B"H
🏡

Ikar

תבא א

א.

אויף דעם פסוק 1

„וה׳ האמירך היום להיות לו לעם סגולה כאשר דבר לך" שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „כאשר דבר לך" און איז מפרש: „והייתם לי סגולה" 2 .

דערנאָך שטעלט זיך רש"י אין צווייטן פסוק אויף די ווערטער „ולהיותך עם קדוש כאשר דבר" און איז מפרש: „והייתם 3

לי קדושים" 4 .

דאַרף מען פאַרשטיין: אויב רש"י דאַרף ניט מעתיק זיין פון פסוק וואָס דער „דבר" איז

(ווייל דאָס שטייט דאָך אין פסוק מפורש: „להיות לו לעם סגולה") 5 ,

נאָר — וואו געפינט מען דעם „דבר" פריער — פאַרוואָס איז ער עס מעתיק ביים צווייטן מאָל 6 ?

און אויב ס׳איז יע נויטיק צו מעתיק זיין אויך וואָס דער „דבר" איז — האָט ער דאָס געדאַרפט מעתיק זיין אויך ביים ערשטן מאָל 7 ?

ב.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין וואָס רש"י טייטשט

(אין צווייטן דיבור)

אַז „כאשר דבר" מיינט „והייתם לי קדושים" פון פ׳ קדושים:

נאָך „והייתם לי סגולה" וואָס רש"י בריינגט

(פון פ׳ יתרו),

איז ער ממשיך דאָרט 8

: „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש " — איז פאַרוואָס לערנט רש"י אַז דער „כאשר דבר"

(אין צווייטן פסוק)

מיינט אַן אַנדער דיבור פון דעם אויבערשטן

(„והייתם לי קדושים"),

ניט דעם וואָס שטייט צוזאַמען מיט „והייתם לי סגולה" — וואָס אַזוי לערנען טאַקע כמה מפרשי התורה 9 ?

נאָך מער: לויט די מפרשים איז גלאַט דער המשך דאָ אין פסוק 10

: אויף די ווערטער „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים" וואָס שטייט אין פ׳ יתרו,

טייטשט רש"י „שרים" — עפ"ז קומט במילא אויס,

אַז די אַלע פרטים דאָ אין די פסוקים

„להיות לו לעם סגולה ולתתך עליון על כל הגוים,

ולהיותך עם קדוש" זיינען בהתאם צו די דריי פרטים אין דעם „דבר" פון אויבערשטן דאָרטן בפ׳ יתרו: להיות לו לעם סגולה — והייתם לי סגולה מכל העמים; ולתתך עליון על כל הגוים — ואתם תהיו לי ממלכת כהנים

( שרים )

; און „ולהיותך עם קדוש" — „וגוי קדוש".

ג.

לכאורה יש לומר,

אַז דער טעם וואָס רש"י ברענגט ניט דעם פסוק „וגוי קדוש" אויף „ולהיותך עם קדוש גו' כאשר דבר",

איז ווייל דעמאָלט איז דאָך דאָס דער זעלבער „כאשר דבר",

און דער פסוק וואָלט דאָ ביי „ולהיותך עם קדוש" ניט געדאַרפט איבער׳חזר׳ן נאָכאַמאָל „כאשר דבר".

ס׳איז אָבער אַ דוחק,

וויבאַלד ס׳איז דאָ אַ הפסק „ולשמור כל מצותיו".

ועוד — לויט דעם איז דער פסוק דורש ביאור

(און רש"י האָט עס געדאַרפט באַוואָרענען)

: פאַרוואָס מיינט דער פסוק אַ צווייטן דיבור,

און דערפאַר חזר׳ט ער איבער נאָכאַמאָל „כאשר דבר",

און ניט דעם „גוי קדוש" בפ׳ יתרו,

וואָס קומט בהמשך צו „והייתם לי סגולה"?

אויך דאַרפן פאַרשטיין:

דער פסוק וואָס רש"י ברענגט שטייט בסיום פ׳ קדושים — און מען געפינט שוין פריער דעם לשון: „קדושים תהיו"

(בר"פ קדושים)

און נאָך פריער „והתקדשתם והייתם קדושים"

(בס"פ שמיני 11 ).

