס׳איז ניט שייך אין איר קיין ענין של שינוי,
ובלשון הרמב״ם 35
אז תורה איז "עומדת לעולם ולעולמי עולמים אין לה לא שינוי ולא גרעון ולא תוספת״ — תורה איז ניט אונטער־ ווארפן די שינויי הזמן אדער די ענדע־ רונגען וועלכע קומען פאר אין די בני אדם
(מקבלי ולומדי התורה),
נאר אין אלע אומשטענדן בלייבט זי די זעלבע תורה,
אן שינויים 36 .
[וי״ל אז אויר דערפאר זאגן חז״ל 37
"כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש הכל נאמר למשה מסיני״ — ווייל ס׳איז ניט שייר קיין הוספה
(אמיתית 38 )
אין תורה; און דעריבער,
אויב דאס איז תורה,
איז דאס גופא א ראי׳ אז עס איז שוין גע־ געבן געווארן למשה מסיני].
ה.
וליתר ביאור:
דאס וואס תורה ענדערט זיר ניט מצד די שינויי הזמן כו׳,
איז עס ניט װײל תורה האט ניט אראפגענידערט אין זמן ומקום
— אדרבה: תורה איז "לא בשמים היא״ 39 ,
נאר זי איז געגעבן געווארן און
געפינט זיך למטה בארץ דוקא,
איו א וועלט וואס געפינט זיר תחת שינויי הזמן,
״למצרים ירדתם ..
יצר הרע יש ביניכם" 40
—
נאר דער פירוש אין דעם איז,
אז ווי תורה געפינט זיר למטה בארץ
(און אפילו ווי זי ווערט געלערנט דורר אן אדם טמא 41 ),
איז אין איר ווערט ניט קיין שינוי.
די הוכחה אז ס׳איז אן ענין פון "אמת" איז דערפון וואס זי בלייבט אין זעלבן מהות און מיטן זעלבן תוקף אומעטום און אין אלע תנאים,
ביז אז אפילו ווען תורה קומט אראפ אין זמן ומקום,
וואס מצד עצמם זיינען זיי בעלי שינוי
(היפך האמת),
אויך דארט בלייבט זי נצחית,
אן שינויים 42 .
און ווי עם שטייט "ואמת ה׳ לעולם" 43
— אז דער "אמת ה׳" איז מאיר אין עולם,
וואם דערפאר,
מצד "אמת הוי׳" קעו אויר א זאד פון עולם הגשמי,
עלמא דשיקרא,
נתהפר ווערן צו אמת דקדושה.
וי״ל אז דאס איז די הסברה אין דעם מאמר חז״ל 44
אז בשעת מ״ת האט זיר אויפגעטאן "
(חרות על הלוחות 45 ...)
חירות ממלאך המות״ — דורד נתינת התורה צו אידן למטה איז אין זיי ארײנגעגעבן געווארן דער ענין פון נצחיות,
אז אויך זייענדיק נשמות בגופים,
וואס דער גוף גשמי
(מצד עצמו)
איז א הווה
ונפסד,
האבן זיי איו זיר חיים נצחײם
(חירות ממלאר המות 46 ).
נאר דורך דעם חטא העגל איז דאס בטל געווארן 47 ,
ווייל כדי אז תורה זאל אויפטאן נצחיות אין דעם אדם,
מוז תורה נחקק ווערן אין זיין גוף הגשמי; אבער דער חטא העגל האט אריינגע־ בראכט א "זוהמא" 48
אין די גופים וואס פארשטעלט אויף תורה,
באופן אז תורה קען ניט נחקק ווערן בגופם.
און דורך מעשינו ועבודתנו ברעכט מען דורד דעם חשר,
ביז אז מען איז מבטל די זוהמא,
עד עת קץ ווען "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ״ 49
— וועט דעמאלט זיין "חירות ממלאך המות",
חיים נצחיים בפועל,
נשמה בגוף.
ו.
און דאס איז אויך די הסברה אין דעם וואס "משה רבינו מתחלת תולדתו הי׳ ראוי להאיר ..
על ידי התורה״ — ווייל ענינו ומדתו של משה איז מדת האמת
("אמת זה משה" 50 ),
וואס דערפאר איז דורך אים געגעבן געווארן תורת אמת — "משה
(אמת)
ותורתו אמת" 51 .
דער פירוש אין דעם איז,
אז משה האט ניט בלויז ניט געזאגט עפעס וואם איז היפר האמת ח״ו — אויר אנדערע,
ובפרט צדיקים,
וואם ענינם איז אן אנדער מדה קדושה
(חסד וכו׳),
זיינען אינגאנצן ניט שייך צו אז ענין של שקר ח״ו 52
— נאר דאם מיינט אז אין משה האט געלויכטן דער "אמת ה" וואט איז נצחי,
אז שינויים.
דערפאר געפינט מען אז מעשי ידי משה זיינען נצחיים — כמחז״ל 53
אז דער משכן שעשה משה איז
(ניט חרב,
נאר)
בלויז נגנז געווארן,
און איז עומד לעולם ולעולמי עולמים 54
— ווייל וויבאלד אז ביי משה׳ן האט מאיר געווען דער "אמת ה׳
(וועלכער איז מאיר)
לעולם",
דעריבער האבן אויך זיינע גשמיות׳דיקע מעשים אין זיך נצחיות.
