B"H
🏡

Ikar

נצבים

א.

אין אָנהויב סדרה ווערט דערציילט וועגן דער כריתת ברית פון דעם אויבערשטן מיט אידן - „לעברך בברית ה”א גו’ למען הקים אותך היום לו לעם גו’” 1 .

שטעלט זיך רש”י אויף „למען הקים אותך היום לו לעם” און איז מפרש: כל כך הוא נכנס לטרוח למען קיים אותך לפניו לעם.

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דאָ רש”י מחדש אין דעם פירוש פון די ווערטער „למען הקים גו’”

(ווי מ’וואָלט זיי געלערנט אָן פירוש רש”י)?

מפרשים 2

לערנען,

אַז רש”י’ן איז שווער: דער צורך פון דער כריתת ברית איז דאָך געווען

(ניט „למען הקים גו’ לו לעם ”,

נאָר)

„כדי שיפחדו מהם ויקיימו את התורה” 3 ,

אַ כריתת ברית אויף שמירת המצות - איז וואָס זאָגט דער פסוק „לעברך בברית גו’ למען הקים גו’ לו לעם ”?

פאַרענטפערט רש”י,

אַז דער פסוק קומט ניט זאָגן דעם צוועק פון דער כריתת ברית,

נאָר דאָס איז אַ טעם פאַרוואָס „כל כך הוא נכנס לטרוח ”

(אויף דעם אויבערשטנ’ס טרחא צו כורת ברית זיין מיט אידן)

: היות אַז „דבר לך ונשבע לאבותיך שלא להחליף את זרעם באומה אחרת”

(ווי רש”י איז מבאר גלייך אין דעם דיבור־המתחיל שלאח”ז 4 ),

האָט דער אויבערשטער געמוזט כביכול כורת זיין אַ ברית מיט אידן אַז זיי זאָלן ניט

עובר זיין אויף תומ”צ,

וועט ער זיי ניט דאַרפן מרחק זיין פון זיך

(היפך פון זיין שבועה לאבותיך).

דאָס הייסט,

אַז דער „למען הקים גו’” באַציט זיך ניט צום „לעברך בברית גו’”

(אַז „הקים גו’” איז די מטרה פון דער כריתת ברית),

נאָר

(אַ טעם)

אויף „כל כך הוא נכנס לטרוח” - די טרחא של הקב”ה איז „למען”,

כדי צו פאַרזיכערן אַז אידן וועלן בלייבן „לו לעם ..

כאשר דבר לך גו’” 5 .

דער פירוש איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: דער ענין פון „הקים אותך גו’ לו לעם והוא יהי’ לך לאלקים” און שמירת המצוות זיינען דאָך תלוי זה בזה,

כמפורש בכמה פסוקים 6

- און ווי די מפרשים הנ”ל זאָגן אַליין דאָ גופא

(כנ”ל),

אַז אויב אידן וועלן ח”ו עובר זיין אויף תומ”צ,

וועט דער אויבערשטער זיי דאַרפן מרחק זיין

(היפך השבועה ש„אינו יכול להבדל מכם” 7 )

-

איז פאַרוואָס דאַרף מען מחדש זיין און לערנען אַז דער „למען הקים גו’” באַציט זיך

( ניט אויף המפורש בכתוב „לעברך בברית גו’”,

נאָר)

אויף „כל כך הוא נכנס לטרוח כו’”,

וואָס שטייט ניט אין פסוק - בשעת מען קען לערנען כפשוטו

(און במילא דאַרף עס רש”י גאָרניט זאָגן),

אַז די מטרה פון „לעברך בברית גו’” - די כריתת ברית אויף שמירת המצוות - איז „למען הקים

אותך גו’ לו לעם והוא יהי’ לך לאלקים”

(אַז דורך קיום התומ”צ,

זאָלן אידן ווערן „לו לעם” און דער אויבערשטער - „לך לאלקים”) 8 .

ב.

