B"H
🏡

Ikar

לך לך א

א.

אויף דאָס וואָס פרשתנו הויבט זיך אָן מיטן דיבור ה׳ לאברם 1

"לך לך מארצך וממולדתך גו׳ ואעשך לגוי גדול גו׳" שטעלט זיך דער רמב״ן 2

און זאָגט,

אַז די "פרשה לא בארה כל הענין,

כי מה טעם שיאמר לו הקב״ה עזוב ארצך ואיטיבה עמך טובה שלא היתה כמוהו בעולם מבלי שיקדים שהי׳ אברהם עובד אלקים או צדיק תמים כו׳ ומנהג הכתוב לאמר התהלך לפני 3

ותשמע בקולי ואיטיבה עמך כאשר בדוד 4

ובשלמה 5 ,

וכענין התורה כולה אם בחוקותי תלכו 6

אם שמוע תשמע בקול ה״א 7 ,

וביצחק אמר 8

בעבור אברהם עבדי,

אבל להבטיחו בעבור יציאת הארץ אין בו טעם".

און איז מבאר דעם טעם,

היות אַז די אנשי אור כשדים האָבן אים געטאָן "רעות רבות על אמונתו בהקב״ה" און ער איז פון זיי אַנטלאָפן "ללכת ארצה כנען ונתעכב בחרן אמר לו לעזוב גם אלו ולעשות כאשר חשב מתחלה שתהי׳ עבודתו לו וקריאת בני האדם לשם ה׳ בארץ הנבחרת ושם יגדל שמו ויתברכו בו הגוים ההם״ – ניט אַזוי ווי ס׳איז געווען "באור כשדים שהיו מבזין ומקללים אותו ושמו אותו בבור או בכבשן האש" 9

; און ער פירט אויס "אבל התורה לא תרצה להאריך בדעות עובדי עבודת גלולים ולפרש הענין שהי׳ בינו ובין הכשדים באמונה כאשר קצרה בענין דור אנוש וסברתם בע״ג שחדשו".

עס בלייבט אָבער ניט גלאַטיק 10

: פאַרוואָס דערמאָנט ניט די תורה בקיצור עכ״פ "שהי׳ אברהם עובד אלקים או צדיק תמים" אַלס הקדמה צו "ויאמר ה׳ אל אברם גו׳" 11 ?

וע״ד ווי מען געפינט ביי נח׳ן אַז פאַר דעם דיבור ה׳ צו נח

(בתחלת פרשת נח 12 )

איז דער פסוק מקדים פריער

(בראש הסדרה 13 )

"נח איש צדיק גו׳"; און נאָך פריער

(בס״פ בראשית 14 )

– "ונח מצא חן בעיני ה׳" 15 .

עאכו״כ בנוגע צו אברהם,

וואס אין מדרשי חז״ל ווערט דערציילט בארוכה וועגן גודל מעלתו וצדקתו און זיין עבודת השם במסנ״פ נאָך זייענדיק אין אור כשדים וחרן,

וואָס דאָס איז געווען די הקדמה וסיבה 16

צו אמירת ה׳ "לך לך וגו׳״ 17

– און עם כ״ז ווערט אין תושב״כ כלל ניט דערמאָנט וועגן דעם 18 ,

אפילו ניט אַז אברהם איז געווען אויסגעטיילט מכל שאר בני משפחתו! בס״פ נח ווערט אברהם דערמאָנט בלויז אַלס איינער פון משפחת תרח 19 .

ב.

וי״ל דער ביאור אין דעם:

די התחלה פון עם ישראל איז פון אברהם אבינו,

וואָס ער איז געווען דער ערשטער איד,

אחד הי׳ אברהם 20

; און באַ אברהם׳ן גופא האָט זיין אויסגעטיילטקייט פון שאר בני אדם שבארצו מולדתו און אפילו מבית אביו – זיך אָנגעהויבן מיט "ויאמר ה׳ אל אברם לך לך" פון זיי אַלעמען,

וואָס שטייט בתחלת פרשתנו.

