א.
אין דעם נוסח פון "ועל הנסים" פון חנוכה זאגט מען: "ואחר כך באו בניך לדביר ביתך ופנו את היכלך וטהרו את מקדשך והדליקו נרות בחצרות קדשך".
איז ידוע אין דעם די שאלה: וואט מיינט "והדליקו נרות בחצרות קדשך" — מקום המנורה איז דאך
(ניט אין חצר המקדש,
נאר)
בפנים,
אין היכל?
דער חתם סופר 1
פארענטפערט עם לויטן פסק הרמב״ם 2
אז "הדלקת הנרות כשירה בזרים לפיכך אם הטיב הכהן את הנרות והוציאן לחוץ מותר לזר להדליקן".
און וויבאלד די יוונים האבן מטמא געווען דעם היכל — "הי׳ 3
ההיכל מלא גלולים״ — איז "עד 3
שפינו את היכלך וטהרו את מקדשך ..
לא הדליקו נרות בפנים אלא בחצרות קדשך בעזרה" 4
[און דערפאר איז דער נם נתפרסם געווארן צו אלע אידן — "שכל ישראל ראו הנרות דולקים ח׳ ימים" 3 ,
ווארום אויב מ׳האט די מנורה געצונדן אין היכל,
וואלטן בלויז די כהנים געקענט זען דעם נם].
אבער לכאורה צ״ע בתירוצו:
א)
פון פשטות הלשון־ ״באו..
ופנו..
וטהרו..
והדליקו" 5
איז משמע,
אז דער
"והדליקו" איז געווען נאך דעם ווי "פנו את היכלך וטהרו את מקדשך".
און אזוי איז מוכח אויך פון דעם וואס עס שטייט בכמה מקומות 6
אז דער שם חנוכה איז ע״ש חנוכת המזבח והמקדש
(נאכדעם ווי די יוונים האבן מחלל געווען דעם מקדש).
קומט אוים,
אז בכ״ה בכסלו 7
— ובמילא אויך הדלקת הנרות
(וואם האט זיך אנגעהויבן בכ״ה בכסלו)
— איז שוין געוועו נאך רעם ווי ״פנו ..
וטהרו".
ב)
בפשטות — האבן די יוונים ארייגעבראכט ״גילולים״ ניט נאר אין היכל נאר איו אלע טיילן פון בית המקדש
(כולל די עזרה 8 ),
כמובן פון נוסח ועל הנסים גופא — "וטהרו את מקדשך" סתם,
מ׳האט מטהר געווען דעם גאנצן בית המקדש 9
; פארוואס זאל מען זאגן אז טהרת העזרה איז געווען לפני טהרת ההיכל
(און גאנצע אכט טעג)
און אז דערפאר האט מען געקענט צינדן די מנורה בעזרה אבער ניט בפנים 10 ?
מ׳קען ניט זאגן אז דאס האט מען געטאן בלויז כדי שיתפרסם הנס
(כהמשך דברי החתם סופר שם,
כנ״ל)
— ווייל ביים אנצינדען די מנורה
(עכ״פ בפעם הא׳)
האט מען דאו ניט געוואוסט אז עם וועט טרעפן א נס.
ג)
בכל אופן: ביאור הנ״ל פארענטפערט נאר דעם דיוק פארוואס מ׳זאגט "בחצרות" און ניט כהיכל.
עס בלייבט אבער ניט מובן 11
: פארוואס זאגט מען
״בחצרות״ — לשון רבים,
און ניט "בחצר קדשך"
(בעזרה 4 )?
ובפרט אז פריער זאגט מעז אלץ בלשון יחיד — ״לדביר ביתך..
היכלך..
מקדשך",
און דא איז מען משנה צו לשון רבים — "בחצרות"* 11 .
ב.
ולכאורה נראה לומר,
אז "והדליקו נרות בחצרות קדשך" ווערט ניט געמיינט די נרות המנורה שבמקדש — נאר אנדערע נרות 12
וואס מ׳האט געצונדן אלס א הילול ושבח צום אויבערשטן.
