א.
דער רמב״ם זאגט 1
: "וגדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה שנאמר 2
וירא והנה שלשה אנשים".
פון דעם וואס דער רמב״ם ברענגט נאר די פיר ווערטער
(און איז אפילו ניט מרמז אויף די ווייטערדיקע ווערטער דורך מוסיף זיין "וגו׳" 3 )
איז משמע,
אז די ראי׳ איז פון די פיר ווערטער אליין.
איז ניט מובן: ווי אזוי לערנט מען אפ פון "וירא והנה שלשה אנשים" אז "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה"?
די תמי׳ איז נאך גרעסער: דער מקור פון דעם מאמר 4
איז די גמ׳ אין מס׳ שבת 5
— און אין דער גמרא 6
ווערט גע־ בראכט אן אנדער פסוק מהסיפור: גדולה הכנסת אורחין מהקבלת 7
פני שכינה דכתיב 8
ויאמר אדנ״י 9
אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור וגו׳ 10
(און ווי רש״י טייטשט אפ 11
: אל נא תעבור "והניחו והלך לקבל האורחים").
ד.
ה.
: 1)
דער רמב״ם איז משנה פון דער ראי׳ שבגמרא,
2)
פון א ראי׳ וועל־ כע איז פשוט ומבואר,
און ברענגט א פסוק וואו די ראי׳ איז כלל ניט מובן?
3)
היפך "דרכו של הרמב״ם" משנה זיין און ברענגען א פסוק ״שלא נזכר בגמ׳ כלל מאחר שהוא מבואר יותר" 12 ?
ב.
בנוגע דער ראי׳ פון דעם פסוק "וירא והנה שלשה אנשים" אז "גדולה הכנסת אורחים כו׳״ — יש לומר,
לכאורה,
אז
(לויטן רמב״ם)
איז די ראי׳ פון דער עצם ראיית שלשה אנשים:
אין א מצב פון "וירא אליו ה׳",
ווי פאסט עס אז בעת מעשה זאל אברהם קוקן און דערזען "שלשה אנשים" זען בשימת לב
(וועלכע בריינגט צו וירץ לקראתם)?
בשעת מען שטייט "לפני ה׳" דארף דאך זיין מושלל יעדער תנועה,
ועאכו״כ שימת לב,
צו א מענטשן אדער צו עפעס אן אנדער זאך!
ובמכ״ש פון ק״ש — וואס קריאתה דארף זיין; "בכוונה 13
באימה וביראה ברתת 14
ובזיעה 15
" ווייל מען לייענט " כתב המלך על 16
בני מדינתו" און ס׳דארף זיין ״כחדשים״ — ווי חדשים.
ועד״ז בא תפילת העמידה,
וואס היות אז א איד "צריך 17
שיראה עצמו כאילו שכינה שרוי׳ כנגדו",
ער דארף דאן פילן ווי ער וואלט געווען "עומד לפני ממה״מ הקב״ה" 18 ,
איז דער דין אז ער טאר ניט מפסיק זיין פאר קיין שום זאך און דארף שטיין "כעבדא קמי מרי׳״ 19 ,
אן קיין שום תנועות — "אין לזוז ממקומו" 20
:
עאכו״כ ביי אברהם וואס זיין "עומד לפני ה"׳ 21
איז געווען באופן הכי גלוי ונעלה,
ובנדו״ד — איז דאך געווען ניט א ״כתב״ און ניט ״כאילו״ — נאר "וירא אליו הוי׳״ ממש — איז ווי קומט עס אז באותה שעה זאל בא עם זיין " וירא 22
והנה גו׳",
אז ער האט דערזען די ג׳ אנשים?
דערפון גופא איז א ראי׳ אז "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה": וויסנדיק אז הכנסת אורחים
(זאגט אן שכינה — אז זי)
איז "גדולה" פון "הקבלת פני שכינה",
איז דעריבער בשעת "הקבלת פני שכינה" איז אברהם מפסיק און — "וירא והנה שלשה אנשים".
