א.
אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט ווי יוסף האט צוזאמענגעקליבן דעם "אוכל" אין די שבע שני השבע,
און דער פסוק 1
זאגט: "ויתן אוכל בערים אוכל שדה העיר אשר סבי־ בותי׳ נתן בתוכה".
וואס זיינען מחדש די ווערטער "אוכל שדה העיר אשר סביבותי׳ נתן בתוכה" אויף דעם "ויתן אוכל בערים" 2 ?
פון "ויתן אוכל בערים" איז פארשטאנדיג אז ער האט די תבואה פון די פעלדער ארום די שטעט אריינגעגעבן אין די נאענטסטע שטעט — פארוואס זאל מען זיך מטריח זיין צו ברענגען די תבואה אין אן אנדער ווייטערער שטאט 3 ?
!
אפילו אויב מען זאל זאגן אז מ׳וואלט עס אליין ניט פארשטאנען — איז נאד אלץ ניט גלאטיק 4
: למאי נפק״נז דאס צו דערציילן?
אין מדרש 5
שטייט אויף דעם: "נתן מה שבתחום טברי׳ בטברי׳ 6
ומה שבתחום ציפורי בציפורי מפני שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי׳.
ר׳ נחמי' אמר נתן בהם עפר וקטמיות 7
דברים שהן מעמידין פירות".
דאם הייסט: לויט ביידע דיעות 8
קומען די ווערטער ״אוכל שדה — נתן גו׳" צו דערציילן ווי יוסף האט בא־ ווארנט אז די תבואה זאל זיך האלטן און ניט פארפוילט ווערן.
דער חילוק ביניהם איז: לויט דער ערשטער דיעה האט ער דאס באווארנט דורך לייגן די תבואה בסמיכות צו דער שדה וואו עם האט געוואקסן — "מפני שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי׳״
(״מעמדת״ דא — מיינט מקיימת 9 )
; און לויטן צווייטן מ״ד האט ער דאם באווארנט דורך "נתן בהם עפר וקטמיות
(וואס זיינען)
דברים שהן מעמידין פירות".
[און ווי מפרשים 10
זיינען מבאר,
אז ר׳ נחמי׳ לערנט דאס אפ פון די ווערטער ״שדה ..
נתן״ — אז "נתן" אויך
(עפעס)
פון דעם ״שדה ..
אשר סביכותי׳"
(ד.
ה.
עפר וקטמיות)].
ב.
רש״י בפירושו על התורה 1
שטעלט זיך אויף די ווערטער "אוכל שדה העיר אשר סביבותי׳ נתן בתוכה" און איז מפרש: "שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי׳ ונותנין בתבואה מעפר המקום ומעמיד את התבואה מלירקב".
בפשטות — קומט רש״י בארוארענען שאלה הנ״ל ״למאי נפק״מ״ 1)
האט מען עס געטאן — און 2)
אויב כנ״ל פארשפארן טרחא — צוליב וואס דערציילט דאם תורה —
אבער רש״י זאגט ביידע ענינים בהמשך אחד
(מיט א וא״ו החיבור — "שכל ארץ כו׳ ונותנין בו׳" און זאגט ניט ״ד״א״ וכױ״ב)
איז מובן,
אז לויט רש״י מיינט דער פסוק ביידע באווארענישן צוזאמען" — כדי צו "מעמיד" זיין די תבואה האט יוסף געהאלטן די תבואה
(בסביבותי׳ דוקא)
בסמיכות צו דער שדה וואו זי איז געוואקסן און ער האט אויך אריינגעטאן אין דער תבואה "מעפר המקום".
רש״י איז מצרף צוויי דיעות מחולקות אין איין און דעם זעלבן פירוש?
!
עם זיינען פאראן מפרשים 12
וואס זאגן,
אז ר׳ נחמי׳ איז — לויט פרש״י
(ניט מחולק מימן תנא קמא,
נאר ער איז)
מוסיף אויף דער ערשטער דיעה: כדי צו באווארענען אז די תבואה זאל ניט פארפוילט ווערן פאדערן זיך ביידע זאכן — אזוי נעמט אן רש״י בפירושו.
