א.
נאכדעם ווי יעקב אבינו האט מסכים געווען אז זיינע זין זאלן ווידער גיין קיין מצרים און האט זיי אנגעזאגט 1
"זאת עשו קחו מזמרת הארץ וגו"׳ וואס מ׳זאל ברענגען צו יוסף׳ן,
"וכסף משנה קחו בידכם גו׳ ואת אחיכם קחו וקומו שובו אל האיש",
האט יעקב אויסגע־ פירט 2
"וא־ל ש־די יתן לכם רחמים לפני האיש ושלח גו׳".
שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "וא־ל ש־די" און איז מפרש "מעתה אינכם חסרים כלום אלא תפלה הריני מתפלל עליכם"
(און דערנאך איז ער ממשיך בביאור הענין ״וא־ל ש־די — שדי בנתינת רחמיו כו׳").
וואס איז דא שווער אין פסוק וואס רש״י דארף זיך דערויף שטעלן און בא־ ווארענען מיט זיין פירוש "מעתה כו"?
זאגן מפרשים 3
: פון פשטות הכתובים איז משמע אז דאס אלץ איז איין המשך דיבור וסיפור — נאך דעם דערציילן די נייטיגע הכנות "זאת עשו וגו׳" און "וקומו שובו אל האיש" פירט יעקב אויס און זאגט
(דערציילט)
מיט א זיכערקייט ״וא־ל ש־די יתן לכם רחמים ..
ושלח לכם את אחיכם אחר ואת בנימין",
אז אויספאלגנדיק דאס פריערדיקע וועט איר געוויס צוריקקומען מיט
(שמעון און)
בנימין —
און וויבאלד אז ס׳איז שווער אזוי צו לערנען,
ווייל יעקב האט דאך אויס־ געפירט "ואני כאשר שכלתי שכלתי",
וואס דאס מיינט אז ער איז כלל ניט בטוח אז זיי וועלן צוריקברענגען
(שמעון און)
בנימין; איז דעריבער מוז מען לערנען אז "וא־ל ש־די יתן לכם רחמים" איז ניט קיין דיבור וסיפור של הבטחה,
בהמשך הדיבור לבניו,
נאר
(א באזונדער ענין —)
א תפלה : יהי רצון אז וד׳ יתן לכם רחמים — אבער דע־ מאלט ווערט קשה פארוואס שטייט ״וא־ל גר״,
מיט א וא״ו החיבור?
—
דערפאר איז רש״י מפרש דעם קשר הדברים: ״מעתה״ — נאך דעם אלעם וואס ער האט זיי פריער אנגעזאגט
(מיטצונעמען א "מנחה",
"כסף משנה" און אויך ״את אחיכם״ — בנימין)
"אינכם חסרים כלום אלא תפלה הריני מתפלל עליכם״ — פעלט שוין גארניט פון דעם וואס איר דארפט טאן פאר דער הצלחה,
נאר בלויז "תפלה כו׳".
ס׳איז אבער ניט מובן,
ווי איז מתאים צו זאגן אז "מעתה אינכם חסרים כלום 4
אלא תפלה" 5 ?
תפלה איז דאך אן ענין הכי עיקרי — און ווי מען געפינט ביי יעקב׳ן גופא,
בנוגע הצלתו מעשו,
אז לכל לראש האט ער מתפלל געווען 6 ,
דערנאך האט ער געטאן פעולות בדרך הטבע "ויקח 7
מן הבא בידו מנחה גו׳" 8
;
איז פארוואס האט יעקב 9
גענוצט א לשון וועלכער באדייט אז תפלה איז כאילו א דבר נוסף,
א דבר טפל,
וואס קומט נאכן באזארגן
(ע״י המנחה כו')
אלע ענינים עיקריים?
ב.
