B"H
🏡

Ikar

ויצא ב

א.

בסוף פרשתנו 1

אויפן פסוק "ויפגעו בו מלאכי אלקים" זאגן רז״ל 2

און רש״י ברענגט דאס בפירושו על התורה 3

(אז דאס זײנען געװען)

"מלאכים של ארץ ישראל באו לקראתו ללותו לארץ".

פון פשטות הלשון איז מובן,

אז דער ארט וואו די מלאכי א״י "באו לקראתו" איז געווען בחו״ל 4 ,

נאך איידער ער איז אנגעקומען אין א״י.

דארף מען פארשטיין: אין תחלת הפרשה,

אויפן פסוק 5

"עולים ויורדים בו",

שטייט אין מדרש 6

"מלאכים שהם מלוין את האדם בארץ ישראל אין מלוין אותו בחוצה לארץ",

און ווי רש״י זאגט דאס 5

נאך מער מפורש: "מלאכים שליווהו בארץ אין יוצאים חוצה לארץ ועלו ברקיע וירדו מלאכי חו״ל ללותו" 7

— איז ווי קומט עם אז דא,

בײם צוריק־ גייען פון חרן קיין א״י,

זיינען די מלאכים של א״י יע ארויס קיין חו״ל?

דער גור ארי׳ 8

איז מסביר,

אז וויבאלד ער איז געגאנגען קײן ארץ ישראל,

זײ־ נען די מלאכי א״י ארויסגעגאנגען ״לקראתו לשמור אותו״ — עס זאל ניט זיין קיין מניעה אויף זיין אנקומען אין ארץ ישראל 9

— וואס די שמירה איז ״מוטל על מלאכי א״י״

(משא״כ די

שמירה פון די מלאכי חו״ל — װעלכע האבן אים באגלייט ביז א״י — איז נאר געווען "שלא יגיע לו נזק אחר").

דער תירוץ איז אבער לכאורה ניט גלאטיק: וויבאלד דאס רעדט זיך וועגן דעם זעלבן דרך,

די הליכה בחו״ל אויפן וועג גייענדיק קײן א״י 10

— פארוואס דארף מען האבן צוויי עניני שמירה?

די מלאכי חו״ל וואס היטן אים בדרך,

היטן דאך אים בדרך ממילא פון יעדער מניעה ביז א״י,

פון דעם איז מסתבר לומר,

אז די מלאכי ארץ ישראל "באו לקראתו" נאר ״ללותו״ — ניט צוליב עניני שמירה,

נאר א לוי׳ לשם כבוד" בלבד.

איז צריך ביאור: ווי קומט עם אז צוליב כבוד יעקב

(ניט צוליב הכרח שמירתו)

זאל מען ארויסשיקן מלאכי א״י קיין חו״ל,

היפך דעם כלל אז "אין יוצאים חוצה לארץ" 12 ?

און וויבאלד אז די שאלה איז מצד לשון רש״י עצמו,

און מען געפינט ניט אז רש״י זאל דאס מבאר זיין,

מוז מען זאגן,

אז פון פשטות לשונו של רש״י גופא איז מובן ומבואר דער ענין,

ביז — אז דאס איז מלכתחילה קיין שאלה ניט וועלכע מ׳דארף פארענטפערן.

ב.

וי״ל דעם ביאור בזה בפשטות:

בתחלת הפרשה רעדט זיך ווי יעקב איז ארויס פון א״י קײן חו״ל,

איז מובן פארוואס די מלאכי א״י האבן אים ניט געקענט מלוה זיין װײטער,

היות אז מלאכי א״י "אין יוצאים חוצה לארץ"; משא״כ בסוף הפרשה,

וואו עם רעדט זיר להיפך,

ווי יעקב האט זיך אומגע־ קערט קיין ארץ ישראל,

האבן זיי גע־ קענט

(ואולי — געמוזט)

קומען קיין חו״ל,

ווייל דאס איז בכדי "ללותו לארץ" 3, .

וי״ל אז עם איז איבערהויפט ניט אין גדר פון יציאה לחוץ לארץ.

