א.
עס איז ידוע וואס חז"ל 1
זאגן בנוגע צו נח׳ן,
אז ער האט ניט מתפלל געווען על אנשי דורו,
"לא בעי רחמין על עלמא"; ניט ווי משה רבינו וואס האט מתפלל געווען אויף די עושי העגל.
געפינט מען אין דעם א פלוגתא 2
צווישן ר׳ יהודה און ר׳ יצחק: ר׳ יהודה זאגט אז דאס וואס נח האט ניט מתפלל געווען אזוי ווי משה איז
(ניט געווען אן ענין של חסרון 3 ,
נאר)
ווייל "משה לא תלה מלה בזכותי׳" נאר בזכות אבות,
בעת אז נח האט,
כמובן,
ניט געקענט תולה זיין תפלתו בזכות אבות.
משא״כ ר׳ יצחק האלט,
אז טראץ דעם האט נח געדארפט מתפלל זיין און מעורר רחמים זיין אויף זיי 4 .
איז דער טאטע מבאר דעם טעם 5 ,
וואס "ר׳ יהודא מהפך בזכות דנח ור׳ יצחק בהיפך שמהפך בחובתו",
אז דאס איז דערפאר וואס "כל א׳ מהם מדבר כפי בחינתו ומדריגתו": ר׳ יהודה איז בחי׳ חסד,
און דערפאר איז ער "מהפך בזכותו כפי מדתו מדת החסד",
און ר׳ יצחק ״הוא בחי׳ גבורה ..
לכן ..
מהפך בחובתו כפי מדתו מדת הגבורה".
מען דארף אבער האבן א ביאור: דער אנזאג פון תורה 6
"והוי דן את כל האדם לכף זכות" איז,
כמובן בפשטות,
א כלל פאר יעדן אידן,
אפילו פאר איינעם וואס ״מדתו מדת הגבורה״ — איז ווי קומט עס וואס ר׳ יצחק האט מהפך געווען בחובתו של נח,
און האט אים ניט דן געווען לכף זכות
(כציווי המשנה)?
ב.
בדוגמא צו די צוויי דיעות הנ״ל פון ר׳ יהודה ור׳ יצחק — געפינט מען 7
אויך א פלוגתא 8
אויפן פסוק בתחלת פרשתנו 9
"נח איש צדיק גו׳ בדורותיו": "יש 10
מרבותינו דורשים אותו לשבח כ״ש שאלו הי׳ בדור צדיקים הי׳ צדיק יותר ויש שדורשים אותו לגנאי לפי דורו הי׳ צדיק ואלו הי׳ בדורו של אברהם לא הי׳ נחשב לכלום".
וואס אויך אין דעם איז ניט מובן
(ע״ד די שאלה הנ״ל)
: וויבאלד מ׳האט א ברירה — מ׳קען דרש׳נען לשבח און מ׳קען דרש׳נען לגנאי — פארוואס זאל מען זאגן אז כוונת התורה איז צו ארויסברענגען גנותו של נח?
נאכמער: ס׳איז א כלל 11
אז אפילו ״בגנות בהמה טמאה לא דבר הכתוב״ — די תורה נוצט ניט קיין לשון "מגונה" אפילו בנוגע א בהמה 12 ,
ועאכו״כ אז די תורה וועט ניט ריידן בגנותו של נח.
טא ווי קען זיין א דיעה אז די תורה איז מוסיף דעם ווארט "בדורותיו״ — בלויז כדי ארויסברענגען אן ענין של גנאי בשייכות צו נח׳ן?
!
וי״ל בזה,
ובהקדים וואס מ׳האט אמאל מבאר געווען 13 ,
אז אט דער כלל — אז תורה נוצט ניט קיין לשון מגונה — באציט זיך צו סיפורי התורה 14 .
משא״כ ווען תורה זאגט א הלכה ודין — דארט נוצט תורה א לשון ברור ,
אפילו ווען צוליב דעם דארף מען נוצן א לשון בלתי נקי׳.
ווייל א הלכה דארף געזאגט ווערן קלאר ,
א הוראה ברורה,
כדי צו פארמיידן א מקום לטעות ביים אויספירן די הלכה אין מעשה בפועל.
