B"H
🏡

Ikar

תולדות ב

א.

ס׳איז ידוע דער מאמר חז״ל 1

"כל מה שאירע לאבות סימן לבנים" 2 .

און ווי דער רמב״ן 3

איז מאריך לבאר בכמה מעשה אבות ווי זיי האָבן אין זיך סימנים לרמז אויף די מאורעות וואָס וועלן טרעפן מיט די בנים – מיט אידן.

וויבאַלד די חז״ל ברענגען אַרויס דעם ענין דוקא בלשון אבות ובנים וואָס די עניני האב ווערן איבערגעגעבן בירושה לבניו אחריו,

איז מובן,

אַז די מעשה אבות איז ניט סתם אַ סימן בעלמא 4 ,

נאָר אויך אַ נתינת כח 5

פון די אבות האומה צו די בנים 6 .

ובנוגע פרשתנו – די תורה דערציילט 7

אַז "ויהי רעב בארץ",

און אַז בשייכות מיט דעם האָט דער אויבערשטער זיך באַוויזן צו יצחק׳ן און אים אָנגעזאָגט "אל תרד מצרימה שכון בארץ אשר אומר אליך גור בארץ הזאת ואהי׳ עמך ואברכך גו׳".

זיינען חז״ל 8

מסביר,

אַז וויבאַלד ער איז געווען אַן "עולה תמימה" דאַרף ער בלייבן אין א״י און "אין חו״ל כדאי לך" 9

(ער זאָל ניט טאָן ווי אביו אברהם,

ווען ס׳איז געוואָרן אַ רעב איז ער אַרויס פון א״י קיין חו״ל,

קיין מצרים).

וואָס דער סימן לבנים איז דאָ קלאָר 10

אויך אויבנאויף,

אַז דער אמת׳ער אָרט פון אידן איז ניט אין גלות

(בחו״ל),

נאָר ווען זיי זיינען על שולחן אביהם 11

– שגואלם ומביאם ל״שולחנו" לא״י,

און דעריבער אפילו אין דעם זמן ווען "מפני חטאינו גלינו מארצנו״ – "בנים שגלו מעל שולחן אביהם"קענען אידן ניט זיין צופרידן ח״ו און אפילו ניט זיין רואיג 12

אין גלות,

וויסנדיק אַז דאָס איז ניט דער מצב אין וועלכן זיי דאַרפן זיין,

נאָר זיי האָפן 13

און בעטן צו אומקערן זיך ע״י אביהם לשולחן אביהם,

אין א״י,

ביז אַז זיי זיינען דאָס מבקש ותובע 14

ג׳ פעמים בכל יום

(חול)

"את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח״,

און

(בכל יום – אויך בשבת ויו״ט כו')

"ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים" 15 .

ויש לומר אַז דאָס איז איינער פון די טעמים וואס לעת״ל וועט מען זאָגן ליצחק דוקא "כי אתה אבינו" 16 ,

וואָרום דעמאָלט וועט ביי אידן זיך אָנזען בגלוי די מעלת התמימות ושלימות,

וואָס דעם כח אויף דערויף נעמען זיי פון יצחק אבינו

("עולה תמימה"),

און דערפאַר געפינען זיי זיך במקומם האמיתי שולחן אביהם אין א״י,

וואָס דער ענין,

צו זיין בלויז אין א״י,

איז געווען דוקא באַ יצחק׳ן,

משא״כ באַ אברהם און יעקב זיינען געווען זמנים ווען זיי האָבן זיך געפונען בחו״ל.

ב.

וויבאַלד אַז דאָס וואָס "אין קורין אבות אלא לשלשה" 17

איז אַן ענין של הווה,

וביחד עם זה אַ דבר תמידי ונצחי 18 ,

איז מובן אַז פרטים פון מעשה אבות

(ובפרט – כללות׳דיקע)

וואָס דריקן אויס ענינו המיוחד פון יעדן איינעם פון די אבות,

איז אַ סימן ונתינת כח לבנים – ניט נאָר לכללות עם ישראל,

ובמצב מסוים,

נאָר "בכל דור ודור ...