ויומתק — אויב מ׳וועט לערנען אז דאס וואס מלאכי א״י "אין יוצאים חוצה לארץ" איז ע״ד ההלכה 14

(און אירע גדרים)

אינעם איסור לצאת מארץ ישראל לחו״ל 15

: דער רמב״ם פסק׳נט 16

אז ,

"אסור לצאת מארץ ישראל לחוצה לארץ לעולם אלא ללמוד תורה או לישא אשה או להציל מן העכו״ם ויחזור לארץ״ — וואס לכאורה קען מען פרעגן: מ׳געפינט אין גמרא 17

א "מעשה רב" אז מ׳איז ארויס פון א״י אין חו״ל לקראת אמו,

און ווי דער מאירי 18

זאגט מפורש אז "מותר לצאת מארץ ישראל לחוצה לארץ לקראת אביו או לקראת אמו וכן לשאר מיני כבוד".

ויש לומר 19

החילוק ביניהם: דער ארויסגיין פון א״י "ללמוד תורה או לישא אשה או להציל מן העכו״ם" איז יציאה מן הארץ,

נאר דאס איז א יציאה של היתר;

משא״כ װען מ׳גײט ארוים לקראת אביו או לקראת אמו לשם כבוד אביו ואמו,

זיי צו באגעגענען קומענדיק קיין

ארץ ישראל,

איז בכלל אויף דעם ניט חל דער גדר פון יציאה מהארץ.

און די הסברה בפשטות: ביי די אנדערע ענינים

(ללמוד תורה וכו׳)

איז תכלית היציאה צו טאן מצוות ופעולות אין חו״ל

(און עפ״י רוב איז עס ניט אויף א באשטימטן

(מוגבל׳דיקן)

זמן 20 ),

משא״כ די יציאה לחו״ל "לקראת אביו ואמו" וועלכע קומען קיין א־י,

איז ניט צוליב חו״ל,

נאר צוליב

(און פארבונדן)

א״י

(העלי׳ לא״י)

ובמילא איז עם מלכתחילה ניט בגדר יציאה,

כנ״ל.

ועד״ז בנדו״ד: וויבאלד אז דאס וואס מלאכי א״י זיינען ביציאתם פון א״י גע־ ווען אויסן "ללותו לארץ",

איז אויף דעם מלכתחילה ניט חל דער גדר יציאה מהארץ לחוצה לארץ,

ובמילא דארף מען ניט קיין טעם אויף דעם היתר היציאה.

ג.

לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן:

מ׳האט אמאל גערעדט 21

בארוכה,

אז לשיטת רש״י איז בזמן האבות ניט שייך געווען דער איסור יציאה פון א״י לחו״ל 22

און דערפאר געפינט מען ניט אז די אבות זאלן זיין נזהר אין דעם,

װײל לדעת רש״י איז א״י דעמאלט נאך ניט געווען אויסגעטיילט בקדושתה פון שאר הארצות 23 ,

ביז אז לדעת רש״י איז

דאן אויך ניט געווען קיין שינוי אין בעלות הארץ,

[און דאס וואס רש״י 24

איז מבאר דעם אויבערשטנ׳ס אנזאג צו יצחק׳ן ,

אל תרד מצרימה" אז דאס איז ווייל "אתה עולה תמימה ואין חוצה לארץ כדאי לך״ 25

— איז עם ניט דערפאר וואס ס׳איז געווען א שינוי און א קדושה אין חפצא פון דעם ארץ,

נאר ווייל 26

אברהם האט אויפגעטאן אז אין א״י איז דער אויבערשטער ״אלקי השמים ואלוקי הארץ״ — ״שהרגלתיו בפי הבריות״ 27 ,

משא״כ בחו״ל וואו דער אויבערשטער איז דאן געווען בלויז "אלקי השמים",

אבער אלם "אלקי הארץ" האט מען נאד ניט קיין הכרה אין דעם אויבערשטן,

ווי גע־ רעדט בארוכה במקום אחר 28 ].

עפ״ז דארף מען פארשטיין מאי טעמא,

וואס בנוגע מלאכים איז א״י שוין אויר דאן געווען אויםגעטײלט באופן,

אז אין יוצאין חוצה לארץ

[ווארום דער ענין וטעם הנ״ל בנוגע יצחק׳ן איז לכאורה ניט מתאים ביי די מלאכים].

