א.
ס׳איז ידוע וואס דער של״ה שרייבט בפרשתנו 1
אז אלע מועדי השנה האבן א שייכות בעניניהם צו די פרשיות התורה וואט ווערן געלייענט אין די זמנים אין וועלכע די מועדים זיינען חל,
כולל אויך די מועדים וועלכע האבן זיך אנגעהויבן פיל זמן לאחרי שניתנו הפרשיות,
איז פארשטאנדיק בנוגע דעם מועד 2
פון י״ט כסלו,
וואס איז חל הייאר
(וברוב השנים 3 )
אין דער וואך פון פרשת וישב 4 ,
אז דער תוכן פון דעם יו״ט איז פאר־ בונדן און מרומז אין פרשת וישב 5 .
בהשקפה ראשונה אבער איז ניט נאר געפינט מען ניט אז דער תוכן הפרשה זאל האבן א שייכות צום עניו פון י״ט כסלו,
נאר אדרבה,
לכאורה איז די פרשה בתוכן הפכי פון י״ט כסלו:
י״ט כסלו איז דער טאג וואס חופשה ניתנה לו — צום אלטן רבי׳ן,
און דער יום הגאולה פון תורת החסידות,
כידוע ומפורסם; דאקעגן אין דער פרשה רעדט זיד וועגן "תחילת סיבת ירידת ישראל למצרים" 6 ,
אנהויבנדיק פון דעם וואס יעקב אבינו האט געשיקט יוסף׳ן ,
מעמק חברון" 7
און די ווייטערדיקע מאורעות,
ביז צו יוסף׳ס מכירה און הורדה למצרים 8
וואס האט דערפירט צו "הוריד לאבינו יעקב למצרים כו"
[ — בלשון המדרש 9 ,
וואס ברענגט דעם משל: לפרה שהיו מושכין אותה למקולין ולא היתה נמשכת מה עשו לה משכו את בנה לפני׳ והיתה מהלכת אחריו על כרחה שלא בטובתה כך הי׳ יעקב אבינו ראוי לירד למצרים בשלשלאות וב־ קולרין אמר הקב״ה בני בכורי ואני מורידו בבזיון כו׳ אלא הריני מושך את בנו לפניו והוא יורד אחריו ע"כ שלא בטובתו 10 ].
ב.
ויש לבאר דעם קשר ושייכות ביניהם ע״פ הידוע,
אז גלות מצרים איז
ניט געווען אלס עונש 11 ,
נאר פארקערט — דער תכלית דערפון איז געווען דער "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול" 12
כפשוטו,
בגשמיות,
און אויך ברוחניות,
דער גלות מצרים האט צוגעגרייט די אידן אז
(בהוציאך 13
את העם גו׳)
תעבדון את האלקים על ההר הזה — צו קענען מקבל זיין די תורה במתן תורה 14 .
אט דער ענין,
אז גלות איז ניט אן ענין פאר זיך נאר די גאנצע כוונה ומטרה פון גלות איז דער עילוי וואס קומט דורך דער גאולה
(פונעם גלות),
איז גע־ ווען בגלוי ביי יוסף׳ן,
אויך ווי דאס ווערט דערציילט בפשוטו ש״מ: מכירת יוסף און ירידתו למצרים איז
(לעיני בשר)
געקומען דורך כוונתם הבלתי רצוי׳ פון די אחי יוסף 15 ,
איז אבער דער־ נאך נתגלה געווארן דער אמת ותכלית הדבר,
אז "למחי׳ שלחני אלקים לפניכם גו׳ לשום לכם שארית בארץ ולהחיות לכם לפליטה גדולה ועתה לא אתם שלחתם אותי הנה כי האלקים גו׳" 16 .
און אזוי איז מדגיש דער מדרש 9
״ויוסף הורד מצרימה 17
— כבשון 18
המד״א וירד מים עד ים 19
שלט בהון המד״א כי הוא רודה בכל עבר הנהר" 20 ,
"כבשון" און "רודה" ווערט אפגע־ לערנט פון דעם לשון "הורד מצרימה" — די כוונה ומטרה 21
פון דער הורדה איז,
אז יוסף זאל ווערן דער כובש ושליט,
דער משנה למלך במצרים,
ומ־ בלעדו "לא ירים איש את ידו ואת רגלו" 22 .
