B"H
🏡

Ikar

תולדות ג

א.

אויפן פסוק 1

"גור בארץ הזאת" זאגן חז״ל 2 ,

אז יצחק האט ניט געטארט ארויסגיין פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ,

ווייל ער איז געווען אן "עולה תמימה.

מה עולה אם יצאת חוץ לקלעים היא נפסלת אף את אם יצאת חוץ לארץ נפסלת".

און ווי מפרשים 3

זיינען מבאר,

אז גאנץ א״י "חשובה אצלו כמו העזרה",

און חוץ לארץ — "כחוץ מן העזרה".

און דעריבער,

זייענדיק אן "עולה תמימה" — "שהיא קדש קדשים",

טאר ער ניט ארויסגיין פון א״י,

ע״ד ווי "אין קדש קדשים יוצא לחוץ מן העזרה".

דער טעם פארוואס יצחק האט די קדושה פון אן עולה תמימה באופן אז "אם יצאת חוץ לקלעים היא נפסלת"

— דלכאורה: די קדושה ווערט דוקא נאך דעם ווי מ׳איז מקריב די עולה על גבי המזבח,

אבער אן עולה תמימה חי ׳ איז ניט שייך אז עס זאל נפסל ווערן ביוצא 4

איז מובן פון דברי חז״ל 5

אויפן פסוק 6

"ויעלהו לעולה תחת בנו",

אז די הקרבת האיל איז געווען במקום יצחק

("תחת

בנו"),

און ס׳איז כאילו ווי יצחק וואלט געווען דער קרבן שנקרב.

ובלשון רש״י* 6

״כאלו בני שחוט ..

דמו זרוק ..

בני מופשט כאלו הוא נקטר ונעשה דשן".

און וויבאלד ס׳איז כאילו ווי מ׳האט גע־ טאן די אלע עבודות מיט יצחק׳ן,

איז מקריב געווען ע״ג המזבח,

דעריבער איז ער נתקדש געווארן בקדושת עולה תמימה שנפסלת ביוצא.

עפ״ז אבער — אז יצחק האט א גדר פון א קרבן שכבר נקרב ע״ג המזבח — דארף מען האבן א ביאור: בנוגע דעם זכות העקידה זאגן חז״ל בכמה מקומות 7 ,

אז "אפרו של יצחק כאילו צבור על גבי המזבח".

וואס פון דעם דיוק לשון חז״ל "צבור על גבי המזבח " — ניט

(ווי לשון רש״י במק״א 8 )

"צבור ועומד לכפרה״

(וכיו״ב)

— איז מוכח,

אז דער זכות העקידה איז פארבונדן דער־ מיט וואס "אפרו של יצחק" איז

(" פאר־ בליבן ")

על גבי המזבח.

[נאך מער: די גמרא זאגט אין זבחים 9

: "מזבח מנא ידעי

(פון וואנעט האט מען געוואוסט ביים בנין מקדש שני וואו איז

מקום המזבח)..

אפרו של יצחק ראו שמונח באותו מקום״ — פון "אפרו של יצחק" האט מען געוואוסט צו קובע זיין מקום המזבח].

איז ניט מובן: דער ארט פון דעם ״דשן״ וואס בלייבט איבער פון קרבן — וואס דוגמתו

(ביי יצחק)

איז "אפרו של יצחק"

(וועלכער האט דעם זעלבן גדר ווי דער ״דשן״ פון דעם איל 10 )

— איז ניט "על גבי המזבח",

ווארום עס דארף דאך זיין תרומת הדשן והוצאת הדשן 11

; איז ווי זאגט מען אז אפרו של יצחק איז "צבור

(ומונח 12 )

על גבי המזבח" 13 ?

ב.

דער ביאור בזה בפשטות

(ע״ד הנגלה)

איז,

אז ביי הקרבת האיל זיינען ניט געווען די ענינים פון תרומת הדשן והוצאת הדשן:

תרומת הדשן איז ניט געווען שייך,

ווייל די עבודה פון הרמת הדשן פירט

זיך אויס דערמיט וואס "ושמו אצל המזבח" 14 ,

און ביי דער עקידה

(וואס איז א דין פון במה קטנה 15 )

איז ניטא די מציאות פון ״ אצל המזבח ״ — אויב ניט על גבי המזבח איז דאס אין גדר פון " חוץ " 16

;

אויך — דער טעם פון הוצאת הדשן איז

(ווי רש״י 17

זאגט)

ווייל "אין מקום למערכה״ — אויב מען וועט ניט אראפ־ נעמען דעם דשן פון מזבח וועט ניט זיין ארט פאר דער קומענדיקער מערכה 18

; ביי דעם מזבח וואס אברהם האט גע־ בויט לעקידת יצחק איז,

כמובן,

ניט שייך דער טעם.