ז.
עאכו״כ אז דאם איז אזוי בנוגע צו משה׳ן בעצמו,
ובמחז״ל 55
— "לא מת משה..
מה להלן עומד ומשמש אף כאן עומד ומשמש".
דער חידוש אין דעם איז:
בנוגע צדיקים בכלל שטייט 56 ,
אז
אפילו במיתתם קרוים חיים: און נאכמער: דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה 57
אז א צדיק וואט ווערט נפטר געפינט זיר אין עוה״ז נאך מער ווי בחייו — ווייל "חיי הצדיק אינם חיים בשרים כי אם חיים רוחניים",
און די "חיים רוחניים״ פונעם צדיק גײען ניט אוועק פון עוה״ז אויר לאחרי פטירתו
(ווייל "דבר שבקדושה אינו נעקר לגמרי מכל וכל ממקומו"),
ואדרבה,
דעמאלט איז עס
(אין א געװיםן זין)
נאך ביתר שאת,
היות אז אויף זיין רוחניות זיינען דאמאלם ניטא די הגבלות מצד זיין גוף כר.
אעפ״ב,
געפינט מען ניט אז אט דער ענין
(ולשון)
פון ״לא מת״ זאל שטיין ביי אנדערע צדיקים 58 ,
נאר בלויז ביי משה׳ן
(ועד״ז ביי יעקב,
כדלקמן סעיף ח).
וי״ל דעם ביאור אין דעם:
ביי אנדערע צדיקים איז דער ענין פון ״אשתכח בכלהו עלמין" — אויך אין עוה״ז — אין אן אופן אז זייער רוחניות געפינט זיר אין עוה״ז אזוי אז זײערע תלמידים קענען מקבל זיין א השפעה רוחנית פון נשמת רבם; אבער די חיי הצדיק עצמם זײנען ניט פארבונדן און אנגעטאן אין גשמיות העולם.
קומט אויס,
אז אין זייערע חיים
(רוחניים)
איז פארט געווארן א געוויסער שינוי — והיינו,
וואס בפטירתם זיינען זיי שוין מער ניט אנגעטאז אין גשמיות העולם.
און דערפאר איז דערויף ניט מתאים צו
זאגן אז ״לא מת״ — אז ס׳איז ניט געווען קיין ענין של הפסק ושינוי ו״נפל מדרגי׳" 59 .
משא״ב ביי משה׳ן זאגט מען "לא מת": וויבאלד אז מדתו של משה איז מדת האמת,
איז חייו אויך ווי זיי זיינען געווען פארבונדן מיט גשמיות העולם,
קען אין דעם ניט זיין קיין מיתה והפסק: עם בלייבט אן ענין נצחי אויך אין גשמיות פון עוה״ז 60 .
און חז״ל זאגן 61
״אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא״ — אז נשמת משה טוט זיך אן אין די "חכמי הדור עיני העדה" שבכל דור ודור 62 ,
ובמיוחד אין דעם נשיא הדור,
וואס "אין דור שאין בו כמשה" 63
(עם מוז זיין א "משה" בכל דור ודור אין וועלכן ס׳איז אנגעטאן נשמת משה).
[ואע״פ אז דאם איז ניט גופו של משה — איז אבער וויבאלד אז "חיי הצדיק אינם חיים בשרים כי אם חיים רוחניים",
זיינען חיי משה ניט די חיים בשרים פון זיין גוף,
נאר די חיים רוחניים פון זיין נשמה: און די חיים רוחניים שלו בלייבן נצחיים אין עוה״ז הגשמי דורכדעם וואס
זיי טוען זיך אן אין דעם גוף פון נשיא הדור שבכל דור ודור].
ח.
וי״ל אז דאס איז אויר איינער פון די ביאורים אין דעם מאמר חז״ל 64
בנוגע יעקב: יעקב אבינו לא מת ..
וכי בכדי ספדו ספדנייא וחנטו חנטייא וקברו קברייא..
(נאר)
מה זרעו בחיים אף הוא בחיים.
איז ניט פארשטאנדיק: וואו איז דער ענטפער אויף דער שאלה "וכי בכדי ספדו כו׳ וחנטו כו׳ וקברו כו׳"?
מפרשים 65
זיינען מסביר,
אז מיט דעם ענטפער "מה זרעו בחיים אף הוא בחיים" איז כוונתו צו קלאר מאכן אז מיט "יעקב אבינו לא מת" ווערט ניט גע־ מיינט זיינע חיי הגוף 66
— אין דעם איז טאקע געווען מיתה — נאר "ודאי בנפש קאמרי".
עס בלייבט אבער ניט מובן: לפ״ז,
וואס איז דער חידוש ביי יעקב׳ן,
וואם דוקא ביי אים ווערט געזאגט אז "לא מת״?
— ביי יעדן צדיק זיינען די חיי הנפש שלו אן ענין נצחי 67
!