[ווי מען געפינט 13
אז איינער פון די דרכים צו אויסדריקן אן עניו פון הילול לה׳ איז דורך נרות.
וע״ד מש״נ 14
"באורים כבדו ה׳"
(ווי עס ברענגט זיך להלכה לגבי נרות בית הכנסת 15 ),
און ווי מען געפינט
(בנוגע למקדש)
בשמחת בית השואבה,
אז מ׳פלעגט צינדן
"מנורות של זהב" 16
אין עזרת נשים
(וועלכע האבן באלויכטן גאנץ ירושלים)
צוליב דער שמחה גדולה פון שמחת בית השואבה].
און "והדליקו נרות בחצרות קדשך" איז ניט א המשך צו פריער
(צו ״ופנו..
וטהרו")
נאר דאס באציט זיך צו וויי־ טער — צו "להודות ולהלל לשמך הגדול",
אז "הדליקו נרות כו׳ ו
(גם)
קבעו שמונת ימי חנוכה אלו
(כדי)
להודות ולהלל כו׳".
ועפ״ז איז אויר מתורץ דער לשון ״בחצרות קדשך״
(ל׳ רבים)
— ווייל די נרות האט מען געצונדן
(ניט
(נאר)
אין חצר המקדש
(בעזרה),
נאר)
אויך* 16
אין עזרת נשים וסביבות המקדש 17
בכלל 18 .
עם בלייבט אבער ניט פארשטאנדיק: עפ״ז קומט אוים,
אז אין דעם נוסח פון "ועל הנסים" ווערט גארניט דערמאנט — אפילו ניט ברמז 19
— וועגן דעם נם השמן דהנרות! מען דערמאנט בלויז וועגן דעם נס דנצחון המלחמה — "מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים כו׳ עשית תשועה גדולה כו׳".
די תמי׳ איז נאד גרעסער.
די גמרא זאגט אין שבת 20
: ״מאי חנוכה״ — און רש״י איו דערויף מפרש: על איזה נם קבעוה — "שכשנכנסו יוונים להיכל טמאו כל השמנים כו׳ ולא מצאו אלא פך אחד כו׳ נעשה בו נם והדליקו ממנו שמונה ימים לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה".
קומט אויס אז הלל והודאה
("על הנסים בהודאה" 21 )
האט מען קובע גע־ ווען
(בעיקר)
אויפ׳ן נם השמן 22
— איז ווי קומט עם אז אין דעם נוסח ועל הנסים זאל דער נס השמן כלל ניט דער־ מאנט ווערן?
!
ג.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים הביאור אין דער שאלה הידועה 23
(אין דברי הגמרא הנ״ל)
: דער "עיקר הנם הי׳ בנצחון המלחמה רבים ביד מעטים גבורים ביד חלשים בו׳",
איז פארוואם האט מען קובע געווען ימי חנוכה
(ניט אויפן נס פון נצחון המלחמה וישועת ישראל מידי היוונים,
נאר)
אויף דעם נס פון פך השמן?
דלכאורה,
"איך עשו מן הטפל עיקר"?
שטייט אויף דעם דער ביאור 24 ,
אז
דער עיקר הגזירה בימי חנוכה איז ניט געווען אויף די גופים פון אידן,
נאר אויף דת ישראל 25
— "בטלו דתם״ 26
"להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך",
וכמאמר חז״ל 27
"כתבו על קרן השור שאין לכם חלק באלקי ישראל׳
(און די מלחמות בגשמיות זיינען געווען 28
א תוצאה פון די גזירות על דת ישראל 29 ).
און דעריבער האט מעז געמאכט אן עיקר,
ניט פון דעם נס דנצחון המלחמה
(די הצלת הגוף),
נאר פון גס השמן — דער נם פארבונדן מיט א קיום מצוה אין בית המקדש,
און אין דעם גופא — מיט נרות המקדש,
וואס איז מרמז אויף כללות עניו התורה ומצות כמש׳נ 30
״כי נר מצוה ותורה אור׳ — וואם דאס איז פארבונדן מיט דער הצלה רוחנית.