בכל אדם מישראל"

(בפרט),

אויך ווי אידן געפינען זיך בגלות בא״י,

או בחו״ל.

וי״ל דעם ביאור בזה:

אידן זיינען בכללות פאַנאַנדערגעטיילט אין צוויי סוגים – ישכר און זבולון 19 ,

מארי תורה און מארי עובדין טבין 20

: אידן וואָס זייער עיקר עסק בעבודת ה׳ איז בפנים,

ישכר באוהליך 21 ,

זיי זיינען במקומם האמיתי – אינגאַנצן איבערגעגעבן צו לימוד התורה 22

; און אידן בעלי עסק וועלכע גייען אַרויס מחוץ פון די ד׳ אמות של תורה כו',

זבולון בצאתך,

און האָבן צו טאָן מיט עניני העולם – "מעשיך" און "דרכיך",

און דורך זייער עבודה בזה אין אַן אופן פון "כל מעשיך לשם שמים" 23

און "בכל דרכיך דעהו" 24 ,

בריינגען זיי אַריין קדושה אויך אין עניני העולם.

און דאָס זיינען די צוויי סוגי עבודה,

וואָס דעם כח צו דורכפירן זיי באַקומט יעדער איד 25

פון די אבות:

אברהם אבינו איז אַרויס פון א״י און "אַראָפּגענידערט" אין מצרים,

אין

(מיצרים וגבולים פון)

חו״ל,

און האָט בעבודתו אויפגעטאָן,

אַז דאָרט,

און עד״ז נאָך פאַרדעם,

זאָלן מענטשן אַנערקענען און דינען דעם אויבערשטן,

האָט זיי געבראַכט "תחת כנפי השכינה",

כמ״ש "ואת הנפש אשר עשו בחרן" 26 ,

וכמסופר בארוכה במדרשי חז״ל 27

; כללות עבודתו איז געווען – "ויקרא שם בשם ה׳ א־ל עולם" 28 ,

ווי די חז״ל זאָגן 29

אַז "התחיל להודיע לעם שאין ראוי לעבוד אלא לאלוקה העולם ..

ולקרוא בקול גדול לכל העולם ולהודיעם שיש שם אלוקה אחד ולו ראוי לעבוד והי׳ מהלך וקורא ומקבץ העם מעיר לעיר ומממלכה לממלכה ..

שנאמר ויקרא כו׳" 30 ,

ביז ער האָט געפועל׳ט אַז דער אויבערשטער זאָל זיין

(נוסף אויף "אלקי השמים" אויך)

"אלקי הארץ",

"שהרגלתיו בפי הבריות" 31 .

יצחק איז אָבער ניט אַרויס אין חו״ל.

ואדרבה,

היות ער איז געווען אַן "עולה תמימה" האָט ער געדאַרפט,

געמוזט בלייבן אין א״י,

און אויך דאָרט געפינט מען ניט

(אויף אַזויפיל)

אַז ער זאָל אַרויסגיין ממקומו הפרטי און פאַרנעמען זיך מיט אַנדערע מבחוץ.

והיינו,

אַז

(עיקר)

סדר עבודתו איז געווען בפנים.