וי״ל דעם ביאור בזה בפשטות: דאג וואס בזמן האבות האט א״י נאד ניט גע־ האט אין זיך די קדושה מיוחדת

(ועד״ז די בעלות,

כנ״ל בדעת רש״י)

איז די כוונה אין דעם — אז דער גוף הארץ איז נאך דעמאלט ניט נתקדש געווארן,

ם׳איז נאד ניט געווען די קביעות הקדושה אין דעם חפצא פון ארץ 29 ,

און דערפאר איז

ביי די אבות זײענדיק אין א״י למטה ניט געווען דער איסור היציאה לחו״ל.

אבער בתוכנה וענינה איז א״י אלעמאל געווען די "נחלת ה׳ מיוחדת לשמו" 30 ,

אן ארץ וואס "חפצי הבורא היו בה שהרי סולם

(דחלום יעקב)

שראשו מגיע השמימה הי׳ קבוע בה" 31 ,

און פונקט ווי "ביהמ״ק של מעלה מכוון כנגד בית המקדש של מטה" 32 ,

וואס דאס איז דאך תמיד,

עד״ז ומעין זה איז עם בשײכות צו גאנץ א״י — ס׳איז נאר וואס פריער איז עם ניט געווען בגילוי ובקביעות אין א״י למטה.

ועפ״ז איז מובן,

אז כאטש אז בא די אבות

(למטה)

איז נאד ניט געווען דער איסור יציאה פון א״י לחו״ל,

איז עם אבער יע געווען אן אפהאלט ביי מלאכים,

ווייל בא מלאכים

(למעלה)

איז דא דער חילוק צווישן א״י ,

און חו״ל — כנ״ל 33 .

ד.

דער ביאור אין דעם וואס "מלאכים של א״י באו לקראתו ללותו לארץ" בפנימיות הענינים:

דער ענין פון "ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה״ 34

איז מרמז אויף׳ן גלות פון עם ישראל,

און ווי עם שטייט אין מדרש 33

גלייך בא די פסוקים בריש פרשתנו "פתר קריי׳ בגלות",

און ווי

דער מדרש טייטשט אם בפרטיות די אלע פסוקים בתחלת הסדרה,

ובמ״א במדרש 36

"הראה לו הקב״ה ארבע מלכיות מושלן ואובדן 37

כו׳",

און ווי דער רמב״ם 38

זאגט אין זיין ספר ההלכה: "הסולם שראה יעקב אבינו ומלאכים עולים ויורדים בו והוא הי׳ משל למלכיות ושעבודן".

און דאס איז ניט א ״זײטיקע״ זאך,

נאר — "סימן 39

לבנים",

דער ענין הגלות בא בנ״י,

נעמט זיך פון "מעשה אבות",

פון יציאת יעקב לחו״ל לגלות בא לבן׳ען 40 .

וכשם ווי ס׳איז געווען ביי יעקב אבינו,

אז יציאתו פון א״י און ביאתו לחרן איז געווען ניט נאר מצד ההכרח — דערפאר וואס ער האט ניט געקענט זיין אין א״י מוזנדיק אנטלויפן פון עשו׳ן — נאר צוליב 41

וקח לך משם אשה גו׳ והײת לקהל עמים,

הליכתו לחרן און עבודתו בבית לבן איז געווען כדי דורכצופירן די עבודת הבירורים שלו אין חו״ל,

ביז אז דוקא בבית לבן האט ער אויפגעשטעלט דעם יסוד פון עם ישראל — רובם ככולם של השבטים זיינען דארט געבארן געווארן 42

;

עד״ז איז בנוגע דעם גלות פון עם ישראל: די יציאה פון אידן פון א״י איז "מפני חטאינו גלינו מארצנו",

אבער די כוונה אין גלות איז אז מ׳זאל דורכפירן די עבודת הבירורים בכל מקום שבעולם — וכמחז״ל ברור 43

: לא הגלה הקב״ה את ישראל לבין האומות אלא כדי שיתוספו עליהם גרים.