נאָך אַ זאַך איז ניט גלאַטיק לויטן פירוש הנ”ל: לפירוש זה קומט אויס,

אַז דער חידוש פון רש”י איז ניט אין די ווערטער „הקים אותך היום לו לעם”,

נאָר בלויז אין וואָרט „למען”

- אַז דאָס באַציט זיך ניט צום „לעברך בברית גו’” וואָס שטייט אין פריערדיקן פסוק,

נאָר אויף „כל כך הוא נכנס לטרוח”

[אָדער,

אַז דער „למען” דאָ מיינט ניט „בשביל”

(די מטרה ותכלית בעתיד ),

נאָר „לפי” - ס’איז אַ נתינת טעם אויפ’ן עבר ,

פאַרוואָס „כל כך הוא נכנס לטרוח” 9 ]

-

עפ”ז אָבער - צ”ע פאַרוואָס דאַרף רש”י מעתיק זיין פון פסוק אין זיין ד”ה ,

און דערנאָך בגוף פירושו די אַלע ווערטער „

(למען)

קיים אותך לפניו לעם”?

נאָך מער: רש”י איז משנה פון לשון הכתוב:

(א)

אין פסוק שטייט „הקים”,

און רש”י זאָגט „ קיים ” 10 .

(ב)

דער פסוק זאָגט „לו לעם”,

און רש”י איז משנה -„ לפניו לעם”.

(ג)

רש”י איז משמיט דעם וואָרט „היום”.

פון דעם איז מוכח,

אַז דער חידוש אין פירוש רש”י דאָ,

איז ניט אין די ווערטער „כל כך הוא נכנס לטרוח”

(מיט וועלכע ער הויבט אָן פירושו),

נאָר טאַקע אין די ווערטער „

(למען)

קיים אותך לפניו לעם”: ער מיינט ניט מעתיק זיין דעם פסוק 11 ,

נאָר - צו מפרש זיין דעם פשט אין פסוק,

אַז דער טייטש פון „הקים” אין דעם פסוק איז - „קיים”,

און „לו לעם” מיינט - „לפניו לעם”.

ג.

דער ביאור בזה: רש”י’ן אַרט דאָ אַ קשיא פשוטה:

ווי קען מען זאָגן אַז די כריתת ברית איז „למען הקים אותך היום לו לעם” -אַז אידן ווערן „ היום ”

(אין דעם טאָג ווען „כינסם משה לפני הקב”ה ביום מותו” 12 )

אויפגעשטעלט אַלס אַן עם להקב”ה -בעת אידן זיינען שוין פון לאַנג,

ביי מתן תורה,

געוואָרן אַן עם,

כמפורש בכמה פסוקים 13 ?

[וואָס דערפאַר,

ווען דער פסוק 14

זאָגט „היום הזה נהיית לעם”,

באַוואָרנט גלייך רש”י אַז דאָס מיינט ניט אַז אין יענעם טאָג „נהיית לעם”,

נאָר - „בכל יום יהיו בעיניך כאילו היום באת עמו בברית”; ועד”ז אויפן פסוק 15

„היום הזה ה”א מצוך גו’” איז רש”י מפרש „בכל יום יהיו בעיניך חדשים כאילו בו ביום נצטוית עליהם”

(און דערפון איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דאָס איז אויך דער טייטש אין „את ה’ האמרת היום גו’ וה’ האמירך היום להיות לו לעם סגולה” 16 ,

וואָס

קומט בהמשך 17

צו „היום הזה ה”א מצוך גו’”].

פאַרענטפערט רש”י,

אַז „למען הקים גו’” מיינט ניט צו „אויפשטעלן”,

נאָר -„ קיים ”,

צו אויפהאַלטן אידן אַלס אַן „עם”

(וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ פעולה פון דעם אויבערשטן)

:

די כריתת ברית פון מ”ת האָט אויפגעטאָן אַז אידן זיינען געוואָרן אַן עם פאַרבונדן מיטן אויבערשטן,

אָבער עס איז דאָך מעגלעך אַז דערנאָך -אויב די הנהגה פון אידן שפּעטער

(אָדער אין שפּעטערדיקע דורות)

וועט ניט זיין כדבעי ח”ו - זאָל ווערן אין דעם אַ שינוי 18

;

איז דער אויפטו פון דעם ברית -„למען קיים אותך כו’ לעם”: עס האָט אַריינגעבראַכט אַ קיום 13

אין דעם ברית בין ישראל להקב”ה לעד ולעולמי עולמים 19 .