און פון די צוויי אבות נעמען אידן ביידע קווים אין עבודה:

פון אברהם אבינו האָבן

(יעדער און)

אַלע אידן די הוראה ונתינת כח אויף דער עבודה מיטן זולת,

מבחוץ: אַלע אידן,

אויך די וואָס עיקר עסקם איז בפנים אין לימוד התורה,

זאָלן אויך זיי מזמן לזמן אַרויסגיין ממקומם און ברענגען קדושה אויך מחוץ לגבול מקום הקדושה; זיי זאָלן מפרסם זיין שמו של הקב״ה בכל מקום ומקום,

ביז "

(הנפש)

אשר עשו",

מקרב זיין אידן לה׳ ולתורתו 32 ,

וכמרז״ל "כל העוסק בתורה בלבד כו׳" 33 ,

און "כל 34

האומר אין לי אלא תורה אפילו תורה אין לו אלא תורה וגמ״ח";

און פון יצחק אבינו נעמט יעדער איד די הוראה און דעם כח אין עבודה בפנים,

אַז אויך די וואָס עיקר עסקם איז בחוץ

(צו

(פאַרנעמען זיך מיט עניני העולם און דורך דעם)

ממשיך זיין קדושה אין עניני העולם

(מעשיך ודרכיך),

און ברענגען דבר ה׳ אויך צו אידן וואָס זיינען לע״ע רחוקים מה׳ ותורתו)

– דאַרפן אויך זיי פון צייט צו צייט זיך אָפּזונדערן פון דעם חוץ און עוסק זיין בפנים,

בתורה,

און באופן אז דעמאָלט האָבן זיי ניט קיין שום דאגות

("כאוכלי המן" 35 )

קיין שום אַנדערע מחשבות – אין דעם זמן דאַרף ביי זיי זיין תורתם אומנתם.

ג.

שוין גערעדט כמה פעמים 36

בנוגע די שמות הסדרות,

אַז

(אע״פ וואָס בפשטות איז דער נאָמען פון יעדער סדרה על שם ההתחלה,

אָבער)

וויבאַלד זיי זיינען נעמען ע״פ

(מנהג ישראל –)

תורה

[ובפרט ע״פ תורת הבעש״ט 37

אַז שמו אשר יקראו לו בלה״ק איז מהוה ומחי׳ ומקיים דעם דבר הנקרא בשם זה],

איז מובן,

אַז דער נאָמען פון יעדער סדרה בריינגט אַרויס דעם תוכן פון דער גאַנצער סדרה.

אַ ראי׳ מוכחת אויף דעם 38

איז דערפון וואָס דוקא אונזער סדרה ווערט גערופן בשם "תולדות",

בעת אַז אויך פ׳ נח פאַנגט זיך אָן מיט די ווערטער "אלה תולדות

(נח)

": אויב די שמות הסדרות וואָלטן געווען נאָר מצד התחלתם – וואָלט מער מתאים געווען אַז די פריערדיקע סדרה

(נח)

זאָל טראָגן דעם נאָמען "תולדות"

(היות דער וואָרט "תולדות" איז נעענטער צו התחלת הסדרה ווי דער וואָרט "נח")

און די סדרה שלאחרי׳

(אונזער סדרה,

"תולדות")

זאָל אָנגערופן ווערן "יצחק"

(בכדי צו מאַכן אַן אונטערשייד צווישן איר און דער סדרה שלפני׳).

דערפון וואָס די ערשטע סדרה הייסט מיטן נאָמען "נח" און דוקא אונזער סדרה ווערט אָנגערופן מיטן נאָמען "תולדות" איז מוכח,

אַז דאָס איז דערפאַר וואָס דער נאָמען "נח"

(ניט "תולדות")

דריקט אויס דעם תוכן פון דער פריערדיקער סדרה 39 ,

און דער וואָרט "תולדות" ברענגט אַרויס דעם תוכן פון דער סדרה.

והיינו,

אַז דער תוכן כללי פון דער סדרה איז דער ענין פון ״תולדות״ – הולדת בנים,

וואָס די הוראה בזה ברוחניות איז,

אַז יעדער איד דאַרף אויפטאָן דעם ענין פון "תולדות" ברוחניות – ס׳זאָל צוקומען נאָך אַ איד אַ שומר תומ״צ דורך מקרב זיין אים לה׳ ולתורתו,

וכמאמר 40

"כל המלמד בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו",

וואָס דאָס איז דער ענין פון "פרו ורבו" בעבודה רוחנית 41 .

