B"H
🏡

Ikar

ויגש א

א.

אויפן פסוק 1

"רועה ישראל האזינה נוהג כצאן יוסף" טייטשט רש״י 2

: כל ישראל נקראים על שם יוסף לפי שהוא פירנסם וכלכלם בימי הרעב

(ווי עם שטייט איו אונזער פרשה 3

: ויכלכל יוסף את אביו ואת אחיו ואת כל בית אביו לחם לפי הטף).

בפשטות לערנט מען: וויבאלד יוסף האט די בני ישראל געשפייזט אין א צייט פון הונגער,

וואס דאס מיינט אז זייער קיום איז געווען אפהענגיק אין יוסף׳ן,

דערפאר ווערן זיי אנגערופן על שמו — על שם זה וואס ער האט אויפגעהאלטן זייער מציאות.

— דערמיט איז רעכט לשון רש״י ״פירנסם וכלכלם בימי הרעב ״ — דלכאורה: דער פסוק "ויכלכל יוסף גו׳" רעדט וועגן דעם זמן ווען

(יעקב ובניו זיינען שוין געווען אין מצרים און)

עס איז שוין בטל געווארן דער רעב 4

(כמחז״ל 5

"מכיון שבא יעקב למצרים באה ברכה ..

וכלה הרעב") 6 ?

וע״פ הנ״ל איז עס מובן — ווייל דוקא "לפי שהוא פירנסם וכלכלם בימי הרעב "

[איידער זיי זיינען אראפ אין מצרים

(און האבן געקויפט תבואה ביי יוסף׳ן אין מצרים 7 )

און נאך הסתלקותו של יעקב ווען "חזר הרעב" 8

און יוסף האט צוגע־ זאגט אחיו "אנכי אכלכל אתכם ואת טפכם" 9 ]

האט מען געזען ווי דער קיום פון בית ישראל איז געווען אפהענגיק אין יוסף.

ב.

מען דארף אבער פארשטיין" 10

:

א)

פארוואס זאלן אידן שטענדיק אנגערופן ווערן מיטן נאמען יוסף מצד א פעולה פון יוסף,

וועלכע איז געווען מיט פיל יארן פריער און בלויז במשך פון א

(גאר)

קורצער צייט?

ב)

ועיקר: דער תוכן הכתוב "רועה ישראל האזינה נוהג כצאן יוסף גו׳ הופיעה" איז א בקשה וואס מ׳בעט דעם אויבערשטן — ״האזינה ..

הופיעה",

וואס דערפון איז פארשטאנדיק,

אז מיט באצייכענען אידן אלם ״יוסף״ װערט אויסגעדריקט א מעלה פון אידן וועל־ כע גיט צו א זכות אויף מילוי הבקשה פון ״האזינה ..

הופיעה".

[נאד מער: פון דעם וואס די ווער־ טער "נוהג כצאן יוסף" קומען נאך דעם ערשטן טייל הבקשה "רועה ישראל האזינה" איז משמע,

אז דער נאמען "יוסף" איז א גרעסערע מעלה ווי דער

שם ישראל

(עכ״פ — בנוגע דעם ענין המדובר אין דעם מזמור)

״ — ווארום דער סדר התפלה איז,

כמובן,

מן הקל אל הכבד: פריער דערמאנט מען א קלענערע מעלה,

און דערנאר

(ובפרט — אויב דאס איז ניט מספיק)

איז מען מוסיף א גרעסערע מעלה כו׳].

איז ניט מובן: מיט וואס איז דאס וואס יוסף ״פירנסם וכלכלם בימי הרעב",

א זכות ומעלה פאר " כל ישראל ",

אז דאס זאל פועל זיין

(עכ״פ — העלפן אין)

דעם ״האזינה ..

הופיעה"?

ג.

וי״ל נקודת הביאור בזה":

יעדער ענין גשמי הויבט זיך אן

(ווערט נשתלשל —)

פון מקורו — הרוחני.

ועד״ז בנדו״ד — דאס וואס "פירנסם וכלכלם בימי הרעב" בפשטות,

בגשמיות — דאס וואס די פרנסה גשמית פון בית ישראל בימי הרעב איז געווען אפהענגיק פון יוסף,

נעמט זיך דערפון וואס ער האט זיי געשפייזט בימי הרעב ברוחניות ".

רעב בגשמיות איז פארבונדן מיט דעם ״רעב״ ברוחניות 14

— א זמן

(און מצב)

פון העלם והסתר,

ווען עס לייכט ניט קיין ג־טלעכקייט; און די מעלה מיוחדת

פון יוסף איז — וואס ער האט בכח צו זיין א "מכלכל" ברוחניות אויך "בימי הרעב "

(כדלקמן בארוכה).