עפ”ז ווערט אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דוקא ביי דעם ברית איז מודגש אַז ער איז

(ניט נאָר מיט „את אשר ישנו פה” 20 ,

נאָר)

אויך מיט „את אשר איננו פה” 20

- „עם דורות העתידים להיות” 21 .

ד.

פרעגט אָבער אַ בן חמש למקרא: וויבאַלד אַז אין דעם ערשטן ברית האָט יאָ געקענט זיין אַ שינוי - איז מאי אולמי’ האי מהאי,

מיט וואָס איז דער ברית אַנדערש און שטאַרקער - אַז אין אים קען ניט ווערן קיין שינוי?

איז רש”י מקדים „כל כך הוא נכנס לטרוח”: ביים דעם ברית איז דער אויבערשטער אַריינגעגאַנגען אין אַ טרחא מיוחדת,

ער האָט זיך ספּעציעל אַריינגעלייגט ,

כביכול,

אין דער כריתת ברית

- ווי דער פסוק זאָגט „ לעברך בברית”,

וכפרש”י „דרך העברה”,

אַז

(אויך)

דער אויבערשטער 22

איז,

כביכול,

„דורכגעגאַנגען” צווישן די „מחיצה מכאן ומחיצה מכאן”;

און אויך אַז דעם ברית האָט ער פאַרבונדן אויך מיט „ אלתו ” -

ובמילא האָט עס געהאַט אַ פעולה מוחלטת

(אויך)

אויף אידן

(וואָס דעריבער איז אין דעם ניט שייך קיין שינוי מצדם).

און דעם אויפטו אין אידן דורך דעם ברית איז רש”י מדגיש דערמיט וואָס ער איז

( משנה פון לשון הכתוב „לו לעם”,

און איז)

מדייק

(אַז דאָס מיינט)

„למען גו’ לפניו לעם”:

דער חילוק צווישן „לו לעם” און „לפניו לעם”: „לו לעם” מיינט,

אַז דער „עם” געהערט צום אויבערשטן,

ס’איז זיינער אַן עם; „ לפניו לעם” מיינט,

אַז דער „עם” איז ניט נאָר זיינער

(אָבער ער קען זיין בריחוק פון אים),

נאָר זיי זיינען

און שטייען „לפניו” - זיי זיינען און שטייען פאַר אים

(- צוזאַמען מיט אים).

ע”ד ווי עס שטייט אין התחלת הסדרה „אתם נצבים היום כולכם לפני ה”א גו’”.

און דערפאַר זיינען ניט שייך קיין שינויים אין דעם ברית: ווען מען איז בלויז „לו לעם”,

אָבער זיי קענען זיין אויך בריחוק פון דעם אויבערשטן,

גיט עס אַן אָרט אַז זיי זאָלן ניט פילן ווי זיי זיינען אַן עם וואָס דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן,

ובמילא קענען פאָרקומען דערינען שינויים; אָבער דורך דעם וואָס דער אויבערשטער מאַכט „קיים” אַז אידן זאָלן

(אַלעמאָל)

זיין און שטייען „ לפניו לעם”,

צוזאַמען מיט אים - איז מען פאַרזיכערט אַז עס וועט ניט זיין קיין שום חלישות אין דער כריתת ברית.

ה.

אין דעם פירוש רש”י זעט מען בולט,

ווי רש”י בפירושו על התורה,

צוזאַמען דערמיט וואָס „אני לא באתי אלא לפשוטו” 23 ,

און יעדער וואָרט איז נויטיק צוליב הבנת פשוטו של מקרא - האָט ער אין די זעלבע ווערטער אויך מרמז געווען ענינים פון „יינה של תורה” 24 .

דער ענין אין פרש”י ע”ד הפשט ,

אַז דער אויפטו פון דעם ברית באַשטייט אין דעם וואָס אידן זיינען געוואָרן „ לפניו לעם” - ווערט מבואר נאָכמער און איז מתאים מיטן פירוש פון אַלטן רבי’ן

(אין לקוטי תורה פון היינטיקער סדרה 25 ),

אין דעם וואָרט „עם”,

אַז דאָס מיינט

[ניט ווי דער טייטש פון „עם” בכמה מקומות - „מלשון עוממות שהם

דברים נפרדים וזרים ורחוקים ממעלת המלך” 26

- נאָר פאַרקערט]

„עמו שהם אנשים כמותו ומתייחסים אליו”,

און „למען הקים אותך גו’ לו לעם” איז דאָס וואָס דער אויבערשטער הויבט אויף אידן „עד בחי’ מחשבה העליונה”.

