א.
איינער פון די טעמים פאַרוואָס מ׳איז ניט מזכיר ראש חודש בתפלות ר"ה איז 1
: „לערבב השטן,
שלא ידע שהיום הוא ר"ח תשרי
(ולא יבא לקטרג 2 )
".
דער זעלבער ענין
(לערבב כו׳)
ווערט געבראַכט 3
אויך אַלס טעם אויפן מנהג וואָס מ׳איז ניט מזכיר
(מברך)
חודש תשרי בשבת שלפניו
(ווי מ׳טוט עס בכל שבת שלפני ר"ח — שבת מברכים).
איז לכאורה ניט מובן* 3
:
דער „שטן" איז דאָך אַ מלאך און קומט בב"ד של מעלה וכו' ,
וכמפורש בספר איוב
(בתחלתו 4 ),
אַז דער שטן איז געקומען ביום הדין
(בראש השנה 5 )
בתוך בני האלקים „להתייצב על ה׳" — איז ווי קען מען זאָגן אַז מ׳קען אים „מערבב זיין",
און „מטעה זיין" אין אַזאַ דבר הפשוט 6 ,
ער זאָל ניט וויסן
(צוליב
די מנהגים)
אַז ס׳איז ר"ה — דבר הכי מפורסם,
נדפס בלוחות וכו׳ וכו'.
ב.
אין לבוש 7
ברענגט זיך אויך דער טעם — „כדי לערבב את השטן שלא ידע יום שהוא ר"ה",
נאָר ער איז מוסיף: „כיון שלא קדשוהו ".
ועפ"ז וואָלט מען דאָס געקענט מבאר זיין,
ע"פ הידוע 8 ,
אַז די קביעות החדשים וכו׳ איז תלוי אין דעת ב"ד: ר"ח האָט זיין קביעות נאָר דורכן קידוש פון אידן; דורך דעם וואָס ב"ד
(אידן)
זיינען קובע דעם טאָג אַלס ר"ח,
ווערט דער טאָג ר"ח.
ביז אַז „כשמתכנסין מלאכי השרת לפני הקב"ה לומר אימתי ר"ה ואימתי יום הכיפורים,
הקב"ה אומר להם לי אתם שואלים,
אני ואתם נלך אצל ב"ד של מטה" 9 .
במילא איז דורך ניט דערמאָנען ר"ח בתפלות ר"ה און דורך העדר ההזכרה בשבת שלפניו 10
— איז דער טאָג טאַקע כאילו 11
ניט נקבע געוואָרן אַלס ר"ח תשרי,
במילא ווייס ניט דער שטן
(מיט זיכערקייט?)
„יום שהוא ר"ה".
אָבער דער תירוץ איז ניט מספיק,
ווייל:
א)
בראש השנה טוט מען כו"כ ענינים אין וועלכע עס איז ניכר ובהדגשה אַז דאָס איז דער טאָג פון ר"ה
(ר"ח תשרי)
— איז ווי קען מען זאָגן,
אַז צוליב דעם וואָס „לא קדשוהו"
(ר"ח)
וועט דער שטן ניט וויסן אַז עס איז ראש השנה?
ב)
ועיקר: דער טעם פון „ערבוב השטן" ווערט געבראַכט 12
בנוגע נאָך צוויי מנהגים,
וועלכע האָבן ניט קיין שייכות מיטן ענין פון ראש חודש:
(א)
„ומטעם זה נמי אין תוקעין בערב ראש השנה 13 ,
כי אז יהי׳ סבור השטן שעבר יום הדין" 14 ,
(ב)
„וכן מכח זה מתחילין לקרות בראשית בשמחת תורה כדי שלא יבין את ראשית שנה או אחרית שנה" 14 .
איז הדרא קושיא לדוכתא: ווי איז שייך צו זאָגן,
אַז דורך ניט תוקע זיין בערב ראש השנה און דורך ניט אָנהויבן לייענען בראשית בראש השנה איז מען מערבב דעם שטן,
אַז ער זאָל מיינען אַז „עבר יום הדין" וכו׳,
ובפרט אַז פון כמה ענינים איז מוכח אַז ס׳איז ראש השנה
(והחודש)?