דער מהרש״ל 10
לערנט דעם תוכן פירוש רש״י באופן אחר:
יעקב האט געזאגט לבניו: אלץ וואס מען דארך טאן אין דרך הטבע אויף מפייט זיין דעם אדון אין מצרים איז גע־ ווארן באווארנט דורך "זאת עשו קחו גד״; און אויב דאס וועט ניט העלפן — איז דאס דערפאר וואס די סיבה איז ניט דער רוגז פון דעם אדון אין מצרים
(וואס דאן וואלט מען אים געדארפט מפייט זיין),
נאר דאס איז — "השגחה פרטית וסיבת אלקים הוא ולא בדרך
הבחירה" 11 ,
ובמילא פאדערט זיך נאר תפלה,
"והריני מתפלל עליכם",
ולפי פירושו קומט אויס,
אז דער פשט פון "מעתה אינכם חסרים כלום אלא תפלה" איז בהיפך מהנ״ל: ניט אז מ׳האט שוין אלץ געטאן און עס פעלט אויס בלויז תפלה,
נאר אדרבה,
עס איז ניט נויטיק קיין שום זאך,
די איינציקע זאך וואס מ׳דארף איז נאר תפלה.
אבער פירוש זה איז לכאורה ניט הולם דעם לשון פרש״י,
ווייל לפ״ז וואלט רש״י געדארפט אויסטייטשן דאס בפירוש,
אדער עכ״פ משמיט זיין דעם ווארט "מעתה"
(בתחילת פירושו).
פשטות לשון רש״י " מעתה אינכם חסרים כלום אלא תפלה " איז משמע,
אז דאס ווערט געזאגט בקשר מיט די פריער־ דיקע ציוויים — אז איצט ,
נאכן בא־ ווארענען כל ענינים דלעיל,
פעלט מער גארניט,
חוץ תפלה,
וכפירוש רוב המפרשים הנ״ל.
ג.
ויש לומר הביאור בזה:
די לשונות שבתורה,
אין וועלכע מען זאגט אז השי״ת וועט געבן טוב,
ברענ־ געז א ישועה וכדומה,
זענען אין צוויי אופנים: בדרך ברכה אדער בדרך תפלה.
דער חילוק ביניהם איז פארשטאנדיק בפשטות אויך פון די פסוקים וועלכע מ׳האט שוין געלערנט:
די זאך פון תפלה איז — אז ווען מען געפינט זיך אין אן ענגן מצב,
צי אין אן עת צרה מצד א סכנה ר״ל
(ווי ס׳איז גע־ ווען דער פאל ביי יעקב ווען ער האט געהערט אז עשו "הולך לקראתך וארבע מאות איש עמו" 12 ),
אדער מצד א צורך והכרח מיוחד
(ווי בא יצחק ורבקה בעת
זיי האבן א לאנגע צייט ניט געהאט קיין קינדער),
דעמאלט איז מען אויף דעם מתפלל צום אויבערשטן
(ווי מ׳געפינט אין דער תורה אין די דערמאנטע פאלן,
אז יעקב האט תפלה געטאן צו השי״ת "הצילני 13
נא מיד אחי מיד עשו",
און יצחק "ויעתר 14
יצחק לה׳ לנוכח אשתו כי עקרה היא" 15 ).
ברכה איז ענינה — ס ׳
זאל צוקומען א תוספת טוב 16
אין דעם מצב ההווה.
ווי מ׳זעט עס אינעם לשון הברכה וואס שטייט ביי אברהם 17
״ואברכך ..
ואברכה מברכך": און אזוי ביי יצחק׳ן "ויברכהו ה׳",
"ויזרע יצחק בארץ ההיא וימצא בשנה ההיא מאה שערים ויברכהו ה'״ 18
— די ברכה איז באשטאנען אין דעם וואס ס׳איז אויסגעוואקסן הונדערט מאל אזויפיל.
און דאס איז אויך דער תוכן פון די אנדערע ברכות,
ווי ברכת יצחק צו יעקב ״ויברכהו ..
ויתן לך האלקים גו׳" 19
וכיו״ב בשאר ברכות שבתורה.