ועד״ז איז בנוגע דעם מאסר און גאולה פון י״ט כסלו: דער מאסר איז ניט געווען א באזונדער זאך און דערנאך איז געקומען די גאולה,
נאר די גאולה איז געווען דער תכלית ענינו של המאסר גופא.
אזוי ווי דער רבי
(מהורש״ב)
נ״ע האט געזאגט 23 ,
אז כאטש ס׳איז שווער אזוי צו זאגן,
פונדעסטוועגן איז דאך דאס אזוי,
אז דער גילוי וואס איז גע־ קומען נאך פעטערבורג איז געווען ע״ד מחז״ל 24
"הזית כשכותשין אותו מוציא שמנו"; וואס פון דעם משל איז מובן אין נמשל — "כותשין אותו" איז כולו מלכתחילה צוליב ״מוציא שמנו״ — און ווי דער רבי נ״ע איז ממשיך: "כן ע״י הקיטרוגי׳ שהיו בפ״ב נתגלה הפנימי׳ דוקא כו׳ ועיקר הכוונה הי׳ בגילוי הפנימי׳ דוקא" 25 .
וכידוע 26 ,
אז
(נאך)
י״ט כסלו האט זיך אנגעהויבן בעיקר דער ענין פון "יפוצו
מעינותיך חוצה״ — התלבשות אלקות אין השגה.
און אזוי איז אויך געווען דער אויפטו פון י״ט כסלו בנוגע די אוה״ע,
די שרי המלוכה,
אז דער מאסר האט דערפירט דערצו,
אז ״שמו..
נתגדל ונתקדש ..
בעיני כל השרים ..
וענו ואמרו 27
על זאת כי אם מאת ה׳ היתה זאת היא נפלאות בעינינו" 28
און זיי האבן געגעבן חופשה ורשות צו מפרסם זיין פנימיות התורה,
תורת החסידות.
ג.
אעפ״כ איז נאך ניט אינגאנצן גלאטיק: סוף־סוף איז אין פ׳ וישב דער מדובר,
בגלוי,
וועגן ירידת יוסף למצרים וכו׳ ביז זיין געפינען זיך בבית הסוהר 29
— און דער ענין הטוב והתועלת וואס איז געקומען פון הורדת יוסף למצרים ווערט ערשט נתגלה
(דער־ ציילט)
לאח״ז,
אין די שפעטערדיקע פרשיות התורה — ניט ווי דער ענין הגאולה וואס האט זיו אויפגעטאן בפועל בי״ט כסלו.
דארף מען זאגן,
אז אויך בפרשתנו,
איז פאראן אן ענין ותוכן של גאולה.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים הביאור אין דברי המדרש הנ״ל: פון דעם וואס רז״ל זאגן,
אז דער ענין פון "כבשון" איז אנגעדייט אין לשון "ויוסף הורד מצרימה״ גופא — "המד״א וירד מים עד ים",
איז מובן,
אז יוסף׳ס ירידה למצרים האט ניט בלויז שפעטער דעו־ פירט צו "כבשון"
(צו זיין ווערן א משנה למלך,
וואס דעמאלט איז ער בפועל גע־ ווארן דער שולט עליהם)
און אז דאס איז געווען די מטרה פון דעם "הורד
מצרימה״ — נאר נאכמער: ביידע ענינים שטייען אין דעם זעלבן ווארט הורד
(״הורד״ — ירידה,
און "הורד" מלשון ״וירד,
רודה״ — שליטה),
בשעת ס׳איז געווען די ירידה איז בשעת מעשה געווען וירד,
רודה "כבשון",
— כאטש דאס זיינען,
לכאורה,
עני־ נים הפכיים.
אויך דארף מען פארשטיין: אין מדרש דארטן ווערט דערנאך געבראכט נאך א פירוש אויף ״ויוסף הורד מצרימה״ — "הוריד את השכינה
(כביכול)
למצרים עמו כו׳ מנא לך שירדה השכינה עמו מדכתיב 30
ויהי ה׳ את יוסף",
און וויבאלד אז כידוע האבן אלע פירושים אין דעם זעלבן ווארט א שייכות צווישן זיך,
דארף מען זאגן,
אז אויך דער פירוש איז פארבונדן מיטן פריער־ דיקן פירוש פון ״הורד״ — "כבשון".