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים וואָס דער ענין פון ערבוב השטן ווערט געבראַכט 15
אויך אַלס טעם אויפן מנהג צו בלאָזן שופר במשך חודש אלול — מ׳איז דערמיט מערבב דעם שטן „שלא
יבין מתי יהי׳ ר"ה" 16 .
וואָס אויך אין דעם איז ניט מובן,
כנ"ל: ווי קען מען „אָפּנאַרן" דעם שטן,
אַז ער זאָל ניט וויסן „מתי יהי׳ ר"ה"?
וי"ל הביאור בזה:
דעם ענין פון ערבוב השטן געפינט מען
(בשייכות צו ר"ה)
אין גמרא 17 ,
ביי דער מצוה פון תקיעת שופר בר"ה בכלל : א"ר יצחק ..
למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין ותוקעין ומריעין כשהן עומדין כדי לערבב השטן.
איז רש"י מפרש דערויף 18
: „שלא ישטין,
כשישמע ישראל מחבבין את המצות מסתתמין דבריו".
דאָס הייסט,
וויבאַלד די אידן באַנוגענען זיך ניט מיט תקיעות ותרועות פעם אחת,
נאָר זיי זיינען תוקעין ומריעין נאָך אַמאָל,
באַווייזט עס אַז זיי זיינען מחבב את המצות — און דאָס איז סותם דברי השטן המקטרג.
על דרך זה קען מען אויך מפרש זיין דעם ענין פון ערבוב השטן בנוגע די תקיעות פון חודש אלול:
די תקיעות פון חודש אלול איז דאָך ענינן
(כידוע 19 )
„כדי להזהיר ישראל שיעשו תשובה שנאמר 20
אם יתקע שופר בעיר גו׳"; און דערפאַר,
דורך דעם גופא וואָס אידן בלאָזן שופר און ווערן נתעורר בתשובה,
ווערט דער שטן מעורבב 21 ,
אָננעמענדיק,
אַז אידן האָבן
דורך זייער תשובה בחודש אלול שוין באלול זוכה געווען בדין 22 ,
און דערפאַר איז קיין תועלת ניט,
ער האָט ניט וואָס צו מקטרג זין בראש השנה — „מסתתמין דבריו".
ד.
עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס מען זאָגט,
אַז ערבוב השטן
(דורך די תקיעות פון אלול)
טוט אויף „שלא יבין מתי יהי׳ ר"ה":
דער פשט פון „לא יבין מתי יהי׳ ר"ה" איז 23
( ניט אַז ער ווייס ניט
(וואָס עס שטייט אין לוח)
ווען עס איז דער טאָג
(זמן)
פון ר"ה,
נאָר)
אַז ער ווייס ניט ווען עס איז די אויסגעטיילקייט,
דער תוכן פון ר"ה,
דער דין ומשפט פון ר"ה
(וואָס דעמולט איז זמנו לקטרג)
[ווי עס שטייט בפירוש אין מהרי"ל 24
: ואין יודע מתי הדין ויקטרג]
:
בשעת אַ איד טוט תשובה כדבעי איידער עס קומט ר"ה,
איז ער שוין פאַרזיכערט שיכתב ויחתם בספרן של צדיקים — זיין „דין" איז שוין אָפּגעפּסקנט געוואָרן לטובה אין חודש אלול,
[ובפרט ווי מען געפינט בכמה מקומות,
אַז אויך אין אַלע טעג פון יאָר
(לאו דוקא בראש השנה)
קען מען דורך תשובה ותפלה כדבעי זוכה זיין צו אַ פסק דין בהחלט לטוב; לדוגמא: חזקיהו המלך 25
וואָס האָט דורך תפלה ותשובה פועל געווען „והוספתי על ימיך חמש עשרה שנה" 26 ,
ומשמע פון דעם סיפור אַז עס איז געווען ניט אין אַ זמן מיוחד ווי ראש השנה וכיו"ב 27 ].