ו.

נאָך אַן ענין פון יינה של תורה שבפירוש רש”י:

אויף „אתם נצבים היום” זאָגט דער אַלטער רבי 27 ,

אַז „ היום קאי על ראש השנה”,

און איז מבאר אַז יעדער ראש השנה דאַרף זיין דער

(זכרון ה)

ברית צווישן אידן מיטן אויבערשטן.

עד”ז איז ער מבאר 28

די פסוקים הנ”ל

(אין פ’ תבא)

„היום הזה ה”א מצוך גו’ את ה’ האמרת היום גו’ וה’ האמירך היום להיות לו לעם סגולה גו’” - אַז דאָס גייט אויף דער כריתת ברית וואָס ווערט אויפגעטאָן בראש השנה.

וע”פ האמור לעיל,

אַז די צוויי פסוקים זיינען צוויי אופנים אין דער כריתת ברית צווישן אידן מיטן אויבערשטן - „ להיות לו לעם” און „הקים

( קיים )

אותך גו’ לו

( לפניו )

לעם” - קומט אויס,

אַז בר”ה ווערן אויפגעטאָן ביידע ענינים הנ”ל 29 .

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין די הערות פון טאַטן אויף

זהר 30 ,

וואו ער איז מפרש אַז

(אויך)

דער פסוק 14

„היום הזה נהיית לעם” גייט אויף ראש השנה,

וז”ל:

ודע שהפסוק הזה יל”פ שקאי על ר”ה.

זהו היום הזה שקאי על היום דר”ה

(שנק’ זה כמ”ש 31

זה היום תחלת מעשיך והוא למעלה מן בכ”ה באלול נבה”ע ..)

ואז נהיית לעם כמ”ש למען הקים אותך היום להיות 32

לו לעם שקאי על ר”ה ועיין בלקו”ת בד”ה אתם נצבים היום ע”ש.

דאַרף מען פאַרשטיין: דער עצם צושטעל פון די צוויי פסוקים - „ נהיית לעם” און „למען הקים אותך גו’” - קען מען פאַרשטיין,

ווייל דאָ איז מען נאָר אויסן אַ ראי’ אויף כללות הענין,

אַז דער „ היום הזה נהיית לעם ” האָט אַ שייכות מיטן טאָג פון ר”ה,

און דאָס

(אַז „היום” גייט אויף ר”ה)

געפינט מען בפירוש

(אין לקו”ת)

אויף דעם פסוק „למען הקים אותך היום לו לעם ” 33 .

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין די ראי’ אַז „היום הזה” גייט אויף ר”ה ווייל ר”ה „נק’ זה”: דאָס וואָס „היום” גייט אויף ר”ה איז דאָך ניט ווייל ר”ה „נק’ זה”,

נאָר ווייל דער וואָרט „היום” גופא איז מרמז אויף ר”ה

(בלשון פון אַלטן רבי’ן 34

: בכל מקום שנאמר היום הוא ראש השנה)

- און ווי דער רמ”ז 35

(וואָס ווערט אָנגעצייכנט אין לקו”ת 36 )

איז מבאר,

אַז „נקרא היום לפי שהוא יום הששי שבו נברא אדה”ר היום הידוע ” -

אָבער דער טאַטע זאָגט אַז „היום הזה נהיית לעם” גייט אויף ר”ה ווייל „נק’ זה”,

און ניט

(נאָר)

מצד דעם וואָרט „היום”?

די תמי’ איז נאָך שטאַרקער: אין דער הערה גופא ברענגט ער גלייך דערנאָך

(כנ”ל)

דעם פסוק „למען הקים אותך היום לו לעם” - „שקאי על ר”ה” -און דאָרט 37

שטייט ניט „

(היום)

הזה ”

(ועד”ז שטייט ניט „הזה” אין פסוק „אתם נצבים היום” וואָס - „קאי על ר”ה”)

!