ד.
וי״ל דער ביאור בזה: אין גאולה ופדי׳ פון גלות זיינען פאראן דריי אופנים 31
:
פדי׳ בדרך מלחמה — אז מ׳איז לוחם מיטן מנגד ביז מ׳איז זיך אויף אים מתגבר און מנצח.
די גאולה ופדי׳ איז ניט קיין שלימות׳דיקע,
ווארום מ׳דארף נוצן זיינע
(עכ״פ — מעין)
כלי זיין 32 ,
תכסיסי מלחמה וכו׳ ביז — אז דם לרב שפכת 33
— ביז אז עס ווערט ״קרב״ — שמתקרבים זא״ז וכו׳ 34
—
ובלשון החסידות מען לאזט זיך אראפ אין "לבושי המתברר" 35
אויף צו לוחם זיין מיט אים,
מוז דאס פועל׳ן א ירידה,
"כל מלבושי אגאלתי" 36 .
ובמילא,
אויך לאחרי הנצחון והגאולה איז עס נאך ניט קיין שלימות׳דיקע גאולה.
עס בלייבט נאך דער "אגאלתי" וכו׳;
א העכערער אופן אין גאולה איז — פדי׳ בשלום : מ׳געפינט זיך אין א מצב פון פדי׳ וגאולה דערפאר וואס זיין שטארקייט איז עד כדי כך — אז נבהלו אלופי אדום גו׳,
תפול עליהם אימתה ופחד 37 ,
מען שטייט העכער פון דעם מנגד לגמרי — ופשיטא אז עס איז ניט שייכות קיין קירוב
(קרב).
[ודוגמתו בעבודה איז — ענין התורה,
וועלכע איז זיך ניט מתלבש אין וועלט נאר "הלא כה דברי כאש מה אש אינו מקבל טומאה אף דברי תורה אינן מקבלין טומאה" 38 ].
אבער אויך בא דחס אופן אין פדי׳ זיינען אלופי אדום געווען בתקפם במקומם — קען זיין אז דערנאך זאל זיין ולאום מלאום יאמץ ,3
כשזה קם כו׳״י.
אע״פ אז דער אדם איז אין א מצב פון גאולה בשלימותה,
איז עס אבער נאר וואס ביי אים איז ניטא קיין ארט פארן מנגד — אויף גלות; אבער אין דעם "ארט" פון גלות,
האט זיך ניט אויס־ געטאן א גאולה;
דער העכסטער אופן איז,
אז
(אע״פ אז עס איז פאראן א ירידה למקום ומדינת המנגד
(ביז א התלבשות אין גלות),
אעפ״כ איז עס ניט נאר ניט אין אן אופן אז דער גלות פועל׳ט "אגאלתי"
(א ירידה אמיתית),
נאר אדרבה:)
דער גלות גופא ווערט נתהפך למצב פון גאולה.
און דעמאלט איז דאס א גאולה בש־ לימותה,
וואס לאזט ניט איבער קיין נתינת מקום אויף מנגד וגלות.
און דאס איז דער פירוש אין פסוק 41
״פדה בשלום נפשי 42
(מקרב לי״ — אז כאטש עם איז א מצב פון "מקרב לי",
פון מלחמה וואס קומט באופן פון הת־ תלבשות אין גלות,
פונדעסטוועגן איז)
די פדי׳ אין אן אופן פון "שלום" ;
ווייל די פדי׳ קומט פון א מדריגה וואו ס׳איז ניטא דער גאנצער גדר פון גלות,
און דעריבער טוט זי אויף,
אז דער גלות גופא ווערט 43
אן ענין פון גאולה 44 .
ה.
די דריי אופנים הנ״ל אין גאולה זיינען אויך מתאים צו די דריי אופני עבודה —
(א)
שבטים,
(ב)
אבות,
(ג)
יוסף 45
:
די שבטים זיינען געווען רועי צאן,
בהתבודדות,
היותם בשדה 46
מובדל פון וועלט,
בכדי די עניני העולם זאלן זיי ניט מטריד זיין פון זייער דביקות באלקות.