און דערפאַר איז דער שטן מעורבב פון די תקיעות פון חודש אלול: ער טראַכט אַז אידן האָבן דורך דער התעוררות תשובה דחודש אלול שוין זוכה געווען בדין
(און זיין קטרוג קען שוין גאָרניט אויפטאָן).
אַזוי,
אַז זיין קטרוג בראש השנה איז עכ"פ נאָר על הספק,
ובמילא ניט מיט אַ תוקף וכו'.
און לויט דער הסברה ווערט אויך מובן דאָס וואָס „אין תוקעין בערב ראש השנה,
כי אז יהי׳ סבור השטן שעבר יום הדין":
כדי צו נאָך מער מערבב זיין דעם שטן,
אַז ער זאָל מיינען אַז אידן האָבן שוין זוכה געווען בדין בחודש אלול
(דורך דער התעוררות התשובה פון די תקיעות דחודש אלול)
איז מען מבטל
(ער"ה)
די תקיעות דחודש אלול: מען דאַרף שוין ניט אָנקומען צו דער התעוררות פון די תקיעות.
[און אע"פ אַז דער שטן ווייס,
אַז דאָס וואָס מ׳בלאָזט ניט בשופר בער"ה איז אַ מנהג קבוע מאז ,
און אַז טעמו ונימוקו איז טאַקע צוליב דעם גופא,
כדי לערבב את השטן — איז דאָך דאָס אַ מנהג וואָס
(מנהג ישראל)
תורה הוא 28 ,
תורת אמת ובמילא אילו זכו — וועט דאָס
(די זכי׳ מוחלטת בדין)
באמת זיין אַזוי,
מ׳האָט שוין אָפּגעטאָן די עבודה פון ר"ה ו„עבר יום הדין"; און דערפאַר איז זיין קטרוג על הספק,
מיט אַ חלישות,
כנ"ל].
ה.
עד"ז וואָלט מען לכאורה געקענט פאַרענטפערן בנוגע צו די אַנדערע אויבנגעבראַכטע ענינים וואָס מען האַלט זיך אָפּ פון צו טאָן בר"ה „לערבב השטן" אַז ער זאָל ניט וויסן אַז ס׳איז ראש השנה:
דאָס וואָס ר"ה איז גלייכצייטיק דער טאָג פון ר"ח תשרי איז ניט נאָר אַן ענין אין סדר הזמן
(אַז התחלת השנה איז במילא התחלת החודש),
נאָר ס׳איז אויך נוגע
(ובלשון הש"ס 29
— „אהנאי")
צו ענינו ותוכנו של ר"ה: די התעוררות וואָס ווערט מצד דעם וואָס דאָס איז ר"ח 30 ,
איז מוסיף אין דער התעוררות און עבודת היום פון ר"ה,
ובמילא אויך בתוצאתה — לזכות בדין.