ובל׳ רבותינו נשיאינו — הוראה הידועה 44

"מאך דא ארץ ישראל״ — אויפטאן אז חו״ל זאל ווערן אין דער בחינה פון א״י,

אן ארץ פון רצתה לעשות רצון קונה 45

באופן פון

(ישראל)

שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל 46 ,

וואס דאס קומט דורך עבודת כל אחד ואחת מישראל לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים 47 ,

ביז אז במשך זמן הגלות ווערט אויפגעשטעלט די שלימות פון עם ישראל,

און דאס זיינען די צוויי סוגי "מלאכים":

די מלאכי א״י וואס "ליווהו בארץ" קודם ארויסגיין אין חו״ל,

אין גלות,

איז ענינם — נתינת כח מלמעלה אויף דער עבודה בזמן הגלות; און דער ענין פון "מלאכים של ארץ ישראל" וואס "באו לקראתו ללותו לארץ",

איז די תוצאה

פון דעם וואס מ׳האט פון חו״ל געמאכט א״י: בגמר העבודה פון יעקב׳ן בחו״ל,

וויבאלד אז ער האט דארטן "געמאכט ארץ ישראל" ע״י עבודתו,

דערפאר קומען דארט די מלאכים של ארץ ישראל — המשכת קדושת א״י בחו״ל 48 .

ה.

ע״פ הנ״ל — אז דאס וואס "מלאכים של א״י באו לקראתו ללותו לארץ" איז פארבונדן מים סיום וגמר עבודת יעקב בחו״ל — וועט מען אויך פארשטיין דעם טעם

(בפנימיות הענינים)

פארוואס די מלאכים זיינען געווען בלויז ללותו

(ניט צוליב שמירה וכו׳)

וואס איז בלויז אן ענין של כבוד —

ובהקדים אז דאס איז מרומז אין פסוק בלשון ״ויפגעו בו מלאכי אלקים״ — ע״ד ווי דער לשון

(בתחלת הסדרה)

"ויפגע במקום" 49

(און ווי דער זהר 50

פארבינדט די צוויי פסוקים),

וואס פון דעם לשון "ויפגע במקום" לערנען

חז״ל 51

אפ,

אז יעקב האט דארט מתפלל געווען "ולמדנו שתקן תפלת ערבית" 52 .

ועפ״ז יש לומר,

אז די שייכות צווישן דעם לשון "ויפגעו בו מלאכי אלקים" צו שילוח מלאכים לשם לווי׳ וכבוד,

איז ע״ד די שײכות צװישן דעם לשון "ויפגע" מיט תפלת ערבית דוקא,

כדלקמן.

אריך: ״ויפגע״ באדײט אז דער באגעגענען זיך איז כאילו שלא בכוונה 53 .

ס׳איז אבער דא א חילוק אין דעם "ויפגע" צווישן די צוויי פסוקים הנ״ל: "ויפגע במקום" מיינט אז דאס איז גע־ ווען כאילו שלא במתכוון מצד יעקב׳ן,

און ווי רז״ל זיינען מדײק פון לשון ״ויפגע״ — "ללמדך שקפצה לו הארץ" 54

; אבער לשון "ויפגעו בו 55

מלאכי אלקים" איז משמע אז די באגעגעניש איז געווען כאילו שלא במתכוון ניט נאר מצד יעקב׳ן,

נאר אויך מצד די מלאכי א״י.

ויש לומר,

אז בהתאם צו דעם חילוק הנ״ל אין דעם "ויפגע",

איז אויר דער חילוק אין דעם תפקיד פון די צוויי סוגי מלאכים: די מלאכים וועגן וועלכע עם רעדט זיר בתחילת הסדרה זיינען געווען לשם שמירה,

און די שבסוף הסדרה — לשם כבוד.

ו.

דער ביאור בזה:

ס׳איז ידוע 56

דער ביאור

(בפנימיות הענינים)

אין דעם וואס "תפלת ערבית

רשות״ 57

— ניט חובה,

ווי תפלת שחרית ומנחה — אז דאס איז דערפאר וואס תפלת ערבית איז פארבונדן מיט אזא הויכער מדריגה,

וואס קען ניט דער־ גרייכט ווערן דורך עבודת האדם,

ס׳איז אן אתערותא דלעילא שאין אתערותא דלתתא מגעת שם,

און עם ווערט נמשך ווי בדרך ממילא.

און דערפאר לערנט מען אפ תפלת ערבית פון ווארט "ויפגע" 58

(ניט ווי "אשר עמד שם" 59

וואס שטייט ביי תפלת.

שחרית פון אברהם,

אדער דער לשון "לשוח בשדה" 60

וואס שטייט ביי תפלת מנחה של יצחק 61 )

: וויבאלד אז דאס איז אזא מדריגה וואס ווערט ניט נמשך ע״י עבודה,

נאר כאילו מאליו וממילא,

קומט אוים,

אז דער יחם ההמשכה צו עבודת האדם איז כאילו ווי לא בכוונה.