פון די בולט׳ע אונטערשיידן צווישן א ברכה אדער א תפלה: אין א תפלה איז
די ווענדונג
(אינגאנצן)
צום אוי־ בערשטן,
מ׳איז מתפלל לה׳ ער זאל העלפן דעם פאר וועמען מ׳איז מתפלל
(ווי תפלת יצחק ויעקב הנ״ל "ויעתר יצחק לה׳",
"הצילני נא מיד אחי גו'") 20
; משא״כ א ברכה ווערט געזאגט צו דעם וועמען מ׳איז מברך,
ע״ד ווי בברכת יצחק ליעקב "ויתן לך" 21
.
אויך: ביי תפלה ווערט בכלל גענוצט דער לשון הוי׳ אדער אלקים,
ניט א־ל ש־די; בא ברכה געפינט מען דעם לשון א־ל ש־די,
ווי יצחק האט געזאגט צו יעקב׳ן 22
"וא־ל ש־די יברך אותך ויפרך גו׳ ויתן לך את ברכת אברהם גו׳" 23 .
ד.
ע״פ כ״ז שטעלט זיך די שאלה דא אין דעם פסוק "וא־ל ש־די יתן לכם רחמים":
דא איז דאך געווען אן "ענגער" מצב,
עס האט אויסגעזען ווי אן עת צרה,
ווי יעקב האט געזאגט גלייך ביים הערן פון די שבטים וועגן מהלך הענינים — אז שמעון איז פארהאלטן געווארן אין מצרים און מ׳דארף אויך ברענגען דארט בנימין — "אותי שכלתם יוסף איננו ושמעון איננו ואת בנימין תקחו עלי היו כולנה" 24
; און יעקב האט אזוי שטארק ניט געוואלט אז בנימיו זאל גיין אין מצרים,
אז ער האט געזאגט 25
"לא ירד בני עמכם כי גו׳ והורדתם את שיבתי ביגון שאולה".
און עס האט געדויערט
ביז "כילו לאכול את השבר"26 און דער־ נאך א שקלא וטריא פון יעקב און יהודא.
און ערשט נאכדעם ווי יהודה האט גע׳טענה׳ט "בנימין ספק יתפש ספק לא יתפש ואנו כולנו מתים ברעב אם לא נלד" 27 ,
האט יעקב מסכים געווען.
נאכמער: אויר די שבטים האבן אנער־ קענט אז דאס איז א צרה,
ווי זיי האבן עס פריער בפירוש געזאגט 28
"אבל אשמים אנחנו גו׳ על כן באה אלינו הצרה הזאת ".
איז דאך לכאורה א דבר הפשוט,
אז אין אזא מצב פאדערט זיך לכל לראש דער ענין פון תפלה לה׳,
אז ער זאל אויסלייזן פון דער צרה.
פארוואס האט יעקב דאס געזאגט מיט א לשון ותוכן פון א ברכה "וא־ל ש־די יתן לכם רחמים"
(און ווי דער מדרש 29
זאגט טאקע אויר דא "מה ראה יעקב לברכם בא־ל ש־די")?
דעריבער באווארנט רש״י און איז מפרש ומחדש,
אז וויבאלד ס׳איז נויטיק דער ענין התפלה,
דערפאר האט יעקב אבינו געזאגט "הריני מתפלל עליכם"; און דאס וואס ער האט געזאגט "וא־ל ש־די יתן לכם רחמים",
איז עס ניט דער לשון התפלה
(דאס ווערט ניט דער־ מאנט) 30
— נאר דאס איז סיפור תוכן כוונת און תכלית התפלה,
ווי רש״י טייטשט אפ בהמשך לשונו "וא־ל ש־די
(— שדי בנתינת רחמיו וכדי 31
היכולת בידו ליתן)
יתן לכם רחמים" 32 ,
און דאס וואס עס שטייט אין תורה נאר "וא־ל ש־די יתן לכם רחמים",
ניט לשון תפלת יעקב,
פארענטפערט רש״י בהמשך לשונו "מעתה אינכם חסרים אלא כו׳",
כדלקמן.
ה.
דער ביאור אין דעם:
כשם ווי יעקב האט געזען אז דער גאנצער ענין איז היפר הרצוי.
