B"H
🏡

Ikar

בראשית ג

א.

עס שטייט אין מדרש 1

: "כל מה שנברא בששת ימי בראשית צריכין עשיי׳" — "הדא 2

הוא דכתיב 3

אשר ברא אלקים לעשות,

אשר ברא ועשה אין כתיב כאן אלא לעשות לומר שהכל צריך תיקון".

דארף מען פארשטיין: ווי שטימט דער מדרש מיט׳ן מאמר חז״ל 4

"עולם על מליאתו נברא",

אז "נבראו הדברים

(שבעולם)

על מליאתן״ 5

— ניט קיין חסרים וואס "צריכין עשיי׳,

תיקון" 6 ?

לכאורה וואלט מען געקענט ענטפערן ע״פ דברי המדרש 5

אז "אע״פ שנבראו הדברים על מליאתן כיון שחטא אדה״ר נתקלקלו" 7

— און דער פסוק "אשר ברא אלקים לעשות" שטייט דאך ביי יום השביעי

("כי בו שבת מכל מלאכתו אשר ברא גו׳"),

וואס איז געווען נאכן חטא 8

עץ הדעת 9 .

דאס איז אבער ניט קיין תירוץ

(מספיק),

ווייל דער פסוק זאגט דאך ״אשר ברא אלקים לעשות״ — אז דער צורך ״לעשות — צריך תיקון" איז

( ניט א תוצאה פון דעם שפעטערדיקן חטא,

וואס האט גורם געווען א קלקול אין וועלט,

נאר)

מצד דער בריאה עצמה — דער " ברא " איז געווען אין אן אופן וואס "צריך תיקון".

ב.

וי״ל איינער פון די ביאורים אין דעם:

דער ענין פון "ברא אלקים לעשות" — אז ״הכל צריך תיקון״ — איז נתחדש געווארן ביום השביעי,

אבער ניט מצד דעם קלקול פון חטא עץ הדעת

(מעשה בני אדם,

וועלכע איז געווען היפך ד״ברא אלקים לעשות "),

נאר מצד דעם טאג פון יום השבת.

ד.

ה.

אין דער "זעלבער" וועלט וואס

(און ווי)

״ברא אלקים״ — איז דא א חילוק במצבה ווי זי איז בששת ימי בראשית און ווי זי איז ביום השביעי: לויט דער מעלה ומצב פון ששת ימי המעשה איז דער עולם "על מליאתו ",

ס׳איז א שלימות׳דיקע וועלט; בשעת עס קומט דער יום השביעי,

איז דער מצב

(עילוי)

פון יום השבת גיט אן אפשריות צו נתעלה ווערן און שטיין אין א העכערע מדריגה,

דעמאלט איז דער

(זעלבער)

עולם

(וואס ״ברא אלקים")

— א חסר

(בערך האפשריות פון יום השביעי)

און "צריך תיקון".

ע״ד ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין תניא 10

— אז "עיקר התשובה 11

בלב והלב יש בו בחי׳ ומדריגות רבות",

און דעריבער אע״פ אז "כבר עשה תשובה נכונה",

איז בשעת מען ווערט נתעלה אין א העכערער מדריגה,

פאדערט זיך א העכערער אופן אין תשובה.

[עד״ז איז מען מבאר 12

פארוואס מען זאגט ברכת סלח לנו "בתפלת שמונה עשרה ..

ולא קודם התפלה״ — ווייל נאך דעם ווי מען הויבט זיך אויף צו א העכערער מדריגה

(דורך ק״ש ותפלה)

דערהערט מען אז מען דארף תשובה טאן

(אויף א העכערן אופן)].

ג.

און עס היות אז מ׳קען לכאורה מחלק זיין,

ואין הראי׳ דומה לנידון — אין דעם ענין התשובה איז דער פירוש,

אז כאטש מען האט שוין געטאן א "תשובה נכונה"

(לפי מצב האדם בהווה)

— איז אבער דער פגם

(פון דער עבירה)

נאך ניט אפגעווישט געווארן אינגאנצן; ס׳איז נאר וואס לגבי זיין מצב בהווה זעט זיך ניט אן דער פגם,

אבער בשעת ער ווערט דערהויבן צו א העכערע מדריגה — איז דארט ניכר אפילו א איידעלערער פגם און דערפאר דארף מען האבן א תשובה אין א העכערן אופן 13 .