און דערמיט וואָס די תורה הויבט אָן דעם סיפור וועגן דעם ייחוד פון אברהם אבינו מיט "ויאמר ה׳ אל אברם גו׳"

(כאָטש אַז אַ סך זמן פריער 21

איז שוין "הכיר אברהם את בוראו" און איז נתקרב געוואָרן צום אויבערשטן; און ער האָט מפרסם געווען "לכל העולם שיש שם אלוקה אחד לכל העולם ולו ראוי לעבוד" 22

ביז צו מוסר נפש זיין זיך נאָך זייענדיק אין אור כשדים 23 )

– איז די תורה מדגיש דעם מהות פון אברהם׳ן

(פון אידן,

פון יעדער אידן)

:

ביי אַלע אַנדערע אומות איז זייער קירוב ושייכות צום בורא עולם פאַרבונדן מיט זייער ידיעה והכרה אין בורא,

וואָס דורך דעם פאַרבינדן זיי זיך מיט דעם אויבערשטן און זיינען מקיים מצותיו.

ביי עם ישראל אָבער באַשטייט זייער עיקר קירוב לאלקות און זייער מציאות אַלס אידן

(ניט אין דעם וואָס זיי מצ״ע דערהויבן זיך צו האָבן אַ הכרה אין דעם בורא עולם און צו פאַרבינדן זיך מיט אים,

נאָר)

אין דעם,

וואָס דער אויבערשטער האָט זיי אויסגעטיילט,

ובלשון חז״ל 24

"ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו" 25 ,

"קרבנו המקום לו והבדילנו מהאומות וקרבנו ליחודו" 26 .

און וויבאַלד אַז דאָס איז געקומען מצד הבורא,

איז מובן,

אַז די בנ״י זיינען ניט נאָר נאָך אַ סוג אין דער בריאה

(אָבער – בדוגמת אַנדערע נבראים),

וואָס איז געוואָרן נעענטער צום אויבערשטן מער ווי שאר בני אדם – נאָר ס׳איז אינגאַנצן אַן אַנדער מהות.

וואָרום אַלע נבראים זיינען און בלייבן אַ מציאות נברא,

משא״כ אידן זיינען במהותם אַן ענין פון ג־טלעכקייט אין דער בריאה

[ווייל ניט נאָר די נשמה פון אַ אידן איז אַ "חלק אלקה ממעל ממש" 27

אויך זייענדיק למטה,

נאָר וועגן דעם גוף פון אַ אידן ווערט געזאָגט 28

"ובנו בחרת מכל עם ולשון",

אַז דער אויבערשטער האָט בוחר געווען די אידן,

זייערע גופים 29 ].

ועד״ז איז דער חילוק צווישן די מצוות ב״נ און די מצוות וועלכע אידן זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן – דאָס איז ניט נאָר אַ חילוק אין כמות

(ז׳ אָדער תרי״ג),

נאָר ס׳איז אַ חילוק אין איכות ומהות 30

:

די מצות ב״נ איז תוכנן

(בעיקר)

– דער ישוב העולם 31 ,

דער זיכוך האדם,

אַז דער מין המדבר זאָל זיין כדבעי,

די וועלט כדבעי; און די אויסגעאיידלקייט און שלימות פון וועלט

(און מין המדבר)

ווערט דורך דעם וואָס די ב״נ זיינען מקיים זייערע מצוות

(און דעריבער זיינען די מצות ב״נ ענינים וואָס מ׳קען מקיים זיין אפילו מצד "הכרע הדעת" 32 ).

משא״כ די מצות פון אידן איז ענינן

(ניט נאָר דער זיכוך האדם 33

והעולם,

נאָר ועיקר)

– "צוותא וחיבור" 34

עם הבורא,

און דאָס איז מהותה פון אַ מצוה.

און וויבאַלד אַז דאָס איז אַן ענין פון צוותא וחיבור עם הבורא,

וואָס נברא און בורא זיינען באין ערוך לגמרי,

איז מובן,

אַז כשם ווי די מציאות הנברא איז ניט תופס מקום לגבי דעם בורא,

איז אויך זיין עבודה ניט תופס מקום לגבי׳,

און דער וועג ווי די צוותא ווערט אויפגעטאָן,

איז

(ניט דורך דעם זיכוך ועלי׳ פון דעם אדם,

דורך זיין ידיעה והכרה אין אלקות,

אָדער וועלכע־עס־איז הרגש ועבודה נעלית פון אַ בן אדם,

נאָר)

דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען און אָנגעזאָגט,

ד.