און דאס איז אייר עולה בקנה אחד מיטן פירוש אז ״קפצה לו הארץ״ — אן ענין וואס קומט ניט ע״פ סדר און דורך עבודת האדם,

נאר א פעולה מלמעלה,

באתערותא דלעילא מצ״ע.

אין דער מדריגה פון אתעדל״ע גופא,

וואס אין אתעדל״ת מגעת שם,

זײנען דא צוויי מדריגות 62

: די אתעדל״ע וועלכע ווערט נמשך אין אן אופן וע״ד פון חפץ

חסד הוא,

וואס קומט מלמעלה אויף צו מעורר זיין אן אתעדל״ת; און — די אתעדל״ע וואס ווערט נמשך נאך שלימות עבודת התחתונים און לאחרי ווי עם ווערן נמשך אלע מדריגות פון אתעדל״ע וועלכע קומען און זיינען לפי ערך אתעדל״ת.

דעמאלט ווערט נתגלה די אתעדל״ע וואס איז למעלה מעלה מערך האתעדל״ת — "גילוי פנימיות ממש מבחי׳ שאין האתעדל״ת מגיע שם",

העכער אפילו פון דער ערשטער אתעדל״ע

(וועלכע איז מבחי׳ חיצוניות לבד 63 ).

ז.

עפ״ז זיינען מוסבר היטב די צוויי ענינים וואס מען געפינט בנוגע תפלת ערבית* 63

: אין חסידות 64

איז מבואר — לויטן זהר 65

אז דאס וואס תפלת ערבית איז "רשות"

(דהיינו,

כנ״ל,

א זאך וועל־ כע איז העכער פון אתעדל״ת)

איז ווייל די תפלה קומט נאך דער עבודה פון תפלות חובה פון שחרית ומנחה

[און ווי דאס איז אויך ע״פ נגלה,

אז תפלת ערבית איז "כנגד אברים ופדרים" 66

(פון די קרבנות שבמשך היום 67 ),

"שאם 68

לא

נתעכלו מבעוד יום הם קרבים והולכים כל הלילה"].

ד.

ה.

אז נאך דער עבודת האדם אין די צוויי תפלות

(שכנגד תמי־ דין תקנום 69 ),

קומט אלם סיום וגמר והשלמה,

די המשכה פון תפלת ערבית,

די אתעדל״ע וואס קומט נאד שלימות עבודת האדם.

איז לכאורה ניט מובן: התחלת עבודת היום איז דאך פון דער עבודה פון פריערדיקער נאכט,

וואס לפ״ז קומט אוים אז תפלת ערבית איז ניט א המשן וגרור פון די פריערדיקע צוויי תפלות

(שחרית ומנחה פון פריערדיקן טאג),

נאר די ערשטע תפלה פון דעם מעת לעת 70 .

און ווי די גמרא 71

ברענגט דעם פסוק 72

"ערב ובוקר וצהרים וגו׳״ 73

לגבי דעם חילוק אין זמני התפלה 74 ,

וואס אין פסוק הויבט זיך דאד אן מיט "ערב" 75 .

וע״פ הנ״ל יש לבאר 76

: אין תפלת ערבית זיינען דא ביידע ענינים: די

מדריגה פון תפלת ערבית בהתחלת היום איז די מדריגה פון אתעדל״ע שלפני האתעדל״ת

(הנ״ל),

וואס די אתעדל״ע איז פון א מדריגה וואס איז העכער פון עבודת האדם און ווערט נמשך אין אן אופן

(מצד)

חפץ חסד הוא

(״רשות״)

— און זי קומט בתחלת היום אלם א נתינת כח אויף דער עבודה פון דעם יום שלאח״ז; און די מדריגה אין תפלת ערבית וואס קומט לאחרי עבודת היום,

איז די אתעדל״ע וואס קומט לאחרי גמר ושלימות עבודת היום.

ח.