עס בלייבט אבער ניט גלאטיק: פרש״י על התורה איז דאך פשוטו של מקרא
[ובפרט בנדו״ד,
וואו רש״י זאגט ניט אויף דעם פירוש "רבותינו דרשו"
(וכיו״ב),
און איז ניט מציין אז דער פירוש איז פון בראשית רבה]
— וואס איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא אז יוסף האט געטאן צוויי זאכן צו פארהיטן די תבואה פון רקבון 13 ?
מפרשים זאגן 14 ,
אז ביידע זאכן זיינען מרומז אין לשון הפסוק: פון "אוכל שדה העיר ..
נתן" ווייס מען,
אז ער האט דעם אוכל אריינגעגעבן אין דער עיר; און פון לשון ״שדה ..
נתן בתוכה" איז יש לדייק
(כנ״ל)
אז מ׳האט אויך דעם
(עפר ה)
שדה אריינגעגעבן אין דער תבואה.
אבער צ״ע צו זאגן אזא פירוש אין דרך הפשט: אין פסוק שטייט דאך איין מאל ״נתן״.
איז עם דאך היפך פשש״מ צו טייטשן אז דאס מיינט 15
צוויי פארשידענע נתינות אין באזונדערע ערטער: נתינת התבואה בעיר,
און נתינת העפר בתבואה 16
!
לכאורה קען מען ענטפערן,
אז רש״י מיינט ניט צו זאגן אז ,
נתז בתוכה" מיינט א צווייטע נתינה — נתינת העפר בהתבואה,
נאר דער טייטש פון "אוכל שדה״ איז: יוסף האט דעם ״אוכל״ צו־ זאמען מיט׳ן ״שדה״
(— דעם עפר השדה)
אריינגעגעבן "בתוכה",
אין דעם עיר
(ובמילא ווייס מען אז ער האט אריינגעגעבן אין דער תבואה מעפר המקום).
עם בלייבט אבער ניט גלאטיק: וואס איז דער הכרח בפשוטו 17
של מקרא אז
(אויך)
דער אריינגעבן דעם אוכל בעיר שסביבותי׳ איז געווען צוליב מעמיד זיין די תבואה 18 ?
ג.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים כמה דיוקים אין לשון רש״י
(כולל — שינויים פון לשון המדרש)
:
א)
ביים ערשטן ענין זאגט רש״י
(ווי אין מדרש)
"מעמדת פירותי׳",
אבער דערנאך ביים צווייטן ענין איז רש״י מוסיף דעם ווארט ״
(ומעמיד..)
מלירקב".
ולכאורה,
איפכא מסתברא: אויב רש״י דארף קלאר מאכן דעם פירוש פון "מעמיד"
(אז דאם מיינט ״מלירקב״)
— האט ער געדארפט גלייך ביים ערשטן מאל זאגן דעם ביאור.
ב)
אין מדרש שטייט "נתן בהם עפר וקטמיות דברים שהן מעמידין פירות",
אבער רש״י זאגט ״מעפר המקום״ — ד.
ה.
עס איז ניט גענוג סתם עפר
(אדער
"קטמיות") 19 ,
נאר עם מוז זיין אן "עפר" פון דעם ארט וואו די תבואה איז געוואקסן.
ג)
רש״י הויבט אן "שכל ארץ כר מעמדת פירותי׳",
אבער דערנאד איז ער משנה און זאגט "ומעמיד את התבואה"
(ניט — "הפירות").
נאך מער: אין מדרש שטייט טאקע אויר בדברי ר׳ נחמי׳ "מעמידין פירות".
ד.
