א.
בסיום פרשתנו 1
ווערט דערציילט,
אַז משה רבינו האָט אָנגעזאָגט די „לוים נושאי ארון ברית ה'": „לקוח את ספר התורה הזה גו׳ הקהילו אלי את כל זקני שבטיכם ושוטריכם ואדברה באזניהם גו'".
שטעלט זיך רש"י אויף „הקהילו אלי" 2
און איז מפרש: „ולא תקעו אותו היום בחצוצרות להקהיל את הקהל 3 ,
לפי שנאמר 4
עשה לך ולא השליט יהושע עליהם,
ואף בחייו נגנזו קודם יום מותו 5
לקיים מה שנאמר 6
ואין שלטון ביום המות".
בפשטות לערנט מען 7 ,
אַז די שאלה אין פסוק וואָס רש"י קומט פאַרענטפערן איז
(ווי רש"י אַליין זאָגט — „ולא תקעו אותו היום בחצוצרות להקהיל את הקהל")
: פאַרוואָס האָט מען ניט מקהיל געווען דעם קהל דורך די חצוצרות
(ווי עס שטייט אין פרשת בהעלותך 4
„עשה לך שתי חצוצרות גו׳ למקרא העדה")?
— און דער הכרח צו זאָגן אַז „הקהילו" מיינט ניט מקהיל זיין „כמשפט הידוע והיינו בחצוצרות" 8
— איז פון דעם 9
וואָס דער ציווי
(של משה)
„הקהילו" איז געווען צו די לויים ,
און די תקיעה בחצוצרות האָט געמוזט זיין דוקא דורך די כהנים,
„בני אהרן הכהנים " 10
—
עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י זאָגט „לפי שנאמר עשה לך ולא השליט יהושע עליהם" — יהושע מאן דכר שמי׳?
!
רש"י קומט דאָך פאַרענטפערן פאַרוואָס האָט משה ניט מקהיל געווען דעם קהל ע"י החצוצרות — האָט רש"י געדאַרפט זאָגן
(בקיצור)
„ולא תקעו כו׳ להקהיל את הקהל לקיים מה שנאמר ואין שלטון ביום המות"!
נאָך מער: דער מקור פון דעם פירוש רש"י איז אין תנחומא 11
(ומדרש רבה 12 )
אויפן פסוק 4
„עשה לך" 13
— אָבער דאָרט ווערט טאַקע דער ענין פון „לא השליט יהושע עליהם" ניט געבראַכט בנוגע דער הקהלה פון „אותו היום"
(שמת משה) 14 ,
נאָר אַז אין אַלגעמיין „לא
נשתמש בהן" — ווייל דער פסוק זאָגט „עשה לך ..
אתה משתמש בהן ואין אחר משתמש בהן,
תדע לך שהרי יהושע תלמידו של משה לא נשתמש בהן ..
כשבא להלחם ביריחו "; און ערשט דערנאָך,
אַלס חידוש בפ"ע ,
איז דער מדרש מוסיף: „ולא תאמר יהושע בלבד אלא משה רבינו עצמו עד שהוא בחיים נגנזו ..
הקהילו אלי ..
והיכן היו החצוצרות ..
אלא ..
נגנזו ..
לקיים מה שנאמר אין שלטון ביום המות".
איז תמוה: ווי קומט עס,
אַז דוקא רש"י,
וועלכער איז מפרש פשוטו של מקרא,
זאָל ברענגען די אריכות פון „לפי שנאמר ..
ולא השליט יהושע עליהם" בקשר צו דער הקהלה שע"י משה
(„הקהילו אלי")
!
[מפרשים 15
זיינען מבאר,
אַז „אם הי׳ יהושע שולט בהם אחרי מות משה היו תוקעים בהם אף אותו יום שמת משה",
און דערפאַר באַוואָרנט רש"י אַז „לא השליט יהושע עליהם".
אָבער דאָס פאַרענטפערט ניט לשון רש"י.
וואָרום רש"י האָט געדאַרפט לכל
לראש ענטפערן פאַרוואָס משה האָט זיך ניט באַנוצט מיט די חצוצרות
(— מצד „אין שלטון ביום המות"),
און דערנאָך מוסיף זיין,
אַז דאָס וואָס מען האָט זיי ניט גענוצט
(עכ"פ)
מצד יהושע,
איז ווייל „ולא השליט יהושע עליהם" — אָבער ניט אָנהויבן מיטן ענין פון „לפי שנאמר ..