פאַרוואָס ברענגט רש"י דעם שפּעטערדיקן פסוק 12 ?

ס׳איז שווער צו פאַרענטפערן אַז וויבאַלד אין דעם פסוק

(בפרשתנו)

שטייט „ולהיותך עם קדוש לה׳ אלקיך ",

דעריבער ברענגט ער אַ פסוק וואו עס איז אויך מפורש „והייתם לי קדושים",

משא"כ די אַנדערע פסוקים הנ"ל וואו דער לשון איז „קדושים" סתם,

און ס׳איז ניט מודגש אַז די קדושה איז „לי" —

ווייל לפ"ז וואָלט רש"י געדאַרפט מעתיק זיין פון פסוק דאָ אויך די ווערטער „לה׳ אלקיך".

וויבאַלד רש"י איז מעתיק בלויז „ולהיותך עם קדוש כאשר דבר"

(און לאָזט אויס די ווערטער

(„לה׳ אלקיך")

וועלכע שטייען צווישן זיי — און ער איז אפילו זיי ניט מרמז מיט „וגו׳" 13 )

— איז מוכח,

אַז דער „כאשר דבר" באַציט זיך צום „ולהיותך עם קדוש" און איז דערביי ניט אויסן צו מדגיש זיין דעם פרט פון „לה׳ אלקיך".

ד.

וי"ל הביאור בזה:

בהשקפה ראשונה איז דאָ אין פסוק ניט גלאַט: „ולהיותך עם קדוש גו׳" איז בתוכנו די זעלבע זאַך ווי „להיות לו לעם סגולה",

זיי זיינען מתאר ווי דער „עם ישראל" איז אויסגעטיילט פון אַלע פעלקער: „עם סגולה" — „עם קדוש" —

האָבן זיי געדאַרפט שטיין צוזאַמען גלייך איינער נאָכן צווייטן 14

;

פון דעם וואָס „ולהיותך עם קדוש" שטייט אין אַ צווייטן פסוק,

ובסיומו —

נאָכדעם ווי ער איז מפסיק מיט „ולשמור כל מצותיו",

וואָס רעדט וועגן דער פעולה פון אידן מפני הציווי 15

(און ניט אַן ענין של תואר ומעלה ביחס צו כל הגוים) 16 ,

איז מובן אַז „עם סגולה" און „עם קדוש" דאָ — זיינען צוויי גאָר באַזונדערע ענינים;

ובמילא קען מען ניט לערנען אַז „ולהיותך עם קדוש גו׳ כאשר דבר" מיינט דעם „גוי קדוש" וואָס שטייט בפ׳ יתרו,

וואָרום דאָרטן איז דאָס אַן ענין וואָס קומט בהמשך ותוכן אחד מיט „והייתם לי סגולה מכל העמים".

ה.

אין וואָס באַשטייט דער חילוק צווישן „ולהיותך עם קדוש" און „והייתם לי סגולה מכל העמים" — נעמט עס רש"י אַרויס פון דעם וואָס אין ערשטן פסוק שטייט „כאשר דבר לך ",

און באַ „ולהיותך עם קדוש" שטייט „כאשר דבר"

(בלי דעם וואָרט „לך").

די הסברה בזה: רש"י האָט שוין מפרש געווען פריער אין פ׳ ויצא 17

: „דברתי לך — לצרכך ועליך מה שהבטחתי לאברהם על זרעו לך הבטחתי וכו׳ וכן כל לי ולך ולו ולהם הסמוכים אצל דבור משמשים לשון על " 18 .

דערפון איז מובן בנדו"ד,

אַז דער פירוש „כאשר דבר לך" מיינט ניט „אַזוי ווי ער האָט גערעדט צו דיר",

צו אידן

[ובפרט אַז לפ"ז קען מען פרעגן: מאי קמ"ל?