עס בלייבט אבער די שאלה: וואס איז דער טעם וואס דער רמב״ם איז משנה פון דער ראי׳ שבגמרא און ברענגט אן אנדער ראי׳
(דפשיטא אז די ראי׳ פון "וירא והנה שלשה אנשים" איז ניט "מבואר יותר" ווי די ראי׳ שבגמרא,
ואדרבא)?
ג.
לכאורה וואלט מען געקענט פארענטפערן:
אין מס׳ שבועות 23
זאגט די גמרא,
אז דער מאמר "גדולה הכנסת אורחים יותר מהקבלת פני שכינה" איז פארבונדן מיט דער מחלוקת התנאים צי "כל שמות האמורים בתורה באברהם קדש" איז כולל אויך דעם שם פון פסוק "ויאמר אדנ״י אם נא מצאתי חן בעיניך גו׳",
אדער דער שם איז חול,
ווייל דאס האט ער ניט געזאגט צום אויבערשטן נאר "למלאכים הי׳ מדבר" 24
(ובפרט אז רש״י ברענגט אראפ בײדע דיעות בפירושו על התורה 25 ).
און דערפאר ברענגט ניט דער רמב״ם דעם פסוק "ויאמר גו׳ אל נא תעבור גו׳",
ווייל די ראי׳ דערפון איז ניט לכל הדיעות 26
(ובפרט לשיטתו אין מורה נבוכים 27
אז דאס האט ער געזאגט צום מלאך).
מ׳קען אבער ניט פארענטפערן אזוי,
ווארום בספרו היד 28
פסק׳נט דער רמב״ם בפירוש "כל השמות האמורים באברהם קדש אף זה שנאמר אדנ״י אם נא מצאתי חן הרי הוא קדש״ 29 .
ד.
אין מורה נבוכים 30
איז דער רמב״ם מבאר,
אז די ראיית שלשה אנשים און דער המשך שלאח״ז איז אלץ געווען במראה הנבואה — ס׳איז א המשך צו "וירא אליו ה׳" 31 .
ועפ״ז וואלט מען לכאורה געקענט פארענטפערן,
אז לדעת הרמב״ם איז פון דעם פסוק "ויאמר אדנ״י גו׳ אל נא תעבור" ניטא קיין ראי',
ווייל דער תוכן הפסוק איז ניט א סיפור המאורע וואס האט פאסירט בפו״מ ,
נאר
(אויך)
די אמירה "אדנ״י גו׳ אל נא תעבור" איז א טייל פון דעם וואס אברהם האט געזען במראה הנבואה.
מ׳קען אבער אזוי ניט זאגן,
ווייל דער פסוק "וירא והנה שלשה אנשים",
פון וועלכן דער רמב״ם ברענגט די ראי',
איז
(לפי פירושו במו״נ)
אויך געווען במראה הנבואה,
ולא עדיף הא מהא.
און אויב מ׳זאל וועלן זאגן,
אז אויך פון מראה הנבואה קען מען ברענגען א ראי׳ — והיינו מזה גופא וואס דער אויבערשטער באווייזט אזא מראה פון וועלכער ס׳איז מוכח אז "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה״ —
איז דאך אדרבה: דעמאלט איז מסתבר צו ברענגען די ראי׳ דוקא פון פסוק "ויאמר אדנ-י גו׳ אל נא תעבור":
דער רמב״ם איז דארטן מבאר אז דער פסוק "וירא אליו ה׳" איז דער "כלל" און פונעם פסוק "וירא והנה שלשה אנשים נצבים גו׳" הויבט זיך אן דער פירוט הנבואה פון ״וירא אליו ה׳״ — "התחיל לבאר איך היתה צורת ההראות ההוא ואמר שתחלה ראה שלשה אנשים כו'" 32
ולפ״ז,
וויבאלד אז "וירא והנה שלשה אנשים" איז געווען במראה הנבואה,
איז דאר אין דעם ניטא קיין שום אנדייט וועגן דער העדפה פון הכנסת אורחים לגבי הקבלת פני השכינה — וויבאלד די ראיית ג׳ אנשים איז ניט מפסיק די הקבלת פני השכינה,
נאר דער "וירא והנה גו'" דאס גופא איז די נבואה
("וירא אליו ה׳״) 33
— הקבלת פני השכינה;
משא״כ דער פסוק "ויאמר אדנ״י גו׳ אל נא תעבור",
איז וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אים דאס באוויזן במראה הנבואה
(ווי אברהם זאגט צום אויבערשטן "אל נא תעבור"* 33 )
איז דאס בא ללמד אז "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה",
כנ״ל 34 .