און דאָס איז מרומז אויך בפירש״י ריש פרשתנו,

אַז "תולדות" באַציט זיך צו "יעקב ועשו האמורים בפרשה",

ד.

ה.

"תולדות יצחק" באַשטיין ניט נאָר פון אַזעלכע וואָס זיינען אין דער דרגא פון יעקב,

נאָר מ׳דאַרף פועל זיין,

אַז אויך אַזוינע,

וואָס געפינען זיך אין אַ מעמד ומצב ע״ד ווי עשו 42 ,

זאָלן זיי ווערן "האמורים בפרשה",

געהערן צו די ״תולדות יצחק״

(וחינוכו – לימוד הפרשיות

(תורה)

וקיום מצוותיהן)

דורכדעם וואס מ׳דערנעענטערט זיי אוןמ׳בריינגט זיי אַריין אין תורה ומצות.

ד.

אָבער עפכ״ז פאָדערט זיך ביאור: ווי איז דאָס מתאים עם המבואר לעיל אַז תוכן ואופן עבודת יצחק איז געווען באופן הפכי – זיין אָפּגעזונדערט אין א״י,

פאַר זיך,

בפנים,

און ניט אויפשטעלן "תולדות" בחוץ,

שאינם

(דומים ל)

״אבות" 43 ,

דורך התעסקות מיטן זולת בחוץ.

זאת ועוד: לפ״ז האָט די סדרה

(וואָס רעדט אינגאַנצן וועגן ענינו ועבודתו של יצחק)

געדאַרפט הייסן ניט "תולדות",

נאָר "יצחק",

בכדי אַרויסצוברענגען יחודו של יצחק,

וואָס איז באַשטאַנען

(כנ״ל)

דוקא אין ניט אַרויסגיין לחו״ל צו אויפשטעלן דאָרט "תולדות",

נפשות

(ווי עבודת אברהם "ואת הנפש אשר עשו בחרן",

כנ״ל).

ועכצ״ל,

וויבאַלד אַז יצחק איז איינער פון די ג׳ אבות,

און ״אבות – מכלל דאיכא תולדות" 44 ,

פון אבות לערנט מען אָפּ,

ווערט "תולדות",

איז מובן אַז אויך זיין עבודה איז געווען אין אויפשטעלן תולדות.

נאָכמער: פון דעם וואָס דוקא די סדרה וואָס רעדט אינגאַנצן וועגן עבודת יצחק

(הייבט זיך אָן און)

ווערט אָנגערופן "תולדות",

ניט די אַנדערע סדרות וואו עס רעדט זיך ענינו של אברהם

(ויעקב),

איז מוכח אַז עיקר ענין ה״תולדות",

איז דוקא באַ עבודת יצחק נאָך מער ווי ע״י עבודת אברהם

(ויעקב).

ה.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין אופן ההנהגה לעת״ל,

וואָס דערפון וועט אויך זיין מובן בנוגע לעבודת יצחק,

וכנ״ל סוס״א,

אַז לעת״ל יאמרו ליצחק כי אתה אבינו.

דער רמב״ם פסק׳נט 45

"צוה משה מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח",

וואָס די הלכה איז,

ווי אַלע עניני הלכה,

אַן ענין נצחי בכל הזמנים ובכל המקומות,

אַז די הנהגה הרצוי׳ אינעם אופן קיום המצות פון כל באי העולם

(שבע מצות ב״נ)

איז ווען דאָס ווערט אויף זיי געפועל׳ט דורך אידן.