כל התורה איז געזאָגט געוואָרן צו אידן!],

נאָר „לצרכך ועליך",

„ווי ער האָט גערעדט וועגן דיר" — אַ צוזאָג,

אַ הבטחה פאַר דיר,

„אויף דיר".

און דאָס איז דער המשך הכתוב: „וה׳ האמירך היום להיות לו לעם סגולה",

וואָס מיינט אַז „הוא הפרישך אליו מעמי הארץ להיות לו לעם סגולה" 19 ,

איז דער אויפטו געווען „כאשר דבר לך" — ווי דער אויבערשטער האָט דאָס מבטיח געווען,

געזאָגט וועגן אידן 20 .

און דעריבער איז רש"י מפרש אַז „כאשר דבר לך " מיינט דער דיבור „והייתם לי סגולה",

וואָס דאָרטן איז געווען דער „דבר" וועגן אידן 21 .

אין צווייטן פסוק „ולהיותך עם קדוש גו׳ כאשר דבר" וואָס שטייט ניט „לך",

איז מובן,

אַז „כאשר דבר" מיינט ניט דעם דיבור פון דעם אויבערשטן וועגן אידן,

אַ הבטחה וועגן דעם וואָס וועט זיין מיט דיר,

נאָר כפשוטו,

ווי ער האָט

(גערעדט און)

אָנגעזאָגט

(ובמילא — צו אידן) 22 ,

וואָס דאָס מיינט אַ ציווי אויף אַ פעולה פון אידן.

ולכן איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דאָס מיינט ניט דעם דיבור „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש",

וואָס איז אַזוי ווי דער דיבור „והייתם לי סגולה" — „לצרכך ועליך",

אַ דיבור פון אויבערשטן וועגן

(זיין פעולה מיט)

אידן* 22

; נאָר אַ דיבור פון דעם אויבערשטנ׳ס אַ ציווי אויף „להיותך עם קדוש".

דעריבער זאָגט רש"י אַז דאָס מיינט דעם פסוק „והייתם לי קדושים",

וואָס דאָס איז דעם אויבערשטנ׳ס אַ ציווי אַז אידן זאָלן זיין קדושים 23 .

ומהאי טעמא איז רש"י מעתיק דאָ אויך התחלת הלשון „ ולהיותך

(עם קדוש)

" — ניט ווי עס שטייט פריער „ להיות לו לעם סגולה" — ווייל אויך פון דעם שינוי הלשון

(להיות ך — צו דיין זיין,

מיט אַ הדגשה אויף דער קדושה מצד די אידן)

פאַרשטייט מען אַז דאָס זיין אַן עם קדוש איז ניט דוקא אַ פעולה מצד דעם אויבערשטן

(ווי אין פריערדיקן פסוק),

נאָר דער תוכן פון די אידן׳ס פעולה מפני הציווי.

ו.

עס איז אָבער די שאלה,

כנ"ל: אַ ציווי אויף קדושה געפינט מען שוין פריער „קדושים תהיו" און נאָך פריער „והתקדשתם והייתם קדושים"?

דעריבער איז רש"י מעתיק בפירוש

(ניט — מרמז דורך „גו'")

פון פסוק אויך „

(ולהיותך)

עם קדוש ": די פסוקים דאָ זיינען אויסן אַרויסצוברענגען די אויסגעטיילטקייט פון אידן אַלס „ עם ",

ווי התחלת הכתוב שלפנ"ז „וה׳ האמירך היום

(„והוא הפרישך אליו מעמי הארץ")

להיות לו לעם סגולה".

און אויך דער ציווי אויף קדושה בפרשתנו איז ניט אויף יעדער אידן אַלס יחיד,

נאָר אויף דעם גאַנצן עם,

זיי זאָלן זיין אַן „עם קדוש".

און דעריבער איז אויף דעם מתאים זאָגן אַז דאָס איז דער דבור „והייתם לי קדושים" פון ס"פ קדושים,

וואָס דאָרטן איז דער ציווי

(אויך)

אויף אַזאַ קדושה וואָס טיילט זיי אָפּ אַלס אַן עם פון אַלע אומות,

ווי דער פסוק איז ממשיך „והייתם לי קדושים כי קדוש אני ה׳ ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי".