בפנימיות הענינים: במדריגת השבטים
(מרכבתא תתאה )
האט וועלט א תפיסת מקום,
ובמילא ווען זיי וואלטן יורד גע־ ווען און פארנומען זיך מיט עניני העולם וואלטן זיי ניט געקענט בלייבן ביי זייער מדריגה פון דביקות באלקות באופן פון מרכבה 47 .
בדרגת האבות
(מרכבתא עילאה )
איז אז אפילו געפינענדיק זיך אין וועלט,
זיינען זיי ניט בהתלבשות בעולם,
און דערפאר זיינען די עניני העולם ניט מבלבל דביקותם בה׳ 48 ,
העכער דערפון איז דרגת העבודה פון יוסף 49 ,
וואס מצד אחד איז ער גע־ ווען בהתלבשות בעניני העולם,
ווארום זייענדיק אין מצרים איז ביי אים געווען א "טרדה 50
גדולה ועצומה ביותר",
ומכש״כ וק״ו ווען ער איז געווארן "מלך 50
על מצרים כמ״ש 51
על פיך ישק כו׳ רק הכסא כו׳ שמבלעדו לא ירים איש כו׳",
ובפרט ווען ער איז געווען דער וואס "השביר 50
בר 52
לכל עם הארץ שהי׳ עסקו עם כל העולם כו׳":
און אזוי איז עס בא אים געווען אויך פריער,
פון זינט ירידתו למצרים — זייענדיק אן עבד בא פוטיפר שר הטבחים איז ער געווען טרוד אין די עסקים פון פוטיפר; און אויר נאכדעם,
ווען ער איז געווען אסור בבית הסוהר,
היות אז "ויתן 53
שר בית הסוהר ביד יוסף את כל האסירים אשר בבית הסוהר ואת כל אשר עושים שם הוא הי׳ עושה״ —
און אעפ״כ האבן די אלע טרדות אים ניט מבלבל געווען אין זיין דביקות בה׳ און אויך בעת עסקו בהם איז ער געווען א "מרכבה ממש לאלקות" 54 .
ווייל ביי אים האט מאיר געווען דער אור אלקי וואס איז לגמרי העכער פון וועלט 55 ,
וואס מצד דעם אור איז אפילו ניט שייר זאגן אז וועלט איז ניט תופס מקום,
קען דעריבער זיין דער אופן העבודה בדרך התלבשות אין וועלט,
און אעפ״כ איז דאס ניט מבלבל די דביקות,
די דביקות באלקות ווערט דערהערט אויר אין די עניני העולם אין וועלכע
מ׳איז מלובש,
אזוי אז אין וועלט גופא הערט זיך אלקות 56
שלמעלה מגדר עולם.
און ווי מען געפינט עס בא יוסף׳ן,
אז זייענדיק אן עבד בא פוטיפר איז "וירא 57
אדוניו כי ה׳ אתו וכל אשר הוא עושה ה׳ מצליח בידו״ — אין דעם "ארט" וואו פוטיפר איז "אדוניו" ,
דארטן גופא האט דער זעלבער "אדוניו" געזען "כי ה׳ אתו".
און אויך דערנאך,
זייענדיק אן אסיר בבית הסוהר,
איז "ויהי 58
ה׳ את יוסף ויט אליו חסד ויתן חנו בעיני שר בית הסוהר״ — דאס האט זיך אנגע־ הערט אויר ביים שר בית הסוהר,
וואו יוסף איז געווען אן אסיר !
ו.
ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין וואס דער מדרש זאגט אויף ״ויוסף הורד מצרימה״ — ״כבשון ..
יירד מים עד ים",
און די שייכות פון דעם ענין צום פירוש
(פון "הורד")
"הוריד את השכינה עמו":
דערמיט וואס "ויוסף הורד מצרימה" כפשוטו,
און אויך ברוחניות — ביי אים איז געווען די ירידה און התלבשות אין מצרים,
איז זייענדיק דארט,
בירידתו,
איז ער געבליבן במהותו האלקית
(״הוריד את השכינה עמו״)
— מיט דער ירידה גופא האט זיך אויפגעטאן דער "כבשון".