ועד"ז אויך דאָס וואָס „הי׳ ראוי לקרות פ׳ בראשית בר"ה" 31 ,
וואָס י"ל אַז דאָס איז ניט נאָר דערפאַר וואָס ר"ה איז התחלת השנה
(אין זמן ),
נאָר אויך צוליב דעם וואָס דער ענין פון „גמרה של תורה" 32
און „התחלת התורה" איז
מוסיף אין די זכיות פון אידן —
וכמובן,
אַז סיי אַ גרעסערע התעוררות און סיי אַ תוספת אין די זכיות פון אידן זיינען אַ תועלת רבה אין דער עבודה והשתדלות פון ר"ה,
צו זוכה זיין בדין,
און דאָס איז דער מכוון פונעם טעם וואָס מ׳איז ניט מזכיר ר"ח בר"ה „לערבב השטן שלא ידע שהיום הוא ר"ח תשרי"
(וואָס דאָס מיינט ניט העדר הידיעה בנוגע דעם זמן פון ר"ח בר"ה,
נאָר בנוגע — ענינו ועבודתו )
:
וויבאַלד אידן דערמאָנען ניט ר"ח בר"ה,
וועט דער שטן ניט מרגיש זיין בר"ה די התעוררות און עבודה פון ר"ח — „לא ידע שהיום הוא ר"ח" 33
;
ועד"ז בנוגע דעם ענין פון „מתחילין לקרות בראשית בשמח"ת כדי שלא יבין את ראשית שנה וכו'" — היות אַז אידן הויבן ניט אָן בפועל „לקרות בראשית" בר"ה,
וועט ער אָננעמען אַז אין דער עבודה פון ראשית השנה פעלט דער ענין ופעולה וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט סיום והתחלת התורה — „לא יבין את ראשית שנה כו'" —
וועט דאָס מערבב זיין דעם שטן „ולא יבא לקטרג",
ווייל אילו זכו,
כנ"ל — איז זייער עיקר עבודה אַזוי בשלימות ובעילוי,
אַז זיי דאַרפן ניט אָנקומען צו דער תוספת התעוררות פון ר"ח און „גמרה של תורה" והתחלתה; זיי האָבן שוין
(בלאו הכי)
זוכה געווען בדין.
ו.
דער ביאור איז אָבער ניט אינגאַנצן גלאַטיק:
לויט דעם ביאור קומט אויס,
אַז דורך ניט דערמאָנען ר"ח
(און דורך ניט מתחיל זיין לקרות בראשית)
ווערט נאָר אויפגעטאָן ערבוב השטן; אָבער די סיבה פון זיין העדר
(אָדער חלישות)
הקטרוג
(„ולא יבא לקטרג")
באַשטייט בעיקר אין דעם וואָס ער מיינט אַז די עבודה פון ר"ה איז שוין בשלימות און מ׳דאַרף כלל ניט אָנקומען להנ"ל —
האָט לפי זה געדאַרפט זיין מודגש
(ניט בלויז דער צד השלילי,
דער „לא ידע" פון ר"ח וכו׳,
נאָר לכה"פ אויך )
דער פרט חיובי
(די עבודה — בדוגמת עבודת ר"ה)
אין דעם ענין.
פון סתימת הלשון 34
„אין נוהגין להזכיר ר"ח בפי׳ בר"ה ..
לערבב השטן שלא ידע שהיום הוא ר"ח תשרי
(ולא יבא לקטרג)
" איז משמע,
אַז אויך די סיבה פון „לא יבא לקטרג" איז מצד דעם וואָס „לא ידע שהיום הוא ר"ח תשרי".
[און ס׳איז ניט גלייך צום ענין פון „אין תוקעין בערב ר"ה כי אז יהי׳ סבור השטן שעבר יום הדין" — ווייל דער לשון גופא
(„אין תוקעין בערב ר"ה")
איז מדגיש אַז פריער איז מען יע תוקע 35 ,
וואָס מצד דעם
(די תקיעות פון חודש אלול)
איז „עבר יום הדין"].
ז.
ויש לומר,
אַז ביי די צוויי ענינים
(ניט דערמאָנען ר"ח בקשר מיט ר"ה און „מתחילין לקרות בראשית בשמח"ת")
איז דער תוכן פון „לערבב השטן":
ווען דער שטן זעט,
אַז אין דעם טאָג פון ר"ה פעלט ביי אידן דער דער־
מאָנען ובמילא די התעוררות פון ר"ח און עד"ז — די מעלה פון גמרה של תורה והתחלתה,
רופט עס אַרויס אַ חלישות בקטרוגו — מיינענדיק,
אַז ס׳פעלט בעבודה ביי אידן,
ובמילא דאַרף ער ניט זיך מתאמץ זיין צו זוכן נאָך חסרונות ביי אידן.
און אע"פ אַז דער שטן ווייס דאָס גופא — מען טוט עס דערפאַר ווייל מ׳איז אויסן אים צו מערבב זיין — איז דאָך אָבער — לפועל פעלט די התעוררות וזכות
(מיט אַלע תוצאות וואָס דאָס ברענגט)
: מ׳האָט ניט די התעוררות כו׳ של ר"ח און מ׳האָט ניט גמרה של תורה והתחלת התורה!