משא"כ דער פסוק בס"פ שמיני „והתקדשתם והייתם קדושים" 24 ,

ועד"ז „קדושים תהיו" בר"פ קדושים,

וואָס דאָרטן איז ניט מודגש אַז דאָס זיינען ציווים אויף דער קדושה פון כלל עם ישראל והבדלתם פון אַלע אומות,

נאָר ציווים צו יעדער אידן אַלס יחיד,

אַזוי ווי די אַנדערע ציווי התורה.

ז.

מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין

(בפנימיות הענינים)

: אין הכי נמי אַז

„ולהיותך עם קדוש" איז בנוגע דער קדושה וועלכע איז דער תוכן פון אידן׳ס פעולה,

מפני הציווי,

ניט ווי „להיות לו לעם סגולה" וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם אויבערשטן,

וואָס איז אָבער די שייכות פון „ולהיותך עם קדוש" צום ענין פון „ולתתך עליון על כל הגוים" וואָס איז אין זעלבן פסוק בהתחלתו?

ולכאורה איז „ולהיותך עם קדוש" מער שייך צו „ולשמור כל מצותיו"

(וואָס שטייט גאָר אין פריערדיקן פסוק)

היות אַז דאָרט רעדט זיך וועגן דער מעלה פון אידן אין זייער אויספירן 25

די ציווים „לשמור כל מצותיו",

בעת אַז „ולתתך עליון וגו'" איז אַ חשיבות ומעלה וואָס ווערט געגעבן פון דעם אויבערשטן

(בדומה צו „להיות לו לעם סגולה") 26 .

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דאָס וואָס אין דער היינטיקער 27

הפטורה 28

ווערן אַרויסגעבראַכט באריכות די יעודים פון לעת"ל — „והלכו גוים לאורך ומלכים לנגה זרחך ..

בניך מרחוק יבאו ובנתיך על צד תאמנה וגו'" ועוד — אַז די אומות העולם וועלן באַדינען און טאָן אַלץ לטובתם פון די אידן,

ביז,

ווי ער פירט אויס אין פסוק,

אַז „הגוי והממלכה אשר לא יעבדוך יאבדו והגוים חרב יחרבו" 29 .

דאַרף מען פאַרשטיין: בשלמא בנוגע די שבע מצות בני נח,

וואָס גוים זיינען אויף זיי נצטווה געוואָרן און זיינען זיי ניט מקיים,

קומט זיי דערפאַר דער עונש מיתה 30

; מען געפינט אָבער ניט לכאורה קיין חיוב וציווי אַז גוים דאַרפן באַדינען די אידן,

ובפרט אַז פאַר ניט מקיים זיין דאָס זאָל זיי קומען דער עונש — „יאבדו",

„יחרבו".

ח.

דער ביאור בזה: מ׳האָט גערעדט כמה פעמים 31 ,

אַז די גאַנצע בריאה,

אויך אומות העולם,

זיינען ניט קיין תכלית ומציאות פאַר זיך,

נאָר בלויז אַלס אמצעי צוליב אידן,

כמחז"ל 32

„בראשית — בשביל ישראל שנקראו ראשית",

וואָס זיי זיינען די מטרה ותכלית פון בריאת העולם ומלואה,

און לעת"ל,

ווען עס וועט נתגלה ווערן די אמיתית המציאות פון יעדן נברא,

וועט זיך דעמאָלט אויספירן און אָנזען בגלוי דער תכלית צוליב וועלכן די וועלט,

כולל אומות העולם,

זיינען באַשאַפן געוואָרן — בשביל ישראל.

דעריבער איז דאָס מכריח,

אַז „הגוי והממלכה אשר לא יעבדוך",

אַז די וואָס פירן ניט דורך מטרת בריאתם

(אַלס אַן אמצעי)

— „יאבדו",

זיי פאַרלירן זייער מציאות בדרך ממילא.