ווארום ווען יוסף קומט אן אין מצרים,
איז דאס גופא מאכט איבער מצרים,
ביז אז אויר אין דעם "מקום" פון מצרים האט זיך דערהערט אלקות.
און דאס
האט זיך אויפגעטאן גלייך בתחילת ההורדה,
וכנ״ל אז "וירא אדוניו כי ה׳ אתו" ובמילא "ויפקדהו על ביתו וכל יש לו נתן בידו" 59 ,
ועד״ז דערנאך זייענדיק בבית הסוהר,
תורה שבעל פה איז מגלה אז "ויוסף הורד מצרימה״ איז פירושו וענינו — "כבשון המד״א וירד מים גו׳".
ז.
מעין זה איז געווען ביים מאסר וגאולה פון אלטן רבי׳ן:
דער אלטער רבי איז געווען בבית האסורים,
בהתלבשות אין גלות — ער האט ניט "ממתיק" געווען די דינים "בהעברת היד על המצח ועל הפנים" 60 ,
ער האט ניט געמאכט אז "טיינע סאוועט" זאל פארברענט ווערן 61
: און דער אופן ההנהגה מיט אים איז געווען,
אז מ׳האט אים חוקר ודורש געווען בריבוי שאלות אין יסודות פון תורה ומצות כו׳,
וועלכע ער האט גע־ ענטפערט מיט א הסברה ארוכה,
באופן אז אויך די מגושם׳דיקע מוחות פון די מנהלי הדרישה והחקירה זאלן פאר־ שטיין 62 .
אבער לאידך גיסא,
איז דער אלטער רבי ניט געווען מוכרח אין דעם.
וב־ מסופר דורך כ״ק מו״ח אדמו״ר 63 ,
אז "דער גאנצער ענין התפיסה איז געווען בהסכם רבינו הגדול ..
ווען דער רבי וואלט ניט מסכים געווען וואלט מען אים ניט תופס זיין,
די ראי׳
(אויף דעם
איז)
פון דער נסיעה לפטרבורג — איז פרייטיק געבליבן שטיין די שווארצע ביידל און עס האט ניט גיהאלפן די פיר פערד וואס מיא האט צוגישפאנט אויף שלעפן דעם וואגען,
ווייל דער רבי האט ניט געוואלט כו׳"; "דער 64
כללות ענין פון דער תפיסה איז דאס ווי א הלבשה ברצון שלא להשתמש בדרך למעלה מן הטבע".
און עס איז ידוע 65 ,
אז א "הלבשה" און הגבלה ברצון איז ניט קיין אמת׳ע הגבלה
(הגבלה אמיתית איז דוקא ווען די הגבלה קומט בהכרח,
פון א דבר שמחוץ הימנו; בשעת אבער ס׳איז אין אן אופן וואס מ׳איז זיך אליין מגביל — געפינט מען דאך זיך אין דער הגבלה).
און דער טעם וואס ביי אים האבן גע־ קענט זיין די צוויי קצוות איז מובן מדברי רבותינו נשיאינו — ווייל "דער
(אלטער)
רבי איז א עצמי,
ביי א עצמי איז ניט שייר קיין שינוי זמן ומקום" 66 .
און דעריבער,
אויך זייענדיק אין תפיסה ובאופן של התלבשות
(כביכול)
— האט ער פועל געווען אויף די שרי המלוכה גופא,
אז זיי,
מצד זייער מציאות,
זאלן אים באפרייען באופן של פדי׳ בשלום 67 ,
דערקענענדיק אז ער איז אן איש אלקי.
און דאס איז וואס דער אלטער רבי איז מאריך באגרתו 28
הידועה וועגן זיין גאולה: "הפליא ה׳ והגדיל לעשות בארץ ..