ח.
עפ"ז ווערט אָבער די שאלה לאידך גיסא:
ווי קומט עס אַז מ׳זאָל טאַקע צונעמען דאָס אַלעס ביי אידן?
אמת טאַקע ס׳איז פאַראַן דערביי די כוונה „לערבב השטן" — אָבער,
כנ"ל: סוף־סוף פעלן דאָך ביי אידן אין דעם טאָג די עבודות: די התעוררות פון תקיעת שופר בער"ה,
די התעוררות פון ראש חודש און דער ענין פון גמרה של תורה והתחלת התורה?
!
איז דער ביאור בזה:
דאָס גופא,
וואָס מען איז זיך מונע פון די זאַכן כדי „לערבב השטן",
דאַרף און ברענגט צו נאָך אַ טיפערער התעוררות תשובה,
ווי די וואָס וואָלט אויפגעטאָן געוואָרן ע"י ענינים הנ"ל.
די התעוררות תשובה אין אַן אופן פון „קול היוצא מפנימיות הלב" ווערט אַרויסגערופן „ע"י המרירות שבנפשו על ריחוקו מה׳ אשר רחוק ממנו בתכלית" 36
;
און אָט די מרירות „על ריחוקו מה׳" דערהערט זיך ביי אַ אידן אין אַ גאָר שטאַרקן אופן — דורך זיין התבוננות אין דעם וואָס מען איז פון אים מונע די ענינים טובים הנ"ל כדי „לערבב השטן".
ער דערהערט זיין מצב,
אַז דער שטן האָט כלפי אים אַזאַ כח,
ביז אַז מען מוז צוליב דעם ביי אים צונעמען אַן ענין פון תק"ש,
הזכרת ר"ח וקריאת פ׳ בראשית
(בראש השנה).
און נאָך אין אַ פרט איז די התעוררות תשובה נאָך אַ טיפערע ווי די וואָס קומט דורך בלאָזן שופר וכו': די התעוררות תשובה פון תקיעת שופר קומט פון אַ דבר שמחוץ הימנו
(ועד"ז קריאת פ׳ בראשית און הזכרת ראש חודש)
;
משא"כ די התעוררות תשובה וואָס קומט פון דעם „ניט" — וואָס מ׳איז פון אים מונע אַן ענין פון תק"ש כו' — נעמט זיך עס פון אים גופא,
פון זיין מצב וכו' 37 .
— וי"ל אַז ס׳איז ע"ד 38
הסיפור פון חסידים וועגן כ"ק אדמו"ר
(מהורש"ב)
נ"ע
(אין דעם זמן פון תחלת נשיאותו)
:
אַ איד איז אַריין אויף יחידות צום רבי׳ן נ"ע און האָט געבעטן אַ ברכה אין אַן ערנסטן ענין,
ביי וועלכן ער האָט זיך גענויטיקט אין גרויס התעוררות רחמים.
אָבער דער רבי נ"ע האָט אים געענטפערט,
אַז ער קען אים ניט העלפן אין דעם.
נאָכן הערן אַזאַ ענטפער,
איז דער איד אַרויס פון רבי׳נס חדר און האָט זיך פאַנאַנדערגעוויינט מיט ביטערע טרערן.
גייענדיק אַ פאַרוויינטער האָט ער באַגעגענט דעם רז"א
(דער ברודער פון רבי׳ן נ"ע),
און אויף זיין שאלה פאַרוואָס ער וויינט אַזוי שטאַרק,
האָט דער איד אים דערציילט וואָס ס׳איז געשעהן און וואָס דער רבי האָט אים געענטפערט.