וי״ל הביאור אין דעם,
אז מיט די דיוקי ושינויי לשונות מאכט רש״י קלאר זיין כוונה
(וועלכע איז אנדערש מכוונת המדרש)
— און ווי גערעדט כמה פעמים 20 ,
אז אפילו אין די ערטער וואו עס זעט אויס אז רש״י האט ניט מחדש געווען א פירוש — נאר איז בלויז מעתיק פירוש
(לשון)
חז״ל,
איז וויבאלד אז רש״י קומט מפרש זיין די פסוקים צו א לומד לויט פשוטו של מקרא
(בן חמש למקרא),
דארף אויך לשון רש״י געטייטשט ווערן לויט פשטות המשמעות פון זיינע ווער־ טער
(ווי זיי ווערן פארשטאנען פון א בן חמש למקרא),
אע״פ אז אין מדרש ווערט מיט דעם לשון געמיינט אנדערש;
ועד״ז בעניננו: אע״פ אז לשון רש״י איז ענלער צו לשון המדרש,
איז אבער רש״י׳ס כוונה ווי דער פירוש הפשוט פון זײנע װערטער — דהיינו:
״שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי׳״ — "מעמדת" כפירושה הפשוט 21
(ווי לשון
רש״י בפרשה שלפני זו 22
"להעמיד ממנו בנים")
: יעדער לאנד שטעלט אויף,
מאכט וואקסן אירע
(ספעציעלע)
פירות.
ד.
ה.
אז איין לאנד איז צוגעפאסט פארן געוואוקם פון די און די פירות,
און אן אנדער לאנד — פאר אנדערע פירות.
ע״ד ווי מ׳האט שוין פריער געלערנט 23
אז מצרים איז א לאנד וואס איז "מגדל פשתן",
— און נאכמער: אין איין ארץ קען זיין פערשידענע ארצות,
ע״ד "בארץ מצרים בארץ גושן״ 24
— איז יעדערע פון זיי "מעמדת פירותי׳",
ווי רש״י האט שוין געבראכט פריער בפירושו 25 .
למאי נפק״מי — איז רש״י ממשיך: "ונותנין בתבואה מעפר המקום ומעמיד את התבואה מלירקב": וויבאלד אז יעדער לאנד גיט ארוים אירע ספעציעלע פירות,
איז פארשטאנדיק,
אז די ערד פון יעדן לאנד האט באשטימטע תכונות וועלכע זיינען צוגעפאסט 26
צו אירע פירות,
און דערפאר איז דער "עפר המקום
(ו)
מעמיד את -התבואה מלירקב",
אז די תבואה ווערט פארהיט פון רקבון דורך אריינגעבן אין איר "עפר" דוקא פונעם ארט וואו זי וואקסט.
עם איז אבער פארשטאנדיק בפשטות — אז אויב ער האט אריינגעמישט מעפר המקום וועלכער איז שולל רקבון — איז קיין נפק״מ ניט אין וועלכער עיר די תבואה וועט זיין 27 .
ה.
עפ״ז פאלט אפ בדרך ממילא די שאלה הנ״ל
(סעיף ב)
— וואו שטייען אין פסוק צוויי פעולות — ווייל לויט רש״י האט יוסף געטאן בלויז איין זאך צו באווארענען רקבון התבואה: "ונותנין בתבואה מעפר המקום" 28
(און אין דעם באשטייט דער חידוש פון "אוכל שדה העיר אשר סביבותי׳ נתן בתוכה״ — אז דער "נתן בתוכה" איז געווען מיט "שדה ..
אשר סביבותי׳",
מעפר המקום
(כנ״ל סוס״ב))
—
משא״כ ״שכל ארץ וארץ מעמדת פירותי׳" האט קיין שייכות ניט צו ״מעמיד ..
מלירקב״,
דא בפרש״י — זיינען זיי בלויז א הקדמה 29
צום ביאור פארוואס דער "עפר המקום" איז "מעמיד את התבואה מלירקב".
און רש״י דארף ניט באווארענען פארוואס מען האט געגעבן די תבואה בעיר סביבותי׳ — ווייל 30
ס׳איז מפורש בכתוב
(לויט פרש״י)
: ותעש הארץ כתרגומו
(וכנשו דיירי ארעא)
ויקבוץ גו׳ ויתן אוכל בערים — איז פארשטאנדיק בפשטות אז דיירי ארעא האבן עם אריינגעגעבן בסביבותי׳,
בעירם.
אבער לאידך,
איז דאס ניט ווי ס׳איז משמע פון פשטות לשון ר׳ נחמי׳ אז עפר בכלל איז א דבר המעמיד פירות
(כנ״ל ס״ג),
נאר דער דיוק דא איז —
"מעפר המקום",
פון דעם מקום וואו די תבואה איז געוואקסן
(און דער טעם הדבר אה,
כנ״ל,
ווייל "כל ארץ וארץ מעמדת פירותי׳״ — שלה דוקא).