נוסף על כל זה: בכלל איז דוחק גדול לפרש ולבאר בספר היד,
ע״פ פירושו אין די פסוקים בספרו מו״נ,
וויבאלד אז בספרו היד דערמאנט ניט דער רמב״ם דעם ענין הנ״ל,
אז ס׳איז ניט געװען קיין דיבור ומעשה בפועל,
נאר די גאנצע פרשה איז געווען 35
במראה הנבואה.
ועוד ועיקר — ברמב״ם דידן
(הובא לקמן)
איז כמעט מפורש אז ס׳איז גע־ ווען בפועל.
ה.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם ביאור דברי הרמב״ם אין די הלכות
(הנ״ל בס״א)
שם,
וז״ל
(בהלכה א)
: "מצות עשה של דבריהם לבקר חולים ..
וללוות האורחים ולהתעסק כו׳".
דערנאך אין הלכה ב׳ זאגט דער רמב״ם: "שכר הלוי׳ מרובה מן הכל.
והוא החק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן ומלוה אותן וגדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה שנאמר וירא והנה שלשה אנשים ולוויים יותר מהכנסתן.
אמרו חכמים 36
כל שאינו מלוה כאילו שופך דמים".
דארף מען פארשטיין: פארוואס זאגט דער רמב״ם
(בה״א)
אין דער מ״ע של דבריהם "וללוות האורחים" און ניט בלשון הכולל הכל "הכנסת אורחים"?
בפשטות לערנט מען,
אז אין דער הלכה רעדט דער רמב״ם וועגן דער מ״ע של דבריהם וואס איז פארבונדן מיט גמ״ח שבגופו — "לבקר חולים ולנחם אבלים כו׳",
און ווי ער פירט אויס אין הלכה א "ואלו הן גמ״ח שבגופו שאין להם שיעור״.
משא״כ דער חלק פון הכנסת אורחים,
וואס באשטייט פון מאכיל ומשקה זיין די אורחים,
איז אן ענין
(בעיקר)
פון גמ״ח בממונו ,
און דאס האט א שיעור
(און ווי דער רמב״ם איז מבאר דעם חילוק אין פירוש המשניות 37 ).
דאס איז אבער ניט קיין ביאור מספיק 38
:
אין הלכה ב זאגט דער רמב״ם אז דער "חק שחקקו אברהם אבינו" איז כולל "מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן",
ביז ער ברענגט אויף דעם "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה".
ולפי הנ״ל,
אז דא רעדט זיך וועגן גמ״ח בגופו,
ווי קומט דא אריין דער ענין פון הכנסת אורחים בממונו?
אויב דער רמב״ם וואלט געמיינט נאר ארויסברענגען מעלת הלוי' כשלעצמו,
האט ער געדארפט זאגן ״והוא החק ..
ונהג בה מלוה את האורחים" וכיו״ב,
אדער לכל הפחות — " שלאחר שמאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן,
מלוה אותן",
בכדי צו מדגיש זיין אז עס רעדט זיך וועגן מעלת הלוי׳ 39 ,
"גמ״ח שבגופו".
פון לשון הרמב״ם איז משמע אז דא זיינען נוגע אלע פרטים פון הכנסת אורחים אויך דאס וואס "מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן" 40 .