אשר נתגדל ונתקדש ברבים ובפרט בעיני כל השרים וכל העמים אשר בכל
המדינות המלך אשר גם בעיניהם יפלא הדבר הפלא ופלא וענו ואמרו על זאת כי אם מאת ה׳ היתה זאת היא נפלאת בעינינו״ — אז זייענדיק תחת ממשלתם וברשותם האבן די שרים,
ביז צו דעם מלך אליין,
געזען אז ער איז א "חכם גדול ואיש אלקי" 68 ,
און דאס
(אז אויך זיי האבן אנערקענט אז "מאת ה׳ היתה זאת")
דריקט אויס דעם אויפטו פון דער גאולה פון י״ט כסלו,
— בדוגמא ווי ס׳איז געווען ביי יוסף׳ן,
אז דער "הורד" גופא איז געווען ״וירד״ — "כבשון".
ח.
יעדער ענין קומט ארויס און ווערט נתגלה דורך תורה־אור.
ועד״ז בנדו״ד: דער אויפטו אין דעם מאסר וגאולה פון אלטן רבי׳ן,
איז פארבונדן מיט דעם חידוש פון אלטן רבי׳ן בתורתו;
ובפרט בספרו התניא,
וואס כידוע 69 ,
איז די גאולה פון י״ט כסלו געווען אין זכות פון די צוויי יאר חיות בתורה ועבודה וואס דער תניא האט מוסיף גע־ ווען צווישן חסידים
(וואס דערפאר האט דער אלטער רבי געוואלט אז דער תניא זאל זיך אפדרוקן פאר י״ט כסלו).
והביאור:
אין דעם ספר "תניא קדישא" 70 ,
ווי ער איז אויסגעשטעלט לפנינו,
קומט דער שער היחוד והאמונה אלס צווייטער חלק.
ס׳איז אבער ידוע
(ווי מען דער־ ציילט בא חסידים),
אז ביים אלטן רבי׳ן איז געווען א קס״ד צו מסדר זיין שער
היחוד והאמונה אלס ערשטן חלק,
וואס מהאי טעמא געפינט מען אין "חינוך קטן"
(די הקדמה צו שער היחוד והאמונה)
ב־ג פעמים דעם לשון "כמו שיתבאר״
(בלשון עתיד)
— כאטש אז דערמיט ווערן געמיינט 71
די ענינים וואס זיינען מבואר אין דעם ערשטן חלק.
נאך מער: וויבאלד דער אלטער רבי האט איבערגעלאזט דעם לשון "כמו שיתבאר" און ניט משנה געווען ״נתבאר״
(ל׳ עבר)
— איז דאס א בא־ ווייז,
אז אפילו נאכדעם ווי דער אלטער רבי האט מחליט געווען,
אז דער שער היחוד והאמונה זאל קומען נאך דעם חלק ראשון,
האט ער איבערגעלאזן א נתינת מקום צו סברתו הקודמת,
און דער שער היחוד והאמונה האט אן ענין וואט "שטייט פריער"
(אבער ניט ברוב הענינים).
דער סדר פון עבודת האדם איז,
אז בכדי צוצוקומען צו אהבה ויראה
(וואס דאס איז דער תוכן פון חלק ראשון שב־ תניא),
דארף פריער זיין "האמונה הטהורה ונאמנה ביחודו ואחדותו יתברך וית׳"
(דער תוכן פון שער היחוד והאמונה),
כמבואר בחינוך קטן בסופו.
ועפ״ז יש לומר אז דער ענין המאסר והגאולה פון אלטן רני׳ן זאגט זיך ארויס בתניא בתורתו פון אלטן רבי׳ן,
בעיקר — אין שער היחוד והאמונה 72 .
ט.
צווישן די עיקרי הענינים,
וואס דער אלטער רבי איז מבאר ומחדש אין שער היחוד והאמונה,
זיינען דא לכאורה 73
צוויי כללות׳דיקע נקודות:
א)
דער ביאור אין "פירוש הבעש״ט" אויף ״לעולם 74
ה׳ דברך נצב בשמים״ — אז ״דברך שאמרת 75
יהי רקיע..
תיבות ואותיות אלו הן נצבות ועומדות לעולם בתוך רקיע השמים..
להחיותם..
אילו היו האותיות מסתלקות כרגע ח״ו וחוזרות למקורן היו כל השמים אין ואפס ממש והיו כלא היו כלל ..
כמו לפני ששת ימי בראשית ממש" 76 ,
וואס דערפון איז פארשטאנדיק "איך שכל נברא ויש הוא באמת נחשב לאין ואפס ממש לגבי כח הפועל ורוח פיו שב־ נפעל המהוה אותו תמיד ומוציאו מאין ממש ליש" 77 .