וי״ל דעם ביאור אין דעם: דער אויפטו פון "יעקב אבינו לא מת" לגבי
אנדערע צדיקים איז זיכער בנוגע זיינע חיים גשמיים: וויבאלד אז מדתו של יעקב איז 68
מדת האמת 69
— תתן אמת ליעקב 70
— איז דעריבער מוכרח צו זאגן,
אז חיי יעקב זיינען נצחיים אומעטום,
אויך אין עוה״ז הגשמי.
און דערפאר פרעגט די גמרא ״וכי בכדי כו׳״ — ווי קען מען זאגן ״לא מת״ בגשמיות,
בשעת עם זיינען חנטו חנטייא בגופו של יעקב?
ענטפערט די גמרא — "מה זרען בחיים אף הוא בחיים": וויבאלד אז "זרעו בחיים"
(וואס דאס איז אן ענין נצחי איו וועלכן ס׳איז ניט שייך קיין הפסק ח״ו — אין בני יעקב קען ניט זיין
קיין כליון ח״ו 71 )
איז "אף הוא בחיים",
ווייל די "חיים" פון "זרעו" איז ניט עפעס אנדערש ווי חיי יעקב 72
(נאר דאם איז ווי חיי
(ונשמת)
יעקב ווערן נמשך
(ונתלבש)
אין "זרעו").
און דאס גופא איז די סיבה וואס "זרעו בחיים"
(באופן נצחי)
— ווייל דאם איז "הוא בחיים",
ס׳איז חיי יעקב,
מדת האמת,
אין וועל־ כע עם קען קיין הפסק ניט זיין.
קומט אוים,
אז חיי יעקב זיינען אן ענין נצחי אויך אין עוה״ז הגשמי.
ט.
ע״פ כל הנ״ל וועט מען פאר־ שטיין דברי רש״י בנוגע משה׳ן "כדאי הלידה שתכפר על המיתה״ 73
:
דער אמת,
די נצחיות פון משה׳ן איז ניט אן ענין וואם ער האט אויפגעטאן ע״י עבודתו — די נצחיות פון משה׳ן האט זיך גענומען דערפון וואם אין זיין נשמה האט געלויכטן דער "אמת ה׳",
"וה׳ אלקים אמת" 74 .
און דאס איז דער ענין,
וואס תיכף בלידתו — נאך איידער ער איז שייך געווען צו עבודה — איז "נתמלא הבית כולו אור": די "נצחיות" פון "אמת ה׳",
וואם האט געלויכטן בנשמת משה,
האט מאיר געווען בפועל תיכף בלידתו.
[היות אז דאס איז דער "אמת ה",
וואס אין אים קען קיין שינוי ניט זיין,
איז נים שייך קיין פארשטעל כו׳ אויף דעם אור — עם בלייבט מיטן תוקף אין אלע זמנים און מגבים,
ובמילא לייכט עם בפועל ובגלוי גלייד בלידת משה 75 ].
און דאס איז דער פירוש פון "כדאי הלידה שתכפר על המיתה": וויבאלד אז אין דעם טאג פון לידת משה 76
האט געלויכטן בגילוי די נצחיות און אמת פון נשמת משה,
דערפאר איז אט די לידה
(וואם "ותרא אותו כי טוב הוא")
"מכפר" און װישט־אפ ביי אים דעם ענין המיתה,
אז אויך בגשמיות איז "לא מת משה".
און מהאי טעמא איז די גמרא מדגיש דוקא דעם ענין פון לידה
(און ניט דעם עילוי פון יום הסתלקות משה)
— װײל דוקא דאס איז מבטל בהחלט גזירת המן: ניט קוקנדיק אויפן גודל העילוי פון יום ההסתלקות,
איז וויבאלד אז בנוגע צו חיים גשמיים 77
איז עס פארם אן ענין של סילוק כו׳,
בלייבט אין דעם א "נקודה" בלתי רצוי' 78
; משא״כ דער עילוי פון
,
כדאי הלידה שתכפר על המיתה" איז אינגאנצן מבטל ענין המיתה והסילוק,
כנ"ל 79 .
און דערפאר,
איז ניט נאר וואס עס האט אויפגעטאן דעם ביטול פון גזירת המן
(כפרה לשון קינוח)
— נאר נאכ־ מער: ס׳איז געווארן "תכפר" לויטן העכערן פירוש 80
אין כפרה — "להיות נחת רוח לקונו",
אן ענין של חביבות נאכמער ווי עס איז געווען פריער,
אז דורכדעם איז נתוסף געווארן א יו"ט ביי אידן,
און אין דעם גופא — כיתרון האור מן החושך — א יו״ט ושמחה וואם איז גרעסער פון אלע יו״ט — די שמחה איו אן אופן פון ,
עד דלא ידע 81
",
למעלה ממדידה והגבלה.
און א שמחה נצחית,
כמחז״ל" ,
כל המועדים עתידין ליבטל וימי הפורים אינן בטלים לעולם".
(משיחות פורים תשי"ט.
ליל ז' אדר וש"פ תצוה חשמ״ה)