עס פאדערט זיך אבער ביאור: בשעת די גמרא איז מסביר ״מאי חנוכה׳ — ״על איזה נם קבעוה׳ — ווערט דער־ ציילט בלויז פון דעם נם השמן און עס ווערט כלל ניט דערמאנט דער נס פון נצחון המלחמה
— די גמרא זאגט נאר 1)
אלס הקדמה וקביעות הזמן "וכשגברה מלכות בית
חשמונאי ונצחום בדקו ולא מצאו כו",
און 2)
דער נס פון נצחון המלחמה
("גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים כו'")
ווערט כלל ניט דערמאנט,
נאר בלויז אז ס׳איז געווען א נצחון —
איז ניט מובן: אמת טאקע אז דער עיקר הענין פון חנוכה איז די הצלה רוחנית,
אבער ס׳איז דאך אויך געווען א הצלה גופנית,
און אין אן אופן נסי לגמרי 31
; נאכמער: די הצלה רוחנית איז געקומעו בלויז דורך
(און נאך)
דער הצלה גשמית —
עכ״פ בדרך טפל — האט די גמרא געדארפט דערמאנען אויך דעם נס פון נצחון המלחמה?
ד.
וי״ל דעם ביאור אין דעם:
מען האט שוין פיל מאל גערעדט 32
וועגן דער מלחמת היוונים,
אז ס׳איז ניט געווען סתם א מלחמה
(רוחנית)
קעגן דת ישראל,
נאר דער דיוק איז אין דעם געווען — "להשכיחם תורתך
(תורה שלך)
ולהעבירם מחוקי רצונך":
די יוונים האט ניט געארט אזויפיל וואס אידן לערנען תורה,
דער צוועק פון זייער גזירה איז געווען "להשכיחם תורתך״ — צו מאכן פארגעסן אז די תורה איז דיין תורה,
תורת הוי׳ וואס איז העכער פון שכל.
ועד״ז — "להעבירם מחוקי רצונך",
אז אידן זאלן ניט מקיים זיין די חוקים — די מצות וועלכע זיינען
העכער פון שכל און זייער קיום איז נאר מיט קבלת עול — ווייל אזוי איז רצונך,
דעם אויבערשטנ׳ס רצון.
די מלחמת היוונים איז געווען קעגן דעם וואם ביי אידן איז ג־טלעכקייט אינגאנצן העכער פון גדרי הבריאה,
און קען ניט גענומען ווערן מיט שכל
(אנושי).
ה.
דאס איז אויר איינער פון די ביאורים אין דעם וואס דער נם פון חנוכה
(בשייכות צו דער הצלה רוחנית)
איז געווען פארבונדן מיט נרות המנורה דוקא —
דלכאורה,
די יוונים האבן דאך מטמא געווען דעם גאנצן בית המקדש און מ׳האט געדארפט מחנך זיין דעם מזבח וכל כלי ההיכל 33
; פארוואס האט דער אויבערשטער געמאכט אז דער נם זאל זיין בשייכות צו נרות המנורה דוקאז
איז דער ענין אין דעם 34
: מ׳געפינט,
אז ווען מ׳וויל באצייכענען אן ענין רוחני איז מען רגיל צו נוצן דעם מושג
(און משל פון),
אור" 35 ,
בלשון הכתוב 30
: כי נר מצוה ותורה אור.
איינער פון די טעמים דערויף 36
: ״אור״ איז אויסגעטיילט פון אלע נבראים דערמיט וואס כאטש אויר אור איז א נברא בעולם הזה,
ווערט ער ניט נתפס
(כ״כ)
אין גשם העולם.
וע״ד דעם חילוק אין קול מראה וריח:
אויר בנוגע צו קול זאגן חז״ל 37
אז "אין בו ממש".