ויש לומר,

אז בפרטיות איז דאס דער חילוק צווישן די צוויי פסוקים בפרשתנו — "ויפגע במקום" וואס שטייט בתחלת הסדרה און "ויפגעו בו מלאכי אלקים״ וואס שטײט בסױס הסדרה:

בתחילת הסדרה,

בעת יעקב איז מתחיל — גייט ערשט ארוים לעבודתו,

ווערט נמשך דער ערשטער אופן פון אתעדל״ע,

וואס קומט אלם הקדמה ונתינת כח אויף עבודת האדם,

און דערפאר איז "ויפגע

(במקום)

" נאר בשייכות צו יעקב׳ן — אז ביי אים איז דאס כאילו שלא בכוונה

(כנ״ל ס״ה)

— אן אתעדל״ע וואס קומט מאליו,

ניט דורך אתעדל״ת;

לאחרי גמר העבודה בבית לבן,

ועד״ז ביי כל אחד ואחד מישראל בגמר העבודה בזמן הגלות לאחרי ווי עס ווערן נמשך אלע המשכות וואס זיינען בערך עבודת האדם,

ווערט נמשך די מדריגה פון אתעדל״ע מבחי׳ א״ס אין אן אופן פון מתנה — און דאס איז די מדריגה פון "ויפגעו בו מלאכי אלקים": דער "ויפגע" בלי כוונה איז ניט נאר מצד יעקב׳ן

(מצד ולפי ערך עבודת האדם),

נאר אויר מצד למעלה כביכול,

װײל די אלע המשכות פון א״ם קומען כאילו מאליו 77 .

און דערפאר קומט עם באופן אז "מלאכים של א״י באו לקראתו ללותו לארץ": די פריערדיקע מלאכים זייבען געווען צוליב שמירה — וואס װײזט אויף אן עזר וסיוע צום אדם בעבודתו

(און — אז מ׳דארף האבן שמירה)

; אבער די מלאכים זיינען בלויז ללותו,

אן ענין של כבוד לבד כנ״ל.

ווארום די אתעדל״ע קומט לאחרי ווי ם׳איז דא אן ״אתר שלים״

(אין צורך לשמירה — ויתרה מזה),

עם פעלט גארניט אין דעם אדם

(כולל אויך — אין דער המשכה מלמעלה וואס איז פארבונדן מיט זיין עבודה),

און זי ווערט נמשך בבחינת מתנה.

ט.

יעדער ענין אין תורה איז א הוראה בעבודת האדם.

אזוי איז אויך בענין זה: דאס וואס תורה דערציילט אידן אז נאך זײענדיק אין חוץ לארץ — אין גלות — איידער מען קומט אין ארץ ישראל,

שיקט דער אויבערשטער מלאכי ארץ ישראל לקראתו

(לחו״ל — בזמן הגלות)

ללותו לארץ,

איז דאס בכדי מגלה זיין ביי אידן דעם גודל המעלה שבעבודתם,

ובמילא גיט דאס א תוספת כח און אן עידוד וחיזוק אין דער עבודה.

אפילו אין דעם זמן וואס אידן געפינען זיך נאך אין גלות,

זאגט מען יעדן אידן — אז ניט נאר דארף ער ניט נתפעל ווערן פאר גלות און פאר גוי׳שקייט װײל עם גייען מיט אים מלאכי

חו״ל וועלכע היטן אים — און "לא 78

ינום ולא יישן שומר ישראל גו׳ ה׳ שומרך ה׳ צלך על יד ימינך" 79 ,

ביז אז "והיו מלכים אומניך ושרותיהם מיניקותיך" 80

נאך בזמן הגלות 81 ,

נאר נאכמער:

דער אויבערשטער שיקט מלאכי א" ללותו,

אויף מוסיף זיין אין זיין כבוד 82 .

ד.

ה.

זיין ניט נתפעל ווערן פון גלות און גוי׳שקייט איז ניט סתם אין א גלות׳דיקן אופן,

נאר אין א הרחבה און אין א גאולה׳דיקן אופן,

מלאכי א״י,

באופן של כבוד.

און די עצם ידיעה גיט א הוספת עידוד וחיזוק אין דעם גמר העבודה אין סוף זמן הגלות,

מען זאל ניט רעכענען זיך כלל מיט גוי׳שקייט,

נאר גיין לבטח דרכו,

אויף גומר זיין די עבודה פון די "פכים קטנים" 83

וואס זיינעו נאר געבליבן לבררן איו דער עבודה שבזמן הגלות,

און דאס איז ממהר דאס ארייגגיין פון יעדער אידן און אלע אידן אין א״י מיט די מלאכים של א״י,

אין אן אופן פון "אחישנה" 84 ,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש״פ ויצא תשמ״ג)

Reader controls and commentary are loading.