דער רז"א איז אַריין צו זיין ברודער דעם רבי׳ן
(ווי דערמאָנט,
איז עס געווען בתחלת ימי נשיאותו)
און האָט אים געזאָגט היתכן — אַז ווען מ׳קומט אַריין בעטן דיין ברכה,
זאָגסטו אַז דו קענסט אים ניט העלפן,
ביז אַז המבקש וויינט בדמעות שליש פון גרויס צער!
האָט דער רבי נ"ע אָנגעטאָן דעם גאַרטל און איבערגעגעבן,
אַז דער איד זאָל צו אים אַריינקומען נאָכאַמאָל — און ווען ער איז אַריין האָט דער רבי נ"ע אים געבענטשט און די ברכה איז מקויים געוואָרן בפועל.
לכאורה דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דער רבי נ"ע האָט אים געקענט העלפן
(כנראה פון דעם סיום המאורע),
פאַרוואָס האָט ער לכתחלה דאָס ניט געטאָן און נאָך אָפּגעזאָגט אין אַזאַ אופן אַז עס האָט אים געבראַכט לדמעות כו'?
נאָר די הסברה בזה
(בדרך אפשר)
איז ע"ד הנ"ל:
דער איד,
וואָס האָט געבעטן דעם רבי׳נס ברכה,
איז דעמולט ,
צוליב זיין מצב הרוחני,
געווען ניט מוכשר,
האָט ניט געקענט באַקומען אַזאַ גרויסע ברכה ווי דער מצב האָט געפאָדערט — ער איז ניט געווען אַ כלי דערצו.
און דערפאַר קען מען אים ניט העלפן.
אָבער דער ענטפער פון רבי׳ן,
האָט ביים אידן געפּועל׳ט אַ צעבראָכנקייט און ער האָט אויסגעגאָסן זיין האַרץ פאַרן אויבערשטן — דאָס האָט אויפגעטאָן אַז ער איז געוואָרן ווי אַ נייע מציאות,
אַ כלי צו ברכתו של הקב"ה דורך דעם רבי׳ן נ"ע.
ט.
אַ טיפערער ענין אין דעם:
ניט נאָר איז דאָס אַן ענין וואָס רופט אַרויס אַ טיפערע התעוררות תשובה,
נאָר בעומק הענין פעלט אויך ניט דערביי דער עילוי פון דעם בפועל:
דאָס וואָס מ׳איז זיך מונע פון די ענינים,
איז מנהג ישראל וואָס „ תורה היא " 28
— עס ווערט אַן ענין של קיום
(פועל)
התורה 39 ,
וואָס ער טוט מתוך שמחה רבה.
ווען קיום התומ"צ איז נאָר מצד טעם ודעת,
אָדער ווייל ער האָט אין דעם אַ געשמאַק — דאַן איז דאָ אַן אָרט צו דעם חילוק אַז מען קען ניט האָבן אַזאַ חיות אין
(אַ מנהג וועלכער איז)
„שלילה" — ווי אין אַן ענין של פועל.
[און דאָס איז דער חשבון פון דעם שטן — אַז סו"ס פעלט בעבודת בנ"י בפועל — ובפרט אַז י"ל אַז פון קלא פנימאה ווייס ער ניט,
ואפילו בנוגע מחשבה — איז דאָך אויך דאָ דרגות במחשבה 40 ].
אָבער באמתית הענין,
מצד רצון המלך,
איז ניטאָ קיין חילוק צווישן איין עבודה מיט אַ צווייטער 41 ,
ווען אַ איד איז מקיים מצוות דערפאַר וואָס „קדשנו במצותיו וציונו" — איז באַ אים קיין נפק"מ ניט,
אפילו ווען עס קוקט אויס אַז ער פאַרלירט אַן ענין טוב,
וויבאַלד אָבער אַז ער ווייס אַז דאָס גופא איז „תורה היא",
טוט ער דאָס מתוך שמחה רבה וטוב לבב 42 .
און דאָס גופא ברענגט די כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה למטה מעשרה טפחים,
בגשמיות וברוחניות גם יחד.
(משיחות יום שמח"ת ומוצאי ש"פ בראשית,
תשל"ט)