און דאס איז דער פירוש

(הפנימי)

אין "הוא פירנסם וכלכלם בימי הרעב": יוסף האט משפיע געווען צו בית ישראל פון זיינע מעלות ותכונות נעלות

(מיט וועל־ כע מען קען איבערקומען א " רעב "),

ער האט עס אין זיי אריינגעגעבן אין אן אופן פון "פירנסם וכלכלם",

אז דאם זאל ווערן זייער ״פרנסה״ און ״שפײז״ — עם איז אריין אין זיי בפנימיות און געווארן "דם ובשר כבשרם".

ומהאי טעמא ווערן אידן

(עד סוף כל הדורות)

אנגערופן בשם יוסף מצד דעם וואס ״פירנסם וכלכלם בימי הרעב",

ווייל דורכדעם איז ביי כלל ישראל אײנ־ געווארצלט געווארן לתמיד די מעלה פון

(עבודת)

יוסף.

און דערמיט איז אויר מובן פארוואס אידן ווערן אנגערופן יוסף דוקא אין דעם מזמור,

בקשר מיט דער בקשה "רועה ישראל האזינה גו׳",

ווייל דער תוכן המזמור איז די תפלה אויף די "שלש גליות " 15

(וואם דערפאר "נאמר 16

במזמור זה שלש פעמים" השיבנו האר פניר ונושעה")

; און דער

(עיקר)

זכות פון אידן בעת גלותם איז פארבונדן מיט יוסף

(וואם ״פירנסם וכלכלם בימי הרעב ״)

— נאך מער ווי די מעלה פון "ישראל"

("רועה ישראל האזינה"),

וכדלקמן.

ד.

די הסברה אין דעם:

יוסף האט זיך אויסגעטיילט פון די

אנדערע שבטים דערמיט וואס ער איז דער איינציקער וואט איז געווען אין גלות ביי אן איש

(ומלך)

זר — "נשבה לבין הגוים" 18

: לא מיבעי אין דעם ערשטן זמן

(נאכדעם ווי "הורד מצרימה" 19 )

אלס עבד בבית פוטיפר און דער־ נאך אלם אסיר בבית הסהר,

נאר אפילו אין שפעטערדיקן זמן,

בשעת ער איז שוין געווארן א משנה למלך,

וואט "ובלעדיך לא ירים איש את ידו ואת רגלו בכל ארץ מצרים" 20 ,

איז ער אבער גע־ ווען אונטער דער שליטה והנהגה פון פרעה

("הכסא אגדל ממך" 21 )

; אויר זיין שליטה אין גאנץ ארץ מצרים איז גע־ ווען אלם משנה

(למלך,)

פון פרעה׳ן 22 .

און דאס איז בהתאם מיטן חילוק בפשטות צווישן חיי

(ועבודת)

יוסף און דעם סדר החיים פון די אנדערע שבטים

(וכמבואר בכמה מקומות 23 )

:

די שבטים זיינען געווען "רועי צאן",

אפגעזונדערט פון די עניני העולם,

וועלכע קענען זיי שטערן אין זייער עבודת השם: און אויר — די מלאכה פון רועה צאן פאדערט ניט קיין אנשטרענ־ גונג און טירדא יתירה.

משא״כ יוסף איז געווען פארנומען מיט עניני העולם — פריער בבית פוטי־ פר וואם "ויפקדהו על ביתו וכל יש לו נתן בידו" 24 ,

ועד״ז דערנאד בבית הסהר

— "ואת כל אשר עושים שם הוא הי׳ עושה״ 25 ,

ועאכו״כ װען ער

(איז גע־ ווארן משנה למלך און)

האט אנגעפירט מיט אלע עניני מצרים

("ועל פיך ישק כל עמי"* 25 ),

וואס איז פארבונדן מיט די גרעסטע טירדות

— אבער אעפ״כ האבן די אלע טרדות אים כלל ניט מבלבל געווען אין עבודת השם און ער איז גלייכצייטיק גע־ שטאנען בתכלית הדביקות צו אלקות.

ביי די אנדערע שבטים,

איז זייער דביקות בה׳ געווען פארבונדן מיט זייער מצב פון התבודדות,

מיט זייער זיין אפגעזונדערט פון עניני העולם — ומובן,

אז אין אזא סדר העבודה איז דער מצב פון גלות

(זיין אונטער דער שליטה פון א זר)

א סתירה און שטער צו דביקות בה׳.

דוקא מיט דער עבודה פון יוסף,

וואס אויך זייענדיק אין די טרדות פון עניני העולם איז ער פארבליבן בתכלית הדביקות בה׳,

קען מעז דורכגיין דעם מצב פון גלות.

ה.