ולא השליט יהושע עליהם"!].
ב.
אויך זיינען פאַראַן כמה דיוקים אין לשון רש"י בזה,
ובהם 16
:
א)
ווי פּאַסט דער לשון „שליטה" — „ולא השליט
(יהושע עליהם)
" — בנוגע די חצוצרות; רש"י האָט געדאַרפט זאָגן
(ע"ד לשון המדרש הנ"ל)
„ולא נשתמש בהן יהושע" וכיו"ב,
ובפרט אַז לויט כמה גירסאות שטייט
(אויך)
אין פרש"י אויף „עשה לך" 4
— „אתה עושה ומשתמש בהם ולא אחר".
ב)
פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אין דעם דיבור המתחיל דעם וואָרט „אלי" — רש"י איז דאָך נאָר מפרש,
לכאורה,
דעם
וואָרט „הקהילו",
אַז דער אופן ההקהלה איז ניט געווען ע"י חצוצרות.
ג.
איז דער ביאור בזה,
ובהקדים:
ס׳איז ידוע,
אַז ע"ד הרגיל איז דרכו של רש"י בפירושו על התורה
(ועל הש"ס)
ניט צו מפרט זיין די שאלה וואָס ער קומט פאַרענטפערן,
נאָר ער זאָגט גלייך דעם פירוש אין פסוק און בדרך ממילא פאַלט אָפּ די שאלה
(אָדער שאלות).
נאָכמער: אין פיל ערטער וואו ער הויבט אָן זיין פירוש מיט אַ שאלה,
איז עס ניט דערפאַר וואָס דאָס איז די שאלה עיקרית אין פסוק וועלכע ער קומט פאַרענטפערן,
נאָר אַז פון דעם תירוץ אויף דער שאלה ווערט בדרך ממילא פאַרענטפערט די שאלה עיקרית אין פסוק
(וועלכע רש"י איז ניט מפרט) 17 .
ועד"ז בנדו"ד: דאָס וואָס רש"י הויבט אָן זיין פירוש מיט „ולא תקעו אותו היום בחצוצרות" איז דאָס ניט די שאלה עיקרית אין פסוק
— ואדרבה: כמה פשטנים 18
לערנען אַז מיט „
(ויצו משה את)
הלוים גו׳ לקוח את ספר התורה הזה גו'" ווערן גע־
מיינט די כהנים
(ווי עס שטייט פריער 19
„ויתנה
(די ספר תורה)
אל הכהנים בני לוי גו'"),
ולפי"ז קען מען דאָך לערנען
(עכ"פ — ע"ד הפשט )
אַז דער „הקהילו" מיינט „כמשפט הידוע והיינו בחצוצרות" —
נאָר רש"י איז דאָ אויסן
(בעיקר)
אַ שאלה
(כללית)
אין די
(ביידע)
ווערטער „ הקהילו אלי "
(כדלקמן),
און אויף צו פאַרענטפערן די שאלה,
איז רש"י מפרש
(אַז דער „הקהילו" דאָ איז געווען אין אַן אופן פון)
„ולא תקעו אותו היום בחצוצרות להקהיל את הקהל",
און דורך דעם ביאור פאַרוואָס די הקהלה איז ניט געווען בחצוצרות,
ווערט בדרך ממילא פאַרענטפערט די שאלה כללית.
ד.
די שאלה
(אין די ווערטער „הקהילו אלי")
וואָס רש"י קומט ב אַוואָרענען איז:
גלייך בתחילת הסדרה 20
האָט שוין רש"י מפרש געווען: „לא אוכל עוד לצאת ולבוא ..
לא אוכל איני רשאי שנטלה ממני הרשות ונתנה ליהושע ",
און מיט עטלעכע פסוקים ווייטער 21
זאָגט רש"י אַ כלל: „דבר אחד לדור ולא שני דברים לדור".
קומט אויס,
אַז יהושע איז שוין געוואָרן 22
דער „דבר
(אחד)
לדור".
איז מוקשה: ווי קומט עס אַז די הקהלה פון אידן איז געווען דורך משה?
אמת טאַקע,
אַז משה רבינו האָט געוואָלט אַליין ריידן צו אידן,
„ואעידה בם את השמים ואת הארץ גו׳" 23
— אָבער דאָס מקהיל זיין דעם קהל איז דאָך שייך בלויז צום נשיא,
צום מנהיג הדור; און וויבאַלד אַז יהושע איז שוין געוואָרן דער „דבר
(אחד)
לדור" 24 ,
האָט ער געדאַרפט מקהיל זיין אידן און משה וואָלט צו זיי גערעדט.