[כידוע די דוגמא בזה פון א פלעק אויף א בגד — אז בעת א פלעק געפינט זיך אויף א פשוט׳ן בגד איז מען אויף אים ניט משים לב,

אבער ווען דער זעלבער פלעק איז דא אויף א זיידענעם בגד איז ער מקלקל דעם בגד 14 ].

איז דאס לכאורה ניט קיין דוגמא והסברה צו נדו״ד,

וואו די בריאה איז מלכתחילה באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן ,

אין אן אופן פון טוב מאד 15

און ״על מליאתו״ — אן א פגם וחסרון,

כנ״ל.

— איז דאס אבער ניט אזוי: אויך בענין התשובה איז דא דער סדר העבודה פון "כל ימיו בתשובה" 16 ,

וואס דער צורך התשובה "כל ימיו" איז ניט נאר דערפאר וואס דער פגם פון דער פריערדיקער מעשה עבירה איז נאך ניט אינגאנצן אפגעווישט געווארן

(און לגבי דער היינטיקער העכערער מדריגה איז נאך פארבליבן א פגם פון דער עבירה)

— ח״ו צו חושד זיין יעדן אידן אז ער האט נאך ניט געטאן קיין תשובה שלימה און ס׳איז נאך פאראן א פגם פון א חטא 17

— נאר אפילו אויב "עשה תשובה נכונה " ושלימה באופן אז דער פגם איז אינגאנצן אפגעווישט געווארן,

איז נאך אלץ שייך און ס׳דארף זיין דער ענין התשובה 18 .

[וכידוע 19

אז אויך ביי צדיקים איז דא דער ענין התשובה,

און איינער פון די אויפטואונגען פון משיח׳ן איז,

וואס "אתא לאתבא צדיקיא בתיובתא" 20 ].

ד.

די הסברה אין דעם: בשעת מען ווערט נתעלה אין א העכערער מדריגה פאדערט זיך א העכערער אופן העבודה,

ווייל לגבי זיין העכערער מדריגה איז זיין פריערדיקע עבודת ה׳ ניט בשלימות

(כאטש די עבודה איז געווען בשלימות לגבי די פריערדיקע מדריגה).

א דוגמא פשוטה אויף דעם — פון מצות צדקה: דער חיוב פון צדקה איז לפי ערך די נכסים וואס דער מענטש פארמאגט,

איז מובן,

אז בשעת זיין רכוש ווערט גרעסער קען ער זיך ניט באנוגענען מיט דעם סכום וואס ער האט פריער געגעבן אויף צדקה

(כאטש אז דעמאלט,

במצבו ההוא,

האט ער דערמיט מקיים געווען מצות הצדקה בשלימותה ),

נאר ער דארף געבן צדקה לפי מצבו עתה 21

און וויבאלד אז דער קיום התורה והמצות פון א אידן איז א "פעולה נמשכת״ — בלשון התניא 22

אז דער "יחוד" וואס ווערט אויפגעטאן דורך תורה ומצות איז א ״יחוד ..

נצחי לעולם ועד״ — דעריבער,

בשעת דער איד ווערט נתעלה אין א העכערער מדריגה,

"נעמט ער מיט" די תורה ומצות וואס ער האט מקיים געווען בעבר: און כדי צו מעלה זיין די פריערדיקע תורה ומצות שלו

(וואס לגבי זיין איצטיקן מצב פעלט אין זייער שלימות)

פאדערט זיך דער ענין התשובה 23 .

[און דאס איז אויך איינע פון די הסברות 24

אין אמירת סלח לנו בתפלת שמו״ע — וואס איז נתתקן געווארן אפילו פאר צדיקים וועלכע האבן ניט קיין חטאים,

און פאר בעלי תשובה וועלכע האבן שוין תשובה געטאן בשלימות:

די בקשה סלח לנו איז ניט

(נאר)

אויף באגאנגענע עבירות,

נאר אויך אויף דער עבודת ה ׳ פון פריער,

וואס בשעה זו איז זי דורשת תיקון.

ווארום בתפלת שמו״ע,

ווען מ׳איז ״עומד לפני המלך״ 25

— וואס דאס מיינט א מצב פון תכלית הביטול,

ביז אז אפילו די תנועה פון "מחוו לי׳ במחוג

(אויב ס׳איז)

קמי מלכא" 26

הייסט א מרידה במלכות — דערהערט מען ווי די עבודת ה ׳ שלפנ״ז איז ניט אלעס,

חסר

(אין עבודה).