[וי"ל אַז דאָס איז דער טעם פאַרוואָס אַ בן נח קומט מיתה פאַר עובר זיין אויף יעדער איינער פון די ז׳ מצות ב"נ — ניט ווי די עונשים וואָס זיינען ביי אידן וועלכע זיינען פאַרשידן לויט דער פאַרשידנקייט פון די מצות: די ז׳ מצות פון בני נח איז ענינם — סיבת מציאות פון ב"נ,

וכ"ז — בשביל ישראל ובשביל התורה; און בשעת זיי פירן ניט דורך כוונת בריאתם,

פאַרלירן זיי בדרך ממילא די סיבה און דעם יסוד פון זייער קיום 31 ].

און דאָס איז דער פירוש פנימי פון „ולתתך עליון על כל הגוים אשר עשה",

ווי עס שטייט אין ש"ך על התורה: „כאילו לא עשאום אלא בשבילך כמו שאמר בן עזאי לא נבראו כולם אלא לשמשני כו׳" 33 .

ד.

ה.

אַז דער ענין פון „ולתתך עליון על כל הגוים" איז דער אויספירן בפועל די מטרה פון זייער באַשאַפן ווערן,

וואָס דאָס איז אַ מעין פונעם גילוי דלעתיד,

כנ"ל.

עפ"ז קומט אויס,

אַז דער תוכן פון די צוויי פסוקים הנ"ל בפרשתנו ברענגט אַרויס דעם יתרון ומעלה אין דער מציאות פון אידן לגבי דער מציאות פון אומות העולם — „והוא הפרישך אליו מעמי הארץ להיות לו לעם סגולה",

אַז די אידן זיינען אויסגעטיילט פון די „עמי הארץ" דערמיט וואָס זייער מטרה

ותכלית איז אין זייער מציאות עצמה,

זיי זיינען ניט ווי אַן אמצעי צו אַ צווייטער מציאות,

וכדלקמן.

ט.

דער ביאור בזה: דער טייטש פון „

(וה׳ האמירך היום)

להיות לו לעם סגולה" איז

(ווי רש"י טייטשט אויף „והייתם לי סגולה" 34 ,

וואָס ער ברענגט דאָ),

„אוצר חביב כמו וסגולת מלכים 35

כלי יקר ואבנים טובות שהמלכים גונזים אותם כך אתם תהיו לי סגולה משאר אומות" —

און וויבאַלד אַז דאָס איז אַ משל וואָס תורה גיט אויף אידן איז מובן,

אַז ער איז בתכלית הדיוק.

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די תועלת פון די „כלי יקר ואבנים טובות" בשעת „ גונזים אותם",

זיי זיינען באַהאַלטן און פאַרבאָרגן?

ווען מען נעמט,

לדוגמא,

אבנים טובות און מ׳איז זיי קובע אין דעם טבעת המלך אָדער אין כתר המלך,

גיבן זיי צו,

כמובן,

אין דעם הוד והדרת המלך 36

; משא"כ ווען זיי זיינען באַהאַלטן,

אוצר גנוז פון עיני רואים — טוען זיי לכאורה גאָרניט אויף,

קיינער האָט ניט קיין תועלת והנאה פון זייער טייערקייט און פון זייער יופי.

נאָר ווען מ׳נעמט זיי אַרויס פון אוצר גנוז — צוליבן צורך גדול פון ניצוח המלחמה,

ווי דער רבי זאָגט אין דעם המשך ההילולא 37 ,

אַז צוליב ניצוח

המנגד איז דער מלך „מבזבז כל סגולות האוצרות דהון יקר הנאסף והנקבץ במשך כמה שנים מדור אחר דור ואשר מעולם לא השתמש מזה לשום דבר,

וכמוס וחתום מעין כל רואה" — איז דאָ אַ תועלת פון זיי

און אויך דעמאָלס ווערט עס אָנגערופן „בזבוז",

מ׳איז זיי מבזבז צוליב נצחון המלחמה ניט אַ רגיל׳דיקער נוצען זיי,

נאָר אַ יוצא מן הכלל לגמרי.

יו"ד.