[ועכ"פ האָט די הקהלה געדאַרפט זיין דורך ביידע צוזאַמען — ע"ד ווי דער דיבור
(ביי דער הקהלה)
צו אידן איז געווען דורך ביידן : „הוא והושע בן נון" 25
— אָבער ניט „הקהילו אלי ",
דער אלי
(משה)
זאָגט הקהילו,
וואָס איז שולל יהושע].
און כדי צו פאַרענטפערן די שאלה,
איז רש"י מקדים „ולא תקעו אותו היום בחצוצרות להקהיל את הקהל
(און איז גלייך מבאר בנוגע צו יהושע )
לפי שנאמר עשה לך
(און איז דערביי מדייק)
ולא השליט יהושע עליהם",
וואָס דאָס
(אַז „לא השליט יהושע עליהם")
איז מבאר בדרך ממילא פאַרוואָס די הקהלה איז געווען דורך משה,
כדלקמן.
ה.
אין דעם ענין פון „עשה לך,
ולא השליט יהושע עליהם" איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק:
דער דיוק „עשה לך" — „אתה עושה ומשתמש בהם ולא אחר" 26
— איז לכאורה נאָר שולל דעם שימוש מיט זיי דורך אַן איש אחר סתם; ווען עס רעדט זיך אָבער וועגן יהושע,
וועלכן „יפקוד ה׳ איש על העדה אשר יצא לפניהם גו׳" 27
דער מנהיג פון אידן,
רועה פון עדת ה׳ אַלס ממלא מקום פון משה רבינו — פאַרוואָס זאָלן די חצוצרות ניט איבערגיין צו יהושע׳ן
(אויף באַנוצן זיך מיט זיי „למקרא העדה")
פּונקט ווי די שליטה של משה איז אַריבער צו יהושע׳ן?
איז דערפון גופא געדרונגען 28
אַז ניט אַלע עניני משה זיינען אַריבער צו יהושע׳ן,
ווייל משה׳ס שליטה אויף אידן איז געווען אַ העכערע ווי יהושע׳ס
(ע"ד ווי רש"י האָט שוין פריער 29
געזאָגט: פני משה כחמה פני יהושע כלבנה).
און דאָס איז דער דיוק לשון רש"י „לא השליט יהושע עליהם" — יהושע האָט אויף זיי קיין שליטה ניט געהאַט,
ווייל ניט דער גאַנצער ענין השליטה פון משה איז איבערגעגעבן געוואָרן צו יהושע 30 .
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק,
אַז כל־זמן משה רבינו האָט געלעבט,
אפילו נאָכדעם ווי „נטלה ממני הרשות ונתנה
ליהושע",
האָט ניט קיין אָרט אַז יהושע זאָל זיין דער מקהיל פון אידן
(בפני משה רבינו) 31 ,
וויבאַלד עס זיינען געווען ענינים וועלכע זיינען ניט אַריבער ליהושע,
וואָס אין זיי איז נאָר משה געווען דער איינציקער שליט.
— און ערשט נאָכדעם ווי רש"י פאַרענטפערט די שאלה עיקרית ובההקהלה בכלל „הקהילו אלי"
(פאַרוואָס איז די הקהלה געווען „אלי",
דורך משה),
איז רש"י מפרש דעם פרט — האופן פון „הקהילו" — וואָס משה האָט זיך ניט באַנוצט מיט די חצוצרות?
און פאַרענטפערט „ואף בחייו נגנזו קודם יום מותו לקיים מה שנאמר ואין שלטון ביום המות".
ו.
פון יינה של תורה אין דעם פירוש רש"י:
לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: אמת טאַקע אַז די הקהלה האָט ניט געקענט זיין דורך די חצוצרות
(וואָס ווייזט אויף אַן ענין של שלטון)
— פאַרוואָס האָט אָבער געדאַרפט זיין נאָך אַ שינוי,
אַז אַנשטאָט אַז די כהנים זאָלן מקהיל זיין אידן,
איז עס געטאָן געוואָרן דורך די לויים?
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור הפנימי אין דעם ענין פון „אין שלטון ביום המות" — דלכאורה: ווי קומט עס אַז ביום המיתה זאָל ביי משה רבינו זיין אַן ענין של ירידה
(„אין שלטון")?