אבער כאטש בערך צו אנדערע דברים גשמיים איז קול "אין בו ממש",
פונדעסטוועגן ווערט עם נאחז אין גשם — תנועות פון דעם אויר גשמי 38
: און אזוי אויך ריח,
אע״פ אז דאס איז בלויז א התפשטות פון דער זאך 39 ,
האט עם אן אחיזה אין גשמיות הדבר 40 ,
ס׳איז א טייל פון דער זאך וואם ווערט נתפשט ווייטער
(און דערפאר איז שייך אז דער ריח זאל ווערן שוואכער ביז ער ווערט נכלה 41 ).
משא״כ מראה איז ניט גשם הדבר הנראה.
ומהאי טעמא ווערט רוחניות באצייכנט מיטן נאמען אור — ווייל צווישן אלע דברים גשמיים שבעולם,
איז אור 42
דער נברא הכי רוחני.
ו.
דער ביאור הנ״ל בנוגע צו אור,
גיט אויד א הסברה אין דעם מאמר חז״ל 43
בנוגע די נרות המנורה — "עדות היא לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל"
(מצד דעם נס וואס איז געווען ביים נר מערבי — "ממנה הי׳ מדליק ובה הי׳ מסיים").
דלכאורה איז ניט מובן 44
: פארװאכ איז דער נם פון נר מערבי אויסגע־ טיילט פון אלע "עשרה נסים
(וואס)
נעשו לאבותינו בבית המקדש" 45 ,
וואס דוקא דער נס איז געווען אן עדות "שהשכינה שורה בישראל"?
ולכאורה אדרבה: די מנורה איז געשטאנען אין היכל וואו ניט יעדער האט געקענט אריינגיין; דאקעגן זיינען א טייל פון די עשרה נסים געווען בעזרה 46
און אזוי ארום זיינען זיי געווען
(מער)
"ידועים לכל" 47 .
וע״פ הנ״ל איז עס מובן,
ווייל אור
(אויר אור גשמי)
— איז מער כלי צום אור השכינה.
און דעריבער,
ווען דער אור השכינה
(וואס איז העכער פון עולם)
ווערט פארבונדן מיט א
(גשמיות׳דיקן)
אור,
האט עס א שטארקערע ווירקונג אין באלייכטן די וועלט מיט אור השכינה,
און דערפאר האט דוקא דער נם
(מיטן אור המנורה)
באאיינפלוסט די "באי עולם" זיי זאלן אנערקענען "שהשכינה שורה בישראל".
און דערמיט איז אויך פארשטאנדיק פארוואם די הצלה רוחנית פון חנוכה איז געווען פארבונדן מיטן נם פון פך השמן דהמנורה: דאס איז ניט קיין זייטי־ קער נס,
נאר אין דעם האט זיך אויסגע־ דריקט דער נצחון פון ימי החנוכה:
די אנערקענונג פון "תורתך" און ״חוקי רצונך״ — אז ביי אידן איז מאיר
(כנ״ל ס״ד)
דער אור אלקי וואס איז העכער פון שכל אנושי
(וגדרי הבריאה)
—איז ארויס בגילוי אין
(א)
א נס
(שנם — הוא מורם ולמעלה מגדר הטבע),
און
(ב)
בשייכות מיט אור המנורה,
וואס איז א כלי צו דעם אור אלקי וואס איז העכער פון בריאה,
וואם דערפאר איז "עדות היא לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל".
ז.
ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין וואם די גמרא זאגט "מאי חנוכה״ — על איזה נם קבעוה,
און דערמאנט בלויז דעם נם פון פר השמן און דערמאנט אינגאנצן ניט דעם נס פון נצחון המלחמה — ווייל בשעת מען רעדט וועגן דעם מהות פון חנוכה
("מאי חנוכה"),
איז דאס דער נס פון נרות חנוכה,
וועלכער ווייזט אויף דעם אור רוחני
(נר מצוה)
וואם האט מאיר געווען דורכן נצחון רוחני.