אזוי האבן די שבטים בינם לבין עצמם אויך געזען אז דאס איז א צרה ועונש,
ווי זיי האבן געזאגט
(כנ״ל)
נאך זייענדיק אין מצרים "אבל אשמים אנחנו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו על כן באה אלינו הצרה הזאת"
(און אויך דער־ נאך
(בחזרתם לאביהם),
ווען זיי האבן אויסגעפונען אז הושב כספם,
איז "ויצא לבם ויחרדו איש אל אחיו לאמר מה זאת עשה אלקים לנו" 33 ).
אבער אין זייערע רייד צו יעקב׳ן האבן זיי דאס ניט געקענט מגלה זיין
(אז זיי פילן דערין אז דאס איז אן ענין של עונש אויף מכירת יוסף)
כמובן; צו יעקב׳ן האבן די שבטים גערעדט וועגן דעם ניט ווי וועגן א מצב של
(עונש ובמילא —)
צרה,
נאר ווי דאס וואלט געווען א זאך וועלכע קען פאסירן 34
ע״פ טבע.
דערפאר האט זיי יעקב געזאגט 35
" אם כן אפוא": אויב דאס איז כדבריכם,
אז ס׳איז ניט קיין צרה נאר א דבר הרגיל בטבע,
איז בהתאם דערמיט "זאת עשו קחו מזמרת הארץ" אויף צו מפייס זיין דעם איש מיט א דורון ע״פ דרכי הטבע,
"וכסף משנה קחו גו׳ ואת אחיכם קחו גו׳".
און צו דעם האט יעקב
(ממשיך ו)
מוסיף געווען "וא־ל ש־די יתן לכם רחמים — מעתה אינכם חסרים כלום אלא תפלה",
אז אויך לשיטתכם וועגן דעם מצב אז ״אינכם חסרים כלום״ — נאכן באווארענען דעם דורון וכו׳ פעלן טאקע ניט מער קיין פעולות בדרכי הטבע — "אלא" סיידן דער ענין התפלה,
ווייל אויך במצב כזה און נאכן מסדר זיין אלע ענינים בדרך הטבע מוז מען נאד אלץ אנקומען צו תפלה
(ובפרט,
כנ״ל,
אז יעקב האט יע חושש געווען פאר א צרה),
ובמילא — "הריני מתפלל עליכם";
ועפ״ז יומתק: וויבאלד אז לפי דברי השבטים איז עס ניט קיין צרה,
האט יעקב פאר זי 36
ארויסגעבראכט דעם תוכן התפלה בלשון של ברכה "וא־ל ש־די וגו׳".
ו.
עפ״ז ווערט פארענטפערט
(בפשטות)
נאך א שאלה: רש״י האט
(שוין פריער)
מפרש געוועז 37
"יפה תפילת החולה מתפלת אחרים עליו והיא קודמת להתקבל".
און ס׳איז מובן,
אז דאס איז לאו דוקא ביי א חולה,
נאר אין יעדן פאל ווען אימעצער נויטיקט זיך אין א ישועה אדער הצלה,
איז זיין תפלה "יפה",
"קודמת להתקבל" ווי די תפלה וואס א צווייטער וועט פאר אים מתפלל זיין.
ולפ״ז צריך ביאור: פארוואס האט יעקב מתפלל געווען פאר זיי און האט זיי ניט געזאגט,
אז זיי אליין זאלן פאר זיך מתפלל זיין — "מעתה
(אינכם חסרים כלום אלא תפלה)
עליכם להתפלל"
(וכיו״ב)?