[וי״ל אז וויבאלד אז ס׳איז ניט געווען קיין חיוב צו אראפנעמען דעם דשן פון מזבח,

איז מסתבר אז דער דשן איז גע־ בליבן על גבי המזבח,

ווייל

דער דין איז דאך "כל הנוגע במזבח יקדש" 19 ,

און "אפילו קרבן פסול שעלה עליו..

לא ירד" 20 ,

ובמילא,

בשעת ס׳איז ניטא קיין חיוב

(וטעם)

צו אראפנעמען דעם אפר,

איז "לא ירד".

(וראה לקמן ס״ג)].

און דעריבער איז אויך "אפרו של יצחק"

(בדוגמא צו "דשן" פון דעם איל)

— "צבור על גבי המזבח".

אבער מען דארף נאך האבן ביאור: ביאור הנ״ל איז נאר א טעם פארוואס "אפרו של יצחק" קען בלייבן און איז געבליבן "צבור ע״ג המזבח"; דערפון אבער וואס חז״ל פארבינדן זכותו של יצחק מיט דעם וואס ״אפרו..

צבור על גבי המזבח" איז משמע,

אז דאס איז פארבונדן מיט זכות העקידה גופא .

מוז מען זאגן,

אז אע״פ אז דער "דשן" פון אן עולה דארף אראפגענומען ווערן

(בדרך כלל)

פון מזבח

(כאטש אז אן עולה איז כליל לה׳)

— איז אבער די "קדושת עולה" פון יצחק׳ן

(דורך דער עקידה)

אין אן אופן,

אז זיין "אפר"

(דשן)

בלייבט "צבור

(ומונח)

על גבי המזבח".

ג.

ויש לומר,

ובהקדים:

א)

בכלל איז מוכח,

אויך פון הלכה בפועל,

אז ווען א זאך ווערט אפר,

איז עס ניט די פריערדיקע מציאות 21 .

לדוגמא ביי ביעור חמץ — למ״ד דאין ביעור חמץ אלא שריפה 22 .

הגם אז נאכן

פארברענען בלייבט דערפון אפר,

איז דאס אבער א נייע מציאות 23 .

ב)

די פעולה

(נחת רוח)

פון א קרבן עולה — וואס איר הקרבה ווערט פאר־ ענדיקט מיט איר שריפה ע״ג המזבח — איז דורך דעם וואס זי איז ריח ניחוח

("וירח ה׳ את ריח גו'" 24 ),

ד.

ה.

בעת זי ווערט פארברענט והולכת ונעשית אפר,

אבער ניט לאחר זמן —

עפ״ז איז ניט גלאטיק וואס מען זאגט אז דער זכות העקידה איז עומד לדורות,

בלשון ״ אפרו של יצחק ״ — "אפר" איז מדגיש דעם היפך ,

אז די עקידה

(און פעולת ההקרבה)

איז ניטא!

ולכן נ״ל,

ובהקדים,

אז עס זיינען פאראן כמה אופנים ווי א זכות ופעולת המצוה ווירקט לאחר זמן 25

:

א)

א זכות וואס האט זיך אויפגעטאן

( ונגמר )

בעבר.

ד.

ה.

די עשיית המצוה טוט אויף א זכות וועלכער בלייבט ביים אדם אויף שפעטער

(שטענדיק),

אבער די סיבת הזכות האט זיך אפגעטאן אינ־ גאנצן בעבר .

ב)

די עשיית המצוה

(וזכותה)

איז גע־ ווען בעבר,

אבער פעולת המצוה איז אן ענין נמשך ובמילא אויך זכותה — עס ציט זיך שפעטער,

כולל — ציט זיך אין דעם זמן ווען מען נויטיקט זיך אין דעם זכות.

ג)

די פריערדיקע עשי׳ — האלט

(דערנאך)

אין איין נתחדש ווערן,

אזוי,

אז ס׳איז פונקט כאילו ווי די מצוה ווערט איצט געטאן 26 .