ה.

דורך ציווי ה׳ וקיומו 35 .

און דאָס איז מדגיש תורה גלייך ביי דעם ערשטן אידן אברהם אבינו,

אַז זיין אויסגעטיילטקייט

(אַלס איד)

און זיין מעלה הויבטזיך אָן

(אין דער תורה – מעשה אבות)

ניט מיט זיינע געוואַלדיקע מעלות – אין זיין קירוב לאלקות דורך עבודתו ובכח עצמו

(וואָס איז געווען באַ אים אויך פריער),

נאָר 36

מיט "ויאמר ה׳ אל אברם לך לך גו׳" 37 ,

מיט דעם וואָס דער אויבערשטער טיילט אים 38

אויס; זיין שייכות ודביקות מיט׳ן אויבערשטן

(ווי עס שטייט אין תורה)

האָט זיך אויפגעטאָן עי״ז שנצטוו מאת ה׳ 39

און ער האָט מקיים געווען 40

דעם ציווי 41 .

ג.

תורה איז מלשון הוראה 42 .

דערמיט ווערן געמיינט אַלע עניני תורה,

אַז יעדער ענין אין תורה איז נוגע ניט בלויז אַלס הוראה בלימוד וידיעת האדם,

נאָר זיי זיינען אַ הוראה פאַר אַלע אידן,

און יעדער אידן בכל הדורות,

אין דער הנהגה בפועל ממש.

ובפרט בנוגע די אבות – וויבאַלד אַז "מעשה אבות סימן לבנים" 43 ,

און ווי דער רמב״ן 44

איז מבאר בארוכה,

אַז דער טעם וואָס די תורה איז מאריך אין "סיפור המסעות כו׳ ושאר המקרים" פון די אבות,

איז בכדי דערפון צו אַרויסלערנען און וויסן ווי עס דאַרף זיין די הנהגה פון די בנים.

עפ״ז איז מובן בנדו״ד: מיט דעם וואָס די תורה דערציילט אַז דער

(עיקר)

צוותא וחיבור פון אברהם מיטן אויבערשטן הויבט זיך אָן מיטן ציווי ה׳ "לך לך גו׳",

איז דאָס ניט נאָר לשם ידיעה וועגן דעם מהות פון אַ אידן,

און דער ענין המצות באַ אידן,

נאָר דאָס איז אַ הוראה בפועל אין דעם יסוד והתחלה פון דעם איד׳נס קירוב צום אויבערשטן.

ד.

עס קען זיין אַ קס״ד,

אַז כדי אַ איד זאָל אָנהויבן מקיים זיין מצות און נתקרב ווערן צום אויבערשטן,

דאַרף ער לכל לראש לערנען וועגן אידישקייט,

וועגן די הלכות ומצות התורה,

ובפרט לערנען וועגן דעם אויבערשטן,

די שייכות זיינע צו וועלט בכלל און אידן בפרט; וויסן דעם תוכן הענין פון מצות בכלל,

און פון יעדער מצוה פרטית וכו׳.

ד.

ה.

מ׳קען מיינען,

אַז איידער מ׳איז מקיים מצות דאַרף מען האָבן די ריכטיקע הקדמה והכשרה בידיעת הענינים לבורין וכו׳.

ערשט נאָכדעם קען מען אָנהויבן מקיים זיין מצות ה׳ ווי עס דאַרף צו זיין,

ווי עס איז מתאים וראוי באַ קיום מצות ה׳.

ובמילא אויך בשעת מען טרעפט אַ אידן וועלכער האָט ביז איצט ניט געהאַט קיין שייכות צו אידישקייט,

ניט נאָר צו קיום המצות בפועל,

נאָר אויך צו וועלכער עס איז ידיעה אין אידישקייט; די איינציקע זאַך וואָס ער ווייס איז אַז ער איז אַ איד – קען מען מיינען,

אַז לכל לראש דאַרף מען אים אָנהויבן צוגרייטן צו אידישקייט און מיט אים לערנען ענינים וועלכע וועלן סו״ס לאחרי זמן עם געבן אַ ידיעה וועגן דעם אויבערשטן און תומ״צ,

ביז ער וועט באַקומען אַ געפיל אין תומ״צ – און דעמאָלט וועט ער מקיים זיין תומ״צ ווי אַ איד דאַרף מקיים זיין.