[און אע״פ אז יעקב האט געהאלטן אז די צרה
(פון שיקן בנימין קיין מצרים)
רירט אן בעיקר אים,
יעקב׳ן — "וקראהו אסון וגו׳ והורדתם את שיבתי ביגון שאולה"; "ואני כאשר שכלתי שכלתי"
(און דאס וואס יעקב האט געזאגט "הריני מתפלל עליכם ",
י״ל אז דאס מיינט ער אויף זייער פעולה ומעשה וכההמשך בהפסוק )
— אבער סו״ס האבן זיי דאך געדארפט געהאלפן ווערן דורך דער תפלה,
אז זיי זאלן האבן רחמים בעיני האיש,
האט יעקב גע־ דארפט זאגן אז עכ״פ אויך זיי זאלן מתפלל זיין? 38 ]
וע״פ הנ״ל איז דאס מובן בפשטות: לויט די רייך פון די שבטים איז דאס ניט קיין אויסערגעוויינלעכער מצב וואס פאדערט א תפלה מיוחדת,
און יעקב קען שיקן בנימין מיט זיי,
און זיי וועלן אים געווים צוריקברענגען
(צוזאמען מיט שמעון׳ען)
; יעקב האט אבער גע־ האלטן,
כנ״ל,
אז תפלה מוז סייווי זיין אויך במצב כזה
(ומה גם לפי האמת,
ווי יעקב האט געפילט),
אבער וויבאלד אז זיי פילן זיך ניט ווי אזעלכע וועלכע מוזן האבן תפילה ובמילא — איז זייער תפלה "יפה",
דערפאר איז " הריני מתפלל עליכם".
ז.
מהענינים דיינה של תורה בפרש״י:
אע״פ אז דאס וואס די שבטים האבן געזאגט אז ס׳איז ניט קיין מצב של צרה,
איז נאר געווען כלפי יעקב,
אבער ביי זיר אליין האבן זיי,
אזוי ווי יעקב,
גע-האלטן אז דאס איז א צרה — אנרופענ־ דיק עס כנ״ל "
(על כן באה אלינו)
הצרה הזאת״ — פונדעסטוועגן איז אין דעם פאראן א חילוק צווישן די שבטים און יעקב:
די שבטים האבן געקוקט אויף דעם ווי א צרה פרטית וואס קומט אויף זיי אלס אן עונש פאר אן אשמה פרטית
(זייער פארקויפן יוסף׳ן)
— "אבל אשמים אנחנו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו ע״כ באה אלינו הצרה הזאת״ 39 ,
אבער יעקב האט דערין געזען א מצב וצרה כללית בהמשך צו די פריערדיקע צרות
(ווי רש״י בריינגט בנדון זה
"ומדרשו מי שאמר לעולם די יאמר די לצרותי שלא שקטתי מנעורי כו׳")
; נאכ־ מער — ניט בלויז צו די פריערדיקע צרות נאר אויך א שייכות צו די קומענ ־ ריקע יסורי הגלות פון כלל ישראל,
ווי יעקב האט געזאגט 40
בתחילת הליכתם למצרים " רדו שמה,
ולא אמר לכו רמז למאתים ועשר שנים שנשתעבדו למצרים כמנין רד״ו".
וי״ל אז דאס איז פארבונדן מיט דעם חילוק כללי צווישן יעקב און די שבטים:
יעקב אלם איינער פון די ג׳ אבות של כל עם ישראל,
"זעט" אלץ וואס פאסירט מיט אים.
און אלע מאורעות וועלכע האבן א שייכות מיט אים — דעם "סימן לבנים",
ווי דאס איז נוגע צו בניו און צו די דורות שלאחריו — ביז אז אויר דער "רדו" וואס ער זאגט לבניו איז "מעשה אבות" וואס איז א "סימן" צו די מאתים ועשר שנים פון די אידן אין שעבוד מצרים.
די שבטים אבער,
וויבאלד אז זיי זיינען "בנים" ניט קיין אבות
(פון כללות עם ישראל) 41 ,
האבן דערין ניט געזען קיין ענין כללי דכללות עם ישראל,
נאר א פרטי,
אן עונש אויף יעדערן פון זיי בפרטיות
(אויף מכירת יוסף 42 ).
ובאופן אחר ובסגנון לשון החסידות 43
: די שבטים,
זייענדיק "מרכבתא תתאה" פארבונדן מיט עולמות בי״ע,
האבן געזען די ענינים ווי זיי האבן א שייכות מיט טבע און פרטי הגבלות פון וועלט; אבער יעקב וואס איז געווען פון "מרכבתא עילאה" דאצילות,
העכער פון וועלט,
האט געזען אין יעדער זאך ווי עס איז העכער פון די הגבלות פון טבע העולם.
ח.