דערמיט איז מובן וואס עס שטייט ביי דוד המלך 27

: "בשעה שנכנס דוד לבית המרחץ וראה עצמו עומד ערום אמר אוי לי שאעמוד ערום בלא מצוה,

וכיון שנזכר במילה שבבשרו נתיישבה דעתו כו׳"

— דלכאורה: זיכער איז געווען ניכר במוחו ולבו של דוד דער "שעבוד הלב והמוח" 28

פון זיין פריערדיקער הנחת תפילין

(וכיו״ב),

היינט פארוואס האט ער זיך געזען "ערום בלא מצוה"?

איז דער ביאור אין דעם: דער שעבוד הלב והמוח איז א פעולה נמשכת פון זיין פריערדיקער הנחת תפילין,

אבער די עשיית המצוה גופא האט ער ניט איצט; משא״כ מצות מילה* 28

איז מתחדשת בכל רגע 29 ,

ובמילא איז עס כאילו ווי ער האט זיד איצט מל געווען.

און דאס איז אויד דער חידוש פון דער עקידה: דער זכות העקידה איז אין אן אופן אז ס׳איז כאילו ווי יצחק ווערט איצט

(בכל רגע)

נשרף מחדש 30

על גבי המזבח; ובמילא איז ״אפרו של יצחק ..

צבור על גבי המזבח״ — ער ווערט איצט נשרף ע״ג המזבח און איז איצט א " ריח ניחוח".

ד.

ובעבודת האדם יל״פ:

דער ביאור פון "דשן" אין עבודת האדם איז 31

:

דער ענין פון אפר מצד עצמו

(ניט מצד דער סיבה ומצב וועלכע האבן עם געמאכט אפר)

איז — תכלית הגשמיות.

ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין תניא 32 ,

אז דער אפר וואס בלייבט איבער פון אן "עץ הנשרף" איז דער יסוד "העפר שבו היורד למטה ואין האש שולטת בו כו׳ העפר הוא חומרי יותר מכולו

(שאר היסודות)

".

און דאס איז דער ענין פון דשן המזבח: דער חלק הקרבן וואס ווערט פארברענט אויפן מזבח,

איז מרמז אויף די איידעלע ענינים פון וועלט,

וואס זיי קענען אינגאנצן נתעלה ווערן און נכלל ווערן אין קדושה.

וואס בכללות זיינען דאס די עניני העולם מיט וועלכע מ׳איז מקיים א מצוה 33 ,

תשמישי מצוה,

תשמישי קדושה 34

כו׳.

אבער דער אפר וואס בלייבט איבער פון קרבן איז א רמז אויף די נידערי־ קערע זאכן פון וועלט וועלכע קענען

ניט נכלל ווערן אין דעם אש המזבח

(ווערן אינגאנצן קדושה).

ובכללות זיי־ נען דאס די דברי הרשות מיט וועלכע א איד פארנעמט זיך.

און דעריבער קען דער דשן ניט בלייבן על גבי המזבח — תכלית הקדושה.

אין דעם גופא זיינען פאראן צוויי מדריגות 35

:

(א)

דער "דשן" מיט וועלכע מ׳איז מקיים תרומת הדשן,

וואס דער דשן בלייבט עכ״פ "אצל המזבח".

(ב)

דעם דשן וועלכן מען נעמט ארויס " מחוץ למחנה".

וי״ל אז דאס איז דער חילוק צווישן די צוויי אופני עבודה 36

פון "כל מעשיך יהיו לשם שמים" 37

און "בכל דרכיך דעהו" 38

:

"כל מעשיך יהיו לשם שמים" מיינט,

אז בשעת ער טוט די מעשים זיינען זיי ביי אים אין אן אופן פון מעשי ך ,

דברי הרשות,

נאר ער טוט זיי " לשם שמים",

צוליב קדושה,

דערנאך וועט ער פון זיי האבן א תועלת אין עניני שמים.

דאס ווערט נרמז אין דעם דשן וואס מען נעמט ארויס ״מחוץ למחנה״ — ס׳איז ניט אין מחנה דקדושה 39

; דארט אבער איז עס "

(אל)

מקום טהור ",

ער

טוט די דברי הרשות לשם שמים,

צוליב קדושה.