עם שטייט 26

"אלה תולדות יעקב יוסף״ — יוסף איז דער המשך

("תולדות")

פון יעקב 27 ,

וכמאמר חז״ל" 2

"כל מה שאירע לזה אירע לזה".

ועד״ז בענין הנ״ל: די אויסגעטיילט־ קײט פון יוסף לגבי אחיו,

וואס דוקא ער איז דורכגעגאנגען דעם מצב פון גלות,

איז א המשך ו״תולדות" פון יעקב און זיין אויפטו לגבי אברהם ויצחק.

און ווי מיר זעען,

אז צווישן די ג׳ אבות איז יעקב דער איינציקער וואס האט דורכגעמאכט א סך יארן פון גלות ושעבוד — די כ׳ שנה בבית לבן 29 ,

ארבעטנדיק פאר אים אין אן אופן פון "הייתי ביום אכלני חורב גו׳ עבדתיך גו׳" 30 ,

און ער איז געווען אזוי משועבד צו לבן׳ען,

ביז אז לבן האט אים געזאגט "הבנות בנותי גו׳ וכל אשר אתה רואה לי הוא" ,3

(וואס אזא מצב פון גלות ושעבוד געפינט מען ניט ביי אברהם אדער יצחק)

— פונדעסטוועגן האט אויך די שווערע גלות־תקופה ניט גע׳־ פועל׳ט קיין שטערונג און חלישות ח״ו אין דער עבודה נעלית פון יעקב — "עם לבן הרשע גרתי ותרי״ג מצות שמרתי" 32 .

דאם איז דער אויפטו פון יעקב — מדת האמת 33 ,

אין וועלכער ס׳איז ניט שייך קיין שינויים,

וואס דערפאר בלייבט ער מיטן זעלבן תוקף,

אין פאר־ שידענע אומשטענדן,

בלי שום שינוי,

אפילו אין דעם גלות ביי לבן וכו׳.

[ועד״ז בנוגע די "תולדות" של האבות: "אברהם 34

יצא

( ונפרד 35 )

ממנו ישמעאל ..

יצחק יצא

(ונפרד)

ממנו עשו",

משא״כ יעקב איז "מטתו שלימה" 36

און ס׳איז ניט שייך קיין פסול

(אן ענין פון ״יצא ממנו״)

בזרעו — ווייל 37

דאס איז די תכונה ומעלה פון מדת האמת,

אז ס׳איז אין איר ניט שייך קיין ענין של שינוי ונטי׳].

אעפ״כ איז פאראן א חילוק עיקרי צווישן יעקב און יוסף,

ביז — אז דער עיקר כח וואם יעדער איד האט אויף קענען דורכגיין ענין הגלות,

באקומט ער דוקא פון יוסף,

כדלקמן.

ו.

דער חילוק בפשטות צווישן "גלות" יעקב און "גלות" יוסף:

ביי יעקב,

איז

[נוסף אויף דעם וואס

(א)

זיין שעבוד צו לבן איז באשטאנען בלויז אין דעם וואס ער האט געארבעט פאר לבן,

אלם פועל 38 ,

א רועה

(ער איז אבער ניט גע־ ווען אן עבד ),

און

(ב)

סוף־סוף איז לבן ניט געווען קיין איש זר,

נאר "עצמי ובשרי אתה״ 39

— איז]

אויך זייענדיק אין גלות ביי לבן איז ער ניט געווען

(אריינגעטאן)

אין עניני העולם.

אויך דארטן איז ער געווען

(ויברח יעקב)

(ב)

שדה ארם 40 ,

א רועה צאן ,4 ,

וואס איז

(כנ״ל)

אן עבודה ביי

וועלכער מ׳קען בלייבן בהתבודדות פון עניני העולם 42 .

און דער טעם לזה — ווייל יעקב איז תכלית הקדושה והאור,

אינגגאנצן העכער פון חושך הגלות

[בלשון החסידות 43

: מדריגת יעקב איז עולם האצילות וואו ס׳איז "לא יגורך רע" 44 ,

דארטן איז ניטא קיין ענין פון חושך און פארשטעל אויף ג־טלעכקייט].

וואם דאס איז דער חילוק צווישן יעקב

(והאבות)

און די שבטים 45:

דאס וואס די שבטים זיינען געווען רועי צאן איז עם געווען א תנועה של פרישות פון וועלט כדי די עניני העולם זאלן זיי ניט שטערן,

וואס דאס גופא באווייזט אז די עניני העולם האבן א תפיסת מקום וואס דערפאר מוז מעז זיך פון זיי פורש זיין;

די אבות אבער זיינען געווען מרומם בעצם פון עניני העולם.

