B"H
🏡

Ikar

עשרה בטבת

א.

דער תענית פון עשרה בטבת איז מטעם זה,

וואס "בו

(אין דעם טאג)

סמך מלך בבל ..

על ירושלים והביאה במצור ובמצוק" 1 ,

וואס דערמיט האט זיך אנגעהויבן כללות ענין הגלות.

די שפעטערדיקע מאורעות בשבעה עשר בתמוז

(הובקעה העיר 2 ),

בתשעה באב

(חורבן ביהמ״ק),

און אין ג׳ בתשרי או בר״ה נ

(הריגת גדלי׳)

זיינען געווען

(בפשטות)

א המשך פון דעם מצור על ירושלים.

(ויש לומר,

ווי גערעדט אמאל בארוכה 4 ,

אז דאx איז די הסברה אין דעת האבודרהם 5

אז דער תענית פון עשרה בטבת האט אין זיך א תוקף וחומרא לגבי די אנדערע ג׳ צומות,

אז "אפילו הי׳ חל בשבת לא היו יכולים לדחותו ליום אחר מפני שנאמר בו 6

בעצם היום הזה כמו ביום הכפורים״ —

וויבאלד אז ער איז דער מקור פון אלע סיבות לג׳ הצומות איז ער דעריבער מער חמור ווי די ג׳ צומות 7 )

און וויבאלד אז חורבן בית שני

(און דער גלות שעי״ז)

איז א המשך פון חורבן בית ראשון 2

(ובפרט אז אפילו די גאולה בזמן בית שני איז ניט געווען א גאולה שלימה,

אין בית שני " חסדו ה׳ דברים״ 8

וכו׳)

— קומט אויס,

אז עשרה בטבת איז די התחלה וסיבה אויף כללות ענין הגלות 9 .

ב.

תורה זאגט א כלל 10 ,

אז הקב״ה מקדים רפואה למכה,

שפירושו — ער גיט דעם כח אויף האבן דעם אופן הכי נעלה אין רפואה,

וואם דאס איז באופן פון "לא אשים עליך" 11

: ניט נאר איז עס א רפואה וואם העלפט מכאן ולהבא,

אדער אפילו א רפואה וואס פועל׳ט למפרע 12 ,

נאר נאך מער: מלכתחילה "לא אשים עליך".

דערפון איז אויך פארשטאנדיק,

אז אויר בנוגע דער "מכה" פון גלות איז הקב״ה מקדים רפואה למכה: נאך איידער עם האט זיר אנגעהויבן דער ענין הגלות

[וואט דאס איז געווען,

כנ״ל,

בעת אז ״סמך מלך בבל ..

על ירושלים"]

האט דער אויבערשטער שוין אנגעוויזן אין וואם עם באשטייט די "רפואה" און אינעם אופן פון "לא אשים עליר".

די חז״ל זאגן 3,

אז די סיבה אויף דעם תוקף ואויר פון גלות זה האחרון

(ביז אז "לא נתגלה קצם")

איז דער עון פון שנאת חנם.

ועפ״ז פשוט אז די "רפואה"

(גאולה)

אויף גלות,

איז דער היפך — אהבת חנם,

אהבת ישראל,

ובשלימותה אחדות ישראל;

און אייר בנוגע צו חורבן בית ראשון וואם איז געווען

(ניט מצד סיבה הנ״ל,

נאר)

צוליב די ג׳ עבירות פון ע״ז גילוי עריות ושפיכת דמים 14 ,

איז דאך אבער ידוע וואס חז״ל זאגן 15 ,

אז אפילו ווען אידן זיינען ר״ל עובדי ע״ז,

איז אויב זיי זיינען באחדות קען קיינער ניט האבן קיין שליטה אויף זיי

— דארף מען לפ״ז זאגן,

אז נאד איידער עם האט זיר אנגעהויבן די "מכה" פון גלות,

איז אין דעם "מצור" גופא

(סמך מלך בבל)

האט דער אוי־ בערשטער געגעבן דעם כח אויף שלום ואחדות — מקדים רפואה למכה.

ג.