ועפ״ז צריך ביאור ווי וועט אָט דער תפקיד פון אידן

(בשייכות צו ז׳ מצות ב״נ)

דורכגעפירט ווערן בזמן דלעת״ל בביאת משיח צדקנו – דער רמב״ם פירט טאַקע אויס 46

אַז צווישן די ענינים נעלים וואָס משיח וועט אויפטאָן וועט זיין: "ויתקן 47

את העולם כולו לעבוד את ה׳ ביחד שנאמר 48

כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה׳ ולעבדו 49

שכם אחד";

די שאלה איז אָבער: וויבאַלד אַז אַלע אידן וועלן אויסגעלייזט ווערן פון גלות העמים און וועלן זיך געפינען על אדמתם אין ארץ ישראל – און דער דין איז,

אז ״בזמן שיד ישראל תקיפה ..

(איז או״ה זאָלן זיין "אפילו יושב ישיבת עראי או עובר ממקום למקום בסחורה" דאַרף זיין פריער)

שיקבל עליו שבע מצות״ 50

– איז ווי וועט עס זיין אַז אידן זיינען מחדש באַ די אומות,

באַ "באי עולם" וועגן די ז׳ מצות ב״נ?

איז דאָס מובן פון די פסוקים אין ישעי׳ 51

בנוגע דער גאולה: "והי׳ באחרית הימים נכון יהי׳ הר בית ה׳ בראש ההרים ..

ונהרו אליו כל הגוים והלכו עמים רבים ואמרו לכו ונעלה אל הר ה׳ אל בית אלקי יעקב ויורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו כי מציון תצא תורה ..

ושפט בין הגוים גו׳ וכתתו חרבותם גו׳ בית יעקב לכו ונלכה באור ה׳".

ד.

ה.

דאָס וואָס לעת״ל וועלן אויך אוה״ע לערנען די דרכי הוי׳ און דינען דעם אויבערשטן,

וועט ניט קומען דורך דעם וואָס אידן וועלן אַרויסגיין פון ארצם הקדושה לחו״ל צו די גוים ועמים בכדי דאָס צו פועל זיין ביי זיי,

נאָר היות אַז דער מעמד ומצב פון אידן,

ארץ ישראל וביהמ״ק,

וועט דעמאָלט זיין בתכלית המעלה והשלימות,

דער "אור ה׳" וועט דאָרטן לייכטן בגילוי לעין כל חי,

וועט דאָס בדרך ממילא פועל זיין 52

אויף גוים ועמים רבים שבכל העולם ביז אַז "ונהרו אליו כל הגוים והלכו עמים רבים ואמרו לכו ונעלה אל הר ה׳ ..

ויורנו מדרכיו גו׳".

קומט אויס,

אַז לעת״ל וועלן אידן ניט

(דאַרפן)

אַרויסגיין לחוץ צו פאַרנעמען זיך מיט "כל באי העולם",

נאָר זיי וועלן זיין ״פנויין בתורה וחכמתה״ – "יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם" 53

; און פונדעסטוועגן וועלן אידן משפיע זיין אויף די אומות,

אַז זיי אַליין וועלן דערוועקט ווערן און "והלכו" און זאָגן "לכו ונלכה באור ה׳" 54 .

ו.

עד״ז ומעין זה איז געווען ענינו ועבודתו של יצחק 55

:

יצחק׳ס 56

אופן פון אויפשטעלן תולדות איז געווען ניט דורך גיין "מעיר לעיר ומממלכה לממלכה" אויף צו מפרסם זיין שמו של הקב״ה בכל מקום ומקום,

ווי אברהם

(כנ״ל ס״ב),

נאָר זייענדיק אויף איין אָרט אין ארץ ישראל,

האָט ער צו זיך צוגעצויגן די באי עולם,

בדוגמת ווי אַן אבוקה גדולה וואָס ציט צו זיך די ניצוצות כו׳ 57 .

און דער ענין ווערט אַרויסגעבראַכט אין תוכן הסדרה: בשעת ס׳האָט זיך געשאַפן אַ מצב פון "ויהי רעב בארץ" איז געווען "דעתו

(של יצחק)

לרדת למצרים כמו שירד אביו בימי הרעב" 58 .