ועד״ז אין דעם ענין,
וואס די תורה איז מוסיף דעם ווארט "בדורותיו" מיינענדיק
(לויט איין פירוש)
"לגנאי": ווען תורה וואלט ניט ארויסגעבראכט אט דעם "גנאי",
וואלט געווען אן ארט צו האבן א טעות בנוגע להלכה — בנוגע להנהגה בפועל: מען 15
געפינט ענינים בהנהגת נח וואס ווייזן אז ביי אים איז ניט געווען צדקות בשלימות 16 ,
איז אויב תורה וואלט מתאר געווען נח אלס צדיק תמים און ניט באווארנט דערביי אז דאס איז "בדורותיו"
(בלויז בערך זיין דור),
וואלט מען געקענט מיינען אז אזא הנהגה איז הנהגת צדיק תמים.
דעריבער מוז דא זיין מודגש דער היפך השבח פון נח׳ן,
כדי מ׳זאל דערפון אפלערנען א קלארע הוראה ווי מ׳דארף זיך פירן.
ג.
עפ״ז קען מען זאגן נאכמער — אז דער מכוון פון "יש
(ש)
דורשים אותו לגנאי" איז ניט צו דערציילן אז ביי נח׳ן איז געווען א חסרון בפועל,
נאר 17
" דורשים אותו לגנאי״ — עס איז א דרשה ולימוד "לגנאי" פאר א צווייטן ,
צו פארהיטן אים פון א חסרון וטעות ביים לערנען וועגן נח׳ן.
ווארום י״ל 18
דאס וואס "יש ..
דורשים אותו לשבח ..
ויש שדורשים אותו לגנאי" איז ניט קיין פלוגתא בנוגע דער דרגת הצדקות פון נח׳ן,
נאר מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי 19
: און לא פליגי במציאות צי די צדקות פון נח׳ן "בדורו של אברהם הי׳ נחשב לכלום"; אבער לאידך האלטן אלע אז ניט נח איז געווען שולדיק וואס ער איז ניט געווען אזא גרויסער צדיק ווי אברהם,
נאר דאס איז געווען צוליב דעם מצב און דער גרויסער פחיתות פון זיין דור 20 ,
און "אלו הי׳ בדור צדיקים הי׳ צדיק יותר".
דער חילוק איז — וואס איז די תורה אויסן מיטן ווארט "בדורותיו": איין מ״ד זאגט — דעם "שבח",
אז די תורה קומט משבח זיין נח׳ן; און דער צווייטער מ״ד זאגט אז דערמיט וויל תורה באווארענען אז עס זאל ניט ארויסקומען קיין תקלה אין דער עבודה פון א אידן וואס לערנט וועגן נח׳ן.
און דאס מיינט "ויש שדורשים אותו לגנאי": בשייכות צו נח׳ן גופא איז דאס ניט קיין ענין פון גנאי וחסרון — זייענדיק אין אזא דור איז ניט געווען שייך עס זאל זיין די דרגת הצדקות ווי אברהם; נאר תורה מוז ארויסברענגען אז די דרגא אין צדקות איז ניט די אמת׳ע שלימות,
ואדרבה: ס׳איז א דרגא פון "גנאי" בערך צו אברהם
("לא הי׳ נחשב לכלום"),
כדי אז די הוראה פון סיפור נח זאל זיין קלאר.
ד.
אויף דעם זעלבן אופן קען מען מסביר זיין די צוויי דיעות פון ר׳ יהודה און ר׳ יצחק אין דעם וואס נח האט ניט מתפלל געווען על דורו:
ס׳איז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי 21
— אויך ר׳ יצחק איז מודה,
אז דאס וואס נח האט ניט מתפלל געווען על אנשי דורו איז ווייל ער האט
(אין יענעם מצב)
ניט געקענט מתפלל זיין אויף זיי,
היות אז "לא הוה לי׳ במאן דיתלי בזכותא כמשה״ — עס איז ניט א חסרון אין נח׳ן;
ר׳ יצחק קומט נאר באווארענען,
אז עס זאל ניט ארויסקומען א תקלה ח״ו אין א שפעטערדיקן דור,
מיינענדיק אז ס׳איז ניט קיין חסרון אויב מ׳איז ניט מתפלל פאר אנשי הדור; דעריבער זאגט ר׳ יצחק,
אז מען מוז דרש׳נען
(ארויסברענגען)
אז די זאך פאר זיך איז אן ענין של גנאי
(כאטש אז ביי נח׳ן גופא האט ניט געקענט זיין באופן אחר 22 ),
ווייל מען דארף זיך משתדל זיין בכל האופנים האפשריים צו מתפלל זיין און בעטן רחמים פאר א צווייטן אידן.