און אע״פ אז דער נם גשמי איז געווען די הקדמה און די סיבה פון דעם נס רוחני
(ווארום לולא דעם נצחון המלחמה וואלט ניט געקענט זיין חנוכת המקדש ובמילא אויך ניט דער נס
הנרות) 48
— פונדעסטוועגן,
נאד דעם ווי מ׳האט שוין דעם נס רוחני,
איז דער דבר
(ונס)
גשמי ניט תופס מקום.
[רואם דער העדר תפיסת מקום דא איז ניט ע״ד מאמר חז״ל 49
שרגא בטיהרא מאי אהני,
אז אור הנר ווערט בטל לגבי אור השמש — ווייל דארטן,
כאטש דער אור השמש איז ניט בלויז א גרעסערער אור בכמות,
נאר ער איז אויך אנדערש אין איכות האור איז אבער דער אור הנר א מציאות של אור 50 ,
ס׳איז נאר "מאי אהני",
משא״כ בנדו״ד,
איז לגבי דעם אור רוחני וואס האט מאיר געווען בחנוכה
(דורך נם הנרות)
— וואס איז פארבונדן מיטן אור אלקי שלמעלה מגדרי הבריאה — האט די מציאות פון נצחון הגשמי קיין ארט ניט 51 ].
און דערפאר איז עד״ז,
לאידך גיסא,
בנוגע דעם נוסח פון ועל הנסים: בשעת מ׳וויל אפגעבן א הודאה להשי״ת אויפן נס פון נצחון המלחמה,
קען מען דערביי ניט געבן בחדא מחתא די הודאה אויפן נם השמן — ווייל דעמאלט איז "בטל" די מציאות
(וחשיבות)
פון נצחון המלחמה הגשמית.
און דערפאר טיילט מען דאס פאנאנדער אין צוויי זמנים 52
:
די הודאה אויף נס השמן דהנרות איז
(בגלוי 53 )
דורך הדלקת נרות חנוכה; און די הודאה אויף נצחון המלחמה
(בגלוי 54 )
— באמירת ועל הנסים.
ח.
פון יעדן ענין דארף מען ארויסנעמען א הוראה בפועל אין עבודת ה׳.
איז די הוראה בפשטות: פון חנוכה נעמט מען דעם כח אז ביי א אידן זאל לייכטן דער אור הנשמה ביז אין אן אופן אז די עניני הגוף של האדם זאלן ביי אים ניט תופס מקום זיין.
ווארום אע״פ אז די נשמה איז אנגעטאן אין א גוף און דא אין עולם הזה קען די נשמה ניט דינען דעם אויבעשטן סיידן דורכן גוף — אלע מצות זיינען מיט דברים גשמיים דוקא און אויר דער שכל ומדות של הנשמה ווערן נתגלה דורך די אברים גשמיים,
מוח הגשמי ולב הגשמי —
לערנט חנוכה,
אז עם איז בכחו פון א אידן אז די גשמיות זאל ביי אים ניט תופס מקום זיין.
מען רעדט ניט וועגן
גשמיות וואם איז ניט פארבונדן מיט עבודת הנשמה — אזא גשמיות דארף מלכתחילה ניט זיין,
בכל דרכיך
(—שלך)
דעהו
(—השם).
נאר אפילו גשמיות וואט פירט צו רוחניות
(ע״ד ווי דער נצחון המלחמה בימי חנוכה וואט האט געבראכט צו דער הצלה רוחנית)
— דארף מען פועל זיין ביי זיך,
אז די "גשמיות" זאל ניט האבן קיין תפיסת
מקום; די גאנצע מציאות של הגשמיות זאל נאר זיין דאס — וואט דורך איר פירט זיר דורך די עבודה
(רוחנית)
של הנשמה 55 .
(משיחות ש״פ מקץ,
שבת
חנוכה — תשכ״ו,
תשל״ד)