וויסנדיק דעם "עיקר ששתל אברהם" 59 ,

אַז דער אויבערשטער איז דער מנהיג העולם און פירט אָן מיט כל הדברים שבעולם,

איז פון דעם עיקר וואָס שתל אברהם אביו

(וכמו שירד אביו)

– האָט יצחק פאַרשטאַנען

(– דעתו)

אַז דאָס איז בהשגחה ובכוונה פרטית פון דעם אויבערשטן,

אַז ער זאָל אַרויסגיין פון ארץ ישראל אין חו״ל און דאָרט מפרסם ומגלה זיין שמו של הקב״ה – אַזוי ווי אביו אברהם האָט געטאָן בזמנו,

ווען ס׳איז געווען 60

אַ רעב בארץ.

אויף דעם האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט: "אל תרד מצרימה ..

שכון בארץ",

ווי רז״ל 61

טייטשן "שכן את השכינה בארץ",

אַז זיין אופן העבודה פון מגלה זיין שמו של הקב״ה איז ניט דורך אַראָפּנידערן אין חו״ל,

ביז אין מצרים ערות הארץ,

נאָר דורך "שכן את השכינה בארץ״ – און עי״ז וועט שמו של הקב״ה אָנקומען צו כל באי עולם.

און אַזוי ווערט טאַקע דערציילט ווייטער אין דער פרשה

(בהמשך הענין)

וועגן דעם זמן וואָס יצחק איז געווען אין גרר: "ויגדל האיש וילך הלוך וגדל עד כי גדל מאוד״ – "שהיו אומרים זבל פרדותיו של יצחק ולא כספו וזהבו של אבימלך" 62

;

ובמיוחד איז דאָס מודגש אינעם המשך פון די ווייטערדיקע פסוקים – אַז פריער 63

האָט אבימלך געזאָגט צו יצחק׳ן "לך מעמנו כי עצמת ממנו מאד" 64

; אָבער נאָכדעם ווי יצחק האָט דאָרט געבויט אַ מזבח און "ויקרא בשם ה׳ גו׳" 65 ,

דערציילט די תורה,

אַז "אבימלך הלך אליו מגרר ואחוזת מרעהו ופיכל שר צבאו" און אַז זיי האָבן פאַרענטפערט יצחק׳ס שאלה "מדוע באתם אלי גו׳" דערמיט וואָס "ראו ראינו 66

כי הי׳ ה׳ עמך ונאמר תהי נא אלה בינותינו בינינו וביניך גו' " 67 .

און ס׳איז מובן,

אַז בשעת זיי האָבן געזען אַז ״הי׳ ה׳ עמך״ – ובפרט ווען דאָס האָט זיי מעורר געווען ביז אַז אבימלך הלך אליו,

גיין און קומען צו יצחק׳ן און מיט אים כורת זיין אַ ברית – האָט דאָס גע׳פועל׳ט אַז זיי זאָלן זיך פירן בהתאם מיט דעם רצון פון יצחק אבינו.

ז.

עפ״ז איז מובן וואָס דוקא די סדרה,

וואו עס רעדט זיך וועגן עבודת יצחק 68 ,

ווערט אָנגערופן בשם "תולדות"

(און ניט די סדרות וואו עס רעדט זיך וועגן עבודת אברהם

(ויעקב))

:

בשעת די עבודה איז באופן אַז מען נידערט אַראָפּ און מ׳טוט אויף חוץ לתחום הקדושה,

ע״ד ווי עבודת אברהם,

דעמאָלט איז ניט מודגש אויף אַזויפיל אַז דאָס זיינען זיינע "תולדות".