א העכערער אופן אין עבודה

(מיט דברי הרשות)

איז — "בכל דרכיך דעהו ": ניט אז דורך דעם וואס ער טוט זיי וועט ער צוקומען דערנאך צו "דעהו",

נאר אין זיי גופא

(" ב כל דרכיך")

— ״דעהו״; זיי זיינען טאקע ״דרכי ך ״ — דברי הרשות,

אבער די דברי הרשות אליין ווערן אן ענין פון קדושה.

ע״ד ווי תרומת הדשן,

וואס אויפן מזבח גופא קען עס ניט בלייבן

(ס׳איז ״דרכי ך ״),

אבער — "ושמו אצל המזבח",

עס בלייבט בסמיכות צום מזבח ונבלע במקומו 40 .

ה.

עפ״ז וועט מען פארשטיין פאר־ וואס "אפרו של יצחק כאילו צבור על גבי המזבח":

דער אויפטו פון עקידת יצחק איז — דער ענין פון מסירת נפש בפועל ,

מסירת הגוף כפשוטו.

ביי אברהם׳ס אריינווארפן בכבשן האש

(באור כשדים) 43 ,

איז ניט געווען דער בפועל ,

ווייל דער אש האט אים כלל ניט אנגע־ רירט 42

; משא״כ ביי יצחק׳ן,

איז בשעת העקידה — "פרחה ויצאה נשמתו של יצחק" 43 ,

און ס׳איז דערנאך געווען ביי אים תחיית המתים 43 .

די דרגא 44

פון מסירת נפש נעמט זיך פון עצם הנשמה ממש,

וואס איז דבוק במיוחד מיט אלקות בתכלית היחוד,

ביז אז דאס נעמט דורך אלע חלקי האדם בשוה,

אויך דעם חומר הגוף 45 .

און דער־ פאר קומט עס ארויס אין מסירת הגוף ג״כ פארן אויבערשטן.

און דעריבער,

דורך דער עקידה איז יצחק נתקדש געווארן אין אן אופן אז

(אויך)

זיין גוף איז געווארן אינגאנצן קדוש — ובמילא זיינען אויך די ענינים הגשמיים פון יצחק׳ן נתעלה געווארן אין א דרגא עולה,

כליל לה ׳: זיינע גשמיות׳־ דיקע ענינים זיינען געווען אזוי בטל ומיוחד צו קדושה,

ביז אז ער האט כלל "ניט געפילט" זייער "גשמיות" 46 ,

זייער ענין איז געווען נאר — עבודת ה׳.

וא״ו.

ווי גערעדט אמאל בארוכה 47

אין דעם פירוש אויף דעם וואס עס שטייט אין פרקי דר״א 48

אויפן פסוק 49

"ויזרע יצחק": "וכי יצחק זרע דגן ח״ו

אלא לקח את כל מעשר ממונו וזרע צדקה לעניים כד״א 50

זרעו לכם לצדקה״ —

אין מקרא יוצא מידי פשוטו 51 ,

אז יצחק האט געזייט דגן כפשוטו,

און דאס איז געווען ממונו פון וועלכן ער האט גענומען מעשר א.

ז.

וו.

ס׳איז אבער ח״ו צו זאגן אז זיין "ויזרע" איז געווען אין תוכן אן ענין פון זריעת דגן; נאר זיין ״זרע דגן״ איז געווען — "זרעו לכם לצדקה".

ולהעיר לויט א צווייטן מחז״ל: יצחק האט מתקן געווען מעשרות 52 ,

און ווי־ באלד אז מעשר איז דוקא פון אייגענע תבואה 53 ,

האט ער דעריבער

(און נאר דערפאר)

געזייט דגן,

צוליב מפריש זיין מעשר.

וי״ל אז היינו הך: שורש המצוה דמעשרות וכיו״ב איז צדקה 54 .

ז.

און דערפאר איז "אפרו של יצחק ..

צבור ע״ג המזבח",

ווייל דורך דער עקידה איז יצחק נתקדש געווארן ביז אין אן אופן וואס גיט ניט קיין ארט פאר ״חול״

(וואס באלאנגט בחוץ)

— אויך " אפרו "

(זיינע ענינים הגשמיים)

זיינען ״צבור על גבי המזבח״,

כולו — כליל לה׳* 54 .