און דערמיט איז אויר מוסבר בפשטות דער שינוי לשון אין רש״י: ער הויבט אן "כל ארץ כו׳ פירותי׳" און איז דערנאך ממשיך ״ונותנין בתבואה ..
מעמיד את התבואה״ — ווייל פריער איז כוונת רש״י צו זאגן א כלל,
אן ענין כללי בנוגע צו אלע מיני פירות,
אז יעדער לאנד
("כל ארץ וארץ" 31 )
גיט ארוים "פירותי׳"
(און דערפאר נוצט רש״י דעם לשון ״פירות״ — כל מיני פרי הארץ — ניט נאר תבואה)
; משא״כ דערנאד,
וואו רש״י איז מפרש און רעדט בפרטיות וועגן דעם ענין וועגן וועלכן דער פסוק רעדט דא
(די נתינה וואס איז "מעמיד ..
מלירקב"),
איז ער מפרש דעם ״אוכל״ פון פסוק — תבואה 32 ?
ו.
א הוראה בעבודת כל אחד ואחד — פון דעם פירוש רש״י:
די פירות,
די "תבואה" פון אן אידן איז תורה 33
וואס ער לערנט.
בשעת א איד זאמלט אן א סך תבואה — א ריבוי אין תורה
(ומצותי׳)
— דארף ער וויסן זיין אז כדי די תורה זאל ביי אים בלייבן,
איז דא אן איין און אײנציקע עצה — "ונותנין בתבואה מעפר המקום": מען דארף אריינגעבן אין דעם לימוד התורה דעם עגין פון עפר,
דעם ביטול פון
"ונפשי 34
כעפר לכל תהי׳",
און דוקא דורך דעם ווערט דער "פתח 34
לבי בתורתך".
רש״י איז מוסיף א הוראה עקרית — אז דאס דארף זיין "מעפר המקום",
פון דעם זעלבן ארט וואו די תבואה איז גע־ וואקסן: בנוגע אומות העולם,
גוי׳עש־ קייט,
אסקופה הנדרסת 35
לכל דבר,
יצר הרע — איז אדרבא — דארף זיין כהתחלת השו״ע: הוי עז כנמר וגבור כארי.
א איד קען טראכטן: אמת טאקע אז בכדי עס זאל זיין דער "פתח לבי בתורתך",
צו ווערן א כלי אויף תורה,
מוז ביי אים זיין דער ענין הביטול,
אז זיין "נפש" זאל זיין כעפר,
ובמילא איז ער עם מקיים און מאכט זיך "כעפר",
אבער וואו איז זיין ״עפר״ און ביטול — ערגעץ אנדערש,
ניט בנוגע זיין תורה:
אז עס קומט צו ״זיין תורה״ — מאנט ער פאר זיך כבוד התורה — ווען ער קומט אריין אין א מסיבה מאנט ער אז אלע דארפ׳ן זיך אויפשטעלן פאר אים,
ביי קריאת התורה מאנט ער די חשוב׳סטע עלי׳ וכר.
אי מען דארף האבן ביטול,
עפר — טוט ער עם אבער ניט "מעפר המקום
(דתורה)
": תורה זאגט: ואהבת לרעך כמוך 36 ,
מ״ע של תורה על כל חכם וחכם מישראל ללמד את כל התלמידים אעפ״י שאינן יוצאי יריכו 37 ,
תורה זאגט: דו
מוזט זיין א מרביץ תורה בנשמתו,
בגופו,
בממונו — טענה׳ט ער ונפשי כעפר: מה אני ומי אני,
ער איז ניט גענוג שטארק ברוחניות צו ארויסגיין זיך עוסק זיין אין הרבצת התורה,
ער איז דאך "כעפר",
איז די דרויסנדיקע סביבה קען אויף אים האבן א ניט גוטע השפעה,
מוז ער דעריבער בלייבן איינגעשלאסן אין זייגע אייגענע ד׳ אמות ודוקא מצומצמות — אפילו טפח מחוץ לזה,
אייגענע משפחה,
אידן בשכונתו,
בעירו וכו׳ — לא.