[און ס׳איז א דוחק גדול לומר אז דער רמב״ם ברענגט די פרטי הדברים וועגן הכנסת אורחים,
נאר אלס הקדמה בכדי נאכמער ארויסברענגען מעלת הלוי׳ — "ולוויים יותר מהכנסתן": ובפרט אז דער מאמר וואס ער ברענגט בסוף ההלכה,
"אמרו חכמים כל שאינו מלוה כאילו שופך דמים",
איז מדגיש אויפן שטארקסטן אופן די נחיצות וגודל ענין הלוי׳].
ו.
אױך פאדערט זיד ביאור: דער רמב״ם פאנגט אן "שכר הלוי׳ מרובה מן הכל" און נאכדעם פירט ער אויס "אמרו חכמים כל שאינו מלוה כאילו שופך דמים"
(ועד״ז ברענגט ער אין דער הלכה שלאח״ז 41
לגבי ב״ד: "וב״ד היו מתקניו שלוחיו ללוות אדם העובר ממקום למקום ואם נתעצלו בדבר זה מעלה עליהם כאילו שפכו דמים").
וואס ווי מ׳לערנט בפשטות,
איז דער טעם וואס העדר הלוי׳ איז "כאילו שופך דמים״ — ווייל מיט לוי׳ ווערט בא־ ווארנט אז מ׳זאל דעם אורח ניט הרג׳־ ענען בדרך
(ווי די ראי׳ וואס די גמרא ברענגט במס׳ סוטה 42 ).
איז ניט מובן: וויבאלד ער זאגט אז מעלת הליווי איז אזוי גרויס,
אז בהעדרו איז "כאילו שופך דמים",
איז דאך די מעלה פון "שכר הלוי׳ מרובה מן הכל" אין פארגלײך דערמיט א דבר טפל,
ובכלל מאתים מנה 43 ?
ז.
ויש לומר נקודת הביאור בזה:
אין דעם ענין פון גמ״ח זיינען דא בכלל צוויי פרטים: א)
דער נפעל פון דער מצוה,
וואס מיט זיין מעשה פון גמ״ח איז ער ממלא א חסרון של חבירו,
אדער ברענגט א תועלת לחבירו.
ב)
די פעולה מצד הגברא — די מדת החסד פון דעם גומל חסד.
כעין זה זײנען אין הכנסת אורחים פאראן די צוויי פרטים: א)
די ענינים וואס דער אורח באקומט — דער מאכל ומשקה וכו׳ — דורך די פעולות פרטיות.
ב)
די מדת החסד פון דעם בעה״ב המארח,
די התענינות ושימת לב וואס ער ווייזט ארויס דעם אורח.
בכלל איז ביי עניני גמ״ח
(ובכלל בא מצות שבין אדם לחבירו),
נוגע
(בעיקר)
דער נפעל,
די טובה ותועלת וואס חבירו באקומט בפועל 44 ,
און די מדת החסד פון דעם אדם הגומל חסד איז נוגע
(בעיקר)
ניט צום אדם המקבל החסד,
נאר צו דעם גברא הגומל חסד 45
[ביז — ווי מען געפינט בא צדקה 46
אז " מאבד סלע מתוך ידו ומצאה עני והלך ונתפרנס בה" איז ער מקיים מצות צדקה] 47 .
ביי הכנסת אורחים קומט צו א חידוש מיוחד,
אז די מדת החסד,
דער הרגש החסד פון דעם בעה״ב המארח,
איז נוגע צו דעם נפעל,
די פעולות וואס מ׳טוט פארן אורח.
די הכנסת אורחים דארף געטאן ווערן באופן אז דער אורח זאל מרגיש זיין אז אלע פעולות פון דעם מארח בשבילו זיינען מצד זיין התענינות,
מצד זיין רגש,
אהבת ישראל
(כמרומז בדברי הרמב״ם 48
אז "כל מצות אלו ..
הרי הן בכלל ואהבת לרעך כמוך" 49 ).
און דאס דריקט זיך אויס אין דעם חיוב "ללות האורחים".