— ווען מ׳איז ניט אין א מצב פון "עומד לפני המלך",

נאר במדינתו

(בשליחותו)

איז די עבודה אן עבודה תמה מיט דער גאנצער שלימות,

ואדרבה — דעמאלט איז דער רצון המלך עצמו אז מ׳זאל ניט שטיין בביטול גמור ,

כדי מ׳זאל זיין מסוגל צו טאן און אויספירן פקודת המלך בנוגע למדינתו;

שטייענדיק אבער לפני המלך פילט מען ווי אין דער עבודה שלפנ״ז האט געפעלט דער ביטול מוחלט צום מלך,

און אויף דעם חסרון וואס איז "נתחדש" געווארן בעת מ׳איז עומד לפני המלך זאגט מען "סלח לנו"].

ועד״ז בעניננו: בששת ימי בראשית איז דער עולם בתכלית השלימות

("על מליאתו")

לפי דעם מצב פון "ימי המעשה";

בשעת אבער ס׳איז געקומען דער יום השביעי און אין וועלט איז נמשך געווארן א העכערע קדושה — דעמאלט איז דער עולם,

ווי "ברא אלקים"

(אלס שלם אין די ששת ימי המעשה),

אין א מצב

(פון "חסר")

וואס "צריך תיקון".

ה.

דער ענין הנ״ל איז אויך א תוס׳ ביאור אין דעם הכרח פון לימוד החסידות בימינו אלה:

ס׳איז ידוע די שאלה: וויבאלד אז אין די פריערדיקע דורות האט מען געקענט זיין א שומר תורה ומצות און אן עובד ה׳ בשלימות — בלי לימוד פנימיות התורה

(והפצתה),

וואס איז דער הכרח אז בדורותינו אנו מוז זיין דער לימוד פון תורת החסידות און די הנהגה בדרכי החסידות

(ובפרט — הפצתם)?

און ס׳איז שוין אויך ידוע 27

דער ענטפער אויף דעם,

אז היות דער חושך הגלות ווערט גרעסער,

דארף מען האבן א העכערן אור אויף צו קענען דורכברעכן אויך דעם חושך,

און דערפאר האט מען מגלה געווען נשמתא

(סתים)

דאורייתא וואס זי איז מעורר און מגלה די טיפערע,

באהאלטענע כחות פון דער נשמה

("סתים דנשמתא").

קענען אבער זיין אזוינע וועלכע טענה׳ן,

אז זיי קענען אויסקומען אן דעם אור פון פנימיות התורה; זיי זיינען אריינגעטאן אין לימוד התורה,

אפגעזונדערט פון דעם חושך הגלות,

ובמילא — מעשה אבותיהם בידיהם,

און עס זיינען פאר זיי גענוג די ענינים פון נגלה דתורה צו זיין א שומר תומ״צ ווי זייערע זיידעס כו׳.

אויף דעם איז די הוראה,

אז אפילו לפי דעתו 28

אז ס׳איז ביכלתו צו דערגרייכן זיין זיידענ׳ס שלימות אין עבודת ה׳

(אן דעם אור פון פנימיות התורה)

— איז דאס אבער פאר אים

(בדור זה )

ניט קיין עבודה שלימה 29 .

ווייל בדורות ההם,

איידער ס׳איז נתגלה געווארן פנימיות התורה,

איז דאס טאקע געווען אן עבודה תמה און אן עבודה בשלימותה — אבער איצט ,

לאחרי ווי ס׳איז שוין נתגלה געווארן אין וועלט דער אור פון פנימיות התורה און ס׳איז געגעבן געווארן דער כח צו דינען דעם אויבערשטן מיט סתים דנשמתא — איז דער פריערדיקער אופן העבודה

(פון לפני גילוי החסידות)

בבחינת " חסר "

(לגבי דער שלימות וואס מען קען איצט דערגרייכן).

און דערפאר איז א הכרח גמור 30

צו מפיץ זיין מעיינות פון תורת החסידות בכל מקום ומקום,

ביז אז זיי זאלן דערגרייכן יעדן אידן,

וואס דאס איז די הכנה קרובה צום קיום היעוד "כי מלאה 31

הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים".

(משיחת ש״פ תולדות תשד״מ)

Reader controls and commentary are loading.