אויף דעם איז דא די הוראה פון פירוש רש״י,
אז דער "עפר" דארף זיין פון דעם זעלבן "מקום" וענין גופא וועלכן מען וויל אפהיטן און אויסהיטן — עם איז ניט גענוג דער ביטול אין אנדערע ענינים נאר מען דארף זיך האלטן "כעפר" אין דעם ענין התורה גופא.
ז.
תורה איז חכמתו של הקב״ה,
וואס איז אינגאנצן העכער פון שכל פון א נברא.
און דעריבער 38 ,
כדי אז תורתו ש?
הקב״ה זאל ביי א נברא נקלט ווערן כדבעי,
מוז זיין ברכו בתורה תחלה 39
— ווען ער לערנט תורה באווארנט ער תחלה אז ער זאל וויסן כדרוש וועגן נותן התורה,
ער באווארנט אז די תורה פועל׳ט בא עם יראת הוי׳ נותן התורה
(ואהבתו)
נאכמער פון פריער.
און נאכמער: וויבאלד אז תורה איז חכמתו של הקב״ה איז פארשטאנדיק,
אז אויף צו קענען האלטן און אויפהאלטן אין זיך תורתו של הקב״ה,
איז ניט גענוג דער הרגש פון "ונפשי כעפר לכל תהי׳" שקודם הלימוד ובעת הלימוד,
נאר עס
דארף זיין "ונותנין בתבואה מעפר המקום״: אויר אין דער שוין ״צוזאמענ־ געקליבענער" געלערנטער תורה מוז זיין דער ענין הביטול — מען דארף שטענדיק געדענקען אז דאס איז "נתן לנו את תורתו",
און אז "נותן התורה" איז לשון הווה — בשעת ער לערנט א ווארט,
ו״אפילו אות אחת",
בתורה איז הקב״ה קורא ושונה כנגדו 40
— און תורה מאנט פון עם 41
ער זאל זיין בשעת מעשה "באימה וביראה וברתת ובזיעה" — איז ווי איז מעגליך בא א נארמאלן מענשען אז ער זאל דאס לערנען ע״מ לקנתר,
אדער ע״מ להתכבד בקלון חברו 42 ,
אדער אפילו להתכבד סתם.
ואפילו הגדול באמת בתורה — גע־ דיינקט ער דאך זיכער,
זכרון כדבעי אז וויפל מען פארשטייט און מ׳וויים אין חכמת התורה איז — ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים 43 ,
און נאכמער: ארוכה — שלא בערך — זי איז חכמתו של הקב״ה,
ואהי׳ אצלו גו׳ שעשועים גו׳ 44 .
און דעמאלט האט זיין תורה א קיום ער איז "מעמיד את התבואה מלירקב" ח״ו.
ח.
נאך א הוראה כללית — פון כללות פירוש רש״י:
דאם וואס יוסף האט מפרנס געווען כל הארץ 45
בשנות הרעב קומט צו לערנען,
אז בשעת עם הערשט אין
וועלט א מצב פון הונגער ברוחניות,
א מצב פון עם הארצות וכר,
ליגט אויף יעדן אידן
(וואס יעדער איד ווערט אנגערופן "יוסף" 46
ברוחניות)
דער חיוב צו שפייזן כל העולם כולו,
אפילו חוצה,
מיט מזון רוחני.
דערביי לערנט רש״י,
אז מען דארף ניט נאר באזארגן אידן מיט רוחניות׳דיקער שפייז,
נאר נאכמער — מען דארף אנזאמלען ביי זיך א ריבוי אוכל
כדי צו קענען באזארגן יעדן אידן וואס ער וועט זיך דערוויסן בעתיד אז ער דארף דערצו אנקומען — און נאכמער:
מען דארף זוכן עצות ווי צו באווארענען אז דער מזון רוחני וואס מען גרייט אן און מען גיט א צווייטן אידן זאל זיין א דבר של קיימא — "מעמיד את התבואה מלירקב".
אז דאם וועט ביים מקבל בלייבן און פועל זיין ביז כל משך ימי חייו,
א פעולה נמשכת ביז אויך בבניו וכו׳ — תורה ווי זי איז מיט א ברכה תחלה,
נותן התורה לשון הווה.
(משיחת ש״פ מקץ תשמ״ג)