ווארום לוי׳ איז ניט קיין ענין פון ממלא זיין צרכיו של האורח ווען ער איז אן אורח
(ווי ביים באזארגן אים מיט אכילה ושתי׳ כו׳),
נאר זי איז מצד מדת גמ״ח
(ובמילא — גם לאחרי שפסקה השייכות ביניהם — הלך לדרכו)
ובמילא פילט דער אורח,
אז אלץ וואס ער האט געטאן בשבילו קומט דאס מצד דעם הרגש הלב פון דעם בעה״ב המארח,
אז ער איז זיך מתענין אין אים,
עם איז נוגע טובתו וכו׳.
ח.
און דאם איז דער המשך אין דברי הרמב״ם: "שכר הלוי׳ מרובה מן הכל.
והוא החק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן ומלוה אותן":
דער "חק שחקקו אברהם" באציט זיך ניט בלויז צום פרט פון מעשה הלוי׳,
נאר צום כללות׳דיקן אופן פון הכנסת אורחים,
אז אברהם אבינו האט איינגע־ שטעלט הכנסת אורחים באופן כזה אז דאס זאל אנטהאלטן ניט נאר די מעשה ונפעל פון גמ״ח
(צרכיו של האורח)
נאר אויך די מדת החסד של בעה״ב המארח,
וואס דאס איז דער " דרך החסד שנהג בה" 50 ,
אז לויית האורחים קומט צו־ זאמען מיט דעם וואס "מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן".
עפ״ז יש לבאר אויר סיום דברי הרמב״ם "אמרו חכמים כל שאינו מלוה כאילו שופך דמים",
אז דאס איז עולה בקנה אחד מיט מעלת הלוי׳
("שכר הלוי׳ מרובה מן הכל")
שבתחילת ההלכה:
דער רמב״ם מיינט דא ניט נאר אז דאס קען בריינגען שפיכת דמי האורח בהליכתו בדרך,
נאר
(אויר) 51
דעם הרגש פון שפיכת דמים בא דעם אורח: בשעת דער מארח איז אים ניט מלוה זעט ער אז עס פעלט די התענינות און איבער־ געבנקייט — די מדת החסד אין דער פעולה,
גייט אים ניט איין די הכנסת אורחים און "אזיל סומקא ואתי חיוורא" 52
ער פילט אין דעם א בזיון,
א "שפיכת דמים".
[וע״ד 53
ווי* 53
צדקה 54
וואס דארף געגעבן ווערן "בסבר פנים יפות ובשמחה" און דער נותן איז "מתאונן עמו על צרתו״ 55 ,
משא״כ װען "נותן צדקה לעני בסבר פנים רעות ופניו כבושות בקרקע כו׳ אבד זכותו והפסידה" 55 ].
און עפ״ז איז אויך מובן דער טעם וואס דער רמב״ם טיילט אויס פון מצות הכנסת אורחים נאר דעם ענין פון "ללות האורחים",
ווארום דוקא אין דעם דריקט זיר אויס אן עיקר בהמצוה פון הכנסת אורחים — די שימת לב צו דעם אורח 56 .
נאכמער: בשעת עס פעלט די לוי׳,
דע־ מאלט פעלט אויר אין דער מצוה פון הכנסת אורחים אין די אכילה ושתי׳ וואס ער האט אים געגעבן,
כנ״ל 57 .
ט.
וע״פ כל זה יש לומר אז דאס איז דער טעם פארוואס דער רמב״ם ברענגט דעם מקור אויף "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה" פון פסוק "וירא והנה שלשה אנשים" און איז משנה פון דער גמרא וואס לערנט עס אפ פון פסוק "ויאמר אדנ״י גו׳ אל נא תעבור":
דאס קומט בהמשך צום תוכן פון דער הלכה,
דער "חק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה",
אז אן עיקר אין הכנסת אורחים איז די מדת החסד שבזה,
די התענינות ושימת לב צו דעם אורח — אז דאס איז ניט נאר בעת מ׳טוט די מעשה פון הכנסת אורחים ווען ער איז מאכיל עוברי דרכים ולאח״ז,
נאר אויך לפנ״ז,
תיכף בשעת ער זעט,
נעמט אויף די אורחים,
איז נוגע די שימת לב והתענינות אין דעם אורח.