די הסברה בזה: דאָס וואָס די אוצרות בלייבן גנוז,

כמוס וחתום מעין כל רואה — איז ווייל די אוצרות זיינען נוגע

(ובערך פון)

דעם מלך אַליין ,

אין זיין עצם מציאות ווי ער איז פאַר זיך.

עס זיינען פאַראַן אוצרות המלך וואָס תפקידם איז,

אַז מיט זיי ווערן דורכגעפירט עניני המלכות — דורך אויסגעבן זיי אויף צרכי המדינה וכיו"ב 38 ,

אָדער דאָס וואָס מ׳איז זיי קובע אין כתר המלך

(וכיו"ב)

כדי צו מוסיף זיין אין הוד והדרת המלך,

וואָס דאָס איז אַן ענין עיקרי אין הנהגת המלכות — „מלך ביפיו תחזינה עיניך" 39 .

אָבער די אוצרות הגנוזים של המלך,

איז

(ניט כדי צו דורכפירן אַן ענין של מלוכה,

נאָר עס איז)

פאַרבונדן מיט דעם מלך אַליין.

זיין עצם מציאות אַלס מלך איז פאַרבונדן דערמיט וואָס ער האָט אוצרות גנוזים פון אבנים טובות ומרגליות מיט וועלכע ער איז זיך משתעשע און האָט דערפון תענוג 40 .

וואָס דאָס איז מוסיף אין זיין אמת׳דיקע רוממות

(התנשאות עצמית) 41 .

און דאָס איז אויך וואָס אידן זיינען „לי סגולה" — אַן „אוצר חביב" 42

: די עצם מציאות פון אַ אידן איז העכער אפילו פון דעם וואָס דורך זיי ווערט נתגלה מלכותו ית׳ בעולם

(דורך עבודתם בתומ"צ),

זייער תכלית איז — דער עצם פאַראַנענקייט זייערע 43

; אידן זיינען איין זאַך,

כביכול,

מיט עצמותו ומהותו ית׳,

און דער אויבערשטער איז זיך „משתעשע" מיט אידן

(ווי אַ מלך וואָס האָט תענוג פון זיינע אוצרות הגנוזים און נאָך מער).

קומט אויס,

אַז דער חילוק פון אידן און אַנדערע אומות איז אין זייער עצם בריאה

(באַשאַף)

: די מציאות פון אומות העולם איז ניט צוליב זיי אַליין,

נאָר צוליב

(אַ צווייטער זאַך — צו)

אויספירן דעם תפקיד וואָס איז זיי צוגעטיילט געוואָרן; משא"כ אידן,

איז דער תכלית פון זייער באַשאַף אין זייער עצם פאַראַנענקייט 44

(נאָך איידער זיי פירן

דורך תפקידם בעולם) 45 .

און דאָס מיינט „וה׳ האמירך היום — הפרישך אליו מעמי הארץ — להיות לו לעם סגולה",

אַז אידן זיינען אינגאַנצן אויסגעטיילט פון עמי הארץ 46 ,

ווייל זיי זיינען אַן „עם סגולה",

אַן „אוצר חביב" כנ"ל.

יא.

דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון די פסוקים צו ראש השנה

[וכידוע 47

אַז „את ה׳ האמרת היום גו׳ וה׳ האמירך היום" מיינט דעם טאָג פון ר"ה]

:

„את ה׳ האמרת היום" איז דאָס וואָס אידן זיינען ממליך 48

דעם אויבערשטן בר"ה — „אמרו לפני ..

מלכיות כדי

שתמליכוני עליכם" 49 ,

און „וה׳ האמירך היום" איז דאָס וואָס דער אויבערשטער נעמט אָן די הכתרה פון אידן 50 ,

וואָס דאָס ווערט נמשך און אויפגעטאָן אין דער בריאה וסדר השתלשלות,

ע"ד ווי בתחלת הבריאה וואָס „במי נמלך בנשמותיהן של צדיקים" 51 .

ולכאורה,

פון דעם גופא וואָס אידן זיינען ממליך דעם אויבערשטן איז מובן אַז זיי זיינען דאָ איידער זיי זיינען אים ממליך; ועד"ז בתחלת הבריאה: פון דעם וואָס מ׳זאָגט „במי נמלך בנשמותיהן של צדיקים" איז מובן אַז זיי זיינען דאָ פאַר דער המלכה — אין וואָס באַשטייט דאַן זייער תפקיד?