נאָר - אין ראש השנה עצמו זיינען דאָ צוויי בחינות: איין בחינה וואָס ווערט אָנגערופן „זה” - און אין פסוק „היום הזה נהיית לעם”

(אויף וועלכן דער טאַטע שטעלט זיך)

איז נוגע די בחינה אין ר”ה; און אַ צווייטע בחינה וואָס ווערט אָנגערופן „היום”

(סתם),

ווי אין פסוק „אתם נצבים היום ..

למען הקים אותך היום לו לעם”.

ז.

דער ביאור בזה:

אע”פ אַז

(אויך)

„היום”

(סתם,

אָבער)

בה”א הידיעה,

ווייזט אויף אַ „יום הידוע” - קומט עס אָבער ניט צו דעם ענין פון „היום הזה ”,

וואָס ווייזט אַז ניט נאָר איז ער אַ „יום הידוע”

(בשכל וכו’),

נאָר

„ זה ” - מ’קען אָנווייזן אויף אים

(מראין ..

באצבע 38 ).

וואָס דאָס איז אויך דער ביאור אין דעם שינוי לשון אין פירוש רש”י על התורה:

אויפן פסוק

(בפ’ ואתחנן 39 )

„אשר אנכי מצוך היום” איז רש”י מפרש: „לא יהיו בעיניך כדיוטגמא ישנה ..

אלא כ חדשה”

(מיט אַ כ”ף הדמיון)

; משא”כ אויפן פסוק אין פ’ תבא

(הנ”ל)

„היום הזה ה”א מצוך” זאָגט ער: „בכל יום יהיו בעיניך חדשים ” - אָן אַ כ”ף הדמיון 40

; ועד”ז אין פסוק

(בפ’ יתרו 41 )

„ביום הזה באו מדבר סיני” זאָגט רש”י „שיהיו דברי תורה חדשים עליך”.

וע”פ הנ”ל י”ל הטעם: אין פ’ יתרו ותבא,

וואו אין פסוק שטייט „היום הזה ”,

„ביום הזה ” - איז דאָס מדגיש,

אַז דער טאָג פון מ”ת איז ביי אים מאיר בגלוי -ער איז „מראה באצבע”

(ער זעט עס פאַר זיינע אויגן),

ובמילא זיינען ביי אים די דברי תורה

(פון מ”ת)

„חדשים” ממש;

משא”כ אין פ’ ואתחנן וואו עס שטייט ניט „הזה”,

פירושו אַז דער טאָג פון מ”ת

איז פאַראַן

(און „ידוע”)

בכל יום,

וויבאַלד אָבער עס איז ניט אין אַן אופן פון „זה”

(מראה באצבע),

איז עס נאָר „ כ חדשה”,

מיט אַ כ”ף הדמיון 42 .

ח.

עד”ז זיינען דאָ די צוויי בחינות אין ראש השנה,

ווי מען זאָגט 31

אויף ראש השנה

(א)

„זה היום תחלת מעשיך”,

(ב)

„זכרון ליום ראשון” 43

:

„ זה היום תחלת מעשיך” גייט אויף יום ששי למעשה בראשית,

יום בריאת האדם ,

וואָס דעמאָלט האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון „ זה ” 44

- אלקות זאָל זיין בגילוי דאָ למטה,

ווייל גילוי אלקות אין אַן אופן פון „זה” - איז דאָ דוקא ביי

(נשמת ה)

אדם.

(זכרון ל)

יום ראשון ” גייט אויף כ”ה אלול

(יום ראשון דמעשה בראשית),

וואָס איז בחי’ „ כה ”: אין דעם טאָג האָט זיך אויפגעטאָן דער

(עיקר)

חידוש העולם ,

עס איז אָבער געווען אין אַן אופן פון „כה”

(„ כ חדשה”)

- וואָס ווייזט אַז מ’זעט ניט די זאַך אַליין,

מ’זעט בלויז אַ „דמות”

(אַן אָפּשפּיגלונג פון דער זאַך)

- אין וועלט האָט זיך ניט געזען דער חידוש באופן פון מראין באצבע; דער כח אלקי וואָס האָט באַשאַפן,

מחדש געווען די מציאות העולם איז

(מצ”ע)

בהעלם אין וועלט.