און דאס דריקט זיך אויס אין פסוק "וירא והנה שלשה אנשים"
(כנ״ל סעיף ב)
: ער האט משים לב געווען צו די ג׳ אנשים אינמיטן "הקבלת פני שכינה".
יו״ד.
ע״פ כל הנ״ל קען מען פאר־ ענטפערן נאך א שאלה אין דעם אפ־ לערנען פון אברהם׳ן אז "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה":
סוף־סוף האט זיך ארויסגעוויזן אז מיט מאכיל ומשקה זיין די ג׳ אנשים האט אברהם ניט מקיים געווען א מצוה פון הכנסת אורחים,
ווייל באמת זײנען זיי ניט געווען מענטשן נאר מלאכים וועלכע דארפן ניט קײן עסן,
ובפרט להדיעה אז זיי האבן ניט געגעסן,
נאר בלויז "נראו כמו שאכלו" 58 .
אוו אפילו לויט דער דיעה 59
אז ״אוכ־ לין ושותין ממש" איז דאך דאס ניט געווען דערפאר וואס זיי האבן זיר גע ־ נויטיקט אין דער אכילה ושתי׳ נאר בלויז "מפני כבודו של אברהם" 60
אדער צוליב דעם וואס "אזלת לקרתא הלך בנימוסי׳" 61 ,
ובמילא איז בפועל — דאס ניט געווען הכנסת
(וגמ״ח ל)
אורחים.
ועפ״ז איז א תמי׳:
א)
לפ״ז אז לאמיתתו של דבר איז ניט געווען קיום מצות הכנסת אורחים 62 ,
טאר מען דאך ניט צוליב דעם מפסיק זײן ״הקבלת פני שכינה״ — איז ווי איז שייך אז אברהם אבינו זאל חלילה נכשל ווערן איו איבערלאזן הקבלת פני השכינה?
ב)
קשה לומר אז מען לערנט אפ א דין
(אמת)
— גדולה הכנסת אורחים כו׳ — פון א פעולה וואס זי איז באמת ניט געווען הכנסת אורחים?
מוז מען זאגן,
אז כאטש די אורחים פון אברהם אבינו זיינען געווען נאר "ב דמות אנשים",
פונדעסטוועגן,
האט גארניט געפעלט אין דער "הכנסת אורחים" פון אברהם אבינו; ס׳איז ניט דער ענין אז נאר לפי ראות עיניו האט ער מקיים געווען די מצוה פון הכנסת אורחים,
נאר דער אמת איז געווען אזוי.
וההסברה בזה י״ל 63
:
עיקר ענין הכנסת אורחים איז מודגש
(ניט אויף אזויפיל אין פעולת החפצא פון אכו״ש,
וואס דער אורח באקומט,
נאר)
אין די מדת החסד,
"דרך החסד שבה",
דעם שימת לב און התענינות מצד דעם גברא,
דעם בעה״ב המארח צו דעם אורח — און די מעשה הגברא ושימת לבו איז אין דער הכנסת אורחים ביי "אברהם אבינו" געווען בשלימות.
נאכמער: אויך דער נפעל
(בהאורח)
פון הכנסת אורחים האט זיך אויפגעטאן בא אברהם בשלימות,
ווארום דער ענין הנ״ל,
די שביעת רצון האורח פון דער שימת לב — איז דא בא מלאכים
(ובפרט ווען זיי קומען בדמות אנשים) 64
;
במיוחד ווען ס׳רעדט זיך וועגן שימת לב פון אברהם אבינו וועלכער איז אזוי־ פיל "חביב" בא דעם אויבערשטן,
און ווי ער זאגט אויר בפרשתנו 65
"כי ידעתיו" — "לשון חיבה",
און בכלל "האבות הן הן המרכבה" 66 ,
וואס מעלתם בגלוי למלאכים איז העכער פון מעלת המלאכים,
איז זיכער דא דער תוכן ועיקר פון הכנסת אורחים מצד אברהם לגבי המלאכים.
(משיחות ש־פ וירא תשכ״ה.
כ״ט אלול תשכ״ב)