דאָס איז דער פירוש פון „עם סגולה" — אַן „ אוצר חביב " וואָס מ׳איז גונז; ד.

ה.

אַז די אמת׳ע מציאות פון אידן איז דאָס וואָס זיי זיינען „נעלמה מעין כל חי" און „שעשועים לפניו",

ווי זיי זיינען איין זאַך כביכול מיט עצמותו ית׳ — און זיינען בדוגמת עצמותו ומהותו ית׳,

וואָס אויף אים איז דאָך ניט שייך צו זאָגן אַז ער איז ח"ו צוליב וועלכן ס׳איז ענין.

און ווי דער מגיד 52

זאָגט אַף „אף קודם שנבראו ישראל הי׳ נחקק צורתם במחשבה,

כמ"ש רז"ל 53

ישראל עלו במחשבה".

יב.

און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי פסוקים „וה׳ האמירך גו׳ להיות לו לעם סגולה גו׳" און „ולתתך עליון גו׳":

אין דעם ערשטן פסוק רעדט זיך וועגן דער מעלה פון אידן מיט וועלכער זיי זיינען אינגאַנצן אויסגעטיילט פון אומות העולם: „לעם סגולה" — „אוצר חביב",

אַז אידן זיינען „גנוז" בעצמותו ית׳,

זיי זיינען כולא חד מיט קוב"ה.

און מצד דעם קומט אַרויס,

אַז זייער עבודה איז אין אַן אופן פון „ולשמור כל מצותיו": דאָס וואָס אידן היטן תרי"ג מצות — ניט נאָר ז' מצות ווי בני נח — איז ניט נאָר אַ חילוק אין כמות ,

אַז אידן פירן דורך מער מצות

(ותפקידים)

ווי ב"נ,

נאָר דאָס איז אַן אַנדער איכות אין „ולשמור":

ביי אומות העולם,

וועלכע זיינען באַשאַפן געוואָרן צוליב אַ תפקיד,

איז זייער שמירת המצות מיט אַ מדידה והגבלה — וויפל ציווים

(ותפקידים)

זיי איז מלכתחילה צוגעטיילט געוואָרן:

ביי אידן אָבער,

וואָס זיי זיינען איין זאַך כביכול,

מיט עצמותו ומהותו ית׳

(כנ"ל),

איז ביי זיי דער ענין פון „ולשמור כל מצותיו" — אָן קיין מדידה והגבלה; וויבאַלד אַז „הוא ורצונו אחד" 54 ,

איז וואָס פאַר אַ מצוה

(ורצון)

עס זאָל נאָר זיין,

איז אידן,

וועלכע זיינען איין זאַך מיט עצמות,

זיינען מסור ונתון אויף דורכצופירן דעם רצון.

און אין צווייטן פסוק — „ולתתך עליון גו'" — ברענגט זיך אַרויס די מעלה פון אידן אויך ווי זיי

(ווערן נבדל ממקורם און)

קומען אַראָפּ למטה אין וועלט,

אַז אויך דעמאָלט זיינען זיי „עליון על כל הגוים": זיי זיינען דער תכלית פון דער גאַנצער בריאה,

און

אַלע נבראים

(כולל „כל הגוים")

זיינען צוליב זיי,

כנ"ל.

וואָס דאָס איז אַזאַ יתרון ומעלה פון אידן וועלכע איז בערך אַז גוים זאָלן קענען משיג זיין און דערהערן ווי עם ישראל איז „עליון על כל הגוים",

וואָס דערפאַר זיינען זיי מהלל ומשבח די אידן

(זיי זיינען,

ווי דער פסוק איז מסיים,

„לתהלה ולשם ולתפארת") 55 .