ב)
אז דער צמצום איז ניט "כפשוטו שהקב״ה סילק עצמו ומהותו ח״ו מעוה״ז רק שמשגיח מלמעלה בהשגחה פרטית על כל היצורים כולם אשר בשמים ממעל ועל הארץ מתחת" 78 .
ויש לומר,
אז דער ביאור הענין אז צמצום אינו כפשוטו איז ניט א בא־ זונדער ענין,
נאר דאס קומט בהמשך און איז שייך צום ביאור איו חידוש הבעש״ט,
כדלקמן.
יו״ד.
דער חידוש אין פירוש הבעש״ט איז ניט נאר אז דער דבר ה׳ מוז שטענדיק מהווה זיין יעדן נברא,
בכל רגע ורגע,
נאר אויך אז די תיבות "יהי רקיע גו׳" זיינען "מלובשות בתוך כל הרקיעים לעולם להחיותם" 76
; און עד״ז אין אלע נבראים,
די תיבות ואותיות שבעשרה מאמרות וואס זיינען זיי מהווה ומחי׳ זיינען מלובש בתוכם
[און ווי ער איז מאריך 79
ווי אין יעדן נברא "יש בחי׳ נפש וחיות רוחנית",
ווארום אפילו די זאכן וועלכע ווערן ניט דערמאנט בעשרה מאמרות שבתורה,
ווערט צו זיי נמשך א חיות וואס איז משתלשל ממדריגה למדריגה פון די עשרה מאמרות שבתורה "ע״י חילופים ותמורות האותיות וגימטריאות ..
עד שיוכל להתצמצם ולהתלבש ולהתהוות ממנו נברא פרטי"].
ד.
ה.
ס׳איז ניט דער פשט אז דער דבר ה׳ איז שטענדיק מהווה דעם נברא און דער נברא ווערט נפרד פון דעם דבר ה׳,
נאר דער דבר ה׳ איז מלובש אין דעם נברא גופא
(אין דעם "ארט" פון דעם נברא),
ביז אז דער חיות
(ונפש)
פון יעדן נברא פרטי איז דער דבר ה׳ וואס איז אין אים מלובש.
ובמילא איז פאר־ שטאנדיק ווי "כל נברא ויש הוא באמת נחשב לאין ואפס ממש לגבי כח הפועל ורוח פיו שבנפעל המהוה אותו תמיד ומוציאו מאין ממש ליש* 79 .
לפ״ז קומט אויס,
לכאורה,
אז דער ביטול פון דעם נברא איז ניט קיין ביטול בשלימותו.
ווארום וויבאלד אז דער חיות וואס איז זיך מתלבש אין נבראים איז א חיות מצומצם ומוגבל
(לויטן נברא),
כנ״ל,
איז ער דאך "נותן מקום למציאות היש",
ובמילא איז אויך דער
ביטול מצד דעם חיות,
ניט קיין ביטול בשלימותו 80 .
לויט אבער ווי דער אלטער רבי איז ממשיך ומבאר,
אז צמצום אינו כפשוטו ח״ו,
דהיינו,
אז אויך 81
אין דעם "מקום"
(מדריגה)
וואס דער אור וחיות אלקי איז זיך מתצמצם ומתלבש בתוך הנבראים,
איז "לית אתר פנוי מיני׳" 82
און " מהותו ועצמותו יתברך ..
מלא את כל הארץ ממש בזמן ומקום 83
— קומען ארויס צוויי קצוות:
יעדער נברא האט זיין "נפש וחיות רוחנית" פרטית וואס קומט דורך צמצום און התלבשות פון דעם דבר ה׳ אין יעדן נברא פרטי; וביחד עם זה איז יעדער נברא פרטי פארבונדן מיט עצמותו ומהותו ית׳,
ווייל אין דעם "ארט" פון דעם נברא,
געפינט זיך "מהותו ועצמותו יתברך".
און וויבאלד אז מהותו ועצמותו
ית׳ איז אינגאנצן ניט בגדר פון וועלט,
ווערט מצד דעם דערהערט,
אז די מציאות פון וועלט גופא איז אלקות 84
(בלשון הידוע 85
: דער יש הנברא איז יש האמיתי)
— אין עוד מלבדו 86 .