און וויבאלד אז זייער מדריגה בעבודת השם איז אין אן אופן פון כולו אור וקדושה,

אן קיין שום תפיסת מקום פאר דעם חושך פון עניני העולם,

איז עם במילא געווען אזוי אויר אין זייער גשמית׳דיקן לעבן,

אז זיי זיינען געווען רועי צאן — העכער פון עניני העולם 46 .

ועד״ז ביי יעקב׳ן: אפילו זייענדיק בגלות בבית לבן איז ניט געווען שייך ביי אים קיין ענין פון חושך העולם,

ער

איז געבליבן בהבדלה וברוממות פון דעם גלות,

און דערפאר,

אויך כפשוטו — א רועה צאן.

און אט דער ענין — אז אויך ווען יעקב איז יורד אין גלות איז ער בהבדלה,

העכער פון גלות — דריקט זיך אוים אין דעם,

אז בשעת עס קומט צו א מלחמה צווישן יעקב מיט שרו של עשו 47

(עס ווערט א "התאבקות" צווישן יעקב מיט א מנגד),

איז — " שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל" 48 ,

יעקב ווערט דער שר ובעה״ב אויפן מנגד,

ביז אז שרו של עשו אליין מוז מודה זיין "לא יעקב גו׳ שמך כי אם ישראל כי שרית גו׳" 48 .

[ועד״ז ווען יעקב האט יורד געווען למצרים איז

(נוסף לזה וואס ער איז גע־ בליבן אפגעזונדערט פון מצרים 49

( ע״ד הנ״ל בבית לבן)

— אין ארץ גושן מיטב הארץ 50

— איז)

" ויברך יעקב את פרעה" — ״שיעלה נילוס לרגליו..

ומשקה את הארץ" 51

: יעקב איז דער וואס איז מברך את פרעה,

ביז פרעה זאל אנערקענען אז די פרנסה פון מצרים

(וואם ווערט ע״י הנילוס וואם עולה ומשקה)

איז אפ־ הענגיק אין ברכתו של יעקב 52 ].

ז.

און דאס איז דער אויפטו פון יוסף׳ן:

ביי יוסף איז געווען א ירידה אין גלות,

באופן אז ער איז געקומען אונ־ טער דער שליטה פון

(פוטיפר,

און דערנאך)

פרעה — און אעפ״ב,

איז אויר אין אזא מצב איז ער געבליבן בתכלית הדביקות אין אלקות.

ומהאי טעמא,

איז דער כח וואס יעדער איד האט אויף דורכגיין ענין הגלות — וואט ביי יעדער אידן איז דער ענין הגלות כפשוטו,

תחת שליטת האומות כו׳ — נעמט זיר

(בעיקר)

פון יוסף׳ן דוקא.

וואט דעם כת האט יוסף ארײנ־ געגעבן אין אידן דורכדעם וואס ״פירנםם וכלכלם בימי הרעב״ — וואס ער האט משפיע געווען בכל השבטים 53

פון זיין מעלה ומדריגה

(כנ״ל סעיף ג),

ועי״ז איז עם נמשך געווארן לבניהם אחריהם,

צו כאו״א מישראל 34

עד סוף כל הדורות.

און דאם איז אויר דער סדר הבקשות אין דעם מזמור "רועה ישראל האזינה נוהג כצאן יוסף":

בשעת אידן זאגן א תפלה אויף ענין הגלות,

אז עם זאל זיין "השיבנו האר פניך ונושעה״ — זאגט מען פריער די מעלה פון

(יעדער אידן אלם)

" ישראל " — " שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל",

וואם דאס איז די מעלה וואם יעדער איד האט בירושה פון יעקב,

אז

מ׳איז

(מצד פנימיות הנפש)

א שר אויף עניני הגלות,

ובמילא מאנט מען "האזינה";

און דערנאל זאגט מען דעם העכערן עילוי — ״נוהג כצאן יוסף ״ — דעם עילוי פון ״יוסף״ װאס איז פאראן בכל אחד ואחד,

וואט מצד דעם,

איז אפילו ווי אידן זײנען אין דעם חושך והעלם והסתר פון גלות 55 ,

איז דאס ניט מבלבל זייער דביקות בהשם,

און זיי זיינען גאנץ אין זייער אידישקייט כו׳;

וואט דורך דעם איז ניט נאר וואס מ׳איז מבטל דעם גלות 56 ,

נאר מ׳טראגט אריין דעם ״אל״ף״ — אלופו של עולם — אין גלות גופא 57 ,

ווערט פון "גולה" — "גאולה" 38 ,

אז דער גלות גופא ווערט נהפך לגאולה,

ווערט במילא א גאולה נצחית שאין אחרי׳ גלות,

גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו 58 ,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש״פ חוקת תשמ״א)

Reader controls and commentary are loading.