און דאָס דריקט זיך אויס בגלוי דורך „ולהיותך עם קדוש לה"א כאשר דבר" — „והייתם לי קדושים",

אַז אויך אין ענינים גשמיים פון אידן,

אין וועלכע זיי זיינען בחיצוניות גלייך צו אוה"ע 56 ,

זיינען זיי באמת אַן עם קדוש לה"א,

ווי ס׳איז מודגש אין דעם המשך הכתוב וואָס רש"י ברענגט דאָ אַראָפּ „

(והייתם לי קדושים גו׳)

ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי".

און דאָס ווערט נאָכמער אַרויסגעבראַכט אין פירוש רש"י דאָרטן: „מנין שלא יאמר אדם נפשי קצה בבשר חזיר כו׳ אבל יאמר אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי ת"ל ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי שתהא הבדלתכם מהם לשמי פורש מן העבירה ומקבל עליו עול מלכות שמים".

ד.

ה.

אַ איד האָט כאילו די זעלבע אפשריות ווי אַ ניטאיד 57 ,

און אעפ"כ איז ער פורש ומקבל עליו עול מלכות שמים.

יג.

פון כהנ"ל קען מען אַרויסנעמען אַ הוראה מיוחדת אין גודל הזהירות והזריזות פון אהבת ישראל און אויף וויפל מ׳דאַרף זיין איבערגעגעבן

צו טאָן מיט אַ צווייטן אידן — וואָרום אָט די מעלה פון „להיות לו לעם סגולה" איז דאָ באַ יעדער אידן.

אין וועלכן מצב אַ איד געפינט זיך בכחותיו הגלוים,

איז ער אַלעמאָל מצד עצם מציאותו לגמרי מופרש מעמי הארץ,

זייענדיק „נצר מטעי מעשה ידי להתפאר" פון דעם אויבערשטן

(ווי מ׳זאָגט בסיום ההפטורה 58 )

;

וואָס דערפאַר איז יעדער איד אַ מציאות נצחית

(כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב 59 )

און אַ מציאות פון „

(עלה ב)

מחשבה" וואָס איז לעצמו

(ניט ווי כל הבריאה 60

וואָס בדבר ה׳ שמים נעשו 61 ,

וואָס ענין הדיבור איז בשביל הזולת 62

(; נאָר מען דאַרף די מעלה עצמית אַרויסברענגען מן ההעלם אל הגילוי.

ובפרט אין דער וואָך ווען מ׳לייענט בתורה פ׳ תבא און די הפטורה הנ"ל,

ובמיוחד ווען דער טאָג פון ח"י אלול — דער יום הולדת פון די „שני המאורות הגדולים" 63 ,

פון דעם בעש"ט און דעם אַלטן רבי׳ן — פאַלט אויס

(ווי די

קביעות פון שנה זו)

אין דער וואָך פון פ' תבא,

וואָס פון די יסודות העיקריים פון תורת החסידות פון בעש"ט און אַלטן רבי׳ן איז — אהבת ישראל 64 ,

האָט מען אַ באַזונדערע נתינת כח צו פועל׳ן אויף אַ אידן,

יעדער אידן,

אַז זיין מעלה עצמית פון „וה׳ האמירך היום להיות לו לעם סגולה" זאָל ביי אים נתגלה ווערן אין דעם אופן פון „לשמור כל מצותיו" בפועל; און אויך אַרויסברענגען ביי אים בגילוי דעם ענין פון „ולתתך עליון על כל הגוים אשר עשה" ביז „ולהיותך עם קדוש לה׳ אלקיך",

צו זיין לגמרי העכער און מובדל פון יעדן ענין פון גויאישקייט,

כולל דעם „גוי אשר בקרבך" 65

;

און דורך דעם טוט מען אויף ביתר שאת דעם ענין פון „תמליכוני עליכם",

אַז עס ווערט ניכר לעין כל ווי „ה׳ אלקי ישראל מלך",

אַז אויך גוים זען אַז אידן זיינען אַן עם סגולה,

און פון דעם — צום קיום היעוד אין נבואת ישעי׳ בהפטורת פרשתנו,

ביז צום סיום: „אני ה׳ בעתה אחישנה" — במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ תבוא תש"מ)

Reader controls and commentary are loading.