און דערפאר איז דעת ר׳ יצחק ניט אין סתירה צום כלל "הוי דן את כל האדם לכף זכות״ — ווייל אויך לויט ר׳ יצחק׳ן איז עס ביי נח׳ן ניט געווען קיין "חובה" ח״ו,
נאר ער באווארנט ווי די זאך איז אן ענין של "חובה" ביי אנדערע;
ואדרבה: אויב מ׳וועט ניט באווארענען אז אזא הנהגה
(אין אלגעמיין)
פון ניט בעטן רחמים על אנשי הדור איז בלתי רצוי׳ — קען דאס גופא האבן אין זיך אן ענין של חובה אויף נח׳ן,
אז זיין הנהגה זאל קענען גורם זיין א תקלה ביי א צווייטן אידן.
און דעריבער איז
(אויך)
דאס גופא ״בזכותו״ של נח — ער אליין וויל מען זאל מדגיש זיין אז מען דארף יע מתפלל זיין על אנשי דורו,
ביז צו זאגן דאס אין אן אופן כאילו ווי ס׳איז א חסרון ביי נח׳ן גופא
(כפשטות לשון ר׳ יצחק: ועם כל דא ..
הוה לי׳
(נח׳ן)
למבעי רחמי עלייהו)
— כדי צו פארזיכערן אז עס זאל ניט ארויסקומען קיין חסרון ביי א צווייטן 23 .
און דורך דעם וואס מען באווארנט אז הנהגת נח איז אן ענין של חובה
(ניט די אמת׳ע שלימות),
ובמילא פירט מען זיך אין אנדערע דורות אין אן אופן אז מ׳איז יע מתפלל על אנשי הדור,
איז דאס גופא "מתקן" דאס וואס נח האט בפועל ניט געטאן: אע״פ אז בדורו האט ער דאס ניט געקענט דורכפירן,
וויבאלד אבער אז דורך אים
(ד.
ה.
דורך ארויסברענגען ווי אזא הנהגה איז ניט קיין מעלה)
האט מען די הוראה לדורות אז מען דארף יע מתפלל זיין על אנשי דורו,
בריינגט עס צו די שלימות אין דעם ענין אויך ביי נח׳ן גופא.
ה.
און דאס איז אויך די הוראה למעשה בימינו אלה:
ס׳פאסירט אמאל,
אז איינער טוט כפי יכלתו אויף משפיע זיין בסביבתו,
על "אנשי דורו",
אבער מצד סיבות שאינן תלויות בו
(לכאורה)
איז ער אין דעם ניט מצליח.
קען ער ביי זיך מאכן א חשבון,
אז אני את נפשי הצלתי: ניט נאר בנוגע זיין אייגענער עבודה מיט זיך,
נאר אויך בנוגע דער ארבעט מיט א צווייטן האט ער געטאן בשלימות.
אלא,
ער האט ניט אויפגעטאן — איז דאס ניט זיין חסרון.
לערנט ר׳ יצחק א הוראה,
אז עס קען טאקע זיין אז ער האט באמת געטאן וויפל ער האט געקענט — ס׳איז ניט נאר א דמיון,
נאר ע״פ שו״ע
(תורת אמת)
האט ער געטאן בשלימות — אבער אעפ״כ דארף מען וויסן,
אז דערביי טאר מען ניט בלייבן; מען טאר ניט זיין צופרידן פון דעם מצב נאר מען מוז האלטן אין איין "מכריז" זיין "ועם כל דא ..
הוה לי׳ למבעי רחמי עלייהו"! דער ניט בעטן רחמים על דורו איז א מצב של "חובה".
און דאס גופא איז גורם אז עס זאל ווערן א מצב פון ״זכות״ — אז דער אויבערשטער איז מבטל די סיבות פון דעם מצב בלתי רצוי,
און גיט א אידן א געלעגנהייט צו בעטן רחמים על אנשי דורו,
ביז צו פועל זיין אז זיי זאלן תשובה טאן,
ובפרט בזמננו עקבתא דמשיחא וואס דער רמב״ם פסק׳נט בספרו דהלכות 24
אז "הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה בסוף גלותן ומיד הן נגאלין" 25 .
(משיחת ש"פ נח תשמ״ג)