און דאס איז אויך דער טעם וואס מען דריקט אויס דעם זכות העקידה מיט דעם לשון וענין "אפר" דוקא: דער זכות העקידה באשטייט אין דעם אופן מסירת נפש פון יצחק׳ן — דער עילוי פון זיין מסירת נפש איז אין דעם אויפטו פון ״אפרו ..

צבור על גבי המזבח"** 54 ,

כנ״ל.

ח.

די הוראה דערפון אין עבודת כל אחד ואחד:

איינער פון די טעמים וואס מען זאגט פרשת העקידה בכל יום איז — "כדי להכניע יצרו לעבוד הש״י כמו שמסר יצחק נפשו" 55 .

מען דארף וויסן,

אז די הכנעה דארף ברענגען דערצו,

אז דער " אפר "

(גשמיות)

פון א אידן זאל זיין "צבור על גבי המזבח".

דער ענין אין דעם:

תפלות כנגד תמידין תקנום 56 ,

וואס קרבן תמיד איז אן עולה וועלכע איז כליל לה׳.

ווייל די שלימות פון תפלה איז,

אז א איד זאל זיך אינגאנצן אוועק־ געבן צום אויבערשטן 57 .

אבער דער ביטול ומסירת נפש פון תפלה גיט "אן ארט",

אז לאחרי התפלה זאל דער איד ארויסגיין "מחוץ למחנה" און פארנעמען זיך מיט ענינים הגשמיים.

אמת טאקע,

אז עבודת התפלה טוט ביי אים אויף אז דאס זאל זיין נאר

״אל מקום טהור״ — כל מעשיך לש״ש — אבער דאך איז עס מחוץ למחנה.

אויף דעם קומט די באווארעניש,

אז דער טעם פון הוצאת הדשן איז ווייל "אין מקום למערכה",

אבער אויב ס׳איז דא "מקום למערכה" נעמט מען ניט אראפ דעם דשן: דער "היתר" צו פאר־ נעמען זיך מיט דברים גשמיים

(אין אן אופן פון "מחוץ למחנה")

איז נאר אויב עס קומט דערפון ארויס א תועלת פאר דער קומענדיקער מערכה — דורך דעם וועט מען קענען מארגן דאוונען נאך בעסער 58

;

דער ארט פון אן אידן דארף זיין און איז אין פנים.

אי,

ער איז א נשמה בגוף און האט צרכים גשמיים — איז גענוג ווען זיין התעסקות אין גשמיות איז "אצל המזבח"; אבער ארויסגיין "מחוץ למחנה״ — ניט דאס איז דער אמת׳ער ארט פון אן אידן.

אפילו ווען ער טוט אין די דברי הרשות שלו לשם שמים — איז עס אן עבודה פחותה; ער איז ניט מוזג כוס לרבו,

נאר מבשל קדרה לרבו און דארף בייטן זיינע "לבושים" 59

(דעם קאך אין דעם ״בישול״ — פון זיינע מעשה דבור ומחשבה 60 ).

און דערפאר איז מען מקדים אמירת פרשת העקידה לכל עניני היום,

ווייל כדי דאס צו דערהערן מאנט זיך מסירת נפש דיצחק.

די מסירת נפש בשעת

התפלה דארף זיין אין אן אופן וואס "נעמט מיט" זיין גוף וכל עניניו הגשמיים,

ביז אז ער פילט ווי ביי אים איז ניטא קיין "מחוץ למחנה",

און זיין גשמיות איז אינגאנצן דורכגעדרונגען מיט קדושה.

און דעמאלט איז אפילו ווען ער גייט ארויס

(לאחרי התפלה)

"מחוץ למחנה" צו פארנעמען זיך מיט עניני העולם,

הנהג בהם מנהג דרך ארץ 61

— פילט

ער אז זיין געפינענדיק־זיך "מחוץ למחנה" איז נאר בחיצוניות; פנימיותו ובפרט מצד נפשו,

בחי׳ יצחק שבו,

איז אויך ״ אפרו ..

צבור ע״ג המזבח".

און בכח זה איז זיין התעסקות מיט ענינים גשמיים אין אן אופן אז זיין גאנצע כוונה דערביי איז בלויז צוליב די תועלת וואס וועט דערפון ארויסקומען בעבודתו ית׳,

במקום המערכה.

(משיחת ש״פ בה״ב תשכ״ח)

Reader controls and commentary are loading.