יא.
אלע ענינים אין תורה זיינען דאך א הוראה אין עבודת כאו״א,
ובפרט ענינים בפרסום וואס האבן געטראפן מיט א נשיא בישראל,
א נשמה כללית,
ובמיוחד אז דער כללות ענין המאסר איז געווען פארבונדן מיט זיין מסירת נפש אויף תורת החסידות פאר כל ישראל,
כאו״א מישראל.
וי״ל אז דורך דעם האט דער אלטער רבי געעפנט דעם צינור פון מסירת נפש אויף עבודת ה׳ בתורת החסידות 87 .
די עבודה פון יעדן אידן,
געפינענ־ דיק זיך אין דעם חשך הגלות דארף זיין צו באלייכטן דעם חושך הגלות דורך זיין עבודה בנר מצוה ותורה אור; ובפרט אין דעם זמן פון עקבתא דמשי־ חא,
וואס בכדי צו באלייכטן אזא חשך כפול ומכופל דארף מען אנקומען צו א גרעסערן און העכערן אור 88 ,
ביז צו מאור שבתורה,
פנימיות התורה 89 ,
שנתגלתה בימינו אלה בתורת החסידות.
מצד דעם גרויסן חשך אין וועלט קענען אויפקומען אזעלכע שווערי־ קייטן און נסיונות אין עבודה,
ווען א איד דערפילט אז ניט נאר זיינען אידן בכלל דער "אתם המעט מכל העמים",
נאר אויך צווישן אידן גופא איז ער לעת עתה פון א מיעוט וואס זיינען זיך עוסק אין דער עבודה פון הפצת היהדות — נר מצוה ותו״א,
ובפרט בהפצת המעינות חוצה.
קען ער דערפאר מאכן בא זיך א חשבון,
אז ער זאל צואווארטן ביז די שווערקייטן און העלמות והסתרים וועלן זיך ענדיקן,
און דערנאך וועט ער ממשיך זיין עבודתו.
אויף דעם קומט די הוראה מהנ״ל: ער דארף וויסן,
אז דער עולם וכל אשר בו ווערט נתהווה בכל רגע ורגע מאין ואפס המוחלט ממש פון דעם אויבערשטן וואס אין לו עילה וסיבה קודמת לו ח״ו 90 .
ובכן,
איז דאך ניט שייך אז ס׳זאל זיין א מציאות וואס זאל ניט דערלאזן א אידן צו טאן זיין עבודה אין מפיץ זיין נר מצוה ותורה אור,
והפצת המעיינות חוצה.
און דאס וואס ער זעט אז עס זיינען דא מנגדים און העלמות והסתרים אויף דער עבודה,
דארף ער וויסן,
אז צמצום איז ניט כפשוטו ח"ו ,
ס׳איז ניט קיין אמת׳ער העלם,
און אז די כוונה דערביי איז — אז ער זאל בא זיך מגלה זיין דעם חלק אלקה ממעל ממש 91
וואס געפינט
זיך אין אים און די כחות וואס די רביים האבן אין אים אריינגעלייגט 92
— און דעמאלט ווערט דער "כבשון" ושלט בהון,
מען נעמט איין און מ׳איז שולט אויך בגלוי אויף ענינים המבלבלים ומעלימים ומסתירים.
און דורך עבודת כאו״א אין דעם "כבשון" בד׳ אמות שלו בהפצת היהדות כולל הפצת המעינות חוצה,
איז מען נאך מער ממהר ביאת משיח צדקנו,
ווען אלע וועלן זען בגלוי בעיני בשר דעם "וירד מים עד ים ומנהר עד אפסי ארץ" 93 ,
ביז צום אופן פון "מלאה הארץ דיעה את ה׳ כמים לים מכסים" 94 ,
ווארום עם וועט זיין " ונגלה כבוד ה'" 95 ,
אויך איצט איז "מלא כל הארץ" 96
כפשוטו ממש,
נאר דאס איז ניט בגלוי — און דעמאלט וועט זיין דער " ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דבר".
(משיחת י"ט כסלו תשמ״א)