אָבער איצט ווערט אויך דער ענין,

דער חידוש פון „יום ראשון” - בריאת העולם

(וואָס האָט זיך אויפגעטאָן בפעם הראשונה בכ”ה אלול),

אויפגעטאָן ביום ראש השנה - ווייל איצט זיינען אַלע המשכות תלויות במעשה האדם,

אויך די בריאת העולם ווערט נתחדש בראש השנה - יום בריאת האדם.

ט.

דאָס וואָס ראש השנה האָט אויך דעם ענין,

אַז דעמאָלט ווערט נתחדש בריאת העולם

(„כה”),

איז ניט אַ זייטיקער,

צוגעגעבענער ענין

(צו מהותו העיקרי

(יום ששי למע”ב,

יום בריאת האדם))

- נאָר דאָס קומט אַלס תוצאה דערפון וואָס בר”ה ווערט נתחדש דער ענין פון „ זה היום תחלת מעשיך”,

דער גילוי אלקות וואָס איז שייך צום אדם.

ווי עס ווערט געבראַכט 45

דערויף אַ משל פון „אדם שעושה מלאכה מצד איזה תענוג ורצון שיש לו בה”,

איז ווען ער ווערט פאַרמאַטערט פון דער מלאכה,

דאַרף מען מעורר זיין מחדש זיין תענוג אין דער מלאכה,

און דורך דעם וואָס ער באַקומט נאָכאַמאָל אַ תענוג אין דער מלאכה,

ווערט בדרך ממילא אַ חיזוק אין דער עשיית המלאכה,

אַז זי זאָל ניט זיין „ברפיון ידים”.

ועד”ז איז בראש השנה: בר”ה איז „תמליכוני”,

מען איז ממשיך דעם תענוג דלמעלה אין ענין המלוכה,

וואָס דאָס איז די השפעה פנימית 46

מלמעלה

(מהות אלקות - „זה”)

וואָס איז פאַרבונדן מיט אידן

(אדם)

דוקא; און דורך

דעם ווערט אויך אויפגעטאָן בדרך ממילא דער חידוש פון בריאת וחיות העולם

(די עשי’).

ומובן,

וויבאַלד אַז דער חידוש פון בריאת וחיות העולם בראש השנה קומט

(ניט אַלס אַ זאַך מצד עצמו,

ווי בכ”ה באלול,

נאָר)

אַלס תוצאה פון דער התחדשות השפעה פנימית צו אידן,

איז דאָס לגמרי העכער 47

פון דעם חידוש העולם ווי ער איז געווען בכ”ה אלול:

דער ענין פון חידוש העולם וואָס טוט זיך אויף בראש השנה,

איז ניט נאָר אַז עס זאָל זיין אַ וועלט,

נאָר אַז אין וועלט זאָל זיין גילוי אלקות 48

(דער „זה” פון ר”ה ווערט נמשך אין דעם „כה”).

ע”ד ווי ביום ששי למעשה בראשית,

וואָס אדם הראשון האָט ניט נאָר אַליין ממליך געווען דעם אויבערשטן אַלס מלך,

נאָר ער האָט פועל געווען אויף אַלע נבראים אַז „בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה’ עושנו” 49 .

[אעפ”כ איז דאָ אַ חילוק גדול צווישן דעם גילוי אלקות שבהאדם און דעם גילוי אלקות אין וועלט.

ביי דער נשמה פון אַ אידן איז דאָ ראיית מהות אלקות,

„זה”; משא”כ אין וועלט,

איז אויך ווען ס’איז מאיר אלקות,

איז דער אור ניט בגילוי כ”כ,

און ער איז מאיר בלויז אין אַן אופן פון „דמות”,

כנ”ל].

יו”ד.

אָט די שלימות וואָס ר”ה

(יום בריאת האדם,

„זה”)

טוט אויף אין דעם ענין פון חידוש העולם

(אַז אויך אין וועלט זאָל אלקות זיין בגילוי),

איז ניט נאָר אַ בדרך־ממילא’דיקע תוצאה פון

ענין העיקרי דר”ה,

נאָר דאָס אַליין איז אַן ענין עיקרי אין ראש השנה

[ביז אַז דער עיקר הדין פון ר”ה איז „על הגופות” 50 ,

אויף ענינים גשמיים -וואָס איז פאַרבונדן דערמיט וואָס די התגלות פון „ פנימיות רצון העליון” דאַרף נמשך ווערן „למטה להתלבש בגשמיות” 51 ].