דער ביאור בזה:

די פעולה פון א מצור בפשטות איז — אז "אין יוצא ואין בא" 16 ,

קיינער פון דער באלאגערטער שטאט קען ניט ארויס־ גיין,

דהיינו אז ס׳איז א מצב וואו אלע מוזן בלייבן צוזאמען אין דער זעלבער שטאט

און קיין ״פרעמדער״ ניט פון תושבי העיר קען ניט אריין — ס׳איז דארט נאר אידן

פון העיר ירושלים,

וואס ענינה איז — "עיר שחוברה לה יחדיו" 7, ,

זי איז מחבר ומאחד אלע אידן.

נאד מער: דער ענין פון ירושלים איז

(ווי אנגעדייטעט אין איר נאמען)

— ירא שלם 18 ,

שלימות היראה.

און ווי עם שטייט אין ראשונים",

אז ירושלים האט משפיע געווען יראת שמים אויף די אלע וואם פלעגן דארט קומען און האבן גע־ זען די עבודה במקדש כו׳,

און דאם איז ביי זיי פארבליבן אויך נאך זייער אומ־ קערן זיד אהיים.

דער מצור אויף ירושלים ברענגט צו דעם,

אז ניט נאר זאלן אלע אידן זיין באחדות,

נאר נאכמער,

אז אט די אחדות זאל זיין אין אן ארט פון "שלימות היראה״ — אן אחדות וואם איז מיוסד אויף תורה ומצות וקדושה 20 .

די התחלה פון ענין הגלות איז גע־ ווען באופן אז די "מכה" גופא האט גע־ דארפט גורם זיין די " רפואה ".

ואדרבה: די "רפואה" איז קודם המכה: דער ענין האחדות וואם דער מצור איז גורם,

הויבט זיר אן ובגלוי באלד ביים אנהויב פון דעם מצור,

נאך איידער מעז הויבט אן פילן די "מכה"

(און צרות)

פון דעם מצור,

ועאכו״כ פאר עם קומט די מטרת האויב אין דעם מצור — דאס אײנעמען די שטאט.

ועפ״ז — איז מובן 21

דער אויסדרוק ביי דעם מצור,

שאינו רגיל כלל: סמך מלך בבל — פון שורש פון סמיכה און הילף 22 .

און נאך מער: דאס איז ניט געווען א מצב אין וועלכן אידן האבן זיך ארײנ־ געשטעלט בבחירתם,

נאר נבוכדנאצר האט מכריח געווען אידן צו געפינען זיך אין א מעמד ומצב וואס האט בדרך הטבע גורם געווען און געבראכט אחדות ישראל אין ירושלים צוזאמען מיטן בית המקדש און דאם זאל מבטל זיין דעם מצור

(ביז אין אן אופן פון "לא אשים עליך")

!

[נאר מען האט דאך בחירה חפשית — האט דער מצב פון ״מצור" ניט אויפ־ געטאן אן אחדות

(אמיתית),

ובמילא האט נבוכדנאצר געקענט אויף זיי האבן א שליטה].

ד.

דער ענין פון די ד׳ צומות איז דאך — "לעורר הלבבות לפתוח דרכי

התשובה" 23 ,

וואט דורך דעם "זכרון" פון די דברים וואס האבן גורם געווען "אותן הצרות״ — "נשוב להטיב" 23 .

איז פארשטאנדיק,

אז עשרה בטבת דערמאנט א אידן לכל לראש,

אז דער וועג צו מבטל זיין "אותן הצרות" איז דורך — אהבת ישראל ואחדות ישראל,

אז אלע אידן דארפן זיר אײנשליסן צוזאמען,

ביז אין אן אופן פון "חוברה לה יחדיו"; און מיט אן אחדות וואם איז פארבונדן מיט שלימות היראה ובית המקדש

(הפנימי — ושכנתי בתוכם)

— מיוסד אויף תורה ומצותי׳.

און דעמאלט וועט זיין דער ביטול הצומות 24 ,

און נאך מער: זיי וועלן נתהפך ווערן "להיות יום טוב 25

וימי ששון ושמחה" 24

;

און וויבאלד אז די "ירידה" פון עשרה בטבת איז גרעסער ווי די אנדערע צומות

(כנ״ל סעיף א),

וועט אויר די עלי׳ זיין גרעסער — אז ער וועט זיין אין א מדריגה פון " עצם היום הזה" בדוגמא צו יום הכפורים למעליותא — שבת שבתון וואס איז העכער פון שבת 26 ,

"העשירי 22

יהי׳ קודש" 28 .

(משיחת עשרה בטבת תשמ״ג)

Reader controls and commentary are loading.