ענין הנ״ל האט אויך א שייכות צו חנוכה
(פ׳ מקץ ווערט אלעמאל געלערנט
(און געליינט)
אין די טעג פון חנוכה)
:
כאטש אז עניני ישועה והצלה וועל־ כע זיינען פארבונדן מיט ימי חנוכה זיי־ נעו בדרך כלל געקומען דורך נסים ונפלאות,
י״ל קס״ד,
בחיצוניות קען אויסזען אז עס זיינען געווען נסים וועל־ כע האבן א פארבונד מיט טבע 44
(די הצלת 45
ישראל פון מלכות יון וועלכע איז געקומען ע״י מלחמה ,
ובלשון הרמב״ם 46
"ריחם עליהם אלקי אבותינו והושיעם מידם והצילם וגברו בני חשמונאי הכהנים הגדולים והרגום והושיעו ישראל מידם"),
דאס איז אבער אזוי נאר בחיצוניות,
באמיתיות זיינען דאס געווען נסים גלויים וועלכע זיינען געווען לגמרי העכער פון טבע: גבורים ביד חלשים וכו'.
ט.
די תורה איז דאך נצחית בכל עת ובכל זמן,
ובפרט "מעשה אבות" וועלכע זיינען געווען "סימן לבנים" לגלות מצרים וכו',
ובמיוחד אז אין מדרש 47
ווערט דער פסוק גופא אויסגעטייטשט בשייכות צו די גליות פון אידן
[וא־ל שדי יתן לכם רחמים ..
לפני האיש הקב״ה כו' ושלח לכם את אחיכם אלו עשרת השבטים אחר ואת בנימין זה שבט יהודה ובנימין ואני כאשר שכלתי בחורבן ראשון שכלתי בחורבן שני ..
לא אשכול עוד]
איז מובן אז דערפון נעמט מען א הוראה בכל הזמנים:
לכל לראש איז די הוראה,
אז אין יעדן ענין וואס א איד טוט,
אפילו ווען ביי אים זעט עס אויס ווי א דבר טבעי,
זאל א איד ניט טראכטן אז ער דארף טאן בלויז דאס וואס עס קוקט אויס נויטיק לויט די דרכי הטבע,
און חוץ דעם "אינו חסר כלום״ — נאר ער דארף וויסן אז ער מוז אנקומען צו תפלה,
און ניט ווי א צוגאב־זאך,
נאר אלם אן ענין עיקרי
[און אויב ער טראכט ח״ו אז "אינו חסר כלום",
איז דאס א חסרון נוסף ,
און ער דארף אויך אויף דערויף מתפלל זיין].
און אע״פ אז ביי אידן פאדערט זיך עשי׳ ופעולה בדרכי הטבע — היות דער אויבערשטער האט דאך אנגעזאגט "וברכך ה״א בכל אשר תעשה" 48
,
דארף אבער א איד וויסן דעם אמת,
אז זיין פארבונד מיט טבע איז ניט מער ווי א לבוש חיצוני,
און אז ער איז פארבונדן מיט׳ן שם הוי׳ שלמעלה מהטבע 49 .
דעריבער איז ביי אים דער עיקר צו מתפלל זיין למי שהעושר שלו 50 ,
בנוגע
פרנסה,
און עד״ז בכל עניניו ודרכיו,
סיי גשמיות׳דיקע און סיי רוחניות׳דיקע 51 .
און דעמאלט איז ער זוכה צו זען אז זיינע ענינים טבעיים זיינען ניסים וועלכע זיינען מלובש אין טבע,
און ער קומט צו אויך צו דער הכרה פון די גסים אויך וועלכע עס שטייט עושה נפלאות לבדו 52 ,
אז "בעל הנס אינו מכיר
בניסו" 53 ,
נסים-וועלכע זיינען פארבונדן מיט דעם אויבערשטן אליין,
שלמעלה מהטבע לגמרי 54 .
ביז צו די נסים ונפלאות וואס וועלן זיין בביאת משיח צדקנו,
וואס "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות" 55
במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש"פ מקץ,
שבח חנוכה,
תשמ״ה)