אמת טאַקע אַז אויך איידער מען פאַרשטייט טאָר מען זיך ניט אָפּהאַלטן פון מקיים זיין דעם ציווי בפועל,

עס דאַרף זיין הקדמת נעשה לנשמע 45 ,

ובמילא וועט ער זען אַז אַזוי זאָל זיין די הנהגה אויך ביים צווייטן אידן – איז אָבער באַ אים דער רגש אַז דאָס איז פאָרט ניט דער אמת׳ער אופן פון קיום המצות; ס׳איז נאָר אַז היות ער איז נאָך ניט שייך צו הבנה והשגה,

טאָר מען ניטוואַרטן ביז ער וועט צו דעם צוקומען,

אָבער דער עיקר קיום המצות וועט זיין לאחרי הידיעה וההכרה,

כנ״ל.

אויף דעם קומט די הוראה בפרשתנו,

פון אברהם – "ויאמר ה׳ אל אברם לך לך גו": מ׳ווייס נאָך ניט וועגן מעלות פון אברם׳ן – און דער יסוד והתחלת קירובו איז "ויאמר ה׳ אל אברם לך לך גו׳״ – צו טאָן,

אויספירן בפועל ציווי ה׳ 46 .

און ניט נאָר איז דאָס די ערשטע זאַך אין זמן,

נאָר דאָס איז אויך דער עיקר אין עבודת השם בכלל.

וואָרום מיט וואָס ווערט אַ איד נתחבר ונתאחד מיטן אויבערשטן – דורך טאָן און פאָלגן ציווי הבורא.

ד.

ה.

דער יסוד העבודה פון אַ אידן איז אמונה וקב״ע פשוטה,

טאָן און אויספאָלגן ציווי ה׳ בפועל.

ה.

כשם ווי דאָס איז באַ אידן בכלל אַזוי איז דאָס בנוגע יעדער איד בעבודתו הפרטית:

בשעת אַ איד אַ שומר תורה ומצות האָט אַ ידיעה אין נגלה דתורה און אין פנימיות התורה,

און האָט אַ הכרה אין בורא עולם ביז צו אהבה ויראה – איז בשעת ער האַלט ביי מקיים זיין אַ מצוה פון דעם אויבערשטן דאַרף ער וויסן,

אַז ראשית העבודה ועיקרה ושרשה 47

איז צו דערהערן אַז ער גייט מקיים זיין ציווי ה׳ – ובנוסח ברכת כל המצות "אשר קדשנו במצותיו וצונו" 48 ,

ובאופן אַז "אלו נצטוה לחטוב עצים" 49

וואָלט ער עס געטאָן מיט׳ן זעלבן מסנ״פ; דערהערנדיק אַז זיין שייכות צום אויבערשטן באַשטייט איצט אין טאָן אַ מצוה בפועל,

אַנדערע עילויים און זיין עבודה זיינען אַלץ נאָר אין די גדרים פון נברא 50 ,

דוקא דורך עשיית המצות פון דעם אויבערשטן ווערט אַ איד 51

"נכלל באור ה׳ ורצונו ומיוחד בו ביחוד גמור" 52 .

ו.

עפ״ז יומתק וואָס דער ענין

(אַז דער חיבור אמיתי פון אַ אידן מיטן אויבערשטן טוט זיך אויף מצד ציווי ה׳ און דורך דעם וואָס דער איד איז מקיים הציווי)

איז געזאָגט געוואָרן אין דעם אויבערשטנ׳ס אָנזאָג "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך":

דאָס איז דער תוכן הענין פון "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך",

ווי אָפּגעטייטשט בכ״מ 53

: "לך לך מארצך" – "גיי אַוועק" פון דיינע רצונות

(״ארץ״ ל׳ רצון),

וממולדתך – פון דיינע געוואוינהייטן

(ומדות),

ומבית אביך – פון דיינע מוחין

(אב,

חכמה)