ביי צדיקים איז דאָך אדרבה: ילכו מחיל אל חיל 32 ,
אַז זיי ווערן נתעלה מיום ליום,
ומכ"ש אינעם יום
האחרון בחיים חיותו בעלמא דין 33
איז דאָך זיכער אַז משה רבינו איז געווען בתכלית העילוי; ובפרט ע"פ הידוע 34
אַז ביום מיתתו האָט ער דערגרייכט
(אויך)
דעם שער הנו"ן
(פון די חמשים שערי בינה שניתנו בעולם און ביז דעם טאָג איז ניתנו למשה חסר אחד 35
— שער הנו"ן).
וי"ל דעם ביאור אין דעם,
אַז דאָס וואָס „אין שלטון ביום המות" איז
(באַ צדיקים)
מצד דער מעלה פון יום המיתה,
אַז דאַן שטייט מען העכער פון ענין השלטון:
שליטה ווייזט אַז מען האָט אַ שייכות צו די אויף וועמען מ׳איז שולט.
אַ מלך איז טאַקע „משכמו ומעלה גבוה מכל העם" 36
— אפילו זיין „שכם" איז „גבוה מכל העם",
ועאכו"כ אַז „ראשו" איז העכער מכל העם — אָבער פונדעסטוועגן,
איז דאָס אַ הגבהה והתנשאות וועלכע האָט אַ שייכות און איז בערך צום עם,
און אין דעם באַשטייט ענין השליטה.
משא"כ ביום המיתה ווערט מען נתעלה באופן אַז מ׳איז אינגאַנצן העכער פון דעם עם,
ובמילא איז מען דעמאָלט ניט שייך צום ענין פון „שלטון" אַפ׳ן עם.
קען מען מיינען,
אַז וויבאַלד משה רבינו איז נתעלה געוואָרן אין אַ דרגא וואו ער איז אינגאַנצן העכער פון שליטה על ישראל,
איז ניטאָ ח"ו קיין שייכות וקשר צווישן משה און ישראל — זאָגט דער פסוק אַז אפילו ווי משה
רבינו שטייט אין דער דרגא
(ווי ער איז ביום מותו)
זאָגט משה „הקהילו אלי ",
צו משה׳ן.
ווייל אידן זיינען
(בעצם)
איין זאַך מיט
(דעם עצם פון)
משה רבינו.
ובלשון רש"י 37
: משה הוא ישראל וישראל הם משה.
און דאָס איז דער טעם
(פנימי)
פאַרוואָס די הקהלה איז געווען בלי חצוצרות: הקהלה בחצוצרות
(ווייזט אַז דאָס)
איז פאַרבונדן מיט יגיעה וטירחא; אָבער אין דער הקהלה פון אידן צו משה׳ן ווי ער שטייט ביום מותו
(ווען עס ווערט נתגלה זיין עצם )
— ווערט נתגלה די עצמיות׳דיקע שייכות פון אידן צו משה׳ן,
נתגלה און פּועל׳ט.
[און ווי חז"ל 38
זאָגן אַז ביי יעדן אידן איז „יראה 39
מילתא זוטרתי היא" דערפאַר וואָס „לגבי משה מילתא זוטרתי היא",
און ווי דער אַלטער רבי איז דאָס מבאר 40
אַז יעדער איד האָט אין זיך
„מבחינת משה רבינו ע"ה".
וואָרום אע"פ אַז ניט יעדערער איז מרגיש בחי׳ משה שבנפשו,
וויבאַלד אָבער אַז „משה הוא ישראל וישראל הם משה",
פּועל׳ט די בחינת משה אויף און אין יעדער אידן בדרך ממילא אַז „יראה מילתא זוטרתי היא"].
ועפ"ז יובן פאַרוואָס די הקהלה איז געווען דוקא דורך די לוים: דער חילוק צווישן כהנים און לויים איז 41
: כהנים זיינען בחי׳ חסד,
המשכה מלמעלה למטה,
און לויים זיינען בחי׳ גבורה,
העלאה מלמטה למעלה.
און דעריבער,
כדי צו מקהיל זיין אידן „ אלי " — צו משה׳ן ווי ער שטייט אין אַ העלאה ביום מותו,
העכער פון „שלטון" — איז עס דורך די לויים,
וואָס טוען אויף ביי אידן אויך די העלאה לדרגתו של משה.
(משיחת ש"פ נצו"י תשמ"ב)