ווייל אע”פ אַז דער גילוי אלקות אין אַן אופן פון „זה”

(ווי דאָס איז אין דעם אדם),

איז פיל העכער פון דעם גילוי וואָס ווערט אויפגעטאָן אין וועלט,

כנ”ל - פונדעסטוועגן,

איז די שלימות ענין הגילוי ווען עס נעמט דורך אַלע ענינים,

אויך די נידעריקע מדריגות אין וועלכע עס איז ניט אַ ראיית מהות אלקות,

נאָר בלויז אַ גילוי אין אַן אופן פון „כה” 52 .

וע”ד מ”ש הרמב”ם 53 ,

אַז „כשם שהחכם ניכר בחכמתו כו’ כך צריך שיהי’ ניכר במעשיו במאכלו כו’”: דער סימן פון אַן אמת’ן חכם,

איז ווען זיין חכמה איז ניכר

(ניט נאָר דאָרטן וואו זיין מהות חכמה איז בגילוי,

בלימודו,

נאָר)

אויך אין די ענינים תחתונים שבו,

וואָס האָבן לכאורה קיין שייכות ניט מיט „חכמתו” - אַז זיי ווערן געטאָן בהתאם צו חכמתו.

יא.

ע”פ כל הנ”ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות צווישן דער כריתת ברית „להיות לו לעם”,

„נהיית לעם” - מיט „היום הזה ”

(בחי’ זה),

און צווישן דער כריתת ברית „למען הקים גו’ לו לעם” מיט „היום”

(סתם,

בחי’ כה)

:

די צוויי בחינות פון „זה” און „כה” אין דעם אדם עצמו,

זיינען נשמתו וגופו

(אָדער - עצם נשמתו,

און חלק הנשמה המתלבש בגוף).

ביי מ”ת האָט זיך אויפגעטאָן דער עצם הברית צווישן אידן מיטן אויבערשטן

(„נהיית לעם”),

וואָס דאָס איז בעיקר מצד הנשמה - וואָס ביי איר איז אלקות מאיר בגילוי אין אַן אופן פון „זה”; און כל זמן אידן זיינען געווען אין מדבר אויסגעטאָן פון גשמיות העולם,

איז דער ברית פאַר זיי געווען מספיק צו אָנהאַלטן די התקשרות מיט הקב”ה;

בשעת אָבער זיי האָבן געדאַרפט אַריינגיין אין א”י,

אַן ארץ נושבת,

איז ניט גענוג די כריתת ברית שמצד הנשמה

(עצמה).

כדי זי זאָל האָבן אַ קיום אויך ווען אַ איד לאָזט זיך אַראָפּ אין ענינים גשמיים כו’,

איז דאָס דורך דעם וואָס די כריתת ברית שמצד הנשמה ווערט אויפגעטאָן אויך אין דער נשמה המלובשת אין גוף,

ועי”ז - מיטן גוף עצמו,

אַז אויך אין דעם מצב זאָלן זיי זיין „ לפניו לעם” 54

(ע”ד הנ”ל,

ווי

בחי’ „זה” ווערט נמשך און טוט אויף אין בחי’ „כה”),

און דאָס איז גורם אַז די כריתת ברית זאָל האָבן אַ קיום 55

נצחי,

אין אַלערליי מצבים וואָס אידן געפינען זיך.

און דעריבער,

בכל שנה ושנה ווען עס קומט די צייט פון ראש השנה און די כריתת ברית ווערט נתעורר מחדש,

זיינען אידן בטוח

(און שוין פון ערב ראש השנה) 56

אַז זיי וועלן זוכה זיין בדין,

און נוסף אויף די ענינים רוחניים

(שמצד הנשמה),

אויך אין ענינים גשמיים,

כפשוטם

(וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן גוף),

אַז עס ווערט נמשך לכל אחד ואחת מישראל אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,

סיי אין ענינים גשמיים - בני חיי ומזוני רוויחי כפשוטם,

סיי אין ענינים רוחניים,

ובגשמיות וברוחניות גם יחד,

ובטוב הנראה והנגלה.

(משיחות מוצש”ק פ’ נצבים תשל”ח,

ש”פ תבוא תש”מ)

Reader controls and commentary are loading.