– וואָס כאָטש אַז באַ אַ אידן וואָס איז כדבעי,

זיינען די אַלע רצונות וכוחות אַריינגעטאָן אין קדושה ואלקות

(ובדוגמא ומעין ווי ס׳איז געווען באַ אברהם אבינו אויך קודם ההליכה),

פונדעסטוועגן איז דער וועג צו פאַראיינציגן זיך מיטן אויבערשטן דוקא דורך דעם וואָס ער גייט אַרויס פון זיין מציאות

(רצונות מדות מוחין)

אויך פון זיין מציאות מצד קדושה –

און וואו דאַרף זיין דער תכלית פון ״לך לך״ – "הארץ אשר אראך": אויסצופירן דעם

(ארץ)

רצון וואָס דער אויבערשטער ווייזט אָן.

עפ״ז קען מען פאַרענטפערן אויך די קושיא פון רמב״ן

(הנ״ל סעיף א)

: וואָס פאַר אַן אָרט האָט צו מבטיח זיין אַזאַ שכר בלויז פאַר קיום ציווי ה׳ – יציאת ארצו?

ווייל דורך דעם קיום – ווערט דער אמת׳ער ענין פון מצות,

דער עצם קיום ציווי ה׳ איז דער תכלית און ברענגט דעם שלימות השכר.

און וויבאַלד דער עיקר השלימות פון אַ מצוה

(מל׳ צוותא וחיבור)

באַשטייט אין מקיים זיין אַ מצוה צוליבן ציווי ה׳

(ניט מצד הרגשים מצד האדם כנ״ל)

– דערפאַר גיט דער אויבערשטער אויך טוב ושכר "שלא הי׳ כמוהו בעולם",

אַ שכר וועלכער איז אויס׳ן גדר העולם.

ז.

ויש לומר אַז דער ענין איז אויך מרומז אין תוכן השכר־הברכות –

ניט נאָר אין דעם וואָס אין די ברכות איז מודגש ווי דאָס אלץ קומט פון אויבערשטן: "ואעשך לגוי גדול ואברכך ואגדלה שמך"

(ניט בלשון נפעל "והיית לגוי גדול כו׳" 54 ),

נאָר אויך אין דעם וואָס תוכן הברכות איז דער ענין פון גדלות – "גוי גדול",

"ואגדלה":

דער אמת׳ער ענין פון גדלות איז נאָר באַ דעם אויבערשטן 55

– באַ נבראים מצ״ע איז ניטאָ גדלות אמתית 56 ,

און די גדלות וועלכע איז דאָ אין דער בריאה

("ואעשך לגוי גדול ואגדלה שמך")

קומט דורך דביקות בהבורא.

עד״ז אין די אַנדערע לשונות הברכה,

וועלכע ברענגען אַרויס אַז אברהם ווערט איין זאַך מיטן אויבערשטן,

וואָס דערפאַר איז "והי׳ ברכה",

ווי רש״י טייטשט "הברכות נתונות בידך עד עכשיו היו בידי ומעכשיו אתה תברך את אשר תחפוץ",

ביז נאָכמער: "ואברכה מברכך ומקללך אאר",

אַז אַ ברכה צו אברהם ברענגט בדרך ממילא אַ ברכה

(פון אויבערשטן)

צום מברך; און עד״ז להיפך.

און דורך דער עבודה באופן הנ״ל,

"לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך" ביי יעדער איינעם אין זיין עבודה פרטית,

ווערט נתקיים דער "אל הארץ אשר אראך״ כפשוטו – דער אויבערשטער ברענגט אידן אין ארץ ישראל,

און מען געפינט דאָרטן גדלות און "שלימות הארץ",

ביז אויך "ירחיב ה״א את גבולך״ 57

– אויך ארץ "קיני קניזי וקדמוני" 58

וי״ל אַז אויך זיי האָט דער אויבערשטער אָפּגעגעבן 59

אברהם׳ען בברית בין הבתרים,

וויבאַלד דער זעלבער ברית איז געווען אויף אַלע צען ארצות,

בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

במהרה בימינו ממש.

(משיחות ש״פ לך ואחש״פ תשמ״א,

ש״פ נח תשמ״ג)

Reader controls and commentary are loading.