אין הכי נמי אַז דאָס איז "הנפש אשר עשו",

זיינע אַן עשי׳,

ס׳איז אָבער ניט "כאילו ילדו" 69

תולדות;

"תולדות" איז מדגיש אַז זיי זיינען בדומה להאב 70 ,

מכלל ד

(אבות)

איכא תולדות,

און דאָס איז דוקא סוג עבודה של יצחק,

וואָס ער שטייט במקומו און הויבט אויף באי עולם למקומו ומדריגתו,

וואט דורך דעם ווערן זיי "תולדות" -בדומה להאב 71

ח.

און דאָס איז די הוראה נצחית פון עבודת יצחק,

וואָס איז מרומז אין שם הסדרה – "תולדות":

דאָס וואָס

(אויך)

די מארי עובדין טבין – וואָס זייער עבודה תמידית איז צו מפרסם זיין שמו של הקב״ה בלכתם ממקום למקום און אויפשטעלן תולדות לה׳ ולתורתו – דאַרפן מזמן לזמן שטיין אין אַ מצב פון עבודה בפנים,

פון לימוד התורה נגלה ופנימיות התורה אין אַן אופן פון תורתו אומנתו,

מיינט דאָס ניט אַז זיי טרעטן דערמיט אָפּ ח״ו פון זייער שליחות

(צו מקרב זיין אידן לה׳ ולתורתו),

נאָר אדרבה,

דאָס איז אַ חלק עיקרי אין דער עבודה.

וואָרום נוסף לזה וואָס מצד דעם וואָס יעדער איד האָט די אבות,

בחי׳ יצחק שבנפשו,

איז דאָ באַ אים דער כח אַז זיין עבודה בפנים זאָל האָבן אַ ווירקונג אויף חלקו בעולם,

כולל אויך אויף די אידן וועלכע זיינען

(ע״פ תורה)

אונטער זיין השפעה וכיו״ב – איז דורך דעם שטעלט ער אויף אמת׳ע "תולדות",

אַז נוסף אַז ער פועל׳ט אויף זיי דעם "

(אשר)

עשו",

און ער איז זיי מכניס תחת כנפי השכינה,

ווערט אויך דער ענין פון "

(כאילו)

ילדו",

זיינע "תולדות" כיוצא בו,

בדומה להאב,

המשפיע.

ועד״ז איז די הוראה צו יושבי אהל 72

וואָס כל עיקר עסקם איז אין ד׳ אמות של תורה והלכה

(ותפלה)

– אַז נוסף לזה וואָס אויך זיי דאַרפן אַרויסגיין מזמן לזמן פון זייערע ד׳ אמות אויף מקרב זיין אידן לה׳ ולתורתו,

כנ״ל,

דאַרף אויך אין זייער עבודה פון עסק התורה והתפלה זיך אָנהערן אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אויפמאַכן "תולדות" צו דעם אויבערשטן,

דער ללמוד דאַרף זיין ע״מ ללמד,

וואָס דעמאָלט זיינען די תולדות ווי עס באַדאַרף צו זיין,

כנ״ל.

און ע״י עבודה זו,

צו אויפשטעלן תולדות לה׳ ולתורתו אין דעם אופן העבודה וואָס

(מ׳לערנט,

ביז –)

מ׳נעמט פון יצחק אבינו,

איז מען נאָך מער ממהר דעם זמן ווען "יאמרו ליצחק כי אתה אבינו",

די גאולה האמיתית והשלימה,

ואז ימלא שחוק פינו 73 ,

על ידי עבודה זו איז מען גורם דעם שלימות׳דיקן צחוק ותענוג למעלה 74 ,

און פון דעם צחוק ותענוג שלמעלה,

קומט אַראָפּ אויך למטה,

"אָז"

(דעמאָלט),

וטועמי׳ חיים זכו נאָך פריער "בע״ש" 75 ,

ביז אַז באַ יעדן אידן הערט זיך אָן בגילוי דער תענוג הבורא,

כי 76

מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים.

(משיחות ליל ב' דחגה״ס – תשמ״ג.

תשמ״ה,

ש״פ תולדות תשמ״ה)

Reader controls and commentary are loading.